ביל דעבלאזיא'ס רעאקציע צו לויית אדמו"ר מתולעת יעקב זצ"ל

אחראי: יאנאש

אידישע געדאנקען
שר מאה
תגובות: 154
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 17, 2018 1:55 pm

Re: קרישקעלעך און וויליאמסבורגער נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אידישע געדאנקען »

יואל שרייבער האט געשריבן:
אורח הכבוד האט געשריבן:
פרנס היום האט געשריבן:
IMG-20200429-WA0070.jpg

ברוך השם!!
לעשען דעם פייער פון שנאת ישראל, נישט וואס מאכן א.ג. היימישע וואס זענען פארנומען צוציגיסן נאך אויל
זאל דאס מכפר זיין אויף די שרעקליכע חילול ה' בעוה''ר

נ.ב. מ'דארף מיר עמערדזענסי א אסיפה מיט דרשות (אויפן טעלעפאן...) איבערציחזרן די יסודות וואס מיר האבן מקובל מאבותינו ורבותינו הק' נבג''מ און די א' ב' פון הכנעה בגלות, מרידה באומות, אא''וו (דבר בעתו מה טוב טאקע ביום המר והנמהר, ווען די ווילדע היפך התורה מהלך קומט טאקע פון די ציונים ימ''ש)
ליידער דרינגט אריין די גוי'אישע און חוצפה'דיגע (אפגערעדט סכנה'דיגע) מהלך ביי אונז מער און מער פון רעכט'ס און פון לינק'ס בעוה''ר.

די גרעסטע חוצפה איז נאך ביי די טפשים פון די רעכטע זייט, וואס קענען אין איין אטעם צוזאמען שרייען אז די מאנסיער עסקנים זענען שולדיג אין עד דעיס אנטיסעמיטיזם צוליבן זיך רייצן מיט אים, און די שטאטישע עסקנים זענען שולדיג אין דעבלאזיאס אנטיסעמיטיזם פארן ארבעטן צוזאמען מיט אים.

און דאס קומט נאכן אומדירעקט צוהעלפן צום שוידערליכן מצב מיט די מגיפה דורכן כסדר אפקילן דעם עולם איבער די חובת השמירה, און נאך די ראדיקאלע הייקינד סטייל העצעריי קעגן די דאקטוירים און נוירסעס.

כלל ישראל דארף אויסשפייען פון זיך סיי די ציוניסטישע הייקינדס און סיי די א.ג. קנאישע הייקינדס.

איך בין מער קנאיש פון (כמעט) זיי אלע, און איך בין אויך א קנאי אינעם ענין פון חובת השמירה און איך בין בכלל נישט אויף די רעכטע זייט.
אוועטאר
זעהער
שר האלף
תגובות: 1363
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 10, 2017 4:27 pm

Re: ביל דעבלאזיא'ס רעאקציע צו לויית אדמו"ר מתולעת יעקב זצ"ל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זעהער »

איך וויל פארשטיין םארוואס ווען דיבלאזיא לאזט זיינע אנטיסעמיטישע קאמענטארען נעמען די עסקנים זיך אן פאר אים אבער ווען עד דעי פון מאנסי זאגט עפעס וואס קען שמעקן פון אנטיסעמיטיזים רייסט מען אים אראפ טאג און נאכט
אוועטאר
Think and Thank
שר חמשת אלפים
תגובות: 5672
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 09, 2018 11:08 pm

Re: ביל דעבלאזיא'ס רעאקציע צו לויית אדמו"ר מתולעת יעקב זצ"ל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Think and Thank »

זעהער האט געשריבן:איך וויל פארשטיין םארוואס ווען דיבלאזיא לאזט זיינע אנטיסעמיטישע קאמענטארען נעמען די עסקנים זיך אן פאר אים אבער ווען עד דעי פון מאנסי זאגט עפעס וואס קען שמעקן פון אנטיסעמיטיזים רייסט מען אים אראפ טאג און נאכט

ווייל עד דעי'ס רעגירונג ארעסטירט אידן און קלאגט זיי אן מיט ערנסטע קלאגעס וואס קאסט אלפים ורבבות מען זאל האבן א שאנס נישט אפצושמאכטן ווער ווייסט וואו לאנג, בעת וואס דעבלאזיא שיקט פאליציי צו שרייבן נארישע טיקעטס וואס זענען נישט ווערט די פאפיר אויף וואס עס איז געשריבן געווארן, און דאס אויך נאר צו ראטעווען זיין אימעידזש נאכ'ן ווערן געשטופט צו די וואנט וואכן נאכאנאנד דורך די היימישע קאפאוס.

