די געפאר און אנשיקעניש פון היימישע קאנספיראציע טעאריקער

אחראי: יאנאש

אוועטאר
Kosher Travel
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4218
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע: Yehupesville
פארבינד זיך:

Re: די געפאר און אנשיקעניש פון היימישע קאנספיראציע טעאריקער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Kosher Travel »

פעיק ניוז האט געשריבן:לאמיר א מינוט רעדן פון די 'קאראנא וואקסין', בנוגע גלייבן דאקטוירים בלינדערהייט. דער קאראנא וואקסין איז א נייע בריה. עס איז געמאכט אויף גאנץ אן אנדערע מהלך ווי געווענליכע וואקסינען. קיין איין דאקטאר האט דאס נאכנישט שטודירט און באקומען א קאלעדזש דעגרי דערויף ביז היינט.

איז ווילסטו מיר זאגן אז די אלע דאקטוירים וועם מען פרעגט וואס זאגן אז די וואקסין איז זיכער גוט און אז זייער מיינונג איז געבויעט אויף 'ריסורטש' דערויף, ווייסן וואס זיי רעדן? קוים איז דער בריה באשאפן געווארן און שוין האסטו דאס שטודירט? שטעלט דאס נישט א קוועסשאן מארק אויף זייער באגלויבטקייט, אז מען זאל דארפן טראכטן צוויי מאל בעפאר'ן אננעמען זייערע מיינונגען בתורת גלייבן א דאקטאר?

איך פרעג באמת.

דער געדאנקט און שטודיעס אויף די נייע וואקסין האט זיך אנגעהויבן 12 יאר צירוק ווען עס איז געווען די סארס וויירוס און שרעק אין טשיינע. דאן האבן די גרויסע וועלט מאכטן זיך גענומען ארבייטן דערויף. נאר עס איז נישט געווען אזוי urgent. איצט מיט קאוויד האט מען עס accelerated. אבער מען ארבייט שוין דערויף יארן.
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~
העלפט מיין חבר פון זיך אונטערברעכן!
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: די געפאר און אנשיקעניש פון היימישע קאנספיראציע טעאריקער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

זכריהו האט געשריבן:
פעיק ניוז האט געשריבן:לאמיר א מינוט רעדן פון די 'קאראנא וואקסין', בנוגע גלייבן דאקטוירים בלינדערהייט. דער קאראנא וואקסין איז א נייע בריה. עס איז געמאכט אויף גאנץ אן אנדערע מהלך ווי געווענליכע וואקסינען. קיין איין דאקטאר האט דאס נאכנישט שטודירט און באקומען א קאלעדזש דעגרי דערויף ביז היינט.

איז ווילסטו מיר זאגן אז די אלע דאקטוירים וועם מען פרעגט וואס זאגן אז די וואקסין איז זיכער גוט און אז זייער מיינונג איז געבויעט אויף 'ריסורטש' דערויף, ווייסן וואס זיי רעדן? קוים איז דער בריה באשאפן געווארן און שוין האסטו דאס שטודירט? שטעלט דאס נישט א קוועסשאן מארק אויף זייער באגלויבטקייט, אז מען זאל דארפן טראכטן צוויי מאל בעפאר'ן אננעמען זייערע מיינונגען בתורת גלייבן א דאקטאר?

איך פרעג באמת.


די פראגע און זארג איז אויפריכטיג, אבער עס האט שוין כעת עתה עקספייערט.

נאכן וואקסינירן צענדליגער מיליאנען מענטשן איבער דער וועלט, און עס שטעלט זיך ארויס נאכצוקומען די האפענונגען וואס מ'האט ערווארטעט, איז שוין נישטא וואס צו זארגן.

אויב איר זארגט זיך מער נישט, באדייט דאס נאכנישט אז אנדערע זארגן זיך שוין אויך נישט.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: די געפאר און אנשיקעניש פון היימישע קאנספיראציע טעאריקער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

Kosher Travel האט געשריבן:
פעיק ניוז האט געשריבן:לאמיר א מינוט רעדן פון די 'קאראנא וואקסין', בנוגע גלייבן דאקטוירים בלינדערהייט. דער קאראנא וואקסין איז א נייע בריה. עס איז געמאכט אויף גאנץ אן אנדערע מהלך ווי געווענליכע וואקסינען. קיין איין דאקטאר האט דאס נאכנישט שטודירט און באקומען א קאלעדזש דעגרי דערויף ביז היינט.

איז ווילסטו מיר זאגן אז די אלע דאקטוירים וועם מען פרעגט וואס זאגן אז די וואקסין איז זיכער גוט און אז זייער מיינונג איז געבויעט אויף 'ריסורטש' דערויף, ווייסן וואס זיי רעדן? קוים איז דער בריה באשאפן געווארן און שוין האסטו דאס שטודירט? שטעלט דאס נישט א קוועסשאן מארק אויף זייער באגלויבטקייט, אז מען זאל דארפן טראכטן צוויי מאל בעפאר'ן אננעמען זייערע מיינונגען בתורת גלייבן א דאקטאר?

איך פרעג באמת.

דער געדאנקט און שטודיעס אויף די נייע וואקסין האט זיך אנגעהויבן 12 יאר צירוק ווען עס איז געווען די סארס וויירוס און שרעק אין טשיינע. דאן האבן די גרויסע וועלט מאכטן זיך גענומען ארבייטן דערויף. נאר עס איז נישט געווען אזוי urgent. איצט מיט קאוויד האט מען עס accelerated. אבער מען ארבייט שוין דערויף יארן.

