תיקון ליל שבועות אונטער פראגע צייכן......

אפהאנדלונגען און דיסקוסיעס בענינים העומדים על הפרק

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
אנדי פעטיט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7175
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 02, 2007 11:20 am
לאקאציע: אין די גלייזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנדי פעטיט »

וואו אזוי פלאנסטו עס צו קאנפירמירען? און ווען עס איז קאנפירמט וואס גייט מען טון? מען גייט ארויס גיין מיט א קול קורא? :lol:
הייב אויף דיינע הענטעלעך צום טאטע אין הימל!
פוילישער
שר האלף
תגובות: 1165
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 03, 2007 11:33 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פוילישער »

סארי, איך האב נישט געמיינט די וואס טוען אזוי ווייל עס איז א הלכה. איך האב געמיינט די וואס ענדיגן ביי חצות און ווייסן נישט וואס די ר"ת פון רמ"א איז...
אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12672
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאשקע »

צוליב דעם אוי לי ואוי לי וכו' וועל איך נישט מגיב זיין אויפ'ן עצם ענין, אבער איין זאך וואס איך האלט איז: א גרויס חלק פון די וואס קומען אין ביהמ"ד און שמועסן, קומען בלויז צוליב שלום בית, ודי. טייל זאגן עס נישט, און אנדערע שעמען זיך נישט דאס צו זאגן (פאר די חברים וואס זענען אויך געקומען מחמת אותו סיבה). אין ביהמ"ד צייכנט מען טאקע נישט אבער אינדערהיים צייכנט מען יא (פעלט אויס נאך א ודי?).
An article a day keeps the babies away
למדן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למדן »

כיהודא ועוד לקרא, און בכדי מזאל נישט זאגן אז מדשתקי רבנן (איך בין דאך פארט א למדן...) ש"מ דניחא להו, וויל איך זיך דא אויך מצרף זיין צו אלע אנדערע חשובע חבירים וואס האבן שוין מעורר געווען אז "דער קעפל טויג נישט"!

איך בין בכלל נישט חושד שאץמאץ'ן אז ער האט אפילו געטראכט צו שטעלן דעם עצם מנהג אונטער א פראגע צייכן, און ליינענדיג זיין ארטיקל פארשטיי איך זיין כוונה, אויסצושמועסן די פארשידענארטיגע אויפפירונגען וויאזוי מענטשן ברענגן אן אין די נאכט, און ער שטעלט אראפ זייער שטארקע און אונטערסאנטע פראגעס, וכו' וכו', און ווי אלעמאל טוט ער דאס מיט זיין פליסיגן פעדער [קיבאורד...] אויף א הומאריסטישן אופן, אבער זיין 'טשויס אוו וואוירדס' אינעם קעפל איז נישט אויסגעהאלטן. אויף א הייליגן מנהג ישראל פון דורי דורות שרייבט מען נישט די ווערטער: "אונטער א פראגע צייכן"! [פיריאד!]

א שרייבער האט מיר אמאל געזאגט אז א 'קעפל' איז דער שווערסטער טייל פון אן ארטיקל, און ווי איך פארשטיי האט ער געמאכט דעם קעפל הערשט נאכ'ן אפשרייבן דעם גאנצן ארטיקל, און ווי פריער געזאגט פארשטיי איך איז דאס בכלל נישט געווען זיין כוונה, און דא רעדט מען דאך נישט פון קיין ארטיקל אין א אויסגאבע, ס'איז דאך סך הכל דא צווישן היימישע מענטשן אין קרעטשמע, אבער דאך גילט דא אויף דער כלל פון:חכמים הזהרו בדבריכם!

שאץ-מאץ, איימסארי אז איך זאג קריטיק, אבער איך שפיר אז עס איז בבחינת קבל את האמת ממי שאומרו, און נאך אלעם איז עס דאך בלויז "צווישן אונז גערערט".

