די בעסטע חבר דערשאסן.. די איינצוגסטע שוועסטער אין מגיפה.. - איז עס שוידערליך??

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
ניין און יא
שר האלף
תגובות: 1305
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 06, 2019 10:05 am

די בעסטע חבר דערשאסן.. די איינצוגסטע שוועסטער אין מגיפה.. - איז עס שוידערליך??

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניין און יא »

בס"ד

(לכבוד מיין 500'סטע תגובה אביסל א לענגערע ארטיקל)




זכרונות פון א מלחמה געליטענער מיט'ן נאמען חזקל, וואס איז דורכגעגאנגען די קריג ביי א גאר יונגע עלטער.


איך געדענק נאך יענע נאכט ווען מיין טאטע איז אהיים געקומען פון שוהל, מיט א מינע אויפ'ן פנים וואס איך האב קיינמאל נישט געגליכן אויף אים, ס'איז געווען א ערנסטע אנגעצויגענע מינע אזאנס וואס זאגט נישט אן קיין גוטס.

איך האב אים ליסטיג געוואונטשן א גוטע נאכט, און געווארט זיין אנגעצויגענקייט זאל אויסוועפן, ווי געווענליך ווען זיין ליבלונג באגריסט אים. אבער דאס מאל איז געווען אנדערש, ער האט מיר אנגעקוקט מיט טרויעריגע אויגן און מיר געשיקט אין בעט אריין, מיך צוגעדריקט געגעבן די גוטע נאכט קוש אןן פארמאכט מיין צימער.

מיין הערצל איז פארצאפלט געווארן, איך האב נישט געוויסט וואס איך האב געטוהן אדער וואס איז געשעהן אז די מצב איז אזוי ערנסט, איך האב נישט געקענט איינשלאפן און איך האב מיר צוגעטשעפעט צו די טיר צו הערן וואס מיינע עלטערן רעדן, זיי האבען גערעדט גאר שטיל איך האב כמעט נישט געקענט הערן וואס זיי רעדן, אבער אפגעהאקטע ווערטער האבן זיך יא אדורכגעשמוגלט צו מיינע נייגערע אויערן, איך האב געהערט די ווארט מלחמה אפאר מאל, איך האב נישט געוואןסט פונקטלעך וואס די ווארט מיינט, אבער אזויפיל האב איך פארשטאנען אז עס איז נישט קיין גוטע זאך, איך בין נאך געשטאנען אפאר מינוט ביים טיר ביז די מידעקייט האט גובר געווען און איך בין מיר געגאנגן לייגן.

צופרי ווען איך בין אויפגעשטאנען איז מיין טאטע געשטאנען נעבן מיין בעט, א זאך וואס האט נאך קיינמאל נישט פאסירט, אין זיך אראפגעזעצט אויף מיין בעט און גענומען רעדן, "חזקל איך וואלט נישט געוואלט רעדן און זאגן וואס איך גיי דיר יעצט זאגן, אבער ס'איז נישט דא קיין ברירה", מיין נייגער און פחד איז געשטיגן צו א קלימאקס, "ס'איז דא א מלחמה מיט די שכינות'דיגע דייטשלאנד, און איך ערווארט נישט אז אונזער שוואכע פוילישע מליטער זאל בכלל האבן א שאנס קעגן די פארגעשריטענע דייטשן, און וויסן זאלסטו אז אין דייטשלאנד געוועלטיגט א גרויסע רשע וואס האט פיינט יודן, און אויב ער נעמט איין די לאנד ווייס איך נישט וואס די מארגן גייט ברענגען, ער קען אונז ארויסטרייבן, אוועקנעמען סחורות און ווער ווייסט וואס נאך? איך וויל דיר נאר זאגן אז אפגעזעהן וואס פאסירט, זאלסטו וויסן אז די ביסט א יוד, און אז איך האב דיר ליב מיטן גאנצן הארץ." איך בין נאך געווען קוים זעקס יאר און איך האב נישט פונקטליך פארשטאנען די ערנסטע כוונה פון די ווערטער, אבער איך האב געזעהן אז ס'איז ערנסט און איך האב מיטגעשאקלט מיט'ן קאפ.

מיין טאטע איז ארויס דאווענען שחרית, מיין מאמע איז געזיצן אין געזאגט תהילים מיט א שטארקע געוויין, איך האב נאר געוואלט די ערנסקייט זאל אויסוועפן, ס'האט מיר מורא'דיג בא'ענג'ט, איך בין געגאנגן זוכן שוץ ביי מיין גרויסע שוועסטער, איך בין אריין אין קיך וואו זי איז געשטאנען און אנגעגרייט פרישטאג פאר די משפחה, איך האב מיר איינגעקלאמערט אין איר גרויסע קלייד מיט א כמעט געוויין, זי האט מיר ארומגענומען ווארעם און גארנישט געזאגט.

נאך יענע טאג וואס די דייטשן האבן איינגענומען אונזער שטאט, האבן זיך די דענידערונגען אנגעהויבן, איך וועל קיינמאל נישט פארגעסן די בילד וואו איך האב געזעהן מיין טאטע, די מערסט בכבוד'יגסטע מענטש אין מיין לעבן, וואו ער בעזעמט די גאס וואו א נידריגע גוי, די בילד איז געווארן איינגעקריצט אין מיר, מיט די פייער פון פארשעמונג, וויפיל מיין טאטע האט מיר בארואיג'ט אז ס'מיינט גארנישט ס'איז נאר אויף די וועלט און ס'באמת נישט קיין נפק"מ וויאזוי מען קוקט אויס אויף די וועלט, איז נאך אלץ געבליבן אין מיין קאפ די בילד מיט א מורא'דיגע פארשעמונג וואס איך האב נאך ביז היינט זיך נישט בארואיגט דערפון.

סאיז ארויסגעקומען די באפעל אז יעדער מוז גיין אין געטא, א קליין ארומגעצוימטע פלאץ, מיר האבן געדארפט פארלאזן אונזער ווארימע ווינקל און כמעט גארנישט געקענט מיטנעמען, איך האב געוויינט און פארפירט אז איך וויל נישט גיין אין ערגעץ, אבער ס'איז נישט געווען קיין ברירה, איך האב מיט א וויינעדיג פנים איינגעפאקט מיין באליבטע בערלע, און ארויס אויפ'ן גאס צום אריבערגאנג צום געטא.

