ל"ג בעומר הדלקה (סאטמאר מהר"א) קרית יואל - נייעס און אפדעיטס
אחראי: יאנאש
יאנקעל פעדראטשיק האט געשריבן:ניס קראכער האט געשריבן:פאטאקי08 האט געשריבן:ר' יום טוב האט געשריבן:טערעסאנטע זאך ביי די הדלקה צו אדרעסירן אינעם צוקונפט, קומען אן פילע פרעמדע צו פארברענגען, לאכן ארום מיט די סמארט-טעלעפאנען, פארויכענען ציגארן, גייען ארום נאך צדקה, טוצעך א שומרי שבת מצב, דאס נעמט אוועק פון די ערענסטקייט פונעם מעמד.
הלואי ווען מען קען פטור ווערן דערפון
האסט אן עצה?
די קראך היטן אינטערסירט מיר נישט, די פראבלעם איז מיט די וואס גייען נישט מיט קיין היטן...
זיי האבן אביסל איבערגעצויגן דעם שטריקל דאס יאר פאר ווער ס'האט באמערקט, אין מ'האט זיי אביסל בארוהיגט,
אבער 'סאיז לכאורה ניט דא וואס צו טוען
די קראך היטן זענען נישט קיין פראבלעם, סיז געווען היבש עלטערע און אפילו יונגערע ערנסטע מענטשען מיט קראך היטן זיי טאנצן געהעריג מיט מיטן עולם מיט זייערע קינדער סיז זייער שיין זיי שטערט נישט קיינעם אז זיי קומען, די וואס קומען אן די היטן און זיי טרינקן זיך אן פארדעם און מאכן זיך נאריש זיי דארף מען אויף עפעס א וועג שיקן א מעסעדזש אז נישט פון דעם רעדט מען, האבעך געטאנצן נעבן ר' יוסף חיים גר"וו שליט"א געווען א ערענסטע רינג און סיז געווען ליידיג אינמיטן, פלוצלינג טאנצן אריין 15 חברה זיי האבן אלע געשטינקן פון וויין און אלקהאל, צו מזל איז ר' יוסף חיים דארט געשטאנען און געזאגט מזאל זיי לאזן ווייל דער עולם האט זיי געוואלט פארשיקן, אפשר קען מען געוואר ווערן פון ווי זיי קומען סדארף לכאורה נישט זיין אזא שווערע זאך, איך גלייב זיי קומען פון עפעס א ישיבה צו פון פאלסבורג צו לעיקוואד אד"ג, און מזאל זאגן פאר זייער ר"י זאל רעדן צו זיינע בחורים זאלן זיך אויפפירן ווי נארמאלע מענטשען, למעשה זענען זיי ביי יענעם אינדערהיים,
אינטרעסאנט ווי אין ווען עס טיטזיך אביסעל שמחה שפראצן זיי ארויס למשל פורים וכדומה
זי נשמה לעכצעט אויף עפעס
סתם פארשיקן איז זיכער נישט קיין מהלך
- זופ מיט קניידל
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 271
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 24, 2019 6:24 pm
- לאקאציע: אינעם זופ טעלער
שוין לאנג געטראכט אז מען דארף מאכן עפעס א צווייטע הדלקה'לע אין די געגנט ווי די צולאזטע זאלן זיך טרעפן דאס פלאץ,
מיר זענען שוין אויסגעוואקסן די סטעידזש וואס ביי די הדלקה מוז זיין געפאקט עד אפס מקום, ענדערש זאל זיין ווייניגער מענטשן מיט מער פלאץ צו טאנצן און אן די אלע מרעין בישין
גראדע האב איך שוין געמיינט און געהאפט אז דער דזשימיגראדער רבי אין בלומינגגראוו וועט זיי צונעמען אבער דערווייל איז עס נישט געשען,
אז מרעדט שוין - די געדרענג דעם יאר איז געווען עפעס שרעקליך, אנדערש ווי געמיינט פון פארדעם לאור פון די ווערעצקיער און דזשימיגראדער הדלקה, מען דארף זעהן עפעס צו טון פאר מער פלאץ אויף לשנה הבא אויב ח"ו משיח העט נאכנישט דא זיין

סתם לאזן איז אויך נישט קיין מהלך. מען דארף האבן א גאנג.
