ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
nice man
שר מאה
תגובות: 191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 26, 2021 9:04 am

Re: ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך nice man »

ישר כח!! מיר קוקען ארויס פאר די נעקסטע מעשה
אוועטאר
נתנאל מינצבערג
שר חמש מאות
תגובות: 538
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מאי 19, 2017 8:32 am

Re: ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נתנאל מינצבערג »

יישר כח וואלטיער! מיטגעהאלטן יעדע וואך מיט שפאנונג, אין מיין לעבן האביך ניש געליינט א פארזעצונג פון אזא הויכע קאליבער! (איך בין א גרויסע ליינער) אין די וועג וויאזוי די סטיקסט צו א קערעקטער איז הפלא ופלא!
אפשר קומסטו אריין ווארפן א שטיקל ליכט אויפן מיסטעריעזן געשטאלט פון וואלטיער?
האסטו נאך אן אקטיווע ניק?
וואס האט דיך געגעבן די טרייב קראפט אנצוגיין וואך נאך וואך?
פין וואו קענסטו אזוי מייסטערהאפטיג די רוסישע קולטור און אויסדריקן צב"ש דאווישנע?
האסטו גלייך ביים אנהייבן געהאט די גאנצע מעשה אין קאפ?
ועוד
שלום בית איז א טעאריע
אוועטער קרעדיט @גארנישט מיט נישט ריסייז קרעדיט @אויפגעפרישט
סופרים שטיבל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 411
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 03, 2020 3:38 pm

Re: ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סופרים שטיבל »

נתנאל מינצבערג האט געשריבן:יישר כח וואלטיער! מיטגעהאלטן יעדע וואך מיט שפאנונג, אין מיין לעבן האביך ניש געליינט א פארזעצונג פון אזא הויכע קאליבער! (איך בין א גרויסע ליינער) אין די וועג וויאזוי די סטיקסט צו א קערעקטער איז הפלא ופלא!
אפשר קומסטו אריין ווארפן א שטיקל ליכט אויפן מיסטעריעזן געשטאלט פון וואלטיער?
האסטו נאך אן אקטיווע ניק?
וואס האט דיך געגעבן די טרייב קראפט אנצוגיין וואך נאך וואך?
פין וואו קענסטו אזוי מייסטערהאפטיג די רוסישע קולטור און אויסדריקן צב"ש דאווישנע?
האסטו גלייך ביים אנהייבן געהאט די גאנצע מעשה אין קאפ?
ועוד



גוט ארויס געברענגט די שעצונג און פראגעס וואס ווירבלט אין מיין מח
קאנסאלטענט
שר חמש מאות
תגובות: 925
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 02, 2021 4:50 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאנסאלטענט »

וואלטיער האט געשריבן: נישטיגן אידישן קאנסולטאנט


:x :x :twisted: :twisted: :evil: :i" :i" :i" :evil: :evil: :twisted: :i" :i" :i" :twisted: :twisted:
ואני בתומי אלך.
אוועטאר
שמו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4954
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 31, 2011 12:38 pm

Re: PDF

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמו »

קנאפער ידען האט געשריבן:דא איז די גאנצע מעשה איז א PDF:
https://www.dropbox.com/s/z4ad44zrezvag ... C.pdf?dl=0

ייש"כ מרובה
כשמ"ו כן הוא

סיין זיך אויף מיט די לינק צו Webull stocks platform, און איך און די וועלן פארדינען free stocks נאכן deposit $100 די ערשטע 30 טעג פון אויפסיינען https://act.webull.com/nt/1tSOfvYQhs4K/

גם אני נקי עם נטפרי
אוועטאר
יש לו מנה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3998
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 28, 2020 2:55 pm
לאקאציע: אונטערן מאטראץ

Re: ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש לו מנה »

הערליך הערליך הערליך!!
איך גיי מיט שלייקעס...

און איך שטרעב פאר א קוטשמע!!!
קאנסאלטענט
שר חמש מאות
תגובות: 925
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 02, 2021 4:50 pm

Re: ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאנסאלטענט »

אייגנארטיג האט געשריבן:walla
אזוי קנאקעדיג וואלטיער !!!!!!!!!!!!!
שרייטס אלע הויעך
[align=center]א גרויסן יישר כח פארן מהנה זיין כלל ישראל[/align]
ואני בתומי אלך.
וואלטיער
שר חמישים
תגובות: 69
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 16, 2017 11:24 am

Re: ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואלטיער »

א גרויסן יישר כח פאר אלע וואס האבן מיך אלץ געמוטיגט מיט ווארעמע ווערטער, וואך נאך וואך.
איך פארשטיי די נייגער אין ווילן וויסן ווער 'וואלטיער' איז, אבער צוליב סיבות קען איך נישט מגלה זיין (אבער ס'איז דא א קליינע טיפ אין איינס פון די פאלגנדע ענטפערס). איין זאך קען איך יא זאגן אז איך קום פון א משפחה פון שרייבערס.

פרובירן צו ענטפערן דאס וואס עטליכע האבן געפרעגט:

1.איך האב נישט קיין אנדערע ניק. איך האב קיינמאל נישט פריער געשריבן אויף אייוועלט, און קיינמאל אונטער אן אנדערן ניק. אויך האב איך נישט קיין פלאן צו שרייבן אויף ווייטער.