איך רעד פון דאקטוירים וואס איך און דו רעדן צו און פרעגן זייער אפיניען. איך רעד נישט פון די סייענטיסטן וואס זענען געווען אינוואלווד אין די עקשועל ארבעט.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
הײמישער זײגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3289
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 14, 2020 11:46 am

Re: די געפאר און אנשיקעניש פון היימישע קאנספיראציע טעאריקער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הײמישער זײגער »

אינטרעסאנט אז עמעזאן לאזט דאס פארקויפן, עס האט די גרעסטע קאנספיראציעס און קומט ערשט ארויס אין אפריל און איז שוין כמעט א בעסט סעללער.

covid.JPG
covid.JPG (137.38 KiB) געזען 2708 מאל


https://www.amazon.com/Truth-about-Covi ... ef=sr_1_1/
אוועטאר
בבקשה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5426
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 25, 2020 11:42 am

Re: די געפאר און אנשיקעניש פון היימישע קאנספיראציע טעאריקער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בבקשה »

פעיק ניוז האט געשריבן:לאמיר א מינוט רעדן פון די 'קאראנא וואקסין', בנוגע גלייבן דאקטוירים בלינדערהייט. דער קאראנא וואקסין איז א נייע בריה. עס איז געמאכט אויף גאנץ אן אנדערע מהלך ווי געווענליכע וואקסינען. קיין איין דאקטאר האט דאס נאכנישט שטודירט און באקומען א קאלעדזש דעגרי דערויף ביז היינט.

איז ווילסטו מיר זאגן אז די אלע דאקטוירים וועם מען פרעגט וואס זאגן אז די וואקסין איז זיכער גוט און אז זייער מיינונג איז געבויעט אויף 'ריסורטש' דערויף, ווייסן וואס זיי רעדן? קוים איז דער בריה באשאפן געווארן און שוין האסטו דאס שטודירט? שטעלט דאס נישט א קוועסשאן מארק אויף זייער באגלויבטקייט, אז מען זאל דארפן טראכטן צוויי מאל בעפאר'ן אננעמען זייערע מיינונגען בתורת גלייבן א דאקטאר?

איך פרעג באמת.


דיין שאלה קען מען באמת צוטיילען אין צוויי חלקים

1) מרנא איז א נייער סארט וואקסין, וויאזוי האט מען דאס געמאכט אזוי שנעל?
2) די קאוויד וואקסין איז ניי, וויאזוי האט מען דאס שטודירט אזוי שנעל?

די תירוץ אויף שאלה 1 איז, אז מען פארשט שוין מרנא גאר א לאנגע צייט, מילא צו זאגן אז ס'איז נישט שייך זיך צו האבן געלערנט אויף דעם, און האבן געמאכט ריסערטש איז נישט ריכטיג.

אמשול לך משל למה הדבר דומה, עס איז דא א סארט טעכנאליגיע אין רפואה, וואס הייסט CRISPR, במציאות איז נאך נישט דא קיין שום מעדיצען וואס ניצט די טעכנאליגיע, דאס מיינט נאך נישט אז מען לערנט נישט אין קאללעידזש CRISPR, ס'איז א פראגע פון צייט ביז עס וועט זיין א זאכליכע מעדיצען וואס וועט ניצן די טעכנאליגיע צו היילן יענע מעשה (און אנדערע מחלות), מילא שוין יעצט לערנט מען דאס אין די קאללעידזשעס, אזוי אז אין 10 יאר ארום, ווען עס וועט זיין רפואות וואס ניצן יא די טעכנאליגיע, וועלען אלע דאקטורים וויסן וואס דאס איז.

די זעלבע איז געווען מיט מרנא, מען האט גערעדט דערפון, און מען האט עס שוין געפארשט יארן לאנג, נאר ביז יעצט איז נאכנישט געווען קיין וואקסין וואס האט גענוצט די טעכנעלאגיע.

די תירוץ אויף שאלה 2 איז נאך פשוטער, עס איז דא הונדעטער מחלות און הונדרעטער רפואות, די מיינסט אז א דאקטער אין קאללעדזש פארברענגט חדשים לאנג אויף יעדע מחלה און אויף יעדע רפואה? נאר וואס דען טוהט ער? ער לערענט די יסודות פון די גוף, די סארט מחלות וואס זענען פארהאן, די סארט רפואות וואס זענען פארהאן, וויאזוי מען דארף דייאגנאזען, וכו' וכו', דערנאך קען גאנץ שנעל אויפפאסן יעדער מחלה און יעדער רפואה ווי ער באלאנגט.

משל למה הדבר דומה? אז ווען עס קומט ארויס א שאלה, און מען דארף א תשובה, ווי לאנג געדויערט ביז מען האט א תשובה? די תירוץ איז עס ווענדט זיך, א תלמיד חכם קען גאר שנעל האבן א תשובה, ווייל ער ווייסט אלעס ארום און ארום, משא"כ אן עם הארץ דארף זיך יעצט גיין זעצן לערנען ביז ער האט ארויס די יסודות, און ערשט דערנאך קען ער זיך דערגרינטעווען אויף די עצם שאלה.

דער זלעבע זאך דא, די דאקטער וואס קען שוין גוט די פעלד, קען שנעל וויסן אויב די וואקסין איז גוט צו נישט.