ס'נישט קיין עבירה צו נוצן די שכל אביסל.
אלעס וואס איך שרייב צו פארענטפערן די מדינה איז נאר אלס פאליטיק, כאילו ס'וואלט געווען א גוי'אישע לאנד. למעשה טאר די מדינה נישט עקזיסטירן קיין רגע און דעריבער וועט קיין שום העברת פי ה' נישט מצליח זיין. די אייציגסטע וועג ארויס איז גענצליך אויפגעבן די מדינה.
יואל שרייבער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3677
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 04, 2017 1:33 am

Re: ביל דעבלאזיא'ס רעאקציע צו לויית אדמו"ר מתולעת יעקב זצ"ל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יואל שרייבער »

זעהער האט געשריבן:איך וויל פארשטיין םארוואס ווען דיבלאזיא לאזט זיינע אנטיסעמיטישע קאמענטארען נעמען די עסקנים זיך אן פאר אים אבער ווען עד דעי פון מאנסי זאגט עפעס וואס קען שמעקן פון אנטיסעמיטיזים רייסט מען אים אראפ טאג און נאכט

צוויי תירוצים, איינס, דעבלאזיא רודפט נישט קיין אידן, אויב עפעס פארקערט, איז וועם גייט אן אז ער זאגט אמאל א נאריש ווארט, משא''כ עד דעי רודפט און פייניגט היימישע אידן, ער שרייט נאר אז ער מיינט נישט קיין אנטיסעמיטיזם, זוכט מען אויף אלע וועגן אויפצואווייזן אז ער מיינט יא אנטיסעמיטיזם.

די צווייטע תירוץ איז, אז עס זענען נישט די זעלבע עסקנים, (ע''ע OJPack).
אוועטאר
Think and Thank
שר חמשת אלפים
תגובות: 5672
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 09, 2018 11:08 pm

Re: ביל דעבלאזיא'ס רעאקציע צו לויית אדמו"ר מתולעת יעקב זצ"ל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Think and Thank »

אסדר לסעודתא האט געשריבן:מער סיבות נישט צו טון טובות? אדאנק וועמען ער איז מעיאר? ווער האט אים אריינגעוועלט?

איך האב מורא אז דו מישסט מיט בלומבערג, וועלכער האט היבש געהאט צו פארדאנקען אונזערע וואוטס פאר זיין געווינס (געווינענדיג מיט 35,489 שטימען), און דערנאך האט ער אונז געווארפן איבער'ן דראנג.

ביל דעבלאזיא איז געווארן מעיאר ביי די 2013 וואלן. די רעזולטאטן פון יענע וואלן זענען ווי פאלגנד: דעבלאזיא האט געהאט 795,679 שטימען. דער נאנטסטער קעגנער איז געווען דער רעפובליקאנער קאנדידאט, מיט 264,420 שטימען. דאס מיינט אז דעבלאזיא האט געווינען מיט א מערהייט פון 531,259 שטימען, האבנדיג ארום דריי מאל אזויפיל שטימען ווי זיין נאנטסטע קעגנער, און כמעט זיבעציג פראצענט פון די טאטעל וואוטס (1,087,710).

און דאך, כאטש דעבלאזיא האט געהאט א ריזיגער רוב און האט בכלל נישט געדארפט צוקומען צו אונז אידעלעך, האט ער נישט פארגעסן די פריינטשאפט וואס ער האט אנטוויקלט צו אונז דינענדיג אלס בארא פארקער קאנסילמאן, און ער האט געטון גרעסערע און קלענערע טובות פאר'ן היימישן ציבור, אריינגערעכנט זאכן וואס וואלטן אים געקענט קאסטן גאר גאר אטייערן פרייז פאליטיש, אריינגערעכנט דאס מבטל זיין די גזירה קעגן מציצה בפה און פארקוקן די טענות די מוסרים בנוגע חינוך.
אלעס וואס איך שרייב צו פארענטפערן די מדינה איז נאר אלס פאליטיק, כאילו ס'וואלט געווען א גוי'אישע לאנד. למעשה טאר די מדינה נישט עקזיסטירן קיין רגע און דעריבער וועט קיין שום העברת פי ה' נישט מצליח זיין. די אייציגסטע וועג ארויס איז גענצליך אויפגעבן די מדינה.
שרייב-פעדער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 291
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 03, 2019 1:46 pm

Re: קרישקעלעך און וויליאמסבורגער נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שרייב-פעדער »

טראכט נאר אביסל האט געשריבן:
אסדר לסעודתא האט געשריבן:
moishy56 האט געשריבן:דא אין ענגלאנד, מאכט מען נאר פריוואטע לוויות,
פון 15-20 יודן אונטער די 60 יאר,
ע״פ פסק הרבנים שליט״א, אלס די מצוה פון ונשמרתם.

אין בארא פארק, מאנסי, לעיקוואוד אויך...

אין וויליאמסבורג אויך, ממש די גאר נאנטע קרובים
חוץ ביי א אדם גדול שהכל קרוביו, און נאך מער ביי רבי חיים וואס יעדער וואס איז נאר געקומען אין בארירונג מיט אים איז א גאר נאנטע קרוב!

