הכנסת ספר תורה פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר מהר"א שליט"א
אחראי: יאנאש
-
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4666
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 17, 2011 8:17 pm
Re: הכנסת ספר תורה פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר מהר"א שליט"א
ישראל שטערן דער בעלזער איז א בדחן אויכעט א רעדנער וכולי
Re: הכנסת ספר תורה פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר מהר"א שליט"א
נתן בן ופסי האט געשריבן:טראוועי האט געשריבן:דער פאני מענטש האט געשריבן:ווער גראמט דארט?
ישראל שטערן פין ארץ ישראל א גורער
האסטוך פארמישט לכאורה מיט צוויי זאכן ס'דא א רעדנער א בעלזער ישראל שטערן פון לאנדן און נאכדעם א גראמער/זינגער א גור'ער פון א''י ישראל אדלער
איך ווייס, איך האב אבער געהערט אויף קול סאטמאר ווי ער זאגט ישראל שטרן פין ארץ ישראל
'טרא' די אמת, 'וועי'- וועט ממילא ארויף פארן (ארויפשווימען).
Re: הכנסת ספר תורה פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר מהר"א שליט"א
שישו ושמחו בשמחת התורה כי הוא לנו עוז ואורה!
אנא עבדא דקודשא בריך הוא דסגידנא קמיה ומקמיה דיקר אוריתיה בכל עידן ועידן!
איך בין נישט קיין שרייבער, און אין בין בכלל נישט קיין בעל הרגש, אבער נאכן מיטהאלטן אזא מעמד קדוש ווי די הרגשים האבן זיך איבערגעגאסן במלוא מובן המילה, און איך זעה אז קיינער האט נאכנישט געברענגט קיין געהעריגע באריכט פונעם מעמד, וויליך אריינקומען מיט א קורצע באריכט. בלתי מוגה בלויז פון זכרון ארויס.
די רבי שליט"א איז אריינגעקומען זייער פונקטליך בשעה 2:00 צום מסיבת לחיים מיט בני משפחתו / נגידים און דייני ורבני סאטמאר מכל אתר ואתר, ווי עס איז געזונגען געווארן שיינע ווארימע ניגונים, וואס איז מיטגעהאלטן געואורן דורך די מאנסטערישע ספיקערס וואס איז געווען אויסגעלייגט אויף גאנץ אוהעל קט. און גארפיעלד, וואס מען האט געקענט הערן איבער א האלבן שטעטל, דערנאך האט די רבי שליט"א משמיע געווען ווארימע דברות קודש און זיך צום סוף אויסטערליש שטארק צוכליפעט בעטענדיג ביין רבש"ע אויף ערליכע דורות קינדער אייניקלעך און אור אייניקלעך.
דער ציבור איז געווען פארזאמעלט אויף אוהעל קט. צוליב די שווערע וועטער און זייער פונקטליכע זייגער איז געווען גאנץ א שוואכע ציבור, דערנאך איז געזונגען געווארן נאך עטליכע ניגונים, און דאן איז די רבי שליט"א ערשינען אויף די טעראסע פונעם שטוב און אנגעהויבן צו טאנצן מיט די תורה הין און צוריק מיט גרויס התלהבות, צום שטוינונג האבן די ספיקערס געמאכט קונצן, און געגרידזשעט און נישט געהעריג אריינגענומען דעם עולם אינעם טאנץ, דערנאך האט די רבי שליט"א איבערגעגעבן די תורה פאר האדמו"ר מבית יצחק ד'ספינקא, דערנאך פאר הגה"צ אב"ד סאטמאר וומס"ב דערנאך פאר הגה"צ דומ"ץ קרית יואלף דערנאך פאר בני כ"ק אדמו"ר מסקווירא, און פאר אלע אנדערע בני וחתני רבינו.
נאך א קורצע צייט טאנצן אויף די טאראסע, בשעה 3:05 האט מען זיך אנגעהויבן רוקן, און די רבי שליט"א איז ארויף אויפן ספעצעלען פראכטפולן פלאטפארמע, געשלעפט דורך א פיקאפ טראק, און אנגעהויבן אראפצופארן אוהעל קט.