אויב די האסט נאך א שאלה, ביטע פרעג מיר.
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: די געפאר און אנשיקעניש פון היימישע קאנספיראציע טעאריקער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

שכח פאר דיין ענטפער.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
מגדים
שר חמש מאות
תגובות: 774
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 05, 2019 4:58 pm

Re: די געפאר און אנשיקעניש פון היימישע קאנספיראציע טעאריקער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מגדים »

פעיק ניוז האט געשריבן:לאמיר א מינוט רעדן פון די 'קאראנא וואקסין', בנוגע גלייבן דאקטוירים בלינדערהייט. דער קאראנא וואקסין איז א נייע בריה. עס איז געמאכט אויף גאנץ אן אנדערע מהלך ווי געווענליכע וואקסינען. קיין איין דאקטאר האט דאס נאכנישט שטודירט און באקומען א קאלעדזש דעגרי דערויף ביז היינט.

איז ווילסטו מיר זאגן אז די אלע דאקטוירים וועם מען פרעגט וואס זאגן אז די וואקסין איז זיכער גוט און אז זייער מיינונג איז געבויעט אויף 'ריסורטש' דערויף, ווייסן וואס זיי רעדן? קוים איז דער בריה באשאפן געווארן און שוין האסטו דאס שטודירט? שטעלט דאס נישט א קוועסשאן מארק אויף זייער באגלויבטקייט, אז מען זאל דארפן טראכטן צוויי מאל בעפאר'ן אננעמען זייערע מיינונגען בתורת גלייבן א דאקטאר?

איך פרעג באמת.


קודם האף איך אז די פארשטייסט אז די נייע טעכנעלאגיע איז נישט געבוירן געווארן א טאג נאך וואס קרונה איז באשאפן געווארן עס איז פשוט די ערשטע וואקסין וואס מען ניצט די טעכנעלאגיע עס צוזאמצושטעלן,
און פאקט ניצט מען עס ווייל זיי האלטן אז עס איז מער פארזיכערט
אין מען עס פארשטיין אז זאכן ווערן מער פארגעשריטן.

מען האט טאקע נישט באשטעטיגט די ערשטע וואקסין נאר נאך חדשים פראבעס.

איך פארשטיי אז מיר ישיבה גראדואירטע פארשטייען אז מען קען נאך נישט וויסן אבער די דאקטוירים וואס האבן שטודירט אין באקומען א דעגרי און ווייסן וויאזוי צו ליינען א שטודיע פארשטייען אנדערשט.

אלטס ישיבה גראדואירטער ביסטו בארעכטיגט צו האלטן וואס די האלטסט.
אוועטאר
בעסער אזוי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4617
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 11, 2020 3:00 pm
לאקאציע: אין מיין באקס

Re: די געפאר און אנשיקעניש פון היימישע קאנספיראציע טעאריקער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעסער אזוי »

;l;p-

ציפעדיג קלאר @בבקשה
(--ווערטערלאז--)
אוועטאר
מגדים
שר חמש מאות
תגובות: 774
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 05, 2019 4:58 pm

Re: די געפאר און אנשיקעניש פון היימישע קאנספיראציע טעאריקער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מגדים »

יישר כח פאר @בבקשה פארן עס ארויסברעגען נאך קלארער
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: די געפאר און אנשיקעניש פון היימישע קאנספיראציע טעאריקער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

מגדים האט געשריבן:
פעיק ניוז האט געשריבן:לאמיר א מינוט רעדן פון די 'קאראנא וואקסין', בנוגע גלייבן דאקטוירים בלינדערהייט. דער קאראנא וואקסין איז א נייע בריה. עס איז געמאכט אויף גאנץ אן אנדערע מהלך ווי געווענליכע וואקסינען. קיין איין דאקטאר האט דאס נאכנישט שטודירט און באקומען א קאלעדזש דעגרי דערויף ביז היינט.

איז ווילסטו מיר זאגן אז די אלע דאקטוירים וועם מען פרעגט וואס זאגן אז די וואקסין איז זיכער גוט און אז זייער מיינונג איז געבויעט אויף 'ריסורטש' דערויף, ווייסן וואס זיי רעדן? קוים איז דער בריה באשאפן געווארן און שוין האסטו דאס שטודירט? שטעלט דאס נישט א קוועסשאן מארק אויף זייער באגלויבטקייט, אז מען זאל דארפן טראכטן צוויי מאל בעפאר'ן אננעמען זייערע מיינונגען בתורת גלייבן א דאקטאר?

איך פרעג באמת.


קודם האף איך אז די פארשטייסט אז די נייע טעכנעלאגיע איז נישט געבוירן געווארן א טאג נאך וואס קרונה איז באשאפן געווארן עס איז פשוט די ערשטע וואקסין וואס מען ניצט די טעכנעלאגיע עס צוזאמצושטעלן,
און פאקט ניצט מען עס ווייל זיי האלטן אז עס איז מער פארזיכערט
אין מען עס פארשטיין אז זאכן ווערן מער פארגעשריטן.

מען האט טאקע נישט באשטעטיגט די ערשטע וואקסין נאר נאך חדשים פראבעס.

איך פארשטיי אז מיר ישיבה גראדואירטע פארשטייען אז מען קען נאך נישט וויסן אבער די דאקטוירים וואס האבן שטודירט אין באקומען א דעגרי און ווייסן וויאזוי צו ליינען א שטודיע פארשטייען אנדערשט.