איך בעט דיך אבער ברחמים, שטעל זיך נישט אפ, זיי אונז אלע מהנה מיט פרישע סחורה, איך באלעק זיך די פינגער דערמיט, און מיט יעדן פרישן הומאריסטישן ארטיקל, ווער איך מער און מער אימפרעסד פון דיין "פרישקייט"... איך וועל דיר אויך פארציילן א אנדערן סוד, אז איך האב די לעצטע פאר וואכן ארויסגעפרינט דיינע הערליכע ליקוטים אויף פרקי אבות און עס געלערנט/געליינט (ליגנדיג אויפן רעקליינער) שבת נאכמיטאג.

הקיצור, דו ביזט, ווי מ'זאגט: "געוואלדיג"!!!!
זארעכפעפער
שר האלפיים
תגובות: 2176
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2006 2:28 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זארעכפעפער »

פארצייטישער האט געשריבן:דיין קשיא פון פסח זאגט מען נאך פון בריסקער רב זצ"ל


נישט מ'זאגט עס נאך, עס איז געדריקט אין 'הגדת בית בריסק'.

זיי ברענגען דארט אז דער בריסקער פלעגט זאגן מיט ווינדער דעם אויבנדערמאנטן פליאה, אמער פסח ביינאכט איז דאך א חיוב דאורייתא פון סיפור יציאת מצרים און ס'איז אן הלכה מפורשת פון עד שתחטיפנה שינה און קיינער איז נישט מקפיד דערויף, משא"כ שבועות ביינאכט איז דאס אויפזיין בלויז א מנהג ישראל און דארט זעט מען ווי קינד און קייט זענען מקפיד דערויף.

ער האט דאס נישט געזאגט קלענער צו מאכן דעם מנהג פון אויפזיין שבועות ביינאכט, פארקערט ער האט געוואלט מזרז זיין די הלכה פון אויפבלייבן פסח ביינאכט עד שתחטפנה. פשוט.
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

איך האב היינט געהערט א שארף ווארט פון בעלזער רב זי"ע (כ'מיין דער שר שלום).

איך שרייב עס אויף לשון הקודש, וויאזוי איך האב עס ביי מיר אויפגעצייכנט:

בחק יעקב כ' בשם מהרי"ל שבליל ערב שבועות אומרים בשעת ספירת העומר "היום ארבעים ותשע יום שהם שבעה שבועות לעומר, ולמחרתו ערב שבועות", ומשמע מדבריו דדעת המהרי"ל לומר נוסח זה בשעת הספירה. ובספר מגד ארץ (על הפמ"ג) מביא בשם הרה"ק מ'בעלזא שדבר זה בטעות נאמרה, לפי שהמהרי"ל סידר ספרו לפי סדר הימים, ואחר ספירת ארבעים ותשע כתב שלמחרתו הוא יום ערב שבועות, ואין כוונתו כלל שיאמרו כן בתוך נוסח הספירה, ואמר שנזדמן לו לבעל חק יעקב טעות זה, משום שליגלג על מנהג ישראל של תיקון ליל שבועות, וכתב שאינו מבין ענין אמירת פסוקים הראשונים והאחרונים של כל סידרא וסידרא עכ"ד. ראו עד היכן יש ליזהר ולדקדק במנהגי ישראל.
אוועטאר
שאץ מאץ
שר שלשת אלפים
תגובות: 3031
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע: איבעראל
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאץ מאץ »

וויכטיגע הוספה בנוגע תיקון ליל שבועות, מענין לענין שלא באותו ענין...
דעם שבת האט הגר"י לעבאוויטש שליט"א אב"ד וואודריטש, פארגעלערנט פרק, האט ער צוברייטערט דעם שמיס בנוגע אויפזיין תיקון ליל שבועות, צום ערשט האט ער אנגעגריפן די ליטווישע, הלמאי זיי האלטן אויך דעם מנהג פון אויפזיין שבועות ביינאכט, דאס איז דאך עפ"י האר"י, און כדרכם זענען זיי נישט מקפיד אויף מנהגי האר"י, נאר כדרכו האט ער צולייגט דאס ענין, אז דער ליטוואק איז נאר אויף, כדי צופרי זאל ער כאפן א כפרה, איינער וואס איז יא געשלאפן ביינאכט, און ער זאל מאכן א גאנצע בראטל וועגן מוציא זיין ברכת התורה, און אזא 100 ליטוואקעס שטופן זיך צו, און יעדער איז זיך מפלפל צו ער איז טאקע באמת געשלאפן, אדער אפשר נאר געדאכט אז ער שלאפט, צו א דרימל אליין איז אויך גענוג, צו ער קען באמת מוצאי זיין דעם עולם מיט ברכות התורה, און פארדעם קוועטש אליין, לוינט זיך אויף צו בלייבן א גאנצע נאכט....

