אלעס וועגן רוטן אן ענדרויד

די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,thefact

אייוועלט ארכיוו

אלעס וועגן רוטן אן ענדרויד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אייוועלט ארכיוו »

חלק א
וויבאלד אסאך ניקס דא האבן שוין געפרעגט וויאזוי מען רוט אן ענדרויד פאון האב איך באשלאסן צו שרייבן א Tutorial דערוועגן.

אזהרה: איך נעם נישט קיין אחריות אויף דאס וואס שטייט דא, אויב צוברעכט איר אייער פאון קענט איר נאר האבן טענות צו זיך אליין

יעצט קודם לאמיר עקלערן די מעלות פון רוטן אן ענדרויד פאון.

1. אויב מען נוצט רוט עקספלארער (Root Explorer) האט מען צוטריט צום אינעווייניגסטן מעמארי פון די פאון, און מען קען טוישן וואס מען וויל, למשל די Boot Animation אדער Sounds, און נאך.

2. אויב האט מען די ריכטיגע עפפס. קען מען מאכן א חיים טובים מיטן פאון, ווי מנדב זיין ווייפיי פאר די אלע וועלכע שטייען אין די ד' אמות ארום, (Wireless Tether) אדער מאכן קלארע און פולע רעזעלושען סקרין-שאטס (ScreenShot It *Root) אויך קען מען מאכן בעקאפס (Titanium Backup) פון עפפס, עס מאכט זיך אסאך מאל וואס מען אפדעיט אן עפפ און למעשה איז די אלטע ווערסיע בעסער געווען וכדו', אין עטליכע מינוט קען מען צוריקשטעלן די פריערדיגע ווערסיע פונעם עפפ.

3. מ'קען אויסמעקן פארשידענע סיסטעם עפפס ממינים שונים וואס קומען אריינגעבויט אינעם פאון און קיינער דארף זיי נישט (ונקראו Bloatware), פאר אזעלכע אקציעס נוצט מען Root Uninstaller אדער Titanium מיטן Delete אפשען, און צו קלינען דעם סיסטעם אזוי ווי מ'טוט אויפן PC מיט Ccleaner קען מען נוצן SD Maid.

4. אויב מען האט שטארק חשק קען מען קאנטראלירן דעם CPU כדי די בעטערי זאל זיך לענגער האלטן (SetCPU), למשל מען קען אנשטעלן אז ווען דער סקרין לעשט זיך אויס זאל דער CPU ווערן שטייט און ווען דער סקרין איז אנגעצינדן זאל עס ארבעטן אויפן העכסטן וואס מעגליך.

5. מען קען אויך אויפשפארן עפפס אן צאלן, און עפענען געימס אן דארפן שפילן אלע לעוועלס, והמבין יבין...

6. פאר איך פארגעס, מ'קען אויך אינסטאלן פשוטע עפפס אלס סיסטעם עפפס, און ווען מען Unroot די פאון בלייבט עס דארט און מ'קען עס נישט ארויסנעמען.

פארשטייט זיך אז אלעס דא איז נאר מקצת שבחו עס זענען דא נאך מעלות פון רוטן ותן לחכם ויחכם עוד.

------

פונקט ווי מיר האבן פריער אויסגערעכנט די מעלות פון רוטן וועלן מיר איצטערט ארויסברענגען די חסרונות.

1. וויירוסעס, אזוי ווי יעדער ענדרויד פאון קען אנגעשטעקט ווערן פון וויירוסעס אויב מען איז נאכלעסיג, איז אויב רוט מען און מען פאסט נישט אויף וואס מען טוט, מען דאונלאודט וואס עס לאזט זיך נאר, דאן קען מען (איך שרייב אז מ'קען, עפ"י רוב פאסירט דאס נישט) ווערן אנגעשטעקט, אן עצה טובה דערצו איז צו אינסטאלן אן אנטי וויירוס למשל NetQin Security, און נאר נעמען עפפס פון די מארקעט.

מאנכע וועלן פרעגן פארוואס איך האלט נישט פון דאונלאודן עפפס פון וואו ס'לאזט זיך, די סיבה איז ווייל מענטשן טוישן די עפפס און קענען אריינלייגן וויירוסעס אדער ספייווער וכדו' און איר מיינט אז איר האט געכאפט אן אומזינסטע עפפ, למעשה קען עס האבן וויירוס אדער ספייווער אדער אפילו ערגערס, דעריבער ברויך מען אכט געבן וואס מען טוט, און די בעסטע לעזונג דערצו איז זיכער צו מאכן אז די עפפ וואס איר האט נארוואס אראפגעלאדענט פון סיי וואו, איז גענוי די זעלבע סייז (KB) ווי די (זעלבע) עפפ פון די מארקעט.