2.די מעשה איז א היסטארישע פיקציע, און די צוועק פון שרייבן אין די קלאס פון פיקציע איז צו דערציילן היסטאריע און עס מאכן אינטערעסאנט און באלערנד אין די זעלבע צייט. דער שרייבער פון א היסטארישע פיקציע נעמט אקטועלע געשעענישן און אשטאט עס צו שרייבן ווי א היסטאריקער אדער דשורנאליסט לייגט ער אריין א פיקטיווע כאראקטער, געווענטליך א העלדישע פיגור, און לאזט יענעם דורכמאכן די היסטארישע מאמענטן אין אן אקטיוון וועג, כאילו דער פיגור וואלט דארט געווען און געהאט א ראלע אין די געשעענישן. למשל, איך האב געוואלט אז מישא זאל נישט נאר דורכלעבן די צוזאמפאל פונעם בערלינער וואנט, נאר אויך האבן א דירעקטע האנט דערין. דערנאך האט ער געזאלט באקומען א פארפאניקטע רוף פון מיסטער אדאמאוו, בעטנדיג ער זאל פארניכטן אלע פיילס אין די שטאזי ארכיוון וואס ווייזן אויף זיין ראלע אלץ שפיאן. דאס איז אלעס היסטאריש באזירט. נאך די צוזאמפאל פונעם וואנט זענען געווען מאסיווע פאלקס פראטעסטן אינדערויסן פון די שטאזי הויפטקוואטיר, און די אגענטן אינעם בנין זענען געווען פארנומען פאר עטליכע טעג צו פארניכטן שטאזי רעקארדס. די פאראייניגטע רעגירונג האט שפעטער פרובירט צוזאמצושטעלן די צוריסענע רעקארדס פאר זייערע היסטארישע ארכיוון און פארן מוזעאן. פון וולאדימיר פוטין זענען טאקע פארבליבן דאקומענטן פון זיינע יארן אלץ בערלינער ק.ג.ב אגענט, זעהט אויס ווייל מישא האט זיי נישט פארניכטעט.

3.די טרייבע צו פארענדיגן איז געקומען פשוט ווייל איך האב אן אמת'ע פארגעניגן ווען אנדערע האבן הנאה פון מיין שרייב ווערק.

4.מיין באקאנטשאפט מיט רוסישע קולטור קומט פון צוויי זאכן: 1), איין זייט פון מיין משפחה קומט פון די סאוועטן. איך בין א שטאלצער בוכארער . רוב ווייסן נאר איבער די אידן פון אוזבעקיסטאן צוליב ר' יום טוב עהליך זצ"ל און זיינע צוויי ניגונים - יאקאב, און סאמארקאנד. רוב ווייסן נישט מיט וואספארא מסירות נפש די אידן דארט האבן געלעבט אונטער די סאוועטן. 2), איך האב געטוען אסאך (אסאך!!!) פארשונג. שעות פון לייענען ביכער, היסטארישע דאקומענטן, און נאך. איך האב זיך ערשט אנגעטראפן מיט די קאנצעפט פון דעדאוושינע (dedovshina) אין א בוך דורכן רוסישן דשורנאליסט ארקאדי באבטשענקא, וועלכער האט געדינט אין ביידע טשעטשניער מלחמות. איך האב געפארשט דערין צו זעהן אויף ווי ווייט דאס אפעקטירט די מיליטער (ווייל די אמעריקאנער האבן אויך 'העיזינג' פראקטיקן אויף מיליטערישע באזעס). איך האב געטראפן אן אלטער סי.איי.עי. רעפארט אין וועלכע זיי זוכן צו פארגלייכן די מאראל שטאפלען און זעלבסט-מארד ראטעס פון די אמעריקאנער מיליטער קעגן די סאוועטן. די סאוועטישע זעלבסט-מארד ראטע איז געווען פינף מאל העכער ווי די אמעריקאנער. צו פארשטיין מער איבער די סאוועטישע מיליטערישע באזעס און טאקטיקן האב איך געליינט די ווערק פון וויקטאר סאוואראוו, א סאוועטישע מיליטערישע אינטעליגענץ מאיאר וועלכע האט דעפעקטירט צו די מערב וועלט. די שווערסטע איז געווען צו לייענען בלעטער פון די 'עונג שבת ארכיוון' וואס עמנואל רינגלבלום האט באהאלטן אין די מילך-קאניסטערן פאר די געטא אויפשטאנד (איך בעהט דער וואס האט געמאכט די pdf אויב ער קען ביטע פארריכטן די typo ביי זיי נאמען - געטייפט אן 'א' אנשטאט אן 'ע' - די typo שטערט מיך זייער אבער איך האב עס עפעס נישט געקענט פאררעכטן אויף וועבזייטל. די אנדערע typos שטערן נישט אזוי).

5.איך האב נישט געהאט די גאנצע מעשה אין קאפ ווען איך האב אנגעהויבן שרייבן. איך האב עס געטוישט עטליכע מאל, און אפילו ארויסגעווארפן גאנצע קאפיטלעך. די סוף האט אויך געדארפט זיין אנדערש (איתמר לעוו'ס פרשה האט זיך געדארפט ענדיגן אנדערש, און אלישייב האט געזאלט פארבלייבן א רוסישע אינטעליגענץ אפיציר) אבער איך האב געזעהן אז די לייענער ווילן א 'העפי ענדינג' האב איך עס געטוישט. מ'קען דאך נישט מצער זיין אזויפיל אידן אויף איין מאל.