די בילד אויפ'ן גאס איז א בילד וואס ווער ס'האט עס נישט געזעהן ווייסט נישט וואס שלעכט מיינט, ס'איז געווען פיל די גאס מיט אלע אונזערע שכינים, פריינד, משפחות, די חשוב'סטע יודן, מיט די רייכסטע יודן, אלע זענען געווען אויפ'ן גאס גרייט צום אריבערגאנג, די געדרענג איז געווען געפערליך, איך האב שטארק אנגעכאפט מיין שוועסטערס הענט אז איך זאל מיר נישט פארלירן, פון די ארומיגע הייזער האט זיך געהערט קולות הערויס הערויס שנעלער שנעלער, געשרייען וואס האבן פארגליווערט מיין יונגע הערצעלע, געשרייען וואס איך האב נאך קיינמאל נישט געהערט.

די מערדליכע אויגן פון די נאציס, איז א בליק וואס געהערט נאר צו זיי, נישט דא נאך א בריה וואס קען האבן אזא מערדליכע קןק, איך האב שטיל אריינגעוויינט אין מיין שוועסטער'ס האנט און גארנישט געזאגט.

די מערדער זענען געשטאנען און אנגעפירט די אריבערגאנג מיט א דייטשע פונקטליכקייט, זיי האבן געיאגט און זיך נישט פארזוימט פאר קיין שום זאך, די יללות האבן געקענט מאכן א שטיין צוגיין, איך בין נאך אין מיין יוגנע לעבן ביז דאן נישט געווען אויסגעשטעלט צו אזא מאס רשעות, פון מיין זייטיגע אויג האב איך געזעהן וואו די זיידע פון שול, די ליבליכע גאר אלטער ר' חיים; וואס פלעגט אייביג פארברענגען מיט די קינדער, און פלעגט זיי אויסלערנען צו ענטפערן אמן אין שוהל, וואו ער גייט צו איינע פון די נאציס, אין בעט אים ער זאל אים דא לאזן אין שטאט, ווייל ער האט נישט קיין כוח זיך צו שלעפן, איינפאקן, און זיך אריינציהען אין א פארשטופטע קליינע לעכל. א מערדער'ליכע שטויס אין בויך איז געוען די ענטפער, ער איז אראפגעפלויגן, זיין קאפ האט זיך צושפאלטן אין די הארטע ערד, זיין יאמרליכע וויי-געשריי ליגט מיר נאך אין די אויערן, ער איז אויפן פלאץ אוועק, ס'איז געווען די ערשטע מאל וואס איך האב געזעהן א מענטש שטארבן, איך בין געווארן אויפגעשוידערט. ער האט נאך געלעבט א מינוט צוריק אין, טויט, די שטויס האט זיך געהאלטן אין איין איבער שפילן אין מיין קאפ, איך האב נישט געקענט פארשטיין פון וואו נעמט א מענטש אזויפיל רשעות צו בידיים הרג'נען אן אלטע מאן, ס'איז געווען מיין ערשטע באגעגעניש מיט טויט....


מיר זענען אריין אין געטא, און די ריכטיגע צרות האבן זיך הערשט אנגעהויבן, מיר האבן באקומען א קאך אין א דירה וואס האט אריינגענומען נאך פיר משפחות, יעדע משפחה א האלבע צימער, און מיר האבן באקומען די קליינע קאך. די צושטופעניש איז געווען געפערליך, אבער נישט די ערגסטע, די ערגסטע איז געווען די הונגער, און די פחד וואס האט איינגענומען אפילו מיין קליינ'טשיקע מוח'ל, ס'איז נישט געווען קיין ארבעט פאר ערוואקסענע און ממילא נישט פון ווי צו ברענגען ברויט, די איינציגסטע וועג צו דורכ'לעבן איז געווען דורך שמוגלען, איך בין געווען א יונג קינד און איך בין אריין אין די געשעפט פון זיך ארויסשמוגלען די גרעניץ פון געטא, און פארשאפן אביסל ברויט, וואס האט געדארפט קלעקן פאר די גאנצע משפחה, ס'האט נישט אזוי געשמעקט פאר מיינע עלטערן די סכנה, אבער קיין ברירה איז נישט געווען, ס'איז געווען די איינציג'סטע וועג ארויס פון הונגער.

איך האב געהאט א שותף לדבר מצוה, מיין זיבן יעריגע שכן, א פלינק קינד, ער האט געהייסן שמחה, מיט אים פלעג איך דורכפירן די שמוגעלרייען, איך געדענק נאך די ערשטע מאל וואס מיר זענען געשטאנען ביים לעכל פון צוים, ווען פון די זייט האט מען געזעהן די שרעקעדיגע נאציס וואס זענען געשטאנען מיט שטאלץ אויפ'ן וואך, מיין הארץ האט געבאכעט, איך וועל קיינמאל נישט פארגעסן די געפיל פון א זעקס יעריג קינד וואס ציטערט פאר זיין לעבן, איך האב געמיינט אז איך פאל חלשות פון די פחד אליין, אבער מיין חבר האט מיר געשטופט, געגאנגען! און איך האב מיר געשטארקט, און פלינק זיך ארויסגעשמוגעלט, און ארפגעריסן די לאטע, און געגאנגען זוכן שפייז...