צוליב די רעגן איז אלעס געגאנגען שנעל, בשעה 3:25 האט מען דערגרייכט דעם ביהמ"ד, אהה... דער מחזה ווי טויזענטער קינדערליך שטייען אויף די פארענטשעס מיט צייגענדע קרוינען און פאקלען, ווען די גאנצע ארום, די שטיגן פון ביהמ"ד און די פלאר זענען שווארץ פון חסידים ואנשי מעשה, ווען דער גאנצע פארנט פונעם בנין ביהמ"ד איז אזוי מאיאסטעטיש מלכות'דיג באצירט און אריינגענומען געווארן ווי א אפענע ספר תורה, קודאס פאר דעם געדאנק! (מעשי ידי?) שאי שערים ראשיכם ושאי פתחי עולם ויבוא מלך הכבוד!
די רבי שליט"א איז ארויף אויפן ספעציעלן פלאטפארמע, (אויפן פלאטפארמע איז אויך געווען מערקבאר הרה"ח רבי עקיבא'לע גאנץ לאורך ימים, וועלכע איז מיט זיינע שוואכע כוחות געקומען מיטהאלטן די געהויבענע מעמד, און די רבי האט אים געגעבן מנשק צו זיין דעם ספר תורה) די דאזיגע מעמד האט אויך נישט גענומען צו לאנג, אינמיטן האט מען אויסגערופן, אז מען זאל שוין יעצט אנהייבן אריינגיין אין ביהמ"ד כדי עס זאל נישט צוקומען באלד צו סכנת נפשות, איז האט דערהערט דעם געוואלדיגן איידיע און איך בין גלייך אריינגעלאפן אין ביהמ"ד זייענדיג זיכער אז איך ועל זיין פון די ערשטע און איך וועל קענען כאפן די בעסטע פלאץ, צו מיין ערשטוינונג זענען אלע ברענטשעס שוין געווען אנגעפולט עד אפס מקום קוים וואס כ'האב זיך ארויפגעשטופט.
בשעה 3:50 איז די רבי שליט"א ארינגעקומען אין ביהמ"ד, אההה... דא האט זיך עכט אנגעהויבן די הכנסת ספר תורה! די גאנצע ביהמ"ד איז געווען איין שטיק שטריימל בעקיטשע צונויפגעפרעסט, און אלעס הייבט זיך צום טאקט פון די לעבעדיגע פייערדיגע מוזיק, וועלכע האט גאר גוט געארבעט ב"ה, צום באמערקן די רבי האט געטאנצן די פארקערטע וועג פון די הקפות – פון צפון צו דרום, דער צען טויזענט קעפיגער עולם טאנצט און שפרינגט אלע הקפות ניגונים איין נאכן צווייטן (איך האב געטראכט צו מיר נאכאמזל אז מען האט נישט פארנוצט די כוחות אין גאס, נאכן טאנצן איינס א האלב שעה אין גאס, זענעם די פיס שוין גוט אפגעמוטשעט, אבער דא האט זיך דער עולם געהויבן אין די לופטן מיט פרישע כוחות) דער רבי איז געווען איז אין א שטארקע התלהבות און ארומגעלאפן מיט די ספר תורה, אינגעלייגט האבן אויפגעהויבן זייערע קינדער אויפן אקסעל צו קענען כאפן א בליק אויפן רבי'ן אין די היסטארישע מאמענטן, אז עס זאל זיי ווערן אריינגעקריצט אין זכרון, פרחי החסידים האבן פארמירט רונגען אינמיטן און מפזז ומכרכר געווען ווען יעדער פריידט זיך מיטן רבינ'ס שמחה.
בערך בשעה 4:20 איז רבינו שליט"א ארויף אויפן פלאטפארמע אויף מזרח און מען האט אנגעהויבן צו זינגען והערב, אוי ונהיה אנחנו... די רבי וויינט און דער עולם וויינט מיט, נישטא קיין ווערטער דאס צו באשרייבן, אהבה רבה צוויי מאל, אוי והאר עינינו בתורתיך, אוי ודבק לבינו במצוותיך, יעדער פילט זיין אייגענע הדור קבלוה!
דאן האט די רבי אויפגעטרעטן מיט פייערדיגע דברות קודש, אזא איידער די זעקסטע הקפה סטיל, אבער היבש לענגער, די רבי האט געטייטש לעיני כל ישרא"ל, איז די אותיות פון די אבות הק' און אז מיר גלייבן וואס שטייט אין זוהר אז די אבות הק' קומען אראפ זיך פרייען בזמחת צאצאיהם און זיי זענען אויך דא, אוי ווי נעמט מען די פעדער צו באשרייבן וויאזוי דער עמוד צלותהון פון כלל ישראל שטייט און בעט זיך ביים רבש"ע כבן המתחטא לפני אביו, "באשעפער העלף מיר ויהיה אני וצאצאי וצאאי צאצאי כולנו יושעי שמיך ולומדי תורה לשמה" "איך זאל קענען ווייטער זיצן באהלה של תורה, מרביץ תורה זיין לאסוקי שמעתתא אליבא דהילכתא" א.א.וו.
