ס'איז יאקרייסלער האט געשריבן:איז די קאמיוטער פארקינג לאט נישט א שטאטישע פראפערטי?
ביהמ''ד הגדול דקרית יואל [מהר"א]
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
- Rak Tov
- שר שבעת אלפים
- תגובות: 7892
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 18, 2020 12:35 pm
- לאקאציע: דא
- פארבינד זיך:
Re: הערות וויאזוי איבערצומאכן ביהמ''ד הגדול דקרית יואל [מהר"א]
ווארפט אריין לכה"פ $360
https://thechesedfund.com/chemed/ivelt
https://thechesedfund.com/chemed/ivelt
- maybeeynot
- שר חמשת אלפים
- תגובות: 5474
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 10, 2012 2:34 pm
- לאקאציע: ווי איך שטעק אריין מיין נאז
Re: הערות וויאזוי איבערצומאכן ביהמ''ד הגדול דקרית יואל [מהר"א]
נא די שטאט גיט רעכט פאר יעדן צי חלומען אויף דעם וואס מ'וויל .....קרייסלער האט געשריבן:איז די קאמיוטער פארקינג לאט נישט א שטאטישע פראפערטי?
פרי קאנטרי
Re: הערות וויאזוי איבערצומאכן ביהמ''ד הגדול דקרית יואל [מהר"א]
גארפיעלד ווערט אויס גאס?
נִצְּחוּ אֶרְאֶלִּים אֶת הַמְּצוּקִים וְנִשְׁבָּה אֲרוֹן הַקֹּדֶשׁ
-
- שר האלף
- תגובות: 1194
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 09, 2021 12:16 pm
Re: הערות וויאזוי איבערצומאכן ביהמ''ד הגדול דקרית יואל [מהר"א]
די אסיפה מיט ר' אהרן עסטרייכער איז יעצט געווען אדער איז שוין א אלטע זאך?עמקות שלמה האט געשריבן:אין דזשורנאל דעקט ער אויף די פלענער פארן איבערבוי
Re: הערות וויאזוי איבערצומאכן ביהמ''ד הגדול דקרית יואל [מהר"א]
וואס מיינט שטאטיש ?Rak Tov האט געשריבן:ס'איז יאקרייסלער האט געשריבן:איז די קאמיוטער פארקינג לאט נישט א שטאטישע פראפערטי?
עס באלאנגט פאר די ווילעדזש
- עמקות שלמה
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 418
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 26, 2011 12:46 pm
- לאקאציע: מאנסי נ.י.
Re: הערות וויאזוי איבערצומאכן ביהמ''ד הגדול דקרית יואל [מהר"א]
לויט ווי א גוטע מקור אין קהל ק"י האט מיר געענטפערט, איז געווען צוויי אסיפות מיט עסטרייכער, איינס אפאר וואכן צוריק און איינס יעצט.
ער האט געגעבן עטליכע פארשלאגן, און מ'גייט איבערגיין די אפצעס מיט בית הרבי, קהל'ס ועד הפועל און די ווילידזש פלענינג בארד.
נאר היות אלע דערמאנטע גיבן דוקא נישט איבער קיין נייעס פאר'ן דזשורנאל, שרייבט ער וואס ער הערט פון רעכל און מעכל, און מאכט א מצב פון יעדע טישו כדי צו האבן "געבראכן" די נייעס (און ביז עס ווערט אקטועל וועט שוין קיינער נישט דענקען אז די געשרייבעכץ האט נישט געהאט קיין שייכות מיט'ן מציאות...).

זיי נישט קלוג, זיי נאר אויפגעלייגט.
