ווער איז די ארגאנאזאציע Informed Consent Action Network גערופן דא אויף אייוועלט ICAN

אחראי: יאנאש

אוועטאר
Kosher Travel
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4219
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע: Yehupesville
פארבינד זיך:

ווער איז די ארגאנאזאציע Informed Consent Action Network גערופן דא אויף אייוועלט ICAN

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Kosher Travel »

איך זעה לעצטענס אז מען quote אן ארגאנאזאציע ICAN דא אויף אייוועלט. פאר איינער וואס איז נישט באקאנט, קען מיינען אז מען רעדט דא פון א חשובע ארגאנאזאציע וואס מיינט די טובה פון די מענטשהייט. מען קען מיינען אז דאס איז א גרופע פון סייענטיסטן מיט דאקטוירים וואס לאזן זיך מער נישט פון די גאווערמענט, זיי וועלן מער נישט צולאזן די עוולות און ווייטוואשינג פון די CDC און ארויסקומען אנטקעגן דעם. זאל מען וויסן קלאר ווער שטייט אונטער דעם:

The Informed Consent Action Network (ICAN) is one of the main anti-vaccination groups in the United States. Founded in 2016 by Del BigtreeDel Bigtree, it spreads Misinformationmisinformation about the risks of vaccines and contributes to vaccine hesitancy, which has been identified by the World Health Organization as one of the top ten global health threats of 2019.

ICAN was founded in 2016 by television producer Del Bigtree, after the release of the movie Vaxxed: From Cover-Up to Catastrophe, which he wrote and produced, with anti-vaccination activist Andrew Wakefield directing. The national attention Bigtree gained with the movie and its promotion tour allowed the newly-formed group to quickly assume a leading role among the anti-vaccination movement. Scientists have countered many of ICAN's statements, arguments against vaccination being contradicted by overwhelming scientific consensus about the safety and efficacy of vaccines.

ICAN pays a salary of $146,000 to Del Bigtree as its CEO.
לעצט פארראכטן דורך Kosher Travel אום דינסטאג נאוועמבער 03, 2020 1:32 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~
העלפט מיין חבר פון זיך אונטערברעכן!
אוועטאר
גרויסע עם הארץ
שר עשרת אלפים
תגובות: 14528
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 24, 2018 9:17 pm

Re: ווער איז די מסוכנ'דיגע ארגאנאזאציע Informed Consent Action Network גערופן דא אויף אייוועלט ICAN

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויסע עם הארץ »

ייש"כ פארן אויפמערקזאם מאכן.

אויף וועמענס חתימה קען מען עס זעהן?
אוועטאר
Kosher Travel
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4219
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע: Yehupesville
פארבינד זיך:

Re: ווער איז די מסוכנ'דיגע ארגאנאזאציע Informed Consent Action Network גערופן דא אויף אייוועלט ICAN

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Kosher Travel »

גרויסע עם הארץ האט געשריבן:ייש"כ פארן אויפמערקזאם מאכן.

אויף וועמענס חתימה קען מען עס זעהן?

איך זיך נישט דא צו וויי טון קיינעם.
עס איז דא א ניק וואס האט עס אין גרויסע רויטע אויתיות. ממש נישט צו גלייבן אז מען קען נאך איינרעדן אינגעלייט אז דעל ביגטרי איז אן אמת'דיגע מענטש.

עס איז דא אסאך אינגעלייט, וואס אלע זייער אינפארמאציע אין די וועלט, קומט פון קול מבשר אדער אייוועלט. און מיין גאנצע מטרה דא איז, אז די אינגעלייט, די וועלכע מיינען אז די וועלט ענדיגט זיך ביי מעיפעל קארנער טרי אוי סיקס, זאל ער וויסן וואס גייט פאר. ווייל ווער עס ליינט עס, קען מיינען אז דאס איד די גאנצע אמת. זאל ער וויסן אז די גאנצע מעדעצינישע וועלט האלט אנדערשט און גארנישט וואס זיי זאגן איז געבויט אויף סייענס. און אדרבא, זאל איעדער מאכן זיין אייגענע ריסורדזש.
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~
העלפט מיין חבר פון זיך אונטערברעכן!
האמת עד לעצמו
שר מאה
תגובות: 195
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 04, 2019 1:21 pm
פארבינד זיך:

Re: ווער איז די מסוכנ'דיגע ארגאנאזאציע Informed Consent Action Network גערופן דא אויף אייוועלט ICAN

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האמת עד לעצמו »

הרב Kosher, ייש"כ גדול, נעגאטיווע דעקונג איז אויך ווערט, און ליתר שאת האב איך צוגעלייגט נאך אינפארמאציע אין מיין חתימה
אוועטאר
צייט פארטרייבונג
שר האלף
תגובות: 1993
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 04, 2020 4:42 pm
לאקאציע: אויפן זייגער

Re: ווער איז די מסוכנ'דיגע ארגאנאזאציע Informed Consent Action Network גערופן דא אויף אייוועלט ICAN

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צייט פארטרייבונג »

Kosher Travel האט געשריבן:
גרויסע עם הארץ האט געשריבן:ייש"כ פארן אויפמערקזאם מאכן.

אויף וועמענס חתימה קען מען עס זעהן?

איך זיך נישט דא צו וויי טון קיינעם.
עס איז דא א ניק וואס האט עס אין גרויסע רויטע אויתיות. ממש נישט צו גלייבן אז מען קען נאך איינרעדן אינגעלייט אז דעל ביגטרי איז אן אמת'דיגע מענטש.

עס איז דא אסאך אינגעלייט, וואס אלע זייער אינפארמאציע אין די וועלט, קומט פון קול מבשר אדער אייוועלט. און מיין גאנצע מטרה דא איז, אז די אינגעלייט, די וועלכע מיינען אז די וועלט ענדיגט זיך ביי מעיפעל קארנער טרי אוי סיקס, זאל ער וויסן וואס גייט פאר. ווייל ווער עס ליינט עס, קען מיינען אז דאס איד די גאנצע אמת. זאל ער וויסן אז די ?גאנצע? מעדעצינישע וועלט האלט אנדערשט און גארנישט וואס זיי זאגן איז געבויט אויף סייענס. און אדרבא, זאל איעדער מאכן זיין אייגענע ריסורדזש.

מתוך דבריך איז ניכר אז דו האסט נאכנישט גענומען די מיה און אריינגעקוקט דאס מינדעסטע וואס ICAN שרייבט, ווייל וואס זיי זאגן איז גענומען פון די אייגענע גאווערמענט וועבסייטס און פון די סטאדי'ס פון די קאמפאניס, און זיי לופטערן די הודאות בעלי דין כמאה עדים וכדומה, און וואס עס בלייבט איבער נאכדעם איז סך הכל זיך צו טענה'ען אויב די אויסגעדראשענע תירוצים וואס די גאווערמענט ענטפערט איז צו דער זאך אדער נישט. ווען איינער האט מורא אז עס וועט זיך טרעפן סיי ווער וואס וועט אויסהערן דעם דעל ביגטרי/ICAN און האט א צורך אים אראפצורייסן אויף א מיאוס'ן אופן איז א סימן אז ער האט פארלוירן דעם ארגומענט, ווייל אויב דו האסט זאכליכע תירוצים אויף די אלע טענות נו לאמיר זיי ארויפברענגען אויפן טיש און זעהן אויב עס מאכט סענס אדער עס איז אפגעפרעגט. וואס איז די גרויסע העצעריי קעגן דעם מענטש גופא? גיי קוק נאך און דו וועסט זעהן אויב דו בלייבסט מיט דעם צונג אינדרויסן אדער נישט.
איך קען נאר ווידערהאלן א מציאות וואס איך האב שוין דערמאנט ערגעץ אנדערש דא אויפן וועלטל און טאקע אין א תגובה אויף "Kosher Travel" 'ס שארפע פארדאמונג אויף "דעם געמיינעם פארברעכער און ליגנער דעל ביגטרי" אז אויב דער רעגירונג האט שוין פארלוירן 4 קאורט קעיסעס קעגן דעם דעל מיט זיין ארגאניזאציע איז א סימן אז ער האט יא עפעס זאכליכע טענות, ווייל אויב נישט טא ווי קען זיין אז די דורכאויס מסודר'דיגע און גאר מאכטפולע רעגירונג פון אמעריקע זאל פארלירן 4 קאורט קעיסעס קעגן אזא אויסגעשפראכענער ליגנער און פארברעכער וואס אלע זיינע טענות זענען געבויעט אויף בלויזע קאנספיראציע טעאריעס אויסגעזויגענע פון פינגער, אתמהה.
און אויף דעם סטעיטמענט "עס איז דא אסאך אינגעלייט, וואס אלע זייער אינפארמאציע אין די וועלט, קומט פון קול מבשר אדער אייוועלט" וויל איך צולייגן: אז עס איז דא אסאך אינגעלייט, וואס אלע זייער אינפארמאציע אין די וועלט קומט פון די מידיא, און אלעס וואס ווערט דארט געלופטערט ווערט אנגענומען אלץ פאקטן און זיי רעדן זיך איין אז ס'איז אסור להרהר אחריהם.
אמר רבי אלעזר בר אבינא: אם ראית מלכיות מתגרות אלו באלו צפה לרגלו של משיח (בראשית רבה מב, ד).
וואס זאגט דאס פאר אונז?! מען זאל זיך גרייטן, און זיכער מאכן אים נישט מעכב זיין חלילה פון קומען.
ווען משיח וועט קומען וועט ער ווייזן מיט די פינגער...
האמת עד לעצמו
שר מאה
תגובות: 195
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 04, 2019 1:21 pm
פארבינד זיך:

Re: ווער איז די מסוכנ'דיגע ארגאנאזאציע Informed Consent Action Network גערופן דא אויף אייוועלט ICAN

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האמת עד לעצמו »

צייט פארטרייבונג האט זייער גוט ארויסגעברענגט, אין איין ווארט: קבל את האמת ממי שאמרו,
לגבי דעל ביגטרי פערזענליך, ווער עס האט שוין געהאנדלט מיט אים ווייסט אז ער איז אן אמת'ע אוהב ישראל, וואס ער דעקט אייביג היימישע אידן אין א פאזיטיווע ליכט, די אלע וואס האבן באקומען געלט שטראפן ביי די מיזעלס אויסברוך (איינער געדענקט נאך ווען מיזעלס איז געווען א מגיפה?) האבן זיינע לויערס דאס געפייט בחנם בלי תשלום גמול, (איך האב אפילו געהערט אז ער האט געזאגט פאר איינעם אז זיין טאטע איז א אידיש קינד), און דאס אז די CDC און די WHO האבן אים נישט ליב, איז נישט קיין שטארקע קשיא
Goodmorning
שר חמשת אלפים
תגובות: 5419
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

Re: ווער איז די מסוכנ'דיגע ארגאנאזאציע Informed Consent Action Network גערופן דא אויף אייוועלט ICAN

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Goodmorning »

קען זיין אז עס זענען דא עפעס אמת אין די פראבלעמען וואס עס שאפט, אבער אן וואקסינען וואלט מען געהאט קאראנעס יעדן צווייטן טאג ווי חלילה די צייטן ווען רוב קינדער האבן נישט דערגרייכט צו עדאלטהוד.
אנטיביאטיק און אנדערע מעדעצינישע דערגרייכונגען שפילן געוויס אויך א ראלע.
שויתי ה' לנגדי תמיד
יואל שרייבער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3677
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 04, 2017 1:33 am

Re: ווער איז די מסוכנ'דיגע ארגאנאזאציע Informed Consent Action Network גערופן דא אויף אייוועלט ICAN

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יואל שרייבער »

Kosher Travel האט געשריבן:איך זעה לעצטענס אז מען quote אן ארגאנאזאציע ICAN דא אויף אייוועלט. פאר איינער וואס איז נישט באקאנט, קען מיינען אז מען רעדט דא פון א חשובע ארגאנאזאציע וואס מיינט די טובה פון די מענטשהייט. מען קען מיינען אז דאס איז א גרופע פון סייענטיסטן מיט דאקטוירים וואס לאזן זיך מער נישט פון די גאווערמענט, זיי וועלן מער נישט צולאזן די עוולות און ווייטוואשינג פון די CDC און ארויסקומען אנטקעגן דעם. זאל מען וויסן קלאר ווער שטייט אונטער דעם:

The Informed Consent Action Network (ICAN) is one of the main anti-vaccination groups in the United States. Founded in 2016 by Del BigtreeDel Bigtree, it spreads Misinformationmisinformation about the risks of vaccines and contributes to vaccine hesitancy, which has been identified by the World Health Organization as one of the top ten global health threats of 2019.

ICAN was founded in 2016 by television producer Del Bigtree, after the release of the movie Vaxxed: From Cover-Up to Catastrophe, which he wrote and produced, with anti-vaccination activist Andrew Wakefield directing. The national attention Bigtree gained with the movie and its promotion tour allowed the newly-formed group to quickly assume a leading role among the anti-vaccination movement. Scientists have countered many of ICAN's statements, arguments against vaccination being contradicted by overwhelming scientific consensus about the safety and efficacy of vaccines.

ICAN pays a salary of $146,000 to Del Bigtree as its CEO.


איך האב נישט ארויס פארוואס דו טראכסט אז אזא ארטיקל, גייט טוישן איינעמס מיינונג, פאר מיר וואלט סאך מער געמיינט ווען דו שרייבסט ווען אליינס די פאר ווערטער, "וואקסינס איז גוט , ican איז שלעכט, דעל ביגטרי איז שלעכט" וחסל.

פארוואס זאל איך עס מער אננעמען ווייל א גוי האט עס געשריבן אויף ענגליש?
ליבי ובשרי
שר האלפיים
תגובות: 2194
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 15, 2019 1:41 pm

Re: ווער איז די מסוכנ'דיגע ארגאנאזאציע Informed Consent Action Network גערופן דא אויף אייוועלט ICAN

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ליבי ובשרי »

זייט ווען איז וויקי מער באגלייבט ווי קו''מ און אייוועלט. סתם חוזק מאכן פון די אנעדיוקעדיט..... ?
דאס איז א קול קורא בלי טעם? אז איר האט עפעס זאכליך שרייבט.

נ.ב. איך. נעם און געב וואקסינס, אבער איך גלייב אין פרייקייט פון שפראך / פרעסע.
עזרא
שר העשר
תגובות: 18
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 20, 2020 8:57 pm

Re: ווער איז די מסוכנ'דיגע ארגאנאזאציע Informed Consent Action Network גערופן דא אויף אייוועלט ICAN

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עזרא »

צייט פארטרייבונג האט געשריבן:אויב דער רעגירונג האט שוין פארלוירן 4 קאורט קעיסעס קעגן דעם דעל מיט זיין ארגאניזאציע איז א סימן אז ער האט יא עפעס זאכליכע טענות, ווייל אויב נישט טא ווי קען זיין אז די דורכאויס מסודר'דיגע און גאר מאכטפולע רעגירונג פון אמעריקע זאל פארלירן 4 קאורט קעיסעס קעגן אזא אויסגעשפראכענער ליגנער און פארברעכער וואס אלע זיינע טענות זענען געבויעט אויף בלויזע קאנספיראציע טעאריעס אויסגעזויגענע פון פינגער, אתמהה.

אויב מעג מען בעטן דו זאלסט מפרש זיין אין א פאר ווערטער בערך וואס די ICAN האט מצליח געווען איבערצוווייזען מיט זייער געווינס אין געריכט? דאס וואס איין בעל דין פארשרייבט אלץ 'הודאת בעל דין' פון די בעלי דין כנגדו אין די רעגירונגען ארום די וועלט איז דאך נישט אינטערסאנט. ס'איז אבער יא וויכטיג צו וויסן וואס די רעגירונג'ס געריכטן זאגן יא.
אוועטאר
אחת ואחת
שר שלשת אלפים
תגובות: 3665
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 09, 2018 12:01 pm
לאקאציע: אין קרעטשמע

Re: ווער איז די מסוכנ'דיגע ארגאנאזאציע Informed Consent Action Network גערופן דא אויף אייוועלט ICAN

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אחת ואחת »

Goodmorning האט געשריבן:קען זיין אז עס זענען דא עפעס אמת אין די פראבלעמען וואס עס שאפט, אבער אן וואקסינען וואלט מען געהאט קאראנעס יעדן צווייטן טאג ווי חלילה די צייטן ווען רוב קינדער האבן נישט דערגרייכט צו עדאלטהוד.
אנטיביאטיק און אנדערע מעדעצינישע דערגרייכונגען שפילן געוויס אויך א ראלע.

