ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

סענסיטיוו
שר חמש מאות
תגובות: 567
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש פעברואר 20, 2021 11:49 pm

Re: ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סענסיטיוו »

-לעצטע פארזעצונג קומט אי"ה-

א חבר האט מיר געבעטן פרעגן, ווען בערך קען מען זיך רישן אויף די לעצטע פארזעצונג?
א דאנק
למען לא ניגע לניק (ליפא)
קאנסאלטענט
שר חמש מאות
תגובות: 925
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 02, 2021 4:50 pm

Re: ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאנסאלטענט »

לכאורה דעם דינסטאג
ואני בתומי אלך.
אוועטאר
ארחיקה נדד
שר חמשת אלפים
תגובות: 5907
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 24, 2019 9:11 pm
לאקאציע: מ'וואנדערט

Re: ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארחיקה נדד »

מארגן
כבוד המנהל, ווען קומט א המשך?
סופרים שטיבל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 411
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 03, 2020 3:38 pm

Re: ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סופרים שטיבל »

סענסיטיוו האט געשריבן:
-לעצטע פארזעצונג קומט אי"ה-

א חבר האט מיר געבעטן פרעגן, ווען בערך קען מען זיך רישן אויף די לעצטע פארזעצונג?
א דאנק


זאג דיין חבר אז ער קען שרייבן אז זיין חבר האט אים געבעטן פרעגן
:grin:
אידישע מוח
שר חמש מאות
תגובות: 877
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 26, 2017 11:58 pm

Re: ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אידישע מוח »

היום :grin: :grin: :grin:
סענסיטיוו
שר חמש מאות
תגובות: 567
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש פעברואר 20, 2021 11:49 pm

Re: ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סענסיטיוו »

סופרים שטיבל האט געשריבן:
סענסיטיוו האט געשריבן:
-לעצטע פארזעצונג קומט אי"ה-

א חבר האט מיר געבעטן פרעגן, ווען בערך קען מען זיך רישן אויף די לעצטע פארזעצונג?
א דאנק


זאג דיין חבר אז ער קען שרייבן אז זיין חבר האט אים געבעטן פרעגן
:grin:

דעמאלטס וואלט ער זיך געדארפט באדאנקען פאר די סחורה וואס ער האט שטארק הנאה פון דעם.
ער וואלט גערן געפרעגט אליין אבער ער האט נישט קיין ניק דאהי...
למען לא ניגע לניק (ליפא)
קאנסאלטענט
שר חמש מאות
תגובות: 925
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 02, 2021 4:50 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאנסאלטענט »

נאך א מזל אז וואלטיער האט נישט קיין קאמפיין פעיזש.. וואלט מיר געקאסט נאך א צוואנציגער
ואני בתומי אלך.
פרעג בעסער נישט
שר מאה
תגובות: 111
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 03, 2009 10:51 pm
לאקאציע: זעסט אפשר נישט גיט????!!!

Re: ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרעג בעסער נישט »

ראשית, וויל איך באדאנקן וואלטיער, די מעשה איז באמת געוואלדיג.

שנית, פרעג בעסער נישט... ווייל ווען יא, וואלט איך געזאגט פאר וואלטיער ער זאל נישט ארויפלייגן די המשך נאר אויב ס'איז דא דא מינומום 50 תגובות פון ניקים וואס גיבן יעצט [צום ערשטן מאל אדער אן הוספה] כאטש 52...
נעקסטיים פרעג נישט............................
קאנסאלטענט
שר חמש מאות
תגובות: 925
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 02, 2021 4:50 pm

Re: ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאנסאלטענט »

פרעג בעסער נישט האט געשריבן:ראשית, וויל איך באדאנקן וואלטיער, די מעשה איז באמת געוואלדיג.

שנית, פרעג בעסער נישט... ווייל ווען יא, וואלט איך געזאגט פאר וואלטיער ער זאל נישט ארויפלייגן די המשך נאר אויב ס'איז דא דא מינומום 50 תגובות פון ניקים וואס גיבן יעצט [צום ערשטן מאל אדער אן הוספה] כאטש 52...

מזל טוב צום 100
ואני בתומי אלך.
משה שטינקאוויטש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 387
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 02, 2015 2:47 pm

Re: ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה שטינקאוויטש »

have a page ? וואלטיער dose
משה שטינקאוויטש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 387
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 02, 2015 2:47 pm

Re: ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה שטינקאוויטש »

i want to donate in his page as appreciation
אוועטאר
נישט ווי יעדעם
שר האלף
תגובות: 1568
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 20, 2019 2:49 am
לאקאציע: נישט צו ווייט

Re: ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישט ווי יעדעם »

:lol: אפשר מיט זיין אנדערע ניק
וואלטיער
שר חמישים
תגובות: 69
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 16, 2017 11:24 am

Re: ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואלטיער »

קשה עלי פרידתכם - דעריבער וועלן די לעצטע צוויי קאפיטלעך ווערן אפגעשטופט אויף מארגן (אין אנדערע ווערטער, נישט אנגעקומען צו פארענדיגן. האפנטליך אויף מארגן אי"ה)
אוועטאר
יש לו מנה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3998
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 28, 2020 2:55 pm
לאקאציע: אונטערן מאטראץ

Re: ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש לו מנה »

דערוואגן זאלסטיך צו הארגענען מישא, איך ווייס נישט וואס כ’וועל טוהן מיט דיר.
איך גיי מיט שלייקעס...