מאך דיך נישט נאריש, רוב יונגעלייטלעך, בחורים וכו' וועלכע זענען געקומען צו לויפן ביי די לוי', זענען לאו דוקא "געקומען אין בארירונג" מיטן גרויסן נפטר זצ"ל בחיים חיותו, נאר אז מ'שפארט אפ גאסן, מ'מעלדט וועגן א גרויסע לוי', בפרט אין די איצטיגע "כמו בין הזמנים סעזאן" קומט יעדער צו לויפן.
אודאי אין פרידענס צייטן דארף מען מאכן א גרויסע לוי' לפי כבודו, און ס'נישט קיין פראבלעם אז א גרויסער חלק פונעם ציבור קומען סתם צוליב די "מצב", אבער אין אזא שעת חירום האט מען געדארפט מאכן ווי ווייניגער רעש, כדי ס'זאל נישט פאסירן וואס ס'האט פאסירט.
קני = שרייב-פעדערן, כל חורשתא = אלע וועלדער.
אוועטאר
שטומפיג
שר ששת אלפים
תגובות: 6999
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 11, 2018 8:30 pm
לאקאציע: צווישן קענט און בראדוועי

Re: קרישקעלעך און וויליאמסבורגער נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטומפיג »

lazy האט געשריבן:
Think and Thank האט געשריבן:
lazy האט געשריבן:
Think and Thank האט געשריבן:
ניס קראכער האט געשריבן:

לגבי די עצם נושא: קיין ספק אז ביי די גוים איז פיל ערגער (פארקס, עראפלאן שאו, פיצא סטאר)....
קיין ספק אז יעדע גוי האט פיינט די איד און ״נאר״ פארדעם ״באשמוצט״ מען אונז....
קיין ספק אז מכם ובכם מוסרים זענען ליידער אסאך שולדיג, און זיי גייען אפגעבן דין וחשבון אויף די מסירות ״און די קאנסעקווענצען״...
קיין ספק אז ״מיר״ זענען און ״גלות״ ...
אבער ״טאקע דערפאר״ איז קלאר:
אז עס ליגט א חיוב אויף אונז אבאכט צו געבן אז עס זאל נישט קענען זיין אזוינע בילדער -אפי׳ פון די הייעך...- צו געבן שטאף...
ווייל דער גוי ״גייט״ דאס נוצען, און דאס גייט גורם זיין חילול שם שמים, און ברענגט עפ״י דרך הטבע לידי ״סכנה״ אחינו בני ישראל אין שפיטעלער -יא, רוב נורסעס געהערן אויך צום פאלק וואס גלייכט אונז נישט- און מיר זענען מחוייב דאס צו פארמיידן!

זייער גוט געשריבן @לעזי! טייער יעדעס ווארט!
געהערט אמאל א ווארט, שטייטעך "הלכה היא בידוע שעשיו שונא ליעקב", איז די שאלה, וואס איז די הלכה דא, ס'איז פשוט א פאקט, נישט קיין הלכה.
די תירוץ איז, די הלכה איז נישט אויפן גוי, די הלכה איז אויפן איד! דער איד האט אן הלכה אז ער דארף זיך עקסטער שיין אויפפירן פארן גוי "טאקע ווייל" עשיו שונא ליעקב!

בנוגע די נורסעס וואס דו האסט דערמאנט, איז ממש א פחד. איך האב אביסל געזעהן פון נורסעס און פון זייערע פריינט וואס זיי שרייבן אויף סאושעל מידיע בנוגע די לויה און די סומאטוכע דערנאך, ס'כאפט אן א פחד אז אין זייערע הענט לאזט מען איבער אומבאהאלפענע זקנים.
איך וויל נישט פארפירן דעם אשכול אבער איך האב נישט געקענט נישט שרייבן ווען דו האסט דערמאנט דעם נושא.
אינפארמאציע! די ניק איז שוין נישט אקטיוו
מטעמים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9183
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

Re: ביל דעבלאזיא'ס רעאקציע צו לויית אדמו"ר מתולעת יעקב זצ"ל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מטעמים »

צו די לוי׳ וואלט מען געקענט בעסער אויס פלאנירען? קען זיין! איז סאושעל דיסטענסינג די פאליסי אין ניו יארק? יא! דארף מען עס פרובירען אויספאלגען? יא! טוהט נאך די סאושעל דיסטענסינג פאליסי עפעס אויף? זיכער נישט!

אונזערע חשובע בחורים וועל איך נישט ווארפען אינטערן באס פאר אפאר מוסרים וואס דער אויבערשטער וועט שוין קעיר נעמען פון.

די זעלבע סיבה ניו יארק האט די ערגסטע געליטען און דאס קומט ווייל אירע פירער האבען נישט געהאט די שטארקייט פון מאכען א לאקדאון אין די ערשטע טעג פונעם וויירוס די זעלבע אומקאמפעטענץ האבען זיי יעצט פארען נישט אנפאנגען צו עפענען צוביסלעך.

