ובאו כולם בברית יחד נעשה ונשמע אמרו כאחד כאיש אחד בלב אחד לשוש ולשמוח בשמחת התורה
"שישו ושמחו בשמחת תורה כי היא לנו עוז ואורה"
שטייענדיג שוין א מעת לעת נאך די היסטארישע מעמד קדוש חגיגת הכנסת ספר תורה דורך אבינו רועינו עט"ר הוד כ"ק מרן רבינו הגאון הקדוש שליט"א קען מען שוין אביסל צוזאמנעמען די מוחות נאכן מיטלעבן דעם היסטארישען מעמד וואס וועט נישט פארגעסן ווערן פון די רבבות אלפי המשתתפים, די הארץ איז איבערגעפולט מיט רגשי הלב!! איבערצוגעבן א באריכט -פאר די רבבות ישראל וואס האבן געהאט די זכיה דאס מיטצולעבן פעלט עס נישט אויס, און פאר ווער סאיז נישט דארט געווען איז סייווי נישט מעגליך אבער די טריקענע פאקטן דברים כהוויתן וועל מיר פראובירן איבערצוגעבן אביסל.
קדוש קדוש יאמרו לו אשרי עין ראתה את אלה
וואויל זענען די אויגן וואס האבן זוכה געווען צו זעהן די ליבשאפט פונעם רבן של ישראל כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א וואס זיצט און הארעוועט און איז זיך מיגע שוין זיבעציג יאר מיט די תורה יומם ולילה, לעבט מיט די תורה, מקושר צו די הייליגע תורה!!
"מרישא ועד גמירא געווען א חטיבה אחת פון דביקות, געגועים, התרוממות הנפש, והתרגשות דקדושה, מיט התלהבות'דיגע שמחת התורה, ווי יו"ט שבועות ושמחת תורה"
ארום 2:00 איז די רבי ערשינען אינעם נייעם תנאים זאל "פרדס פנחס" בביתו נאוה קודש מרביה"ק זי"ע אויף אוהעל קט. ווי עס איז פארגעקומען די פריוואטע מעמד מסיבת לחיים געאייגענט פאר די משפחת המלוכה ורבני ודייני קהלתינו הק' אינאיינעם מיט ראשי קהלתינו הק' ונגידי בעם די בכל אתר ואתר ווי מען האט געזינגן ווארימע נגינונים פון קבלת התורה די התעוררות איז געווען אויפן העכסטן שטאפל ווי שבועות ביי אהבה רבה דערנאך האט די רבי געטרינקן לחיים און געווינטשן פארן ציבור הנאספים און דערנאך משמיע געווען ווארימע דב"ק בעניני הכנסת ספר תורה און ביים סוף דב"ק מיט א קול געשטיקט פון טרערן זיך צו-וויינט און געבעטן ביים רבש"ע זוכה זיין צו יגיעות התורה הבנת התורה און צו ערליכע דורות ישרים מבורכים.
די ווארימע מעמד איז מיטגעהאלטן געווארן דורך די טויזענטער אנ"ש דורך די מאנסטערישע ספיקערס וואס איז געווען אויסגעלייגט אויף גאנץ אוהעל קט. און גארפיעלד,
נאך די דב"ק האט מען ממשיך געווען מיט ווארימע נגינונים און דערנאך האט די ציבור אויסגעבראכן מיט פייערדיגע ריקודין בשעת ווען די רבי האט איבערגענומען דעם הייליגן תורה און זיך ארויסגעלאזט און פייערדיגע ריקודי קודש נאך אפאר מינוט האט די רבי איבערגעגעבן די תורה פאר אחיו כ"ק הגה"צ אב"ד 15 שליט"א וועלעכע האט ארויסגעפירט די תורה פונעם זאל, די רבי איז ארויף אויבן און ארויסגעפורט די תורה בתיפום ובמחולת אויפן טראסע פון ביתו נאוה קודש און אנגעהויבן טאנצן מיט די תורה אהין און צוריק מיט גרויס התלהבות, בשעת טויזענטער אידן שטייען ארום ביתו נאוה קודש און אויף די הויכשאקיגע פארענטשעס -טראץ די רעגן- צוקיקענדיג צו די עבודת הקודש, דערנאך האט די רבי איבערגעגעבן די תורה פאר כ"ק אדמו"ר מבית יצחק ספינקא שליט"א דערנאך פאר מורינו הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א פאר אחיו כ"ק הרה"צ אב"ד 15 שליט"א פאר הגה"צ דומ"ץ ק"י שליט"א פאר הרה"צ ר' אהרן מענדל טערווערסקי בנו הגדול פון האדמו"ר מסקווירא און דערנאך פאר בני וחתני רבינו, ובני האדמו"ר מסקווירא.