און איך שטרעב פאר א קוטשמע!!!
בן טוב
שר האלף
תגובות: 1057
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 21, 2021 3:57 pm

Re: ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן טוב »

וואלטיער האט געשריבן:קשה עלי פרידתכם - דעריבער וועלן די לעצטע צוויי קאפיטלעך ווערן אפגעשטופט אויף מארגן (אין אנדערע ווערטער, נישט אנגעקומען צו פארענדיגן. האפנטליך אויף מארגן אי"ה)

נאו! דאונט טעל מי!
אויב אזוי זיי מוחל ענדיג נישט
אוועטאר
nice man
שר מאה
תגובות: 191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 26, 2021 9:04 am

Re: ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך nice man »

ענדיג יא, נאר הייב אהן א דריטע טייל
אוועטאר
nice man
שר מאה
תגובות: 191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 26, 2021 9:04 am

Re: ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך nice man »

וואלטיער האט געשריבן:קשה עלי פרידתכם - דעריבער וועלן די לעצטע צוויי קאפיטלעך ווערן אפגעשטופט אויף מארגן (אין אנדערע ווערטער, נישט אנגעקומען צו פארענדיגן. האפנטליך אויף מארגן אי"ה)

היום יום מארגן..
אוועטאר
שר התורה
שר חמש מאות
תגובות: 567
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 04, 2021 2:25 pm
לאקאציע: בין הרשב''א, להריטב''א,

Re: ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שר התורה »

וואלטיער האט געשריבן:קשה עלי פרידתכם - דעריבער וועלן די לעצטע צוויי קאפיטלעך ווערן אפגעשטופט אויף מארגן (אין אנדערע ווערטער, נישט אנגעקומען צו פארענדיגן. האפנטליך אויף מארגן אי"ה)

וואס מיינסטו צו זאגן מיט קשה עלי פרידתכם?
נאכדעם, וואס וואלטיער פארענדיגט די מעשה, גייט ער רוען, ווי וואסילי האט געלייגט, אפאר חברה?
'תורה הוא' וללמוד אני צריך.
בלעכענער פנים
שר האלפיים
תגובות: 2659
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 04, 2019 12:51 pm

Re: ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלעכענער פנים »

וואלטיער האט געשריבן:קשה עלי פרידתכם - דעריבער וועלן די לעצטע צוויי קאפיטלעך ווערן אפגעשטופט אויף מארגן (אין אנדערע ווערטער, נישט אנגעקומען צו פארענדיגן. האפנטליך אויף מארגן אי"ה)

כ'האף וועסט אונז נאך ווייטער מהנה זיין, אבער אידער וועי קומט זיך דיר א זשאמאנגיס יישר כח, כ'האב באמת הנאה געהאט!!
אוועטאר
covfefe
שר חמישים ומאתים
תגובות: 484
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 31, 2019 2:39 pm

Re: ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך covfefe »

בלעכענער פנים האט געשריבן:
וואלטיער האט געשריבן:קשה עלי פרידתכם - דעריבער וועלן די לעצטע צוויי קאפיטלעך ווערן אפגעשטופט אויף מארגן (אין אנדערע ווערטער, נישט אנגעקומען צו פארענדיגן. האפנטליך אויף מארגן אי"ה)

כ'האף וועסט אונז נאך ווייטער מהנה זיין, אבער אידער וועי קומט זיך דיר א זשאמאנגיס יישר כח, כ'האב באמת הנאה געהאט!!

גא''מ
וואלטיער
שר חמישים
תגובות: 69
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 16, 2017 11:24 am

ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואלטיער »

קאפיטל 14

לוהאנסק אבלאסט - מזרח אוקריינע, רעבעלען טעריטאריע

די אייזערנע קליק-גערוישן פון רייפל צוזאמשטעל און וואפן איינריכטונגען זענען פארשטומט געווארן דורך די ביימער פונעם וואלד, גענוג ווייט פונעם רעבעלן לאגער נישט צו ווערן אויפגעכאפט, אבער גענוג נאנט אויסצופירן די מיסיע. דאס איז געווען גונסטיג זינט זיי האבן געוואלט בלייבן פארבארגן אנצוהאלטן דעם איבערראשונגס-עלעמענט ביז די פאסיגע מינוט. די לופט האט געשמעקט פון די פרימארגן טוי וואס האט זיך געזעצט אויף די בלעטער און גראזן ארום. אלישייב און ראטשעסטער זענען געשטאנען מיט האנט-לעקטער נעבן איינע פון די פינף זשיפס וואס זיי האבן זיך איינגעהאנדלט פון א קרימער אפעראטיוו אין דאנעצק, און נאך איינמאל איבערגעגאנגען די פלענער צווישן זיך פארן עס איבערגעבן פאר די זעלנער.

זיי האבן אויסגעוועהלט די ערשטע מארגן שעה, אין די פרי מינוטן פון זון-אויפשיין, ווייל דאן האבן רוב רעבעלן געזאלט זיין אין די טיפסטע גריבעלעך פון זייער שלאף, און אפילו די נאך-וואכט געשטעלט ארום דעם לאגער וואלטן שוין נישט געווען צו אלערט.

אין די טינקעלקייט פונעם וואלד האט אלישייב אדרעסירט די פארזאמלטע, אלע באוואפנט צו די ציין.

"די אלע וועלכע האבן שוין געדינט מיט מיר אין די מיליטער אדער אויף מיסיעס אין די פארגאנגענהייט ווייסן שוין ווי מיינע רייד וועלן צילן. דער כינעזער גענעראל-פילאזאף סון-צו האט געזאגט-"

"צו קענען דיין פיינט מוזטו ווערן דיין פיינט," האט זיך איינער פון די עלטערע סאלדאטן, וואס האט שוין געהערט מערערע פון אלישייב'ס בעפאר-שלאכט רעדעס, זיך געוואגט איבערצוהאקן מיט א שמייכל, "איך וועל היינט ווערן א רעבעל אוקריינער."

"הו, הו," האבן עטליכע האלב-שטיל געיובלט, געהאקט און געזעצט זייער וואפן אין ערהייטערונג, און זיך געשמאק צולאכט. אלישייב איז נישט געשטערט אדער עררעגט געווארן פון דעם איבערהאקונג. ער האט שוין געקעמפט מיט גרויסע טייל פון די פארזאמלטע מענער עטליכע מאל און ער האט געוואוסט אז הומאר איז פון די שטערקסטע און בעסטע מעטאדן צו בויען מאראל און געטריישאפט צווישן די זעלנער, נאך דערצו גלייך פאר א קאמף. די וועלכע לאכן אינאיינעם, קעמפן אינאיינעם. דעריבער האט ער געשמייכלט.

"ער זאגט דאס אויך. אבער אין אונזער פאל איז דא עפעס מער געפאסט. דער פילאזאף זאגט 'דו זאלסט ערשיינען שוואך ווען דו ביזט שטארק, און שטארק ווען דו ביזט שוואך'. מיר זענען איבערגאנגען די סאטאליט בילדער פונעם לאגער וואו סאקאלאוו און זיינע זעלנער געפונען זיך, נישט צו ווייט פון דא. ער האט א בריגאדע. מיר האבן א מערסטס א צוג. מיר זענען שוואכער פון אים, דעריבער וועלן מוזן ערשיינען שטערקער."