דערנאך האט דער וואודרישטער רב געזאגט אזא פשעטל, אבער דאכט זיך ס'איז געוועהן נאר בדרך צחות, יעדע מצוה, אום יו"ט וואס מ'טוט, איז ע"ש העבר, למשל א איד עסט מצה, ווייל אין מצרים האט מען געגעסן מצה, א איד זיצט אין סוכה, ווייל אין מדבר איז מען געגעסן, אויב אזוי, אויב איז מען שבועות פארטאג'ס געשלאפן אין מדבר, וואלט מען דאך געדארפט שלאפן יעדעס יאר, פונקט ווי ביי מצה עסט מען מצה לזכר, נישט מ'איז זיך פורש פון מצה?,

האט ער מחדש געוועהן, אז באמת דארף מען טאקע יא שלאפן, אבער אויב וואלט געוועהן דער ציווי אז מ'דארף דוקא שלאפן, וואלט דער יצה"ר זיך פארלייגט מ'זאל דווקא אויפזיין, דעריבער האט מען מתקן געוועהן מ'זאל אויפזיין, פארלייגט זיך דער יצה"ר מ'זאל גיין שלאפן, און צום עלות דארט שלאפט שוין יעדער איינער, ממילא איז אלעס מסודר,
ודפח"ח,

פארשטייט זיך ס'איז נישט להלכה, ס'איז נאר לפולפולא בעלמא,
יעדער איד דארף טון וואס ער האט געזעהן ביין טאטן,
http://shatzmatz.blogspot.com/" onclick="window.open(this.href);return false;
אוועטאר
סאכדעס
שר שלשים אלף
תגובות: 31438
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאכדעס »

שאצי, יאך האב זייער הנאה געהאט פון דיין אפהאנדלונג, ממנו ילמדו וכן יעשו.

זארעכ, ער האט עס אויך געפרעגט, אז מ'זאל בלייבן אויף ביים סדר, מיר קאנען דאך דעם שאץפאץ, ער איז אן ערליכער, ער וויל נישט אז אידן זאלן נישט אויף זיין.
פקודתו פון התאחדות שמרה רוחי!
3x0
המכונה 'טריאו'
תגובות: 9152
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 28, 2006 11:29 am
לאקאציע: חבוי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך 3x0 »

שאץ,

איך האב ארויסגעפרינט דיין ארטיקל פאר שבועות, און איך האב עס געליינט, שששששש... די ערשטע נאכט שבועות פאר די סעודה, ס'דאך ענינא דיומא....

און איך מיין אז ס'פעלט נישט אויס צוצולייגן, אז יא, איך האב הנאה געהאט דערפון, שכוח פארן מיר פארשאפן א שמחת יום טוב.
אויפריכטיג
שר שלשת אלפים
תגובות: 3445
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 16, 2008 8:10 pm
לאקאציע: ביים געפילטערטן קאמפיוטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויפריכטיג »

האמיר דאך שוין געזען דעם הגדת בריסק און מען האט שוין מצדיק געווען דעם צדיק מעיקרא הרב שאץ שליט"א. אבער איך האלט אז דער קעפל וואלט געדארפט זיין פונקט פארקערט: שלאפן ליל פסח אונטער פראגע צייכן....
אוועטאר
גראדער
שר האלף
תגובות: 1097
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 01, 2009 6:06 pm
לאקאציע: אין די הויזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גראדער »

שכויעך מר. קאפויער פארן ארויפברענגען, און ייש"כ שאץ פארן ארטיקל.
אז מען קען גיין גראד \ וואס דארף מען גיין קרים--- נו, לעטס גאו...
אוועטאר
שאץ מאץ
שר שלשת אלפים
תגובות: 3031
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע: איבעראל
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאץ מאץ »

איי ס'איז בושות,
ווער האט דאס ארויף געברענגט דא????