די רבי האט איבערגענומען די תורה און איז ארויף אויפן פראכטפולן חופה אויפגעשטעלט אויף א ספעציעלע פלאטפארמע אז די ציבור זאל קענען מיטהאלטן, די רבי האט געטאנצן עטליכע מינוט און דערנאך מכבד געווען רבני ודייני קהלתינו הק' צו טאנצן מיטן תורה אויפן וועג ביזן ביהמ"ד.
ארום 3:30 האט מען דערגרייכט דעם ביהמ"ד ווי עס איז פארגעקומען די מעמד נרגש פון קבלת התורה דורך רבבות תשב"ר במוסדותינו הק' פון איבער גרעיטער ניו יארק בשעת ווען אויף די טרעפ פון די ביהמ"ד שטייען אויסגעשורהט אריבער 100 ספרי תורה פון קרית יואל מקבל פנים צו זיין "דעם רבינס תורה" געהאלטן דורך די זקני ופני העדה חברי "חבורות אהבת קדומים", די רבי איז ארויף אויף די ספעציעלע בימה ווי "די עלטסטע מלמד אין סאטמאר" הרה"ג הישיש ר' עקיבא'לע גאנץ לאורך ימים, איז אנוועזנד געווען וועלכע איז מיט זיינע שוואכע כוחות געקומען מיטהאלטן די געהויבענע מעמד, און די רבי האט אים געגעבן מנשק צו זיין דעם ספר תורה, און דערנאך זיך ארויסגעלאזט און פייערדיגע ריקודי קודש "שישו ושמחו בשמחת התורה" אויף לענגערע מינוטין דערנאך האבן די טויזענטער קינדער געזינגן "והערב נא" "והאר עינינו" און נאך ווארימע נגונים,
*והערב נא ה' אלוקינו את דברי תורתך בפינו, ובפיות עמך בית ישראל, ונהיה אנחנו וצאצאינו וצאצאי צאצאינו וצאצאי עמך בית ישראל, כלנו יודעי שמך ולומידי תורתך לשמה*
*שאי שערים ראשיכם ושאי פתחי עולם ויבוא מלך הכבוד*
די שמחה און התרגשות האט מען געקענט טאפן אין די לופטן, אלע ברענטשעס מיט אלע פליגלן פונעם גיגאנטישן ביהמ"ד איז געווען שווארץ איבערגעפולט עד אפס מקום רבבות אלופי אלפי ישראל זענען געווען צונויפגעפרעסט, וינועו אמות הסיפים ווען דער רבי איז אריינגעקומען אינעם ביהמ"ד מיט די ספר תורה אין דער האנט, אינגעלייגט האבן אויפגעהויבן זייערע קינדער אויפן אקסעל צו קענען כאפן א בליק אויפן צדיק, בשעת די ביהמ"ד הייבט זיך און פייערדיגע הקפות און די רבי טאנצט ארום די ביהמ"ד ווי שמח"ת ברשפי אש קודש,
נאך א לענגערע צייט טאנצן איז די רבי ארויף אויפן בימה ווי מען האט געזינגן ווארימע ניגוני קבלת התורה בשעת די רבי האלט די תורה אין די הענט און וויינט בבכיות "והאר עינינו בתורתך" צווישן אנדערע האט מען געזינגן דעם גאנצן אהבה רבה ווי יו"ט שבועות.