6.אויב איז דא נאך קשיות קען איך זיי אויך ענטפערן

וואלטיער
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 30737
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט ב"ה וויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

וואלטיער האט געשריבן:(איך בעהט דער וואס האט געמאכט די pdf אויב ער קען ביטע פארריכטן די typo ביי זיי נאמען - געטייפט אן 'א' אנשטאט אן 'ע' - די typo שטערט מיך זייער אבער איך האב עס עפעס נישט געקענט פאררעכטן אויף וועבזייטל. די אנדערע typos שטערן נישט אזוי).

כ'וועל עס באלד פאררעכטן (און סתם אזוי אביסל מער מסדר זיין די קעפל פון די פעידזשעס וואס איז צו גרויס.)
6.אויב איז דא נאך קשיות קען איך זיי אויך ענטפערן

איז פארשטיי שוין וואס דער טרייבע עס צו פארענדיגן איז געווען. אבער וואס איז דער אינטערעס סתם אזוי צו שרייבן אזא מעשה (אן עבודה רבה אוודאי) פאר בחינם פאר אידן צו נהנה זיין?! מילא ווען דו ביסט ווען א תושב און שרייבסט אויך אזאנס מאכט עס מיר סענס, אבער אריינקומען סתם ארויסגעבן הייסע ריכטיגע סחורה פאר בחינם?

(דיסקלעימער איך האב נאכנישט געליינט דער מעשה, עס איז מיר נישט אויסגעקומען צו באגעגענען דער אשכול ביז יעצט ווען איינער האט מיר אריינגעשיקט צו מאכן א PDF.)
"אייער צופרידנהייט, מיין הנאה." -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
ישראל משה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 475
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 11, 2018 7:56 am

Re: ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישראל משה »

וואלטיער האט געשריבן:א גרויסן יישר כח פאר אלע וואס האבן מיך אלץ געמוטיגט מיט ווארעמע ווערטער, וואך נאך וואך.
איך פארשטיי די נייגער אין ווילן וויסן ווער 'וואלטיער' איז, אבער צוליב סיבות קען איך נישט מגלה זיין (אבער ס'איז דא א קליינע טיפ אין איינס פון די פאלגנדע ענטפערס). איין זאך קען איך יא זאגן אז איך קום פון א משפחה פון שרייבערס.

פרובירן צו ענטפערן דאס וואס עטליכע האבן געפרעגט:

1.איך האב נישט קיין אנדערע ניק. איך האב קיינמאל נישט פריער געשריבן אויף אייוועלט, און קיינמאל אונטער אן אנדערן ניק. אויך האב איך נישט קיין פלאן צו שרייבן אויף ווייטער.

2.די מעשה איז א היסטארישע פיקציע, און די צוועק פון שרייבן אין די קלאס פון פיקציע איז צו דערציילן היסטאריע און עס מאכן אינטערעסאנט און באלערנד אין די זעלבע צייט. דער שרייבער פון א היסטארישע פיקציע נעמט אקטועלע געשעענישן און אשטאט עס צו שרייבן ווי א היסטאריקער אדער דשורנאליסט לייגט ער אריין א פיקטיווע כאראקטער, געווענטליך א העלדישע פיגור, און לאזט יענעם דורכמאכן די היסטארישע מאמענטן אין אן אקטיוון וועג, כאילו דער פיגור וואלט דארט געווען און געהאט א ראלע אין די געשעענישן. למשל, איך האב געוואלט אז מישא זאל נישט נאר דורכלעבן די צוזאמפאל פונעם בערלינער וואנט, נאר אויך האבן א דירעקטע האנט דערין. דערנאך האט ער געזאלט באקומען א פארפאניקטע רוף פון מיסטער אדאמאוו, בעטנדיג ער זאל פארניכטן אלע פיילס אין די שטאזי ארכיוון וואס ווייזן אויף זיין ראלע אלץ שפיאן. דאס איז אלעס היסטאריש באזירט. נאך די צוזאמפאל פונעם וואנט זענען געווען מאסיווע פאלקס פראטעסטן אינדערויסן פון די שטאזי הויפטקוואטיר, און די אגענטן אינעם בנין זענען געווען פארנומען פאר עטליכע טעג צו פארניכטן שטאזי רעקארדס. די פאראייניגטע רעגירונג האט שפעטער פרובירט צוזאמצושטעלן די צוריסענע רעקארדס פאר זייערע היסטארישע ארכיוון און פארן מוזעאן. פון וולאדימיר פוטין זענען טאקע פארבליבן דאקומענטן פון זיינע יארן אלץ בערלינער ק.ג.ב אגענט, זעהט אויס ווייל מישא האט זיי נישט פארניכטעט.

3.די טרייבע צו פארענדיגן איז געקומען פשוט ווייל איך האב אן אמת'ע פארגעניגן ווען אנדערע האבן הנאה פון מיין שרייב ווערק.