עטליכע סאלדאטן האבן צוגעברומט זייער איינשטימונג.

"די טיעמס וועלן ווערן צוטיילט ארום די לאגער, געוואנדן לויט זייער ספעציאליזירונג. איר ווייסט וואו איר מוזט זיין, און וואס איר מוזט טוען. אייער צוועק איז צו ברענגען כאאס, און צו פארקריפלען די וואפן-אינפרעסטרוקטור אויפשטעלט ארום די לאגער. די טאנקען, ראקעטן , און אנדערע גרויסע וואפן, לויט ווי איך האב געוויזן אויף די מאפעס און סאטאליט בילדער. אויסער די צילן וואס מיר האבן אנגעוויזן און אנגענומען זאלט איר נישט אטאקירן קיין אנדערע. מיר קענען זיך נאר ערלויבן אויפצורייסן די ערטער וואו מיר ווייסן זיכער אז דער געפאנגענער געפונט זיך נישט, אזויווי טאנקן און וואפן-דעפא. אלעס אנדערש איז צו ריזיקאליש, דעריבער האלט אייך אלע צו מיינע ווערטער און צו אייער צילן."

אלישייב האט זיך ארומגעקוקט אין די טינקל צו ווארטן און זעהן אז זיינע רייד זענען געווארן אנגענומען, אבער אזויווי אלע זענען געווען וועטעראן קעמפער איז עס נישט געווען נויטיג. אלע האבן פארשטאנען די ריזיקעס און אנווייזונגען.

"אזויווי מיר זענען שוואכער, און וועלן נעמען שווערע פייער פון זייער זייט ווי נאר זיין וועקן זיך אויף, זאלן אלע זיך צוריקצוען צו די זיכערהייט פון די וועלדער ווי נאר איר האט פארניכטעט אייער ציל. נאכן ערשטן אטאקע, ווען איר האט זיך שוין אלע צוריקגעצויגן, דאן וועט קומען פאר די צווייטע פאזע פונעם פלאן, ווי מיר אויסצופאלגן די אנדערע אנווייזונגען פון סון-צו, וואו ער זאגט 'די גרעסטע קונץ פון קריג באשטייט דערין אונטערצוווארפן דעם פיינט אן קיין קאמף'. דאס הייסט אז דאן וועט קומען די פארהאנדלונגען . ראטשעסטער, 'דאק', און איך, וועלן פירן די פארהאנדלונגען דערווייל וואס איר זענט אין די באהעלטעניש פון די ביימער. איר וועט ווארטן אויף ווייטערדיגע אנווייזונגען פון קאפיטאן יעגער," האט ער אנגוויזן אויף אן אפיציר, "איז קלאר?"

"הו," האבן זיי געענטפערט מיטן קורצן ברום וואס סאלדאטן זענען געווען געוואוינט.

דער דריטער וואס האט געזאלט באגלייטן אלישייב און ראטשעסטער צו די פארהאנדלונגען איז געווען 'דאק' הארבער, א ברייט און פעסט געבויעטע אמעריקאנער מארין מעדיק וועם ראטשעסטער האט מיטגעברענגט מיט זיך. יענער איז געווען א שטילער, אבער טויגליכער, סאלדאט, וואס האט געטוען וואס ברויך ווערן געטוען . ראטשעסטער האט אים געטרויעט, און דאס איז געווען גענוג פאר אלישייב'ן. אלישייב האט געמוזט מיטנעמען א דריטן צום פארהאנדלונג, און דער מעדיק איז געווען געאייגנט, ספעציעל זינט זיי זענען ניט געווען זיכער אין וועלכן געזונטהייט מצב אויסלענדער האט זיך געפונען. וואסילי, וועלכע האט געגעבן לאנג-שטרעקע שטיצונג מיט זיין סנייפער רייפל, איז געווען ערגעץ וואו אין די ביימער, פון וואו ער האט געקענט זעהן נישט נאר דעם גאנצן לאגער נאר דווקא אויך די גרעסטע סטרוקטור דערין וואו סאקאלאוו האט זיך העכסט ווארשיינליך אויפגעהאלטן.

אלישייב האט געקוקט ווי די צוטיילטע טיעמס רוקן זיך אוועק אין די ריכטונגען ארום און ארום לאגער. די זון האט געוויזן סמנים אז זי איז גרייט אויפצושיינען און האט זיך צוביסליך ארויפגערוקט איבערן האריזאנט. אלישייב האט געבליקט אויף זיין זייגער, און ווען די מאמענט איז אנגעקומען האט ער געציילט, דריי, צוויי, איינס, און מיטאמאל איז די לאגער באלאכטן געווארן מיט די העלן-פייער פון אויפרייסשטאף און די לאגער סטרוקטורן האבן געציטערט און געשפרינגען אונטער עטליכע מאסיווע אויסברוכן פון מעכטיגע גרענאטן. א וועכטער-טורעם איז געווען די ערשטע זאך וואס האט זיך גענצליך אונטערגעצינדען, און געברענט מיט העסליכע פלאמען און א דיקע שווארצע רויעך. פון עטליכע ריכטונגען זענען געקומען די קולות פון פליעדיגע ראקעטן, פונטליך געצילט צו פארניכטן די קאמפס-פעהיגקייט פון די גרויסע וואפן אינעם לאגער. איינס נאכן אנדערן האבן גערעגנט די אויפרייס שטאף אויפן לאגער און פארניכטעט די צילן.

און אזוי שנעל און פלוצלינג ווי די אטאקע האט זיך אנגעהויבן, האט זיך עס געענדיגט. אין די מאמענטן דערנאך האט זיך דערהערט א העכערונג אין קלאנגען פון דעפענסיווע ווי די רעבעלן האבן געכאפט זייערע קאלאשניקאווס און לייכט-וואפן צוריקצוקעמפן. אלישייב'ס טרופן, אבער, האבן זיך שנעל צוריקגעצויגן צו די וועלדער, ניצנדיג נאטור, די ביימער, שטיינער, און האלבע טונקלקייט, זיך צו שוצן. די רעבעלן לאגער איז געקומען צום לעבן ווי א געשטויסענע וועספן-נעסט, מיט ווילדע קולות און געלויפערי ווי הונדרעטער רעבעלן האבן זיך ערוואכט, קאמפס גרייט.

