אום דעצעמבער 6 1957 (י"ג כסלו תשי"ח) האט אייזענהאוער צוזאמגערופן די פרעסע זיך צו צוקוקן ביי א טעסט פון די נעווי'ס פראיעקט 'ווענגאַרד' ראקעט. די ראקעט האט זיך געהויבן א שטוינענדע 3 פיס ביז עס האט אויפגעריסן אין פיץ פיצלעך. בושות..
אייזענהאוער איז געגאנגען צו די ארמיי. פאר די ארמיי האט געארבעט א דייטשע וויסנשאפטלער 'וואַן ברוין' וואס פראדוצירט א ראקעט, 'עקספלארער 1', און אום יאנואר 31 1958 (י' שבט תשי"ח) איז ענדליך ארויף אין ספעיס מיט ערפאלג.
אינדערצווישן האט רוסלאנד שוין ארויפגעשיקט צוויי.
***
אייזענהאוער איז נישט געפאלן די צופלויגנהייט צווישן די מיליטערישע ברענטשס.
דעריבער, האט אייזענהאוער געהייסן אז מ'זאל צוזאמשטעלן א טיעם פון גרונטליכע וויסנשאפטלער מיט א טיכטיגע דירעקטאר וואס וועט דורכטון די 'ספעיס' נושא און אויפקומען מיט ערפינדונגען.
אומר ועושה. אין יאר 1958 פעברואר 7 (י"ז שבט תשי"ח) האט מען געגרינדעט א פרישע רעגירונג אגענטור, ויקרא שמו באמעריקע ארפ"א - 'אדווענסד ריסוירטש פראדזשעקטס אגענסי' - פארגעשריטענע פארשונג פראיעקטן אגענטור, אין אידיש.
ארפא האט אין די ערשטע צוויי יאר שטודירט 'ספעיס'. נאסא האט קאנגרעס געגרינדעט אין יאר 1958 יולי 29 (י"ב מנחם אב תשי"ח), אבער ארפא איז ווייטער אנגעגאנגען מיט זייערע ספעיס שטודיעס. הערשט צוויי יאר שפעטער האט ארפא אלעס איבערגעגעבן פאר נאסא, זייערע שטודיעס, ערפינדונגען, און פארשונג פאפירן ארום ספעיס. נאסא האט דאן איבערגענומען (כמעט..) אלעס וואס האט צו טון מיט ספעיס עד היום הזה.
***
אזוי פארציילט מען די היסטאריע און די סיבה פארוואס ארפא איז געגרינדעט געווארן - דהיינו, אן ענטפער צו ספוטניק.
אבער געוויסע היסטאריקער טענה'ן אז דאס איז נישט די סיבה פארוואס ארפא איז געגרינדעט געווארן. די דאטומען זענען אוודאי אקוראט, אבער די סיבה פארוואס ארפא איז געגרינדעט געווארן דורך פרעזידענט אייזענהאוער איז לאו דווקא צוליב ספוטניק. קודם כל, ס'נישטא אן אפיציעלע רעקארד אין וואס אייזענהאוער זאגט אז ארפא'ס גרינדונג איז אן ענטפער צו ספוטניק.
ארפא'ס אקראנים האט געהאט קיין ווארט דערין בנוגע צו ספעיס, אין קעגנזאץ צו נאסא וואס שטייט פאר נעשאנעל עיראנאטיקס ענד ספעיס אדמיניסטרעשאן. ארפא'ס צוויי בלאט גרינדונג פאפירן וואס אייזענהאוער האט געשריבן איז אויבערפלעכליך, און איז נישט מסביר וואס די מטרה פון די אגענטור איז, חוץ פון די פאקט אז עס איז אומאפהענגיג פון די פענטאגאן און וועט ארבעטן אויף פארגעשריטענע פראיעקטן צו פארשטערקערן אמעריקאנע וויסנשאפט.
און די וויכטיגסטע פאקטאר איז, אז געוויסע וויסנשאפטלער, אגענטן, און פירער אינערהאלב ארפא זענען נישט געווען פריש צו די מלאכה. צווישן די גרעסטע פיגורן אינערהאלב דארפא זענען געווען די וואס האבן שוין געהאלפן די רעגירונג אין זאמלען וויסנשאפט יארן פאר ארפא'ס אפיציעלע גרינדונג.