אלטס ישיבה גראדואירטער ביסטו בארעכטיגט צו האלטן וואס די האלטסט.

לאו דוקא אלס ישיבה גראדואירטער נאר אלס דער וואס דארף עקשולי מחליט זיין צו נעמען דעם וואקסין פאר מיר אליין. קען איך זאגן אז איך בין נישט גרייט צו נעמען דעם ריסק.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

מגדים האט געשריבן:
בבקשה האט געשריבן:
לב בשר האט געשריבן:
פראקטיש האט געשריבן:
ווען "רוב דאקטורים" האבן נישט קיין אייגענע מיינונג און עקספיריענס אין די ענינים נאר פארלאזן זיך אויף די CDC וכדומה, הייסט דאס נאכאלץ "רוב דאקטורים" האלטן?

איך בין בכלל נישט אנטי, אבער איך מיין אז דעס איז א שטארקע נקודה.
קיינער פון אונז אלע דא קענען זיך נישט פרעזענליך פארלאזן אויף א גוטן דאקטער. אדרבה, פרעג א דאקטער וואס דו טראסט וואס ער האלט בנוגע וואקסינען, עטער דיך ענטפערן וואס ער האט געגוגעלט א האלבע שעה פריער... פאר די געלט קען איך אליין סירטשען אויף גוגעל און זען וואס איז ״די סטענדערט שטעלונג פון רוב דאקטורים״.


דיין דאקטער האט דיר אזוי געענטפערט? נישט מיין דאקטער, מיין דאקטער האט מיר געזאגט אז ער טוהט אסאך ריסערטש אין דעם, בעיקר כדי צו וויסן וואס צו ענטפערען ווען מענטשען קומען זאגן אז זיי האבן מורא צו געבן די וואקסין.

ואפילו נניח אז די דאקטער פארלאזט זיך בלויז אויף די CDC, די CDC באשטייט נישט פון בלויז איין דאקטער, און די FDA טוהט אויך דארך די וואקסינען, און זיי באשטייען אויך פון צענדליגער דאקטורים, חוץ מזה, דארפ׳ן וואקסינען אויך באקומען באשטעטונגען פון די ACIP, וואס באשטייט אויך נישט פון איין דאקטער, און אנדערע לענדער פארלאזן זיך נישט אויף די אמעריקאנע דאקטורים, מילא זעה איך נישט פארוואס מען זאל נישט קענען זאגן אז רוב דאקטורים האלטען אזוי.


@בבקשה, זייער קלאר גענטפערט.
איך וויל נאר צולייגן איין ביישפיל, דר. ווערצבערגער וואס האט א אפיס אין קרית יואל ער האט יא גאר אסאך עקפערטיז ווען עס קומט צו וואקסינען "אין ער פארשטייט וויאזוי צו ליינען א שטודיע בנוגע וואקסינען" ער זאגט אז ער האט דורך געקוקט אלע אינפאמאציע וואס איז דא, ווי אויך די פאקטן פון די מענטשן וואס האבן שוין באקומען די וואקסין, אזוי אויך די צוזאמשטעל און געבוי פונעם וואקסין, און ער איז זייער צופרידן, איך ווייס פערזענליך פון עטליכע עלטערע אידן וועם ער שטארק רעקאמאנדירט צו נעמען די וואקסין.

לדוגמא אזא איינער ווי דר. ווערצבערגער וואס איך קען, און איך ווייס אז ער קען גוט די נושא. זיין ווארט איז ביי מיר שטארק, און מאכט מיר זיכער מער נוטה זיין צו דער זייט.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
טישטוך
שר האלפיים
תגובות: 2608
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 28, 2017 4:13 am
לאקאציע: בין יום השביעי לששת ימי המעשה

Re: די געפאר און אנשיקעניש פון היימישע קאנספיראציע טעאריקער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טישטוך »

מענטשן כאפן נישט וויאזוי עס האט זיך אזוי אויסגעשטעלט אז עס זענען דא פילע שטעלונגען בנוגע דעם וואקסין, און די מערכה דא איז נאר אנטקעגן די קאנספיראטארן, איך וועל עס צוטיילן אין גרופעס און אזוי וועט מען האפנטליך ארויסהאבן און פארשטיין וואס דער פראבלעם איז דא, און וויאזוי קאנספיראציעס פון קריסטליכע קולטיסטן האבן זיך באקוועם געמאכט אין די אלטרא-ארטאדאקסישע לאגער, און דאס איז ווי פאלגענד:

גרופעס פון אנטי וואקסער

גרופע 1) עס זענען דא מאנכע וואס שרעקן זיך פון נעמען א וואקסין בכלליות - פארשטענדליך.
גרופע 2) עס זענען דא מאנכע וואס שרעקן זיך פון נעמען א נייע וואקסין - פארשטענדליך.
גרופע 3) עס זענען דא מאנכע וואס גלייכן קאנספיראציעס און שרעק - אומפארשטענדליך.

