אונטערן איינפלוס

געדאנקען און התחזקות בעניני עבודת השם

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
שמחת עולם
שר חמש מאות
תגובות: 842
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 31, 2013 7:35 am

אונטערן איינפלוס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמחת עולם »

כאטש זיינע געדאנקן זענען שטעקן געבליבן ביי אן ערלעבניש וואס גיבט אים נישט קיין רואיגקייט, דאך האט ער נישט געקענט אויפהערן צו באטראכטן דאס געלויף פונעם וואסער וואס שפרודעלט ארויס פון א טיפע קוואל.

דאס גערויש וואס ווערט דערפון באשאפן קלינגט אים ווי הערליכע מעלאדיען אין זיינע אויערן און עס ווירקט ווי א וואונדערמיטל אויף זיין אנגעצויגענע שטימונג.

די קליינע ווינטלעך וואס צובלאזן זיך פון צייט צו צייט גלעטן איידל זיין געזוכט און ברענגן מיט אביסל פייכטיגקייט וואס זיי האבן נארוואס אראפגענאשט פון די פליסענדע פלוס.

ער פראבירט צו פארמאכן זיינע אויגן און געניסן פון די באצויבערנדע אטמאספערע, אבער די ווייטאגליכע סצענע שווימט איהם רעגעלמעסיג ווידער ארויף און יעדעס מאל געבט עס איהם א פרישע ציפ אין הארץ.

ער זעהט ווי דער פארטרויערטער טאטע שטייט אקעגן זיין זוהן, און ווי גרויס דאס ליבשאפט איז, אזוי שטארק איז די פארקלעמטקייט. ניין, דער ליבליכער פאטער בעט שוין נעבעך נישט צו גיין אויפ׳ן גאס מיט א קאפעליטש, אויך קיין הקפדה אויף זמן קריאת שמע ערווארט ער נישט, די מצב האט זיך ליידער אזוי ווייט דערקייקעלט, אז מיט טרערן בעט ער בלויז אויף יסודי הדת.

ער קען נישט פארגעסן די שטייפע הארצלאזע ווערטער פונ׳ם בחור׳ל וועלכע זענען ארויסגעזאגט געווארן מיט געקריצטע ציין און א אויפגעברויזטע טאן - ״טאטי, דו קענסט פארגעסן!!!״

אט די זאץ איז געווען די מכה בפטיש, עס האט איהם אויפגעטרייסעלט, עס דונערט איהם אין די געהירן, זיין הארץ צוגייט פאר דעם טאטן וואס איז זיינס א גוטער פריינד.

וויאזוי קען ער טרייסטן דעם טאטן? וואס קען ער איהם ענטפערן ווען ער גיסט אויס זיין ווייטאג פאר איהם? ער קען איהם אפילו נישט קוקן אין פנים אריין פון גרויס מיטלייד און הילפסלאזיגקייט.

אזוי פארן זיינע געדאנקן אויפ׳ן זעלבע ריטמע ווי די טויזענטע גאלאנען וואסער וואס פליסן איהם פארביי.


מה רבו מעשיך השם - בליצט איהם אריין אויף א רגע ווען ער שטרעקט אויס א גלעזעלע צו שעפן אביסל וואסער צו שטילן זיין דארשט. בעפאר ער מאכט א עהרליכע ״שהכל״ הייבט ער אויף דאס גלאז צו קענען בליקן אויף די לויטערקייט פון דאס וואסער.

נישט דא שענער פון עפעס וואס איז נאטורליך, פריש פון די בריאה, עס שיינט ארויס די שיינקייט, די גלאנץ. א מחי׳ה צו געבן א שלונג פון אזעלכע ריינע וואסער, לויטער, ציכטיג, קריסטאל קלאר.

פון גרויס באגייסטערונג צו די נאטורליכע פאנאראמעס, האבן זיינע טיף דענקענדע מוח אפאראטן זיך גענומען פילאזאפירן, אייגענטליך איז אלעס אויף די וועלט ״נאטורליך״ - טראכט ער צו זיך. ס׳איז נאר די דרויסענדיגע ״איינפלוס״ וואס באהאלט און טוישט די צורה פון די נאטורליכקייט.

צום ביישפיל, וואסער ווערט שמוציג - ווערט עס דען אויס נאטורליך? ניין, די נאטורליכקייט ווערט בלויז פארהוילן, עס באהאלט זיך, עס גייט אריין טיפער.

לאמיר אנכאפן אן אנדער דוגמא, די איידעלע הענטעלך פון א ניי געבוירן קינד איז גלאט און ווייך, דאס הויט איז ריין און נאטורליך. אבער ווי עלטער מען ווערט, ווערט עס באאיינפלוסט פון פארשידענע פאקטארן, מען וואקסט, מען ארבעט דערמיט, און מיט די צייט ווערט עס באדעקט מיט האר. - ווערט עס דען אויס נאטורליך? אוודאי נישט, אבער דאך איז די נאטורליכקייט נישט ערקענבאר פאר אונזערע אויגן, די צורה איז אונטער א איינפלוס.