דאן האט די רבי אויסגענוצט די צייט מעורר צו זיין אז יעדער זאל זיך מקבל זיין גוטע קבלות, נישט האבן קיין כלים מיט וואטסעפפ וכדו' און דאן איז די רבי אריבער צו רעדן צו די עזרת נשים און מיט אויסערגעווענליכע שארפע ווערטער מעורר געווען די פרויען איבער אלע עניני צניעות, און ארויסגעברענגט אז די פרוי קען זיין א "עקרת" הבית אדער א "עוקרת" הבית, עס ווענדט זיך אלעס אין איר הנהגה וויאזוי זי פירט זיך אויף.
און די רבי האט אנגעווינטשן גאר אסאך ברכות לרוב אין יעדע הינזיכט, און פארטייטש וואס דאס האט מיט די שמחת התורה.
דאן האט מען ממשיך געווען מיט ניגוני התעוררות ובקשותיעצט ווען די אבות הק' געפינען זיך דא, אוי אם מצאתי חן בעיניך בעיניך המלך... צווישן די שווייס און טרערן הערן זיך ארויס קרעכצן (הלוואי ווען מהאט ווען טליתים יעצט...) תנלן לי נפשי בשאלתי ועמי בבקשתי, השתדלו והרבו תחינה לפני מלך קל רם ונשא...
נאכן זיך גוט אויסוואשן דאס הארץ האט זיך הערשט אנגעפאנגן פון פריש, דער גאנצער עולם "אוי שישו ושמחו בשמחת תורה כי היא לנו עוז ואורה" יעדער איז א טפח העכער אבער מען דערהייבט זיך נאך א טפח ארויף, מען גייט אריבער צום סאטמארן הימנע "אנא עבדא דקושא ברוך הוא דסגידנא קמיה ומקמיה דיקר אוריתיה בכל עידן ועידן" דער עולם שוועבט אין העכערע עולמות, יעדער איז זיך מקבל זיין אייגענע הדור קבלוה מאהבה און דאן קומט מען נאכאמאל צוריק "אוי שישו ושמחו בשמחת תורה" אוי וטהר לבינו לעבדך באמת, יהא רעווא קדמך דתפתח לבאי באוריתא.
נאך א לענגערע צייט טאנצן איז געקומען דער קלימאקס! די רבי איז ארויף אויפן פלאטפארמע ווי עס איז געווען די ארון קודש און די רבי האט זיך אויסגעדרייט מיטן ספר תורה אין די הענט, צום אפענעם ארון קודש, און זיך אריינגעווארפן אינעם ארון קודש, ווען דער רבי ווארפט זיך פאר געוויין ווי א קליין קינד, בשעת מען זינגט די טל ניגון פון הרה"ק רבי מענדעלע מרימונוב, אויב איינער האט דעמאלטס געהאט א טריקען אויג גלייב איך נישט אז ער האט א אידיש הארץ! א מחזה וואס וועט פון מיין הארץ קיינמאל נישט ארויסגיין!
דערנאך בשעה 5:45 האט די רבי זיך אפגעוואשן דאס פנים און געזאגט לדוד מזמור מיט התעוררות,
דערנאך איז געווען מנחה.
אשרי עין ראתה קהל קדושין רוגשין בשמחת התורה!

- שר חמש מאות
- תגובות: 548
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 13, 2014 5:24 pm
- לאקאציע: אין דארף
Re: הכנסת ספר תורה פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר מהר"א שליט"א
מצב כללי האט געשריבן:הערליכע מעמד געווען
נאכן זיך רישן אויף כאאס מוז איז איך זאגן עס איז געווען א גרויסע סוקסעס עט ליעסט פון מיין פרעספעקטיוו
מען איז געווען 2 שעה אין ביהמ"ד
געטאנצן אויף אלע הקפה ניגונים דערנאך איז געווען אן הפסקה, מען האט געזינגען ווארימע ניגונים, דברות קודש און נאכאמאל געטאנצן.