די ערשטע גרופע זענען מענטשן וועלכע זענען קלוג אין אלגעמיין און האבן אנגענומען א געוויסע שיטה אין לעבן און דאס איז צו לעבן נאטורליך און נישט זיך שטאפן מיט קיין וואקסינען, אבער זיי וועלן יא נעמען אנטיביאטיק און אנדערע סארטן מעדיצינען ווען זיי שפירן זיך נישט גוט, כאטש וואס עס איז נישט געזונט פארן קערפער, ווייסן זיי אבער וואו דער גרעניץ איז, הגם וואס די מער עקסטרעמע צווישן זיי וועלן נישט נעמען קיין מעדיצינען (אין מאנסי איז נפטר געווארן די פארגאנגענע וואך א ירושלימ'ער איד הר"ר *** **** ***** ז"ל וועלכער האט געלעבט צוואנציג יאר מיט יענע מחלה ל"ע און ער האט נישט גענומען קיין כימאטעראפיע נאר ער האט זיך געהיילט נאטורליך).

די צווייטע גרופע זענען מענטשן וועלכע האבן נישט קיין אישו מיט א וואקסין, נאר זיי ווילן נישט נעמען עפעס וואס זיי ווייסן נישט וואס דאס איז, די סארט געדאנקענגאנג איז זייער מצוי ביי היימישע אידן וועלכע ווערן אויפגעצויגן אויפן מהלך פון 'לאז זיך נישט נארן' און דעריבער ווילן זיי דערגרינטעווען וואס עס גייט פאר אונטער די קוליסן (דאס איז אויך די סארט מענטשן וועלכע וועלן אריינלייגן אין וועבזייטלעך פאלשע אינפארמאציע אנשטאט זייער געהעריגע נאמען - ווייל זיי ווילן זיין אויף די זיכערע זייט).

די דריטע גרופע זענען פון די וועמען ר' איציקל זצ"ל האט גערעדט ווען ער האט געזאגט אז דער יצה"ר האט זיך זיינע חאניאקעס וועלכע שטייען גרייט צו שטערן דעם בעה"ב וואס כאפט א גוטע מינוט.

דא אין אונזער תקופה הערשט א צעמישעניש וואס דאס האט געמאכט אז די מענטשן פון די ערשטע גרופע זאלן זיך אנרופן צום ערשט אז כאטש וואס עס איז דא א וויירוס וועלן זיי ענדערש ווארטן אויף א נאטורליכער היילונג און זיי וועלן נישט ארייננעמען א נייע וואקסין.

די צווייטע גרופע האט געזאגט אז זיי וועלן ווארטן און זען וואס עס וועט זיך דא אויסלאזן מיט דעם וואקסין, און דאן וועלן זיי באשליסן לויט די דאטא וואס עס וועט דעמאלטס זיין, אויב זיי ווילן נעמען דעם וואקסין.

אבער די דריטע גרופע, זיי האבן געטוישט זייער נוסח א גאנצן צייט.

אין אנהויב האבן זיי געשריגן אז דאס איז א געפלאנטער וויירוס וואס די רעגירונגען האבן געמאכט כדי צו קריגן קאנטראל איבער די וועלט, אנדערע האבן געשריגן אז זיי ווילן דערמיט אויסהארגענען א באדייטנדער טייל פון די וועלטס פאפולאציע, די ראיה צו זייערע רייד איז געווען "אויב ווילן זיי אונז נישט הארגענען, דאן וואו איז דער וואקסין?!" און ווען עס איז ערשינען דער וואקסין האבן זיי געטוישט נוסח, זיי האבן אנגעהויבן זאגן אז די וואקסין וועט גאר זיין דאס וואס וועט אויסהארגענען די וועלט און פארמינערן די צאל פון ניי געבוירענע, אויך האבן זיי געשריגן אז דאס קומט פון די ליבעראלן וועלכע גלייבן נישט אז דער באשעפער פירט די וועלט...

אבער וואס זיי ווייסן נישט איז, אז דאס וואס זייער אינפארמאציע איז אזוי שטארק קעגן די ליבעראלן איז נאר וויבאלד זייערע פינסטערע קאנספיראציעס האבן זיי געשנארעט פון די גאר פאנאטישע קריסטן וועלכע האסן די ליבעראלן (און אידן) אויף א געפערליכן שטייגער און דעריבער זענען זיי אויסן אראפצורייסן די ליבעראלן אויף יעדע סארט וועג וואס עס איז נאר שייך, הגם דער אינגערמאן קאנספיראטאר ווייסט אויך נישט אז זיין אנעמפלוימענט און פוד סטעמפס און אויך זיין סעקשן עיט קומען פון די פארשאלטענע ליבעראלן, אבער ווען דו וועסט אים דאס אויפמערקן בלויז מיטן ציל אים צו ווייזן אז אויב וויל ער זיין אמת'דיג מיט זיך אליין, וועט ער אנטפלעקן א שמייכל און זאגן אונטער די נאז "אז זיי טיילן נעמען מיר"...

יעצט, די דעבאטע זאל ביטע נישט ווערן איבער ליבעראלן און קאנסערוואטיוון ווייל איבער דעם איז שוין פיל טינט פארגאסן געווארן דא אויף אייוועלט און קיינער איז נאכנישט קלוגער געווארן, לאמיר זיך באהעפטן צום עיקר נקודה.