אפילו די אויפפיהרונג פון א מענטש וועט זיך טוישן און אוועקגיין פון זיין נאטור לויט די איינפלוס פון זיין שיקזאל, יעדע דעטאל פון זיין לעבנסוועג וועט משפיע זיין אויף זיין התנהגות און וועג פון טראכטן, אבער זיין נאטור, זיין לויטערקייט מיט וואס ער איז באשאפן געווארן וועט אייביג בלייבן אין די טיפענישן, כאטש עס קען ווערן פארהוילן און גוט באהאלטן.


די פלאם פייערדיגע זון האט זיך שטארק דערנענטערט צום האריזאנט, עס גייט זיך באלד באהאלטן און פארזעצן זיין וועג צו אנדערע קאנטינענטן. די שמעטערלינגן האבן אויפגעהערט צו פלאטערן און די צייט צו גיין אהיים איז געקומען.

״איך האף אז אונזער קליינע חברה׳מאן וועט עס מאכן היינט גרינג און וועט גיין שלאפן ווי א עכטע צדיק׳ל״ - לויפט איהם אדורך א קלער ווען ער שפאנט אין ריכטונג פון זיין שטוב.

ווען ער וואלט בלויז געוואוסט אז גראדע היינט פלאנט שוין זיין קליין יונגל א גאנצע טאג צו מאכן א ״סורפרייז״ און אנטון פידזשאמעס אן מען זאל איהם הייסן, וואלט ער זיכער אהיימגעקומען און באגריסט זיין פאמיליע אן צו געבן די באפעל אז ער זאל זיך זאפארט גיין אויסטון די קליידער און אנטון פידזשאמעס.

טאקע דערפאר איז דער קליינע געווארן זייער אנטוישט און מיט קינדישע נאטורליכקייט געזאגט פאר זיין טאטע - ״טאטי, איך האב דיר געוואלט איבעראשן...״

דאס קינד האט אויפגעהויבן זיינע אויגן צום טאטן און געפרעגט מיט אזא תמימות - ״טאטי, דו קענסט פארגעסן???״

דאס זיסקייט פון דעם קינד איז דאך ווי צוקער, ער וויל אז דער טאטע זאל פארגעסן אז דאס איז געווען בכלל א מדובר אזוי וועט די איבעראשונג נאכאלץ קענען אנגיין, דאס איז דאך מתוק מדבש, ס׳האט איהם באנומען, ער האט זיך צושמייכעלט צוזאמען מיט די אנדערע משפחה מיטגלידער און מיט א גלעט פאר זיין יונגל האט ער איהם בארואיגט - ״אקעי, טאטי וועט פארגעסן...״

דאס קינד איז געלאפן מאכן זיין לאנג ערווארטעטע סורפרייז און ער איז אריין אין קוך אביסל צו שמועסן מיט׳ן עקרת הבית און דערביי אריינבליקן אין די הייסע טעפ וואס שפרייטן ארום א נארהאפטיגע גערוך אינ׳ם גאנצן וואוינונג.

״ס׳איז אזוי אינטערעסאנט צו זעהן די אונטערשייד אין נאטור צווישן איין קינד אינ׳ם אנדערן״ - רופט ער זיך אן בשעת׳ן זוכן א לעפל אינ׳ם שיפלאד.

״עס זענען פארהאן קינדער וואס ווארטן אויף א באפעל, זיי ווילן פאלגן, זיי ווילן צופרידן שטעלן, זיי ווארטן נאר אז מען זאל זיי הייסן, זיי ווילן טון וואס מען ערווארט פון זיי.״

״ווידער זענען דא קינדער, אזוי ווי אונזער קליינע, וואס ווילן דווקא איבעראשן, זיי ווארטן אלץ אויף די געלעגענהייטן ווען מען חלומ׳ט נישט, ווען מען ערווארט גארנישט, און דעמאלט געבן זיי א ברענג א הויפן נחת, זיי האבן ליב דעם סורפרייז, זיי ווילן נישט פאלגן, זיי ווילן אליינס זיין א העלד.״

ער בעט אז מען זאל איהם דערלאנגן דאס זאלץ ווען בשעת מעשה זעצט ער פאר זיינע חינוך אבזערוואציעס - ״פארשטייסט? איך מיין אז דאס איז אויך די נפקא מינה צווישן אן איינגעשטעלטער טיפ און א זעלבסטשטענדיגע סארט, דאס זענען צוויי מיני נאטורן פון מענטשן, איינער וויל פאלגן און אויספירן באפעלן און דער אנדערע וויל אויפקומען פון אליינס און באגייסטערן מיט חידושים.״

ער נעמט א לאנגע פאזע צו קענען באארבעטן מיט זיינע ציין און אראפשלינגן אלעס וואס זיין לעפל האט נארוואס אריינגעליפערט, זי נוצט אויס די געלעגענהייט צו קענען איבערזאגן די צוקער זיסע געבעט פון זייער צדיק׳ל - ״טאטי, דו קענסט פארגעסן???״ - און זי שיסט אויס פאר געלעכטער.