איך רעד נישט ספעציפיש פון קרית יואל, די זעלבע איז נוגע אסאך מאל.
לדוגמא איך בין געווען א שטיק צייט צוריק ביי מקומות הקדושים אין אייראפא, זענען געווען 150 אידן און געזאגט תהלים ביי א קבר מיט גרויס התעוררות און מיט'ן רייסן זיך אריין א גרופע פון 10 בויעס מיט קליינע קאפעלעך און א "גיטאר" און הייבן אן צו טאנצן לעבעדיגע ניגונים, און אלעס רעקארדירט אויף די סמארטפאונס, דער עולם האט נישט געוואוסט וויאזוי צו הענדלען די זאך. צום סוף בין איך צוגעגאנגען צו זיי און געבעטן זיי זאלן אויפהערן, זיי האבן באמת נישט פארשטאנען וואס איז ראנג "הניגונים הם של הצדיק". האב איך געזאגט "הריקודים בחוץ, כאן זה מקום תפילה", זיי האבן פארשטאנען און ארויסגענומען די תהלימליך און אנגעהויבן זאגן מיט ערנסטקייט.
מען דארף זיי באמת מקרב זיין, אבער מען טאר זיי נישט לאזן צושטערן ערנסטע מעמדים מיט צולאזקייט וועגן ס'איז יצא שכרו בהפסדו.
עס איז נישט קיין ספק אז דאס לאזן אריינברענגען די סארט זאכן, קאסט קרבנות פון שענסטע און פון בעסטן ואכמ"ל.
אין בית המקדש האט גאנץ כלל ישראל געקענט קומען, אבער נאך לויט די הלכות, מען האט געמוזט זיין טהור, אויסטוהן די שיך, און זיך אויפפירן מיט א מורא שמים, די פרויען זענען געגאנגען ווי זיי באלאנגען, און מען האט נישט געקענט גיין ווי די כהנים מעגן וכדומה.
עס איז דא א חסידות אין ארץ ישראל וואס האט געבויעט א שיין בית המדרש וואס איז געווארן א טוריסט פלאץ, און עס האלט שוין דארט אז ווען "מ'האט נישט קיין ברירה" לאזט מען אריין אויסגעלאסענע ... זיך צו פאטאגאפירן אין היכל הבית מדרש, מכלומר'שט אלס קירוב רחוקים, מי בקש זאת מידכם רמוס חצרי!

גליטשעדיג האט געשריבן:סתם לאזן איז אויך נישט קיין מהלך. מען דארף האבן א גאנג.

די אלע פראבלעמען מאכן זיך ביי די וואס ווילן נאכמאכן די חסידים און כאפן נישט אז חסידות איז נישט שיכורות....
איך האב שוין מיטגעהאלטן ביי אסאך מעמדים ווי מען פרובירט זיי צו זאגן און מרמז זיין אויף אלע מינע וועגן אז דאס שטערט, און זיי כאפן נישט וואס זיי טוען ראונג... יענער טאנצט און איך שפרינג, וואסא חילוק וויאזוי?
גיי לערן מיט א ליטפאק חסידות....
נישטא וואס צו טון מיט זיי...
דעתי נוטה אז ביי אזא מעמד דארף מען מער זיין ביזי מיטען זיך אליינס, מען דארף זיך אליינס טרעפן און זיך מאכען התבננות מיט זיך אליינס, מען דארף שעפן קדושה און התעוררות, און נישט זיין ביזי מיטען מעמד און מיט די מצב ארום און ארום.