1000%
פרעגט נאר איינעם וואס האט געלערנט אין חדר אינדערהיים (ליידער שוין כמעט נישט דא פון די אידען)עס איז נישט געווען אזא זאך אז מען זאל ענדיגען דעם יאר מיט די זעלבע צאל קינדער ווי מען האט אנגעהויבן, עס האבן ליידער יעדעס יאר געפעלט קינדער.
דאס איז קלאר צום פארדאנקען די חכמות הרפואה פון מעדעצין און שאטס. און עס וועגט איבער פי כמה פון די אפ' לשיטתם'דיגע סכנות דערפון.
פרוטה ופרוטה מצטרפת לחשבון גדול
אוועטאר
צייט פארטרייבונג
שר האלף
תגובות: 1993
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 04, 2020 4:42 pm
לאקאציע: אויפן זייגער

Re: ווער איז די מסוכנ'דיגע ארגאנאזאציע Informed Consent Action Network גערופן דא אויף אייוועלט ICAN

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צייט פארטרייבונג »

עזרא האט געשריבן:
צייט פארטרייבונג האט געשריבן:אויב דער רעגירונג האט שוין פארלוירן 4 קאורט קעיסעס קעגן דעם דעל מיט זיין ארגאניזאציע איז א סימן אז ער האט יא עפעס זאכליכע טענות, ווייל אויב נישט טא ווי קען זיין אז די דורכאויס מסודר'דיגע און גאר מאכטפולע רעגירונג פון אמעריקע זאל פארלירן 4 קאורט קעיסעס קעגן אזא אויסגעשפראכענער ליגנער און פארברעכער וואס אלע זיינע טענות זענען געבויעט אויף בלויזע קאנספיראציע טעאריעס אויסגעזויגענע פון פינגער, אתמהה.

אויב מעג מען בעטן דו זאלסט מפרש זיין אין א פאר ווערטער בערך וואס די ICAN האט מצליח געווען איבערצוווייזען מיט זייער געווינס אין געריכט? דאס וואס איין בעל דין פארשרייבט אלץ 'הודאת בעל דין' פון די בעלי דין כנגדו אין די רעגירונגען ארום די וועלט איז דאך נישט אינטערסאנט. ס'איז אבער יא וויכטיג צו וויסן וואס די רעגירונג'ס געריכטן זאגן יא.

עס וועט נעמען זייער לאנג איבער צושרייבן אלעס, אבער ווי דו זאגסט, אין אפאר ווערטער, וועל איך עפעס ארויסברענגען ואידך זיל גמור, די וועבזייטל איז אפן און איז גרייט געליינט צו ווערן דורך סיי ווער עס קומט באזוכן... https://www.icandecide.org/
צום ערשטן ווי באקאנט ווערט קאטעגאריש פארלייקנט דורך די מעדיצינישע וועלט און די רעגירונגען בכלל און אמעריקאנע רעגירונג בפרט אז וואקסינען קענען גורם זיין אויטיזם און דערפאר איז פאר לאנגע יארן געשטאנען אין גרויס אין דעם CDC וועבזייטל VACCINES DO NOT CAUSE AUTISM עס איז דא א סקרין שאט פון דעם אין דעם בייגעלייגטן קאמפלעינט קאפי
https://www.icandecide.org/ican_lawsuit ... nd-autism/ און טאקע אין דעם קאמפלעינט קען מען זעהן אז ICAN האט געפאדערט אז אונטערן FREEDOM OF INFORMATION ACT זאל די CDC ארויסגעבן און ווייזן די סטאדיס אויף וואס זיי באזירן דעם סטעיטמענט, ווייל ווי פארשטענדליך פאר יעדן בר בי סייענס דחד יומא וואס האט נאר אנגערירט די קלאמקע פון סייענס אז סייענס מיט גלייבן אויפן ווארט זענען די גרעסטע סתירה אויפן ערד קוגל אלזא דערפאר ווען מען זאגט און מען פראפאגאנדירט אן אזויגערופענעם סייענס בעיסד סטעיטמענט דארף מען האבן זאכליכע סייענטיפישע דעקונג דערויף דעריבער האט ICAN געפאדערט צו זעהן די אלע סטאדיס. נו אין די פרייע דעמאקראטישע אמעריקע וואלט געפאסט אז ווי נאר אזא בקשה קומט אריין אין רעגירונג זאלן זיי ארויפשפרינגען און זיך פרייען אז נאך איינער וואס איז זיך מסתפק אין די סעיפטי פון וואקסינען זאל יעצט זעהן מיט די אייגענע אויגן אז ער האט נישט פארוואס מורא צו האבן ווייל עס זענען דא שטארקע סטאדיס וואס ווייזן אז אויטיזם האט קיין שייכות מיט וואקסינען. אבער ניין, די סי די סי האט ארומגעצעגערט מיט תירוצים שונים פאר לאנגע חדשים און נישט ארויסגעגעבן די סטאדיס. (זעהט אויס אז זיי האבן מורא אז מען וועט וויסן דעם אמת.) איז ICAN געגאנגען און גערופן אין קאורט און דאס איז די אויבן אראפגעברענגטע קאמפלעינט. צו דעם באדויער פון די סי די סי האט די קאורט באשטעטיגט אז זיי מוזן ארויסגעבן די סטאדיס, און זיי האבן למעשה נישט געהאט צו ווייזן מער ווי 20 סטאדיס וואס איינער וואס פארשטייט אין סייענס ווייסט אז דאס איז גארבעדזש סייענס און זיי האבן שריפטליך מודה געווען אין קאורט אז זיי האבן נישט מער ווי די 20 סטאדיס https://www.icandecide.org/wp-content/u ... ecuted.pdf
פאר א מער אויספירליכער באריכט פון דעם גאנצן הין און צוריק קען מען טרעפן דא https://www.icandecide.org/lawsuits/
און למעשה היינט צוטאגס שטייט מער נישט VACCINES DO NOT CAUSE AUTISM אין די CDC וועבזייטל, נאר There is no link between vaccines and autism דהיינו אז עס זענען נישטא קיין רעגירונג אנערקענטע סטאדיס וואס ווייזט אז עס איז א דירעקטער גורם פאר אויטיזם, און אויך Vaccine ingredients do not cause autism, און מיט אביסל קאממאן סענס איז זייער פארשטענדליך פארוואס זיי זענען געווען געצווינגען צו מאכן דעם דאזיגן טויש. (איך רעד פון די גרויסע שרייענדע ווערטער ביי די COMMON CONCERNS).
הודאת בעל דין איז שייך למשל ביי די הודאה פון די HHS אז זיי האבן נישט קיין סטאדי פון וואקסינירטע ווערסעס אומוואקסינירטע קינדער אין די דזשענעראל געזונטהייט צושטאנד די גרופע קעגן די אנדערע. אויב וואלט געווען א געהעריגע סטאדי סיי ווי אין די וועלט וואלטן זיי אנגעצייגט אהין און דאס איז גענוג סיבה אז זיי זאלן נישט דארפן מאכן אליינס. אבער זייער ענטפער פארוואס זיי מאכן נישט איז געווען די שטוינענדע דברים מטופשים: עס איז נישט עטיש צו מאכן אזא סטאדי ווייל וויבאלד עס זענען דא אויפן טיש וועריפייד וואקסינען דארף דאך יעדער ווערן וואקסינירט איז אויב אזוי ווי קען מען מאכן אזא אומ'עטישע סטאדי. ביי אונז פלעגט מען זאגן אז דאס איז די סברא פון די בת היענה...
אז דו פארשטייסט נאכאלץ נישט וועל איך דיר מסביר זיין: הלמאי, די אמעריקאנער רעגירונג ווייסט דאך קליפ און קלאר אז עס געפינען זיך טויזענטער קינדער וואס זענען אומוואקסינירט ווייל זייערע עלטערן זענען אנטי וועקסערס ממילא, נו סך הכל נעם 5000 אומוואקסינירטע קינדער און קוק נאך זייער פולע געזונט צושטאנד, און לעומתם קוק נאך 5000 וואקסינירטע קינדער ווי געזונט זיי זענען און די רעזולטאטן זאל יעדער זעהן, ווער איז געזונטער?! סאו פארוואס טוען זיי דאס נישט? (גראדע זענען דא געוויסע דאקטורים וואס פירן אליינס קליניקס אין אמעריקע און זיי זאגן אז זיי זעען א קלארע חילוק צווישן ביידע סארטן קינדער, אבער וויבאלד עס איז נישט קיין באצאלטע סטאדי קענען זיי כמעט גארנישט טוהן מיט אזעלכע אנטדעקונגען.)
זייער זינלאזער ענטפער אז עס איז UNETHICAL באבקעט די מידיא נאך און עולם גולם ווייסט אז עס איז אסור אויפצוברענגען א ספק אין די סעיפטי פון וואקסינען, עס מאכט קיינעם נישט קראנק, עה! וואס פאלט דיר ביי?! דו ביסט אויך פון די פאנאטישע קאנספיראציע טעאריקער?