״אוי, די תמימות,״ - רופט ער זיך אן - ״די נאטורליכקייט, די לויטערקייט, קריסטאל קלארע ווערטער, דאס רעדן אזוי טראנספארענט, אן קיין זייטיגע חשבונות.״

ער דערמאנט זיך וואס ער האט פילאזאפירט ביים וואסער, אייגענטליך איז אלעס נאטורליך, נאר זאכן ווערן באאיינפלוסט, די נאטורליכקייט ווערט פארהוילן, עס גייט אריין טיפער.

זיין קייט פון געדאנקן שלעפן איהם צוריק צום נעבעכדיגן טאטן ווי ער שטייט אקעגן זיין זוהן, די רחמות געפילן ערוועקן זיך ווידער, די קאלטבלוטיגע ווערטער פונ'ם יונגאטש דרילן איהם אין די אויערן… און פלוצלינג געבט ער א שפרונג אויף פון זיין בענקל, א גאפל איז געפאלן פון טיש און טראפן עפל זאפט האבן געשפריצט פון אלע גלעזער, מען קען מיינען אז די שלאק האט איהם געטראפן.

״דאס איז דאך די זעלבע זאץ," - רופט ער אויס מיט באגייסטערונג - "דאס זענען די אידענטישע ווערטער - טאטי, דו קענסט פארגעסן.״

״דאס קינד האט עס געזאגט נאטורליך אזוי ווי עס געהערט, ער האט געזאגט מיט תמימות און געבעט אזוי ווי עס קומט אריגינאל אבער יענער בחור האט עס ארויסגעזאגט נעבעך "אונטערן איינפלוס". דאס קינד האט עס געזינגן מיט א זיסע פראגעצייכן און ביי דער בחור האט זיך עס פארוואנדעלט צו א פארביטערטע רופצייכן.״

״ביידע לעכצן אבער גלייך צו קענען איבערראשן זייערע עלטערן, זיי האבן די גלייכע נאטור, געב איהם א קליינע געלעגענהייט ווען ער וועט שפירן בלויז דאס ליבשאפט אבער נישט די ערווארטונגען, בלויז די ווארעמקייט אבער נישט די פארלאנגען, וועסטו שוין זעהן אז ער וועט נישט פארפאסן צו סורפרייזן.״

"קוק נישט אויפ'ן טאן וויאזוי ער זאגט עס, דאס קומט פון א דרויסענדיגע איינפלוס, קוק טיפער, דא ליגט א טיפזיניגע געבעט. טרעף די נאטורליכקייט, זיין נאטור וואס איז פארהוילן, עס באהאלט זיך אונטער א מאסקע פון ווייטאג און קלעם. אין אמת'ן אריין איז דאס גאר א בקשה פון די הארץ טיפענישן - טאטע, ביטע פארגעס אז דו האסט מיר אמאל געבעטן?! איך וויל אליינס, דאס איז מיין נאטור און וועג, דו ווייסט גאר נישט ווי שטארק איך לעכץ דיר צו ברענגען נחת.

[align=center]* * * * *[/align]

יא, אמאל איז דא א בחור׳ל וואס ווארט אז דער טאטע זאל איהם הייסן לערנען אביסל, ער איז גרייט ווי א זעלנער צו זאגן ״צום באפעל״. פון די אנדערע זייט איז דא א בחור׳ל וואס האט נארוואס געוואלט גיין לערנען און געבן נחת, אבער די באפעל וואס האט זיך אריינגעכאפט האט קאליע געמאכט זיין מיסיע.

חנוך לנער לפי דרכו - אלע ווילן זיין גוט, אבער אפשר וויל ער ארויסווייזן העלדישקייט אומערווארטעט.

יעדער וויל געניסן פון אנערקענונג, אבער איינער וויל עס באקומען דורך טוהן ווייל מען הייסט און דער צווייטע דורך טוהן פון אליינס, דאס איז אבער זיכער, אז א פשוטע קאמפלימענט וועט קיינמאל נישט שאטן פאר יעדע קינד, בחור׳ל און אייגענטליך פאר יעדע מענטש.


[align=center]* * * * *[/align]

נאך בעפאר זי האט געהאט די געלעגענהייט צו סערווירן ווייטער, האבן זיינע שנעל לויפענדע פיס איהם שוין געפירט צום שטוב פון זיין צובראכענע חבר, ווען זי שרייט איהם נאך - ״פארגעס נישט ארויס צו נעמען די סערוויעט פון דיין קראגן.״
זייטיגע נאטיץ
"שבע יפול צדיק וקם"
נישט אלעמאל האט מען די ברירה, מען מוז זיך דרייען אויפן געוועב וועגן פרנסה וכדו', שבע יפול צדיק...
אבער ...דאט.קאם(com.) - עס מוז זיך ענדיגן מיט ...וקם!
אוועטאר
שר התורה
שר חמש מאות
תגובות: 567
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 04, 2021 2:25 pm
לאקאציע: בין הרשב''א, להריטב''א,