דערפאר האלט איך אז מען טרייבט איבער מיט וויפעל זיי שטערן - כאילו זיי שטערן א געוואלד, עס איז בכלל נישט אמת אז זיי שטערן, די סיבה וואס עס זעט אויס פאר געוויסע מענטשן אז זיי שטערן איז וווייל די מענטשן טראכטען די גאנצע צייט איבער די מצב ארום, מען איז דארט אבער די תוך תוכיות איז נישט דארט.
די ציבור איז גענוג גרויס אז מען זאל נישט באמערקן און עס זאל נישט שטערן די עטליכע טראבל מעקעירס אויב איז מען פארנומען מיטען אמת און נישט מיטען מצב ארום.
דערפאר האלט איך אז מען טרייבט איבער מיט וויפעל זיי שטערן - כאילו זיי שטערן א געוואלד, עס איז בכלל נישט אמת אז זיי שטערן, די סיבה וואס עס זעט אויס פאר געוויסע מענטשן אז זיי שטערן איז וווייל די מענטשן טראכטען די גאנצע צייט איבער די מצב ארום, מען איז דארט אבער די תוך תוכיות איז נישט דארט.
די ציבור איז גענוג גרויס אז מען זאל נישט באמערקן און עס זאל נישט שטערן די עטליכע טראבל מעקעירס אויב איז מען פארנומען מיטען אמת און נישט מיטען מצב ארום.
- זופ מיט קניידל
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 271
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 24, 2019 6:24 pm
- לאקאציע: אינעם זופ טעלער
קאנסילמאן האט געשריבן:דעתי נוטה אז ביי אזא מעמד דארף מען מער זיין ביזי מיטען זיך אליינס, מען דארף זיך אליינס טרעפן און זיך מאכען התבננות מיט זיך אליינס, מען דארף שעפן קדושה און התעוררות, און נישט זיין ביזי מיטען מעמד און מיט די מצב ארום און ארום.
דערפאר האלט איך אז מען טרייבט איבער מיט וויפעל זיי שטערן - כאילו זיי שטערן א געוואלד, עס איז בכלל נישט אמת אז זיי שטערן, די סיבה וואס עס זעט אויס פאר געוויסע מענטשן אז זיי שטערן איז וווייל די מענטשן טראכטען די גאנצע צייט איבער די מצב ארום, מען איז דארט אבער די תוך תוכיות איז נישט דארט.
די ציבור איז גענוג גרויס אז מען זאל נישט באמערקן און עס זאל נישט שטערן די עטליכע טראבל מעקעירס אויב איז מען פארנומען מיטען אמת און נישט מיטען מצב ארום.
בלייב מיר גוטע פריינד, אבער דו ביסט ביי דעם מעמד נישט געווען, כנראה פון דיין תגובה,
אין יעדע רינג ווי מען טאנצן און מען פלאמט לכבוד התנא, מיטן אמתדיגן חסידישן חן, קומען זיי אריין און פשוט זיי נעמען דעם רינג אויף א רייד, עס הייבט זיך אן מיטן טאנצן הארא - א זאך וואס מאכט נישט קיין סענס, איים סארי אבער בר יוחאי קומט נישט צו טאנצן הארא ובפרט אויף א גאס ווען מען האלט א זאגערל אין די האנט, און די עלטערע אידן ווערן פשוט פארלוירן און פוצן ארויס, און צוביסלעך הייבט מען אן מיט ווילדערע שטיקעס ביז דער גאנצער רינג הייבט אן אויסזען ווי א רינג פורים נאכמיטאג,
גייען די מייסדי הרינג און מפני דרכי שלום זאגט מען גארנישט נאר מען מאכט א פרישע רינג, און דארט חזרט זיך איבער די זעלבע וחוזר חלילה,
נישט מעגליך זיך צו האלטן ביי זיך און טאנצן נארמאל, איך האב עס געפראווד אויף הונדערט פראצענט
זופ מיט קניידל האט געשריבן:אז מרעדט שוין - די געדרענג דעם יאר איז געווען עפעס שרעקליך ... מען דארף זעהן עפעס צו טון פאר מער פלאץ אויף לשנה הבא אויב ח"ו משיח העט נאכנישט דא זיין
לכבוד שר העשר, זופ מיט קניידל:
זעלטן וואס מען זעהט אזא מאסן ציבור פון אלפי ישראל, בליעה"ר כ"י, אבער...
