הכנסת ספר תורה פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר מהר"א שליט"א

אחראי: יאנאש

אוועטאר
maybeeynot
שר חמשת אלפים
תגובות: 5443
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 10, 2012 2:34 pm
לאקאציע: ווי איך שטעק אריין מיין נאז

Re: הכנסת ספר תורה פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר מהר"א שליט"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך maybeeynot »

איינער ווייסט צי די רבי האט טאקע אנגעטוען א נייע טלית מאנטאג צי די שהחיינו מקען נישט מאכן אופן ספר אליינס א ברכה ?
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35244
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: הכנסת ספר תורה פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר מהר"א שליט"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

maybeeynot האט געשריבן:איינער ווייסט צי די רבי האט טאקע אנגעטוען א נייע טלית מאנטאג צי די שהחיינו מקען נישט מאכן אופן ספר אליינס א ברכה ?

מ'קען עכט יא, נאר דארט וואו ס'שטייט וועגן שהחיינו שטייט אויך אז מ'טוט אן א נייע בגד.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
profit
שר מאה
תגובות: 120
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 18, 2020 11:36 am

Re: הכנסת ספר תורה פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר מהר"א שליט"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך profit »

יא ער האט אנגעטוען א נייע טלית
מצליח
שר חמש מאות
תגובות: 818
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 01, 2020 10:33 am

Re: הכנסת ספר תורה פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר מהר"א שליט"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מצליח »

maybeeynot האט געשריבן:איינער ווייסט צי די רבי האט טאקע אנגעטוען א נייע טלית מאנטאג צי די שהחיינו מקען נישט מאכן אופן ספר אליינס א ברכה ?

יא פארן מאכן די ברכה עולה זיין האט די רבי עס אנגעטוהן
profit
שר מאה
תגובות: 120
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 18, 2020 11:36 am

Re: הכנסת ספר תורה פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר מהר"א שליט"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך profit »

profit האט געשריבן:יא ער האט אנגעטוען א נייע טלית
אוועטאר
זענדל
שר האלף
תגובות: 1225
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 02, 2014 5:41 am

Re: הכנסת ספר תורה פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר מהר"א שליט"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זענדל »

פרעג האט געשריבן:
גרויסע עם הארץ האט געשריבן:ביים זינגען אהבה רבה האב איך געטראכט אז עס איז אזויווי די אידן פאר מתן תורה שטייט אז זיי האבן זיך געגרייט דורכן זינגען אהבה רבה.

דו, גרויסע עם הארץ, וואו שטייט דאס?

דא שטייט דאס:
תמונה חדשה.bmp
תמונה חדשה.bmp (398.33 KiB) געזען 7816 מאל
"וְכָל הֶחָרָשׁ וְהַמַּסְגֵּר לֹא נִשְׁאַר זוּלַת דַּלַּת עַם הָאָרֶץ"
hoipt1
שר חמש מאות
תגובות: 883
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 25, 2017 6:02 pm

Re: הכנסת ספר תורה פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר מהר"א שליט"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך hoipt1 »

זאג א גוטס האט געשריבן:
שמן האט געשריבן:
קאקאש קעיק מיט מילך האט געשריבן:
maybeeynot האט געשריבן:
פרינדזשעס.. האט געשריבן:היינט אינדערפרי ביי תפילת שחרית נאך קריאת התורה און שהחיינו איז מכובד געווארן מיט הגבה הרה"ג ר' ארי דוב קארנבלי שליט"א ר'"י שיעור ד' ווי ער איז געטאנצו מיט די אפענע ספר תורה,
קוקט און האט הנאה.
https://drive.google.com/file/d/1mEHgc6 ... sp=sharing

געמאכט א שמחת תורה הגבה קוקט עפעס אזוי אויס פון די קליפ סאיז נישט אזוי קלאר ?

געווען א געהעריגע הגבה
נאר ארומגעטאנצן האט עס אויסגעזען הפוכה

דאס איז א מנהג ? האט עס א מקור ? האט מען שוין אמאל אזוי געטהון?

יא. ביינונז אין ביהמ"ד האט מען אמאל אריינגעגעבן א ס"ת אינמיטן די וואך, שב"ק דערויף האט מען ווידער געטאנצן מיטן ספר מיט גרויס שמחת התורה פאר קריאת התורה, און טאקע אויך ביי הגבה.

גא"מ ווען איך האב געלערנט און ישיבה קטנה (א סאטמערע) האט מען דארטן אויך געטאנצען סיי ביי פתיחת הארון און סיי ביי הגבה און 2 מגידי שיעור דארט זענען מורה הוראות און זיי האבן מיטגעטאנצען
פאר די געסט א שטעך טראכט אפשר איז עס מחר
פרא-חסיד
שר חמש מאות
תגובות: 927
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 30, 2016 12:42 am
לאקאציע: צווישן רעכטס און לינקס

Re: הכנסת ספר תורה פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר מהר"א שליט"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרא-חסיד »

זענדל האט געשריבן:
פרעג האט געשריבן:
גרויסע עם הארץ האט געשריבן:ביים זינגען אהבה רבה האב איך געטראכט אז עס איז אזויווי די אידן פאר מתן תורה שטייט אז זיי האבן זיך געגרייט דורכן זינגען אהבה רבה.