Re: אונטערן איינפלוס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שר התורה »

מוירעדיג!!!
א טיפע פעדער!
שמחת, איך האב זיך היינט באגענגט מיט דיין ארטיקל פון די פארמעסט,
עכט דארף מען האבן נשמה זאל דא קומען מיט א אנאליז,
דו האסט א שטארקע נאטור פון פארשטיין מענטעליטעטן
ייש''כ, א עכטע פארגענוגן צו ליינען דיין שריפט,
און יא, די נקודה איז אמת, און קען נישט ארויסגעברענגט ווערן בעסער!
'תורה הוא' וללמוד אני צריך.
אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר עשרת אלפים
תגובות: 10239
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
לאקאציע: ערגעץ אנדערש

Re: אונטערן איינפלוס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלאָצקאָפּ »

דזשאסט וואַו!
אוועטאר
ממוצע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5453
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 20, 2020 11:07 pm

Re: אונטערן איינפלוס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממוצע »

קונסט! אזוי ארומצופעקעדזשן א געדאנק אזש עס צו מאכן שפאנענד און ציענד צו ליינען, איז קונסט!

יישר כח!
אוועטאר
היכי תמצא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5922
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2020 4:23 pm

Re: אונטערן איינפלוס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היכי תמצא »

שמחת עולם האט געשריבן:
[align=center]* * * * *[/align]

יא, אמאל איז דא א בחור׳ל וואס ווארט אז דער טאטע זאל איהם הייסן לערנען אביסל, ער איז גרייט ווי א זעלנער צו זאגן ״צום באפעל״. פון די אנדערע זייט איז דא א בחור׳ל וואס האט נארוואס געוואלט גיין לערנען און געבן נחת, אבער די באפעל וואס האט זיך אריינגעכאפט האט קאליע געמאכט זיין מיסיע.

חנוך לנער לפי דרכו - אלע ווילן זיין גוט, אבער אפשר וויל ער ארויסווייזן העלדישקייט אומערווארטעט.

יעדער וויל געניסן פון אנערקענונג, אבער איינער וויל עס באקומען דורך טוהן ווייל מען הייסט און דער צווייטע דורך טוהן פון אליינס, דאס איז אבער זיכער, אז א פשוטע קאמפלימענט וועט קיינמאל נישט שאטן פאר יעדע קינד, בחור׳ל און אייגענטליך פאר יעדע מענטש.


[align=center]* * * * *[/align]

אזוינע שטארקע ווערטער, געוואלדיג. דערגרייכט טיף אין הארץ. די ווערטער האבן ערווארטעט געשריבן צו ווערן.
איר האט א מוראדיגע טאלאנט און א שטארקע אינטעלעקט. ש'כח פאר'ן פובליצירן.
אוועטאר
מה בכך
שר חמש מאות
תגובות: 628
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 30, 2020 2:28 am

Re: אונטערן איינפלוס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מה בכך »

WOW !!!
נישטא קיין ווערטער
א מייסטער פון א פעדער
קיפ אפ
וְיָדְעָה הַקֶּסֶת אֶת נַפְשִׁי
יוֹתֵר מֵאֲשֶׁר יְדַעְתִּיהָ
לִיבִּי לִיבִּי עַל מִלּוֹתֶיהָ
מֵעַי עַל שְׁתִיקוֹתֶיהָ
בְּנֶחָמָתָהּ אֲנֻחַם...
אוועטאר
היסטאריש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4023
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 27, 2021 4:20 pm
פארבינד זיך:

Re: אונטערן איינפלוס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היסטאריש »

טיפע פעדער. הערליך.

אביסל אייגנארטיג
אבער צו באלעקן
די פאַרגאַנגענהייט איז פאַקטיש געשען, אָבער היסטאָריע איז בלויז וואָס עמיצער האָט אַראָפגעשריבן.
כתוב וחתום
שר האלפיים
תגובות: 2168
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 23, 2021 12:47 pm

Re: אונטערן איינפלוס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כתוב וחתום »

דו ביסט אייזן!

אגב, האסט מיר געטריגערט א ארטיקל, ס'וועט קומען בקרוב ממש אי"ה.
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17155
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

Re: אונטערן איינפלוס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

טיפע וואסערן...
חוח בין השושנים האט געשריבן:
אוועטאר
סאכדעס
שר שלשים אלף
תגובות: 31438
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

Re: אונטערן איינפלוס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאכדעס »

ארט אין פולסטן זין פון ווארט.
WOW WOW.
האסט מיך גענומען אויף א רייד, ביז'ן סוף האבעך נישט געכאפט וואו דו טראגסט מיך.

חוץ מזה איז עס א געוואלדיגע געדאנק צו וויסן און צו טראכטן.
פקודתו פון התאחדות שמרה רוחי!
אוועטאר
מסתמא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5537
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 09, 2021 6:59 am

Re: אונטערן איינפלוס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מסתמא »

מורא'דיג!!