אלישייב געווארט ביז די לאגער האט זיך אביסל געשטילט ווי די רעבעלן טרופן האבן גענומען זייערע באשטומטע פאזיציעס אין אן קאנטער-אטאקע פארזוך, און ער זיך געדרייט צו ראטשעסטער און 'דאק' און געפרעגט,"גרייט?" ווען ביידע האבן צוגעשאקלט זענען זיי ארויס פון צווישן די ביימער אינעם ריכטונג פונעם שווער באוואכטן לאגער אריינגאנג. ער האט געהאלטן ביידע הענט אין די הייעך, און אין זיין רעכטע האנט האט ער געהאלטן א שטעקן מיט א ווייסן פאן אנגעהאנגען, און עס צושטאט געשאקלט הין און צוריק. ער האט געמאכט זיכער אז די וועכטער, וועלכע זענען געווען אנגעצויגן, צושאקלט, און פול מיט אדעראנילן ביים אריינגאנג פונעם לאגער זאלן זעהן דעם פאן נאך פאר זיי זעהען אים. ווען זייער אויפמערקזאמקייט איז געווען גענצליך אויפן פאן האבן זיך די צוריק-שאס קלאנגען פון די קאלאשניקאווס או גרענאטן אויפגעהערט. זיין ווייסע פאן איז געווען א סימבאל פאר פארהאנדלונג און דיסקוסיע. אויסער די ווייסע פאן און א האנט-פיסטאל אין אן אקסל-האלטער, זענען די דריי אונטערן ווייסן פאן געווען אומבאוואפנט. ראטשעסטער און דאק האבן געהאט דינע שוץ-וועסטלעך, אבער אלישייב נישט. ער האט געוואוסט אז מען וועט זיי גרונטליך דורכזוכן, און אוועקנעמען אלעס וואס קען גענוצט ווערן אלץ וואפן, און ער האט זיך פשוט געוואלט גרינגער מאכן. סיי ווי וואלט א שוץ-וועסטל נישט צופיל אויפגעטוען.

א באדייטנדע גרופע נייגעריגע סאלדאטן, אלע באוואפנט מיט זייערע שנעל געכאפטע געוועהר פון ווען זיי זענען אזוי פלוצלינגדיג ערוועקט געווארן, האבן זיך פארזאמלט נעבן די וועכטער ביים אריינגאנג. אלישייב האט זיי נישט געוואלט געבן קיין שום סיבה צו שיסן, און איז ער געגאנגען זייער פאמעלאך, מיט ראטשעסטער און דאק באגלייט.

"איך וויל רעדן צום קאמאנדיר," האט ער געזאגט הויעך ווי ער האט זיך דערנענטערט.

"נאך איין טריט און מער און איך וועל דיר צושיסן אויף אזויפיל טיילן אז אפילו די רויב פויגל וועלן נישט קענען טרעפן וואס צו עסן," האט זיך איינס פון די וועכטער צושריגן אויף אלישייב.

"דאס וואלט נישט געווען געראטן. איך האב ביזנעס און פארהאנדלונגען מיטן קאמאנדיר. איך קום אונטער א ווייסן פאן."

די רעבעלן זענען נישט געווען זיכער וואס צו טוען. איינער האט געשריגן צו רופן א העכער ראנקיגן סאלדאט. א זעלבסט-פראקלאמירטער ליוטענאנט, א ברייטער, נידעריגער מאן מיט דינע האר, קרימע אויגן און הענגעדיגע באקן, איז געקומען זעהן וואס די רעש איז. ער איז געווען נערוועז און ווילד מיט זיין קאלאשניקאוו נאך די אלע אויפרייסענישן ארום דעם לאגער, און ער ארומגעגאנגען ציילן די שאדן אין מענטשן און אפעראטור.

"ווער איז דאס?" האט ער געפרעגט זיינע זעלנער, און דערנאך גלייך אלישייב'ן, "ווער ביזטו?"

"איך בין מאיאר מישא אלישייב, רוסישע פעדעראציע," האט ער געזאגט גענוג הויעך אז אלע זאלן הערן, ווי מער עדים אלץ בעסער, "און איך קום אונטער א ווייסן פאן."

"דו האסט נארוואס אטאקירט מיין וואפן-דעפא?"

"יא, אבער איך שפיר זיך זייער שולדיג פארדעם," האט ער געזאגט מיט הויפן סארקאזם, "איך וויל איבערבעטן דעם קאמאנדיר."

דער רעבעל ליוטענאנט האט געהויבן זיין האנט-געוועהר אין דראונג און רעגעניש און געצילט אויף מישא'ן.

"אין דיינע שוך וואלט איך דאס נישט געטעון," האט אלישייב געזאגט מיט אנגעשטעלטע רואיגקייט,"דו זעהסט, אין די וועלדער הינטער און ארום מיך, פונעם ריכטונג וואו די ערשטע אטאקע איז געקומען, שטייען גרייט מיינע צוגן פון גערעגטע זעלנער, אויגן געוואנדען אין דעם ריכטונג צו זעהן אויב ווערט די ווייסע פאן רעספעקטירט, און אויב נישט וועט זיך די אטאקע ווידער אנהייבן. אויך האב איך פארהאנדלונגען מיט דיין קאמאנדיר, ארטור סאקאלאוו, און איך גלייב אז ער וואלט נישט געוואלט פארהאנדלען מיט א צושאסענע קערפער. זייער שווער צו שמועסן צוזאמען ווען איינס פון די רעדנער איז טויט."

"ווער זענען די אנדערע," האט דער ליוטענאנט געפרעגט, און געוויזן אויף אלישייב'ס באגלייטער.

"מיין סעקרעטאר און זיין בעסטע קאזין, מיטגעקומען צו געבן עמאציאנאלע שטיצע אין די פארהאנדלונגען" האט אלישייב געשפעט פונעם ליוטענאנט'ס פרואוו צו פירן דעם שמועוס. ער האט נישט געוואלט האנדלען מיט דעם ליוטענאנט, נאר רעדן סאקאלאוו'ן. "זיי זענען אויך נויטיג צו די פארהאנדלונגען. דיין קאמאנדיר וויל זיי זאלן מיטקומען. פרעג אים. רוף עס אריין."