[אגב די מעלה פוןNetQin איז אז עס סופארט רוט דהיינו אז AVG וועט אייך זאגן אז איר נוצט דעם פאון אין High Privileged mode און אז עס קען זיין א געפאר, אבער NetQin וועט אייך גארנישט זאגן נאכמער ער וועט אויפפאסן אז וויירוס זאלן נישט אויסנוצן דעם רוט עקסעס]

2. אויב איז מען א שטיקל בטלן, ובלשנינו "עם הארץ ווען ס'קומט צו טעכנאלאגיע זאכן" קען מען צוברעכן דעם פאון בשעת'ן רוטן דהיינו בריק, אן עצה דערצו איז, אדער נישט רוטן, אדער זיך צולערנען די מלאכה, דער עיקר איז קיינמאל נישט טון איבערגעאיילטע שריט.

3. קאסטום ראם, געווענליך לוינט זיך נישט צו אינסטאלן א קאסטום ראם נאר ביי גאר פאפולערע פאונס, וויבאלד ביי אלע אנדערע פאונס ווערט די ראם נישט מעינטעינד, און זיי זענען מער ווייניגער מלא באגס.

4. It voids your warranty, אין אנדערע ווערטער אויב האט איר א פראבלעם מיטן פאון נאכן רוטן קענט איר זאגן קדיש תתקבל, די עצה דערצו איז צו אראפנעמען די רוט, און האפענטליך וועלן זיי גארנישט באמערקן.


ווי איר באמערקט האב איך צוגעשריבן צו יעדע חסרון אן עצה, דאס איז ווייל בעצם איז עס נאר א חסרון פאר די וואס קענען זיך נישט אויס.

אזוי ווי איך האב געהערט פון איינעם אז די חילוק פון סטיוו דזשאבס און ביל געיטס איז, אז ביל געיטס האט געמאכט יעדן פאר א Geek, און סטיוו דזשאבס האט געגעבן א מאשין (אייפאד, מעק, אייפעד...) וואס ארבעט, און מ'דארף דערצו גארנישט וויסן.

וויאזוי מען רוט

עס איז דא צוויי וועגן וויאזוי צו רוטן א ענדרויד.
1. מען אינסטאלט אן עפפ ווי למשל Z4Root אדער GingerBreak און מיט דעם עפפ רוט מען דעם פאון.

2. אויף א קאמפיוטער עפענט מען א פראגראם און מיט עטליכע קליקס ווערט די פאון גערוטעד, עס איז נישט א one size fits all יעדער פאון דארף מען רוטן אן אנדער וועג דעריבער וועלן מיר דאס לאזן אויף אן צווייטן געלעגנהייט.

עס איז וויכטיג צו וויסן אז כדי צו אינסטאלן עפפס וואס קומען נישט פון די Android Market (למשל Z4Root. וכדו') דארף מען טוישן די סעטינגס ביי:
Settings\Applications\Unknown Sources
און דרוקן OK.
און כדי צו רוטן דארף מען על פי רוב אנשטעלן USB Debugging:
Settings\Applications\Development\USB Debugging
און דרוקן OK.

צו רוטן ענדרויד ווערסיע 2.2.1 אדער 2.2.2 ברויך מען נישט מער ווי אן עפפ, ס'הייסט GingerBreak מען אינסטאלט עס און מ'דרוקט Root, עס נעמט עטליכע מינוט און די פאון ריסטארט זיך, און ס'אינסטאלט אויך דעם וויכטיגן עפפ Superuser (מער וועגן דעם שפעטער).

אויב ווילט איר אוועקנעמען די רוט דארפט איר נאר עפענען די עפפ און דרוקן Unroot, און נאך עטליכע מינוט איז אויס רוט.

עס דארף ארויסגעברענגט ווערן אז רוב מענטשן וואס האבן געבריקט זייערע פאונס האבן אנשטאט Unroot, געמאכט א הארד ריסעט און דאס האט צובראכן די פאון. פון די וויכטיגסטע זאכן צו געדענקן ווען מען איז גערוטעד איז, קיינמאל נישט צו מאכן א ריסעט אין דעם פאון אליין, נאר אין Recovery Mode (ווער ס'פארשטייט נישט, זאל זיך נישט שעמען צו פרעגן).