4.מיין באקאנטשאפט מיט רוסישע קולטור קומט פון צוויי זאכן: 1), איין זייט פון מיין משפחה קומט פון די סאוועטן. איך בין א שטאלצער בוכארער . רוב ווייסן נאר איבער די אידן פון אוזבעקיסטאן צוליב ר' יום טוב עהליך זצ"ל און זיינע צוויי ניגונים - יאקאב, און סאמארקאנד. רוב ווייסן נישט מיט וואספארא מסירות נפש די אידן דארט האבן געלעבט אונטער די סאוועטן. 2), איך האב געטוען אסאך (אסאך!!!) פארשונג. שעות פון לייענען ביכער, היסטארישע דאקומענטן, און נאך. איך האב זיך ערשט אנגעטראפן מיט די קאנצעפט פון דעדאוושינע (dedovshina) אין א בוך דורכן רוסישן דשורנאליסט ארקאדי באבטשענקא, וועלכער האט געדינט אין ביידע טשעטשניער מלחמות. איך האב געפארשט דערין צו זעהן אויף ווי ווייט דאס אפעקטירט די מיליטער (ווייל די אמעריקאנער האבן אויך 'העיזינג' פראקטיקן אויף מיליטערישע באזעס). איך האב געטראפן אן אלטער סי.איי.עי. רעפארט אין וועלכע זיי זוכן צו פארגלייכן די מאראל שטאפלען און זעלבסט-מארד ראטעס פון די אמעריקאנער מיליטער קעגן די סאוועטן. די סאוועטישע זעלבסט-מארד ראטע איז געווען פינף מאל העכער ווי די אמעריקאנער. צו פארשטיין מער איבער די סאוועטישע מיליטערישע באזעס און טאקטיקן האב איך געליינט די ווערק פון וויקטאר סאוואראוו, א סאוועטישע מיליטערישע אינטעליגענץ מאיאר וועלכע האט דעפעקטירט צו די מערב וועלט. די שווערסטע איז געווען צו לייענען בלעטער פון די 'עונג שבת ארכיוון' וואס עמנואל רינגלבלום האט באהאלטן אין די מילך-קאניסטערן פאר די געטא אויפשטאנד (איך בעהט דער וואס האט געמאכט די pdf אויב ער קען ביטע פארריכטן די typo ביי זיי נאמען - געטייפט אן 'א' אנשטאט אן 'ע' - די typo שטערט מיך זייער אבער איך האב עס עפעס נישט געקענט פאררעכטן אויף וועבזייטל. די אנדערע typos שטערן נישט אזוי).

5.איך האב נישט געהאט די גאנצע מעשה אין קאפ ווען איך האב אנגעהויבן שרייבן. איך האב עס געטוישט עטליכע מאל, און אפילו ארויסגעווארפן גאנצע קאפיטלעך. די סוף האט אויך געדארפט זיין אנדערש (איתמר לעוו'ס פרשה האט זיך געדארפט ענדיגן אנדערש, און אלישייב האט געזאלט פארבלייבן א רוסישע אינטעליגענץ אפיציר) אבער איך האב געזעהן אז די לייענער ווילן א 'העפי ענדינג' האב איך עס געטוישט. מ'קען דאך נישט מצער זיין אזויפיל אידן אויף איין מאל.

6.אויב איז דא נאך קשיות קען איך זיי אויך ענטפערן

וואלטיער

דאס דארף מען צילייגן צי די pdf
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 30737
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט ב"ה וויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

אפדעיטעד PDF (אביסל פארשענערט און פארראכטן דעם עמנואל.)

דער בוכארער זעלנער.png
דער בוכארער זעלנער.png (741.52 KiB) געזען 5685 מאל
"אייער צופרידנהייט, מיין הנאה." -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
וואלטיער
שר חמישים
תגובות: 69
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 16, 2017 11:24 am

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואלטיער »

קנאפער ידען האט געשריבן:אפדעיטעד PDF (אביסל פארשענערט און פארראכטן דעם עמנואל.)

דער בוכארער זעלנער.png


א ריזיגער יישר כוח! זייער שיין געמאכט.
אוועטאר
ארחיקה נדד
שר חמשת אלפים
תגובות: 5907
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 24, 2019 9:11 pm
לאקאציע: מ'וואנדערט

Re: Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארחיקה נדד »

וואלטיער האט געשריבן:
קנאפער ידען האט געשריבן:אפדעיטעד PDF (אביסל פארשענערט און פארראכטן דעם עמנואל.)

דער בוכארער זעלנער.png


א ריזיגער יישר כוח! זייער שיין געמאכט.

האט איר געהאט אנגעהויבן דעם פארזעצונג אין עפעס א אויסגאבע?

אגב, איך האף באמת אז עס קומט א נייע פארזעצונג...
איך האב שוין געלייענט כמעט יעדע אידישע נאוועל, אזאנס האב איך נאכנישט באגעגנט!!!
כבוד המנהל, ווען קומט א המשך?
אוועטאר
נישט ווי יעדעם
שר האלף
תגובות: 1568
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 20, 2019 2:49 am
לאקאציע: נישט צו ווייט

Re: Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישט ווי יעדעם »

ארחיקה נדד האט געשריבן:
וואלטיער האט געשריבן:
קנאפער ידען האט געשריבן:אפדעיטעד PDF (אביסל פארשענערט און פארראכטן דעם עמנואל.)

דער בוכארער זעלנער.png


א ריזיגער יישר כוח! זייער שיין געמאכט.

האט איר געהאט אנגעהויבן דעם פארזעצונג אין עפעס א אויסגאבע?

אגב, איך האף באמת אז עס קומט א נייע פארזעצונג...
איך האב שוין געלייענט כמעט יעדע אידישע נאוועל, אזאנס האב איך נאכנישט באגעגנט!!!