הערליך שיין
איין טאג אויף אמאל. איין טעסק אויף אמאל.
שטאטס מבין האט געשריבן: פרייטאג פעברואר 16, 2024 1:59 am
איך וואלט זיך געוואלט יאגן, איך האב נאר נישט קיין צייט... (בשם החת"ס)
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18803
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

Re: אונטערן איינפלוס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

שטארקע ווערטער!

און נאך אראפ געלייגט נוסח שמחת עולם, איך בין נאך אונטערן איינפלוס.
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
בלעכענער פנים
שר האלפיים
תגובות: 2660
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 04, 2019 12:51 pm

Re: אונטערן איינפלוס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלעכענער פנים »

ווייניג גוטע שרייבער קענען אזאנס דעליווערן!!

אנבעליוויבל, א גרויסן דאנק אייך!
אוועטאר
שלמה מולכו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4215
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 18, 2019 11:18 am
לאקאציע: אין פעלד

Re: אונטערן איינפלוס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלמה מולכו »

הערליכע מייסטערווערק.

שכח שמחת.
פון רעמסס קיין ניו יארק

פעלדמאן בחורל׳ס טרערעליך - וויינט מיט מיר.

מיין וואקאציע - קאליפארניע

ווער עס האט אויגין לאז זעהן און ווער עס האט א הארץ לאז פארשטיין, וואס אויף דער וועלט טוט זיך.
נוסח אשכנז
שר חמש מאות
תגובות: 587
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 28, 2020 1:12 am

Re: אונטערן איינפלוס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נוסח אשכנז »

הערליך!

מייסטער ווערק!

זייער טיף געשריבן!
.Hey there! I am using Ivelt
נא_שכל
שר שמונת אלפים
תגובות: 8004
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם התורה

Re: אונטערן איינפלוס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נא_שכל »

אין מילים!!

הערליך און עמוק מאוד. און אמת ביז גאר.

ס'איז דא זייער אסאך צו שרייבן איבער די נושא פון "ערווארטונגען" פון טאטעס און מאמעס, וואס ליידער שטעלט זיך ארויס ביי אסאך אז דאס פארפאטשקעט אסאך קינדער און בחורים.

איך האב שוין אמאל געשריבן, אז דאס איז מעגליך איינע פון די טעמים פארוואס מ'זעט צומאל אז קינדער פון שוואכע שטובער שטייגן אויס סאך שענער ווי קינדער פון ערליכע און הייליגע טאטעס.

ס'איז זייער א שווערע און האקעלע נושא, פון איין זייט איז דא דער טאטע - ובפרט איינער וואס איז א מורם מעם, און לעבט מיט א העכערקייט, און ווייסט און שפירט רוחניות - וואס שטייט און קוקט ארויס אז זיין צדיק'ל זאל עפעס אויסוואקסען, ער האפט ער בענקט ער איז מתפלל דערויף, און צו יעדע געלעגנהייט העלפט ער זיין זון און דערמאנט אים וואס ער קען ווען באמת זיין, און וויאזוי ער קען באמת אויסנוצען די צייט אא"וו.

און פון די אנדערע זייט שטייט דער זון און איז אנגעווייטאגט אויף זיינע עלטערן אז זיי אנערקענען נישט גענוג זיינע מעלות, און זיין יעצטיגע אנשטרענגונג. ער הערט כמעט נישט קיין אמת'דיג גוט ווארט פון זיי, נאר תביעות תביעות ותביעות.

וואס איז דער באלאנס? ווען דארף זיך א טאטע צוריקהאלטן פון מאנען פון זיינע קינדער?

וויאזוי קען ער זיך צוריקהאלטן?

וויאזוי קען ער ארויסווייזן אמתע הנאה פון זיין קינד'ס אויפירונג ווען באמת האלט ער אז ער קען ווען זיין סאך מער?

למי התשובות?
לעצט פארראכטן דורך נא_שכל אום דאנערשטאג יוני 03, 2021 3:50 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע

"ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
אוועטאר
קאַטשעלאַב
שר מאה
תגובות: 111
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 23, 2021 7:31 am

Re: אונטערן איינפלוס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאַטשעלאַב »

נא_שכל האט געשריבן:אין מילים!!

הערליך און עמוק מאוד. און אמת ביז גאר.

ס'איז דא זייער אסאך צו שרייבן איבער די נושא פון "ערווארטונגען" פון טאטעס און מאמעס, וואס ליידער שטעלט זיך ארויס ביי אסאך אז דאס פארפאטשקעט אסאך קינדער און בחורים.

איך האב שוין אמאל געשריבן, אז דאס איז מעגליך איינע פון די טעמים פארוואס מ'זעט צומאל אז קינדער פון שוואכע שטובער שטייגן אויס סאך שענער ווי קינדער פון ערליכע און הייליגע טאטעס.