להוי ידוע דער ארטיקל איז ממש מעשה נערות, דאס איז געוועהן מסתמא מיין צווייטע אדער דרייטע ארטיקל אין די דעמאטסדיגע "היימישע קרעטשמע" איך גלייב נישט אז היינט וואלט איך געשריבן אזאנס, נישט אז איך האלט אז עפעס איז ראנג, אבער צו מאכן א אשכול נאר פאר דעם?.... נאפ, שוין זאל זיין אזוי, זאל עס גיין אויף מיין חטאת נעורים פיקל.....

זוי ווי זוי זעה איך אז דער עולם האט הנאה דערפון,
יקראו ענוים וישבעו
http://shatzmatz.blogspot.com/" onclick="window.open(this.href);return false;
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14263
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

סא ס'גייט נישט אריין אין דיין בלאג הייסטעס..?

ר' שמחה, תיקון טעות:
מה רב טובך אשר צפנת ליראך.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
באזעסענער
שר מאה
תגובות: 139
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אפריל 24, 2009 10:00 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באזעסענער »

זאגט מיר איינער אז ער האט היי יאר נאכ'ן רבין'ס טיש געעפענט דעם תיקון געזאגט די ערשטע דריי און גלייך געמישט צום ענדע און געזאגט די לעצטע דריי.
בקיצור ער האט געמאכט א קיצור פונעם קיצור.

זאל דאס זיין אנגענומען לרצון.
אוועטאר
derech eretz
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4479
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 04, 2011 3:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך derech eretz »

ארויפגעברענגט לכבוד יום טוב
גם העובד ד' ועוסק בתורה מן ההכרח שיעסוק גם במעט דר"ך אר"ץ - מאור ושמש פ' בחוקותי
אוועטאר
אנעים זמירות
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4693
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2012 10:32 am
לאקאציע: ווען מען זאגט אמר ר' בנימין הכל בחזקת סומין וכו'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנעים זמירות »

ווייזט אויס אז א פראוויצירענדע קעפל טוט ס'זיינס...

איך בין גראדע יא מקיים סיפור יציאת מצרים עד שתחטפנו שנה כדין, און תיקון האב איך שוין יארען נישט מסיים געוועהן צוליב די קורצקייט פונעם נאכט דאהי אין לונדון.
א מענטש קען זיך טועה זיין.
ואולי אין דברי ההלכות (הרי"ף) בזה נכונים כי אין השלימות בלתי לה' לבדו יתברך ויתעלה ויתנשא שמו יתברך. (ספר הזכות להרמב"ן יבמות כד: מדפי הריף)
די סכנה פון באזוכען כפירה\ליצנות בלאגס

מיינע שיעורים
אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 17010
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שנאפס »

אנעים, נעם אבער ארויס א לימוד, דער עולם איז מוחה אויפן קעפל, דו זעסט שאצל זאל זיך צוריק טענה'ן??

נישט נאר דאס, היינט צוטאגס שעמט ער זיך שוין דערמיט, העמער רעדן אין אפאר יאר ארום...

אופס.. כמעט פארגעסן... שקויעך שאץ מאץ
kraitchmah עט גימעיל

באקומט סטאקס בחנם
אוועטאר
זאלץוואסער
שר האלף
תגובות: 1866
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 20, 2012 6:41 pm
לאקאציע: אין א זאלץ וואסער מעסטל
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאלץוואסער »

איך זעה יעצט די אשכול דאס ערשטע מאל. איך האב נישט נערוון אלעס איבערצולייענען, מילא אויב האט שוין איינער געזאגט זאל זיין יהי רצון כאילו . . . .