די מוזיק אין ביהמ"ד איז זייער גיט געווען
די עיקר שאדן פון די רעגן איז לכאורה געווען די קינדער מעמד וואס וואלט אפשר גענומען לענגער.
אגרי אויף יעדע ווארט, אזא היסטאריע מעמד וועט לאנג געדענקט ווערן, עס איז געווען העכער אלע ערווארטונגען.
- Rak Tov
- שר שבעת אלפים
- תגובות: 7892
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 18, 2020 12:35 pm
- לאקאציע: דא
- פארבינד זיך:
Re: הכנסת ספר תורה פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר מהר"א שליט"א
הערשקא האט געשריבן:טראוועי האט געשריבן:דער פאני מענטש האט געשריבן:ווער גראמט דארט?
ישראל אדלער פין ארץ ישראל א גורער
זייער שיין געגראמט בעיקור די צווייטע מאל ביים אויסגראמען די דברות קודש פון רבי'ן,
איך האלט ער וואלט ענדעש (ווי די ערשטע מאל גראמען) געדארפט אראפלייגן א חזנות שטיקל וואס נאר ישראלי אדלער קען אזויווי די יעמוד.
ווארפט אריין לכה"פ $360
https://thechesedfund.com/chemed/ivelt
https://thechesedfund.com/chemed/ivelt
Re: הכנסת ספר תורה פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר מהר"א שליט"א
YF פראדאקשן!
א סוקסעס פון א מעמד העכער אלע ערווארטונגען!!!
א סוקסעס פון א מעמד העכער אלע ערווארטונגען!!!
- Rak Tov
- שר שבעת אלפים
- תגובות: 7892
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 18, 2020 12:35 pm
- לאקאציע: דא
- פארבינד זיך:
Re: הכנסת ספר תורה פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר מהר"א שליט"א
ציגאנער האט געשריבן:;l;p- YF פראדאקשן!
א סוקסעס פון א מעמד העכער אלע ערווארטונגען!!!
ר' יודא יושע וויינשטאק
א סוקסעס פון א מעמד העכער אלע ערווארטונגען!!!
ווי אייביג!
ווארפט אריין לכה"פ $360
https://thechesedfund.com/chemed/ivelt
https://thechesedfund.com/chemed/ivelt
-
- שר האלף
- תגובות: 1374
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 13, 2015 5:55 pm
Re: הכנסת ספר תורה פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר מהר"א שליט"א
פרא-חסיד האט געשריבן:איך מעסט אזא סארט מעמד לויט וויפיל רוחניות איך פיל עס ברענגט מיר, קבלות טובות אין לימוד התורה, קדושה צניעות וכד׳ ברוך השם אז אין דעם הינזיכט איז עס געווען ביי מיר א געוואלדיגן סוקסעס, ביים רבינס דרשה איז מיר ממש געקומען טרערן, (עכט האב איך נישט ליב דאס ארויסצוברענגן, ווייל איך פיל אז דאס ארויסגעבן אינדרויסן איז ממעט פונם פנימיות, האבעך מיך אבער נישט געקענט איינהאלטן.
.
- אטעטשמענטס
-
- 3A3AB24A-855A-4DB0-B6FD-7FA79E4A3B5B.jpeg (69.43 KiB) געזען 2992 מאל
-
- 38FF08DB-16AD-48F4-8DB3-1E0FDCD7D4CC.jpeg (90.5 KiB) געזען 2992 מאל
-
- 6843E81D-7E9D-4E8F-84A2-CCB7E67D96CB.jpeg (55.2 KiB) געזען 2992 מאל
-
- שר האלף
- תגובות: 1374
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 13, 2015 5:55 pm
Re: הכנסת ספר תורה פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר מהר"א שליט"א
פרא-חסיד האט געשריבן:איך מעסט אזא סארט מעמד לויט וויפיל רוחניות איך פיל עס ברענגט מיר, קבלות טובות אין לימוד התורה, קדושה צניעות וכד׳ ברוך השם אז אין דעם הינזיכט איז עס געווען ביי מיר א געוואלדיגן סוקסעס, ביים רבינס דרשה איז מיר ממש געקומען טרערן, (עכט האב איך נישט ליב דאס ארויסצוברענגן, ווייל איך פיל אז דאס ארויסגעבן אינדרויסן איז ממעט פונם פנימיות, האבעך מיך אבער נישט געקענט איינהאלטן.
.
