מוז איך אלעמאל פארבלייבן קהל'ס נאר? זאל קהל זיין מיין נאר...
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
- חוח בין השושנים
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4132
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm
מוז איך אלעמאל פארבלייבן קהל'ס נאר? זאל קהל זיין מיין נאר...
כ'גיי דיר יעצט אריינשלעפן ווי פינטעלע שלעפט אריין סאכי אויף מיסטעריע צו פראסקען דעם אפיציר (איים סארי פארן ציען דיין גארטל אזוי שטארק)... אין א שולכל וואו כ'האב געדאווענט ווען כ'האב געוואוינט אביסל ארויסצו, אין א געגנט וואס האט געמאנגלט מיט שטיבלעך, זאלסטע זען וויאזוי ס'דארט צוגעגאנגען אין א גרינעם דינסטאג.
פאר דזשיפיעס צוועקן: סע'איז אין די עיר-מייל פון טשיינע טאון, ערגעץ אין די גלילות.
מיט א קיי-מעלאן פון 13 מתפללים קבועים, שכנים פונעם שול, אלע אין די 'לרדוף' יארן, האט מען קובע געווען דעם זמן לויטן דעת הרוב, אויף 7:30 ברכות און 7:45 הודו. דער רוב איז גראדע באשטאנען פון 'אלע' מתפללים. אלע האבן געוואלט ענדיגן דאווענען בערך 8:30. איש כפי סיבתו אשר סבתא, ואיש כפתרון חלומו אשר כעלעם.
צווישן די מתפללים זענען געווען צוויי מסודר'דיגע באשעפענישן (גאנץ א שיינע פראצענט), ואני הקטן ליידער בתוכם, וועלכע זענען טעגליך געשטאנען רחמנות'דיג אויפן פלאץ גענוי 7:30 באקרוינדלט מיט טלית ותפילין, גרייט אז דער באן זאל זיך ארויסלאזן אויפן רייזע. אבער... עלנד אליין זענען זיי געשטאנען, ווי איינזאמע דאָמיס אין פעלד צו אפשרעקן די פייגעלעך, כחוח בין השושנים...
בערך 7:45 זענען נאך צוויי-דריי אירע אנגעקומען, יונגעלייט וואס שטאמען בעל כרחם ערגעץ וואו פון א יעקע, און דער דזשין האט נאכנישט אינגאנצן אויסגעוועפט. דער מאלעקיולאר טשעינדזש האט נאכנישט באטראפן די קראומאסאומס פון זייער די-ען-עי... כ'ווייס ניש פונקטלעך, הקיצור אמעשה, שנעל האבן זיי זיך געוואשן די הענט פונעם טעפל און נאכאמאל פונעם נאסן האנטעך, זיך באקאַוועט, באגארטעלט, ארויפגעווארפן די טלית ותפילין כזורק אבן לחמת און געווארן גרייט בערך 7:50'יש.
דא האט זיך אנגעהויבן די פאָן פון די (כתיב. קרי: פאָנפענדיגע) טאג.
די איבעריגע מתפללים זענען ערשט יעצט אדער באלד אנגעקומען, א טובה געטון דעם רבש"ע. זיי האבן פשוט אראפגעלייגט די טלית בייטל אין ביהמ"ד, נאר כדי קונה שביתה צו זיין, פּאָנטשן די קארד. מ'האט זיי מצרף געווען פאר א קדיש דרבנן און אנגעהויבן הודו בערך 7-8 מינוט שפעט.
נו, לאמיר הערן, און טאקע מיט א דריי מיטן גראבן פינגער, וואס איז שוין אז מ'שפעטיגט מיט 7.5 אויפן ריכטער וואג? מ'האט שוין געהערט אזאנס! שטעלט זיך אבער ארויס אז דאס איז נאר געווען אתחלתא דפורענותא... אונזערע צדיקים'לעך האבן גאנץ אנדערע פלענער ווי אונז. א רייכער פראגראם איז נאך אנגעגרייט פאר זיי --און פאר אונז-- ביז זיי שטעלן זיך דאווענען...