דער ליוטענאנט האט זיך אויסגעדרייעט, געשוקט איינעם זיך נאכצופרעגן ביים קאמאנדיר, און געווארט אויף אן ענטפער. אלישייב האט געווארט געדולדיג ביז דער ענטפער איז געקומען, און דער ליוטענאנט האט געווינקן אז זאלן זיך דערנענטערן פאר אן אונטערזוכונג. אלישייב'ס האנט-פיסטאל איז ווילדערהייט קאנפיסקירט געווארן דורך דעם ליוטענאנט, אבער ביי די אנדערע האט האבן זיי נישט געפונען וואפן.

"העי!" האט זיך אלישייב אנגערופן צום ליוטענאנט, "דער פיסטאל איז מיין."

"געווען דיין, און יעצט איז עס מיין," האט ער געזאגט שטאלצערהייט, און געלייגט דעם פיסטאל אין זיין פאסיק, זיך צו רייצן מיט אלישייב'ן. אלישייב האט נישט געמייכלט, נאר געשפילט ווי די ווערטער האבן אים עררעגט, אבער אין אמת'ן איז ער געווען צופרידן ווי א שאך שפילער נאך א געווינס אז דער ליוטענאנט האט זיך אזוי גוט אריינגעשפילט. אזוי גרינג, האט אלישייב געטראכט, אויסצורעכענען די רעאקציע פון א סאלדאט נאכן זיך דרייען אין זייער געזעהלשאפט פאר אזויפיל יאר.

"גיי," האט דער ליוטענאנט באפוילן, האלטנדיג איין האנט אלישייב'ס פיסטאל אין זיין פאסיק, און די אנדערע אין א דראענדע אופן אויף זיין קאלאשניקאוו זיי צו יאגן. ער האט זיי געפירט אריין אינעם לאגער, צווישן די העסליכע בליקן פון די רעבעלן זעלנער וועלכע זענען געווען גרייט זיי פערזענליך צו צורייסן פאר זייערע אקטן. אויפגעריסענע טאנקען און דעפאס וועלכע האבן נאך געפלאקערט אונטער די היץ פון די אויפרייס שטאף האבן געווארעמט די שוין הייסע זומער לופט.

ביים אריינגאנג צום גרויסן סטרוקטור האט דער ליוטענאנט אפגעשטעלט ראטשעסטער און דאק און געזאגט אויף אלישייב'ן, "נאר ער קען אריינגיין, ביז דער קאמאנדיר וועט ערלויבן."

די סטרוקטור האט נישט געהאט קיין טיר, נאר א גרויסער קאנוואס איז געהאנגן ביים עפענונג. מישא האט עס אוועקגערוקט אין אריין. אינעווייניג איז געווען אויסגעלייגט קאסטנס מיט וואפן, פעסער וואסער און ענסן פראוויאנטן, טישן, בענק, און אנדערע סופלייען, אלעס פראוויזאריש אויפגעשטעלט.

אינמיטן צימער, אויף צוויי קאסטנט געלייגט איינס אויפן צווייטן, איז געזעצן א מענטש וועם אלישייב האט קיינמאל פריער באגעגענט, אבער דערקענט פון די בילדער און ווידיא פוטידזש וואס ער האט באטראכט אזויפיל שעה. אויסלענדער האט זיך אביסל געשאקלט פון שרעק, פון די מלחמה קלאנגען און אויפרייס. אויסער די דערשראקענע בליקן און בלאסקייט האט ער אויסגעזעהן צו זיין אין א פארהאלניסמעסיג גוטע צושטאנד. סאקאלאוו, וועלכער איז געשטאנען גלייך הינטער דעם איד האט געהאלטן איין האנט אויף דעם איד'ס האלז נאט געדרוקט זיינע פינגערס אין א סאדיסטישע פרואוו אים צו פייניגן, און די צווייטע האט ער געהאלטן א פיסטאל געצילט אויף מישא'ן.

"זייער נאריש פון דיר צו קומען אהער," האט סאקאלאוו געזאגט. זיין שטימע איז געווען רואיג אבער זיינע אויגן האבן געגאסן פייערדיגע האס.

"גערעכט. עס איז זייער נאריש פון מיר," האט אלישייב געזאגט, האלטנדיג זיינע הענט אין די הייעך.

"דו ווייסט אז איך וויל דיר זעהן טויט," האט סאקאלאוו געזאגט.

"איך ווייס," האט אלישייב געענטפערט.

"דאן ווי האסטו דרייסטקייט זיך צו באווייזן פאר מיר מיט א ווייסן פאן?"

"ווייל איך ווייס אז דו ביזט נישט קיין נאר.דו ביזטו אויך אן אויסגערעכנטער ביזנעס-מאן. דו קוקסט אויפן גרויסן בילד, אויפן צוקונפט. נישט פארדעם האסטו געפאנגען דעם מאן?"

"זאג וואס דו ווילסט זאגן, איך פארליר געדולד," האט סאקאלאוו געזאגט, און געדריקט זיינע פינגער שטערקער אויפן האלז פון אויסלענדערן.

"איך בין געקומען פארהאנדלען. איך לייג אויפן טיש א צוקערברויט-און-בייטש אפפער. איך האב וואס דו ווילסט, און דו האסט וואס איך וויל, לאמיר טוען ביזנעס."

סאקאלאוו האט זיך צולאכט אין צינישן שפאט, "דעס דא? דער נוצלאזן מענטש איז וואס דו ווילסט? פאר דעם ביזטו דא, און געלייגט דיין לעבן אין מיינע הענט אזוי אפן? עטץ יעוורעיסקי זענטס א מאדנעם פאלק. דו ווילסט פארהאנדלען? וואס האסטו פאר מיר וואס איז מיר מער ווערד ווי דיין טויט, און דעם נישטיגן אידישן קאנסולטאנט?"

"איר זענט אין דער ארדענוג? געזונט?" האט אלישייב איגנארירט סאקאלאוו'ן און אדרעסירט דעם איד אויף ענגליש. ער האט גענוג גוט געקענט סאקאלאוו צו וויסן אז אויב ער האט נישט גלייך געשאסן וועט ער נישט שיסן ביז ער ווייסט פאר זיכער אז ער האט נישט וואס צו פארלירן. דער איד האט לייכטערהייט געשאקלט מיטן קאפ, און אלישייב האט אים פארזיכערט "איך בין מאיאר מישא אלישייב, און איך וועל דיר אהיימנעמען צו דיין ווייב און קינדער מיט ג-ט'ס הילף."