די היימישע קאנספיראציע טעאריקער וועלכע זייען אן טעראר איבעראל זענען ממש א מיעוט שבמיעוט, אבער וויבאלד זיי גלייכן איבערקערענישן האבן זיי אצינד געטראפן דאס ארט וואו צו אנזייען שרעק, ווייל די אויבנדערמאנטע צוויי גרופעס זענען אויך היבש אומרואיג מיטן וואקסין, און דעריבער קענען זיי באשטיין צו הערן, אנדערש ווי שטענדיג ווען זיי האבן אפגעווארפן די עקלדיגע סיקריקים פון זייער געגנווארט. יעצט אין די צומישטע קאראנע צייטן האבן זיך די פאולס פון די קאנספיראטארן געהויבן און זיי האבן געקריגן מאמענטום וואס זיי נוצן אויס כדי צו דערקוטשען די נארמאלע באזעסענע געזעלשאפט. צום רב שרייען זיי אז מען טאר נישט נעמען דעם וואקסין און זיי ברענגען ראיות פון די תורה און צום בעה"ב שרייען זיי אז זיי האבן אינפארמאציע. אזוי אויך טעראריזירן זיי די פרויען וועלכע ווערן שנעלער דערשראקן און אויך טוען זיי מיט א געמיינע בארבארישקייט ארומרופן צום עלטערן דור זיך נישט קימערנדיג וויפיל זיי האבן שוין מיטגעמאכט און וויפיל זיי קוקן שוין ארויס אויף דעם וואקסין.

(מיר האט באוואויגן אנצוהויבן א קאנטער אטאקע קעגן זיי וויבאלד איך האב פערזענליך מיטגעהאלטן מיט מיין זיידע עמו"ש וועלכער איז שוין געווען פארשפארט פאר צוועלף חודשים ווי ער האט זיך געגרייט צו נעמען דעם וואקסין מיט א פרישקייט, די נייעס אז עס איז שוין דא א היילונג צו קאראנע האט אים אויפגעלעבט, און דאן האט ער געקריגן א ראבא-קאלל פון דעם חכם פון מאנסי וואס האט אים געסטראשעט אז ער וועט שטארבן, הערשט נאך וואס איך האב ערלעדיגט אז א דאקטאר און א רב זאלן אים בארואיגן און הייסן נעמען דעם וואקסין האט ער מסכים געווען עטוואס צו אפאטעמען, און וואס מיינט איר? מיין מומע וויל מער נישט רעדן מיט מיר ווייל איך הארגע איר טאטן...)

עס דארף ארויסקומען א קול קורא פון ערנסטע רבנים וועלכע שטייען מיט ביידע פיס אויף דער וועלט, וואס זאל שרייבן עמטליך און קלאר זייער מיינונג איבערן וואקסין, אבער וויכטיגער פון דעם ברויך מען זען אז די קאנספיראציע טעאריקער זאלן איגנארירט ווערן און שטיל ווערן, ווייל עס איז סכנת נפשות.

ביטע נאר מגיב זיין אויב איר האט דורכגעליינט פון אנהויב ביזן ענדע...
אחד הרבנים
שר האלף
תגובות: 1284
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 09, 2019 10:34 pm

Re: די געפאר און אנשיקעניש פון היימישע קאנספיראציע טעאריקער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אחד הרבנים »

טישטוך האט געשריבן:(אין מאנסי איז נפטר געווארן די פארגאנגענע וואך א ירושלימ'ער איד הר"ר... ז"ל וועלכער האט געלעבט צוואנציג יאר מיט יענע מחלה ל"ע און ער האט נישט גענומען קיין כימאטעראפיע נאר ער האט זיך געהיילט נאטורליך).

ביטע נאר מגיב זיין אויב איר האט דורכגעליינט פון אנהויב ביזן ענדע...

דורכגעליינט די גאנצע.
זייטס אזוי גוט און ברענגט נישט נאך אזא מעשה. אז די נער׳ישקייט איז געלונגען מיינט נאך נישט אז מען מעג דאס טון. אויב האט איר טענות אויף יענעם ראבא קאל וואס האט צוריק געהאלטן אייער זיידע פון נעמען דעם וואקסין, וועלן אנדערע יודן מיט משפחה וואס האבן ל״ע יענע מעשה האבן טענות אויף אייך פארן ברענגען א מעשה וואס קען צוריק האלטן מענטשען פון נעמען נויטיגע רפואות.
Programming
שר שלשת אלפים
תגובות: 3152
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 16, 2017 8:53 pm

Re: די געפאר און אנשיקעניש פון היימישע קאנספיראציע טעאריקער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Programming »

מאן יימר עס איז געלונגען? מעגליך ער האט געהאט א גרינגע פאל וואס וועלט געקענט גרינג געהיילט ווערן מעדיציניש און לעבן נאך 50 יאר.

איך האב נישט קיין אנונג וואס און ווער, נאר א רומאר אויף א פארום אפילו מיט א נאמען מיינט זילטש.
צו לייקן אדער דיסלייקן די תגובה, מאכט א רייט קליק אויף די ווייסע קעסטל נעקסט צו די טיים סטעמפ העכער די תגובה און קאפי'ט די לינק אדרעס. אלע 5'ס (5, 15, 25, 105, 1005 א.א.וו.) זענען לייקס, 10'ס (10, 100, 1000 א.א.וו.) זענען דיסלייקס.
אוועטאר
טישטוך
שר האלפיים
תגובות: 2608
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 28, 2017 4:13 am
לאקאציע: בין יום השביעי לששת ימי המעשה

Re: די געפאר און אנשיקעניש פון היימישע קאנספיראציע טעאריקער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טישטוך »

Programming האט געשריבן:מאן יימר עס איז געלונגען? מעגליך ער האט געהאט א גרינגע פאל וואס וועלט געקענט גרינג געהיילט ווערן מעדיציניש און לעבן נאך 50 יאר.