נאכאמאל איך שרייב קלאר אז איך נעם נישט קיין שום אחריות אויב צוברעכט איר אייער פאון.
אוועטאר
leiby
שר שלשת אלפים
תגובות: 3911
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 16, 2008 11:08 pm
לאקאציע: צווישן אידן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך leiby »

שכוח פארן אזוי שיין מסביר זיין.
שש מצות תמידיות: אהבת ה',יראת ה', יחוד ה', אמונה בה', שלילת ע"ז, ולא תתורו.
וואלוועלע-קרעטשמע
שר חמש מאות
תגובות: 567
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 03, 2011 11:44 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואלוועלע-קרעטשמע »

גרויסע שקויעך!
א יעדע מעשה האט 2 זייטן,
ווען די נעמסט אן איין זייט נוץ דיין שכל און זעה דיינע נגיעות זאלן דיר נישט פארפירן,
ראזי
שר חמישים
תגובות: 69
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 14, 2009 12:39 pm

איך קען נישט ווארטען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראזי »

איך זיך שוין לאנג וויאזוי צי רוטן מיין ענדרויד
אוועטאר
אוהב חכמה
שר חמש מאות
תגובות: 700
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 03, 2011 2:24 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוהב חכמה »

אייוועלט ארכיוו האט געשריבן:
מאנכע וועלן פרעגן פארוואס איך האלט נישט פון דאונלאודן עפפס פון וואו ס'לאזט זיך, די סיבה איז ווייל מענטשן טוישן די עפפס און קענען אריינלייגן וויירוסעס אדער ספייווער וכדו' און איר מיינט אז איר האט געכאפט אן אומזינסטע עפפ, למעשה קען עס האבן וויירוס אדער ספייווער אדער אפילו ערגערס, דעריבער ברויך מען אכט געבן וואס מען טוט, און די בעסטע לעזונג דערצו איז זיכער צו מאכן אז די עפפ וואס איר האט נארוואס אראפגעלאדענט פון סיי וואו, איז גענוי די זעלבע סייז (KB) ווי די (זעלבע) עפפ פון די מארקעט.
כ'האב נישט קיין ענדרויד, אבער אז ס'האנדלט זיך פון סעקיוריטי פיהל איך פאר א פליכט דאס צו פארריכטן. פון די סייז קענט איר נישט זיין זיכער, איינער וואס קען די מלאכה קען (אין גאר אסאך פעלער) מאכן אן אינפעקטירטע ווערסיע מיט גענוי די זעלבע סייז. די בעסטע איז צו פארגלייכן די check-sum (כאטש MD5, בעסער SHA256). כ'וועל לאזן פאר אנדערע מסביר צו זיין וויאזוי מ'טוט דאס אין ענדרויד.
היודע כל החכמות אם אינו אוהב החכמה אינו חכם אלא טפש הוא, אחר שאינו אוהב, כי היא הדעת. אך האוהב אותה ומתאוה אלי' אע"פ שאינו יודע כלום הרי"ז נקרא חכם, שעכ"פ תשיג אל החכמה האמיתית ודעת אלקים תמצא. (רבינו יונה אבות רפ"ד)
אוועטאר
סאדע_באטל
שר האלף
תגובות: 1604
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2008 4:55 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאדע_באטל »

יישר כח, א ריזן דאנק פארן נעמען די מיה עס אפצושרייבן, אין אידיש, בטוב טעם ודעת.

איך האב אין די פארגאנגענהייט גערוטעד א דרויד עקס. עס איז נאך געלאפן אויף די פראיא סיסטעם, נישט די דזשינדזשערברעד. און עס איז געווען גאר פשוט צו רוטטען. איך האב דאונלאודעד Z4ROOT, און מיט א קוועטש אויפן סקרין איז די פאון געווארן גערוטעד.

יעצט, האלט די פאון אין איין ארויפקומען א מעסעדזש צו אפדעיטן צו די נייע אפערעטינג סיסטעם - דזשינדזשערברעד, און די סיבה פארוואס איך האלט און איין קוועטשן "אינסטאל לעיטער" איז ווייל לפי קט ידיעתי, ארבייט נישט Z4ROOT מיט דזשינדזשערברעד.