אלזא הרב שאץ דא זענען די סיבות צו דעם סדר העולם

פסח סדר נאכט האט א הגדה'לע וואס איז נאר אזוי גרויס ווי עס איז, און קיינער ענדיגט נישט אינמיטן, יעדער גייט עד הסוף און פון דארט און ווייטער איז נישט מער ווי פארשטענדליך אז מ'קען זיך נישט אויפהאלטן אויב ווייסט מען נישט וואס נאך צו זאגן אדער דערציילן (נישט יעדער קען די פאך)
נאך א זאך דארפסטו געדענקען אז רוב מענטשן האבן שוין יוצא געווען דעם חטפי שינה ערגעץ אונטערוועגנס און דארפן ארבעטן זיך צו האלטן אויף. איך רעד נישט פון די וואס שלאפן 4 שעה ערב יו"ט.

משא"כ תיקון ליל שבועות איז פארגעשריבן, און ע"פ רוב פרובירן מענטשן צו דערגרייכן ביז ווי זיי קענען.

און אויב וועסטו מעיין זיין אין דעם פשט פון "דין וחשבון" לויט ווי דער הייליגער גאון זאגט אז דין גייט אויף די מעשים וואס מ'האט געטון און חשבון אויף די צייט, וועסטו זעהן אז די עמא דבר איז מער חייש אויף דין ווי אויף חשבון אן קיין פארוואס, און דערפאר ווען מ'האט א דיקן תיקון וואס מ'דארף אריינכאפן צו זאגן שפירט מען אז אויב האט מען נישט געענדיגט איז מען אויס איד. לעומת זה אויב וואלט איינער געענדיגט פריער וואלט ער טאקע יא אפשר געגאנגען שלאפן שפירנדיג עקאמפלישד.

לאמיך נאר מוסיף זיין אין דעם ענין פון אתרוג ביזטו ווייט פארפארן, עס איז קלאר נישט אזוי, איך אליינס האב אמאל געהאנדלט מיט אתרוגים און געזעהן ווי אידן האבן געקויפט גאר טייערע אתרוגים נאר פאר אינדערהיים... אודאי און אודאי איז דא אלס מענטשן וואס טוען פאר די גאס, אבער דאס איז קלאר נישט דער רוב.

נאר וואס דען? עס ליגט דא אסאך כוחות פון די סוחרים פון איין זייט, און דיינים פון די צווייטע זייט, וואס ווי שרעקעדיגער עס זעהט אויס אלס מער געלט מאכן זיי (איך רעד נישט דא קעגן דיינים ח"ו און קיינער פערזענליך איז נישט שולדיג, אבער דאס איז א מענטשליכער און אומאפפרעגבארער כלל אז ווי וויכטיגער די סערוויס איז אלס מער באצאלט מען, און דערפאר ווערט א זאך וויכטיג לויט ווי די סערווירער באשלוסן)

ועל כולם! א אתרוג איז א זאך וואס איז "טענדזשיבל" מענטשן האבן ליעב א שיינעם אתרוג אן קיין פארוואס, און אז מ'קען דערפאר באצאלן און הנאה האבן פון א שיינעם מצוה איז מה טוב ומה נעים

די אתרוגים וואס דרייען זיך ביי די הושענות זענען שוין לאנג נישט די אתרוגים וואס מ'קויפט מיטן גלאנץ ודו"ק.
אוועטאר
הערליך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3426
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 13, 2011 3:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הערליך »

אנעים זמירות האט געשריבן:ווייזט אויס אז א פראוויצירענדע קעפל טוט ס'זיינס..