ס'איז זייער א שווערע און האקעלע נושא, פון איין זייט איז דא דער טאטע - ובפרט איינער וואס איז א מורם מעם, און לעבט מיט א העכערקייט, און ווייסט און שפירט רוחניות - וואס שטייט און קוקט ארויס אז זיין צדיק'ל זאל עפעס אויסוואקסען, ער האפט ער בענקט ער איז מתפלל דערויף, און צו יעדע געלעגנהייט העלפט ער זיין זון און דערמאנט אים וואס ער קען ווען באמת זיין, און וויאזוי ער קען באמת אויסנוצען די צייט אא"וו.

און פון די אנדערע זייט שטייט דער זון און איז אנגעווייטאגט אויף זיינע עלטערן אז זיי אנערקענען נישט גענוג זיינע מעלות, און זיין יעצטיגע אנשטרענגונג. ער האט כמעט נישט קיין אמת'דיג גוט ווארט פון זיי, נאר תביעות ותביעות ותביעות.

וואס איז דער באלאנס? ווען דארף זיך א טאטע צוריקהאלטן פון מאנען פון זיינע קינדער?

וויאזוי קען ער זיך צוריקהאלטן?

וויאזוי קען ער ארויסווייזן אמתע הנאה פון זיין קינד'ס אויפירונג ווען באמת האלט ער אז ער קען ווען זיין סאך מער?

למי התשובות?

שאלת חכם אין פולן זין פון ווארט.
אוועטאר
קאַטשעלאַב
שר מאה
תגובות: 111
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 23, 2021 7:31 am

Re: אונטערן איינפלוס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאַטשעלאַב »

און צום פותח האשכול, דו פארמאגסט טאלאנט!
אוועטאר
ממוצע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5453
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 20, 2020 11:07 pm

Re: אונטערן איינפלוס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממוצע »

די עיקר חינוך, איז די אומדירעקטע חינוך.

נארמאל אז א קינד און טאטע האבן א געזונטע קשר, וועט דער קינד נאטורליך ווילן טוען דאס וואס דער טאטע טוט. (אין יסוד. ווייל סוכ"ס האט דאך יעדער אנדערע נאטורן). עס איז דא א חילוק צווישן "איבערגעבן" און "איינטיילן". א טאטע קען 'איבערגעבן' וואס ער האלט פאר ריכטיג, פשוט כדבר איש אל רעהו. ער פארציילט אים די פאקט, אז אויפשטיין פארטאגס איז זייער וויכטיג (אויב דער טאטע האלט אזוי..), לאו דוקא ווייל ער איז יעצט "נוגע" צום קינד, ווייל ער דארף חיזוק אין דעם נושא. נאר פשוט ווייל א מענטש זאגט דאס וואס ער האלט. און אפילו ווען מ'דארף יא פארהאלטן דעם קינד, איז די עיקר אים צו פארציילן נאכאמאל וואס ס'איז ריכטיג, ווי איידער ארויסווייזן די אומצופרידנהייט. חלילה אז דער מוסר זאל זיין א 'פאראיבל' מוסר. דאס איז געפערליך פאר א קינד.

מ'קען זאגן פאר א קליין קינד: "יענקי, פארוואס האסטו געטשעפעט אסתי??" (בלשון בתמי' וקפידא הידוע לאנ"ש), אדער "יענקי, מ'טאר נישט טשעפענען א שוועסטער. איך וויל עס מער נישט זעהן" (בניחותא, אבער אנטשלאסן).

--

א קינד דארף פילן אקצעפטירט ביים טאטע'ן, אפגעזעהן פון וואס ער טוט. ער דארף פילן אז דער טאטע האט נישט קיין טענות אויף 'אים', ער וויל נאר פאררעכטן דעם איינעם 'טאהט'.

--

דעם אמת דארף מען וויסן. אז מ'קען נישט קיינעם דן זיין, אויך נישט אן אייגן קינד. מ'דארף שעצן יעדע קליינע פעולה פונעם קינד, פונקט ווי מ'דארף שעצן יעדע "אייגענע" קליינע פעולה.

---

מ'דארף אלץ געבן דעם קינד דעם "טראסט" און מעגליכקייט, צו זיין אין א מאס זעלבסשטענדיג. מ'דארף אים געבן די געפיל, אז איך ווייס אז דו קענסט אליין באשליסן וואו און וויאזוי דו ווילסט שטייגן. דאס מאכט אז ער זאל פילן אז דאס וואס ער טוט איז נישט ווייל "ער מוז צופרידן שטעלן דעם טאטע'ן". נאר ווייל "ער אליין וויל עס". אפט מאל, ווייל דער טאטע פארלאנגט אזוי סאך, פילט דאס קינד אז ער איז נאר פארנומען צו צופרידן שטעלן דעם טאטן, און זיין אייגענע וועזן און רצונות ווערן פארדעקט.

---

ועוד יש להוסיף. על ידי, ועל ידי אחרים.
אוועטאר
היכי תמצא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5922
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2020 4:23 pm

Re: אונטערן איינפלוס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היכי תמצא »

נא_שכל האט געשריבן:אין מילים!!

