הלכות כבוד לרשעים, אמעריקע/מדנ"י

אחראי: יאנאש

טראק דרייווער
שר האלפיים
תגובות: 2281
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 01, 2009 2:58 pm

הלכות כבוד לרשעים, אמעריקע/מדנ"י

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טראק דרייווער »

היות דא
viewtopic.php?f=6&t=40856&p=2039129#p2039129
האט מען געמאכט א גאנצע שמועס איבער די ענין פון מכבד זיין רשעים, וויל איך עפענען א באזונדערע אשכול פאר דעם, אויסצושמועסן די ענין. און אויב די מנהלים ווילן זאלן זיי אהערברענגען דעם שמועס.

דא איז א נקודה וואס מען שמועסט דארט, און לענ"ד איז די חילוק קלאר וואס איך האב געשריבן דא אונטן, אז אין ארץ ישראל טאר מען נישט מכבד זיין קיין רשעים פון די ממשלה, ווייל דאס מיינט אז איך געב כבוד פאר א ממשלת הכפירה וניאוץ בה', משא"כ אין אמעריקע וואס איך געב כבוד פאר די רשעים אלס די ממשלה פון אמעריקע, און נישט פאר זייער פערזענליכקייט.

עציץ נקוב האט געשריבן:
אבן יקרה האט געשריבן:
אביונה האט געשריבן:
גולם פון וואשינגטאן האט געשריבן:מען דארף קלאר שטעלן
ביי די גדולים פון די ליטווישע אין ארץ ישראל איז אייביג געווען א מהלך פון אריין לאזן אין שטוב כופרים, דער היילגיער חזון איש האט אריין געלאזט ב"ג שר"י,...

אויף אלע מיינע שונאים אזעלכע 'כבוד' ווי דער חזו"א האט געגעבן פאר ב"ג....
ער האט עם געוואלט געבן אזוינע בזיונות, און ער האט באקומען.......,

א בפירוש'ע במערכה?
גרויס כבוד ער האט געהאט דערפון, קיין בזיונות נישט, מ'מוז נישט גלייבן אלע באבע מעיישעס.
רב שך האט אויך אויפגענומען מיניסטערן כופרים מסיתים ומדיחים וואס מ'האט געהאפט פון זייערע טובה, וואו צב"ש יצחק רבין, יצחק מודעי און נאך.

און דער רבי ז"ל דער ויוא"מ האט דאך אויפגענומען דער ציוניסטישער מיניסטער ח"מ שפירא, און דער בר"מ האט אויפגענומען ד"ר יוסף בורג:
http://ranaz.co.il/articles/article2265_19810427.asp

און אין אמעריקע געט מען כבוד מלכים אין פראנט פון טויזענטער מענטשען (נישט סתם אויפנעמען שיין) פאר גוים און פאר אזא עוכר ישראל ווי טשאק שומער


נישט אז דאס איז בארעכטיגט. אבער די צושטעל איז בכלל נישט דומה, ווייל דארט ווען מען געט כבוד פאר א מיניסטאר, געט מען אים כבוד ווייל ער איז פון די ממשלה, און די עצם ממשלה איז א שטיק ניאוץ בה', קומט אויס אז איך בין מכבד יעצט א ממשלה וואס איז א ניאוץ בה'.

מה שאין כן אין אמעריקע, ווען איך בין מכבד שומער, בין איך אים מכבד אלס א חלק פון די אמעריקאנע ממשלה, וואס די אמעריקאנע ממשלה איז אן אויסגעהאלטענע ממשלה, גוים מעגן האבן א ממשלה בזמן הגלות.