אין מיינע אויגן איז די אויפטו פון ארפא געווען, צוזאמצונעמען די אלע ספעציאליסטן אונטער איין דאך, איין אגענטור, אפגעזונדערט פון די פענטאגאן. געבן די געמיש פון וויסנשאפטלער, אגענטן, און פירער איין פלאץ צו ארבעטן צוזאמען אין געהיים מיט הרחבה, אויף אבנארמאלע פראיעקטן באזונדער פון די רעגולערע וויסנשאפט און טעכנאלאגיע פראיעקטן, אהן שטיקיגע ביוראקראטיע.
***
די געיעג נאך מאדערנע, מיליטערישע וויסנשאפט און טעכנאלאגיע צווישן לענדער ארום די וועלט האט זיך שוין אנגעהויבן ביי די צווייטע וועלט מלחמה.
איינע פון די הויפט סיבות פארוואס היטלער ימח שמו האט אזוי שנעל איינגענומען 3 קאנטינענטן מיט מאכט, איז מיליטערישע טעכנאלאגיע.
די דייטשע 'פאנצער' טאנק איז געווען שטערקער אין שעדליכער ווי סיי וועלכע טאנק. אלע אנדערע לענדער האבן נישט געקענט דורכברעכן די פאנצער-פּלאטע (Armor Plate) פון די דייטשע 'פאנצער' טאנקן, אבער די דייטשע 'פאנצער' טאנק האט יא געקענט דורכברעכן די פאנצער-פּלאטע פון אנדערע טאנקן.
די דייטשן האבן פאבריצירט די ערשטע קאמפף דזשעטס, גיידעד באליסטיק מיסיל (V2), די בעסטע פלעק גאָנס (אנטי עירקרעפט, אראפשיסן עראפלאנען), און נאך פארגעשריטענע טעכנאלאגיע וואס די רעשט פון די וועלט האט נישט געהאט.
אין די 1930 (תר"צ) יארן האבן די נאציס געמאכט גרויסע פארשריט אין מיליטערישע טעכנאלאגיע בשעת וואס די וועלט האט עס מער ווייניגער איגנארירט, דאן אין 1939 (תרצ"ט) זענען די נאציס געקומען מיט זייער בליץ קריג און איינגענומען לאנד נאך לאנד.
***
נאנט צום ענדע פון די קריג האבן די אמעריקאנער זיך געגרייט צו פארכאפן אדער רעקרוטירן דייטשע וויסנשאפטלער מיט זייער טעכנאלאגיע נאכ'ן קריג.
ביים ענדע איז אויסגעקומען אז סאוויעט רוסלאנד האט אקופירט די מזרח האלב פון דייטשלאנד און אייראפע, און אמעריקע מיט די אנדערע אליאירטע האבן אקופירט מערב דייטשלאנד און אייראפע.
די דייטשע וויסנשאפטלער האבן אליינס פארשטאנען אז מיט אמעריקע וועלן זיי באקומען אסאך שענערע באהאנדלונג אין פארגלייך צו די רוסן. גאר אסאך זענען אנטלאפן צו די אמעריקאנע זאנע אריין אין די ארעם פון אמעריקע, וואו מ'האט געשאצט זייער קענטעניס און ווי אזוי דאס קען צוניץ קומען פאר אמעריקע.
אבער אמעריקע נישט געווען צופרידן דערמיט, אויסלייזן מען ברויך די דייטשע וויסנשאפטלער פון אונטער דעם רוסישן יאך.
די אמעריקאנער מיליטער האט אריינגעשיקט אין די רוסישע זאנע, דייטש אפשטאמיגע אגענטן וואס האבן גערעדט א פליסיגן דויטש און פארשטאנען די קולטור. די אגענטן האבן זיך מיט זייער פאלשע פאפירן פארגעשטעלט אלץ געוועזענע דייטשע מיליטער מענער.
די אפעראציע האט געהייסן 'אפעראציע פעפער קליפ', די סיבה דערצו איז געווען ווייל אמעריקע האט געזוכט ספעציפישע וויסנשאפטלער און זיי האבן געהאט פאפירענע פראפיילס אויף יעדע וויסנשאפטלער מיט א פעפער קליפ וואס האט דאס צוזאמגעהאלטן.
דאס איז אנגעגאנגן אזוי ביז די אנפאנג 50 (תש"י) יארן. אמעריקע האט אימפארטירט עטליכע הונדערט אייראפעישע וויסנשאפטלער וואס האבן אפאר יאר פריער געארבעט פאר די אנדערע זייט.