- אטעטשמענטס
-
- 940E10B7-47BE-435D-96D9-6E071DFC037C.jpeg (74.34 KiB) געזען 2991 מאל
-
- FDCE4C1E-5578-4B80-987A-DB3B63267444.jpeg (77.97 KiB) געזען 2991 מאל
-
- 19ACE18F-0601-437F-B32C-718882CE4D0C.jpeg (68.15 KiB) געזען 2991 מאל
- עירמאנט'ער
- שר האלפיים
- תגובות: 2295
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 16, 2014 11:51 pm
Re: הכנסת ספר תורה פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר מהר"א שליט"א
בינגא האט געשריבן:
איך בין נישט קיין שרייבער, און אין בין בכלל נישט קיין בעל הרגש!
ביסטעך יא א שרייבער....
ביסטעך יא א בעל הרגש....
זייער שיין באשריבן. ישר כח.
ימים ידברו - די טעג וועלן רעדן
מה נענה אנן אבתרייהו
מה נענה אנן אבתרייהו
Re: הכנסת ספר תורה פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר מהר"א שליט"א
טראוועי האט געשריבן:נתן בן ופסי האט געשריבן:טראוועי האט געשריבן:דער פאני מענטש האט געשריבן:ווער גראמט דארט?
ישראל שטערן פין ארץ ישראל א גורער
האסטוך פארמישט לכאורה מיט צוויי זאכן ס'דא א רעדנער א בעלזער ישראל שטערן פון לאנדן און נאכדעם א גראמער/זינגער א גור'ער פון א''י ישראל אדלער
איך ווייס, איך האב אבער געהערט אויף קול סאטמאר ווי ער זאגט ישראל שטרן פין ארץ ישראל
האט דער בעל קול סאטמאר געמאכט א טעות אזויווי מערערע האבן שוין ערווענט דא אז עז איז געווען 'ישראל אדלער'.
ס'מיר אינטערסאנט אז קיינער האט נאכנישט ארויסגעברענגט ווי פלאותדיג ער האט אויסגעגראמט ביים צווייטן מאל די גאנצע דברות קודש פון רבינו שליט"א וואס די רבי האט אקארשט געענדיגט זאגן - און גארנישט אויסגעלאזט, ס'ליגט דערין א מורא'דיגע קונסט, בכלל זיין קול איז עפעס הפלא'דיג, ארויפגעצויגן ווי משוגע.
ווארט מיר נאך אויף א באריכט פונעם גאנצן טיש, אפשר במקום שאין איש וועל איך פרובירן באלד.
לעצט פארראכטן דורך א פוינט אום מאנטאג מארטש 01, 2021 10:39 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
- farshlufen
- שר שלשים אלף
- תגובות: 35248
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
- לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק
Re: הכנסת ספר תורה פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר מהר"א שליט"א
נע וודאי "ישראל אדלער" נישט אז "ישראל שטערן" וואלט נישט גע'יכול'ט, אבער דאס איז גאנץ אן אנדערער שניט.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
- ריעל עסטעיט
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3530
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 27, 2020 8:23 am
- לאקאציע: ביים באנק אקואנט
Re: הכנסת ספר תורה פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר מהר"א שליט"א
אינטערעסאנטע זאך געווען אין בית מדרש האט דער רבי כמעט נישט איבער געעגבן די ספר תורה פאר קיינעם נאר אליינס געהאלטן כמעט א גאנצע צייט סיי ביים טאנצן סיי ביים רעדן אפי' ווען ער איז געזעצן כמעט א גאנצע צייט האט ער עס אליינס געהאלטן נישט קענענדיג עס ארויסלאזן פון האנט פאר גרויס חביבות
לעצט פאראכטן דורך ריעל עסטעיט אום מאנטאג ינואר 10, 2022 4:00 pm, מאל פאראכטן געווארן 999 סך הכל.
Re: הכנסת ספר תורה פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר מהר"א שליט"א
בס"ד
יא, הדרא דלא אפשר למפרט... מיטגעברענגט די קינדערלעך ס'זאל אריינגיין אין די ביינער...
די ברכות פון רבינו שליט"א, געגאסן מיט אזא שפע, מיט אזא אהבה, מיט אזא רחמים, ווערטער קענען בכלל נישט...
דער ישראל אדלער האט געמאכט א דזשאב, אה, נישט פשוט, די ניגונים, די ווערטער, די תוכן, די קולע אל השערה ממש שורה ביי שורה, און די קול, איי, די קול.