גא"מ!
אוועטאר
נתנאל מינצבערג
שר חמש מאות
תגובות: 538
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מאי 19, 2017 8:32 am

Re: ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נתנאל מינצבערג »

וואלטיער האט געשריבן:א גרויסן יישר כח פאר אלע וואס האבן מיך אלץ געמוטיגט מיט ווארעמע ווערטער, וואך נאך וואך.
איך פארשטיי די נייגער אין ווילן וויסן ווער 'וואלטיער' איז, אבער צוליב סיבות קען איך נישט מגלה זיין (אבער ס'איז דא א קליינע טיפ אין איינס פון די פאלגנדע ענטפערס). איין זאך קען איך יא זאגן אז איך קום פון א משפחה פון שרייבערס.
wow! איך האב נישט געגלייבט וואלטיער וועט קומען מן ההר אל העם פארענטפערן מיינע שאלות! אן עקסטערן ייישר כח!

באזירט אויף די ווערטער פאבריק וואס דו האסט דא אויפגעשטעלט ("דעפא""נעפע" ווער געדענקט וואו עס שטייט? ועוד) וואלט איך געזאגט אז דו ביזט אן אייניקעל פון ר" סענדער דייטש

פרובירן צו ענטפערן דאס וואס עטליכע האבן געפרעגט:

1.איך האב נישט קיין אנדערע ניק. איך האב קיינמאל נישט פריער געשריבן אויף אייוועלט, און קיינמאל אונטער אן אנדערן ניק. אויך האב איך נישט קיין פלאן צו שרייבן אויף ווייטער.

א ליינער ביזטו יא?

2.די מעשה איז א היסטארישע פיקציע, און די צוועק פון שרייבן אין די קלאס פון פיקציע איז צו דערציילן היסטאריע און עס מאכן אינטערעסאנט און באלערנד אין די זעלבע צייט. דער שרייבער פון א היסטארישע פיקציע נעמט אקטועלע געשעענישן און אשטאט עס צו שרייבן ווי א היסטאריקער אדער דשורנאליסט לייגט ער אריין א פיקטיווע כאראקטער, געווענטליך א העלדישע פיגור, און לאזט יענעם דורכמאכן די היסטארישע מאמענטן אין אן אקטיוון וועג, כאילו דער פיגור וואלט דארט געווען און געהאט א ראלע אין די געשעענישן. למשל, איך האב געוואלט אז מישא זאל נישט נאר דורכלעבן די צוזאמפאל פונעם בערלינער וואנט, נאר אויך האבן א דירעקטע האנט דערין. דערנאך האט ער געזאלט באקומען א פארפאניקטע רוף פון מיסטער אדאמאוו, בעטנדיג ער זאל פארניכטן אלע פיילס אין די שטאזי ארכיוון וואס ווייזן אויף זיין ראלע אלץ שפיאן. דאס איז אלעס היסטאריש באזירט. נאך די צוזאמפאל פונעם וואנט זענען געווען מאסיווע פאלקס פראטעסטן אינדערויסן פון די שטאזי הויפטקוואטיר, און די אגענטן אינעם בנין זענען געווען פארנומען פאר עטליכע טעג צו פארניכטן שטאזי רעקארדס. די פאראייניגטע רעגירונג האט שפעטער פרובירט צוזאמצושטעלן די צוריסענע רעקארדס פאר זייערע היסטארישע ארכיוון און פארן מוזעאן. פון וולאדימיר פוטין זענען טאקע פארבליבן דאקומענטן פון זיינע יארן אלץ בערלינער ק.ג.ב אגענט, זעהט אויס ווייל מישא האט זיי נישט פארניכטעט.

דעם חלק פון די מעשה פעלט, צו וואלסטו מיטגעטיילט אביסל ביהיינד דע סינס וויאזוי די מעשה וואלט געקענט גיין, דרעפט קאפיטלעך וואס איז נישט אריין? ( אישי איז אויך גוט)

3.די טרייבע צו פארענדיגן איז געקומען פשוט ווייל איך האב אן אמת'ע פארגעניגן ווען אנדערע האבן הנאה פון מיין שרייב ווערק.

4.מיין באקאנטשאפט מיט רוסישע קולטור קומט פון צוויי זאכן: 1), איין זייט פון מיין משפחה קומט פון די סאוועטן. איך בין א שטאלצער בוכארער . רוב ווייסן נאר איבער די אידן פון אוזבעקיסטאן צוליב ר' יום טוב עהליך זצ"ל און זיינע צוויי ניגונים - יאקאב, און סאמארקאנד. רוב ווייסן נישט מיט וואספארא מסירות נפש די אידן דארט האבן געלעבט אונטער די סאוועטן. 2), איך האב געטוען אסאך (אסאך!!!) פארשונג. שעות פון לייענען ביכער, היסטארישע דאקומענטן, און נאך. איך האב זיך ערשט אנגעטראפן מיט די קאנצעפט פון דעדאוושינע (dedovshina) אין א בוך דורכן רוסישן דשורנאליסט ארקאדי באבטשענקא, וועלכער האט געדינט אין ביידע טשעטשניער מלחמות. איך האב געפארשט דערין צו זעהן אויף ווי ווייט דאס אפעקטירט די מיליטער (ווייל די אמעריקאנער האבן אויך 'העיזינג' פראקטיקן אויף מיליטערישע באזעס). איך האב געטראפן אן אלטער סי.איי.עי. רעפארט אין וועלכע זיי זוכן צו פארגלייכן די מאראל שטאפלען און זעלבסט-מארד ראטעס פון די אמעריקאנער מיליטער קעגן די סאוועטן. די סאוועטישע זעלבסט-מארד ראטע איז געווען פינף מאל העכער ווי די אמעריקאנער. צו פארשטיין מער איבער די סאוועטישע מיליטערישע באזעס און טאקטיקן האב איך געליינט די ווערק פון וויקטאר סאוואראוו, א סאוועטישע מיליטערישע אינטעליגענץ מאיאר וועלכע האט דעפעקטירט צו די מערב וועלט. די שווערסטע איז געווען צו לייענען בלעטער פון די 'עונג שבת ארכיוון' וואס עמנואל רינגלבלום האט באהאלטן אין די מילך-קאניסטערן פאר די געטא אויפשטאנד (איך בעהט דער וואס האט געמאכט די pdf אויב ער קען ביטע פארריכטן די typo ביי זיי נאמען - געטייפט אן 'א' אנשטאט אן 'ע' - די typo שטערט מיך זייער אבער איך האב עס עפעס נישט געקענט פאררעכטן אויף וועבזייטל. די אנדערע typos שטערן נישט אזוי).