דו, גרויסע עם הארץ, וואו שטייט דאס?

דא שטייט דאס:
תמונה חדשה.bmp

יא יא, דער רבי האלט עס און איין נאכזאגן, כהאב געמיינט אז סאיז א באקאנטע זאך.
עם טראלל תטראלל
ענה כסיל כאולתו
אוועטאר
פרינדזשעס..
שר האלף
תגובות: 1535
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 08, 2018 4:27 pm
לאקאציע: מונקאטש

Re: הכנסת ספר תורה פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר מהר"א שליט"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרינדזשעס.. »

מצליח האט געשריבן:
maybeeynot האט געשריבן:איינער ווייסט צי די רבי האט טאקע אנגעטוען א נייע טלית מאנטאג צי די שהחיינו מקען נישט מאכן אופן ספר אליינס א ברכה ?

יא פארן מאכן די ברכה עולה זיין האט די רבי עס אנגעטוהן

דערנאך ביי די לחיים ודברת קודש האט די רבי זייער שיין ארום גערעדט צו די בחורים וועגן דעם זאגנדיג אז ווען א בחור זעהט עפעס אן אינטרעסאנטע מנהג וכדו' זאל ער זיך אריינלייגן דערין צו פארשטיין פארוואס מען טוט עס.
גילוי דעת
שלא יאמרו מדשתקי רבנן שמע מינה ניחא להו,
זענען מיר מוחה אויף כבוד התורה!

ולא חרבה ירושלים אלא שביזו בה תלמידי חכמים.
אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר עשרת אלפים
תגובות: 19773
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: הכנסת ספר תורה פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר מהר"א שליט"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטאוו יא פיטא »

תכלית, קען איינער זיך משתדל זיין ארויפצילייגן א רעקארדירונג פון ישראל אדלער'ס גראמען?
הנה אנכי שולח מלאך. זאגט רש"י כאן נתבשרו שעתידין לחטוא. די בשורה איז געווען אז אעפ"י שיחטאו לא תסתלק שכינה מביניהם, אזוי ווי די תרגום טייטשט כי לא אעלה בקרבך; לא אסלק שכינתי מבינך!
פרעג
שר חמישים ומאתים
תגובות: 271
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 18, 2020 11:43 pm

Re: הכנסת ספר תורה פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר מהר"א שליט"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרעג »

זענדל האט געשריבן:
פרעג האט געשריבן:
גרויסע עם הארץ האט געשריבן:ביים זינגען אהבה רבה האב איך געטראכט אז עס איז אזויווי די אידן פאר מתן תורה שטייט אז זיי האבן זיך געגרייט דורכן זינגען אהבה רבה.

דו, גרויסע עם הארץ, וואו שטייט דאס?

דא שטייט דאס:
תמונה חדשה.bmp

איך האב געמיינט אז דו האסט א מקור אויפ'ן זינגן.
דאס איז אבער אויך שיין!
אוועטאר
לחיים טובים ולשלום
שר חמש מאות
תגובות: 626
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 28, 2015 3:20 pm
לאקאציע: לית אתר פנוי מיניה.

Re: הכנסת ספר תורה פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר מהר"א שליט"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לחיים טובים ולשלום »

מצליח האט געשריבן:
maybeeynot האט געשריבן:איינער ווייסט צי די רבי האט טאקע אנגעטוען א נייע טלית מאנטאג צי די שהחיינו מקען נישט מאכן אופן ספר אליינס א ברכה ?

יא פארן מאכן די ברכה עולה זיין האט די רבי עס אנגעטוהן

האט געמאכט א פרישע עטיפה?
אוועטאר
לחיים טובים ולשלום
שר חמש מאות
תגובות: 626
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 28, 2015 3:20 pm
לאקאציע: לית אתר פנוי מיניה.

Re: הכנסת ספר תורה פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר מהר"א שליט"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לחיים טובים ולשלום »

איז דא צו באקומען די הכנסת ספר תורה רעקורדינגס?
אוועטאר
מי יודע
שר שמונת אלפים
תגובות: 8718
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

Re: הכנסת ספר תורה פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר מהר"א שליט"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי יודע »

לחיים טובים ולשלום האט געשריבן:
מצליח האט געשריבן:
maybeeynot האט געשריבן:איינער ווייסט צי די רבי האט טאקע אנגעטוען א נייע טלית מאנטאג צי די שהחיינו מקען נישט מאכן אופן ספר אליינס א ברכה ?

יא פארן מאכן די ברכה עולה זיין האט די רבי עס אנגעטוהן

האט געמאכט א פרישע עטיפה?

ניין
בשעת'ן מאכן די ברכה די ערשטע מאל איז די נייע טלית געליגן דארט, ממילא גייט די ברכה ארויף אויף ביידע, דאס איז א שאלה המצוי' סתם אזוי ווען מ'טוט אן א אנדערע טלית אין זעלבן טאג (למשל ימים נוראים צו מוסיף אלס ש"ץ)
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
מצליח
שר חמש מאות
תגובות: 818
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 01, 2020 10:33 am

Re: הכנסת ספר תורה פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר מהר"א שליט"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מצליח »

לחיים טובים ולשלום האט געשריבן:
מצליח האט געשריבן:
maybeeynot האט געשריבן:איינער ווייסט צי די רבי האט טאקע אנגעטוען א נייע טלית מאנטאג צי די שהחיינו מקען נישט מאכן אופן ספר אליינס א ברכה ?