הערליך און עמוק מאוד. און אמת ביז גאר.

ס'איז דא זייער אסאך צו שרייבן איבער די נושא פון "ערווארטונגען" פון טאטעס און מאמעס, וואס ליידער שטעלט זיך ארויס ביי אסאך אז דאס פארפאטשקעט אסאך קינדער און בחורים.

איך האב שוין אמאל געשריבן, אז דאס איז מעגליך איינע פון די טעמים פארוואס מ'זעט צומאל אז קינדער פון שוואכע שטובער שטייגן אויס סאך שענער ווי קינדער פון ערליכע און הייליגע טאטעס.

ס'איז זייער א שווערע און האקעלע נושא, פון איין זייט איז דא דער טאטע - ובפרט איינער וואס איז א מורם מעם, און לעבט מיט א העכערקייט, און ווייסט און שפירט רוחניות - וואס שטייט און קוקט ארויס אז זיין צדיק'ל זאל עפעס אויסוואקסען, ער האפט ער בענקט ער איז מתפלל דערויף, און צו יעדע געלעגנהייט העלפט ער זיין זון און דערמאנט אים וואס ער קען ווען באמת זיין, און וויאזוי ער קען באמת אויסנוצען די צייט אא"וו.

און פון די אנדערע זייט שטייט דער זון און איז אנגעווייטאגט אויף זיינע עלטערן אז זיי אנערקענען נישט גענוג זיינע מעלות, און זיין יעצטיגע אנשטרענגונג. ער הערט כמעט נישט קיין אמת'דיג גוט ווארט פון זיי, נאר תביעות תביעות ותביעות.

וואס איז דער באלאנס? ווען דארף זיך א טאטע צוריקהאלטן פון מאנען פון זיינע קינדער?

וויאזוי קען ער זיך צוריקהאלטן?

וויאזוי קען ער ארויסווייזן אמתע הנאה פון זיין קינד'ס אויפירונג ווען באמת האלט ער אז ער קען ווען זיין סאך מער?

למי התשובות?

גוט ארויסגעברענגט
אוועטאר
שמחת עולם
שר חמש מאות
תגובות: 842
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 31, 2013 7:35 am

Re: אונטערן איינפלוס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמחת עולם »

שר התורה האט געשריבן:מוירעדיג!!!
א טיפע פעדער!
שמחת, איך האב זיך היינט באגענגט מיט דיין ארטיקל פון די פארמעסט,
עכט דארף מען האבן נשמה זאל דא קומען מיט א אנאליז,
דו האסט א שטארקע נאטור פון פארשטיין מענטעליטעטן
ייש''כ, א עכטע פארגענוגן צו ליינען דיין שריפט,
און יא, די נקודה איז אמת, און קען נישט ארויסגעברענגט ווערן בעסער!


ייש"כ. יא, ווען נשמה לייגט צו זיין אנאליז אויף אן ארטיקל, איז עס ווי א קריספי קרעקער צו א גוט שטיקל הערינג...


קלאָצקאָפּ האט געשריבן:דזשאסט וואַו!


מיט בלויז צוויי ווערטער מיר געמאכט פילן ווי איך באקום א געזונטע קלאפ אויפ'ן רוקן, טענק יו.


ממוצע האט געשריבן:קונסט! אזוי ארומצופעקעדזשן א געדאנק אזש עס צו מאכן שפאנענד און ציענד צו ליינען, איז קונסט!

יישר כח!


א דאנק פאר די פידבעק, ס'איז געווארן סעיווד אין די סיסטעם!


היכי תמצא האט געשריבן:אזוינע שטארקע ווערטער, געוואלדיג. דערגרייכט טיף אין הארץ. די ווערטער האבן ערווארטעט געשריבן צו ווערן.
איר האט א מוראדיגע טאלאנט און א שטארקע אינטעלעקט. ש'כח פאר'ן פובליצירן.


ברוך השם פאר די סייעתא דשמיא דאס צו האבן געקענט דעליווערן, ויה"ר שלא יצא מכשול מתחת ידי. יישר כח.


מה בכך האט געשריבן:WOW !!!
נישטא קיין ווערטער
א מייסטער פון א פעדער
קיפ אפ


גארנישט קיין דברים של מה בכך... א הערצליכן דאנק!


היסטאריש האט געשריבן:טיפע פעדער. הערליך.

אביסל אייגנארטיג
אבער צו באלעקן


:lol: אייגנארטיג, דאס איז טאקע די זאך, שטעל דיר פאר ווי לאנגווייליג די וועלט וואלט געווען אן אביסל אייגנארטיגקייט... טענק יו פאר דע קאמפלימענטס.


כתוב וחתום האט געשריבן:דו ביסט אייזן!

אגב, האסט מיר געטריגערט א ארטיקל, ס'וועט קומען בקרוב ממש אי"ה.


איך קוק ארויס דערצו בכליון עיניים.


אוראייניקל האט געשריבן:טיפע וואסערן...