wow! wow! wow! אונזער הכרת הטוב געפילן איז נערוואס ארויף 500 שטאפלען! דער באשעפער זאל דיך מהנה זיין אלף פעמים ככה!
און אלץ מתן שכרה בצידה ביזטו נערוואס דערהויבן געוווארן צום העכסטן מיליטערישן ראנק אין די אמעריקאנער מיליטער chairman of the Joint Chiefs of Staff דו ערזעצט גענעראל מארק מילי עפעקטיוו עמידיעטלי! דו באקומסט די ברירה אים צו נעמען אלץ דיין סארדזשענט (אופס... האסט דאך א סאוויעטישע אפשטאם שוין את הנעשה אין להשיב) מזל טוב!


5.איך האב נישט געהאט די גאנצע מעשה אין קאפ ווען איך האב אנגעהויבן שרייבן. איך האב עס געטוישט עטליכע מאל, און אפילו ארויסגעווארפן גאנצע קאפיטלעך. די סוף האט אויך געדארפט זיין אנדערש (איתמר לעוו'ס פרשה האט זיך געדארפט ענדיגן אנדערש, און אלישייב האט געזאלט פארבלייבן א רוסישע אינטעליגענץ אפיציר) אבער איך האב געזעהן אז די לייענער ווילן א 'העפי ענדינג' האב איך עס געטוישט. מ'קען דאך נישט מצער זיין אזויפיל אידן אויף איין מאל.

6.אויב איז דא נאך קשיות קען איך זיי אויך ענטפערן

א שמעלצער קשיא: אויב וואלסטו באגעגנט מישא אליינס, וואס וואלסטו אים געפרעגט/געזאגט?

פארוואס איז עס אנגעהויבן לויפן אינעם בולעטין און געסטאפט אינמיטן?
מיליאן דאלאר שאלה! קען מען ערווארטן נאך א פארזעצונג?

וואלטיער
שלום בית איז א טעאריע
אוועטער קרעדיט @גארנישט מיט נישט ריסייז קרעדיט @אויפגעפרישט
אוועטאר
שלמה מולכו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4181
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 18, 2019 11:18 am
לאקאציע: אין פעלד

Re: ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלמה מולכו »

וואלטיער האט געשריבן:.

2.די מעשה איז א היסטארישע פיקציע, און די צוועק פון שרייבן אין די קלאס פון פיקציע איז צו דערציילן היסטאריע און עס מאכן אינטערעסאנט און באלערנד אין די זעלבע צייט. דער שרייבער פון א היסטארישע פיקציע נעמט אקטועלע געשעענישן און אשטאט עס צו שרייבן ווי א היסטאריקער אדער דשורנאליסט לייגט ער אריין א פיקטיווע כאראקטער, געווענטליך א העלדישע פיגור, און לאזט יענעם דורכמאכן די היסטארישע מאמענטן אין אן אקטיוון וועג, כאילו דער פיגור וואלט דארט געווען און געהאט א ראלע אין די געשעענישן. למשל, איך האב געוואלט אז מישא זאל נישט נאר דורכלעבן די צוזאמפאל פונעם בערלינער וואנט, נאר אויך האבן א דירעקטע האנט דערין. דערנאך האט ער געזאלט באקומען א פארפאניקטע רוף פון מיסטער אדאמאוו, בעטנדיג ער זאל פארניכטן אלע פיילס אין די שטאזי ארכיוון וואס ווייזן אויף זיין ראלע אלץ שפיאן. דאס איז אלעס היסטאריש באזירט. נאך די צוזאמפאל פונעם וואנט זענען געווען מאסיווע פאלקס פראטעסטן אינדערויסן פון די שטאזי הויפטקוואטיר, און די אגענטן אינעם בנין זענען געווען פארנומען פאר עטליכע טעג צו פארניכטן שטאזי רעקארדס. די פאראייניגטע רעגירונג האט שפעטער פרובירט צוזאמצושטעלן די צוריסענע רעקארדס פאר זייערע היסטארישע ארכיוון און פארן מוזעאן. פון וולאדימיר פוטין זענען טאקע פארבליבן דאקומענטן פון זיינע יארן אלץ בערלינער ק.ג.ב אגענט, זעהט אויס ווייל מישא האט זיי נישט פארניכטעט.


א ריזיגע ישר כח רב וואלטיער, ביסט באמת א מייסטער.