יא פארן מאכן די ברכה עולה זיין האט די רבי עס אנגעטוהן

האט געמאכט א פרישע עטיפה?

ניין
אוועטאר
פרינדזשעס..
שר האלף
תגובות: 1535
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 08, 2018 4:27 pm
לאקאציע: מונקאטש

Re: הכנסת ספר תורה פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר מהר"א שליט"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרינדזשעס.. »

לחיים טובים ולשלום האט געשריבן:איז דא צו באקומען די הכנסת ספר תורה רעקורדינגס?

היות עס איז געווארן רעקאדירט טרעק ריקארדינג,
ארבעט מען נאך דערוויל אויף דעם.
גילוי דעת
שלא יאמרו מדשתקי רבנן שמע מינה ניחא להו,
זענען מיר מוחה אויף כבוד התורה!

ולא חרבה ירושלים אלא שביזו בה תלמידי חכמים.
אוועטאר
קאקאש קעיק מיט מילך
שר האלפיים
תגובות: 2921
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 28, 2019 3:29 pm

Re: הכנסת ספר תורה פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר מהר"א שליט"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאקאש קעיק מיט מילך »

מעמד נרגש סיום כתיבת ספר תורה

טראצדעם וואס עס איז שוין אריבער מער ווי א וואך זינט דעם גרויסן מעמד הכנסת ספר תורה פון רבינו שליט"א קענען זיך די געפילן נאך אלס נישט בארואיגן, במילא האב איך באשלאסן אביסל מצמצם זיין די מחשבות און עס אראפברעגען אויפן פאפיר.
איך שרייב בלויז וואס איך האב מיטגעהאלטן, במילא לאז איך אויס פארשידענע פרטים ואתכם הסליחה.
איך וועל אנהייבן מיטן מעמד כתיבת האותיות וואס איז פארגעקומען מוצאי שבת תרומה.
מתחלה האט געהייסן אז דער מעמד וועט פארקומען אין גרויסן ביהמ"ד אין ק"י, למעשה האט דער רבי געזאגט (מפי השמועה) אז עס האט נישט קיין פשט אריינצוברענגען דעם ספר אין שול, עס צוריק ארויסטראגן און עס צוריברענגען א וואך שפעטער.
האט מען עס געוואלט מאכן אינעם נייעם גרויסן אודאטאריאם זאל אין ק"י, און מען האט עס שוין אפילו אדווערטייזד אויף די צעטלעך, למעשה האט דער אינדזשעניר פונעם בנין געזאגט אז עס איז צו שוואך געבויט אז טויזנטער מענטשן זאלן דארט טאנצן, (איי פארוואס האט מען עס געבויט אויב נישט פארדעם? א קשיא אויף א מעשה)
איז פרייטאג משפטים אריינגעקומען די נייעס אז דער מעמד כתיבת האותיות וועט פארקומען אין בית מדרשינו הגדול, וואס דער ביהמ"ד איז יערליך די אכסניא פאר די הייליגע הקפות שמחות תורה במעמד רבבות אלפי ישראל.
היות איך ארבעט זונטאג, האב איך לכתחילה נישט געפלאנט אריינצופארן צו דעם מעמד וואס איז געווען ערווארטעט זיך צו ענדיגן אין א שפעטע שעה און ביז איך קום אן אהיים מיינט דאס אז דאס ווארט זונטאג וועט האבן גאר א טיפע באדייט.
למעשה אינמיטן די וואך איז פארגעקומען א שבע ברכות פארן רבי'נס אייניקל אינאיינעם מיט א מעמד כתיבת האותיות פאר די משפחה, נאך יענעם מעמד האב איך אנגעהויבן צוריקהערן אז דער רבי איז דארט געווען עפעס גאר שטארק מרוגש, האב איך שוין געזען אז דעם מוצאי שבת קומט א מעמד וואס איז נישט ווערד צו פארפאסן.
אין צוגאב צו דעם האט מיך אנגערופן איינע פון מיינע חברים און געזאגט אז ער האלט אויך אז עס איז נישט ווערד צו פארפאסן און ער פלאנט טאקע אריינצופארן, במילא האב איך געפאסט דעם באשלוס אז וואס איז דען ווערט די גאנצע ארבעט זונטאג אויב צוליב דעם וועל איך פארפאסן אזא מעמד קדוש, העכסטנס וועל איך זיין אביסל מיד.
ביי שלש סעודות בין איך געגאנגען אין א קליין שול'כל ווייל איך האב זיך געיאגט ארויסצופארן, אבער ווי זאגט די וועלט א מענטש טראכט און גאט לאכט, מען האט געענדיגט דארט איבער א שעה נאכן זמן, און ועל כולם אויפן וועג אהיים האב איך שוין געטראפן אידן וואס קומען פון רבי'נס של"ס וואס האט זיך אביסל צוגעיאגט צוליבן מעמד.