די חילוק איז פשוט, און אסאך אומוויסנדע קנאים שלא שימשו כל צורכן [די סארט קנאים וואס מאכן נויז] כאפן זיך ארויף אויף אזעלכע גזירה שוה'ס צו באשמוצן ערליכע אמעריקאנע אידן, ווען זיי זענען מכבד מיניסטארן, מאכנדיג א פאלשע צושטעל צו די ממשלה אין ארץ ישראל.
ווען משיח וועט קומען וועט קוקן מיט די אויגן די זענען די אויגן וואס האבן ארויסגעקוקט אויף די גאולה און דאס געהאלטן ריין לראות בתפארת עוזך
Goodmorning
שר חמשת אלפים
תגובות: 5418
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Goodmorning »

זאגסט דאך זייער גוט!
שויתי ה' לנגדי תמיד
אוועטאר
יידישע קהילות
שר שמונת אלפים
תגובות: 8679
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יידישע קהילות »

דער עיקר חילוק איז צו מ'גיבט כבוד אדער מ'וויל עפעס פון זיי. אדער קלארער גערעדט, צו מ'וויל זיך מתחבר זיין און דורך דעם עפעס באקומען, אדער מ'וויל באקומען אן זיך מתחבר זיין.
לגבי בחירות וכ"ש אריינצושטעלן אייגענע חברי כנסת האט רביה"ק זי"ע געהאלטן אז אע"פ עס איז פאר א מטרה, אבער דאך איז דאס התחברות לרשעים [און נאך פארשידענע זייטיגע איסורים ווצב"ש די שבועה און החזקת מקום ע"ז ועוד]. אנדערע גדולים זי"ע האבן געהאלטן אז דאס איז נישט התחברות, עס איז נאר דומה צו כבוד בלי התחברות. שוין.
פאר שומער איז עס כבוד בלי התחברות. מיט ב"ג האט דער הייליגער חזו"א זי"ע נישט געהאט קיין שום התחברות.
דוק ותשכח אז אלעס איז תלוי בהנ"ל.
משנכנס אדר מרבין בשמחה
הל'א דו'ד מסתת'ר עמנו
דריידל
שר תשעת אלפים
תגובות: 9184
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דריידל »

הייסט אז הלכות כבוד לרשעים איז פון די מצוות התלוים בארץ און ס'איז נישט אנגעגאנגען ביז תש"ח
כ'הא נישט קיין צייט יעצט; רוף מיך צוריק נאכמיטאג
דריידל
שר תשעת אלפים
תגובות: 9184
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דריידל »

ווי איז די מקור בכלל?
עפעס געדענק איך א גמרא (כ'מיין אין סוטה) אז די חכמי ישראל זענען געשטראפט געווארן ווייל זיי האבן זיך גע'חנפ'ט צו ינאי המלך.
האו יענץ שייכות מיט אונזער סוגיא?
כ'הא נישט קיין צייט יעצט; רוף מיך צוריק נאכמיטאג
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18792
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

אבן יקרה האט געשריבן:
אביונה האט געשריבן:
גולם פון וואשינגטאן האט געשריבן:דער היילגיער חזון איש האט אריין געלאזט ב"ג שר"י,...

אויף אלע מיינע שונאים אזעלכע 'כבוד' ווי דער חזו"א האט געגעבן פאר ב"ג....
ער האט עם געוואלט געבן אזוינע בזיונות, און ער האט באקומען.......,

א בפירוש'ע במערכה? גרויס כבוד ער האט געהאט דערפון, קיין בזיונות נישט, מ'מוז נישט גלייבן אלע באבע מעיישעס.

בענין זה איז גוט ארויס ברענגען אז דער חזון איש האט דעמאלטס מטביע געווען די מושג פון ״העגלה הריקה של החילונות״
וואס ביז היינט איז דאס נאך א טעמע ביי די פרייע וועלט

ב״ג האט געפרעגט פארן חזון איש: זאג מיר ווי אזוי קען מען האלטן אז אלע אידן זאלן זיך צוזאמען האלטן און סזאל נישט אויפרייסן, נאך וואס אידן קומען ארויף פון ארצות הגולה פון אלע לענדער און אלע מינע השקפות וואס יעדער ברענגט מיט לויט ווי ער איז אויפגעוואקסן. די מדינה שטייט דאך אויס דרויסנדיגע סכנות (פון די ארבער) און ממוז זעהן צו האלטן די אידן (פרייע און פרומע) אין א אחדות אז עטליס פון אינעווייניג זאל נישט זיין קיין מחלוקת, ביידע זענען אידן און וואו אזוי קען מען לעבן צוזאם?