די טיפסטע שטיקל איז געווען ביים ארויסברענגען די מסי"נ הנהגה פון רבי'ן ביי די שווערסטע קאראנע צייט, אלעס פארקנאקט, דער רבי האט מיט זיין כוח התורה געשריגן ארויס ארויס אויף די מגיפה, שוין דעמאלט געהאלטן אינמיטן שרייבן די ס"ת, און יעצט קומט ארויס די כוח התורה. דער עולם געווישט טרערן.
און נאכאמאל, דעם רבינ'ס וואונטשן מנהמת ליבו, אזוי פערזענליך, ווי א טאטע צו זיין בן יחידו וחביבו.
הייליגער באשעפער, מיט וואס קענען מיר דיר דאנקען פאר'ן געבן די זכי' מיטצוהאלטן אזא מעמד!

ווי זאגט מען WOW אין אידיש? שיקט אייער מיינונג צו [email protected].
-
- שר ששת אלפים
- תגובות: 6090
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 20, 2011 5:39 pm
- לאקאציע: דארט
Re: הכנסת ספר תורה פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר מהר"א שליט"א
די רוחניות חלק איז נישט שייך צו באשרייבן, די גשמיותדיגע חלק איז געווען א סוקסעס עד למעלה, יודא יושע וויינשטאק מיט YF א מעסטער דזשאב,
סתם אנצומערקן אויב איינער האט אויפגעפאסט די סדר פון די ניגונים ביים טאנצן, די ערשטע מאל ווען דער רבי האט אריינגעברענגט די ספר תורה האט מען געטאנצן הקפות, די צווייטע מאל נאך די תורה פארן אריינלייגען די ספר תורה אין ארון קודש האט מען געטאנצן אלע ניגונים אויף די ווערטער פון בריך שמי',

- אלופי אדום
- שר האלף
- תגובות: 1667
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 22, 2019 12:59 pm
- לאקאציע: אויפן טיש
Re: הכנסת ספר תורה פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר מהר"א שליט"א
יאנקעל פעדראטשיק האט געשריבן:די רוחניות חלק איז נישט שייך צו באשרייבן, די גשמיותדיגע חלק איז געווען א סוקסעס עד למעלה, יודא יושע וויינשטאק מיט YF א מעסטער דזשאב,
סתם אנצומערקן אויב איינער האט אויפגעפאסט די סדר פון די ניגונים ביים טאנצן, די ערשטע מאל ווען דער רבי האט אריינגעברענגט די ספר תורה האט מען געטאנצן הקפות, די צווייטע מאל נאך די תורה פארן אריינלייגען די ספר תורה אין ארון קודש האט מען געטאנצן אלע ניגונים אויף די ווערטער פון בריך שמי',
לאו דוקה בריך שמי' שישו ושמחו און וטהר לבינו שטייט נישט דארט, נאר געזינגען תורה ניגונים, וואס אסאך שטייט אין בריך שמי'
מיין לופי'לע........
- נישטאמת
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3946
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 4:47 pm
- לאקאציע: איך האף צו וויסן בקרוב
Re: הכנסת ספר תורה פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר מהר"א שליט"א
איך מיין אז אין סקווירא גייט מען נישט קיין שטריימעל שושן פורים המשולש. בני כ"ק מסקווירא האבן זיך אנגעטון דעם שטריימעל נאר לכבוד דעם הכנסת ספר תורה?
Re: הכנסת ספר תורה פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר מהר"א שליט"א
יאנקעל פעדראטשיק האט געשריבן:די רוחניות חלק איז נישט שייך צו באשרייבן, די גשמיותדיגע חלק איז געווען א סוקסעס עד למעלה, יודא יושע וויינשטאק מיט YF א מעסטער דזשאב,
סתם אנצומערקן אויב איינער האט אויפגעפאסט די סדר פון די ניגונים ביים טאנצן, די ערשטע מאל ווען דער רבי האט אריינגעברענגט די ספר תורה האט מען געטאנצן הקפות, די צווייטע מאל נאך די תורה פארן אריינלייגען די ספר תורה אין ארון קודש האט מען געטאנצן אלע ניגונים אויף די ווערטער פון בריך שמי',
פארוואס טאקע איז מען נישט געטאנצן גארנישט די זעקסטע הקפה ניגון?