איך האב נישט קיין אנונג וואס און ווער, נאר א רומאר אויף א פארום אפילו מיט א נאמען מיינט זילטש.

עס קען זיין, איך האב אים גוט געקענט פערזענליך און איך האב נישט געוואלט אנהויבן א שמועס איבער קענסער.

לאמיר זיך האלטן צו די וואקסינען און צו די קאנספיראציעס.
פראקטיש
שר חמשת אלפים
תגובות: 5517
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2020 5:47 pm

Re: די געפאר און אנשיקעניש פון היימישע קאנספיראציע טעאריקער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פראקטיש »

טישטוך האט געשריבן:מענטשן כאפן נישט וויאזוי עס האט זיך אזוי אויסגעשטעלט אז עס זענען דא פילע שטעלונגען בנוגע דעם וואקסין, און די מערכה דא איז נאר אנטקעגן די קאנספיראטארן, איך וועל עס צוטיילן אין גרופעס און אזוי וועט מען האפנטליך ארויסהאבן און פארשטיין וואס דער פראבלעם איז דא, און וויאזוי קאנספיראציעס פון קריסטליכע קולטיסטן האבן זיך באקוועם געמאכט אין די אלטרא-ארטאדאקסישע לאגער, און דאס איז ווי פאלגענד:

גרופעס פון אנטי וואקסער

גרופע 1) עס זענען דא מאנכע וואס שרעקן זיך פון נעמען א וואקסין בכלליות - פארשטענדליך.
גרופע 2) עס זענען דא מאנכע וואס שרעקן זיך פון נעמען א נייע וואקסין - פארשטענדליך.
גרופע 3) עס זענען דא מאנכע וואס גלייכן קאנספיראציעס און שרעק - אומפארשטענדליך.

די ערשטע גרופע זענען מענטשן וועלכע זענען קלוג אין אלגעמיין און האבן אנגענומען א געוויסע שיטה אין לעבן און דאס איז צו לעבן נאטורליך און נישט זיך שטאפן מיט קיין וואקסינען, אבער זיי וועלן יא נעמען אנטיביאטיק און אנדערע סארטן מעדיצינען ווען זיי שפירן זיך נישט גוט, כאטש וואס עס איז נישט געזונט פארן קערפער, ווייסן זיי אבער וואו דער גרעניץ איז, הגם וואס די מער עקסטרעמע צווישן זיי וועלן נישט נעמען קיין מעדיצינען (אין מאנסי איז נפטר געווארן די פארגאנגענע וואך א ירושלימ'ער איד הר"ר *** **** ***** ז"ל וועלכער האט געלעבט צוואנציג יאר מיט יענע מחלה ל"ע און ער האט נישט גענומען קיין כימאטעראפיע נאר ער האט זיך געהיילט נאטורליך).

די צווייטע גרופע זענען מענטשן וועלכע האבן נישט קיין אישו מיט א וואקסין, נאר זיי ווילן נישט נעמען עפעס וואס זיי ווייסן נישט וואס דאס איז, די סארט געדאנקענגאנג איז זייער מצוי ביי היימישע אידן וועלכע ווערן אויפגעצויגן אויפן מהלך פון 'לאז זיך נישט נארן' און דעריבער ווילן זיי דערגרינטעווען וואס עס גייט פאר אונטער די קוליסן (דאס איז אויך די סארט מענטשן וועלכע וועלן אריינלייגן אין וועבזייטלעך פאלשע אינפארמאציע אנשטאט זייער געהעריגע נאמען - ווייל זיי ווילן זיין אויף די זיכערע זייט).

די דריטע גרופע זענען פון די וועמען ר' איציקל זצ"ל האט גערעדט ווען ער האט געזאגט אז דער יצה"ר האט זיך זיינע חאניאקעס וועלכע שטייען גרייט צו שטערן דעם בעה"ב וואס כאפט א גוטע מינוט.

דא אין אונזער תקופה הערשט א צעמישעניש וואס דאס האט געמאכט אז די מענטשן פון די ערשטע גרופע זאלן זיך אנרופן צום ערשט אז כאטש וואס עס איז דא א וויירוס וועלן זיי ענדערש ווארטן אויף א נאטורליכער היילונג און זיי וועלן נישט ארייננעמען א נייע וואקסין.

די צווייטע גרופע האט געזאגט אז זיי וועלן ווארטן און זען וואס עס וועט זיך דא אויסלאזן מיט דעם וואקסין, און דאן וועלן זיי באשליסן לויט די דאטא וואס עס וועט דעמאלטס זיין, אויב זיי ווילן נעמען דעם וואקסין.

אבער די דריטע גרופע, זיי האבן געטוישט זייער נוסח א גאנצן צייט.

אין אנהויב האבן זיי געשריגן אז דאס איז א געפלאנטער וויירוס וואס די רעגירונגען האבן געמאכט כדי צו קריגן קאנטראל איבער די וועלט, אנדערע האבן געשריגן אז זיי ווילן דערמיט אויסהארגענען א באדייטנדער טייל פון די וועלטס פאפולאציע, די ראיה צו זייערע רייד איז געווען "אויב ווילן זיי אונז נישט הארגענען, דאן וואו איז דער וואקסין?!" און ווען עס איז ערשינען דער וואקסין האבן זיי געטוישט נוסח, זיי האבן אנגעהויבן זאגן אז די וואקסין וועט גאר זיין דאס וואס וועט אויסהארגענען די וועלט און פארמינערן די צאל פון ניי געבוירענע, אויך האבן זיי געשריגן אז דאס קומט פון די ליבעראלן וועלכע גלייבן נישט אז דער באשעפער פירט די וועלט...