"רעד צו מיר!" האט סאקאלאוו געשריגן, און געשטופט אויסלענדערס קאפ אויף אראפ אין א צוואנגסגריפע. אבער אזוי שנעל ווי ער האט זיך געבייזערט האט זיך זיין האלטונג געטויש און ער איז צוריק געווארן רואיג, אפלאזנדיג אביסל דער דרוק וואס ער האט געהאלטן אויף דעם איד'ס האלז.

"א צוקערברויט און בייטש אפפער, זאגטסו? וואס איז די צוקערברויט?"

אלישייב האט צוריקגעטוישט פון ענגליש אויף רוסיש.

"די אימפעריע. אלעס וואס איך געבויעט פאר אונזער 'באס'. אינפארמאציע, נעמען, אפעראטיוון, באנק קאנטעס, סודות, מיליטערישע קאנטאקטן, אלעס קען איך דיר איבערגעבן. דו וועסט קאנטראלירן די אימפעריע, און דו וועסט דאס קענען טוען מיט די געצייג און צוטריט וואס איך וועל דיר געבן."

"פארוואס זאלסטו מיר דאס אלעס איבערגעבן? דו וועסט ווערן נוצלאז צום 'באס'."

"דאס איז פלאן. איך זוך א וועג ארויס."

"ארויס? דער באס וועט דיר קיינמאל נישט לאזן גיין. דו ווייסט צופיל און ביזט אומשטאנד אים אראפצוברענגען."

"דערפאר דארף איך דיך האבן. די באס וועט מוזן זיין איבערצייגט אז דו האסט מיר געטויטעט אין קאמף."

"ער וועט דאס קיינמאל נישט גלייבן," האט סאקאלאוו געזאגט.

"אלעס איז אויפגעשטעלט אז עס זאל גענוג באווייז און גערעדע פון מיין טויט דורך דיינע הענט."

"דער באס וועט נישט גלייבן, ער וועט ווילן זעהן א קערפער."

"דאן וועסטו אים מוזן פארפירן און אים האלטן גענוג פארנומען אז ער זאל פארגעסן פון מיר. איך גלייב נישט אז דו האסט א פראבלעם צו מאניפולירן דעם באס."

"און דעם בייטש?" האט סאקאלאוו געוואלט וויסן וואס אלישייב פלאנט צו טוען אויב ער זאגט אים אפ.

"וואסילי קאטשענקא. דו ביזט באקאנט מיט זיינע סנייפער פעהיגקייטן. ער האלט אן אויג אויף דעם לאגער פון א ווייטע שטרעקע. אויב וועסטו נישט אננעמען מיין אנבאט, דאן וועסטו נישט קענען ארויס פון דעם סטרוקטור אן דעם וואס וואסילי זאל דיך ערלעדיגן אויפן ארט. ער איז אזוי אויפגעהייטערט פונעם געדאנק אז ער זאל דיר קענען שיסן אז איך גלייב אז אפשר האפט ער אז דו זאלסט נישט אננעמען מיין אפפער."

"אלעס פאר דעם איד?"

"און אויך פאר מיין פרייהייט," האט אלישייב געענטפערט.

סאקאלאוו האט זיך פארטראכט, געפרעגט עטליכע טעכנישע פראגן וויאזוי אלעס וועט צוגיין, און דערנאך געגעבן זיין ענטפער.

***

נאך א לאנגע וויילע פון פארהאנדלונגען, האט זיך די קאנוואס פונעם סטרוקטור גערוקט, און סאקאלאוו האט זיך באוויזן ביים אריינגאנג האלטנדיג דעם קאנוואס אפן פאר אלישייב און אויסלענדער. מישא האט אונטערגעהאלטן אויסלענדער צוליב זיין שוואכקייט און דערשראקנקייט און אים ארויסגעפירט אינדערויסן. עטליכע פוס אוועק זענען געשטאנגען ראטשעסטער, דאק, און דער רעבעל ליוטענאנט, און ווען די צוויי אמעריקאנער האבן געזעהן אויסלענדער'ן האבן זיי זיך געאיילט אים צו העלפן. סאקאלאוו האט געוויזן פאר זיין ליוטענאנט אז ער זאל לאזן גיין, זאגנדיג, "זיי האבן געצאלט א גרויסן פרייז פאר דעם האסטעדזש. לאז זיי גיין."

דער ליוטענאנט האט געזידט, און עטליכע פון די ארומיגע סאלדאטן האבן געשפיגן אין געשריגן און די ריכטונג פון אויסלענדערן. די פיר זענען נאר געגאנגען עטליכע טריט ווען אלישייב האט זיך אויסגעדרייט מיט א ריזיגן שמייכל צו סאקאלאוו און געזאגט מיט שפאט, "זעהט אויס אז איך האב ווידער געזיגט קעגן דיר."

סאקאלאוו'ס פנים איז געווארן רויט פון עררעגעניש, זיינע אויגן האבן גענומען שפריצן פייער אויף דעם באליידיגונג פארנט פון זיינע סאלדאטן, און ער האט פארלוירן קאנטראל, "דו נידעריגער יעוורעי!!! האט ער זיך צושריגן, געזוכט א וואפן אבער ער האט געלאזט זיין פיסטאל אינעווייניג, געלייגט אן אויג אויף זיין ליוטענאנט, געגעבן א כאפ ארויס דעם פיסטאל וואס יענער האט קאנפיסקירט פון אלישייב'ן פריער, צוגעשפרינגען צו אלישייב'ן, און געשאסן פונקט אין קאפ.

די שאס האט זיך דערהערט אזוי פלוצלינג און אזוי הויעך אז עס האט שאקירט די ארומיגע, און צוטרייסלט די וועלכע זענען געשטאנען גלייך נעבן אלישייב'ן. אלישייב איז גלייך געפאלן לעבנסלאזיג אויף דער ערד, און פון די זייט פון זיין קאפ האט זיך גענומען רינען בלוט אראפ צו דער ערד. אויסלענדער איז געפרוירן געווארן פאר שרעק, זיינע פוס האבן זיך געוואקלט און ער איז כמעט צוזאמגעפאלן. ראטשטעסטער און דאק זענען געוואן שאקירט און בלאס, זייער ערשיטערונג קלאר אויף זייערע פנימער.