- אחת ואחת
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3665
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 09, 2018 12:01 pm
- לאקאציע: אין קרעטשמע
Re: הערות וויאזוי איבערצומאכן ביהמ''ד הגדול דקרית יואל [מהר"א]
גאנץ לעצטענס, אבער די פלענער זענען זייער רוי, און נישט 'עלעווענט צום מציאות בכלל.שיינע שטריימעל האט געשריבן:די אסיפה מיט ר' אהרן עסטרייכער איז יעצט געווען אדער איז שוין א אלטע זאך?עמקות שלמה האט געשריבן:אין דזשורנאל דעקט ער אויף די פלענער פארן איבערבוי
פרוטה ופרוטה מצטרפת לחשבון גדול
Re: הערות וויאזוי איבערצומאכן ביהמ''ד הגדול דקרית יואל [מהר"א]
bundel האט געשריבן:טאקע וועגן דעם רוב יונגערלייט אדער כמעט אלע קומען שוין פין קליינע ישיבות/חדר אין זענען נישט צוגעוואינט צו גרויסRak Tov האט געשריבן:עס איז בכלל נישט קיין צושטעלbundel האט געשריבן:אין יעצט א ווארט איבער די כולל. ווי יעדער זעהט איז שוין היינט נישט אין סטייל גרויס. דאס מיינט אז סיי די חדר. ישיבה קטנה. גדולה איך מיין אז די מיידל סקול אויך אלעס איז היינט
צוטיילט אין קליין ישיבה גדולה אין 4. קטנה אין 7-8. וויטער אין חדר די זעלבע
יעצט הערט. איז דא נאך א פראבלעם אז עס איז דא א גוטע 4-5 גרויסע בתי מדרשים אין נאך אפהר קליינע וואס במשך דעם טאג איז דער היכל הבית מדרש נישט אין באנוץ
יעצט אין די כולל אליין איז דא 12-15 קליינע כוללים יעצט פארוואס נישט צוזאמשטעלן די ביידע
אין נאכדעם אראפווארפן דעם בילדונג אין יעדער וועט זיין צופרידן
1) בתי מדרשים וועלן נישט פוסטעווען
2) די יונגעלייט וועלן האבן מער הרחבת הדעת
3) קהל וועט באקומען א ריזן שטח
אין ת"ת איז עס בעסער צוטיילט אזוי קען מען זיך בעסער אפגעבן מיט יעדעס קינד, משא"כ אין כולל ווי די אינגעלייט טראגן אליינס די עול און קיינער נעמט נישט קער.
צוליב דעם איז א כולל בעסער אויף איין פלאץ ווי עס איז דא אסאך א גרעסערע אויסוואל פון חברותות און אפגערעדט פון די אוצר הספרים
2) יעדע בית מדרש האט ב'ה א גרויסע אוצר הספרים וואס כמעט מען קוקט נישט אן. וועט דעס אויך האבן א תיקון
3) איך רעד פין א 3 יונגעלייט וואס איך ווייס אז זיי זענען אדער געגאנגען ערגעץ אנדערש אדער לערנען זיי אין איינע פון די קליינע שולן טאקע ווייל עס איז זיי זייער שווער
די גרויסקייט אין איך גלייב אז סאיז דא נאך אסאך מיטן זעלבן פארבלעם
אין בעצם איז די כולל סייווי צוטיילט למשל הלכות שבת /יורה דעה /עירובין /אין נאך איך געדענק נישט אלע סא סייווי דער יונגערמאן וועלט אויס וואס ער וויל לערנען
במילא חברותות מאכט נישט אויס
ריכטיג. און דאס וואלט אויך, אגב, געגעבן א שטופ - אויף ארויס - די אלע שלעפערס וואס זיצן מיט טלית ותפילין אין היכל הבית המדרש און געדענקן שוין נישט אין וועלכע מנין / שטיבל זייער תפילין שיידלעך ליגט. אדרבה, זאלן זיי זעהן ווי אינגעלייט זיצן און לערנען 10 אזייגער מיט א געשמאק.
באמת, ווען בעלי בתים וואלטן שוין געהאלטן 9 אזייגער נאכן דאווענען וואלט מען געקענט נוצן די די שולן פאר ישיבות און תלמיד תורה'ס, און מ'וואלט איינגעשפארט ביליאנען דאלארן פאר כלל ישראל.
- וואקאציאנער
- שר מאה
- תגובות: 124
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 05, 2021 10:30 pm
Re: הערות וויאזוי איבערצומאכן ביהמ''ד הגדול דקרית יואל [מהר"א]
שווערע דמיונותOzd האט געשריבן:באמת, ווען בעלי בתים וואלטן שוין געהאלטן 9 אזייגער נאכן דאווענען וואלט מען געקענט נוצן די די שולן פאר ישיבות און תלמיד תורה'ס, און מ'וואלט איינגעשפארט ביליאנען דאלארן פאר כלל ישראל.