די שאלה איז, וויאזוי רוט איך די דרויד עקס נאכן אפדעיטן צו דזשינדזשערברעד ?

---
נאך א שאלה, אפשר איז די תירוץ פאר שאלה א' גילטיג פאר די איצטיגע שאלה.

איך האב א HTC שיפט, דאס איז שוין געקומען מיט דזשינדזשערברעד, און איך קען עס נישט רוטן. איך האב שוין פרובירט Z4ROOT, VISIONAR, און נאך איינס וואס איך געדענק נישט די נאמען דערפון.
קען מען ארויסהעלפן דערמיט ?

---
די סיבה פארוואס איך רוט די פאונס איז ווי דו דערמאנסט אין דיין תגובה, צו קענען משפיע זיין השפעות פאר אלע ארומיגע ד' אמות....
די סיסטעם עפפס האבן מיר שוין ארויסגעווארפן אויך.

ועיקר שכחתי, איך האב שוין געהאט א פאון וואס איז געווען גערוטעד, (טעמפארערי) און איך האב עס צוריקגעשיקט צו ספרינט און באקומען א נייע...

איך האב נישט געוואוסט אז מען קאנטראלירן די בעטערי לייף. אפשר זענט איר מרחיב הדיבור דערין ?

----
אוהב חכמה האקט.
איך האב LOOKOUT, דאס סקענט יעדע עפפ איידער איך אינסטאליר עס צו עס האט וויירוסעס וכדומה. איך האב באקומען LOOKOUT אויף APPLANET זכרונו לברכה....
אפשר באגרעניצט מען די צאל חתימות וואס איין ניק מעג האבן פער וואך?
אוועטאר
thefact
שר האלפיים
תגובות: 2511
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 31, 2007 3:30 pm
לאקאציע: וויליאמסבורג, ברוקלין
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך thefact »

leiby האט געשריבן:
שכוח פארן אזוי שיין מסביר זיין.
הק' משה אהרן (וועבסייט - פראפייל)
לערנט אייך אויס צו שווימען אין די טיפע וואסערן פון קאמפיוטערס

די פאקט איז, אז מ'לערנט, קען מען, און אז נישט...
אייוועלט ארכיוו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אייוועלט ארכיוו »

סאדע_באטל האט געשריבן:
יישר כח, א ריזן דאנק פארן נעמען די מיה עס אפצושרייבן,

איך האב אין די פארגאנגענהייט גערוטעד א דרויד עקס. עס איז נאך געלאפן אויף די פראיא סיסטעם, נישט די דזשינדזשערברעד. און עס איז געווען גאר פשוט צו רוטטען. איך האב דאונלאודעד Z4ROOT, און מיט א קוועטש אויפן סקרין איז די פאון געווארן גערוטעד.

יעצט, האלט די פאון אין איין ארויפקומען א מעסעדזש צו אפדעיטן צו די נייע אפערעטינג סיסטעם - דזשינדזשערברעד, און די סיבה פארוואס איך האלט און איין קוועטשן "אינסטאל לעיטער" איז ווייל לפי קט ידיעתי, ארבייט נישט Z4ROOT מיט דזשינדזשערברעד.
קודם קען מען יא רוטן Gingerbread נאר מ'דארף דערצו א קאמפיוטער.

לויט ווי ס'זעט מיר אויס וואלט געווען די בעסטע זאך צו מאכן א בעקאפ פון אלעס וואס דו דארפסט, דערנאך אראפצונעמען די רוט פון די דרויד עקס, ארויסנעמען די SD קארד, Boot Into Recovery Mode, און מאך דריי מאל א הארד ריסעט און מעק אויס די Dalvik Cache.

יעצט אפגרעיד עס, און נאכן אפדעיט קענסטו עס רוטן מיט SuperOneClick.