יענע אומגליקליכע נאכט איז עס געווען, דווקא ווען איך האב מיר שוין וואו צוגעוואוינט צום שאטן פון טויט, און מיין הארץ האט שוין נישט אזוי גאבאכעט ביים שטיין פארן אויפגעריסענע לעכל, איך בין שוין געווען אן עקספיריענס שמוגלער, דאן האב איך געהערט די הארץ טרייסלענדע ''האלט'', אינסטיקטיוו האב איך געגעבן מיך א ראל אוועק אויף די ערד צווישן די גראזן, וואס האבן געוואקסן דארט, מיין חבר איז נישט געווען אזוי געשיקט, און די שיין פון די פראזשטעקטאר האט באלאכטן זיין פארצאפלטער געזיכט, דו יודע זי האבען געוואלט זיך ארויסשווערצן?, הא?, פון מיין באהעלטעניש האב איך געפילט זיין אןמבאשרייבליכע פיין, די פיין פון א קליין קינד וואס זעהט די סוף פאר זיינע אויגן, איך האב נישט געהאט קיין סאך צייט צו טראכטן, איך האב געהערט א שאס, א שאס וואס האט גייסטליך געלעכערט מיין הארץ, און פיזיש געלעכערט מיין חבר'ס הארץ, איך האב געזעהן זיין צארטע גוף פאלן צו די ערד און געהערט די פארצוקנדיגע געלעכטער פון די וועלטס גרעסטע מערדער.

מיין לעבן האט זיך צוטרייסלט די זעהן מיין נאטנטסע חבר פאלן טויט פאר מיינע אויגן, האבן פארשטיינערט מיין הארץ, איך האב אפילו נישט געקענט וויינען, איך בין געווען פארשטאפט, מיין לעצט-געבליבענע לעבן לוסט האט זיך פארלאשן, מיין חיות איז געשטארבן.

די צווייטע מאל וואס איך האב געכאפט אזא טויט קלאפ איז געווען אפאר טעג שפעטער, ווען איך בין אהיים געקומען און געזעהן מיין טאטע מאמע מיט פארוויינטע אויגן, איך האב נישט געדארפט טראכטן וואס איז געשעהן, ווייל איך האב געזעהן די בראך פאר מיר, מיין איינציגסטע שוועסטער איז געליגן אויף אונזער כמו בעט מיט א בלאסע געזיכט, די מגיפה האט איר געכאפט. קיין מעדיצינען איז נישט געווען צו געפינען, און די טויט איז געווען וואו פארגעשריבן פאר איר, איך האב מיר אראפגעבויגן צו איר בעט און געקוקט מיט טרויער אויף מיין איידעלע שוועסטער, מיין נאבעלע שוועסטער וואס איך האב אזי ליעב געהאט, זי האט מיר באמערקט און פרובירט צו שמייכלען צו מיר, אבער איר קאפ איז געפאלן פון שוואכקייט, איך בין געווען פארגלאצט אויף איר פון ווייטאג און שאק, איך האב נישט געקענט גלייבן אז דאס געשעהט צו מיין שוועסטער, איך בין געווען און שאק, א גאנצע נאכט בין איך געזיצן ביי איר בעט. פון מיין אומפארגעסליכע גרויסע שוועסטער, און גראבע טרערן זענען גערינען אין מיין הארץ, איך האב איר אזוי שטארק געוואלט ארומנעמען און נאך איינמאל קלאמערן אין איר קלייד, אבער מען האט מיר נישט ערלויבט, מען האט מורה געהאט אלס די אנשטעקיגקייט, איך בין אזוי געזיצן ביז אינדערפרי ווען פון יסורים האט מיין נאבעלע איידעלע שוועסטער אויסהויכט איר הייליגע נשמה, איך בין געווען טוראמאזירט ביזן סוף, פארלירן אן איינציג שוועסטער און אויך די בעסטע חבר אין איין וואך איז נישט א זאך מיט וואס מיין הארץ האט זיך געקענט ספראווענען, אבער ס'איז נישט געווען קיין צייט צו זיין דיפרעסט אדער פארוויינט, מען האט געדארפט קעמפן פאר'ן לעבן, אבער די השפעה וואס דאס האט געלאזט איז געווען פיל ערגער, ס'האט מיר נוטרולאזירט מיינע געפילן, איך בין געווארן וואו א שטיין, שוין נישט געווען די זאך וואס האט מיר געקענט אויפשאקלען, איך בין געווען געשאכטן פון אינעווייניג.

נישט לאנג נאכדעם, האט מען אוועקגעפירט מיין טאטע צו א פלאץ וואו ער איז שוין קיינמאל נישט צוריקגעקומען פון דארטן, פארן ארויפגיין אויף די באנען צום גיהנום אויף די וועלט, האב איך מיר געזעגנט מיט אים, אבער קיין טרערן זענען נישט גערינען, די שטורעם פון מיין הארץ איז געווען באהאלטן און די געפילן דערשטיקט.

איך בין נאך געבליבן אין געטא פאר א שטיק צייט, די סצענעס וואס איך האב דארטן געזעהן וועט שטענדיג בלייבן אין מיר, די סצענעס פון קינדער מיין יארגאנג גייען אויס פון הונגער, עלטערע יודן ליגן אויף די ערד און קיינער קימערט זיך נישט דערמיט, אלע מאראלן זענען פארווישט געווארן קעגן וואס מיינע אויגן האבן געזעהן.
מיין צייט איז אויך געקומען, מען האט צוזאמגענומען אלע איבערגעבליבענע קינדער פון די געטא, און ארויפגעלייגט אויף די באנען צו א שוידערלכע פלאץ, איך האב געוואוסט מיט מיין קינדערישע שכל אז איך בין נאנט צום טויט אבער ס'האט מיר נישט בארירט, איך האב שוין געהאט געזעהן די טויט אסאך מאל אין אירע גרויזאמע קאלירן, פאר א אומבאקאנטע סיבה האט מען אונז נישט געפירט גלייך קיין אוישוויץ, נאר צו א אויפהאלטונג לאגער אינדערמיט, (איך מיין זיי האבן געוואלט ארבייטער פאר יענע לאגער און זיי האבן געוואלט אראפנעמען די מער עלטערע קינדער וואס זענען ראי' לעבודה) גלייך ביים אראפקומען פון די באנען האב איך געזעהן אז ביז יעצט איז געווען א גן עדן, איך האב געזעהן זעק ביינער וואס האבן זיך גערירט אין געדארפט צו זיין מענטשן, אזעליכע אויסגעמוגערטע מענטשן האב איך נישט געזעהן אפילו אין געטא, קיין צייט צו טראכטן האב איך נישט געהאט, מען האט אונז אויסגעשטעלט אין א לאנגע שורה און אנגעהויבן די טרויריג-בארימטע סלעקציע, איך בין זיכער אז אין די נאצי וואס האט סעלעקטירט און געשיקט מענטשן צום טויט מיט זיין פינגער אז אין זיינע אדערן לויפן אייז נישט בלוט, און איך ווייס נישט וויאזוי א געבוירענער פון א מאמע קען טוען אזעלכע רשעות.