Re: הערות וויאזוי איבערצומאכן ביהמ''ד הגדול דקרית יואל [מהר"א]
ביי אונז איז איינגעפירט אז ישיבות און אזוי אויך די עלטערע כיתות ת"ת הייבן אן זייער סדר היום, ווען רוב אידן האלטן נאך פאר די מקווה, סאו ווייסעך נישט ווי אזוי איר ווילט אזאנס זאל ארבעטןOzd האט געשריבן:bundel האט געשריבן:טאקע וועגן דעם רוב יונגערלייט אדער כמעט אלע קומען שוין פין קליינע ישיבות/חדר אין זענען נישט צוגעוואינט צו גרויסRak Tov האט געשריבן:עס איז בכלל נישט קיין צושטעלbundel האט געשריבן:אין יעצט א ווארט איבער די כולל. ווי יעדער זעהט איז שוין היינט נישט אין סטייל גרויס. דאס מיינט אז סיי די חדר. ישיבה קטנה. גדולה איך מיין אז די מיידל סקול אויך אלעס איז היינט
צוטיילט אין קליין ישיבה גדולה אין 4. קטנה אין 7-8. וויטער אין חדר די זעלבע
יעצט הערט. איז דא נאך א פראבלעם אז עס איז דא א גוטע 4-5 גרויסע בתי מדרשים אין נאך אפהר קליינע וואס במשך דעם טאג איז דער היכל הבית מדרש נישט אין באנוץ
יעצט אין די כולל אליין איז דא 12-15 קליינע כוללים יעצט פארוואס נישט צוזאמשטעלן די ביידע
אין נאכדעם אראפווארפן דעם בילדונג אין יעדער וועט זיין צופרידן
1) בתי מדרשים וועלן נישט פוסטעווען
2) די יונגעלייט וועלן האבן מער הרחבת הדעת
3) קהל וועט באקומען א ריזן שטח
אין ת"ת איז עס בעסער צוטיילט אזוי קען מען זיך בעסער אפגעבן מיט יעדעס קינד, משא"כ אין כולל ווי די אינגעלייט טראגן אליינס די עול און קיינער נעמט נישט קער.
צוליב דעם איז א כולל בעסער אויף איין פלאץ ווי עס איז דא אסאך א גרעסערע אויסוואל פון חברותות און אפגערעדט פון די אוצר הספרים
2) יעדע בית מדרש האט ב'ה א גרויסע אוצר הספרים וואס כמעט מען קוקט נישט אן. וועט דעס אויך האבן א תיקון
3) איך רעד פין א 3 יונגעלייט וואס איך ווייס אז זיי זענען אדער געגאנגען ערגעץ אנדערש אדער לערנען זיי אין איינע פון די קליינע שולן טאקע ווייל עס איז זיי זייער שווער
די גרויסקייט אין איך גלייב אז סאיז דא נאך אסאך מיטן זעלבן פארבלעם
אין בעצם איז די כולל סייווי צוטיילט למשל הלכות שבת /יורה דעה /עירובין /אין נאך איך געדענק נישט אלע סא סייווי דער יונגערמאן וועלט אויס וואס ער וויל לערנען
במילא חברותות מאכט נישט אויס
ריכטיג. און דאס וואלט אויך, אגב, געגעבן א שטופ - אויף ארויס - די אלע שלעפערס וואס זיצן מיט טלית ותפילין אין היכל הבית המדרש און געדענקן שוין נישט אין וועלכע מנין / שטיבל זייער תפילין שיידלעך ליגט. אדרבה, זאלן זיי זעהן ווי אינגעלייט זיצן און לערנען 10 אזייגער מיט א געשמאק.
באמת, ווען בעלי בתים וואלטן שוין געהאלטן 9 אזייגער נאכן דאווענען וואלט מען געקענט נוצן די די שולן פאר ישיבות און תלמיד תורה'ס, און מ'וואלט איינגעשפארט ביליאנען דאלארן פאר כלל ישראל.
ו"חסד השם" מעולם ועד עולם על יראיו וצדקתו לבני בנים
-
- שר האלף
- תגובות: 1194
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 09, 2021 12:16 pm
Re: הערות וויאזוי איבערצומאכן ביהמ''ד הגדול דקרית יואל [מהר"א]
א גוטע געדאנק וואלט לכאורה געוועןעמקות שלמה האט געשריבן:לויט ווי א גוטע מקור אין קהל ק"י האט מיר געענטפערט, איז געווען צוויי אסיפות מיט עסטרייכער, איינס אפאר וואכן צוריק און איינס יעצט.