דאן האט די רבי אויפגעטרעטן מיט פייערדיגע דברות קודש, די רבי האט געטייטש לעיני כל ישרא"ל, איז די אותיות פון די אבות הק' און אז מיר גלייבן וואס שטייט אין זוהר אז די אבות הק' קומען אראפ זיך פרייען בשמחת צאצאיהם און זיי זענען אויך דא, אוי ווי נעמט מען די פעדער צו באשרייבן וויאזוי דער עמוד צלותהון פון כלל ישראל שטייט און בעט זיך ביים רבש"ע כבן המתחטא לפני אביו, "באשעפער העלף מיר ונהיה אני וצאצאי וצאאי צאצאי כולנו יודעי שמיך ולומדי תורה לשמה" "איך זאל קענען ווייטער זיצן באהלה של תורה, מרביץ תורה זיין לאסוקי שמעתתא אליבא דהילכתא" דערנאך האט די רבי אויסגענוצט די צייט מעורר צו זיין אז יעדער זאל זיך מקבל זיין גוטע קבלות, "מיר דארפן ממשיך זיין די דרך אבותינו ורבותינו בלי שום שינוי, הן בחינוך הבנים, והן בחינוך הבנות." נישט האבן קיין כלים מיט וואטסעפ"פ וכדו' און מעורר געווען די עזרת נשים איבער אלע עניני צניעות, און ארויסגעברענגט אז די פרוי קען זיין א "עקרת" הבית אדער א "עוקרת" הבית, עס ווענדט זיך אלעס אין איר הנהגה וויאזוי זי פירט זיך אויף.
און געווינטשן גאר אסאך ברכות לרוב אין יעדע הינזיכט, און פארטייטש וואס דאס האט מיט די שמחת התורה.
דערנאך האט מען ממשיך געווען מיט ניגוני התעוררות "אם מצאתי חן בעיניך בעיניך המלך תנתן לי נפשי בשאלתי ועמי בבקשתי" "השתדלו והרבו תחינה לפני מלך קל רם ונשא"
נאכן זיך אויסוואשן דאס הארץ האט דער גאנצער עולם אין שפיץ פון רבין אויסגעבראכן אין הייליגע רוקידין "שישו ושמחו בשמחת תורה כי היא לנו עוז ואורה" "אנא עבדא דקושא ברוך הוא דסגידנא קמיה ומקמיה דיקר אוריתיה בכל עידן ועידן" "וטהר לבינו לעבדך באמת" "יהא רעווא קדמך דתפתח לבאי באוריתא" און דאן די "זעקסטע הקפה" נאך א לענגערע צייט טאנצן איז די רבי ארויף אויפן פלאטפארמע ווי עס איז געווען די ארון קודש און אויסגעבראכן און פייערדיגע רוקדי קודש אויפן "זיבטען הקפה" בהתרגשות ובשמחה עילאה, מה נהדר היה המראה ווען די רבי האט זיך אויסגעדרייט מיטן ספר תורה אין די הענט, צום אפענעם ארון קודש, און זיך אריינגעווארפן אינעם ארון קודש, און ווארפט זיך פאר געוויין, מיט בכיות כבן המתחטא אצל אביו, בשעת מען זינגט די טל ניגון פון הרה"ק רבי מענדעלע מרימונוב, דערנאך בשעה 5:45 האט די רבי פארגעזאגט לדוד מזמור מיט גרויס התעוררות, דערנאך איז געווען מנחה, ברוב עם הדרת מלך.
*אשרי עין ראתה קהל קדושים רוגשים בשמחת התורה ובשמחת רבינו*
*ועשה אותו יום משתה ושמחה*
*וישא אהרן את ידיו על העם ויברכם*
*וידבר אלי זה השלחן אשר לפני ה'*
נאך מנחה איז צוגעשטעלט געווארן די סעודות לגמרה של תורה פארן ברייטן ציבור עקסטער פאר 'אהבת קדומים' אין די פאליש שע"י ביהמ"ד הגדול פאר די אברכים ובעלי בתים אינעם מבצר הכוללים פאר בחורי חמד אינעם היכל התורה, במשך די שעה זענען די רבבות ישראל אריבער וואונטשן ברכת מזל טוב פארן גרויסן בעל שמחה רבינו שליט"א ווי די שורות האבן זיך געצויגן אין גאס ביזן 'חדר דוד' ווי די אידן זענען אריין מיט א הייליגע ציטער וואונטשן מז"ט.