מאכן פראוועצירענדע קעפלעך קען יעדער, לאמיר זעהן א קעפל וואס ציעט ליינער אן קיין פראוועקאציעס, דאס איז שוין א קונץ
אוועטאר
קהלס נאר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 443
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 08, 2012 12:16 pm
לאקאציע: אין קהל'ס אפיס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קהלס נאר »

לכבוד יו''ט הבעל''ט
פרייט אייך ברידערלעך! זייט בשמחה!‎‎‎‎
פראהביטש
שר האלף
תגובות: 1893
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 15, 2017 7:01 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פראהביטש »

וואס איז די גרויסע ענין פין גיין שבועות אין מקוה ביים עלות?
יצחק ברוך
שר חמש מאות
תגובות: 511
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יאנואר 19, 2018 11:05 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצחק ברוך »

אריינצוכאפן נישט צו דארפן גיין נאכן שלאפן... אזויווי דאס ליינען קריאת שמע.

און ס'איז זיכער אז ווען מ'זאל ווען זאגן אינדערהיים וואלט מען געגאנגען שלאפן אבער ס'איז לאו דווקא וועגן ברבים, נאר ווייל אינדערהיים וואלט מען שוין איינשלאפן אדער אריין אין בעט און ווייל ס'איז בקום ועשה מ'גייט אין שוהל אריין (אינדערהיים קען מען דאך נישט בלייבן) בלייבט מען שוין דארט ביז מ'שארט זיך קונצליך ארויס זאגענדיג דעם תיקון...
דריידל
שר תשעת אלפים
תגובות: 9184
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דריידל »

פראהביטש האט געשריבן:וואס איז די גרויסע ענין פין גיין שבועות אין מקוה ביים עלות?

שמעתי מת"ח אחד אז דאס איז נאר פאר די וואס דאווענען ותיקין.
און אגב, ד מקור דערפון איז אין שער הכוונות און דארט שטייט מ'זאל גיין אביסול פאר'ן עלות
כ'הא נישט קיין צייט יעצט; רוף מיך צוריק נאכמיטאג
ברוינע באנאנע
שר האלף
תגובות: 1928
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 28, 2017 10:14 am

פאר ווער ס'יאגט קיימאל נישט אן צו ענדיגען קורצע תיקון ליל שבועות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברוינע באנאנע »

http://breslevcenter.com/news/%D7%A7%D7 ... 7%98-Bf4QM

די וואך האט מען פון פריש איבערגעדרוקט דעם “תיקון ליל שבועות” , אזוי ווי מוהרא”ש פלעגט זאגן אז דאס איז דער עיקר תיקון.
אלע יארן פלעגט מוהרא”ש רעדן פון דעם בעפאר דעם יום טוב שבועות , אז דער עיקר תיקון איז אזוי ווי עס שטייט בפשטות אז מען זאל זאגן נאר די ערשטע און לעצטע פסוק פון יעדע פרשה. דאס וואס מיר האבן אזא לאנגע תיקון ליל שבועות איז שפעטער צוגעקומען דורך די צדיקים וועלכע האבן צוגעלייגט נאך אסאך זאכן צו זאגן במשך די נאכט.
למעשה זעט מען אבער אז פיל מענטשן האבן נישט קיין געדולד צו זאגן אזא לאנגער תיקון , און דעריבער זאגן זיי גארנישט. און דעריבער דארף מען וויסן אז אויב מען קען נישט זאגן די גאנצע תיקון , זאל מען כאטש זאגן דער עיקר תיקון וואס דאס איז די ערשטע און לעצטע פסוקים , און אויך די תרי”ג מצות זיך צוצוגרייטן צו קבלת התורה ווען מען איז מקבל אויף זיך צו מקיים זיין די אלע מצות.
ווען מען האט צום ערשטן מאל געדרוקט דעם תיקון ליל שבועות אויף דעם וועג , האט מוהרא”ש גאר שטארק הנאה געהאט דערפון , זאגנדיג אז דאס וועט ברענגען אז פיל אידן זאלן כאטש זאגן דעם עיקר תיקון , און זוכה זיין דורך דעם צו די אלע גרויסע תיקונים. און זייט דעמאלט האט מען עס שוין איבערגעדרוקט פיל מאל. שטייענדיג יעצט פאר דעם הייליגן יו”ט שבועות , האט מען עס נאכאמאל איבערגעדרוקט פון פריש , און עס איז דא צו באקומען אין ישיבה אין וויליאמסבורג.
כי הם חיינו ואורך ימינו!
גאלדענע פעדער
שר האלפיים
תגובות: 2400
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 05, 2015 9:34 pm
לאקאציע: אין שפיץ פונעם קרעמל