געהייסן האט עס אז איך וועל ארויסצופארן מיט מיין ידיד קיין וויליאמבורג בערך ניין אזייגער, אין א היסטארישע אקציע האב איך שוין פונקטליך ניינע געהאלטן נאכ'ן בענטשן פון מלוה מלכה גרייט ארויסצופארן, למעשה האט זיך עס אביסל פארשלעפט און ענדליך האט מען זיך געלאזט אין וועג אריין קיין וויליאמסבורג.
דער ידיד מיינער וולכער איז פון די אנשי וועיז האט אריינגעקלאפט זיין באבעס אדרעס אין ווילי און אזוי איז מען ארויסגעפארן, אין אנהויב איז דער וועג געפארן גאנץ פיין, אבער ערגעץ אינמיטן וועג פארן בי.קיו.אי. האט מען אנגעהויבן זען ווילד פרעמדע גאסן און איינע פון אונזערע חברים אין קאר וואס קען זיך אויס האט גע'טענה'ט קלאר אז מיר זענען פארפארן.
נו וואס טוט נישט א קלוגער אינגערמאן וואס וויל אנקומען קיין ווילי אין צייט? האב איך א כאפ געטאן דעם וועיז און געקוקט למה הרעותה לעם הזה, האב איך געזען אז אונזער חכם דער דרייווער האט אריינגעלייגט האווארד סט. אין סטעטן איילענד אנשטאט העיווארד סט. אין ווילי, תיכף האב איך אריינגעלייגט 13 הופער שטראסע און מען איז ב"ה געווען צוריק אויפן דרך המלך.
אינמיטן וועג האב איך שוין געהערט פון מיין שוואגער וואס איז שוין דארט געווען אז דער ביהמ"ד איז שוין פול עד אפס מקום אפי' דער רבי איז נאכנישט אריינגעקומען,עס איז געגאנגען עד כדי כך אז עטליכע באטייליגטע אין קאר האבן שוין געוואלט מאכן א וישובו ויחנו און צוריק אהיים פארן, למעשה איז עס שארף אראפגעוואוט געווארן און מיר זענען ב"ה אנגעקומען אין שול ערגעץ אינמיטן די גראמען פון ר' מרדכי דוד.
דער ביהמ"ד וועלכער איז געווען אויסגעשטעלט אזוי ווי שמחת תורה און האט געהאט די בענק אונטן אין די ברייט אז עס זאל זיין מער פלאץ איז געווען מלא על כל גדותיו, אבער ב"ה פאר מיר האט מען נאך איבערגעלאזט איין פלאץ און איך האב געטראפן עפעס א ווינקל אונטער א פאול וואו מען קען אפיציעל נישט זען אזוי גוט, האב איך סיי געהאט אביסל מנוחת הנפש און סיי געקענט מיטהאלטן פיין.
די ערשטע זאך וואס איך האב באמערקט איז געווען דעם רבי'נס משפחה וואס איז געזיצן ממש אונטערן רבי'ן אויף א ספעציעל דעזיגנירט ארט, זייער א שיינע זאך, דערנאך איז מיין בליק גלייך געפאלן אויף די מוזיק פלאטפארמע ב"ה איידעלע אינגעלייט אלע מיט שטריימל בעקיטשע ווי עס פאסט פאר אזא מעמד קדוש, די סאטמארע קאפעליע אין שפיץ פון ר' עמרם אקער אינאיינעם מיט ר' יעקב דאסקאל פון א"י האבן ב"ה אראפגעלייגט א מוסטערהאפטיגע ארבעט דורכאויס דעם מעמד, און בפרט האט מען געהערט די הערליכע שטימע פון ר' יעקב ביי די ווארימע ניגונים אין וואס ער איז א ספעציאליסט.
עכ"פ צוריק צו ר' מרדכי דוד'ס גראמען, עס איז געווען א הערליכע פרעזענטאציע אין וועלכע ער האט גאר שיין אויסגעגראמט די חמשה חומשי תורה יעדע ספר עקסטער, צווישן יעדע ספר האט מען געזונגען ניגוני התעוררת בעטנדיג אז מען זאל אליינס זוכה זיין צו לערנען און פאר ערליכע קינדער וכו'
דער רבי האט אנגעהויבן די דברות קודש וואס איז געווען גאר פלאמעדיג איך וועל נישט דא שרייבן דאס גאנצע, נאר צוויי שטריכן קודם האט דער רבי נאכגעזאגט דעם חתם סופר אז מאכן א הכנסת ספר תורה איז א ענין צו מאכן בפומבי און דאס וועט אריינברענגען יראת שמים אין די קינדער און אייניקלעך.
מיך האט גאר שטארק באנומען ווען דער רבי האט געזאגט אז ער איז מתפלל אז ער זאל קענען דינען דעם אייבערשטן מיט א אמת און אז ער זאל זיך קענען זעצן לערנען, זיצט דא א גדול הדור וואס די וועלט שטורעמט מיט זיין תורה און זיינע חידושים און בעט זיך ביים אויבערשטן ער זאל זיך קענען זעצן לערנען.
נאך די דברות קודש האט מען אריינגעברענגט די ספר תורה, דער רבי מיטן גאנצן ציבור האבן זיך אויפגעשטעלט לכבוד התורה, איינער איצקאוויטש איך מיין יוסי איצקאוויטש'עס טאטע האט אריינגעברענגט דעם ספר וואס מען האט אראפגעלייגט אויפן רבינס טיש.