די שטח ארום און ארום איז ב"ה גענוג און נאך גרויס, און קען פארנעמן נאך עטליכע אלפים. לשנה הבא, אויב איר זענט סאָם הַאו "צוקוועטשט", רוקט אייך אביסל ארויף אדער אראפ, מען קען פון דארט אויך אלעס קלאר מיטהאלטן און מיטלעבן.
לשנה הבא בירושלים!
הלשון הוא קולמוס הלב, והניגון הוא קולמוס הנפש (בעל התניא מליאדי)
- קאקאש קעיק מיט מילך
- שר האלפיים
- תגובות: 2921
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 28, 2019 3:29 pm
הלשון האט געשריבן:זופ מיט קניידל האט געשריבן:אז מרעדט שוין - די געדרענג דעם יאר איז געווען עפעס שרעקליך ... מען דארף זעהן עפעס צו טון פאר מער פלאץ אויף לשנה הבא אויב ח"ו משיח העט נאכנישט דא זיין
לכבוד שר העשר, זופ מיט קניידל:
זעלטן וואס מען זעהט אזא מאסן ציבור פון אלפי ישראל, בליעה"ר כ"י, אבער...
די שטח ארום און ארום איז ב"ה גענוג און נאך גרויס, און קען פארנעמן נאך עטליכע אלפים. לשנה הבא, אויב איר זענט סאָם הַאו "צוקוועטשט", רוקט אייך אביסל ארויף אדער אראפ, מען קען פון דארט אויך אלעס קלאר מיטהאלטן און מיטלעבן.
לשנה הבא בירושלים!
לכבוד כבוד הלשון אבער דער שטח הגדול פון וואס דו רעדסט איז בכלל נישט דער שטח הריקודין און אויך נישט נאנט דערצו און בכלל נישט געשמאק צו טאנצן דארט
אונזער חשוב'ער קניידל האט גערעדט פון די שטח הריקודין און ארום וואס דארט איז געווען א איבערפלוס פון מענטשן
געבאקן נאך פסח תשפ"ב
- farshlufen
- שר שלשים אלף
- תגובות: 35431
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
- לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק
- קאקאש קעיק מיט מילך
- שר האלפיים
- תגובות: 2921
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 28, 2019 3:29 pm
farshlufen האט געשריבן:שטח אהער שטח אהין, אז איר וועט טאנצן מיט אמת'ע שמחה וועט מען מיט אייך מיטאנצן נישט קיין חילוק וואו איר שטייט.
אמת, דער פראבלעם פון שטח איז נאר אז ווען איך האב למשל געוואלט ארויסגיין אינמיטן ואמרתם פאר א טרונק וואסער - האלטנדיג ממש פאר פיקוח נפש, האט מיר גענומען א שיינע פאר מינוט און שווערע כוחות ארויסצוגיין, און אויפן וועג צוריק האב איך פרובירט אריינצוגיין, אבער ווי שטארק איך האב געוואלט האב איך נישט געקענט, און פארנט פון מיינע אויגן זענען קינדער צוקוועטשט און צוטרעטן געווארן אז כ'האב מורא געהאט צו קוקן וויאזוי עס ענדיגט זיך, איך האב געזען א סצענע פון סכנות נפשות, און נאך ח"ג בעומר רעדנדיג מיט איינע פון די עסקנים האט ער מיר געזאגט אז איך בין נישט דער איינציגער וואס האט דאס געטענה'ט,
די געדרענג דאס יאר איז געווען שרעקליך
געבאקן נאך פסח תשפ"ב
קאקאש קעיק מיט מילך האט געשריבן:farshlufen האט געשריבן:שטח אהער שטח אהין, אז איר וועט טאנצן מיט אמת'ע שמחה וועט מען מיט אייך מיטאנצן נישט קיין חילוק וואו איר שטייט.