פארוואס איך האלט אז דו זאלסט אזוי טון איז ווייל ווען מען אפגרעיד צו Gingerbread פארלירט מען טאקע די רוט אבער עטליכע Superuser פיילס בלייבן איבער און וויבאלד די רוט פראגרעמס (SuperOneClick) זענען אויסגעשטעלט אז זיי אינסטאלן דעם Superuser עפפ דעריבער אויב מעקט מען נישט אויס די פיילס בלייבט די פראגראם שטיין און מען קען נישט רוטן די פאון, און ס'נישט לייכט אויסצומעקן די פיילס, ווייל מ'האט נישט קיין רוט עקסעס און מ'דארף דערצו נוצן דעם Command Line, און ס'הייבט אן צו ווערן קאמפליצירט ווייל ביי יעדער Kernel און Build ליגן די פיילס ערגעץ אנדערש, דערפאר איז דער בעסטע עצה אזוי ווי דערמאנט דא.
אוועטאר
סאדע_באטל
שר האלף
תגובות: 1604
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2008 4:55 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאדע_באטל »

א ריזן יישר כח, יו אר אנריעל.

דו רעקאמאנדירסט Titanium Backup?

וויאזוי בוט Boot Into Recovery Mode?

וויאזוי מעקט מען אויס די Dalvik Cache?

יישר כח פאר די קלארע הסבר איבער די אישו מיט סופעריוזער אז ער בלייבט סטאק, ווייל איך האב געזעהן אין די פארום'ס (די נישט היימישע...) אז די עולם בלייבט סטאק ערגעץ.

ווען מיר וועלן האלטן נאכן אפגרעיד גייען מיר ווייטער פרעגן שאלות.......
אפשר באגרעניצט מען די צאל חתימות וואס איין ניק מעג האבן פער וואך?
ראזי
שר חמישים
תגובות: 69
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 14, 2009 12:39 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראזי »

וואס טוט זיך מיט 2.3.3 ?
אוועטאר
ריק פערי
שר האלף
תגובות: 1767
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אוגוסט 13, 2011 11:42 pm
לאקאציע: מיט איין פיס אין וואשינגטאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ריק פערי »

wow! ערשט יעצט באמערקט די אשכול, די ביסט מעכטיג! איך האב אייביג געוואלט וויסן וויאזוי מ'טוט דאס, און אלעס איז אזוי קלאר, אלזא ביטע זיי ממשיך און שרייב ווייטער דערוועגן, כ'פריי ממך אז די ארימע ענדראוד אשכול ווערט פארברייטערט מיט עפעס זאכליך.
ישראל סלקין מגו גלותא בנגונא (תיקו"ז ת' כ"א נא:)
אוועטאר
ד. פריעדמאן
שר חמישים
תגובות: 77
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 08, 2011 2:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ד. פריעדמאן »

יא אר אנריעל, דו קוקסט עפעס אויס ווי א ענדרויד פראגראמער...
למעשה, האב איך שוין געהאלטן ביים רוטן מיין ענדרויד פאר א פאר חדשים צוריק, נאר ליינענדיג אז איך פארליר מיין ווארענטי, האב איך עס גענומען אפשטופן, לעצטנס האב איך געהערט אז די אינשורענס בלייבט יא האב איך ערענסט גענומען קלערן דאס יא צו טון, אבער יעצט נאך'ן ליינען דיינע סחורה, בין איך פולקאם גרייט. נו וויזוי רוט אן איוואו 4ג גינגערברעד? וואס איז דאס super one click? א וועבסייט אדער א עפפ? וכו' בקיצור, א גרויסן שכוח!
ראזי
שר חמישים
תגובות: 69
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 14, 2009 12:39 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראזי »

ד. פריעדמאן האט געשריבן:יא אר אנריעל, דו קוקסט עפעס אויס ווי א ענדרויד פראגראמער...
למעשה, האב איך שוין געהאלטן ביים רוטן מיין ענדרויד פאר א פאר חדשים צוריק, נאר ליינענדיג אז איך פארליר מיין ווארענטי, האב איך עס גענומען אפשטופן, לעצטנס האב איך געהערט אז די אינשורענס בלייבט יא האב איך ערענסט גענומען קלערן דאס יא צו טון, אבער יעצט נאך'ן ליינען דיינע סחורה, בין איך פולקאם גרייט. נו וויזוי רוט אן איוואו 4ג גינגערברעד? וואס איז דאס super one click? א וועבסייט אדער א עפפ? וכו' בקיצור, א גרויסן שכוח!