- משה צימערינג
- שר האלפיים
- תגובות: 2124
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 28, 2015 9:48 am
- לאקאציע: אונטער דעם אייזערנעם פירהאנג
Re: הכנסת ספר תורה פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר מהר"א שליט"א
נישטאמת האט געשריבן:איך מיין אז אין סקווירא גייט מען נישט קיין שטריימעל שושן פורים המשולש. בני כ"ק מסקווירא האבן זיך אנגעטון דעם שטריימעל נאר לכבוד דעם הכנסת ספר תורה?
די פעטער מאכט א שמחה
ווי פלעגט די טאטע זאגן?: אלס בעסער ווי געלערנט
Re: הכנסת ספר תורה פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר מהר"א שליט"א
נישטאמת האט געשריבן:איך מיין אז אין סקווירא גייט מען נישט קיין שטריימעל שושן פורים המשולש. בני כ"ק מסקווירא האבן זיך אנגעטון דעם שטריימעל נאר לכבוד דעם הכנסת ספר תורה?
זעהט אזוי אויס, דאכט זיך מיר אז זווהעיל'ער רבי איז יא געקומען מיט א הוט (אויב כ'מאך נישט קיין טעות)
Re: הכנסת ספר תורה פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר מהר"א שליט"א
נישטאמת האט געשריבן:איך מיין אז אין סקווירא גייט מען נישט קיין שטריימעל שושן פורים המשולש. בני כ"ק מסקווירא האבן זיך אנגעטון דעם שטריימעל נאר לכבוד דעם הכנסת ספר תורה?
יא.
- טשאלענט
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4017
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 07, 2016 3:34 pm
- לאקאציע: אין טשאלענט טאפ
Re: הכנסת ספר תורה פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר מהר"א שליט"א
איך האב פשוט נישט קיין ווערטער צו באשרייבן די הייליגע נעכטיגע מעמד, אפשר וועל איך שפעטער פרובירן.
מיר פערזענליך האט געלאזט א רושם דאס זינגען די זיבעטע הקפה ניגון, וואס האט אריין געברענגט דעם עולם אין די שמחת תורה'דיגע עקסטאז, ווען רבינו שליט"א טאנצט אויפן סטעידש מיט אזא חביבות התורה.
בכלל, ביים גאנצן מעמד, אנגעהויבן פון א וואך פריער ביים סיום אין וומ"ס האט מען געזעהן די מורא'דיגע חביבות פון רבינו שליט"א צום תורה הק', ווי ער האט דאס ארום גענומען און געטאנצן... אשרי עין ראתה כל אלה!!!
עס איז מיר געקומען טרערן אין די אויגן הערענדיג ווי דער שר צבא ה', וואס דינט דעם רבוש"ע מיט מסירת נפש ממש, וויינט ווי א קליין קינד אז דער אייבערשטער זאל אים שיקן יראת שמים מיט אהבת תורה...

טשאלענט גמח!
ווען איך בין געווען אינגער פלעג איך זאגן:
די לעבן איז צו ערנסט צו נעמען אזעלכע נארישקייטן פערזענליך,
אבער היינט בין איך שוין שוין געקומען צום שכל און איך זאג:
די לעבן איז צו נאריש צו נעמען אזעלכע ערנסטע זאכן פערזענליך

- פרינדזשעס..
- שר האלף
- תגובות: 1535
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 08, 2018 4:27 pm
- לאקאציע: מונקאטש
Re: הכנסת ספר תורה פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר מהר"א שליט"א
היינט אינדערפרי ביי תפילת שחרית נאך קריאת התורה און שהחיינו איז מכובד געווארן מיט הגבה הרה"ג ר' ארי דוב קארנבלי שליט"א ר'"י שיעור ד' ווי ער איז געטאנצו מיט די אפענע ספר תורה,
קוקט און האט הנאה.
https://drive.google.com/file/d/1mEHgc6 ... sp=sharing

גילוי דעת
שלא יאמרו מדשתקי רבנן שמע מינה ניחא להו,
זענען מיר מוחה אויף כבוד התורה!
ולא חרבה ירושלים אלא שביזו בה תלמידי חכמים.

- בעסער אזוי
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4617
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 11, 2020 3:00 pm
- לאקאציע: אין מיין באקס
Re: הכנסת ספר תורה פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר מהר"א שליט"א
הערליכע מעמד געווען, נישטא קיין ווערטער
ווער האט געשפילט אין ביהמ"ד?
ווער האט געשפילט אין ביהמ"ד?
(--ווערטערלאז--)