וויל זיין גוט האט געשריבן:וואוילע שעפעלע האט געשריבן:מאדנע ווי מ'זוכט זיך די לעצטערע יארן צוריק צו גיין צו די בלוטיגע ערד פון וואו אונזערע עלטערן זענען אנטלאפן.
די שנאת ישראל אין יענע לענדער איז נאך היינט גאר גרויס
הרב גרינוואלד א גרויסער חוקר און שרייבער האט פארפאסט א בוך, וואס טראגט דעם נאמען: טויזנט יאר אידישן לעבן אין אונגארן, ער ברענגט דארט זייער ארויס, אז אידן האבן געהאט זייער גוטע צייטן אין אונגארן ביזן קריג, מה שאין כן אין פולין און אוקריינע זענען פיל מאל געווען פאגראמען און גזירות.
ער רעדט מיט גרויס ווייטאג אז על אף מען האט זיך אזוי גוט פארשטאנען מיט די אלגעמיינע שכנים, דאך ווען עס איז געקומען ביים קריג האבן זיי ארויס געוויזן זייער אמת'דיגע פרצוף מיט אזא רשעות און אכזריות און מיט געארבעט מיט די דייטשן געהעריג אן קיין שום רחמנות. ער האלט עס ממש נישט אויס...
המגיד ר' יענקעלע גאלינסקי פלעגט זאגן פשט אינעם מאמר פון רשב"י הלכה בידוע שעשו שונא ליעקב, לכאורה דער לשון הלכה קומט נישט אריין, ער וואלט געדארפט זאגן "בידוע...", האט ער געזאגט אז אן הלכה מוז מען איינהאלטן צו מען פארשטייט דעם טעם צו נישט, דאס האט ר' שמעון ארויס געברענגט, אז דאס שנאה פון עשו צו יעקב האלטן זיי ווי אן הלכה כאטש על פי רוב האט עס נישט קיין שום פשט, דאך האלטן זיי איין די הלכה זייער ערליך, ואין לחלק בזה בין גוי לגוי, אודאי יש שמראים פרצופיהם תמיד בגלוי, ויש מסתירים השנאה שלהם, אבער ווען עס קומט די געלעגנהייט קומט ארויס די אמת'ע שנאה, ביי יעדן אן אויסנאם