גם אני מצטרף!
איך האב אויך אן איוואו 4ג גינגערברעד
אין איך וויל וויסען וויאזוי צי רוטן
תודה למפרע!
אוועטאר
ד. פריעדמאן
שר חמישים
תגובות: 77
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 08, 2011 2:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ד. פריעדמאן »

יעצט גע'ענדיגט רוטן מיין פאון, געטראפן א וועבזייטל וואס שטעלט צו פונקליכע סטעפ ביי סטעפ אינסטראקשענס

יעצט, איך האב אינסטאלט root uninstaller און שוין ב''ה דיליטעד אפאר עפפס וואס קומען מיט די פאון, איין פראבלעם האב איך אבער, אז איך בלייב איבער מיט אזא מין ענדרויד אייקאן און דערינטער שטייט וואס א עפפ דאס פלעגט אמאל זיין למשל com. blockbuster וכו' איך האב פרובירט אויפצוזוכן דיע פיילס דורך es file explorer אבער ער לאזט מיר נישט זוכן אויפן פאון ( נאר אויפן sd card ) איך וויל אים געבן סופער יוזער אפשאנס אבער די סופער יוזער עפפ גיט מיר נישט די ברירה. וואזשע טוט מען ?
נאכאמאל שכוח
אייוועלט ארכיוו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אייוועלט ארכיוו »

צו דעם דארפסטו Root Explorer און אנשטעלן System R/W
אייוועלט ארכיוו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אייוועלט ארכיוו »

סאדע_באטל האט געשריבן:
א ריזן יישר כח, יו אר אנריעל.

דו רעקאמאנדירסט Titanium Backup?

וויאזוי בוט Boot Into Recovery Mode?

וויאזוי מעקט מען אויס די Dalvik Cache?
עס זענען דא מערערע עפפס צו מאכן בעקאפס, איך רעקאמענדיר Titanium , (אויב דער עולם איז אינטרעסירט קען מען מאכן א אידישע טרענסלעישן, ביטע שיקן אין אישי) מ'קען נוצן וועלכע עפפ מען וויל ווילאנג ס'טוט די דזשאב.

Boot Into Recovery Mode אויף א דרויד עקס.
לעש אויס דעם פאון, יעצט קוועטש דעם Home קנעפל און האלט עס אראפ, צינד אן די פאון דורך דרוקן דעם Power קנעפל און ווארט ביז דו זעהסט די מאטאראלא לאגא,יעצט לאז אפ דעם Power קנעפל און האלט ווייטער Home ביז דו זעהסטא טרייענגל מיט א ענדרויד מענטשעלע, איינמאל דו זעהסט דעם בילד דאן לאז אפ דעם Home קנעפל און דרוק דעם Search נאר איין מאל.

די פאון איז יעצט אין Recovery Mode.
אין Recovery Mode קען מען אויסמעקן די Cache.
אייוועלט ארכיוו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אייוועלט ארכיוו »

ראזי האט געשריבן:גם אני מצטרף!
איך האב אויך אן איוואו 4ג גינגערברעד
אין איך וויל וויסען וויאזוי צי רוטן
תודה למפרע!

עיין בתגובה של ד. פריעדמאן
ראזי
שר חמישים
תגובות: 69
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 14, 2009 12:39 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראזי »

א ישר כח פאר אלע העלפרס!
מיין איוואו איז גערוטן!
אוועטאר
ד. פריעדמאן
שר חמישים
תגובות: 77
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 08, 2011 2:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ד. פריעדמאן »

איך פלאג זיך יעצט צו אינסטאלען cyanogen אויף מיין טעלעפאון, און איך בין אביסל צומישט, איך האב געטראפן א קליפ אויף יא טוב וואס ווייזט ווי אזוי דאס צו טון, ( יענער ארבעט ביינאזאם מיט htcevohacks.com און zedomax.com ער גי גאנץ גוטע אינסטראקשענס אבער ער רעדט פון פיילס וואס מען דארף דאונלאעדן צו די עס די קארד, איך האב עס געטרייט צו דאונלאעדן פון די לינקב וואס ער גיט אין די דעסקריבשאן אבער איך האב זעך נישט אזוי פארשטאנען דערמיט, בין איך געגאנגען צו די איוואו העקס וועבזייטל, למעשה, רעדט ער פון אנדערע פיילס אין די קליפ, ווי עס קוקט מיר אויס וויכטיגע, פון וואו ווייס איך צו איך האב די ריכטיגע פיילס? שכוח.
אוועטאר
סאדע_באטל
שר האלף
תגובות: 1604
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2008 4:55 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאדע_באטל »