נאך קדיש דרבנן האבן זיי באלד אפגעפיצט, געמאכט א פצחו ורננו, און זיך אריינגעכאפט אין מקוה (נאכנישט געווען דארט די פּראָפּעלערס ביים אריינגאנג). פארשטייט זיך אז מ'כאפט נישט אפ א 'טרוקענע מקוה', א טובל און ארויס, ווייל דאס איז דאך כגוף בלי נשמה... אוודאי איז מען מקיים, טאקע דארט במעמקי הבור, אינעם טיט הנרוק, אין דושעניש פונעם יוון מצולה, ביבשה בתוך הים, אינעם מעיין נרפש, דעם שוהין שעה אחת ומתפלפלים צי דאנעלד ראמספעלד האט געדארפט רעזיגנירן אדער נישט (מעשה שהיה כך היה, ס'געווען בערך אין יענע תקופה). ביז זיי האבן זיך ארויסגעריסן פון דארט, נאך לאנגע צעגערנישן, כפיטורי מפי וושט...
אזוי, ארום 8:15 האט זיך איינער אריינגעקייקלט, דער צווייטער אריינגעוואַקלט, א דריטער אריינגעקווענקלט און א פערדישער אריינגעקוואָקעט אין ביהמ"ד אריין, 'ואני ברוב חסדי אבוא ביתך'. שוין, ענדליך! נעתרו לבקשתינו!
טייל זענען נישט מ'וואטער אויפן קיצל של איד, און מאכן זיך נאך אונטערוועגנס א קאווע, ווייל 'חלב' מיט 'קוה' באטרעפט דאך מקוה... כמנהג חסידים ואנשי מעשה. על פי סוד האבן זיי נאך א ענין דערביי, די סידורים אין שול זעען נאך אויס צו ניי, אויך איז דער שול צו ריין, ממש א חילול השם, האפנטליך וועט די קאווע קענען טוישן די אטמאספערע...
יעצט אז ס'שוין געווארן מנין אין שול, האט מען געקענט אריינכאפן קדיש און ברכו, אויף וועלכע זייער ברוינע קאצקע צוקערל אין מויל האט נאכגעענטפערט...
מיין טענה צו זיי איז געווען, מעגליך אן געפיל און אן לאגיק, נאר סתם איינזייטיג פאראזיטיש:
עטץ ווייסץ נישט פון קיין זייגער צו זאגן, אבער אנדערע ליידן וועגן ענק! נעמץ אייך אריין אין קאפ, ווען ענק פּעניען יעצט אין כסלו, אפילו נאר צוויי מינוט, וועל איך זיך דארפן יאגן א גאנצן ווינטער צו קענען עסן די אפיקומן פאר חצות... עטץ קימץ אריין א פערטל נאך אין שול, ווייל עטץ קענץ זיך נישט העלפן, ס'איז קעגן אייער נאטור צו זיין באצייטנס, נו, כאפטס כאטש יעצט טלית און תפילין, און הייבץ אן צי ריייייסן כדי דער מסודר'דיגער ציבור זאל נישט דארפן ליידן.
זיי מאכן זיך צוטון פון מיינע ווערטער, ווי פון חלומות שחלמו אחיירעם על אכיירים... נישטאמאל כאפן זיי וועלכע שפראך איך רעד. פליען? רייסן? דאס איז נישטאמאל גוט פאר בדיעבד עבדים, עס איז געמאכט נאר פאר שקצים ורמשים עם גחלי רתמים. זיי ווענדן זייערע קעלבערנע בליקן צו מיר, כּ'האן בבני ירושלים, 'אונז זענען דאך באצייטנס! וואס? אפאר מינוט שפעט איז אזוי געפערלעך?' זיי לעבן זיך אין זייער וועלטל, ס'איז פשוט נישטא צו וועמען צו רעדן. כ'קען שוין מיינע כעוורע, יודע בהמה נפש צדיקו. נאו-באדי איז האום, נישט יעצט און אויך נישט טאמאראוי.
זיי הייבן ענדליך אן ברכי נפשי מיט א געשמאק, מען גלעט דעם טלית'ל וואס איז פארווארפן איבערן שריון קשקשים (די שניי ברעקעלך אויפן פלייצע). מען קעמט אויס די ציצית מיטן פליישיגן-נעגלדיגן קעמל בשעת'ן ארומשפאצירן כסומא בארובה. מען מאכט יעצט טוייה ושזירה לשם מצות מצוה. דער סדר הנחת טלית ותפילין טאר דאך נישט דויערן בלויז צוויי-דריי ארימע מינוטן. ווען יא, וואספארא פנים וועט נאכדעם דער גאנצער טאג האבן? וואס וועט מען שוין קענען ערווארטן פונעם קומענדיגן דור?
