טישטוך האט געשריבן:און ווידעראמאל קומען די עקסטרעמיסטן פארפירן און שרייען גאר אז מען מוז מיר אויסשפארן פון אייוועלט...
די אינגעלייט (וועלכע איך קען ברענגען נעמען אויב וויכטיג) האבן געפירקלט אויף קברים פון חללי צה״ל. דאס איז א בושה וחרפה וואס נעמט זיך פון היציגע ׳סאברא׳ בלוט און נישט פון קיין אמת׳ע קנאות לשם שמים.
דער וואס האט זיך פארשטעלט ווי א פרוי און איז אזוי ארעסטירט געווארן איז אויך איינער פון די גרויסע צרה לייט אין מאה שערים. גארנישט קיין ל״ו צדיקים די חברה, א באנדע נידריגע טראבל מעיקערס.
און לגבי די רכבת הקלה, פשוט אייך צואוויסן טאן, אז מייסטנס פון די היימישע אידן אין געגנט ווילן דאס דירעקט יא האבן, די סיקריקים וועלכע צייכענען זיך אויס אין בלאקירן טראקטארן אנשטאט לערנען מסכתות אדער ברענגען ברויט אין שטוב, אט די זענען פארנומען מיט די זינלאזע מערכה.
איך בין גרייט מיט די גלעזער אויסגעטון צו כאפן פעטש, איך קען נישט דערליידן די מאס שטותים וואס ווערט דא אריינגעברענגט אין אייוועלט לעצטנס, אז מען זאגט אויף קברים טאנצער אז זיי זענען לוחמי מלחמת ה׳, אז מען שטעלט זיך ארויס אננעמען פאר צעלאזטע סיקריקים וועלכע האלטן נישט ביים איינרוען און זוכן נאר אז יעדע נאכט אין ירושלים זאל זיך ענדיגן מיט רויעך אין א שטונק פון פייער און וואסער.
די היפאקריטיע איז קאלירפול!
(שוין, הייבט אן מיט די מלקות)
יישר כוח פאר די ריכטיגע רייד
איך ובין א ירושלימער אינגערמאן וואס לעבט דא אין וויל לעבען רוהיג צוזאמען מיט נאך טויזענטער יראי' ה' אין עיה"ק
רומען אפאר ליידיגייערס וואס נישט תורה און נישט מצוות איז זייער ציל, נאר צו מאכען רייאטן אין א חרבון און שטאט פאר יעדעם שטות
פרעג יעדען ירושלימער איד אויב ער נעמט זיך אהן פאר די פאר משוגעים וואס דרייען איבער די שטאט יומם ולילה, יא שטערן פאר מענטשען אנקומען צו ארבייט/ כולל/אהיים ווייל די באסעס פארען ניטש ווייל איינער דארף ווארפען שטיינער אויף בר-אילן גאס וכדו'
די אלע וואס נעמען זיך אהן פאר די קנאות פארשטיי איך אז זיי לעבען בכלל אין אמעריקא, קיינער שטערט נישט דיין לעבען און די האסט נישט מורא אז איינער וועט דער אטאקירען ווייל עפעס א משוגענער האט פאברענט קברים פון זיינע באליבטע
קומט אהער קיין ארה"ק און זעהט וואס דא גייט פאר און דערנאך רעד