די וויירוס איז אווער! מען דארף יעדע זיבען טאג עפענען צען פראצענט פון די שטאט, האלטען פארמאכט איז א בארואיגוגנגס פיל פאר די פאליטישענס, ווייל זייערע נאמבערס קענען זיך בשום אופן נישט הייבען אבער די פראבלעם פון האלטען מענטשען פארשפארט פאר איין רגע עקסטערע דאס איז בכלל נישט זייער פראבלעם.

דעבלאזיאס רעספאנס איז גענוי ווי א שוואכע משגיח וואלט רעספאנדעד צו א בחורישע רעוואלט, ער איז נישט שלעכט און נישט קיין רשע, ער איז בלויז "נישט דער גרעסטער חכם".
האב שכל און גיב א שמייכעל!
אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: ביל דעבלאזיא'ס רעאקציע צו לויית אדמו"ר מתולעת יעקב זצ"ל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

Think and Thank האט געשריבן:
אסדר לסעודתא האט געשריבן:מער סיבות נישט צו טון טובות? אדאנק וועמען ער איז מעיאר? ווער האט אים אריינגעוועלט?

איך האב מורא אז דו מישסט מיט בלומבערג, וועלכער האט היבש געהאט צו פארדאנקען אונזערע וואוטס פאר זיין געווינס (געווינענדיג מיט 35,489 שטימען), און דערנאך האט ער אונז געווארפן איבער'ן דראנג.

ביל דעבלאזיא איז געווארן מעיאר ביי די 2013 וואלן. די רעזולטאטן פון יענע וואלן זענען ווי פאלגנד: דעבלאזיא האט געהאט 795,679 שטימען. דער נאנטסטער קעגנער איז געווען דער רעפובליקאנער קאנדידאט, מיט 264,420 שטימען. דאס מיינט אז דעבלאזיא האט געווינען מיט א מערהייט פון 531,259 שטימען, האבנדיג ארום דריי מאל אזויפיל שטימען ווי זיין נאנטסטע קעגנער, און כמעט זיבעציג פראצענט פון די טאטעל וואוטס (1,087,710).

און דאך, כאטש דעבלאזיא האט געהאט א ריזיגער רוב און האט בכלל נישט געדארפט צוקומען צו אונז אידעלעך, האט ער נישט פארגעסן די פריינטשאפט וואס ער האט אנטוויקלט צו אונז דינענדיג אלס בארא פארקער קאנסילמאן, און ער האט געטון גרעסערע און קלענערע טובות פאר'ן היימישן ציבור, אריינגערעכנט זאכן וואס וואלטן אים געקענט קאסטן גאר גאר אטייערן פרייז פאליטיש, אריינגערעכנט דאס מבטל זיין די גזירה קעגן מציצה בפה און פארקוקן די טענות די מוסרים בנוגע חינוך.

איך ווייס נישט וואו איר וואוינט, אבער אין ניו יארק קען נאר א דעמאקראט געווינען. ווען מען רעדט פון וואלן מיינט מען געווענליך די פריימעריס.

ער האט געוואונען 40 פראצענט אין די פריימעריס, מיט 102,000 מער פון איינס נאך אים. די מערסטע וואס ער האט אנגעצויגן, אין געווען אין ברוקלין. דאס מיינט אז אויב וואלטן די אידישע 50,000 שטימען געגאנגען פאר א צווייטן, וואלט ער עס ווארשיינליך נישט געמאכט.
דער קאמפייןאיז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלעןזענען נאך מעגליך אקטועל
אוועטאר
פרוביר אויך
שר האלפיים
תגובות: 2565
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 09, 2013 11:02 pm

Re: ביל דעבלאזיא'ס רעאקציע צו לויית אדמו"ר מתולעת יעקב זצ"ל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרוביר אויך »

אינטער 40% וואלט עס געגאנגען צי א ראנאף.
ער האט געוואונען א דאנק געציילטע שטימען
אז יענער קען קענסטו אויך
דממה דקה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5100
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

Re: ביל דעבלאזיא'ס רעאקציע צו לויית אדמו"ר מתולעת יעקב זצ"ל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דממה דקה »

יואל שרייבער האט געשריבן:
זעהער האט געשריבן:איך וויל פארשטיין פארוואס ווען דיבלאזיא לאזט זיינע אנטיסעמיטישע קאמענטארען נעמען די עסקנים זיך אן פאר אים אבער ווען עד דעי פון מאנסי זאגט עפעס וואס קען שמעקן פון אנטיסעמיטיזים רייסט מען אים אראפ טאג און נאכט

צוויי תירוצים, איינס, דעבלאזיא רודפט נישט קיין אידן, אויב עפעס פארקערט, איז וועם גייט אן אז ער זאגט אמאל א נאריש ווארט, משא''כ עד דעי רודפט און פייניגט היימישע אידן, ער שרייט נאר אז ער מיינט נישט קיין אנטיסעמיטיזם, זוכט מען אויף אלע וועגן אויפצואווייזן אז ער מיינט יא אנטיסעמיטיזם.