אליבא דהלכתה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גאלדענע פעדער »

הרב שאץ, איז באקאנט דא אלטס א ערליכע חסידישע אינגערמאן, דא אבער אין דעם אשכול הגם וואס דער פשעטל איז א שיינעם זיסען געדאנק ווי נאר ער קען... איז דער אשכול נישט אויסגעהאלטען להלכה. און לצערי האט, הרב שאץ, נישט מעיין געווען אין הלכה כפי הצורך.

קוקטס וואס איך ברענג דא זיינע ווערטער פון אונטען, כ׳האב נישט די ספרים דא אין פארענט פון מיר, אבער לויט וויפעל איך האב מעיין געווען אין די הלכה, געדענק איך, אז ס׳איז קלאר און הלכה, פון כמה פוסקים, אז ״עד שיחטפנה שינה״ פסח ביינאכט מיינט, ביז מען דרימעלט איין, און אויך איז מוסכים להלכה כאטש לויט כמה פוסקים, אז אויב מען האט שוין איינגעדרימעלט אפי׳ מען כאפט זיך נאכדעם צוריק אויף, מעג מען שוין גיין אין בעט.

יעצט לגבי שבועות, איז אונגאנצען א צווייטע גדר, וואס ווי געזאגט איז צו מתקן זיין דאס וואס יודן האבן זיך געלייגט שלאפען פאר קבלות התורה, און ביי דעם איז די מנהג געהעריג אויף צו זיין א גאנצע נאכט, און ביי דעם איז נישט דא די גדר פון ״עד שיחטפנה שינה״.

פארשטייצעך ס׳שטייט פון חסידישע ספרים, דאכצעך פון די קדושת לוי אז די געהויבענע יודן וואס האבן מקבל געווען די תורה, האבן פארשטייצעך געמיינט גוט מיטן גיין שלאפען כדי צו זיין אויסגעריהט ביי קבלת התורה, און דאך איז לפי מדרגתם געווען א פגם, וואס אונז דארפען מתקן זיין.


שאץ מאץ האט געשריבן: איצט לאמיר צוריק מישן דעם שו"ע, סימן תפ"א פסח ביינאכט, ווערט געפסקנט א הלכה, חייב אדם (דער צאנזער רב האט געזאגט ווי ס'שטייט חייב דארף דאס זיין ביז מסי"נ), חייב אדם לעסוק בהלכות הפסח וביצ"מ לספר נסים וכו' עד שיחטפנה שינה, אין אידיש טייטש, א מענטש איז מחיוב צו לערנען סיפור יצ"מ, ביז ער פאלט אריין אין א שלאף פון זיך אליין, דאס מיינט אין אנדערע ווערטער, נאך'ן פראווענען דעם סדר, דארף מען ארויס נעמען א חומש, און לערנען שמות וארא בא בשלח, אדער מדרשים וכדומה, נישט גיין אין בעט, נאר ממש לערנען ביציאת מצרים, ביז ווען מ'שלאפט איין,

לאמיר אייך פרעגן שטילערהייט, וויפיל אידן טוען דאס? און זיי לייגן זיך נישט שלאפן אגאנצע נאכט פסח, לערנען בסיפור יציאת מצרים עד שיחטפנה שינה, א מספר מצומצם,
פארוואס? א הלכה אין שו"ע מיטן לשון חייב?
דא שבועות ביינאכט וואס איז בלויז א מנהג, איז יעדער אין ביהמ"ד,
און דא א הלכה אין שו"ע, און דער עולם שלאפט???
הא? א שווערע שאלה...
לעצט פארראכטן דורך גאלדענע פעדער אום מיטוואך מאי 16, 2018 11:24 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
שרייב תגובה

צוריק צו “דעת הקהל”