אויף דעם האט דער חזון איש געענטפערט מיט א משל (א גמרא זאגט אין סנהדרין): אויב צוויי קעמעלך טרעפן זיך איינער קעגן דעם צווייטן אין א שמאלן וועג וואס נאר איינער קען אריבער גיין ווער דארף זיך רוקן פאר וועם?. די קעמל וואס איז נישט אנגעלדנט ער דארף זיך רוקן פארן אנגעלאדנטער קעמל. אונז פרומע זענען אנגעלאדנט מיט א משא פון עול התורה והמצוות, ענק די פרייע דארפן זיך רוקן פאר אונז״

נישט זיכער אז דער חזון איש האט איהם געמיינט צו באליידיגן (גאנצע גמרא רש״י תוס׳ דא אויף דעם).
אבער ביז היינט איז דא אין די פרייע וועלט א מושג פון ״די ליידיגע וואגן״ וואס זיי קייען נאך ביז היינט, מיט אנגעווייטאגטקייט פאר זיי אזוי בטיטלען, און צומאל מיט שפאס אז זיי זענען גאר די פולע.

בכל אופן די ויזיט אליין קען זיין איז געווען אלטס כבוד אבער די השפעה פון די בזיונות וואס דער חזון איש האט זיי צוגעקלעבט דעם צונאמען גייט נאך אן ביז היינט
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18792
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

סוטה מא
אגריפס המלך עמד וקבל וקרא עומד עושבחוהו חכמים וכשהגיע (דברים יז, טו) ללא תוכל לתת עליך איש נכרי זלגו עיניו דמעות אמרו לו אל תתירא אגריפס אחינו אתה אחינו אתה

תנא משמיה דרבי נתן באותה שעה נתחייבו שונאי ישראל כלייה השהחניפו לו לאגריפס
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
אוועטאר
נאך פונדערהיים
שר האלפיים
תגובות: 2927
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2018 10:59 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאך פונדערהיים »

דריידל האט געשריבן:הייסט אז הלכות כבוד לרשעים איז פון די מצוות התלוים בארץ און ס'איז נישט אנגעגאנגען ביז תש"ח


ווען איך האב געלערנט על הגאולה איז מיר אויך שווער געווען די שאלה, שפעטער האב איך גערעדט דערוועגן מיט איינע פון די חשובע סאטמארע רבנים, האט ער מיר מסביר געווען אז עס איז פארהאן צוויי ענינים דא:

1) כבוד לרשעים
2) חניפה לרשעים

יעצט די איסור פון מכבד זיין רשעים איז נאר ווען מען איז מכבד זיינע "מעשי רשע", ממילא אין חוץ לארץ ווילאנג די לויבסט נישט אויס שומער'ס עבירות ביזטו נישט עובר, משא"כ אין ארץ ישראל אויב גיבסטו כבוד פאר א רעגירונג פערזאן איז דאס אויטאמאטיש כבוד פאר זיין פאסטן, וועלכע איז ניאוץ בה'.

דאן איז דא די ענין פון חנפנ'ען צו רשעים וועלכע איז אסור אפילו אן מכבד זיין זיינע מעשים, וואס דאס וואלט געווען אסור דאהי אויך, אבער אויף דעם איז דא א היתר פון לתועלת.

קומט אויס אז מכבד זיין א פאליטישאן א ישראל מומר מער וויפיל עס פעלט זיך אויס, איז אסור איבעראל.


נאכאמאל,, גארנישט קיין אייגנס, און איך ווייס נישט די מקורות.
מילא ווען די קומסט מיט א סברא, שוין, וואס איז שייך זיך צו דינגען... אבער אז די קומסט מיט א פאקט, איז וואס? איך האלט אז די פאקט איז אנדערש!
אביונה
שר האלפיים
תגובות: 2306
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 17, 2019 1:39 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אביונה »

ועל שם זה יצא ספרו של הרב יעקב שפירא על הציונות תחת השם The Empty Wagon

איך האב דא מעלה געווען א וויכטיגע קליפ אין דעם נושא, כ'ווייס נישט פארוואס די מנהלים האבן עס נישט אפראווד....
והקריב מן התרים או מן בני היונה קרבנו
שרייב תגובה

צוריק צו “אקטועלע נייעס”