די צווייטע תירוץ איז, אז עס זענען נישט די זעלבע עסקנים, (ע''ע OJPack).

אדער בעסער געזאגט, אין יענע שטאט איז בכלל נישט דא קיין עסקנים, סך הכל אפאר דיוועלאפערס פון איין זייט, און א פאר פאלטישע העקס פון די צווייטע זייט, זיי שרייען און בונטעווען, אבער בפועל ווען מען דארף שתדלנות זענען קיינער פון זיי נישט ווערט לצור ע"פ צלוחיתו, משא"כ אין ברוקלין איז דא עסקנים (נישט אלע) אויסגערעכנטע מענטשן מיט גיטע קאנעקשאנס און האבן אן אוזן קשבת צו ארלעדיגן זאכן ביי העכערע אינסטאנצן.

וויטא לאפעז איז געווען א גרעסערע רשע און אנטיסעמיט פון עד דעי, מיט די ריכטיגע צוגאנג האט זיך זאכן געטוישט.
יואל שרייבער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3677
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 04, 2017 1:33 am

Re: ביל דעבלאזיא'ס רעאקציע צו לויית אדמו"ר מתולעת יעקב זצ"ל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יואל שרייבער »

אסדר לסעודתא האט געשריבן:
Think and Thank האט געשריבן:
אסדר לסעודתא האט געשריבן:מער סיבות נישט צו טון טובות? אדאנק וועמען ער איז מעיאר? ווער האט אים אריינגעוועלט?

איך האב מורא אז דו מישסט מיט בלומבערג, וועלכער האט היבש געהאט צו פארדאנקען אונזערע וואוטס פאר זיין געווינס (געווינענדיג מיט 35,489 שטימען), און דערנאך האט ער אונז געווארפן איבער'ן דראנג.

ביל דעבלאזיא איז געווארן מעיאר ביי די 2013 וואלן. די רעזולטאטן פון יענע וואלן זענען ווי פאלגנד: דעבלאזיא האט געהאט 795,679 שטימען. דער נאנטסטער קעגנער איז געווען דער רעפובליקאנער קאנדידאט, מיט 264,420 שטימען. דאס מיינט אז דעבלאזיא האט געווינען מיט א מערהייט פון 531,259 שטימען, האבנדיג ארום דריי מאל אזויפיל שטימען ווי זיין נאנטסטע קעגנער, און כמעט זיבעציג פראצענט פון די טאטעל וואוטס (1,087,710).

און דאך, כאטש דעבלאזיא האט געהאט א ריזיגער רוב און האט בכלל נישט געדארפט צוקומען צו אונז אידעלעך, האט ער נישט פארגעסן די פריינטשאפט וואס ער האט אנטוויקלט צו אונז דינענדיג אלס בארא פארקער קאנסילמאן, און ער האט געטון גרעסערע און קלענערע טובות פאר'ן היימישן ציבור, אריינגערעכנט זאכן וואס וואלטן אים געקענט קאסטן גאר גאר אטייערן פרייז פאליטיש, אריינגערעכנט דאס מבטל זיין די גזירה קעגן מציצה בפה און פארקוקן די טענות די מוסרים בנוגע חינוך.

איך ווייס נישט וואו איר וואוינט, אבער אין ניו יארק קען נאר א דעמאקראט געווינען. ווען מען רעדט פון וואלן מיינט מען געווענליך די פריימעריס.

ער האט געוואונען 40 פראצענט אין די פריימעריס, מיט 102,000 מער פון איינס נאך אים. די מערסטע וואס ער האט אנגעצויגן, אין געווען אין ברוקלין. דאס מיינט אז אויב וואלטן די אידישע 50,000 שטימען געגאנגען פאר א צווייטן, וואלט ער עס ווארשיינליך נישט געמאכט.

ווי דו זאגסט אליינס, בלומבערג האט געווינען מיט 35,000 שטימען, און א יאר שפעטער האט ער אונז געווארפן איבערן דראנג.

דעבלאזיא האט געווינען מיט 100,000 שטימען פאר 7 יאר צוריק, און ער העלפט אונז נאך אלץ ארויס, כאטש הונדערטער אטאקעס וואס ער באקומט אויף דעם פון אלע זייטן.
חוץ פון דעם
שר חמישים ומאתים
תגובות: 412
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 28, 2017 10:23 pm

Re: ביל דעבלאזיא'ס רעאקציע צו לויית אדמו"ר מתולעת יעקב זצ"ל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חוץ פון דעם »