אין אנפאנג האט אמעריקע נישט געהאט צוטרוי אין אלע דייטשע וויסנשאפטלער און האט זיי נישט געוואלט געבן פרישע וואפן זיך צו שפילן מיט… מ'האט זיי באזעצט אין רורעל געגנטער אין דרום שטאטן ווי אלאבאמא, אבי נישט אין רוסישע הענט.
נאך אפאר יאר וואס זיי האבן איינגעזיצט האט מען זיי רעקרוטירט צו ארבעטן פאר די רעגירונג, אבער דאס האט זיך שפעטער ארויסגעשטעלט צו זיין א סטראטעגישע גרייז.
***
פון די גרעסטע פיש וואס אמעריקע האט געכאפט (אויפגענומען מיט ברייטע ארעמען, בעסער געזאגט) איז געווען דער אויבנדערמאנטע וויסנשאפטלער 'וואן ברוין'. דער וואן ברוין איז געווען פון די סאמע ערשטע ראקעט וויסנשאפטלער אין די וועלט.
לאמיר כאפן א בליק אויף די ראקעט טעכנאלאגיע וואס די וועלט האט געהאט אדער ניטאמאל געוויסט פון אין די יארן פאר, דורכאויס, און נאך די צווייטע וועלט מלחמה.
מיסילס אזוי ווי מיר קוקן עס אן היינט איז ניטאמאל געווען אויפ'ן געדאנק. ראקעטן אויך נישט. די בעסטע סארט ראקעטן זענען דאן געווען קורץ שטרעקיג. די קלענערע, נישט מער 50-100 פיס דיסטאנץ, און די גרעסערע ארטילעריע, א האלבע מייל צו א מייל דיסטאנץ.
אבער אלע סארט ראקעטן און ארטילעריע האבן געהאט צוויי חסרונות וואס זענען אין א וועג איינס און די זעלבע. עס האט געצילט זייער שוואך און עס האט זיך נישט געקענט הייבן פון די ערד אין לאנדן אויף א קאנטראלירטן אופן.
לאמיר נעמען די קורצשטרעקיגע ראקעטן און לאמיר זאגן אז מ'האט עס געוואלט שיסן אויף א טאנק, עס האט געארבעט ענליך צו די היינטיגע ראקעט פּראפּעלד גראנעיד, דאס הייסט אז מ'האט גענומען א קליינטשיגע אויפרייס באמבע/גראנאד, עס אריינגעלייגט אין א שיסער (צילינדער פארעם), עס געצילט ווי א רייפל, פונקט און גראד צום טאנק, די ראקעט מאטריאל האט אונטערגעצינדן און די באמבע איז געפלויגן צום טאנק.
צומאל האט עס דורכגעבראכן די געפאנצערטע פלאטע און צומאל נישט. אבער די גרעסערע פראבלעם איז געווען אז מ'האט געדארפט גיין זייער נאנט צום טאנק ווייל ווי ווייטער מ'האט זיך אוועקגעריקט, אלס ווייניגער אקוראט איז עס געווארן. אפילו נאנטערהייט, צילן מיט אפאר אינטשעס אפגעריקט האט פאראורזאכט די אויפרייס מאטריאל גענצליך צו פארפאסן די טאנק.
אבער דער דייטשער וואן ברוין מיט זיין טיעם פון וויסנשאפטלער האבן ערפינדן די ערשטע קאנטראלירטע ראקעטן וואס האט זיך געקענט הייבן פון דער ערד, און דערנאך פליען גאר הויך אין די לופט פאר מיילן, אנקומען צום ציל און אויפרייסן דארט אויפ'ן באשטימטן פלאץ.
די ראקעטן האבן געהייסן V1 & V2, און זיי האבן אנגעזייעט א חורבן אויף לאנדאן. אין די תקופה דורכאויס די מלחמה ווען די ראקעטן זענען געפלויגן צו לאנדאן איז קיינער געווען פארזיכערט. א גרויס חלק פון די בירגער זענען אנטלאפן צו די ארומיגע שטעטלעך אדער אומגעקומען. עס האט איבער געלאזט לאנדאן צוברעקלט, מיט בנינים האלב אפגעריסן אהנע דעכער. הייזער, א הויפן פון ציגל.
די V2 ראקעט האט אויס געקוקט כמעט ווי א גאר קליינע עראפלאן, עס האט געהאט עטליכע סארט פליגלען וואס האבן עס געהאלפן פליען אויף א פון פאראויס געפלאנטע דירעקציע.