די חלק פון די מעשה האב איך נישט געזעהן,
ווי אויך פעלט מיר א שטיקל קלארקייט וועגן די ארבעט פון מישא פאר פוטין און מיט סאקאלאוו.

א ריזיגע ישר כח רב וואלטיער, ביסט באמת א מייסטער.
פון רעמסס קיין ניו יארק

פעלדמאן בחורל׳ס טרערעליך - וויינט מיט מיר.

מיין וואקאציע - קאליפארניע

ווער עס האט אויגין לאז זעהן און ווער עס האט א הארץ לאז פארשטיין, וואס אויף דער וועלט טוט זיך.
אידישע מוח
שר חמש מאות
תגובות: 877
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 26, 2017 11:58 pm

Re: ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אידישע מוח »

כבוד הרב וואלטיער
א קשיא וואס יעדער האט
וועלן מיר נאך הערן דא אויף אייוועלט פון דיר ?
קומט א נייע פארזעצונג ?
אוועטאר
וואלד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3333
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 17, 2021 4:38 pm

Re: ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואלד »

WOW !WOW! ישר כוח!!

הערליכע ארבייט!!

און איבער אלעם, א ישר כוח פארן עס פארענדיגן ביזן סוף - וואס לויט ווי איך האב באמערקט איז דאס א זאך וועלעכע פאסירט נישט אזוי אפט דאהי!!

האף מיר אז איר וועט שרייבן נאך און נאך!

שכוח נאכאמאהל!!!!
אוועטאר
עולם האמת
שר שלשת אלפים
תגובות: 3999
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 01, 2017 12:25 pm

Re: ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עולם האמת »

וואלטיער האט געשריבן:א גרויסן יישר כח פאר אלע וואס האבן מיך אלץ געמוטיגט מיט ווארעמע ווערטער, וואך נאך וואך.
איך פארשטיי די נייגער אין ווילן וויסן ווער 'וואלטיער' איז, אבער צוליב סיבות קען איך נישט מגלה זיין (אבער ס'איז דא א קליינע טיפ אין איינס פון די פאלגנדע ענטפערס). איין זאך קען איך יא זאגן אז איך קום פון א משפחה פון שרייבערס.

פרובירן צו ענטפערן דאס וואס עטליכע האבן געפרעגט:


6.אויב איז דא נאך קשיות קען איך זיי אויך ענטפערן

וואלטיער



יעצט גענדיגט ליינען

ממש א מעסטערפיעס!!!!

איך האב מיר ממש באלעקט די פינגער!!

יעדע קאפיטעל עקסטער געווען א פארגעניגן צו ליינען!


די כאראקטארן אינעם געשיכטע איז נישט נארמאל גוט אראפגעשפילט איתמר לעוו און אלישייב

הערה:
די 1שטע האלב און די צווייטע האלב קוקט אויס געשריבן דורך צוויי אנדערע מענטשן
די 1שטע האלב געט מער א געפיהל ווי מען געפינט זיך אינטערן אלטן קאלטע רוסישן פורהאנג און מער א פארצייטישע, פויערישע, אונטערדרוקטע, פיל מיט רוסישע נעמען קולטור און מיליטערישע סטרוקטשער און געפיראכץ וואס געט גאר א שטארקע געפיהל פון היסטארישע פיקציע ווי אויך קוקט אויס עס איז געשריבן געווארן מיט גאר אסאך ישוב הדעת און גאר אסאך פארש ארבעט
די צווייטע האלב האט מער א געפיהל פון היינטיגע מאפיא, דראמא, און דמיון העקינג, מיליטערישע אקציעס וואס איז נישט שייך אין רעאליטעט געטריבן דורך גאר גוטע דמיון
דיסקלעימער: איך בין נישט קיין מלחמה אנאליסט אדער עקספערט איך בין א רעאליסט
אוועטאר
בערל קראקאווער
שר האלף
תגובות: 1558
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 17, 2016 1:18 pm
לאקאציע: בעקבתא דמשיחא

Re: ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בערל קראקאווער »

זייער הנאה געהאט צו לעיזן אייער זעלטענע ווערק.
בפרט די אומבאקאנטע קאנצעפטן אינערהאלב די מזרח רוסישע ראסע.

אלץ איינער וואס האט דורכגעליינט ביידע בענדער ׳סאמארקאנד׳ פון הרב זאלצער, איז עס געווען א באזונדערע געשמאק.

כ׳וועל אייך זאגן דעם אמת אז איך האב כמה פעמים חושד געווען אז איר טוהט עס טרענסלעיטן פון א ענגליש ביכל, היות איר האט געהאט פילע ווילד פרעמדע מושגים, למשל: ווער עס געדענקט נאך די שוי שאך שפיל פון מישא, אנהייב פון זיין קאדענץ אינעם אפיצירן לאגער, ווי דער האט צוזאמגעווארפן ידיעה און אלוועטליכע נושאים, וועלכע מען לערנט נישט ביי אונז אין חדר…

וגם אסאך פון אייערע לשונות זענען בכלל נישט אזוי גאנגבאר ביי אונז, געוויסע אלט פארצייטישע אידישע, און געוויסע פון ענגליש איבערגעטייטשט, למשל ׳מיזרעבעל׳ וכדומה. אבער עס האט צוגעגעבן א זעלטענע רייכקייט צו די גאנצע געשיכטע.