א מעשה פלא וואס איך האב געהאט דער פרייטאג:
איך בין געוועהן אין א געשעפט אין א דאון טאון געגענט בכלל נישט אויף די בארד'ן פון ארצות הברית, שטעלט מיר אפ אן ערל אין געשעפט אין פרעגט מיר: 'די האסט געזעהן די קליפ'ס פון די רעביי'ס פיונעראל אין נוי יארק?'
מורא'האבענדיג פאר זיין ריעקציע וואס קומט, האב איך מיך אזוי פארענטפערט און אים געזאגט: יא איך איך האב געזעהן, אין איך האלט עס איז א עולה שאין כדוגמתו, אין אז רוב איד'ן זענען נישט אזוי וכו'.
האקט ער מיר איבער אין זאגט מיר, אז ער האלט עס איז זייער א גוטע זאך וואס זיי האבן געטוהן! מען מעג זיך צאם נעמען, אין די גאווערמענט איז סתם קעג'ן די מענשהייט, אין ער האט אנגעהויבן אריין גיין אין לאנגע שמועס אין מיר אויפגעהאלט'ן כמעט א דריי פערטעל שעה, אין געדרשנ'ט בעניני וואקסינען וכו' וכו', אזאש ווען איך בין אהיים געקומען האט די טשאלנט זיך שוין אנגעהויב'ן צו צוברענען.

יעדער קען ארויס נעמען פון דער מעשה, ווי אזוי עס קומט אים בעסער אויס!
אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: ביל דעבלאזיא'ס רעאקציע צו לויית אדמו"ר מתולעת יעקב זצ"ל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

יואל שרייבער האט געשריבן:ווי דו זאגסט אליינס, בלומבערג האט געווינען מיט 35,000 שטימען, און א יאר שפעטער האט ער אונז געווארפן איבערן דראנג.

דעבלאזיא האט געווינען מיט 100,000 שטימען פאר 7 יאר צוריק, און ער העלפט אונז נאך אלץ ארויס, כאטש הונדערטער אטאקעס וואס ער באקומט אויף דעם פון אלע זייטן.

איינער האט שוין רעאגירט אז ס'איז געווען א האר אוועק פון א ראן-אףף.

ער האט געוואונען מיט 40 פראצענט, איין פראצענט ווייניגער איז א ראן-אףף. איין פראצענט איז געווען ווייניגער פון 5,000 שטימען.
דער קאמפייןאיז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלעןזענען נאך מעגליך אקטועל
געריבענער סוחר
שר האלף
תגובות: 1268
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 30, 2018 10:50 am
לאקאציע: אין קאנפערענס רום

Re: ביל דעבלאזיא'ס רעאקציע צו לויית אדמו"ר מתולעת יעקב זצ"ל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געריבענער סוחר »

מטעמים האט געשריבן:
די זעלבע סיבה ניו יארק האט די ערגסטע געליטען און דאס קומט ווייל אירע פירער האבען נישט געהאט די שטארקייט פון מאכען א לאקדאון אין די ערשטע טעג פונעם וויירוס די זעלבע אומקאמפעטענץ האבען זיי יעצט פארען נישט אנפאנגען צו עפענען צוביסלעך.

די פערעגרעף ליגט מיר שוין אויפן געדאנק א לאנגע צייט, יעצט האסטו עס פיינעלי ארויסגעברענגט מכח אל הפועל. יא דאס איז עס.
.When someone tells you: "It can't be done!" Remember: Those are their limits, not yours
יואל שרייבער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3677
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 04, 2017 1:33 am

Re: ביל דעבלאזיא'ס רעאקציע צו לויית אדמו"ר מתולעת יעקב זצ"ל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יואל שרייבער »

אסדר לסעודתא האט געשריבן:
יואל שרייבער האט געשריבן:ווי דו זאגסט אליינס, בלומבערג האט געווינען מיט 35,000 שטימען, און א יאר שפעטער האט ער אונז געווארפן איבערן דראנג.

דעבלאזיא האט געווינען מיט 100,000 שטימען פאר 7 יאר צוריק, און ער העלפט אונז נאך אלץ ארויס, כאטש הונדערטער אטאקעס וואס ער באקומט אויף דעם פון אלע זייטן.

איינער האט שוין רעאגירט אז ס'איז געווען א האר אוועק פון א ראן-אףף.

ער האט געוואונען מיט 40 פראצענט, איין פראצענט ווייניגער איז א ראן-אףף. איין פראצענט איז געווען ווייניגער פון 5,000 שטימען.

אבער עס איז שוין געווען זיבן יאר צוריק.

די לעצטע פיר יאר ווייסט ער שוין אויף זיכער אז ער דארף אונז נישט האבן.
אוועטאר
אלי' מקוה יוד
שר האלפיים
תגובות: 2941
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 18, 2017 11:52 pm

Re: ביל דעבלאזיא'ס רעאקציע צו לויית אדמו"ר מתולעת יעקב זצ"ל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלי' מקוה יוד »

מטעמים האט געשריבן:אונזערע חשובע בחורים וועל איך נישט ווארפען אינטערן באס פאר אפאר מוסרים וואס דער אויבערשטער וועט שוין קעיר נעמען פון.