די ראקעט איז געווען 46 פיס לאנג און האט געטראגן מיט זיך א טאן (2 טויזנט פונט!) אויפרייס שטאף. א מאכטפולע מאטאר געטריבן ביי ברענשטאף - וואס די רעשט פון די וועלט נאכנישט געהאט - האט ארויפגעשאסן די ראקעט צו א רעקארד-ברעכנדע 50 מייל העכער די ערד (היינט גיבט נאסא די אסטראנאט סטאטוס פאר סיי ווער עס פליט מער ווי 50 מייל העכערן ערד).
נישט נאר דאס, עס איז געווען די ערשטע קלוגע מיסיל וואס האט געוואוסט וואו עס גייט און וואס איר ציל איז, די ערשטע באליסטיק מיסיל, די ערשטע מיסיל וואס מ'האט נישט געקענט אראפ שיסן, עס איז אויך אנגעקומען פלוצלינג, די גאנצע רייזע פון הייבן ביזן פאלן האט גענומען 5 מינוט און ס'נישט געווען א צו באקומען א ווארענונג, און די ערשטע מיסיל וואס האט געקענט פליען אויף אזא ווייטע שטרעקע, צומאל נאנט צו 200 מייל.
דער אייבערשטער ברוב רחמיו וחסדיו האט געגעבן די אליאירטע די מעגליכקייט צו באזיגן די נאציס ימ"ש, טראץ זייער טעכנאלאגישע אויבערהאנט. ספעציפיש די V2 און די קאמפף דזשעטס וואס די אליאירטע האבן געהאט קיין קעגן-זיגענדע וואפן, האט דער אייבערשטער געפירט אז די נאציס האבן נישט דערגרייכט און נישט באוויזן צו פראדוצירן די צוויי סארט טעכנאלאגיע ביז גאר נאנט צום ענדע פון די מלחמה ווען די דייטשן האבן געהאט שוואכע שאנסן צו געוואונען אפילו מיט די פרישע טעכנאלאגיע.
***
אוי וויי, די טראגישע היסטאריע וואס ליגט אונטער די פאבריצירונג פון די V2 ראקעט. די ראקעטן האבן די נאציס פראדוצירט אין די טרויעריג באוואוסטע בוכנוואלד לאגער, אונטערערדיש. די נאציס ימ"ש האבן גענוצט אידן און להבדיל אנדערע געפאנגענע פון די לאגער וואס האבן געהאט סיי וועלכע פאך אין פארבינדונג צו פראדוקציע אדער א האנט-פאך. א געשאצטע 15,000 ארעסטאנטן זענען אומגעקומען בשעת'ן ארבעטן אויף די ראקעטן, הי"ד.
אבער נאך די מלחמה איז דער וואן ברוין געקומען צו לויפן צו די אמעריקאנער, זיך אונטערגעגעבן צוזאמען מיט זיין טיעם, און געבעהטן צו ארבעטן פאר אמעריקע. אמעריקע האט אים אנגענומען טראץ זיין שייכות מיט די לאגער, הגם דארט וואו ער האט געארבעט, אין די לאבאראטאריע, זענען געווען קיין ארעסטאנטן. ער האט אויך נישט געארבעט אין בוכנוואלד, נאר אין פּינאמונדע (זיין לאבאראטאריע).
נאך אן אויסרייד האט אמעריקע גענוצט, טענה'נדיג אז וויבאלד ער איז געווען א ציווילע ראקעט וויסנשאפטלער אין די 30 יארן ווען ער האט נישט געארבעט פאר די נאציס, נאר אויף ראקעטן אנצוקומען צו ספעיס, און אז די V2 האט ער נאר געטון געצווינגענערהייט אונטער היטלער.
אבער לויט א קאלעגיע וואס האט געארבעט מיט וואן ברוין שפעטער אין אמעריקע האט ער געהאט קיין חרטה. זי האט געשריבן "וואן ברוין איז נאכאלטס פארביסן אז נישט אלע זיינע V2 ראקעטן האבן אויפגעריסן, אבער נישט ווייל דייטשלאנד האט פארלוירן די מלחמה (דאס איז אים זעהט אויס נישט אנגעגאנגען), נאר ווייל ער האט געחלומ'ט פון די גרויסע כבוד וואס ער וואלט באקומען אויב זיינע ראקעטן וואלטן געווען נאכמער פארגעשריטן".