די ביסט גערעכט און די אנדערע זענען אויך גערעכט.
ס'איז דא פלאץ אויפן שטח פאר נאך טאפעלט אזא עולם. די פראבלעם איז נאר די צושפרייטע פריוואטע רינגן, סיי פון יונגעלייט און סיי פון בחורים וואס קומען דא טאנצן הארא....
ווען מ'מאכט ווען איין לאנגע לאנגע געדרייטע לאקש-רינג פיט נאך אריין צוויי מאל אזא עולם.
יעצט קוק איבער די בילדער און פארשטיי וואס איך זאג.
- זופ מיט קניידל
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 271
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 24, 2019 6:24 pm
- לאקאציע: אינעם זופ טעלער
קאקאש קעיק מיט מילך האט געשריבן:farshlufen האט געשריבן:שטח אהער שטח אהין, אז איר וועט טאנצן מיט אמת'ע שמחה וועט מען מיט אייך מיטאנצן נישט קיין חילוק וואו איר שטייט.
אמת, דער פראבלעם פון שטח איז נאר אז ווען איך האב למשל געוואלט ארויסגיין אינמיטן ואמרתם פאר א טרונק וואסער - האלטנדיג ממש פאר פיקוח נפש, האט מיר גענומען א שיינע פאר מינוט און שווערע כוחות ארויסצוגיין, און אויפן וועג צוריק האב איך פרובירט אריינצוגיין, אבער ווי שטארק איך האב געוואלט האב איך נישט געקענט, און פארנט פון מיינע אויגן זענען קינדער צוקוועטשט און צוטרעטן געווארן אז כ'האב מורא געהאט צו קוקן וויאזוי עס ענדיגט זיך, איך האב געזען א סצענע פון סכנות נפשות, און נאך ח"ג בעומר רעדנדיג מיט איינע פון די עסקנים האט ער מיר געזאגט אז איך בין נישט דער איינציגער וואס האט דאס געטענה'ט,
די געדרענג דאס יאר איז געווען שרעקליך
כקען בלויז צושטימען דערצו כקאקאש ועוד לקרא,
דער 'שטח הריקודין' דארף א תיקון, און איך וואלט געראטן מען זאל נישט ווארטן אז עס זאל חלילה עפעס פאסירן, נאר אויף נעקסטע יאר אויפקומען מיט א עצה דאס צו פארגרינגערן,
Re: הדלקה בקר"י, ל"ג בעומר תשע"ט - נייעס און אפדעיטס
איז דא עפעס פלענער היי יאר ?
- אלט מאנרא
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3635
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 30, 2016 11:37 am
- לאקאציע: צווישן גראז און ביימער
Re:
זופ מיט קניידל האט געשריבן:שוין לאנג געטראכט אז מען דארף מאכן עפעס א צווייטע הדלקה'לע אין די געגנט
גראדע האב איך שוין געמיינט און געהאפט אז דער דזשימיגראדער רבי אין בלומינגגראוו וועט זיי צונעמען אבער דערווייל איז עס נישט געשען,
אז מרעדט שוין - די געדרענג דעם יאר איז געווען עפעס שרעקליך, אנדערש ווי געמיינט פון פארדעם לאור פון די ווערעצקיער און דזשימיגראדער הדלקה, מען דארף זעהן עפעס צו טון פאר מער פלאץ אויף לשנה הבא אויב ח"ו משיח העט נאכנישט דא זיין
פאריגע יאר איז געווען גאר אסאך אויסגעשפרייט און אלע געגענטער און ק"י והגלילות איך גלייב אז עס וועט אנהאלטן ווייטער די יאר
המול לכם כל זכר, און הימל געדענקט מען אלעס.
- פאטאקי08
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 13895
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
- פארבינד זיך:
Re: נייעס און קרישקעלעך פון קרית יואל
לג בעומר היי יאר טרעפיק מאפע
- אטעטשמענטס
-
- unnamed.jpg (211.84 KiB) געזען 4270 מאל
Re: נייעס און קרישקעלעך פון קרית יואל
פאטאקי08 האט געשריבן:לג בעומר היי יאר טרעפיק מאפע
דר עפעס חידושים היי יאר?