מיין קוואוט אף די דעי, מטעמים מיטן גאנצן קנאק עז אלוועיס
אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: ביל דעבלאזיא'ס רעאקציע צו לויית אדמו"ר מתולעת יעקב זצ"ל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

יואל שרייבער האט געשריבן:
אסדר לסעודתא האט געשריבן:
יואל שרייבער האט געשריבן:ווי דו זאגסט אליינס, בלומבערג האט געווינען מיט 35,000 שטימען, און א יאר שפעטער האט ער אונז געווארפן איבערן דראנג.

דעבלאזיא האט געווינען מיט 100,000 שטימען פאר 7 יאר צוריק, און ער העלפט אונז נאך אלץ ארויס, כאטש הונדערטער אטאקעס וואס ער באקומט אויף דעם פון אלע זייטן.

איינער האט שוין רעאגירט אז ס'איז געווען א האר אוועק פון א ראן-אףף.

ער האט געוואונען מיט 40 פראצענט, איין פראצענט ווייניגער איז א ראן-אףף. איין פראצענט איז געווען ווייניגער פון 5,000 שטימען.

אבער עס איז שוין געווען זיבן יאר צוריק.

די לעצטע פיר יאר ווייסט ער שוין אויף זיכער אז ער דארף אונז נישט האבן.

די איינציגסטע וואס וועלן אים העלפן יעצט זענען די אידן. אדערווייז זע איך נישט קיין שום וועג ער זאל עס מאכן נאכאמאל...
דער קאמפייןאיז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלעןזענען נאך מעגליך אקטועל
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: ביל דעבלאזיא'ס רעאקציע צו לויית אדמו"ר מתולעת יעקב זצ"ל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

מטעמים האט געשריבן:צו די לוי׳ וואלט מען געקענט בעסער אויס פלאנירען? קען זיין! איז סאושעל דיסטענסינג די פאליסי אין ניו יארק? יא! דארף מען עס פרובירען אויספאלגען? יא! טוהט נאך די סאושעל דיסטענסינג פאליסי עפעס אויף? זיכער נישט!

אונזערע חשובע בחורים וועל איך נישט ווארפען אינטערן באס פאר אפאר מוסרים וואס דער אויבערשטער וועט שוין קעיר נעמען פון.

די זעלבע סיבה ניו יארק האט די ערגסטע געליטען און דאס קומט ווייל אירע פירער האבען נישט געהאט די שטארקייט פון מאכען א לאקדאון אין די ערשטע טעג פונעם וויירוס די זעלבע אומקאמפעטענץ האבען זיי יעצט פארען נישט אנפאנגען צו עפענען צוביסלעך.

די וויירוס איז אווער! מען דארף יעדע זיבען טאג עפענען צען פראצענט פון די שטאט, האלטען פארמאכט איז א בארואיגוגנגס פיל פאר די פאליטישענס, ווייל זייערע נאמבערס קענען זיך בשום אופן נישט הייבען אבער די פראבלעם פון האלטען מענטשען פארשפארט פאר איין רגע עקסטערע דאס איז בכלל נישט זייער פראבלעם.

דעבלאזיאס רעספאנס איז גענוי ווי א שוואכע משגיח וואלט רעספאנדעד צו א בחורישע רעוואלט, ער איז נישט שלעכט און נישט קיין רשע, ער איז בלויז "נישט דער גרעסטער חכם".

איי געס אז ווילאנג עס וועלן נישט זיין קיין ראיאטען וועט זיך גארנישט טוישן.

איך וואלט געזאגט אז די פאליטישנס ווארטן דערויף, כדי צו האבן א תירוץ אויפ'ן עפענען אנע דארפן נעמען רעספאנסיביליטי.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
yid
שר האלף
תגובות: 1876
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 08, 2011 6:37 pm

Mayor deblassio helps a yid

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך yid »

It comes in the good news that a yid that’s in hospital and needs to get a medicine from Texas and the hospital didn’t want to give it to him that mayor deblassio helped the yid to go to a hospital where the yid should be able to get the medicine from Texas
אוועטאר
יידישע קהילות
שר שמונת אלפים
תגובות: 8684
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

Re: Mayor deblassio helps a yid

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יידישע קהילות »

א צדיק הדור דער מאיאר!
אויב איז ער אזא גוטער מענטש און וויל אזוי העלפן יידן, אפשר העלפט ער נאך א פאר יידן דורך אראפנעמען זיין שענדליכער טוויט?
יעדער האלב-ארענטליכער מאן וואלט אראפגענומען אזא טוויט, נאכן זעהן וואס פארא אויפברויז דאס האט געשאפן, אפילו אויב ער וואלט ביי זיך אין הארץ ווייטער ג'האלטן אז ער איז גערעכט.
משנכנס אדר מרבין בשמחה
הל'א דו'ד מסתת'ר עמנו
יואל שרייבער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3677
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 04, 2017 1:33 am

Re: ביל דעבלאזיא'ס רעאקציע צו לויית אדמו"ר מתולעת יעקב זצ"ל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יואל שרייבער »

אסדר לסעודתא האט געשריבן:
יואל שרייבער האט געשריבן:
אסדר לסעודתא האט געשריבן:
יואל שרייבער האט געשריבן:ווי דו זאגסט אליינס, בלומבערג האט געווינען מיט 35,000 שטימען, און א יאר שפעטער האט ער אונז געווארפן איבערן דראנג.