מיר זענען געשאטנען דריי שעה אין די ענדלאזע שורה פון סלעקציע, די קעלט האט געפרוירן, איך האב געמיינט אז איך פאל א טויטער, מיין רייע איז אנגעקומען און די 'לינקס' הילכט נאך אין מיין אויערן, איך האב שוין געוואוסט וואס עס מיינט, איינער האט מיר אויסגעזאגט די סוד ווארטענדיג אויף די רייע, קיין גליד האט זיך מיר נישט גערירט, די ערגסטע בשורה האט שוין גארנישט געמיינט ביי מיר.
די אלע וואס מען האט געשיקט לינקס האט מען איינגעשפארט אין די שרעקליכע באראקן, מיט די ציל זיי צו שיקן ווייטער קיין אוישוויץ, ווייל אין די לאגער איז קיין גאז קאמערן נישט געווען, מיר זענען געווען אריינגעדרוקט אפאר הונדערט קינדער אין א קליינע באראק, כמעט אלע האבן געוואוסט אז פון דא גייט מען צום אומקום, קיינער האט נישט געוויינט, די געפילן זענען געווען פארשטיינערט, די לופט איז געווען דערשטיקענד.

פלוצלונג איז ארויס די באפעהל אז יעדער זאל ארויסגיין אויפן פעלד, מיר האבן נישט געוואוסט וואס עס מיינט, אבער מיר האבן שיינערהייט געפאלגט, מיר זענען אלע ארויס אויפן פעלד און מען האט אונז אויסגעשטעלט אין גראדע רייעס, און אין די פראנט האט מען געשלעפט צוויי קינדער, די צוויי קינדער האבן פרובירט צו אנטלויפן און צו זייער שלעכט מזל האט מען זיי געכאפט, ס'איז געווען א פחד אנצוקוקן זייערע פארציטערע פענימער, זיי זענען געווען געבינדן הענט און פיס אזוי שטייף אזש ס'האט געשפריצט בלוט, די נאצי האט ארויסגעגעבן זיין ארטייל, איינעם הענגען און איינער צו די הונט, מ'האט גענומען די ערשטער מ'האט אויסגעטון זיינע קליידער, -ניטאמאל א בכבוד'דיגע טויט האבן זיי ערלויבט. מ'האט אים ארויפגעשטעלט אויף די בענקל ארומגענומען זיין האלז מיט דיקע שטריק.. און א שאס האט זיך געהערט, די קינד נעבן מיר איז אראפגעפאלן טויט, א נאצי האט באמערקט אז ער האט אוועגעקיקט נישט קענענדיג דערהייבן די שוידערליכע בילד אין ער האט אים דערפאר דערשאסן, יעצט האט שוין יעדער אכטונג געגעבן צו שטיין מיט אנגעשפיצטע אויגן צום גרויליגן ספעקטאל, די יונגל אויפ'ן בענקל האט עפעס געמורמלט ווארשיינליך שמע ישראל, און די נאצי האט געגעבן א שלעפ אוועק די בענקל.. און נאך א נשמה איז געווארן אויסגעלאשן אויפן נאצישן מזבח, די בילד ווי זיין גוף פלאטערט אויפ'ן תליה זאל שטענדיג מאנען די בלוט פון זיינע רוצחים, און זאל ארויפגיין צום כסא הכבוד און פאדערן פאר נקמה.

ווען מ'האט זיך גענומען אויסטוהן די צווייטע קינד, האט זיך געהערט א שרעקליכע וויי געשריי, איינער פון די קינדער ארום איז געווען זיין שוועסטער וואס האט נישט געקענט צוקוקן ווי מען הרגט איר ברודער, די נאציס האבן זיך מחיה געווען אויף נאך א קרבן, און מ'האט איר ארויסגענומען פון די רייע און איר געבינדן הענט און פיס, זי האט געשריגן ווי א וואזיניגער, לאזט אפ מיין ברודער, די נאציס האבען איר אויסגעטון און איך האב געזעהן ווי דאס האט איר די מערסטע געבאדערט אז מ'האט פארשוועכט איר אידישע צניעות'דיגע כבוד, מ'האט גענומען ביידע די ברודער און די שוועסטער זיי אראפגעלייגט געבונדן אויף די ערד און אנגערייצט די רוצחישע הונט.... די וויי געשרייען זאלן שטענדיג בלייבן אין די חלל פון די וועלט און זאל פאדערן גערעכטיגקייט, די קולות וואלטן געקענט מאכן די גרעסטע שלעכטער צוגיין אבער די דייטשן האבן גאר הנאה געהאט דערפון.

מיר זענען אלע צוריק געגאנגען אין באראק מיט א טרויעריגע געמוט, אבער קיינער איז נישט געווען אויפגעשוידערט מען איז שוין געווען פארשטיינערט אין געפיהל-לאז, די געשרייען האבן נאך לאנגע טעג געהילכעט אין מיינע אויערן, אבער ס'האט מיר נישט בארירט בפנימיות, מיין הארץ איז שוין געווען פארגליווערט.

מיט מיט ניסי ניסים האב איך דורכגלעבט די קריג, איך בין געשפרינגען פון באן און אנגעטראפן בחסדי השם א אידישע ערליכע פארטיזאן וואס האט מיר גענומען אונטער זיין שוץ, איך האב מיר געדרייט מיט אים און די פארטיזאנען לאגערן, פיר יאר האב איך מיך געדרייט אין וואלד און מיטגעהאלטן די טויט כמה פעמים ,נישט איינמאל האב איך געמיינט אז איך בין פערטיג, און צענדליגער מאל האב איך פארלוירן באקאנטע פאר מיינע אויגן, פאר מיינע אויגן זענען דורך די גרויליגסטע בילדער, אבער בחסדי השם איז די קריג געקומען צו א סוף, און איך האב נאך געלעבט, וואס דאס איז א זאך וואס איך האב נישט געגלייבט אז דאס גייט פאסירן.