די רוט ארבייט אויך פאר די HTC EVO SHIFT 4G?
אפשר באגרעניצט מען די צאל חתימות וואס איין ניק מעג האבן פער וואך?
אוועטאר
ד. פריעדמאן
שר חמישים
תגובות: 77
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 08, 2011 2:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ד. פריעדמאן »

איך בין נישט זיכער, גיי ארויף אויף htcevohacks.com און גיב א סיערטש ארום דארט, אז דו האסט צייט צו ווארטן קען זיין איך וועל עס שפעטער טון פאר דיר
אוועטאר
ריק פערי
שר האלף
תגובות: 1767
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אוגוסט 13, 2011 11:42 pm
לאקאציע: מיט איין פיס אין וואשינגטאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ריק פערי »

געדאונלאוד 'זיפאררוט' און געמאכט טעמפארערי רוט און פלוצלינג אינמיטן גיין דערזעה איך מיך ביי די עפפס אויסוואל, לויט ווי איך פארשטיי דארף זיך די פאון אליין אויסלעשן און ריסטארטן דערנאך, ניין?

נאך א פראגע פון ווי זעה איך אז ס'איז סוקסעספול גערוט?

נאך א פראגע וואס טוה איך נאך רוטן, וויאזוי הייב איך אן ארויסציווארפן זשאנק?

איך האב 2.2.1
ישראל סלקין מגו גלותא בנגונא (תיקו"ז ת' כ"א נא:)
שוטה
שר האלף
תגובות: 1253
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 29, 2008 2:21 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוטה »

ריק פערי האט געשריבן:געדאונלאוד 'זיפאררוט' און געמאכט טעמפארערי רוט און פלוצלינג אינמיטן גיין דערזעה איך מיך ביי די עפפס אויסוואל, לויט ווי איך פארשטיי דארף זיך די פאון אליין אויסלעשן און ריסטארטן דערנאך, ניין?

ניין.
ריק פערי האט געשריבן:נאך א פראגע פון ווי זעה איך אז ס'איז סוקסעספול גערוט?

ס'דארף ארויפקומען אויפן סקרין אז די רוט איז געווען סוקסעספול.
ונפשי יודעת מאד ידיעה ברורה שאין ביצת הנמלה כנגד הגלגל העליון צעירה כאשר חכמתי קטנה ודעתי קצרה (הקדמת הרמב"ן לפירושו עה"ת)
אייוועלט ארכיוו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אייוועלט ארכיוו »

ד. פריעדמאן האט געשריבן:איך פלאג זיך יעצט צו אינסטאלען cyanogen אויף מיין טעלעפאון, און איך בין אביסל צומישט, איך האב געטראפן א קליפ אויף יא טוב וואס ווייזט ווי אזוי דאס צו טון, ( יענער ארבעט ביינאזאם מיט htcevohacks.com און zedomax.com ער גי גאנץ גוטע אינסטראקשענס אבער ער רעדט פון פיילס וואס מען דארף דאונלאעדן צו די עס די קארד, איך האב עס געטרייט צו דאונלאעדן פון די לינקב וואס ער גיט אין די דעסקריבשאן אבער איך האב זעך נישט אזוי פארשטאנען דערמיט, בין איך געגאנגען צו די איוואו העקס וועבזייטל, למעשה, רעדט ער פון אנדערע פיילס אין די קליפ, ווי עס קוקט מיר אויס וויכטיגע, פון וואו ווייס איך צו איך האב די ריכטיגע פיילס? שכוח.

דא האסטו די אפיציעלע סייט פון CyanogenMod און די אינסטראקשענס פאר דיין פאון.
אוועטאר
ריק פערי
שר האלף
תגובות: 1767
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אוגוסט 13, 2011 11:42 pm
לאקאציע: מיט איין פיס אין וואשינגטאן

cyanogenmod

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ריק פערי »

איך וואלט געוואלט וויסן מער איבער די ראם, וואס איז דאס? לוינט עס צו אינסטאלירן? וואס פארדין איך? וואס פארליר איך? וויאזוי ארבעט אפדעטס נאכן אינסטאלירן? מאכט עס שנעלער? אדער שטייטער? און צום לעצט וויאזוי אינסטאליר איך עס, דארף איך רוטן?
ישראל סלקין מגו גלותא בנגונא (תיקו"ז ת' כ"א נא:)
שרייב תגובה

צוריק צו “סעלפאונס און טעבלעטס”