אבער וואס זיי ווייסן נישט איז, אז דאס וואס זייער אינפארמאציע איז אזוי שטארק קעגן די ליבעראלן איז נאר וויבאלד זייערע פינסטערע קאנספיראציעס האבן זיי געשנארעט פון די גאר פאנאטישע קריסטן וועלכע האסן די ליבעראלן (און אידן) אויף א געפערליכן שטייגער און דעריבער זענען זיי אויסן אראפצורייסן די ליבעראלן אויף יעדע סארט וועג וואס עס איז נאר שייך, הגם דער אינגערמאן קאנספיראטאר ווייסט אויך נישט אז זיין אנעמפלוימענט און פוד סטעמפס און אויך זיין סעקשן עיט קומען פון די פארשאלטענע ליבעראלן, אבער ווען דו וועסט אים דאס אויפמערקן בלויז מיטן ציל אים צו ווייזן אז אויב וויל ער זיין אמת'דיג מיט זיך אליין, וועט ער אנטפלעקן א שמייכל און זאגן אונטער די נאז "אז זיי טיילן נעמען מיר"...

יעצט, די דעבאטע זאל ביטע נישט ווערן איבער ליבעראלן און קאנסערוואטיוון ווייל איבער דעם איז שוין פיל טינט פארגאסן געווארן דא אויף אייוועלט און קיינער איז נאכנישט קלוגער געווארן, לאמיר זיך באהעפטן צום עיקר נקודה.

די היימישע קאנספיראציע טעאריקער וועלכע זייען אן טעראר איבעראל זענען ממש א מיעוט שבמיעוט, אבער וויבאלד זיי גלייכן איבערקערענישן האבן זיי אצינד געטראפן דאס ארט וואו צו אנזייען שרעק, ווייל די אויבנדערמאנטע צוויי גרופעס זענען אויך היבש אומרואיג מיטן וואקסין, און דעריבער קענען זיי באשטיין צו הערן, אנדערש ווי שטענדיג ווען זיי האבן אפגעווארפן די עקלדיגע סיקריקים פון זייער געגנווארט. יעצט אין די צומישטע קאראנע צייטן האבן זיך די פאולס פון די קאנספיראטארן געהויבן און זיי האבן געקריגן מאמענטום וואס זיי נוצן אויס כדי צו דערקוטשען די נארמאלע באזעסענע געזעלשאפט. צום רב שרייען זיי אז מען טאר נישט נעמען דעם וואקסין און זיי ברענגען ראיות פון די תורה און צום בעה"ב שרייען זיי אז זיי האבן אינפארמאציע. אזוי אויך טעראריזירן זיי די פרויען וועלכע ווערן שנעלער דערשראקן און אויך טוען זיי מיט א געמיינע בארבארישקייט ארומרופן צום עלטערן דור זיך נישט קימערנדיג וויפיל זיי האבן שוין מיטגעמאכט און וויפיל זיי קוקן שוין ארויס אויף דעם וואקסין.

(מיר האט באוואויגן אנצוהויבן א קאנטער אטאקע קעגן זיי וויבאלד איך האב פערזענליך מיטגעהאלטן מיט מיין זיידע עמו"ש וועלכער איז שוין געווען פארשפארט פאר צוועלף חודשים ווי ער האט זיך געגרייט צו נעמען דעם וואקסין מיט א פרישקייט, די נייעס אז עס איז שוין דא א היילונג צו קאראנע האט אים אויפגעלעבט, און דאן האט ער געקריגן א ראבא-קאלל פון דעם חכם פון מאנסי וואס האט אים געסטראשעט אז ער וועט שטארבן, הערשט נאך וואס איך האב ערלעדיגט אז א דאקטאר און א רב זאלן אים בארואיגן און הייסן נעמען דעם וואקסין האט ער מסכים געווען עטוואס צו אפאטעמען, און וואס מיינט איר? מיין מומע וויל מער נישט רעדן מיט מיר ווייל איך הארגע איר טאטן...)

עס דארף ארויסקומען א קול קורא פון ערנסטע רבנים וועלכע שטייען מיט ביידע פיס אויף דער וועלט, וואס זאל שרייבן עמטליך און קלאר זייער מיינונג איבערן וואקסין, אבער וויכטיגער פון דעם ברויך מען זען אז די קאנספיראציע טעאריקער זאלן איגנארירט ווערן און שטיל ווערן, ווייל עס איז סכנת נפשות.

ביטע נאר מגיב זיין אויב איר האט דורכגעליינט פון אנהויב ביזן ענדע...



א גוטן פורים.

טישטוך, ס'איז נישטא קיין moji ווי מ'גיט איינעם א ציפ אין בעקל, אבער מחשבה טובה הקב"ה מצרפה למעשה.

יעדעס ווארט דיינע איז אמת ויציב.

זאל דער אויבערשטער אונז אלע אויפרעכטן בזכות מרדכי ואסתר בימים ההם בזמן הזה.

זייטס פרייליך יעדער איינער.
שרייב תגובה

צוריק צו “אקטועלע נייעס”