"נעם דעם קערפער און טראג אים אפ פון דא! פארדאמטער יעוורעי!" האט סאקאלאוו געזידט, און זיך אויסגעדרייעט און צוריק אריין אינעווייניג, ווי נישט אפעקטירט.

עס האט אויסגעזעהן ווי ראטשעסטער איז געקומען צו זיך פון זיין שאק, און ער אויסגעשריגן צו די ארומיגע, "ג-ט אין הימל, דו האסט אים דער'הרג'עט". ער האט זיך שנעל געבויגן צום קערפער וואס איז געלעגן לעבנסלאזיג אויף דער ערד, גערופן דאק זאל זוכן א פולס, אבער נאך עטליכע סעקונדן האט דאק געשאלקט מיטן קאפ אז ער פילט עס נישט. ראטשעסטער האט געלייגט זיינע הענט אויף זיין קאפ אין פארצווייפלונג, אבער דאק האט אים געצויגן א זיי דארפן זיך ארויסזעהן פון דארט. ער האט געהויבן אלישייב'ס קערפער פון די ערד אין א ספעציעלע וועג אין וועלכע ער איז געווען טרענירט אלץ מעדיק, וואס האט ערלויבט צו הייבן די קערפערוואג פון איינער וואס איז געווען העכער און ברייטער פון אים. מיט אלישייב'ן איבער די אקסלען, מיט די הילף פונעם צוטראגענעם ראטשעסטער און אויסלענדער, זענען דריי געגאנגען מיט די שנעלסטע פוסטריט מעגליך צום ארויסגאנג פונעם לאגער. דארט האט זיי שוין אפגעווארט איינע פון די דזשיפס, וואס די וועכטער האבן געלאזט שטיין דארט אן באלאסטיגונג ווען זיי האבן געהערט אז דער קאמאנדיר פירט פארהאנדלונגען מיט שונא. מיט שוועריקגייט האט דאק ארויפגעלאדנט אלישייב'ס קערפער אויף די הינטערשטע טייל פונעם דזשיפ, בעת ראטשעסטער האט ארויפגעהאלפן אויסלענדער'ן, און נאך פאר יעדער איז געווען גענצליך דערויף האט זיך עס ארויסגעלאזט ווי א שנעל-צוג.

***

אינמיטן וועג צוריק צו וואו די פארזאמלטע סאלדאטן האבן געווארט אויף די אנקום פון זייער טיעם פירער, האט זיך די דזשיפ אפגעשטעלט, און ראטשעסטער און דאק זענען ארויסגעשפרינגן צו העלפן אלישייב'ן אראפ. אלישייב האט זיך אנגעהאלטן דעם קאפ פאר פיין, זיינע אויגן פארמאכט בעת ער האט פרובירט זיך צו אריענטירן. ער האט אנגענומען די שמאטע וואס ראטשעסטער האט געאפפערט אז ער זאל קענען אפווישן די זייט פון זיין קאפ פון די שעפסן-בלוט און קליינע שטיקלען וואטע וואס זענען ארויסגעשאסן געווארן פונעם פיסטאל וואס אלישייב האט געהאט מיטגעבראכט.

"אפילו א לער-בולעט טוט געפערליך וויי ווען עס ווערט געשאסן אזוי נאנט צום קאפ. אלעס שווינדלט מיך נאך," האט אלישייב געזאגט זיינע אויגן נאך אלץ פארמאכט.

אויסלענדער איז ענדליך אראפגעקומען פונעם אויטא זיין צומישעניש און שרעק אביסל נאכגעלאזט, אבער זיינע פוס נאך אלץ וואקלדיג.

"איר האט מיר זייער דערשראקן, מאיאר, איך האב באמת געגלייבט דאס וואס איך האב געזעהן מיט אויגן, און עס האט צוריסן מיין הארץ. איך דאנק אייך זייער פארן ראטעווען מיין לעבן."

"ניין. איר האט געראטעוועט מיינס. און דער מאיאר לעבט שוין נישט. איך בין מיכאל אלישייב, א פארגעניגן זיך צו באקענען," האט ער געזאגט מיט א שמייכל און אים געגעבן שלום.

"וואסילי ווארט אויף דיר," האט ראטשעסטער געזאגט זיי צו יאגן, "אין די צוויי טיעמס ווארטן אויך אז מיר זאלן צוריקקומען. אזא שאד אונזער בארוהמטער מאיאר וועט נישט צוריקקומען צו זיי. אזא פארלוסט. ווייניגסטנס האב איך האב געהאט די פריווילעגע און עהרע זיך צו קענען מיט אים ביים לעבן. איך בין אים אבער שולדיג געבליבן א גלאז 30 יעריגע היילענד-פארק סקאטש וויסקי."

אלישייב און ראטשעסטער האבן זיך ארומגענומען, געקלאפט די רוקנס אין פריינטשאפט, און געלאכט צוזאמען צום לעצטן מאל.

און אלישייב איז פארשוואונדן געווארן צווישן די הויכע ביימער און לאנגע בלעטער, און איז געגאנגען אינעם ריכטונג וואו וואסילי האט אים אפגעווארט. פון דארט האט אים וואסילי געזאלט העלפן, נאך די אלע יארן און געשעענישן, טראומע און בלאטע, מסירת נפש און ווייטאג, טרעפן א וועג אהיים. קיין ארץ ישראל.

***

נאך די לאנגע וועג צוריק, קודם מיט א העליקאפטער ביז צו א הערליכע ווילא נעגן דעם טייך דניעפער, און פון דארט מיט אן אויטא דאס גאנצע וועג קיין קיעוו, איז יעדער געווען ערמאטערט.