ער האט געגעבן עטליכע פארשלאגן, און מ'גייט איבערגיין די אפצעס מיט בית הרבי, קהל'ס ועד הפועל און די ווילידזש פלענינג בארד.
נאר היות אלע דערמאנטע גיבן דוקא נישט איבער קיין נייעס פאר'ן דזשורנאל, שרייבט ער וואס ער הערט פון רעכל און מעכל, און מאכט א מצב פון יעדע טישו כדי צו האבן "געבראכן" די נייעס (און ביז עס ווערט אקטועל וועט שוין קיינער נישט דענקען אז די געשרייבעכץ האט נישט געהאט קיין שייכות מיט'ן מציאות...).
אז מען זאל ארויסלייגן די אלע אפצעיס פארן ציבור און הערן וואס די דעת הציבור איז לגבי די אלע אפצעיס,
עס וועט אריינברענגען דעם עולם אין די זאך און עס וועט העלפן פאר שפעטער ווען מען גייט דארפן צוקומען צום עולם,
-
- שר האלף
- תגובות: 1194
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 09, 2021 12:16 pm
Re: הערות וויאזוי איבערצומאכן ביהמ''ד הגדול דקרית יואל [מהר"א]
א בריוו ערשינען אין קרית יואל היימשטאט פרשת כי תצא
טראכטן גרויס לקראת הימים נוראים
נאך דעם פארלאפענעם יו"ט שבועות איז ערשינען אינעם "היימשטאט" אן עדיטאריעל וועלכע האט דערמאנט דעם מערקווירדיגן "פראבלעם" מיט וואס ק"ק סאטמאר מוטשעט זיך, נעמליך אז דער ציבור וואקסט בליעה"ר גאר שנעל, און טראץ וואס מען איז נאכאנאנד פארנומען ארויסבויען, איבערבויען, און אויסברייטערן אויף וויפיל מען קען דעם ביהמ"ד הגדול, איז עס פארט ווייט פון גענוג צו אקאמאדירן דעם ציבור לאלפים וועלכע קומען מיטהאלטן דע געהויבענע ימים טובים בצל הקודש.
באזונדער איז באמערקט געווארן נאכן פארלאפענעם יו"ט שבועות, אז דער עזרת נשים פארלאנגט א גרויסער אויסברייטערונג, און דער שטראם פון נשים צדקניות וועלכע זענען געקומען מיטהאלטן די תפלות איז געווען פיל מער ווי דאס וואס מען האט זיך געקענט פארשטעלן. דאס איז טאקע געשטעלט געווארן אלס א וויכטיגער פריאריטעט ביי די הנהלת הקהלה, און טאקע תיכף נאך יו"ט האט מען געזען ווי מען האט אנגעהויבן פעסט ארבעטן ביים עזרת נשים שטאק, אויסצוברייטערן און צולייגן נאך זיצן צום ווייבער שוהל.
שטייענדיג אצינד נאכן היסטארישן אסיפת נשים צדקניות, לאזט זיך זאגן אז מען האט זיך נאכאלס נישט דערלערנט צו טראכטן גענוג גרויס. דער אסיפה איז צוגעשטעלט געווארן אויף א ריזן פארנעם אינעם שוהל הויף פון ביהמ"ד הגדול מיט אריבער זעקס טויזענט בענקלעך צוגעגרייט אינעם שאטער, און לויט אלע פאראויסשאצונגען האט דאס געדארפט צו זיין גענוג פאר די נשי העיר. למעשה וויאזוי דער מציאות איז געווען ווייסן מיר דאך, נאך עטליכע מינוטן וואס די באסעס האבן אנגעהויבן אנקומען האט זיך ארויסגעשטעלט אז מען האט היבש אונטערגעשאצט און עס איז מער נישט געווען קיין פלאץ און מען האט געדארפט עפענען דעם היכל התורה פאר פרישע טויזענט זיץ פלעצער. דאס ווארפט א שטיקל ליכט אויף דאס וואס דער "היימשטאט עדיטאריעל" האט דאן ארויסגעברענגט, און פירט דאס גאר מיט א שטאפל העכער. יא, מען טראכט גרויס. זעקס טויזענט זיצן איז ווייט פון א קליינע ציפער. אבער מען דארף טראכטן אסאך גרעסער פון גרויס.