https://www.ncbi.nlm.nih.gov/pmc/articles/PMC4815604/ דא קענמען זעהן ווי די נושא פון עטיקס פארנעמט א גרויסער אויבנאן ווען די רעגירונג רעדט פון וואקסינען, אבער ווי שוין פריער געזאגט וועט יעדער בר בי סייענס דחד יומא וואס האט נאר אנגערירט די קלאמקע פון סייענס וויסן צו זאגן אז עטישע פירונגען פראוון נישט גארנישט אין די פעלד פון סייענס, עס איז נאר א תירוץ צוריקצוהאלטן דעם אמת פון ארויפשווימען אויפן אויבערפלאך און צו פיטערן דומקעפ מיט נארישע תירוצים.
אמר רבי אלעזר בר אבינא: אם ראית מלכיות מתגרות אלו באלו צפה לרגלו של משיח (בראשית רבה מב, ד).
וואס זאגט דאס פאר אונז?! מען זאל זיך גרייטן, און זיכער מאכן אים נישט מעכב זיין חלילה פון קומען.
ווען משיח וועט קומען וועט ער ווייזן מיט די פינגער...
יואל שרייבער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3677
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 04, 2017 1:33 am

Re: ווער איז די מסוכנ'דיגע ארגאנאזאציע Informed Consent Action Network גערופן דא אויף אייוועלט ICAN

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יואל שרייבער »

אחת ואחת האט געשריבן:
Goodmorning האט געשריבן:קען זיין אז עס זענען דא עפעס אמת אין די פראבלעמען וואס עס שאפט, אבער אן וואקסינען וואלט מען געהאט קאראנעס יעדן צווייטן טאג ווי חלילה די צייטן ווען רוב קינדער האבן נישט דערגרייכט צו עדאלטהוד.
אנטיביאטיק און אנדערע מעדעצינישע דערגרייכונגען שפילן געוויס אויך א ראלע.

1000%
פרעגט נאר איינעם וואס האט געלערנט אין חדר אינדערהיים (ליידער שוין כמעט נישט דא פון די אידען)עס איז נישט געווען אזא זאך אז מען זאל ענדיגען דעם יאר מיט די זעלבע צאל קינדער ווי מען האט אנגעהויבן, עס האבן ליידער יעדעס יאר געפעלט קינדער.
דאס איז קלאר צום פארדאנקען די חכמות הרפואה פון מעדעצין און שאטס. און עס וועגט איבער פי כמה פון די אפ' לשיטתם'דיגע סכנות דערפון.


קינדער פלעגן שטארבן פון מיזעלס און מאמפס? אדער פון לונגען אנטצינדונגען?
עס איז נאך דערווייל נישטא קיין וואקסין פאר לונגען אנטצינדונגען.
אוועטאר
Kosher Travel
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4219
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע: Yehupesville
פארבינד זיך:

Re: ווער איז די מסוכנ'דיגע ארגאנאזאציע Informed Consent Action Network גערופן דא אויף אייוועלט ICAN

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Kosher Travel »

יואל שרייבער האט געשריבן:
Kosher Travel האט געשריבן:איך זעה לעצטענס אז מען quote אן ארגאנאזאציע ICAN דא אויף אייוועלט. פאר איינער וואס איז נישט באקאנט, קען מיינען אז מען רעדט דא פון א חשובע ארגאנאזאציע וואס מיינט די טובה פון די מענטשהייט. מען קען מיינען אז דאס איז א גרופע פון סייענטיסטן מיט דאקטוירים וואס לאזן זיך מער נישט פון די גאווערמענט, זיי וועלן מער נישט צולאזן די עוולות און ווייטוואשינג פון די CDC און ארויסקומען אנטקעגן דעם. זאל מען וויסן קלאר ווער שטייט אונטער דעם:

The Informed Consent Action Network (ICAN) is one of the main anti-vaccination groups in the United States. Founded in 2016 by Del BigtreeDel Bigtree, it spreads Misinformationmisinformation about the risks of vaccines and contributes to vaccine hesitancy, which has been identified by the World Health Organization as one of the top ten global health threats of 2019.

ICAN was founded in 2016 by television producer Del Bigtree, after the release of the movie Vaxxed: From Cover-Up to Catastrophe, which he wrote and produced, with anti-vaccination activist Andrew Wakefield directing. The national attention Bigtree gained with the movie and its promotion tour allowed the newly-formed group to quickly assume a leading role among the anti-vaccination movement. Scientists have countered many of ICAN's statements, arguments against vaccination being contradicted by overwhelming scientific consensus about the safety and efficacy of vaccines.

ICAN pays a salary of $146,000 to Del Bigtree as its CEO.


איך האב נישט ארויס פארוואס דו טראכסט אז אזא ארטיקל, גייט טוישן איינעמס מיינונג, פאר מיר וואלט סאך מער געמיינט ווען דו שרייבסט ווען אליינס די פאר ווערטער, "וואקסינס איז גוט , ican איז שלעכט, דעל ביגטרי איז שלעכט" וחסל.

פארוואס זאל איך עס מער אננעמען ווייל א גוי האט עס געשריבן אויף ענגליש?

איר זענט גערעכט און וואס איר שרייבט.

למעשה, ווען איינער זאל קומען קיין ווילאמסבורג און זאגן למשל אז מאוסער פאטרעט די אינטרעסן פון די ווילאמסבורגער אידן, און ער מיינט נאר די גוטס פון די ווילאמסבורגער אידן, וואלט מען אים אויסגעלאכט און עס וואלט נישט געווען אפילו שייך צו האבן א וויכוח מיט אים.

דאס איז די זעלבע מיט דעל ביגטרי. אין די אלגעמיינע וועלט האלט מען אים פאר איינער וואס באקט אויף פאקטן. למשל די מאווי Vaxed וואס ער האט ארויסגעגעבן, "אלע" גרויסע מידיע קאמפאניס, וואס האבן נישט אזוי ליב די פארמא אינדוסטרי (איך האב זיי אויך נישט ליב), און האבן אייביג געמאכט גיטע אינוועסטיגעישענס אויף די מידיע אינדוסטרי, זיי אלע שרייבן אויף די מאווי Vaxed, אז עס איז big on emotions but not on facts. איך האב דא געשריבן מיט א פשטות אויף וואס איעדער ווייסט. אבער איר זענט גערעכט, מען דארף עס ברייטער ערקלערן. וואס למעשה האט מען שוין געטוהן אין די אלע וואקסין דעבאטעס. אבער אי"ה, מען ארבייט דערויף, און עס קומט אן אשכול, בלויז אויף "אלעס ארום דעם געמיינער פאברעכער און ליגנער, דעל ביגטרי". דארטן וועלן מיר באשרייבן זיין הלוך ילך, וואס ער טוט, פון ווי ער נעמט זיין געלט, ווי אויך ארויסברענגען קלאר אז ער איז א פשוטער ליגנער און ער אוז שולדיג פארוואס עס קומען צירוק preventable diseases וואס זענען שוין געווען אויסגעראטן. און אי"ה דארטן וועלן מיר זיך קענען מחולק זיין. אדרבא, איך וועל פראבירן צו זיין זייער ריספעקטפול און זאלן די פאקטן רעדן פאר זיך אליינס.
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~
העלפט מיין חבר פון זיך אונטערברעכן!
Goodmorning
שר חמשת אלפים
תגובות: 5419
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

Re: ווער איז די מסוכנ'דיגע ארגאנאזאציע Informed Consent Action Network גערופן דא אויף אייוועלט ICAN

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Goodmorning »

יואל שרייבער האט געשריבן:
אחת ואחת האט געשריבן:
Goodmorning האט געשריבן:קען זיין אז עס זענען דא עפעס אמת אין די פראבלעמען וואס עס שאפט, אבער אן וואקסינען וואלט מען געהאט קאראנעס יעדן צווייטן טאג ווי חלילה די צייטן ווען רוב קינדער האבן נישט דערגרייכט צו עדאלטהוד.
אנטיביאטיק און אנדערע מעדעצינישע דערגרייכונגען שפילן געוויס אויך א ראלע.