גלייך נאכן קריג בין איך אנגעקומען קיין אמריקע, די פארטיזאן וואס האט מיר גענומען אינטער זיין שוץ האט מיר פארשריבן אלס זיין זון און ווען ער האט זיך אריינגעזעהן אין די גאלדענע מדינה בין איך מיטגעקומען מיט אים, אבער ער האט נישט געקענט נעמען מיר צו שפייזן, האט ער פארשאפט ביי איינע פון די געציילטע ערליכע משפחות וואס זענען דא געווען פארן קריג אז זיי זאלן מיר אריין נעמען צו זיי אין שטוב.

איך געדענק די ערשטע נאכט ווען איך בין אנגעקומען צו מיין גאסטגעבער האט ער מיר אויפגענומען זייער ווארעם, און מיר געמאכט פילן זייער גוט, ס'איז געווען די ערשטע מאל אין זעקס יאר וואס איך האב מיר צוריק געשפירט ווי א קינד, א מענטש'ליכע קינד, ער האט מיר אנגעהויבן אויספרעגן מיינע מיטמאכנישן, איך האב מיר גענומען פארציילן, איך געדענק ווי נאך אנפאנג פון די מעשה האט ער אויסגעפלאצט אין א יאמערליכע געוויין... איך האב אים אנגעקוקט מיט פארשטארטע אויגן, פארוואס וויינט ער??... איך האב גערעדט ווייטער ביז ער האט מיר געוויזען איך זאל אויפהערן ער האט שוין נישט דערהויבן, איך האב אים אנגעקוקט פארוואונדערט, וואס איז ער אזוי איבערגענומען, ער האט מיר אנגעקוקט וואו קען איך ארויסזאגן אזאלעכע צרות אן וויינען??... ביי מיר איז עס געווען אזוי נארמאל, און איך בין געווען אזוי צוגעוואוינט, אז איך האב נישט געכאפט די געוויין וואס האט אים באנומען.

ועל זה אני בוכיה, אויף די מענטשליכע געפילן וואס היטלער מיט זיין רוצחישע פאלק האט ארויסגעריסן פון מיר, די נאטור'ליכע עקל פון טויט. די העכערע מאראל. איך בין נישט מוחל די רוצחים פארן אויסרייסן די נאטור'ליכע תמימות פון מיינע קינדער'ישע יארן, די נאטור'ליכע פחד פון טויט, פארן מאכן טויט א נארמאלע זאך אין מיינע אויגן, און מיר פארוואנדלען פאר א חיה אנשטאט פון א מענטש.

*************

א נשמה לויטער און ריין קומט פון כסא הכבוד צו גיין, ס'איז אים געווען זייער באקוועם דארט, אבער לצורך עליה האט ער געמאכט א ירידה, און זיך אראפגעלאזט אויף די וועלט, ער איז געווען לויטער און סענסעטיוו צו יעדע חטא, די נשמה איז געקומען גראד פון די מקור הקדושה, יעדע גשם האט אים פארעקלט, אבער איין קוק נאך א קוק, איין חטא און נאך א חטא, די נשמה ווערט פארשמירט, די סענסטיוויטי וועפט אויס, דעיס וואס האט אים נעכטן אויפגעשוידערט ווערט היינט נארמאל, די זאכן וואס נעכטן האט עס געלעכערט זיין לויטערקייט גייט ער היינט דורך אן כאפן אז ס'אז עפעס שלעכט, נעכטן וואלט ער נישט געקענט זיך בארוהיגן פון די גשם און היינט איז עס נארטירליך.

אוי אוי ווי נעמט מען די ריינקייט פון פאר'ן חטא, די ריינקייט ווען מען איז נאכנישט געווען מגושם, ווען מען האט נאך געכאפט אז עפעס איז שלעכט, די ריינקייט ווען יעדע ראיה האט נאך געבאדערט, אמאל קען א שגץ האבן ווייניגער פראבלעמען אין שמירת עניים ווי א אויסגעארבעטע יונגערמאן, פשוט ווייל ער האט פארלוירן די ריינקייט און די סענסעטיווקייט, וויי פאר אזא גרינגקייט.

יא מ'קען ווערן צוגעוואוינט צו אלעס! אפילו צו טויט, אין די מלחמה איז טויט געווען א נארמאלע זאך, ס'איז נישט געווען קיין חידוש, און האט נישט אויפגעברענגט קיין טרערן, ס'האט קיינעם אויפגעשאקלט, ס'איז געווארן א טאג טעגליכע זאך, זיי האבן געקוקט מיט וואונדער און קנאה פאר ווער ס'האט נאך געוויינט נאך א מת.

צו אונז געשעהט די זעלעביגע, בעצם קומט מען סענסעטיוו צו א חטא, מען קומט ריין, אבער מען ווערט מגושם, חטא ווערט נארמאל, ס'ווערט אויס חידוש, מען כאפט שוין נישט אז ס'איז עפעס אויפטרייסלנד, ווען מען זעהט איינעם וואס ווערט יא אויפגעטרייסלט איז גאר יענער אינטרעסאנט, מען כאפט נישט וואס נארמאל איז עכט, ווי אויפשאקעלנדיג אן עבירה איז עכט,
מען דארף זיך אויפוועקן! ארויס פון די פארשלאפנקייט! צוריקבויען די סענסטיוויקייט צו חטא! צוריק ווערן ריין! ווערן אויפגעשאקלט פון א עבירה! מען דארף ארויסגיין פון די מצב וואו מען האט זיך באקוועם געמאכט! די פארשטיינערט'קייט וואו מען איז אריין!

וויאזוי? אסאך וועגן. והראשון, להפסיק הרע מיד, ולהתבונן בעוצמה של הרע, וכמה רע פוגם למעלה, ולעשת הרבה התבוננות והתבודדות, ועוד עיקר יש, להסתובב עם בני האדם שעדיין תמימותם ויראתם בשלימות.

זאל השם העלפן מיר זאלן אנקומען צו תשובה שלימה..