ביים זמן מעריב האט מען געדאווענט מעריב ברוב עם אינעם היכל הביהמ"ד בשעת מען ווארט מקבל פנים צו זיין די גרויסע בעל שמחה ומנהיג העדה, נאך מעריב האט אויפגעטרעטן מיט דברי בדחנות לכבוד שושן פורים הרה"ג ר' אברהם מדרכי מאלך ארום 7:30 איז די רבי ערשינען אינעם ביהמ"ד ווי מען האט זיך נאכאמאל ארויסגעלאזט אין פייערדיגע רוקידין בשמחת התורה די רבי האט זיך געוואשן צום סעודה לגמרה של תורה וסעודת שושן פורים במשך די סעודה האט די בעל מנגן ר' ישראל אדלער משמיע געווען ווארימע דברי חריזון לכבוד התורה,
ביי די דב"ק נאך לענגערע דברי דרוש ופלפול בעניני הכנסת ספר תורה האט די רבי נאכאמאל מתפלל געווען א הארציגע בקשה "אנא ה' הושיעה נא, אנא ה' הצליחה נא" אז מזאל קענען זיצן בבית ה' כל ימי חיי, און עוסק זיין בתורה, און א בקשה אויף די קינדער און אייניקליך "ויהיה זרעי וזרע זרעי תלמידי חכמים". "הנטפל לעושי מצוה הרי הוא כעושה מצוה" דערנאך האט די רבי געזאגט אז די אלע באטייליגטע זענען אזויווי די עושי מצוה און אלע ברכות וסגולות וועט אויך חל זיין לנטפל לעושי מצוה, דערנאך האט די רבי דערמאנט די שווער יאר וואס איז דורך פאר כלל ישראל וואס האט זיך אנגעהויבן א יאר צוריק און ארויסגעברענגט לשבח די מסי"נ פון אידן מקיים צו זיין די מצוות, לערנען און דאווענען מיט מנין, טראץ אלע שוועריקייטן וואס מהאט פארשפארט די בתי מדרשות, ישיבות, בתי חינוך לבנים ולבנות, ווי די רבי האט געזאגט מיט א קול געשטיקט פון טרערן "..כגעדענק איך בין אריינגעקומען אין דעם בנין אין יענע שווערע זמנים סגעווען פארשפארט *כהאב מיר ציוויינט* דא אין ביהמ"ד דאווענען יעדן טאג 2000 אידן שחרית מלערנט מדאווענט, תורה עבודה גמ"ח, 'איך בין אריינגעקומען אין ביהמ"ד סאיז געווען פארשלאסן און פארזיגלט "דאס הארץ האט געריסן" נאך א יאר צייט דארף מען ארויסברענגן לזכות פון אידישע קינדער וואס האבן מקיים געווען די מצוות ה' במסי"נ, און דערנאך געוואונטשן לענגערע ברכות קודש בפרט פאר די אידן וואס דארפן געהאלפן ווערן מיט זרע של קיימא מקושר צו עניני הכנסת ספר תורה.
דערנאך האט ר' ישראל אדלער נאכאמאל פארגעזונגן דברי חריזון איבער די מנחת בכורים וואס איז געשאנקן געווארן פארן רבין לקראת יום שמחת לבו פון אזויפיל ווי אריבער "זעכציג טויזענט שעות רצופות" פון אלפי בחורי אנ"ש די בכל אתר ואתר, קבלות טובות פון אריבער "צוויי אהאלב טויזענט" תשב"ר פון כתות ו' ז' ח' במוסדותינו הק', קבלות טובות פון אריבער "פינעף טויזענט" תלמידי בית רחל במוסדותינו הק' -וואס איז געשאנקן געווארן אלס מנחת בכורים פאר אבינו רועינו הוד כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א לרגל יום שמחת לבו בחגיגת "הכנסת ספר תורה"
די שענסטע מתנות צו שענקן פארן צדיק -לשמוח בשמחתו ולהחיות נפשו הטהורה- וועלעכע לערנט און חזרט די תלמידים כסדר "תורה תורה וקבלות טובות"!!!
דערנאך האט די רבי משמיע געווען דברות קודש -ביי די דב"ק האט די רבי דערמאנט די גרויסקייט פון די מתנות פון די תלמידים הקראוים בנים, און מכבד געווען אלע אידן וואס האבן שוין מקיים געווען "מצוות כתיבת ס"ת" צוזאמצונעמען געלט פאר קופת רבינו 'אבני חסד' ווי יאר יערליך ביים שושן פורים טיש, דערנאך האט די בדחן הרב אברהם מדרכי מאלך נאכאמאל אויפגעטרעטן מיט דברי בדחנות.
אשרי עין ראתה את כל אלה!!!אשרי לנו!! וואויל איז אונז!!
אשרינו מה טוב חלקינו צו זיין א חלק פון אזא קהילה!! מיט אזא רבי!!
"אשרי העם שככה לו אשרי העם שה' אלוקיו"
"עליונים ששו ותחנונים עלזו בקבלת תורה מסיני"
*מי שלא ראה שמחה זו לא ראה שמחה מימיו*
יהו"ר שמשחה זו ישפע שפע רב לנו ולכל ישראל!!