אצינד ווען מען שטייט פאר די ימים נוראים, זעהט מען טאקע אז מען האט צוגעלייגט זיצן אין ביהמ"ד וויפיל מען האט געקענט, סיי אינעם היכל הביהמ"ד, און סיי אינעם עזרת נשים. אבער גלייכצייטיג זעהט מען שוין יעצט אז עס איז ווייט פון גענוג. דער ציבור וואקסט בליעה"ר גאר שנעל, און מיט יעדע יו"ט און יומא דפגרא וואס גייט אריבער שטעלט זיך אלס קלארער ארויס דעם נחיצות פון אויפקומען מיט א פלאן וואס זאל פילפאכיג פארמערן דעם צאל זיצן אין ביהמ"ד.
און באותו הענין, רעדנדיג איבער די זיצן מאנגל, וואלט איך געוואלט אויפמערקן נאך עפעס וואס איז מיר אויסגעקומען אויסצושמועסן מיט אפאר אידן ווען מיר זענען געשטאנען און געווארט אינעם שורה צו דינגען זיצן. ווען מיר זענען געווען בחורים, מיטהאלטענדיג די תפלות ימים טובים בצל רביה"ק בעל ברך משה זי"ע, איז געווען א פארשטענדליכע זאך אז צוליב וואס דער
ביהמ"ד איז ווייט נישט געווען גענוג גרויס צו אקאמאדירן דעם ציבור, האט מען נישט געדינגען קיין זיצן פאר קינדער און בחורים, און דער גרעסערער טייל קינדער און בחורים זענען אדער געשטאנען אדער האט מען זיך צוזאמגעשטופט אפאר קינדער אויף איין זיץ. היינט זעהט מען אז דאס איז אנדערש געווארן. מענטשן דינגען 5 אדער 6 זיצן, פאר אלע קינדער און בחורים, און דאס לייגט נאר צו צום מאנגל אין זיצן. עס איז פארשטענדליך אז א טאטע וויל זיינע בחורים זאלן האבן א געהעריגער זיץ ימים טובים, אבער אפשר ברויך מען יא טראכטן אז עס איז נישט קיין יושר אז אנדערע זאלן בכלל נישט האבן קיין זיץ ווייל ער דארף 6 זיצן.
איך וואלט פארגעשלאגן אז מען זאל מאכן א סדר וויפיל זיצן א מענטש קען דינגען מיט א מאקסימום ציפער, כדי צו באלאנסירן דעם געברויך קעגן די מעגליכקייטן, ווי פארשטענדליך דארף עס אויסגעפירט ווערן אויף א קלוגן וועג, אבער עפעס דארף געטון ווערן.
א. ה. נ.

עס באלאנגט פאר די סטעיטBorrower האט געשריבן:וואס מיינט שטאטיש ?Rak Tov האט געשריבן:ס'איז יאקרייסלער האט געשריבן:איז די קאמיוטער פארקינג לאט נישט א שטאטישע פראפערטי?
עס באלאנגט פאר די ווילעדזש
Section 8 Secrets: Get housing assistance faster https://amzn.to/3TaIg5B
You can find jobs at www.macherusa.com/all www.jobsgemach.com
As an Amazon Associate I earn from qualifying purchases
You can find jobs at www.macherusa.com/all www.jobsgemach.com
As an Amazon Associate I earn from qualifying purchases
Re: הערות וויאזוי איבערצומאכן ביהמ''ד הגדול דקרית יואל [מהר"א]
די ימים נוראים זענען אלע לאקאלע קהל'ישע שוהלן ווייט פון לעהר - אריינגערכנט און די ווייבער שולן ווי אלע זיצן ווערט פארדינגעןשיינע שטריימעל האט געשריבן:א בריוו ערשינען אין קרית יואל היימשטאט פרשת כי תצא
טראכטן גרויס לקראת הימים נוראים
א. ה. נ.
- בלייב געזונט
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4312
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 10:16 am
- בחורהזעצער
- שר חמש מאות
- תגובות: 961
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 16, 2011 9:54 am
Re: הערות וויאזוי איבערצומאכן ביהמ''ד הגדול דקרית יואל [מהר"א]
באלאנגט פאר די וויליעזש http://propertydata.orangecountygov.com ... ntkey=3030הרב_שלום האט געשריבן:עס באלאנגט פאר די סטעיטBorrower האט געשריבן:וואס מיינט שטאטיש ?Rak Tov האט געשריבן:ס'איז יאקרייסלער האט געשריבן:איז די קאמיוטער פארקינג לאט נישט א שטאטישע פראפערטי?