דיסקלעימער: די מעשה איז טאקע פיקטיוו אבער נאר די אויסשטעל דערפון, אלע פרטים זענען ליידער אמת.


א אנדענק

א ריזען דאנק פאר ידידי הרב א גרויסע עם הארץ ( מעגסט שוין טוישן דיין נאמען צו עפעס וואס שטומט בעסער אויף דיר ) פארן נאכאמאל טון די שווערע ארבעט און מגיה זיין די ארטיקל
אקבל הערות והארות בשמחה והכרת הטוב אי"ה
-------
מפתח ארטיקלען ----- מפתח פאעזיע
-------
ווער עס וויל באקומען ווייטער ארטיקלען פון מיין קליינקייט אדער וויל מיר קאנטעקטן זאל מיר שרייבן צו מיין אימעיל
מיט פיל דאנק
------
[email protected]
אוועטאר
כאניש וואס צו טון
שר עשרים אלף
תגובות: 22317
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
לאקאציע: אפן וועג צום ארבייט
פארבינד זיך:

Re: די בעסטע חבר דערשאסן.. די איינצוגסטע שוועסטער אין מגיפה.. - איז עס שוידערליך??

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאניש וואס צו טון »

כקעניש!
די לעכטיגע טעג זענען שוין נענטער ווי ווייטער!
אוועטאר
אזוי גאר!
שר ששת אלפים
תגובות: 6285
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש מארטש 25, 2017 7:13 pm
לאקאציע: עולם השפל

Re: די בעסטע חבר דערשאסן.. די איינצוגסטע שוועסטער אין מגיפה.. - איז עס שוידערליך??

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אזוי גאר! »

PDF?
וואס טוט זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7240
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm
לאקאציע: איינע פון די באהאלטענע סאב פארומס

Re: די בעסטע חבר דערשאסן.. די איינצוגסטע שוועסטער אין מגיפה.. - איז עס שוידערליך??

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס טוט זיך »

:-e;/ :-e;/ :-e;/


ס'דא בכלל וואס צו זאגן????


א שטיין פון הארץ ווערט בארירט פון דעם!
אני מאמין באמונה שלימה, שהבורא יתברך שמו, הוא בורא ומנהיג לכל הברואים, והוא לבדו עשה ועושה ויעשה לכל המעשים.
אוועטאר
אונגארישע הייזער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8296
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 31, 2019 1:12 pm
לאקאציע: אין מאה שערים

Re: די בעסטע חבר דערשאסן.. די איינצוגסטע שוועסטער אין מגיפה.. - איז עס שוידערליך??

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אונגארישע הייזער »

זייער שיין און הארציג!

אבער פארוואס קען מען נאר ליינען דיינע באשרייבונגען בתנאי אז מאיז מקיים דיין אוועטער...?!

---

א רגע כאפארגעסן... מזל טוב צום פינף הונדערטסטן! דער אייבירשטער זאל העלפן אויף אמת'ע שמחות געזונטערהייט!
לכאורה האט געשריבן:
פארוואס שרייבט מען תגובות אן זיך פארשטענדיגן מיטן מוח?
אוועטאר
כאניש וואס צו טון
שר עשרים אלף
תגובות: 22317
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
לאקאציע: אפן וועג צום ארבייט
פארבינד זיך:

Re: די בעסטע חבר דערשאסן.. די איינצוגסטע שוועסטער אין מגיפה.. - איז עס שוידערליך??

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאניש וואס צו טון »

האמער נאכאמאל פראבירט, אבער אנע ערפאלג!
עני אינדשעקשן אוועילעבל?
די לעכטיגע טעג זענען שוין נענטער ווי ווייטער!
אוועטאר
שאשא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4146
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 05, 2020 12:16 am

Re: די בעסטע חבר דערשאסן.. די איינצוגסטע שוועסטער אין מגיפה.. - איז עס שוידערליך??

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאשא »

זייער emotional
עס האט בארורט מיין נשמה..
הצלחה
אוועטאר
נשמת השכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4649
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2018 1:04 pm
לאקאציע: ערגעץ וואו, נאכנישט באשטימט...

Re: די בעסטע חבר דערשאסן.. די איינצוגסטע שוועסטער אין מגיפה.. - איז עס שוידערליך??

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמת השכל »

WOW! וואסטי געטוהן צו מיר??
איר האט מיך טערארעזירט!

דער שטייגט מיר דא אונטער די פיס...

געוואלדיג איניש דאס ווארט!
יעדע גוטע באגריף וואס גייט אן פאר צו לאנג ווערט צום סוף אויס גוטע באגריף
דייקן
שר חמש מאות
תגובות: 673
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 02, 2020 1:32 pm

Re: די בעסטע חבר דערשאסן.. די איינצוגסטע שוועסטער אין מגיפה.. - איז עס שוידערליך??

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דייקן »

WOW פאר די מוסר השכל!
WOW פאר די משל!
און WOW פאר די דעליווערי!

ביי דיר דארף מען אפילו נישט ווינטשען אז דו זאלסט אנקומען וואס שנעלער צום טויזענטער, ווייל ס'גיסט זיך דאך אזעלכע ארטיקלען אויך ווען ס'איז נישט דא עפעס א ספעציעלע סיבה.
און טאקע א ריזיגע דאנק פארן אוועקגעבען אזויפיל פון דיין צייט שלא ע"מ לקבל פרס גשמי, אבער א פרס אויף יענער וועלט וועסטו אודאי באקומען, ווייל אלע מצוות וואס מענטשען טוען, און אלע עבירות וואס מען האלט זיך איין פון, אין רעזולטאט פון דיינע ארטיקלען, ווערען פארשטייט זיך צוגעשריבען צו דיין קאנטע.
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17017
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

Re: די בעסטע חבר דערשאסן.. די איינצוגסטע שוועסטער אין מגיפה.. - איז עס שוידערליך??

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

כאניש וואס צו טון האט געשריבן:האמער נאכאמאל פראבירט, אבער אנע ערפאלג!
עני אינדשעקשן אוועילעבל?

דאס איז דאך די נקודה!
העסט ליינען נאך און נאך וועסטו זיך צוגעוואוינען...