מען האט אנגעהויבן זינגען ניגוני הכנה ווי לעשות רצונך און ויהי נועם, אגב ביידע וויזניצע ניגונים, האבנדיג ר' יענקל ביים מייקראפאון האט עס געהאט א טיפע באדייט.
דער סופר ר' שאול לייב זאלדאן איז ארויף אויפן פלאטפארמע מען האט אויפגעמישט דעם ספר צום סוף, און דער רבי האט אנגעהויבן שרייבן, דער רבי האט געשריבן עטליכע ווערטער בשעת דער פידל שפילער שטייט און שפילט אונטער מיט זיינע הארציגע תנועות.
די גאנצע מצב דארט איז געווען גאר מלכות'דיג אהערגעשטעלט, אנגעהויבן פון די מענטעלע מיט די קרוין וואס פאדערט זיך א באשרייבונג פאר זיך, די חגורה וואס איז א קעסטלדיגע עטרה פון די סארט וואס דער רבי גייט אינדערוואכן איז מיר גאר שטארק געפאלן.
דער ספר איז געליגן אפן דארט פאר פופצן מינוט ביז עס האט זיך אויסגעטריקנט, במשך די צייט האט דער רבי געטרונקן און געווינטשן לחיים פארן גאנצן ציבור, אויך האט זיך דער רבי אויסגעדרייט אין די בעק ווינטשן פאר די אידן וואס זענען דארט געזיצן, דאן האט דער גערעדט נאכאמאל און געזאגט אז ער לאדנט איין דעם גאנצן ציבור צו קומען צום הכנסת ספר תורה, דער רבי האט געזאגט אז דער עיקר גומרה של תורה איז ווען מען גיבט אריין דעם ספר אין ביהמ"ד נישט ווען מען ענדיגט שרייבן, דער רבי האט דאס שיין מסביר געווען ביים סעודה שושן פורים.
ווען דער ספר האט זיך אויסגעטריקנט האט דער גבאי ר' חיים שלמה אויסגערופן צוויי אידן צו קומען גולל זיין די ספר תורה, איינס געדענק איך ר' חיים הערש גאלד די צווייטע איינער מיטעלמאן געדענק איך נישט, ווי איך האב פארשטאנען האבן זיי אויפגעמישט דעם ספר צו האלב, פארוואס מען טוט אזוי ווייס איך נישט.
מען האט געטון א געוואלדיגע זאך מיטן צוטיילן דעם איינעם הגבה אין פיר כיבודים, איינער האט גולל געווען א צווייטער האט ארויפגעלייגט די חגורהא דריטער די מענטעלע און ר' מאיר הירש האט איבערגענומען דעם ספר ווען דער רבי האט ארויפגעלייגט די קרוין.
עס איז נישט מעגליך מסביר צו זיין פאר איינער וואס איז נישט דארט געווען וואס עס איז געווען בשעת דער רבי איז געגאנגען הגבה, אין קורצן איז די גאנצע ווארימקייט וואס מען האט אריינגעלייגט די לעצטע צוויי שעה האט אויסגעפלאצט אין פארעם פון א פייערליכע טאנץ, אין מציאות האט דער רבי אויפגעהויבן די ס"ת און ארומגעטאנצן דערמיט אזוי פאר אפאר מינוט, דערנאך איז געווען גלילה און דערנאך האט דער רבי צוריקגענומען דעם ספר און געטאנצן אהין און צוריק אזוי ווי שביעי און אחרון של פסח, מען איז געטאנצן אויף אלע הקפה נוגינום און נאך ניגונים פאר א לענגערע צייט, עס איז גאר שטארק קענטליך געווען דעם רבי'נס חביבות התורה ווען דער רבי האט אנגעכאפט דעם ספר ווי א ניי געבוירן קינד, דער ביהמ"ד איז אריין אין א געוואלדיגע עקסטאז ווען דער רבי האט מיט די הענט געוויזן פארן ציבור צו טאנצן לכבוד התורה ווי קיינמאל בעפאר.
נאכן טאנצן בערך א דריי פערטל שעה האט דער נדבן פון די מענטעלע און קרוין ר' משה יוסל וועטהיימער צוריקגעטראגן די ספר תורה אין שטובל ווען דער רבי באגלייט עס ארויס און דער ציבור לאלפים שטראמט ארויס פון ביהמ"ד אנגעהויפנט מיט השפעות פון יראת שמים און וואס נישט.
מיר האבן זיך ארויסגעלאזט צוריק אין וועג אריין וועלכער איז ב"ה געפארן פיין ביז אינמיטן דעם עפ.די.אר. וואו עס איז געווען צוויי עקסידענטן, איך בין אנגעקומען אהיים בערך דריי אזייגער זונטאג פארטאגס, טראצדעם וואס דער זונטאג איז מיר געווען גע'הרג'עט האב איך נישט קיין שום צד של חרטה פארן אריינפארן, עס איז נישט געווען עפעס וואס איך וואלט מיר געקענט ערלויבן צו פארפאסן.
געבאקן נאך פסח תשפ"ב
אוועטאר
קאקאש קעיק מיט מילך
שר האלפיים
תגובות: 2921
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 28, 2019 3:29 pm