- פאטאקי08
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 13895
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
- פארבינד זיך:
Re: נייעס און קרישקעלעך פון קרית יואל
נאך איינער האט געשריבן:דר עפעס חידושים היי יאר?
סאטמאר דרייוו ווערט א וואן וועי
קוויקוועי און ווען ביורען ווערן אפגעשפארט פון DAJ וועט מען נאר קענען מאכן א לינקס
ועוד
-
- שר חמש מאות
- תגובות: 500
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 03, 2016 6:36 pm
- לאקאציע: ממש אביסל אהינציר
Re: נייעס און קרישקעלעך פון קרית יואל
נאך איינער האט געשריבן:פאטאקי08 האט געשריבן:לג בעומר היי יאר טרעפיק מאפע
דר עפעס חידושים היי יאר?
מוז נישט זיין קיין חידושים
ווי געווענליך וועט מען פרובירן אפצושפארן ווי מער פונעם שטעטל.
- כאניש וואס צו טון
- שר עשרים אלף
- תגובות: 22317
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
- לאקאציע: אפן וועג צום ארבייט
- פארבינד זיך:
Re: נייעס און קרישקעלעך פון קרית יואל
אינער וואס וואוינט אויף שינאווא, און וויל ארויספארן פון שטעטל, דארף ווארטן אויף נאך די הדלקה...?
די לעכטיגע טעג זענען שוין נענטער ווי ווייטער!
- אחת ואחת
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3665
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 09, 2018 12:01 pm
- לאקאציע: אין קרעטשמע
Re: נייעס און קרישקעלעך פון קרית יואל
כאניש וואס צו טון האט געשריבן:אינער וואס וואוינט אויף שינאווא, און וויל ארויספארן פון שטעטל, דארף ווארטן אויף נאך די הדלקה...?
אויב האט ער סייווי [כא]ניש וואס צו טוען, וועם גייט עס אן.
וויצען און א זייט, פארדעם לייגט מען ארויס מודעות פארדעם.
פרוטה ופרוטה מצטרפת לחשבון גדול
Re: נייעס און קרישקעלעך פון קרית יואל
כאניש וואס צו טון האט געשריבן:אינער וואס וואוינט אויף שינאווא, און וויל ארויספארן פון שטעטל, דארף ווארטן אויף נאך די הדלקה...?
Fillmore/ Taylor same
-
- שר מאה
- תגובות: 208
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 21, 2015 11:13 am
Re:
kyshtiper האט געשריבן:טאטע זיי מיר מוחל האט געשריבן:בארואיגט-אייך האט געשריבן:ווי איז די אשכול פון די קרית יואל הדלקה פון פאריאר, איך טריי עס צו זיכן אבער סע איז נישט דא.
סע וואלט אינטערעסאנט געווען צו ליינען די פאריעריגע קאמענט'ס, און זען וואס די עסקנים קענען היי יאר פארעכטן.
סיי איבער טרעפיק, סאונד, מוזיק, עצם הדלקה, מאסן קאנטראל, סעקויריטי, פרויען, פארקינג, צייט, דרשה, וכו'.
http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.ph ... &start=600
viewtopic.php?f=6&t=26592&start=100
פאריאר האט מען גערעדט וועגן צו שפארן גאסן
די יאר שפארט מען צו נאך מער
תש"פ גייט גאנץ קרית יואל זיין צוגעשפארט
געשריבן תשע"ט !!!
פון וואו האסטו געוואוסט???
- כאניש וואס צו טון
- שר עשרים אלף
- תגובות: 22317
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
- לאקאציע: אפן וועג צום ארבייט
- פארבינד זיך:
Re: הדלקה בקרית יואל - נייעס און אפדעיטס
וואס פארדינט מען פון אפשפארן סקאנאמאנק, העיס, און קוויקוועי?