אלעס וואס איז אים אנגעגאנגן איז כבוד און אנערקענונג פון די וועלט, קיין חילוק אונטער וועלכע לאנד ער ארבעט - דאס הייסט פאטריאטיזם אדער וואס די פועל יוצא פון זיינע אקטיוויטעטן זייען אן, דאס איז נישט אינטערסאנט.
שטייצעך אז איינמאל ער האט געקענט קלויבן פאר וועם צו ארבעטן איז ער אליינס אנטלאפן פון זיין לאבאראטאריע, און זיך זעלבסטשטענדיג אונטערגעגעבן צו די אמעריקאנער. ער האט פארשטאנען אז אין אמעריקע וועט ער באקומען דאס בעסטע און דאס שענסטע.
גערעכט איז ער געווען… די אמעריקאנע רעגירונג האט געגעבן אים אין זיינע מיטארבעטער שיינע דירות אין אלאבאמא.
***
למעשה האט ער אונטערגעשאצט אמעריקע'ס באגנאדן. ווי אויבנדערמאנט האבן זיי געהאט קיין צוטרוי צו אים אדער זיינע 100 קאלעגן, און נישט געוואלט געבן פרישע וואפן אדער אפילו ציווילע פראיעקטן פאר אים און זיינע מיטארבעטער.
אנטשטאט האבן זיי פארשטעקט די אלע ראקעט וויסנשאפטלער אין רורעל געגנטער אין די דרום שטאטן. יא, אויפ'ן אמעריקאנעם רעגירונג'ס באנק אקאונט, אבער אהן ארבעט האבן זיי געשימלט. דער וואן ברוין האט זיך צום ערשטן מאל באגעגנט מיט די טיכטיגע אמעריקאנע ביוראקראטיע… ער האט געשריגן אז מ'נוצט נישט אויס זיין טאלאנט און די אמעריקאנע רעגירונג פארשווענדט צייט.
אין קול ואין עונה..
***
אין די זעלבע צייט, אפריל 1945 (אייר תש"ה), זענען די רוסן געקומען פון מזרח אייראפע אריין אין דייטשלאנד ביז בערלין וואו זיי האבן זיך געטראפן מיט די אנדערע אליאירטע און געשפאלטן בערלין אין האלב.
די רוסן, גארנישט קיין נאראנים, האבן אויך געזוכט צו כאפן פרישע דייטשע טעכנאלאגיע, אבער זיי האבן עס געפירט נוסח סאוויעט. זיי האבן פארכאפט הויפן פון געצייג, פון אלע סארט, אהנע סדר. אהן צילן אויף ספעציפישע טעכנאלאגיע אדער וויסנשאפטלער, נאר דורך כאפן וואס עס איז זיי אונטערגעקומען.
פאר די רוסן, שטאלץ מיט זייער פארגעזעצטע קאמוניזם, איז נישט בייגעפאלן אז וויסנשאפטלער וועלן אנטלויפן צו די מינדערווערטיגע קאפיטאליזם.
ווען זיי זענען אנגעקומען צו פּינאמונדע, וואו וואן ברוין'ס לאבאראטאריע און V2 פראטאטיפן זענען פלאנירט געווארן, האבן זיי אנטדעקט אז דער וואן ברוין מיט אלע מיטארבעטער און פארשונג פאפירן זענען שוין פון דארט אנטלאפן, אריין צו אמעריקאנע הענט.
סטאלין האט געשומפט און געברויזט, זאגנדיג "דאס איז פולשטענדיג אומדערטרעגליך, מיר האבן באזיגט די נאצי טרופן (די רוסן האבן פארלוירן 80,000 זענלער אינעם קאמפף איינצונעמען בערלין), מיר האבן אקופירט בערלין און פּינאמונדע, אבער די אמעריקאנער האבן באקומען אלע ראקעטן וויסנשאפטלער. וואס קען זיין מער עקל-האפטיג און מער אומ-אקצעפטירבאר?"
די רוסן האבן געכאפט וואס דא גייט פאר און האבן זיך גענומען כאפן וואס זיי האבן האבן געקענט אריינגערעכנט א V2 ראקעט, הונדערטער באנען פול מיט געצייג, און אויך וויסנשאפטלער, אלעס געשיקט און טראנספארטירט צוריק קיין רוסלאנד, טיעף אין זייער טעריטאריע.