Re: הכנסת ספר תורה פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר מהר"א שליט"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאקאש קעיק מיט מילך »

סעודה לגומרה של תורה

די סעודה לגומרה של תורה איז געווען איינגעטיילט אין דריי די עלטערע אידן האבן געגעסן אין פאליש פון גרויסן ביהמ"ד, פאר די בחורים האט מען סערווירט סענדוויטשעס אויפן גאצן אונטערשטן שטאק פון ביהמ"ד, גראדע האלט איך אז מען וואלט יא געמעגט צושטעלן פאר די בחורים עפעס מער ווי סענוויטשעס אבער מען האט דאך מיך נישט געפרעגט, פאר די אינגעלייט איז געווען צוגעשטעלט גאר א רייכע סעודה אויף אלע דריי שטאק פון כולל, איך בין דארט נתפעל געווארן סיי פון די רייכקייט וואס די סעודה איז געווארן צוגעשטעלט, עסן האט זיך ב"ה געגאסן מיט א שפע אויך בין איך נתפעל געווארן פון די וועג וואס עס איז ארגאניזירט געווארן, א מחנה עסקנים האבן מיר אפגעווארט ביים אריינגאנג און צוגעוויזן וואו צו גיין די סיסטעם פון טיילן דאס עסן און צאמנעמען די שמוץ דורך יוחי פליישמאן'ס גיום.
נאכן אפעסן בין איך צוריקגעלאפן אין ביהמ"ד צו כאפן א גוטן פלאץ פארן טיש, מען האט אויסגערופן אז ביים זמן וועט מען דאווענען מעריב און דערנאך וועט זיך אנהייבן דער טיש, ביים זמן האט ר' פנחס פראנקעל פון וויליאמסבורג אנגעהויבן מעריב מיט זיין באסאווע שטימע.
במשך מעריב האט מען נאך געענדיגט אנגרייטן דעם אויבן אן אויף וואס עס איז געווען צוגעגרייט א עקסטערע מכובד'דיגע פלאץ פאר די משפחה און פאר די ראשי ונכבדי הקהלה.
נאך מעריב האט אויפגעטרעטן הרה"ג ר' אברהם מרדכי מאלך מיט אפאר אלטע וויצן, אויסגעזען האט עס אז מען וויל פשוט האלטן דעם עולם געשפאנט ביז דער רבי קומט אריין, ער האט קלאר ערווענט אז דאס איז בלויז הקפה א' אינמיטן זיין רעדן האט מען אויסגערופן אז דער רבי קומט אריין ביז א מינוט האט ער געגעבן א זאג עד כאן הקפה א' און אראפ פון טיש.
דער רבי איז טאקע גראד נאכדעם אריינגעקומען דער רבי איז געווען גאר שטארק אויפגעלייגט מען האט געזונגען שיינע ניגונים לכבוד היום עס איז געווען נאר די קאפעליע מיט א עפעס אינגל שפילמאן אינמיטן איז אויך געווען צוויי חזנים פון די קאפעליע מיר איז גאר שטארק געפאלן די נאטירליכקייט פון דעם זינגער יוסף מאיר כ"ץ בשעת ער האט געזינגען סאלא.
ר' ישראל אדלער איז ארויף אויפן טיש און אויפגעטרעטן מיט הערליכע דברי בדחנות עס האט גענומען בערך א האלבע שעה, שטייענדיג צודרוקט אויף די פארענטשעס איז עס געווען אביסל טו מאטש אבער בעצם האט ער אראפגעלייגט א הערליכע ארבעט.
ערגעץ וואו אינמיטן האב מען אריינגעברענגט א בארג סיני קוגל וואס האט געהאט בלומען אינמיטן, זייער זיס געווען.
דער רבי האט געזאגט תורה, די עצם תורה איז געווען מחדש צו זיין אז אלע וואס זענען זיך משתתף בשמחת התורה זענען אויך זוכה צו אלע השפעות וואס דער וואס טוט די מצוה אליינס איז זוכה.
דער רבי האט אויך געזאגט זייער שיין פארוואס ביי צוויי מצות איז די מנהג אז מען מאכט מוזיק, ביי א חתונה און ביי א הכנסת ספר תורה, פארוואס זעט מען נישט אז א איד לייגט תפילין זאל מען מאכן מוזיק אדער סיי ועלכע מצוה, נאר אזוי ווי ביי תיקון ליל שבועות איז דער מנהג אז מען זאגט אביסל פון אנהייב און אביסל פון סוף און עס איז כאילו מען האט געלערנט דאס גאנצע, די זעלבע איז דא אז מען מאכט מוזיק ביי א חתונה וואס איז די ערשטע מצוה אין די תורה און ביי א הכנסת ספר תורה וואס איז די לעצטע מצוה אין די תורה און עס איז כאילו מען האט געמאכט מוזיק ביי יעדע מצוה.