עס באלאנגט פאר די ווילעדזש
און עס האט א ספעציעלע זאונינג פאר commuter parking
-
- שר האלף
- תגובות: 1194
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 09, 2021 12:16 pm
Re: הערות וויאזוי איבערצומאכן ביהמ''ד הגדול דקרית יואל [מהר"א]
גייט מען אויך צולייגן נאך ביעמס?פרייזן האט געשריבן:
Re: הערות וויאזוי איבערצומאכן ביהמ''ד הגדול דקרית יואל [מהר"א]
נאך דעם יום טוב ראש השנה שטעלט זיך נאכאמאל ארויס דאס וויכטיקייט פון שוין אנהייבן בויען א נייע ריזן בית מדרש, טראץ וואס דעם יום טוב איז נישט דאס גרעסטע געפארעכטס ס'נישט שבועות נישט שמחות תורה, טראץ וואס וויליאמסבורג רב בלייבט אין וויליאמסבורג מיט די א געפאקט בית מדרש, טראץ וואס די רבי'ס בית מדרשים און קרית יואל אריין גערעכט די רבי'ס קינדער דאווענען ביי זיך אין זייער לאקאלע בית מדרשים, איז דאס בית מדרש איבער געפילט עס אפס מקום אריינגערעכנט אלע דורך גענג, רבותי מען דארף ערענסט טראכטן און נעמען ערענסטע שריט, קרן הבנין דארך זיך שוין עפענען
- ניס קראכער
- שר שמונת אלפים
- תגובות: 8847
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm
Re: הערות וויאזוי איבערצומאכן ביהמ''ד הגדול דקרית יואל [מהר"א]
איך הער אז אינדזשענירן האבן זיך געפינען יו"ט אויפן אינטערשטן שטאק צו באאבאכן די ווייבערעישן...
א הארטע ניסל קען מען צוקראכן, א ווייכע ניסל נישט! ער ווערט צוקוועטשט!
- חוט של חסד
- שר חמש מאות
- תגובות: 572
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 18, 2022 6:42 pm
- לאקאציע: צווישן ירושלים און בארא פארק...
Re: הערות וויאזוי איבערצומאכן ביהמ''ד הגדול דקרית יואל [מהר"א]
נאך אזא געהויבענע יום טוב שמחות תורה ווען רבבות אלפי ישראל זענען געשטאנען צינויפגעפרעסט בהיכל בית מדרש הגדול שווימט ווידעראמאל ארויף צום אויבערפלאך די געוואלדיגע נחיצת הענין פון איבערבויען און פארברייטערן דאס ביהמ"ד אויף א דראסטישן אופן.
חוץ מזה איז קריטיש וויכטיג צו ארויפריקן די צוויי ווייבער שולן. זיי צעטיילן דאס בית מדרש ווי אין דריי באזונדערע טיילן און עס קלאפט גאר שטארק אויס אויף די ניגונים בשעת די הקפות... (ווער ס'איז געווען היי יאר ביי די הקפות פארשטייט פונקטליך וואס איך מיין...). ר' עמרם אקער מיט זיינע געהילפן דארפן זיך ממש איבעררייסן זייערע כוחות כדי צו פאראייניגן דעם גאנצן עולם אז יעדער זאל זינגען אויפ'ן זעלבן ריטעם.

טייערע אידן אין אמעריקא! אויפמערקזאם!
די דיפערענצן צווישן לשון הקודש ולהבדיל עברית קענען טיילמאל זיין כרחוק מזרח ממערב!
פארטייטשן העברעאישע נייעס באזירט אויף אייערע לשון הקודש קענטעניסן איז א רעצעפט פאר צעמישעניש.
א דאנק!