און צום עצם מאמר, געוואלדיג!
חוח בין השושנים האט געשריבן:
עפרות זהב
שר חמישים ומאתים
תגובות: 358
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 05, 2019 2:42 pm

Re: די בעסטע חבר דערשאסן.. די איינצוגסטע שוועסטער אין מגיפה.. - איז עס שוידערליך??

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עפרות זהב »

איך וויל מיך באדאנקען פארן די הערליכע ארטיקלען איך ווארט מיט שפאנונג דערויף
אבער סאיז א ניין און יא יא א הערצליכען ישר כח ניין ווייל נאכן ענדיגען ליינען די הערליכע מוסר שמועס מאך איך צו די אייוועלט אויף אפאר טאג, און זעץ מיך לערנען, ממילא פארפאס איך די פאהר ארטיקלען,
אוועטאר
ניין און יא
שר האלף
תגובות: 1305
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 06, 2019 10:05 am

Re: די בעסטע חבר דערשאסן.. די איינצוגסטע שוועסטער אין מגיפה.. - איז עס שוידערליך??

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניין און יא »

עפרות זהב האט געשריבן:איך וויל מיך באדאנקען פארן די הערליכע ארטיקלען איך ווארט מיט שפאנונג דערויף
אבער סאיז א יא און ניין יא א הערצליכען ישר כח ניין ווייל נאכן ענדיגען ליינען די הערליכע מוסר שמועס מאך איך צו די אייוועלט אויף אפאר טאג, און זעץ מיך לערנען, ממילא פארפאס איך די פאהר ארטיקלען,

יהא זה שכרי מתוך כל עמלי
אקבל הערות והארות בשמחה והכרת הטוב אי"ה
-------
מפתח ארטיקלען ----- מפתח פאעזיע
-------
ווער עס וויל באקומען ווייטער ארטיקלען פון מיין קליינקייט אדער וויל מיר קאנטעקטן זאל מיר שרייבן צו מיין אימעיל
מיט פיל דאנק
------
[email protected]
עפרות זהב
שר חמישים ומאתים
תגובות: 358
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 05, 2019 2:42 pm

Re: די בעסטע חבר דערשאסן.. די איינצוגסטע שוועסטער אין מגיפה.. - איז עס שוידערליך??

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עפרות זהב »

איך וואלט די מציע געווען ארויס צוגעבען די הערליכע מעשיות מיטן מוסר השכל (סאיז דאך שוין דא 500 שטיק!!!!) אלץ א יודישע ביכל פאר קינדער און בחורים (אפשר אויך אטעס און מאמעס) אחוץ די זיכוי הרבים קען מען פארדינען אפהר דאללער אויך
אוועטאר
כאניש וואס צו טון
שר עשרים אלף
תגובות: 22317
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
לאקאציע: אפן וועג צום ארבייט
פארבינד זיך:

Re: די בעסטע חבר דערשאסן.. די איינצוגסטע שוועסטער אין מגיפה.. - איז עס שוידערליך??

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאניש וואס צו טון »

יא און יא!
ענדליך האב איך מיט שוועריגקייטן אפגעלייענט דעם גאנצן ארטיקל,
געוויינט האב איך נישט, וויל איך בין ברבים, אבער איך בין שוידערליך איבערגענומען,
איך האב זיך געזעהן סיי אלס קינד זיך געזעגענען פון מיין טאטן
און סיי אלס טאטע זיך געזעגענען פון מיין קינד
ח"ו אויף ביידע! אבער כ'באב עס פאקטיש געפילט!
כ'האלט עס נידט אויס! כ'מוז וויינען!
דיין כח הדמיון, צו אריינלייגן לעבהאפט און דמיון יציור אין דיינע ארטיקלען זענען אויסטערליש!
איך פיל נאכן ליינען דיינע ווערק, אזויווי נאכן הערן 'דער בריוו טרעגער', אדער 'די 93 קדושות' פון ר' יו"ט עהרליך! (נעכטן געווען די יא"צ)
די לעכטיגע טעג זענען שוין נענטער ווי ווייטער!
עפרות זהב
שר חמישים ומאתים
תגובות: 358
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 05, 2019 2:42 pm

Re: די בעסטע חבר דערשאסן.. די איינצוגסטע שוועסטער אין מגיפה.. - איז עס שוידערליך??

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עפרות זהב »

לכבוד הצדיק ניין און יא
אפשר וואלט געווען שייך צו מאכען א PDF פון אלע דיינע ארטיקלען ביז אהער
א צווייטער קען עס אויך טוען
ישר כח
אוועטאר
ניין און יא
שר האלף
תגובות: 1305
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 06, 2019 10:05 am

Re: די בעסטע חבר דערשאסן.. די איינצוגסטע שוועסטער אין מגיפה.. - איז עס שוידערליך??

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניין און יא »

עפרות זהב האט געשריבן:לכבוד הצדיק ניין און יא
אפשר וואלט געווען שייך צו מאכען א PDF פון אלע דיינע ארטיקלען ביז אהער
א צווייטער קען עס אויך טוען
ישר כח

אין מיין חתימה איז דא פדפ פון אלעס חוץ דעיס (מיט אלע גראמען)
אקבל הערות והארות בשמחה והכרת הטוב אי"ה
-------
מפתח ארטיקלען ----- מפתח פאעזיע
-------
ווער עס וויל באקומען ווייטער ארטיקלען פון מיין קליינקייט אדער וויל מיר קאנטעקטן זאל מיר שרייבן צו מיין אימעיל
מיט פיל דאנק
------
[email protected]
אוועטאר
ניין און יא
שר האלף
תגובות: 1305
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 06, 2019 10:05 am

Re: די בעסטע חבר דערשאסן.. די איינצוגסטע שוועסטער אין מגיפה.. - איז עס שוידערליך??