אינמיטן די דברות קודש איז אנגעקומען דעם רבי'נס מחותן דער בערטש'ער רב פון מאנסי ער האט זיך גאר שטארק געמוטשעט זיך אריינצוקוועטשן אויפו אויבן אן איך האב געהערט אין די מייק ווי דער רבי זאגט אים "א גרויסן יישר כח" למעשה שפעטער האב איך געהערט פון אנדערע וואס האבן געהערט דעם רבי'ן זאגן יש לישב בדוחק אין ליכט פון דעם וואס ער האט זיך געדארפט אריינשטופן אויפן אויבן אן, עס איז מיר געווען א שטארקע לימוד אז ווען מען הערט מעשיות אפילו פון מענטשן וואס זענען דארט געווען מוז נישט זיין אז אזוי איז געווען די מציאות.
נאך די תורה איז ר' ישראל אדלער צוריק ארויף אויפן טיש און אויסגעגראמט די גאנצע תורה וואס דער רבי האט נארוואס געענדיגט זאגן, ער האט האט עס געזינגען מיטן זעלבן ניגון וואס הרה"ח ר' מרדכי שטויבער פלעגט עס טון ביים ברך משה.
דאן האט מען אנגעהויבן אריינברענגען די קבלות טובות פון די תלמידים ותלמידות און ביי ייעדע עקסטער האט ר' ישראל שיין אויסגעגראמט וואס מען ברענגט דא ארויף אויך האט ער אויסגעצויגן גאר א לאנגן יעמוד וואס האט אויפגעברענגט א שמייכל ביים גאנצן ציבור קודם האט מען ארויפגעברענגט א כעין ספר תורה אויפגעמישט און עס האט געהאט אין זיך אלע נעמען פון בחורי הישיבות וואס האבן זיך מקבל געווען שעות רצופות צוויי מנהלים האבן אריבערגעמישט אלע נעמען פארן רבי'ן, דערנאך האט מען ארויפגעברענגט א שיינע חופה וואס האט געהאט אין זיך א ביכל מיט די נעמען פון די תלמידות הבית רחל וואס האבן זיך מקבל געווען קבלות בעניני צניעות און טעכנאלאגיע די נעמען האבן די מנהלי הבית רחל אריבערגעמישט פארן רבי'ן דערנאך האט מען ארויפגעברענגט די קבלות פון תלמידי הת"ת וואס צוויי מלמדים האבן אריבערגעמישט פארן רבי'ן.
איך געדענק נישט צו דער רבי האט גערעדט נאך צוויי מאל אדער נאר איינמאל, אבער דער רבי האט ארומגערעדט פון די קבלות קודם פון די דריי נאכדעם האט ער אויך צוגעלייגט די קבלה דרייוו וואס איז געווען אין ק"י צווישן בעה"ב בעניני טענאלאגיע און די קבלה דרייוו ואס איז דא יעדעס יאר פאר פורים ביי די בחרים און אויסגעפירט אז פאר די אלע וואס האבן זיך נאכנישט מקבל געווען איז נאכנישט צו שפעט און זיי קענען זיך נאך מקבל זיין קבלות טובות.
נאכדעם האט דער רבי געבעטן אז אלע אידן וואס האבן שוין זוכה געווען אריינצוגעבן א ספר תורה זאלן ארויפגיין אויפן טיש און גיין נאך געלט, צווישן אנדערע איז ארויף דעם רבי'נס ברודער הגה"צ ר' שלו' אליעזר וועלכער האט לעצטנס געמאכט א הכנסת ספר תורה דערנאך האט דער רבי אנגעווינטשן זייער שיין פאר אלע אידן וואס האבן געגעבן.
דערנאך איז הר"ר אברהם מרדכי צוריק ארויף אויפן טיש און משמיע געווען דברי בדחנות אויף א געוואלדיגן אופן ממש אז דער עולם האט נישט געקענט סטאפן צו לאכן, א אינטערסאנטע טבע איז דא ביי אונזער ציבור אז מען לאכט נאר אויב דער רבי לאכט, במילא היות דער רבי האט ב"ה גאר שטארק הנאה געהאט האט זיך דער צוביר געקענט ערלויבן צו לאכן.
עס איז געווען בערך קוואדער צו עלעף ווען ער האט געענדיגט רעדן און מען האט געבענטשט, אינדרויסן האבן אפגעווארט צענדליגער באסעס אהיימצופירן דעם קרית יואל'ן עולם.
געבאקן נאך פסח תשפ"ב
אוועטאר
קאקאש קעיק מיט מילך
שר האלפיים
תגובות: 2921
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 28, 2019 3:29 pm