1000%
פרעגט נאר איינעם וואס האט געלערנט אין חדר אינדערהיים (ליידער שוין כמעט נישט דא פון די אידען)עס איז נישט געווען אזא זאך אז מען זאל ענדיגען דעם יאר מיט די זעלבע צאל קינדער ווי מען האט אנגעהויבן, עס האבן ליידער יעדעס יאר געפעלט קינדער.
דאס איז קלאר צום פארדאנקען די חכמות הרפואה פון מעדעצין און שאטס. און עס וועגט איבער פי כמה פון די אפ' לשיטתם'דיגע סכנות דערפון.


קינדער פלעגן שטארבן פון מיזעלס און מאמפס? אדער פון לונגען אנטצינדונגען?
עס איז נאך דערווייל נישטא קיין וואקסין פאר לונגען אנטצינדונגען.

אוודאי פרעגן קינדער שטארבן פון מיזעלס, איך מיין פון אויב איך געדענק גוט איז דא א תפילה וועגן דעם.פון איין פון די תלמידי בעל שם.
גראדע יא דא עפעס א pneumonia vaccine מיין איך, כווייס נישט אויב די זעלבע זאך.
שויתי ה' לנגדי תמיד
אוועטאר
יז בתמוז
שר האלפיים
תגובות: 2674
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 13, 2006 1:28 pm

Re: ווער איז די מסוכנ'דיגע ארגאנאזאציע Informed Consent Action Network גערופן דא אויף אייוועלט ICAN

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יז בתמוז »

Goodmorning האט געשריבן:
יואל שרייבער האט געשריבן:
אחת ואחת האט געשריבן:
Goodmorning האט געשריבן:קען זיין אז עס זענען דא עפעס אמת אין די פראבלעמען וואס עס שאפט, אבער אן וואקסינען וואלט מען געהאט קאראנעס יעדן צווייטן טאג ווי חלילה די צייטן ווען רוב קינדער האבן נישט דערגרייכט צו עדאלטהוד.
אנטיביאטיק און אנדערע מעדעצינישע דערגרייכונגען שפילן געוויס אויך א ראלע.

1000%
פרעגט נאר איינעם וואס האט געלערנט אין חדר אינדערהיים (ליידער שוין כמעט נישט דא פון די אידען)עס איז נישט געווען אזא זאך אז מען זאל ענדיגען דעם יאר מיט די זעלבע צאל קינדער ווי מען האט אנגעהויבן, עס האבן ליידער יעדעס יאר געפעלט קינדער.
דאס איז קלאר צום פארדאנקען די חכמות הרפואה פון מעדעצין און שאטס. און עס וועגט איבער פי כמה פון די אפ' לשיטתם'דיגע סכנות דערפון.


קינדער פלעגן שטארבן פון מיזעלס און מאמפס? אדער פון לונגען אנטצינדונגען?
עס איז נאך דערווייל נישטא קיין וואקסין פאר לונגען אנטצינדונגען.

אוודאי פרעגן קינדער שטארבן פון מיזעלס, איך מיין פון אויב איך געדענק גוט איז דא א תפילה וועגן דעם.פון איין פון די תלמידי בעל שם.
גראדע יא דא עפעס א pneumonia vaccine מיין איך, כווייס נישט אויב די זעלבע זאך.

אולי ברענגסטו א ראי' צו דיין אוודאי.
פרא-חסיד
שר חמש מאות
תגובות: 927
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 30, 2016 12:42 am
לאקאציע: צווישן רעכטס און לינקס

Re: ווער איז די מסוכנ'דיגע ארגאנאזאציע Informed Consent Action Network גערופן דא אויף אייוועלט ICAN

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרא-חסיד »

יז בתמוז האט געשריבן:
Goodmorning האט געשריבן:
יואל שרייבער האט געשריבן:
אחת ואחת האט געשריבן:
Goodmorning האט געשריבן:קען זיין אז עס זענען דא עפעס אמת אין די פראבלעמען וואס עס שאפט, אבער אן וואקסינען וואלט מען געהאט קאראנעס יעדן צווייטן טאג ווי חלילה די צייטן ווען רוב קינדער האבן נישט דערגרייכט צו עדאלטהוד.
אנטיביאטיק און אנדערע מעדעצינישע דערגרייכונגען שפילן געוויס אויך א ראלע.

1000%
פרעגט נאר איינעם וואס האט געלערנט אין חדר אינדערהיים (ליידער שוין כמעט נישט דא פון די אידען)עס איז נישט געווען אזא זאך אז מען זאל ענדיגען דעם יאר מיט די זעלבע צאל קינדער ווי מען האט אנגעהויבן, עס האבן ליידער יעדעס יאר געפעלט קינדער.
דאס איז קלאר צום פארדאנקען די חכמות הרפואה פון מעדעצין און שאטס. און עס וועגט איבער פי כמה פון די אפ' לשיטתם'דיגע סכנות דערפון.


קינדער פלעגן שטארבן פון מיזעלס און מאמפס? אדער פון לונגען אנטצינדונגען?
עס איז נאך דערווייל נישטא קיין וואקסין פאר לונגען אנטצינדונגען.

אוודאי פרעגן קינדער שטארבן פון מיזעלס, איך מיין פון אויב איך געדענק גוט איז דא א תפילה וועגן דעם.פון איין פון די תלמידי בעל שם.
גראדע יא דא עפעס א pneumonia vaccine מיין איך, כווייס נישט אויב די זעלבע זאך.

אולי ברענגסטו א ראי' צו דיין אוודאי.

איך וועל נאר קוואטען וויקיפידיע.
In 1529, a measles outbreak in Cuba killed two-thirds of those natives who had previously survived smallpox. Two years later, measles was responsible for the deaths of half the population of Honduras, and it had ravaged Mexico, Central America, and the Inca civilization.[153]

נאך

Measles killed 20 percent of Hawaii's population in the 1850s.[154] In 1875, measles killed over 40,000 Fijians, approximately one-third of the population.[155] In the 19th century, the disease killed 50% of the Andamanese population.
עם טראלל תטראלל
ענה כסיל כאולתו
פארשער
שר האלף
תגובות: 1847
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 16, 2009 7:20 pm

Re: ווער איז די מסוכנ'דיגע ארגאנאזאציע Informed Consent Action Network גערופן דא אויף אייוועלט ICAN

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארשער »

Kosher Travel האט געשריבן: "אלע" גרויסע מידיע קאמפאניס, וואס האבן נישט אזוי ליב די פארמא אינדוסטרי (איך האב זיי אויך נישט ליב)

ס'איז מיר א חידוש וואס דו שרייבסט דא, וועלכע מידיע קאמפאניס צ.ב.ש. האבן נישט ליב די פארמא אינדוסטרי און האבן אייביג געמאכט גיטע אינוועסטיגעישענס אויף זיי?
האמת עד לעצמו
שר מאה
תגובות: 195
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 04, 2019 1:21 pm
פארבינד זיך:

Re: ווער איז די מסוכנ'דיגע ארגאנאזאציע Informed Consent Action Network גערופן דא אויף אייוועלט ICAN

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האמת עד לעצמו »

איך בין אויך מסכים אז אמאל פלעגן קינדער שטארבן פון מיזעלס, אבער אמאל מיינט נישט פאר די וואקסין, נאר אמאל מיינט ווען די וועלט איז געווען צוריקגעשטאנען, און עס איז נאך עד היום הזה אזוי און דריטע וועלט לענדער, אבער דארט שטארבט מען נישט נאר פון מיזעלס נאר אויך פון דייעריע, די פאקט איז אז לויט די CDC זענען געשטארבן פון מיזעלס פאר די וואקסין איז ארויסגעקומען בערך 500 קינדער א יאר איבער גאנץ אמעריקא, וויפיל קינדער שטארבן פון די מיזעלס וואקסין ווייסט קיינער נישט קלאר, ווייל די רעגירונג זאמעלט נישט דערויף קיין קראנטע DATA, אבער אויב זאל מען קוקן אויף וויערס (VAERS), וואס דאס איז די בעסטע וואס עס איז דא, קומט אויס די פאלגענדע פון מיזעלס וואקסינען:

The Vaccine Adverse Event Reporting System (VAERS) Results Formpng_Page1.png
The Vaccine Adverse Event Reporting System (VAERS) Results Formpng_Page1.png (34.27 KiB) געזען 2985 מאל


און אויב זאל מען אויך נעמען אין חשבון אז די הארווערד מעדיקעל סקול וואס האט אויפן פארלאנג פון די CDC געפארשט VAERS איז געקומען צו די מסקנא אז VAERS האט וויינגער ווי איין פראצעמט פון די געשעדיגטע:
r18hs017045-lazarus-final-report-2011png_Page6.png
r18hs017045-lazarus-final-report-2011png_Page6.png (120.09 KiB) געזען 2985 מאל
איז זייער מעגליך אז די וואקסין איז שעדליכער ווי די מחלה

און דאס איז נישט אריינגערעכטנט די פאקט אז היינט איז מען פארגעשריטן און אסאך הינזיכטן און עס וואלטן נישט געשטארבן אזוי סאך קינדער, אזוי אויך ווייסט מען שוין צו באהאנדלען מיזעלס מיט ווייטעמין A
אוועטאר
מחשב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3563
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

Re: ווער איז די מסוכנ'דיגע ארגאנאזאציע Informed Consent Action Network גערופן דא אויף אייוועלט ICAN

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחשב »

האמת עד לעצמו האט געשריבן:איך בין אויך מסכים אז אמאל פלעגן קינדער שטארבן פון מיזעלס, אבער אמאל מיינט נישט פאר די וואקסין, נאר אמאל מיינט ווען די וועלט איז געווען צוריקגעשטאנען, און עס איז נאך עד היום הזה אזוי און דריטע וועלט לענדער, אבער דארט שטארבט מען נישט נאר פון מיזעלס נאר אויך פון דייעריע, די פאקט איז אז לויט די CDC זענען געשטארבן פון מיזעלס פאר די וואקסין איז ארויסגעקומען בערך 500 קינדער א יאר איבער גאנץ אמעריקא, וויפיל קינדער שטארבן פון די מיזעלס וואקסין ווייסט קיינער נישט קלאר, ווייל די רעגירונג זאמעלט נישט דערויף קיין קראנטע DATA, אבער אויב זאל מען קוקן אויף וויערס (VAERS), וואס דאס איז די בעסטע וואס עס איז דא, קומט אויס די פאלגענדע פון מיזעלס וואקסינען:

The Vaccine Adverse Event Reporting System (VAERS) Results Formpng_Page1.png


און אויב זאל מען אויך נעמען אין חשבון אז די הארווערד מעדיקעל סקול וואס האט אויפן פארלאנג פון די CDC געפארשט VAERS איז געקומען צו די מסקנא אז VAERS האט וויינגער ווי איין פראצעמט פון די געשעדיגטע:
r18hs017045-lazarus-final-report-2011png_Page6.png
איז זייער מעגליך אז די וואקסין איז שעדליכער ווי די מחלה

און דאס איז נישט אריינגערעכטנט די פאקט אז היינט איז מען פארגעשריטן און אסאך הינזיכטן און עס וואלטן נישט געשטארבן אזוי סאך קינדער, אזוי אויך ווייסט מען שוין צו באהאנדלען מיזעלס מיט ווייטעמין A

חזרה...

איז VEARS באשטעטיגטע פעלער? אדער בלויז באריכעטעטע?

די איבעריגע 99 פראצענט איז פון אזעלכע פעלער ווי קראצעניש ביים אריינשפריץ פלאץ? אדער מ'קען טראכטן אז אפילו א גרויסע פראצענט פאקטישע טויטן זענען נישט באריכטעט געווארן?

איז ווייטאמין A א טריעטמענט אנגענומען ביי די מעדיצינישע וועלט?
האמת עד לעצמו
שר מאה
תגובות: 195
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 04, 2019 1:21 pm
פארבינד זיך:

Re: ווער איז די מסוכנ'דיגע ארגאנאזאציע Informed Consent Action Network גערופן דא אויף אייוועלט ICAN

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האמת עד לעצמו »

VAERS זענען פעלער וואס מענטשן באריכטן נאך וואקסינען, צו עס האט א שייכות אדער נישט קען מען נישט וויסען נאר דורך ריכטיג דעזיינטע קליניקעל טרייעלס, אדער דורכ'ן פארגלייכן וואקסינירטע צו אומוואקסינירטע (וואס דאס איז אביסל שוואכער ווי די פריערדיגע אבער אויך עפעס), וואס קיין איינע פון די צוויי זענען נישט געמאכט געווארן אויף וואקסינס, דערפאר "קען זיין" (מיט סיגנאלן) אז וואקסינען זענען שעדליכער ווי די מחלה, וויסען אויף זיכער קען מען נישט ווילאנג אונזער רעגירונג וועט זיך אויפוועקן פון זייער זיסן שלאף, און אנהייבן מאכן די סטאדיס וואס פארלאנגט זיך, וואס זיי האבן זיך אונטערגענומען צו מאכן ביים אוועקנעמען לייעביליטי פון די קאמפאניס

לגבי דיין צווייטע קשיא, מ'קען אריינגיין אין פארשידענע סיבות פארוואס VAERS איז אזוי אונטער באריכטעט און דן זיין לויט יעדע איינס צו טויט פעלער איז אויך אזוי, איך וואלט געזאגט אז טויט פעלער איז מן הסתם מער באריכטעט ווי אנדערע אבער נאך אלץ אונטער באריכטעט, אבער דאס זענען נאר שפעקולאציעס וואס איך און דו האבן, בסך הכל זענען דא סיגנאלן אז קינדער ווערן געשעדיגט און שטארבן ל"ע פון וואקסינען און קיינער (אויך נישט די רעגירונג) האט פון דעם א קלארע נומער צו וויסן אז עס איז ווייניגער ווי די מחלה

ווייטימען A האט מיר מעיד געווען איינער וואס זיין קינד איז אנגעקומען אין שפיטאל מיט מיזעלס (דאכט זיך מיר NYU), און די שפיטאל האט געגעבן ווייטעמין A, אויך האסטו דא עטליכע מ"מ פון אפעציעלע געזונטהייט אינסטאנצן איבער דעם https://www.who.int/elena/titles/bbc/vi ... ildren/en/
https://wwwnc.cdc.gov/eid/article/18/9/11-1701_article
https://pediatrics.aappublications.org/ ... /91/5/1014
https://pedsinreview.aappublications.or ... t/16/9/358
עזרא
שר העשר
תגובות: 18
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 20, 2020 8:57 pm

Re: ווער איז די מסוכנ'דיגע ארגאנאזאציע Informed Consent Action Network גערופן דא אויף אייוועלט ICAN

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עזרא »

צייט פארטרייבונג האט געשריבן:
עזרא האט געשריבן:
צייט פארטרייבונג האט געשריבן:אויב דער רעגירונג האט שוין פארלוירן 4 קאורט קעיסעס קעגן דעם דעל מיט זיין ארגאניזאציע איז א סימן אז ער האט יא עפעס זאכליכע טענות, ווייל אויב נישט טא ווי קען זיין אז די דורכאויס מסודר'דיגע און גאר מאכטפולע רעגירונג פון אמעריקע זאל פארלירן 4 קאורט קעיסעס קעגן אזא אויסגעשפראכענער ליגנער און פארברעכער וואס אלע זיינע טענות זענען געבויעט אויף בלויזע קאנספיראציע טעאריעס אויסגעזויגענע פון פינגער, אתמהה.