די צוזאמגעוועבכעטץ פון די קיוועלע לעוו איז זייער זיס, אבער אביסל קורץ, היות די ליינער דענקט נאך קוים די הייסע בענקשאפט פון איתמר צו אים, וואלט עס געדארפט זיין א טראפעלע מער, צוריק צו ברענגן די ליינער צו יענע פארלוירענע מאמענטן. עס זיך עס געשפירט ווי דער שרייבער האט זיך שוין דא אביסל געאיילט.

בנוגע די שלוס פון די מעשה איז עס זייער שטארק די ענדע לגבי מישא ווי ער האט זיך אפגעשאקלט פון אלעס און אלעמען און אפגעטראגן צו זיין ווארעמע בוכארישע פאמיליע אין ארץ ישראל אויסלעבן ווי א ערליכע איד, עס איז זייער גוט אז עס איז נישט שטארק אויסגעשמועסט געווארן, ווי צו לאזן פארן דמיון פונעם ליינער זיך אליין׳ס לאזן שפינען די ווארעמע ענדע.

הכלל עס קומט זיך אייך א מעדאל פאר די הנאה וואס איר האט אונז בחנם צוגעשטעלט.

לאז גריסן וואסילי, אלעק, ראטשעסטער, אויסלענדער, און איבער אלעם אונזער ליבער מיכאל, כ׳האף אז זיין פלעק אויפן באק וועט ער ערגעץ ווי טרעפן צו היילן, איך וויל נישט עס זאל אזוי וויי טוהן זיין ליבע מאמע יעדע׳ס מאל וואס זי וועט קוקן מיט א ווארעמע בליק אויף איר ליבלינג מישא.

און אייך הער וואלטיער, לָא נִתֽנַשֵׁי מִינָךְ וְלֹא תִּתֽנַשִׁי מִינַן, מיר ווילן ווייטער הערן פון אייך.
ראש הקהל
הויפט געווינער - שרייבעריי פארמעסט תשע''ז
בקראקא אין אומרים ׳תתננו׳ ובאונגארן אין אומרים ׳הבינינו׳
אוועטאר
וואלד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3333
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 17, 2021 4:38 pm

Re: ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואלד »

בערל קראקאווער האט געשריבן:די צוזאמגעוועבכעטץ פון די קיוועלע לעוו איז זייער זיס, אבער אביסל קורץ, היות די ליינער דענקט נאך קוים די הייסע בענקשאפט פון איתמר צו אים, וואלט עס געדארפט זיין א טראפעלע מער, צוריק צו ברענגן די ליינער צו יענע פארלוירענע מאמענטן. עס זיך עס געשפירט ווי דער שרייבער האט זיך שוין דא אביסל געאיילט.

געהאט די זעלבע שפירונג.
אוועטאר
היסטאריש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3985
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 27, 2021 4:20 pm
פארבינד זיך:

Re: ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היסטאריש »

א ריזיגע שכח וואלטיער פאר'ן פארזעצונג. דאס איז עפעס וואס מ'האט שוין לאנג נישט געזען. מיט אזויפיל רייכקייט, שפאנענד און אינטעליגענט, היסטארישע פאקטן און פיקציע ביינאזאם.
באמת א דאנק. און מיר האפן צו הערן נאך פון אייערע טאלאנטפולע ווערק בקרוב
די פאַרגאַנגענהייט איז פאַקטיש געשען, אָבער היסטאָריע איז בלויז וואָס עמיצער האָט אַראָפגעשריבן.
4g קאפ
שר מאה
תגובות: 134
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 04, 2019 10:39 pm

Re: ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך 4g קאפ »

און אלישייב איז פארשוואונדן געווארן צווישן די הויכע ביימער און לאנגע בלעטער, און איז געגאנגען אינעם ריכטונג וואו וואסילי האט אים אפגעווארט. פון דארט האט אים וואסילי "געזאלט" העלפן, נאך די אלע יארן און געשעענישן, טראומע און בלאטע, מסירת נפש און ווייטאג, טרעפן א וועג אהיים. קיין ארץ ישראל.

פארוואס געזאלט? נישט געשען למעשה?
ווען מען מעלקט א קוה דארף מען זיך אראפ בייגען צו אים אפילו ער איז א בהמה...........
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17017
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

Re: ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

4g קאפ האט געשריבן:און אלישייב איז פארשוואונדן געווארן צווישן די הויכע ביימער און לאנגע בלעטער, און איז געגאנגען אינעם ריכטונג וואו וואסילי האט אים אפגעווארט. פון דארט האט אים וואסילי "געזאלט" העלפן, נאך די אלע יארן און געשעענישן, טראומע און בלאטע, מסירת נפש און ווייטאג, טרעפן א וועג אהיים. קיין ארץ ישראל.

פארוואס געזאלט? נישט געשען למעשה?

כך הוא דרכם של סופרים, צו לאזן א פתח אויף א צווייטע חלק.
חוח בין השושנים האט געשריבן:
אוועטאר
קיטשי
שר האלף
תגובות: 1621
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 07, 2011 10:14 am
לאקאציע: אויף דער וועלט - ווילאנג איך האב וואס מתקן צו זיין

Re: ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיטשי »

אין מיינע אויגן פעלט אן עפילאג ווי קיווע און מישא טרעפן זיך ביי איתמר'ס ציון
פאר דו דרוקסט שיק מאך זיכער אז דו טוסט נישט וויי קיין אנדערע איד.
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”