***
היינט צוטאגס זענען אלע ספעיס ראקעטן פון רוסלאנד, כינע, אמעריקע, ביז אילאַן מאָסק באזירט אויף די גרונד פרינציפן און ערפינדונגען פון דער וואן ברוין און זיינע V2 ראקעטן. נישט נאר דאס, דער זעלבער וואן ברוין איז אויפגעקומען מיט און פאבריצירט די 'סעטורן 5' ראקעט וואס האט גענומען די אמעריקאנער אסטראנאטן צו די לבנה.
קיין איין לאנד האט זינט דאן באוויזן צו שיקן אסטראנאטן צו די לבנה.
שטעלט זיך די פשוט'ע פראגע. אויב אמעריקע האט באקומען דער וואן ברוין אין צוגאב צו נאך הונדערט דייטשע ראקעטן וויסנשאפטלער, צוזאמען מיט זייער פארשונג פאפירן, פארוואס זענען די רוסן אנקומען צו ספעיס פאר די אמעריקאנער?
דא קען מען זעהן די חילוק צווישן אמעריקאנע ביוראקראטיע און רוסישע ביוראקראטיע, צווישן די אמעריקאנע סיסטעם פון נאכאנאנדע טוישונגען אין פאליטיקאנטן מיט אנדערע אויסבליקן, און די רוסישע 'איין סטאלין דיקטאטור' סיסטעם.
און די קומענדע טייל וועלן מיר ציען די פארבינדונגען צווישן די וויסנשאפטלער געיעג נאך די צווייטע וועלט קריג צו די גרינדונג פון ארפא. מיר וועלן אריינגיין טיפער אין די שורשים פון ארפא און אירע ערשטע אגענטן, וויסנשאפטלער, פראיעקטן, פאליטיקאנטן וואס האבן עס געשטיצט און מייסד געווען.
***
באמערקונג: די טרוקענע פאקטן, ווי אויך די דאקומענטירטע אנעקדאטן און די ערקלערונגען איבער ארפא נעם איך אוודאי פון דאקומענטן און ביכער געשריבן דורך היסטאריקער. אבער די צינישע, הומאריסטישע, אדער לייכטע אופן ווי אזוי איך צולייג דאס, איז מיין סטיל. דאס איז בעצם מיין ציל מיט'ן באשרייבן ארפא, סתם טרוקן וואלט מיר נישט געשטופט צו שרייבן, מיט אביסל זאלץ און פעפער אדער עס שרייבן אביסעלע דורך מיין בליק איז מיר יא אינטערסאנט, און איך האף אז איר, די ליינער, האבן אויך הנאה.
אויכעט, ווען איך שרייב 'מיין מיינונג/אין מיינע אויגן' צב"ש, מיינט דאס אז עס איז אויסדרוקליך מיין מיינונג און לאו דווקא ווי אזוי עס ווערט אנגעקוקט לויט די אלגעמיינע היסטאריקער אדער אנאליסטן.
איך האף צו האבן גענוג הומאר אריינצולייגן אין יעדע טייל, אבער אמאל איז מעגליך אז איך וועל נישט האבן די קריעטיוועטי אריינצולייגן אביסל זאלץ און פעפער און א טרוקענע שטיקל. ואתכם הסליחה.
היכי תמצא האט געשריבן:אפגעזונדערט פון די פענטאגאן, געבן די געמיש פון וויסנשאפטלער, אגענטן, און פירער איין פלאץ צו ארבעטן צוזאמען אין געהיים מיט הרחבה, אויף אבנארמאלע פראיעקטן באזונדער פון די רעגולערע וויסנשאפט און טעכנאלאגיע פראיעקטן, אהן שטיקיגע ביוראקראטיע
פרעג איך דיר, נאכן האבן דעם 'וואן ברוין', און עם כל זה געווען הונטערשטעליג פון רוסלאנד, האט דען טאקע נישט אויסגעפעלט דעם ארפא?!...
היכי תמצא האט געשריבן:אפגעזונדערט פון די פענטאגאן, געבן די געמיש פון וויסנשאפטלער, אגענטן, און פירער איין פלאץ צו ארבעטן צוזאמען אין געהיים מיט הרחבה, אויף אבנארמאלע פראיעקטן באזונדער פון די רעגולערע וויסנשאפט און טעכנאלאגיע פראיעקטן, אהן שטיקיגע ביוראקראטיע
;l;p- פרעג איך דיר, נאכן האבן דעם 'וואן ברוין', און עם כל זה געווען הונטערשטעליג פון רוסלאנד, האט דען טאקע נישט אויסגעפעלט דעם ארפא?!...