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניין און יא »

כאניש וואס צו טון האט געשריבן:יא און יא!
ענדליך האב איך מיט שוועריגקייטן אפגעלייענט דעם גאנצן ארטיקל,
געוויינט האב איך נישט, וויל איך בין ברבים, אבער איך בין שוידערליך איבערגענומען,
איך האב זיך געזעהן סיי אלס קינד זיך געזעגענען פון מיין טאטן
און סיי אלס טאטע זיך געזעגענען פון מיין קינד
ח"ו אויף ביידע! אבער כ'באב עס פאקטיש געפילט!
כ'האלט עס נידט אויס! כ'מוז וויינען!
דיין כח הדמיון, צו אריינלייגן לעבהאפט און דמיון יציור אין דיינע ארטיקלען זענען אויסטערליש!
איך פיל נאכן ליינען דיינע ווערק, אזויווי נאכן הערן 'דער בריוו טרעגער', אדער 'די 93 קדושות' פון ר' יו"ט עהרליך! (נעכטן געווען די יא"צ)

סהאט מיר געלוינט דיין אנשטרענגונג פאר די זאפטיגע קאמפלימאנט
אגב איך בין אסאך נשפע פון ר יוט
די צוויי נגונים האב איך איבערגעהערט אימצאליגע מאהל
לעצט פארראכטן דורך ניין און יא אום דינסטאג יולי 21, 2020 1:18 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אקבל הערות והארות בשמחה והכרת הטוב אי"ה
-------
מפתח ארטיקלען ----- מפתח פאעזיע
-------
ווער עס וויל באקומען ווייטער ארטיקלען פון מיין קליינקייט אדער וויל מיר קאנטעקטן זאל מיר שרייבן צו מיין אימעיל
מיט פיל דאנק
------
[email protected]
אוועטאר
הרבטייטעלבוים
שר ששת אלפים
תגובות: 6377
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 20, 2012 5:52 pm
לאקאציע: שתולים בבית ד'

Re: די בעסטע חבר דערשאסן.. די איינצוגסטע שוועסטער אין מגיפה.. - איז עס שוידערליך??

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרבטייטעלבוים »

דער נאצי, דער יצר הרע, שרעקליך!!!!

שכויעך.
פינחס
שר חמישים ומאתים
תגובות: 327
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 20, 2017 12:03 am

Re: די בעסטע חבר דערשאסן.. די איינצוגסטע שוועסטער אין מגיפה.. - איז עס שוידערליך??

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פינחס »

געוואלדיג האסט מיך אהין געטראגן
אוועטאר
מארגן
שר האלף
תגובות: 1445
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 29, 2020 4:24 pm

Re: די בעסטע חבר דערשאסן.. די איינצוגסטע שוועסטער אין מגיפה.. - איז עס שוידערליך??

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מארגן »

איך ווייס נישט וויאזוי ארויס צוברענגען מיינע געפילן איבער דעם
אויב די ווילסט מיר עפעס זאגן ציטיר מיר
[email protected]
אוועטאר
נאר מיט שמחה
שר שמונת אלפים
תגובות: 8010
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 08, 2017 10:04 am

Re: די בעסטע חבר דערשאסן.. די איינצוגסטע שוועסטער אין מגיפה.. - איז עס שוידערליך??

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאר מיט שמחה »

הרה"צ ר' יש מאין שליט"א, כ'האב נאכנישט ס'צייט ס'צוליינען, אבער אזוי ווי דו האסט מיר שוין מחזיר בתשובה געווען איין מאל נאכן צווייטן, זאג איך דיר שוין שכויעח פון פאראויס.
דער רבי האט געהייסן פריילאך זיין! פריילאך זיין! פריילאך זאל מען זיין!!!
קרייסלער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4514
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 20, 2015 6:01 am
לאקאציע: אויפן ראוד

Re: די בעסטע חבר דערשאסן.. די איינצוגסטע שוועסטער אין מגיפה.. - איז עס שוידערליך??

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרייסלער »

וואס? א האלאקאוסט סורווייווער האט א ניק אויף איי וועלט? און גאר אקטיוו?

דעיס לייענט זיך ווי פון איינער וואס עס האט ממש מיטגעלעבט
אין די מילין, האסט מיר ממש געברענגט צו טרערן

דו האסט א מין פעדער וואס כלל ישראל האט שוין לאנג נישט געזעהן, לך בכחך הזה
מיר פרייען זיך נישט מיט די מפלות אדער נצחונות פון די ציונים

מיר ווארטן אויף ביאת משיח וואס וועט אונז אויסלייזן פון גלות פון די ציונים און אראבער ביינעזאם
בלעכענער פנים
שר האלפיים
תגובות: 2659
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 04, 2019 12:51 pm

Re: די בעסטע חבר דערשאסן.. די איינצוגסטע שוועסטער אין מגיפה.. - איז עס שוידערליך??

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלעכענער פנים »

יו, כ'קען שויניש.. טרערן פליסען.. כ'ברויך א פידיעף פאר תשעה באב.
אוועטאר
ניין און יא
שר האלף
תגובות: 1305
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 06, 2019 10:05 am

Re: די בעסטע חבר דערשאסן.. די איינצוגסטע שוועסטער אין מגיפה.. - איז עס שוידערליך??

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניין און יא »

בלעכענער פנים האט געשריבן:יו, כ'קען שויניש.. טרערן פליסען.. כ'ברויך א פידיעף פאר תשעה באב.

איך האף איר האט נישט אנגעהויבן די טאג מיט די ארטיקל
Tnx for the compliment
אקבל הערות והארות בשמחה והכרת הטוב אי"ה
-------
מפתח ארטיקלען ----- מפתח פאעזיע
-------
ווער עס וויל באקומען ווייטער ארטיקלען פון מיין קליינקייט אדער וויל מיר קאנטעקטן זאל מיר שרייבן צו מיין אימעיל
מיט פיל דאנק
------
[email protected]
קאכעדיגע
שר האלף
תגובות: 1592
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 27, 2014 4:17 pm

Re: די בעסטע חבר דערשאסן.. די איינצוגסטע שוועסטער אין מגיפה.. - איז עס שוידערליך??

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאכעדיגע »

טענק יו עגעין!

מיין שפראך איז פלעין צו ארעם צו קאמפלימענטן!

די שפראך,משל,טרעפליכע נמשל,ציפעדיגע מוסר השכל, אפען הארץ סורדשערי -אוי ווי די אמת רייסט שטיקער
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”