פעיק ניוז האט געשריבן:Goodmorning האט געשריבן:איך מיין אז עס איז נארמאל צו מורא האבן פון סייד עפעקטס, פונקט ווי יעדע נייע, שטארקע מעדעצין, אדער יעדע מעדעצינישע פראצעדור. איך בין אפילו אביסל דערשראקן ווען די דענטיסט נאמט מיט זיין נאדל.. אבער עס איז זייער נישט נארמאל, צו וויסן נאך פון פאר דעם פונקטליך אלע פראבלעמען וואס ווען ארויסקומען די נעקסטע צען דורות דורך די וואקסין, און פון די ערשטע מינוט ווען די וויירוס האט אנגעהויבן פארשפרייטן נאר פאניקן וועגן די וואקסין וואס וועט קומען.
אמת.
מיין שווער זאגט מיר, אז נאך א מזל א ביי די פאליא וואקסין זענען נישט געווען אזויפיל משוגעים, אונזערע קינדער וואלטן חלילה געווען אין א גרויסע סכנה.
טאקע צוליב דעם דארף מען אפוועגן ביידע זייטן פון די מטבע. הכל לפי הוואקסין והמחלה.
אין קורצן, מען קען פארשטיין א יחיד וואס ווייל נישט געבן אדער נעמען א וואקסין, אדער אנטיביאטיק. מאכן א רעליגיע דערפון איז שרעקעדיג.
איך בין אמאל געווען מער סקעםטיש איבער וואקסינען, איך לויף נאך אלס נישט געבן. אבער צוזענדיג ווי אנדערע סקעפטיקער ליידן היינט פון ערנסטע מח שאדנס דורך זייערע איינרעדענישן וואס גייען אלס טיפער און טיפער, ממש עס אעז אוממעגליך צו רעדן צו זיי,האב איך באשלאסן אז וואקסינען זענען גאלד אנטקעגן די ריזיקע פון ברעין דעמעדזש דורך קאנספאראציעס.
מען דארף קענען האלטן דעם קאפ גראד און נישט ווערן נאכגעשלעפט דורך קאנספיראציע. און דאך קענען אנקוקן די זאך פון ביידע רעלעוואנטע צדדים.
אמת. ישר כח פארן ארויסברענגען אז מען דארף קענען אנקוקן די זאך פון ביידע רעלעוואנטע צדדים.
לאמיר למשל נעמען איצט, for the sake of this argument נאר די MMR Vaccine. דארף מען טאקע, ווי איר זאגט, אנקוקן די זאך פון ביידע רעלעוואנטע צדדים.
איין צד "אלע" היימישע פרומע דאקטוירים, איך רעד וואס א חלק פון זיי, אפילו זיי זענען פרום, זענען זיי פון די גרעסטע infectious disease specialists אין די וועלט, די "גאנצע" מעדיקעל establishment איבער די גארע וועלט, וואס שרייען חי וקים אז די MMR Vaccine ברענגט נישט קיין אוטיזם, און אז Measles איז א סכנה. פון די אנדערע זייט, א movement פון Anti Vaccine חברה וואס פאקטן זענען קיינמאל נישט געווען אויף זייער זייט. דארף מען טאקע האלטן דעם קאפ גראד, און נישט ווערן נאכגעשלעפט דורך קאנספיראציע. טאקע צוליב דעם דארף מען אפוועגן ביידע זייטן פון די מטבע. הכל לפי הוואקסין והמחלה.
און איך מיין אז דאס האט מים חיים ארויסגעברענגט, אז איר זענט זייער קלאר.