אויב מעג מען בעטן דו זאלסט מפרש זיין אין א פאר ווערטער בערך וואס די ICAN האט מצליח געווען איבערצוווייזען מיט זייער געווינס אין געריכט? דאס וואס איין בעל דין פארשרייבט אלץ 'הודאת בעל דין' פון די בעלי דין כנגדו אין די רעגירונגען ארום די וועלט איז דאך נישט אינטערסאנט. ס'איז אבער יא וויכטיג צו וויסן וואס די רעגירונג'ס געריכטן זאגן יא.

עס וועט נעמען זייער לאנג איבער צושרייבן אלעס, אבער ווי דו זאגסט, אין אפאר ווערטער, וועל איך עפעס ארויסברענגען ואידך זיל גמור, די וועבזייטל איז אפן און איז גרייט געליינט צו ווערן דורך סיי ווער עס קומט באזוכן... https://www.icandecide.org/
צום ערשטן ווי באקאנט ווערט קאטעגאריש פארלייקנט דורך די מעדיצינישע וועלט און די רעגירונגען בכלל און אמעריקאנע רעגירונג בפרט אז וואקסינען קענען גורם זיין אויטיזם און דערפאר איז פאר לאנגע יארן געשטאנען אין גרויס אין דעם CDC וועבזייטל VACCINES DO NOT CAUSE AUTISM עס איז דא א סקרין שאט פון דעם אין דעם בייגעלייגטן קאמפלעינט קאפי
https://www.icandecide.org/ican_lawsuit ... nd-autism/ און טאקע אין דעם קאמפלעינט קען מען זעהן אז ICAN האט געפאדערט אז אונטערן FREEDOM OF INFORMATION ACT זאל די CDC ארויסגעבן און ווייזן די סטאדיס אויף וואס זיי באזירן דעם סטעיטמענט, ווייל ווי פארשטענדליך פאר יעדן בר בי סייענס דחד יומא וואס האט נאר אנגערירט די קלאמקע פון סייענס אז סייענס מיט גלייבן אויפן ווארט זענען די גרעסטע סתירה אויפן ערד קוגל אלזא דערפאר ווען מען זאגט און מען פראפאגאנדירט אן אזויגערופענעם סייענס בעיסד סטעיטמענט דארף מען האבן זאכליכע סייענטיפישע דעקונג דערויף דעריבער האט ICAN געפאדערט צו זעהן די אלע סטאדיס. נו אין די פרייע דעמאקראטישע אמעריקע וואלט געפאסט אז ווי נאר אזא בקשה קומט אריין אין רעגירונג זאלן זיי ארויפשפרינגען און זיך פרייען אז נאך איינער וואס איז זיך מסתפק אין די סעיפטי פון וואקסינען זאל יעצט זעהן מיט די אייגענע אויגן אז ער האט נישט פארוואס מורא צו האבן ווייל עס זענען דא שטארקע סטאדיס וואס ווייזן אז אויטיזם האט קיין שייכות מיט וואקסינען. אבער ניין, די סי די סי האט ארומגעצעגערט מיט תירוצים שונים פאר לאנגע חדשים און נישט ארויסגעגעבן די סטאדיס. (זעהט אויס אז זיי האבן מורא אז מען וועט וויסן דעם אמת.) איז ICAN געגאנגען און גערופן אין קאורט און דאס איז די אויבן אראפגעברענגטע קאמפלעינט. צו דעם באדויער פון די סי די סי האט די קאורט באשטעטיגט אז זיי מוזן ארויסגעבן די סטאדיס, און זיי האבן למעשה נישט געהאט צו ווייזן מער ווי 20 סטאדיס וואס איינער וואס פארשטייט אין סייענס ווייסט אז דאס איז גארבעדזש סייענס און זיי האבן שריפטליך מודה געווען אין קאורט אז זיי האבן נישט מער ווי די 20 סטאדיס https://www.icandecide.org/wp-content/u ... ecuted.pdf
פאר א מער אויספירליכער באריכט פון דעם גאנצן הין און צוריק קען מען טרעפן דא https://www.icandecide.org/lawsuits/
און למעשה היינט צוטאגס שטייט מער נישט VACCINES DO NOT CAUSE AUTISM אין די CDC וועבזייטל, נאר There is no link between vaccines and autism דהיינו אז עס זענען נישטא קיין רעגירונג אנערקענטע סטאדיס וואס ווייזט אז עס איז א דירעקטער גורם פאר אויטיזם, און אויך Vaccine ingredients do not cause autism, און מיט אביסל קאממאן סענס איז זייער פארשטענדליך פארוואס זיי זענען געווען געצווינגען צו מאכן דעם דאזיגן טויש. (איך רעד פון די גרויסע שרייענדע ווערטער ביי די COMMON CONCERNS).
הודאת בעל דין איז שייך למשל ביי די הודאה פון די HHS אז זיי האבן נישט קיין סטאדי פון וואקסינירטע ווערסעס אומוואקסינירטע קינדער אין די דזשענעראל געזונטהייט צושטאנד די גרופע קעגן די אנדערע. אויב וואלט געווען א געהעריגע סטאדי סיי ווי אין די וועלט וואלטן זיי אנגעצייגט אהין און דאס איז גענוג סיבה אז זיי זאלן נישט דארפן מאכן אליינס. אבער זייער ענטפער פארוואס זיי מאכן נישט איז געווען די שטוינענדע דברים מטופשים: עס איז נישט עטיש צו מאכן אזא סטאדי ווייל וויבאלד עס זענען דא אויפן טיש וועריפייד וואקסינען דארף דאך יעדער ווערן וואקסינירט איז אויב אזוי ווי קען מען מאכן אזא אומ'עטישע סטאדי. ביי אונז פלעגט מען זאגן אז דאס איז די סברא פון די בת היענה...
אז דו פארשטייסט נאכאלץ נישט וועל איך דיר מסביר זיין: הלמאי, די אמעריקאנער רעגירונג ווייסט דאך קליפ און קלאר אז עס געפינען זיך טויזענטער קינדער וואס זענען אומוואקסינירט ווייל זייערע עלטערן זענען אנטי וועקסערס ממילא, נו סך הכל נעם 5000 אומוואקסינירטע קינדער און קוק נאך זייער פולע געזונט צושטאנד, און לעומתם קוק נאך 5000 וואקסינירטע קינדער ווי געזונט זיי זענען און די רעזולטאטן זאל יעדער זעהן, ווער איז געזונטער?! סאו פארוואס טוען זיי דאס נישט? (גראדע זענען דא געוויסע דאקטורים וואס פירן אליינס קליניקס אין אמעריקע און זיי זאגן אז זיי זעען א קלארע חילוק צווישן ביידע סארטן קינדער, אבער וויבאלד עס איז נישט קיין באצאלטע סטאדי קענען זיי כמעט גארנישט טוהן מיט אזעלכע אנטדעקונגען.)
זייער זינלאזער ענטפער אז עס איז UNETHICAL באבקעט די מידיא נאך און עולם גולם ווייסט אז עס איז אסור אויפצוברענגען א ספק אין די סעיפטי פון וואקסינען, עס מאכט קיינעם נישט קראנק, עה! וואס פאלט דיר ביי?! דו ביסט אויך פון די פאנאטישע קאנספיראציע טעאריקער?

https://www.ncbi.nlm.nih.gov/pmc/articles/PMC4815604/ דא קענמען זעהן ווי די נושא פון עטיקס פארנעמט א גרויסער אויבנאן ווען די רעגירונג רעדט פון וואקסינען, אבער ווי שוין פריער געזאגט וועט יעדער בר בי סייענס דחד יומא וואס האט נאר אנגערירט די קלאמקע פון סייענס וויסן צו זאגן אז עטישע פירונגען פראוון נישט גארנישט אין די פעלד פון סייענס, עס איז נאר א תירוץ צוריקצוהאלטן דעם אמת פון ארויפשווימען אויפן אויבערפלאך און צו פיטערן דומקעפ מיט נארישע תירוצים.