- תגובות: 1410
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 21, 2020 2:17 pm
Re: הערות וויאזוי איבערצומאכן ביהמ''ד הגדול דקרית יואל [מהר"א]
די יו״ט איז א פרישע דערמאנונג פאר דראסטישע הרחבת הגבולים
• די געדרענג אין ביהמ״ד איז שוין גאר שווער, מ׳האלט א שפאן אוועק פון די סכנות׳דיגע הופער געדרענג וואס ליגט נאך אין די ביינער
• עזרת נשים איז די מצב ממש כאאטיש, נישט קיין גוזמא צי זאגן אז 10 מאל די סייז איז נישט איבערגעטריבן • דרינגענד וויכטיג נאך עטליכע הונדערט בתי כבוד לענגאויס אלע שטאקן
• די עיר קאנדישען איז געווען היבש גוט, קען זיין אביסל בעסער אויף געוויסע פלעצער
• די ברייטע האלוועיס און לאביס איז א ברכה צי מאכן מ׳האט פלאץ זיך א ריר צי געבן
• די מקוה איז בחסד די עיר קאנדישען דארט האקט שטיקער
• די געדרענג אין ביהמ״ד איז שוין גאר שווער, מ׳האלט א שפאן אוועק פון די סכנות׳דיגע הופער געדרענג וואס ליגט נאך אין די ביינער
• עזרת נשים איז די מצב ממש כאאטיש, נישט קיין גוזמא צי זאגן אז 10 מאל די סייז איז נישט איבערגעטריבן • דרינגענד וויכטיג נאך עטליכע הונדערט בתי כבוד לענגאויס אלע שטאקן
• די עיר קאנדישען איז געווען היבש גוט, קען זיין אביסל בעסער אויף געוויסע פלעצער
• די ברייטע האלוועיס און לאביס איז א ברכה צי מאכן מ׳האט פלאץ זיך א ריר צי געבן
• די מקוה איז בחסד די עיר קאנדישען דארט האקט שטיקער
- Rak Tov
- שר שבעת אלפים
- תגובות: 7892
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 18, 2020 12:35 pm
- לאקאציע: דא
- פארבינד זיך:
Re: הערות וויאזוי איבערצומאכן ביהמ''ד הגדול דקרית יואל [מהר"א]
אידישע? איך האב געהערט איז די רבי לאזט נישט אריינברענגען קיין גוי'אישע אינדשענירן אין ביהמ'ד אריין (און פארדעם האט מען געברענגט דער פון א"יניס קראכער האט געשריבן:איך הער אז אינדזשענירן האבן זיך געפינען יו"ט אויפן אינטערשטן שטאק צו באאבאכן די ווייבערעישן...
ווארפט אריין לכה"פ $360
https://thechesedfund.com/chemed/ivelt
https://thechesedfund.com/chemed/ivelt
- חוט של חסד
- שר חמש מאות
- תגובות: 572
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 18, 2022 6:42 pm
- לאקאציע: צווישן ירושלים און בארא פארק...
Re: הערות וויאזוי איבערצומאכן ביהמ''ד הגדול דקרית יואל [מהר"א]
פארוואס אין די וועלט זאל מען נישט מעגן אריינברענגען קיין גוי'שע אינדזשענירן אין בית מדרש?Rak Tov האט געשריבן:אידישע? איך האב געהערט איז די רבי לאזט נישט אריינברענגען קיין גוי'אישע אינדשענירן אין ביהמ'ד אריין (און פארדעם האט מען געברענגט דער פון א"יניס קראכער האט געשריבן:איך הער אז אינדזשענירן האבן זיך געפינען יו"ט אויפן אינטערשטן שטאק צו באאבאכן די ווייבערעישן...
טייערע אידן אין אמעריקא! אויפמערקזאם!
די דיפערענצן צווישן לשון הקודש ולהבדיל עברית קענען טיילמאל זיין כרחוק מזרח ממערב!
פארטייטשן העברעאישע נייעס באזירט אויף אייערע לשון הקודש קענטעניסן איז א רעצעפט פאר צעמישעניש.
א דאנק!
די דיפערענצן צווישן לשון הקודש ולהבדיל עברית קענען טיילמאל זיין כרחוק מזרח ממערב!
פארטייטשן העברעאישע נייעס באזירט אויף אייערע לשון הקודש קענטעניסן איז א רעצעפט פאר צעמישעניש.
א דאנק!
-
- שר האלף
- תגובות: 1194
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 09, 2021 12:16 pm
Re: הערות וויאזוי איבערצומאכן ביהמ''ד הגדול דקרית יואל [מהר"א]
דעם קומענדיגן זונטאג חיי שרה ווערט אפגעצייכנט ''צוואנציג יאר'' פונעם עפענוג פונעם ''היכל ראזענבערג'' וואס האט געטוישט קרית יואל לגבי לימוד התורה,