Re: הכנסת ספר תורה פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר מהר"א שליט"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאקאש קעיק מיט מילך »

מעמד שהחינו מאנטאג אינדערפרי

מאנטאג אינדערפרי האט דער רבי געדאוענט אין גרויסן ביהמ"ד מיט אלע בחורים פון איבער גרעיטער ניו יארק קודם אריינקומענדיג אין מקוה האט זיך מיר אנפלעקט אזא א' סליחות בילד די מקוה איז געווען געפאקט שפעטער ארויפקומענדיג אויבן האט זיך מיר אנפלעקט א הושענה רבה בילד פון א ביהמ"ד מיט פארענטשעס בלויז אויף מעריב.
יענעם צופרי איז געווען א כאאס מיט די סידורים אין שול פשוט ווייל עס איז געווען פיר מאל אזוי סאך סידורים נוצערס ווי סתם א טאג.
איך האב מיך געשטעלט דאווענען אין איינע פון די שטיבלעך און ווען איך האב געהאלטן ביי ברכות קרי"ש האב איך געזען אז מען גייט שוין ליינען בין איך שנעל אריין אין ביהמ"ד און ב"ה מיטגעהאלטן דעם מעמד, דער רבי האט געליינט און עולה געווען שלישי פארן עולה זיין האט דער גבאי אנגעטון פאר רבי'ן א נייע טלית פאר קדיש האט דער רבי געמאכט דעם שהחינו מיט גרויס התרגשות.
פאר הגבה האבן אפאר אויסלענדישע אידן געהאט די אויסטערלישע זכי' צו גומל בענטשן אין רבי'נס ספר תורה דערנאך איז הרה"ג ר' ארי' דוב קארנבלי מנהל שיעור ד' געגאנגען הגבה און זיך ארויס געלאזט אין פייערליכן ריקוד מיט די ספר תורה אין די האנט.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א גרויסע מעמד הלחיים וואס איך האב נישט געהאט די זכי' מיטצוהאלטן און מיט דעם האבן זיך געענדיגט די געהויבענע טעג וואס מיר האבן געהאט די זכי' מיטצולעבן און זיכער מיטגענומען אלע השפעות טובות.
געבאקן נאך פסח תשפ"ב
אוועטאר
maybeeynot
שר חמשת אלפים
תגובות: 5443
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 10, 2012 2:34 pm
לאקאציע: ווי איך שטעק אריין מיין נאז

Re: הכנסת ספר תורה פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר מהר"א שליט"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך maybeeynot »

קאקאש וואס טוטסו צי מיר אויב איך האב שוין כמאט פארגעסן פון די חרטה געפילן פארן נישט אריין פארן מוצ"ש צים סיום כתיבת האותיות. האסט מיר עס צירוק געשאסן מנה אחת אפיים

אין א סייד נאוט יישר כח פאר די געשמאקע קאקאש באריכט. איך האף נאר אז די האסט נישט באצאלט פאר די מילך. ווייל איך האב אבריגע אין פריזער
אוועטאר
פרינדזשעס..
שר האלף
תגובות: 1535
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 08, 2018 4:27 pm
לאקאציע: מונקאטש

הכנסת ספר תורה פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר מהר"א שליט"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרינדזשעס.. »

די רעקארדירונגען האב איך שוין געזעהן צום פארקויפן אין די בתי מדרשים.
גילוי דעת
שלא יאמרו מדשתקי רבנן שמע מינה ניחא להו,
זענען מיר מוחה אויף כבוד התורה!

ולא חרבה ירושלים אלא שביזו בה תלמידי חכמים.
אוועטאר
פאר'מוח'ט
שר האלפיים
תגובות: 2025
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 03, 2017 6:57 am

Re: הכנסת ספר תורה פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר מהר"א שליט"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאר'מוח'ט »

האט איינער א PDF פון די דרשות און מאמרים וואס איז ארויסגעקומען \ געווען לכבוד די הכנסת ס"ת?
א דאנק פון פאראויס.
די חכמה איז נישט וואס מען זאגט יא, נאר וואס מען זאגט נישט.
אוועטאר
יש לו מנה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3998
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 28, 2020 2:55 pm
לאקאציע: אונטערן מאטראץ

Re: הכנסת ספר תורה פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר מהר"א שליט"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש לו מנה »

וואו קען מען זעהן די ווידיאו פון ר’ אברהם מרדכי מלאך?
איך גיי מיט שלייקעס...

און איך שטרעב פאר א קוטשמע!!!
אוועטאר
קאקאש קעיק מיט מילך
שר האלפיים
תגובות: 2921
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 28, 2019 3:29 pm

Re: הכנסת ספר תורה פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר מהר"א שליט"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאקאש קעיק מיט מילך »

יש לו מנה האט געשריבן:וואו קען מען זעהן די ווידיאו פון ר’ אברהם מרדכי מלאך?

viewtopic.php?p=2649711#p2649711
געבאקן נאך פסח תשפ"ב
אוועטאר
א שרייבערל
שר חמש מאות
תגובות: 994
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 20, 2020 9:43 pm
לאקאציע: נישט ממש דארט, אביסל אהינציר

Re: הכנסת ספר תורה פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר מהר"א שליט"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א שרייבערל »

ר' זעקל האט געשריבן:איינער האט אפשר א קליפ פון די גאנצע גראמען פון ישראלי?

ווארעמע חרוזין ביי די מעמד הכנסת ספר תורה דורך ר' ישראל אדלער

https://drive.google.com/file/d/1relYrC ... sp=sharing
כדי צו קענען מאכן געלט מוזן קריעטיוו מענטשן זיין קריעטיוו וויאזוי נישט צו זיין קריעטיוו. (קרעדיט: גרויזאמער)
שרייב תגובה

צוריק צו “אקטועלע נייעס”