נו שוין האט געשריבן:טינק טענק, פארלאנגן צו לערנען ענגליש איז נישט קיין "מיינונג" פון איין מאן, סאיז אויך נישט קיין "קאפריזן", סאיז זייער א נארמאלע פארלאנגט, ספעציעל ווען די מוסד איז נישט געגרינדעד געווארן צו בויקאטירן ענגליש, סאיז פשוט פארנאכלעסיקייט.
און אז עס איז נישט קיין קאפריזן דארפן זיי זיך צושטעלן צום מיינונג פון יעדן טאטע? אר יו סיריעס?
זיי נישט בייז, אבער אויב האסטו נישט ליב די מוסד ווי דיינע קינדער לערנען האסטו צוויי ברירות: רעדן צו די הנהלה, און אויב עס העלפט נישט, שיקן די קינדער ערגעץ אנדערש! די מוסד האט ב''ה א רבי און אן הנהלה רוחנית וגשמית, און זענען אינגאנצן נישט מחויב צו פאלגן וואס דו ווילסט!
ארויפצווינגען דיין פארלאנגט - זאל עס זיין 100% אויסגעהאלטן און נארמאל - איז אן עולה נוראה, און עס טון דורך די רעגירונג איז רשעות שאין כדוגמתו וואס קען שאדן פאר די גאנצע אידישקייט אין אמעריקע.
נו שוין האט געשריבן:נ.ב. אויב האט איר א השפעה אויף די מוסד (עפעס קוקט אזוי אויס) איז אפשר כדי צו רעדן שיינערהייט צו די הנהלה, איך פארלאנגט נישט עפעס אויסערארדענליכס, אפשר איז יא כדי איבער טראכטן און כדי צו טוען די רצון פון רביה"ק זי"ע וואס האט איינגעפירט צו לערנען ענגליש מיט די קינדער.
איך האב ליידער נישט קיין השפעה אויף קיין שום מוסד (קוים וואס איך האב השפעה אויף מיר אליין) און איך האב נישט די מינדעסטע השגה וואס מאכט דיר טראכטן אז יא. קען זיין ווייל דו האסטו בפירוש מחליט געווען אז יעדער חוץ די הנהלה פון די מוסד האלט אז ס'איז א מצות עשה דאורייתא צו וואוטן פאר די עוקרי הדת כדי עס זאל נישט נשתכח ווערן די הייליגע מצוה פון לערנען ענגליש, סאו אויב האלט איך אנדערש בין איך ע''כ פון די הנהלה.
אבער פארוואס, אנשטאט העצן אויף אייוועלט און וואוטן פאר מענטש וואס ווילן אויסרייסן אידישקייט, האסטו נאכנישט פרובירן צו רעדן צום מוסד? זאגסטאך אליינס אז זיי האבן גארנישט דערקעגן נאר ס'איז א נאכלעסיגקייט, איז עס דאן נישט א קלענערע נאכלעסיגקייט פון דיין נישט נישט אויפמערקזאם צו מאכן די הנהלה?
אגב, דו האסטו שוין מודה געווען אז ס'איז ליגנט אז רביה''ק' האט 'געוואלט' מען זאל לערנען לימודי חול, נאר בלית ברירה האט ער איינגעשטימט דערצו, און איבערזאגן דיין ליגנט נאכאמאל וועט עס נישט מאכן אמת.
אלעס וואס איך שרייב צו פארענטפערן די מדינה איז נאר אלס פאליטיק, כאילו ס'וואלט געווען א גוי'אישע לאנד. למעשה טאר די מדינה נישט עקזיסטירן קיין רגע און דעריבער וועט קיין שום העברת פי ה' נישט מצליח זיין. די אייציגסטע וועג ארויס איז גענצליך אויפגעבן די מדינה.