דעבלאזיא האט געווינען מיט 100,000 שטימען פאר 7 יאר צוריק, און ער העלפט אונז נאך אלץ ארויס, כאטש הונדערטער אטאקעס וואס ער באקומט אויף דעם פון אלע זייטן.

איינער האט שוין רעאגירט אז ס'איז געווען א האר אוועק פון א ראן-אףף.

ער האט געוואונען מיט 40 פראצענט, איין פראצענט ווייניגער איז א ראן-אףף. איין פראצענט איז געווען ווייניגער פון 5,000 שטימען.

אבער עס איז שוין געווען זיבן יאר צוריק.

די לעצטע פיר יאר ווייסט ער שוין אויף זיכער אז ער דארף אונז נישט האבן.

די איינציגסטע וואס וועלן אים העלפן יעצט זענען די אידן. אדערווייז זע איך נישט קיין שום וועג ער זאל עס מאכן נאכאמאל...

וואס הייסט העלפן יעצט? האלטסט ער גייט לויפן פאר א דריטע טערמין?
אביסל טיפער
שר האלף
תגובות: 1821
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יאנואר 11, 2020 8:09 pm
לאקאציע: לאנדאן 1935

Re: Mayor deblassio helps a yid

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אביסל טיפער »

יידישע קהילות האט געשריבן:א צדיק הדור דער מאיאר!
אויב איז ער אזא גוטער מענטש און וויל אזוי העלפן יידן, אפשר העלפט ער נאך א פאר יידן דורך אראפנעמען זיין שענדליכער טוויט?
יעדער האלב-ארענטליכער מאן וואלט אראפגענומען אזא טוויט, נאכן זעהן וואס פארא אויפברויז דאס האט געשאפן, אפילו אויב ער וואלט ביי זיך אין הארץ ווייטער ג'האלטן אז ער איז גערעכט.

אראפ נעמען א טוויט היילט נישט קיין מענטשן. מעדעצינען יא!
ספענט 20$ און באקומט 20$ דורך זיך אויפסיינען דא
און אזוי אויך באקומט איהר קעשבעק ווען איהר קויפט איין נאכן זיך אויפסיינען

"און פארגעסט נישט אז תורה איז די בעסטע סחורה"
אוועטאר
יש בו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4464
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 12, 2018 5:53 pm

Re: Mayor deblassio helps a yid

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש בו »

אביסל טיפער האט געשריבן:
יידישע קהילות האט געשריבן:א צדיק הדור דער מאיאר!
אויב איז ער אזא גוטער מענטש און וויל אזוי העלפן יידן, אפשר העלפט ער נאך א פאר יידן דורך אראפנעמען זיין שענדליכער טוויט?
יעדער האלב-ארענטליכער מאן וואלט אראפגענומען אזא טוויט, נאכן זעהן וואס פארא אויפברויז דאס האט געשאפן, אפילו אויב ער וואלט ביי זיך אין הארץ ווייטער ג'האלטן אז ער איז גערעכט.

אראפ נעמען א טוויט היילט נישט קיין מענטשן. מעדעצינען יא!

קיינער איז נאך נישט געשטארבן פון אנטיסעמיטיזעם?

#האלאקאסט_לייקענער
The Divided States Of America
אוועטאר
יידישע קהילות
שר שמונת אלפים
תגובות: 8684
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

Re: Mayor deblassio helps a yid

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יידישע קהילות »

אביסל טיפער האט געשריבן:
יידישע קהילות האט געשריבן:א צדיק הדור דער מאיאר!
אויב איז ער אזא גוטער מענטש און וויל אזוי העלפן יידן, אפשר העלפט ער נאך א פאר יידן דורך אראפנעמען זיין שענדליכער טוויט?
יעדער האלב-ארענטליכער מאן וואלט אראפגענומען אזא טוויט, נאכן זעהן וואס פארא אויפברויז דאס האט געשאפן, אפילו אויב ער וואלט ביי זיך אין הארץ ווייטער ג'האלטן אז ער איז גערעכט.

אראפ נעמען א טוויט היילט נישט קיין מענטשן. מעדעצינען יא!

מעדיצין ראטעוועט איין מענטש, אראפנעמען דעם טוויט ראטעוועט טויזנטער!
משנכנס אדר מרבין בשמחה
הל'א דו'ד מסתת'ר עמנו
שרייב תגובה

צוריק צו “אקטועלע נייעס”