בקיצור, זאגן זיי אז די רעגירונג האט 'נישט מער' ווי 20 שטודיעס אויף צו איבערצייגן אז ס'איז נישט דא קיין קשר פון וואקסינס צו אוטיזם.
אז ערגעץ וואו האט די רעגירונג מאדעפעצירט די שפראך אויך זייער וועב-בלאט צו א מער סייענטיפישן ווערסיע אויסשפראך, אבער מיט די זעלבע מסקנות.
ומצד אחר זאגן זיי אז 'שטודיעס' האבן געוויזן אז ציווישן פערציג און זיבעציג פארצענט עלטערן פון קינדער מיט אוטיזם 'באשולדיגן' די וואקסינס.
קוקט נישט אויס אזוי געפעהרליך
האמת עד לעצמו
שר מאה
תגובות: 195
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 04, 2019 1:21 pm
פארבינד זיך:

Re: ווער איז די מסוכנ'דיגע ארגאנאזאציע Informed Consent Action Network גערופן דא אויף אייוועלט ICAN

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האמת עד לעצמו »

עזרא האט געשריבן:בקיצור, זאגן זיי אז די רעגירונג האט 'נישט מער' ווי 20 שטודיעס אויף צו איבערצייגן אז ס'איז נישט דא קיין קשר פון וואקסינס צו אוטיזם.
קוקט נישט אויס אזוי געפעהרליך

און אז די אלע סטאדיס זענען נאר אויף MMR און נישט אויף קיין איינע פון די אנדערע וואקסינען, כאטשיג אסאך עלטערן באשולדיגען די DTaP
אוועטאר
צייט פארטרייבונג
שר האלף
תגובות: 1993
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 04, 2020 4:42 pm
לאקאציע: אויפן זייגער

Re: ווער איז די מסוכנ'דיגע ארגאנאזאציע Informed Consent Action Network גערופן דא אויף אייוועלט ICAN

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צייט פארטרייבונג »

עזרא האט געשריבן:
צייט פארטרייבונג האט געשריבן:
עזרא האט געשריבן:
צייט פארטרייבונג האט געשריבן:בקיצור, זאגן זיי אז די רעגירונג האט 'נישט מער' ווי 20 שטודיעס אויף צו איבערצייגן אז ס'איז נישט דא קיין קשר פון וואקסינס צו אוטיזם.
אז ערגעץ וואו האט די רעגירונג מאדעפעצירט די שפראך אויך זייער וועב-בלאט צו א מער סייענטיפישן ווערסיע אויסשפראך, אבער מיט די זעלבע מסקנות.
ומצד אחר זאגן זיי אז 'שטודיעס' האבן געוויזן אז ציווישן פערציג און זיבעציג פארצענט עלטערן פון קינדער מיט אוטיזם 'באשולדיגן' די וואקסינס.
קוקט נישט אויס אזוי געפעהרליך

עס איז איז נישט די זעלבע מסקנות נאר פאר איינער וואס כאפט נישט ווי זיי טראגן ארום דעם עולם אויף א רייד.
VACCINES DONT CAUSE AUTISM איז א סטעיטמענט וואס דארף זיין באזירט אויף שטודיעס אויב די CDC זאגט עס, משא"כ There is no link between vaccines and autism איז א סטעיטמענט אויף שטודיעס וואס זענען נישט פארהאנען, דהיינו אויב גייט מען רופן די CDC אין קאורט היתכן זיי שרייבן אז There is no link between vaccines and autism אויף וואספארא שטודיעס איז דאס באזירט? איז דער תירוץ זייער פשוט: מיר האבן נישט געזען קיין שום שטודיעס וואס ווייזן אז עס האט יא א לינק. פינטל. מען דארף קיין שטודיעס נישט ווייזן. און דערפאר טאקע האבן זיי דאס געטוישט. און ווי וויליאם טאמפסאן דער CDC וויסל בלאוער האט אנטדעקט אז די CDC האט פארניכטעט 10,000 דאקומענטן וואס ווייזן יא א לינק פון וואקסינען צו אויטיזם, און היינט קענען זיי טרומפייטערן רואיגערהייט אז There is no link between vaccines and autism ווייל די דאקומענטן זענען פארניכטעט.
אמר רבי אלעזר בר אבינא: אם ראית מלכיות מתגרות אלו באלו צפה לרגלו של משיח (בראשית רבה מב, ד).
וואס זאגט דאס פאר אונז?! מען זאל זיך גרייטן, און זיכער מאכן אים נישט מעכב זיין חלילה פון קומען.
ווען משיח וועט קומען וועט ער ווייזן מיט די פינגער...
אוועטאר
מחשב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3563
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

Re: ווער איז די מסוכנ'דיגע ארגאנאזאציע Informed Consent Action Network גערופן דא אויף אייוועלט ICAN

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחשב »

צייט פארטרייבונג האט געשריבן:
עזרא האט געשריבן:
צייט פארטרייבונג האט געשריבן:
עזרא האט געשריבן:
צייט פארטרייבונג האט געשריבן:בקיצור, זאגן זיי אז די רעגירונג האט 'נישט מער' ווי 20 שטודיעס אויף צו איבערצייגן אז ס'איז נישט דא קיין קשר פון וואקסינס צו אוטיזם.
אז ערגעץ וואו האט די רעגירונג מאדעפעצירט די שפראך אויך זייער וועב-בלאט צו א מער סייענטיפישן ווערסיע אויסשפראך, אבער מיט די זעלבע מסקנות.
ומצד אחר זאגן זיי אז 'שטודיעס' האבן געוויזן אז ציווישן פערציג און זיבעציג פארצענט עלטערן פון קינדער מיט אוטיזם 'באשולדיגן' די וואקסינס.
קוקט נישט אויס אזוי געפעהרליך

עס איז איז נישט די זעלבע מסקנות נאר פאר איינער וואס כאפט נישט ווי זיי טראגן ארום דעם עולם אויף א רייד.
VACCINES DONT CAUSE AUTISM איז א סטעיטמענט וואס דארף זיין באזירט אויף שטודיעס אויב די CDC זאגט עס, משא"כ There is no link between vaccines and autism איז א סטעיטמענט אויף שטודיעס וואס זענען נישט פארהאנען, דהיינו אויב גייט מען רופן די CDC אין קאורט היתכן זיי שרייבן אז There is no link between vaccines and autism אויף וואספארא שטודיעס איז דאס באזירט? איז דער תירוץ זייער פשוט: מיר האבן נישט געזען קיין שום שטודיעס וואס ווייזן אז עס האט יא א לינק. פינטל. מען דארף קיין שטודיעס נישט ווייזן. און דערפאר טאקע האבן זיי דאס געטוישט. און ווי וויליאם טאמפסאן דער CDC וויסל בלאוער האט אנטדעקט אז די CDC האט פארניכטעט 10,000 דאקומענטן וואס ווייזן יא א לינק פון וואקסינען צו אויטיזם, און היינט קענען זיי טרומפייטערן רואיגערהייט אז There is no link between vaccines and autism ווייל די דאקומענטן זענען פארניכטעט.

1. מקען נישט אלעמאל פראווען א נעגאטיוו. די פראפעשענאל שפראך איז בדרך כלל די צווייטע. אפילו מיט שטודיעס.

2. וויליאם טאמפסאן זאגט נישט דאס וואס דו זאגסט בשמו. אין פאקט וויליאם טאמפסאן זאגט קלאר אז ער האלט אז וואקסינען זענען נישט גורם קיין אויטיזם. זיין טענה איז א ספעציפישע, און די תירוץ אויף דעם איז גראדע א פשוט'ע. איך האב נישט יעצט קיין געדולד איבערצושרייבן די גאנצע תורה.. ס'איז שוין כמה פעמים געווארן באשריבן דא אויף אייוועלט תדרשנו משם.
שרייב תגובה

צוריק צו “אקטועלע נייעס”