Still waters run deep


סאכדעס האט געשריבן:ארט אין פולסטן זין פון ווארט.
WOW WOW.
האסט מיך גענומען אויף א רייד, ביז'ן סוף האבעך נישט געכאפט וואו דו טראגסט מיך.

חוץ מזה איז עס א געוואלדיגע געדאנק צו וויסן און צו טראכטן.


;l;p- א תגובה פון סאכדעס נעם איך נישט פאר גרענטעד, וואס פאר א עהרע...


מסתמא האט געשריבן:מורא'דיג!!

הערליך שיין


כחכם יישר!


איינס האט געשריבן:שטארקע ווערטער!

און נאך אראפ געלייגט נוסח שמחת עולם, איך בין נאך אונטערן איינפלוס.


א דאנק פאר די פידבעק!


בלעכענער פנים האט געשריבן:ווייניג גוטע שרייבער קענען אזאנס דעליווערן!!

אנבעליוויבל, א גרויסן דאנק אייך!


איך הייב שוין אן צו בלאשן... איי קענט עני-מאר... ;l;p-


שלמה מולכו האט געשריבן:הערליכע מייסטערווערק.

שכח שמחת.


וואס פאר א קאמפלימענט... א דאנק!


נוסח אשכנז האט געשריבן:הערליך!

מייסטער ווערק!

זייער טיף געשריבן!


ברוכים תהיו, שכוח!


נא_שכל האט געשריבן:אין מילים!!

הערליך און עמוק מאוד. און אמת ביז גאר.

.....

למי התשובות?


יישר כח, קוק אין אישי און ווי קאטשעלאב האט געשריבן "שאלת חכם חצי תשובה"


קאַטשעלאַב האט געשריבן:און צום פותח האשכול, דו פארמאגסט טאלאנט!


טענק יו ווערי מאטש.


ממוצע האט געשריבן:....

ועוד יש להוסיף. על ידי, ועל ידי אחרים.


אמת'ע, גוטע און וויכטיגע נקודות, ייש"כ.
זייטיגע נאטיץ
"שבע יפול צדיק וקם"
נישט אלעמאל האט מען די ברירה, מען מוז זיך דרייען אויפן געוועב וועגן פרנסה וכדו', שבע יפול צדיק...
אבער ...דאט.קאם(com.) - עס מוז זיך ענדיגן מיט ...וקם!
אוועטאר
עומד מן הצד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3393
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 07, 2020 2:18 pm

Re: אונטערן איינפלוס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עומד מן הצד »

א מורא'דיגע ארטיקל, הערליך באשריבן!

ייש''כ שמחת!
אוועטאר
שמחת עולם
שר חמש מאות
תגובות: 842
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 31, 2013 7:35 am

Re: אונטערן איינפלוס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמחת עולם »

עומד מן הצד האט געשריבן:א מורא'דיגע ארטיקל, הערליך באשריבן!

ייש''כ שמחת!


יישר כח!
זייטיגע נאטיץ
"שבע יפול צדיק וקם"
נישט אלעמאל האט מען די ברירה, מען מוז זיך דרייען אויפן געוועב וועגן פרנסה וכדו', שבע יפול צדיק...
אבער ...דאט.קאם(com.) - עס מוז זיך ענדיגן מיט ...וקם!
אוועטאר
Bissli
שר חמשת אלפים
תגובות: 5052
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 17, 2019 11:12 pm
לאקאציע: אויפן שעלף אין גראסערי

Re: אונטערן איינפלוס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Bissli »

געליינט אין איין אטעם, האסט מיר גענומען צו א אנדערע וועלט!
א גראבן שכח, א מוראדיגע נושא, זייער גוט אראפגעלייגט!
ווי ניד מאר!
האסט שוין אמאל פרובירט צו דערגרינטעווען די טיעפקייט פון טיעף?.

יעדע איד איז קודש קדשים, נישט קיין חילוק אין וועלכע מצב און וואו ער זאל נאר נישט זיין בלייבט ער קודש קדשים!
און דאס איז דער אמת. עס איז א פאקט.
אוועטאר
שמחת עולם
שר חמש מאות
תגובות: 842
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 31, 2013 7:35 am

Re: אונטערן איינפלוס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמחת עולם »

Bissli האט געשריבן:געליינט אין איין אטעם, האסט מיר גענומען צו א אנדערע וועלט!
א גראבן שכח, א מוראדיגע נושא, זייער גוט אראפגעלייגט!
ווי ניד מאר!


א דאנק.

איך האף אז דו ביסט שוין צוריק געקומען פון די אנדערע וועלט...
זייטיגע נאטיץ
"שבע יפול צדיק וקם"
נישט אלעמאל האט מען די ברירה, מען מוז זיך דרייען אויפן געוועב וועגן פרנסה וכדו', שבע יפול צדיק...
אבער ...דאט.קאם(com.) - עס מוז זיך ענדיגן מיט ...וקם!
שרייב תגובה

צוריק צו “אז נדברו”