די טשאפער וואס האט זיי געהאט געפירט פון אינדערויסן דאנעצק ביז צום טייך דניעפער, און אויך די דאך לאנדונגס-פלאץ וואו די העליקאפטער האט אראפגעלאנדעט, האבן געהערט צו א דיאמאנט הענדלער, רייכער ווי כורש דער גרויסער, מיט נאנטע פארבינדונגן צו די רוסישע און אוקריינער מאפיעס. יענער איז געווען שולדיג אסאך פאר אלעק'ן, און האט גערן געלאזט נוצן אויך זיין רעזידענץ ביז זיי האבן זיך צוזאם געקליבן, און גרייט געמאכט אן אויטא צו נעמען זיי די רעשט פון די וועג קיין קיעוו. זיי האבן געמוזט צוריקפארן קיין קיעוו, צו קענען אריינטשעקן שמעון אויסלענדער אין א גוטע שפיטאל פאר אונטערזוכונג. אויך האט ראשטעסטער גערעכנט אז זיי מוזן זיין נאנט צו די אמעריקאנער קאסולאט, פון וואו אויסלענדערס רעכטן אלץ אן אמעריקאנער בירגער וועלן זיין מער פארזיכערט. זיי האבן געהאט די מעגליכקייט פון פארן מיט א פליגער פון א לאקאלע לופטפעלד ביז קיעוו, אבער זיי האבן נישט געוואלט ריזיקירן ארעסטירט דורך די לופטפעלד באאמטע אויב די סטעיט דעפארטמענט האט שוין איבערגעדרייט זיי צו זוכן.

אינעם שפיטאל צימער האט מען ווארעם געמאכט אויסלענדער'ן מיט א טיי, א סוועטער, און א וואלענע דאכענע. ראטשעסטער האט זיך אראפעזעצט נעבן ר' שמוען, רעדן צו אים, און אים בארואיגן. ער האט צוגעשלעפט א לעפטאפ, געמאכט די נויטיגע פארבינדונגען, און ארויפגעברענגט געדרייעט דעם 'סקרין' עס זאל זיין באקוועם פאר אויסלענדער'ן. אויף דעם האט ר' שמעון געקענט זעהן זיי גאנצע משפחה וועלכע זענען שוין פריער אינפארמירט געווארן אז זייער טאטע קומט אט אט אהיים.

די קינדער האבן געלאכט און געזונגען און גערעדט דאס העכסטע וואס זייער קול האט נאר ערלויבט. ר' שמעון האט גערעדט צו יעדן באזונדער, זיין קול געשטיקט און זיינע אויגן נאס.

איינע פון די קליינע האבן זיך אנגערופן "טאטי, די גוי איז אפילו געקומען זעהן פארוואס דו ביזט נישט אינדערהיים."


מרת. אויסלענדער האט מורא געהאט אז ראטשעסטער זאל נישט האבן קיין מיספארשטענדעניש פון די ווערטער וואס ער האט געקענט אויפכאפן האט קלאר געמאכט אויף ענגליש וואס דער קליינער האט געזאגט.

"ר' קיבא לעוו'ס היים-געהילף איז געקומען זיך נאכפרעגן אויף דיר. זעהט אויס דער אלטער, כאטש ער פארגעסט רוב זאכן, האט נאך געדענקט אז דו גריסט אים יעדן טאג, און פלוצלינג האט ער דיך נישט געזעהן איז ער געווארן באזארגט."

ראטשעסטער האט נישט געשמייכלט אויף די ווערטער. אנשטאט איז ער פארשטומט געווארן פאר עטליכע סעקונדען. ווען אויסלענדער האט געבליקט אויף אים צו זעהן וואס האט פאסירט האט יענער געפרעגט מיט דרינגליכקייט.

"קיבא לעוו? אן אלטער?"

אויסלענדער האט נישט געוואוסט וואס איז איבערגעקומען ראטשעסטער.

"יא, מיין שכן, אן אלטער פוילישער איד. פארוואס?"

"ער האט משפחה?"

"ליידער נישט."

ראטשעסטער איז געווען גענצליך איבערגענומען ווען ער האט געענטפערט, "מער צוואנציג יאר צוריק, ווען איך האב געדינט פארן אגענטור אין בערלין האב איך געהאט די עהרע צו פירן אן אלטער פוילישער איד מיטן נאמען איתמר לעוו פון בערלין ביז ארץ ישראל. ער איז געווען קראנק און אלט און געוואלט זיין באגראבן צווישן זיינע ברודער-העלדן. ער האט מיר דערציילט אויפן וועג וועגן זיין זוכעניש פאר זיין ברודער, מיט נאמען קיבא."

ראטשעסטער האט געהאט טרערן אין די אויגן ווען ער פארעדיגט, "איך וועל מיטקומען מיט דיר ווען דו גייסט אהיים. איך וויל זעהן דעם אלטן קיבא לעוו. איך וויל אים איבערגעבן אז זיין ברודער ליגט אין ארץ ישראל און ווארט אז ער זאל קומען צינדן א לעכט פאר אים."

אויסלענדער האט געשאקלט מיטן קאפ, איבערגענומען פון די רייד. און פון די לעפטאפ סקרין איז געקומען פאר א לאנגע צייט די צופרידענע קולות פון די קינדער אז זייער טאטע קומט ענדליך אהיים.



ענדע-
אוועטאר
אייגנארטיג
שר האלף
תגובות: 1200
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2020 12:28 pm

Re: ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אייגנארטיג »

walla
אזוי קנאקעדיג וואלטיער !!!!!!!!!!!!!
שרייטס אלע הויעך
[align=center]א גרויסן יישר כח פארן מהנה זיין כלל ישראל[/align]
הר גריזים
שר האלף
תגובות: 1531
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 14, 2017 1:34 pm

Re: ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הר גריזים »

גיי מיר ליינען, אבער קודם כל א ריזיגע ישר כח פאר דיין צייטליכע וועכענטליכע ארבעט! דער אייבערשטער זאל דיר באצאלן אלעס גוטס..
אוועטאר
אייגנארטיג
שר האלף
תגובות: 1200
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2020 12:28 pm

Re: ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אייגנארטיג »

מיר געהאלטן געשפאנט ביז צו די לעצטע רגע, און דער שטיקל מיט קיבא הפלא ופלא
אוועטאר
שמו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4954
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 31, 2011 12:38 pm

Re: ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמו »

;1@ ;1@ ;1@ ;1@ ;1@ ;1@ ;1@ ;1@ ;1@ ;1@ ;1@ ;1@ ;1@ ;1@ ;1@ ;1@ ;1@ ;1@ ;1@
כשמ"ו כן הוא

סיין זיך אויף מיט די לינק צו Webull stocks platform, און איך און די וועלן פארדינען free stocks נאכן deposit $100 די ערשטע 30 טעג פון אויפסיינען https://act.webull.com/nt/1tSOfvYQhs4K/

גם אני נקי עם נטפרי
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”