דערווייל האלט שוין דער בעל תפילה סוף קריאת שמע, און ווארט אויסצולאזן ה' אלקיכם אמת. אבער ער קען נישט. נישטא מיט וועמען צו גיין צום טיש. נישטא קיין 6 אויפן וואגן, און אזוי וועט מען זיך נישט קענען שטעלן שמונה עשרה.
וואס טוט מען? מ'ווארט. מ'ווארט אומגעדולדיג אז דער ש"צ ירום קרנו זאל משלים זיין די רמ"ח איברים. מ'כאפט א בליק אין א ספר וואס יענער... יענער דארטן... ניין, דער אנדערער, דער וואס געניצט דארט מיטן ברוינעם אויסגעקראכענעם טלית... יא, דער וואס לעשט אייביג אויס די סוויטשעס בטעות, טאקע טאקע דער האט נעכטן נישט אוועקגעפאקט זיינע ספרים נאכן ניצן, וועגן דעם איז עס יעצט אויף מיין טיש... מען פרובירט צו שטופן צייט, און אין-איינוועגס אביסל לינדערן די געדעכטע סטרעס כוואליעס וואס שאפן א פּארע.
די צדיקים'לעך דאווענען דערווייל קרבנות, זיי קריכן און אנדערע קראכן. נאכדעם קומט פסוקי דזמרה, אה ממש מעין עולם הבא! מ'זאגט עס מלה במלה און בפה מלא, כאילו מונה מעות (אה, מונה מעות... ס'דאך ממש לועג לרש...), מיט א התלהבות וואס איז נישט אין פלאץ. וחוששני שיצא סרחו בהספיידער... זיי ווייסן זייער גוט אז זיי טרעטן אויף מענטשנ'ס הינער-אויגן. באט הו-קעירס? ווילאנג איך טו זיך דאס מייניגע, פלאצן זי ביטע!
ענדליך ווען זיי האלטן ביי ברכת יוצר, געצוואונגענערהייט, ס'שוין פשוט נישט געבליבן וואו צו שלעפּן – נאכדעם וואס השמים מספרים און לדוד בשנותו וועקן זיך נאר אויף ווען דער סמבטיון גייט שלאפן – רופט דער ש"צ הילכיג אויס דעם לאנג געגארטן ה' אלקיכם אמת, מיט האפענונג אז אין די צוויי מינוט ביז שמונה עשרה וועט מען זיך אויף עפעס א וועג אויסגלייכן. אבער וואס וואו ווען? אט שטייט מען סוף 'עזרת', און ס'הערן זיך נאך די זיסע קלאנגען און הארץ-סטרונעדיגע מעלאדיעס פונעם ע-ע-כ-כ-כ-א-א-א-א-א-א-א-א-א-א-ה-ה-ה-א-א-א-א-ד-ד-ד, מ'שפירט ממש ווי מ'גייט אויס...
בלייבט מען ווייטער שטיין און ווארטן. מיר זענען דאך ביי די חברה כחומר ביד היוצר, ווילאנג מיר האבן נישט קיין כדי חלוקה צו מאכן צוויי באזונדערע מנינים. אבער מיר געבן חלילה נישט אויף, נאר מיר זעצן פאר צו ווארטן אויף זיי. ואף על פי שיתמהמה, עם כל זה אחכה לו, ביז מען וועט שוין הערן ווי זיי הייבן אן צו זשומזשען דעם פליג'ישן למען תזזזזזזזזזזזזזזזזזזכרו, וועט מען וויסן אז די ישועה איז נאנט.
דאס הארץ צאפלט, די מצריים זענען אט אט דא, מען שטייט ביים ברעג וואסער, על שפת הים יחד כולם הודו, מ'וויל אריינשפרינגען אינעם שמונה עשרה אריין, אבער... דער וינהגהו בכבדות לאזט זיך נישט רירן פון ארט. מ'קען זיך נישט נאכנישט ארויסזען פונעם זומפ.
דער זייגער טוט זיך זיין געשעפט, ס'גייט אים גארנישט אן. ער טיקט און טאקט צום ריטם פון די סעקונדן, מיט א ברוטאלע גלייכגילטיגקייט, ער קוקט אויף אונז ווי קיינמאל גארנישט. און ווי צו צוגיסן זאלץ אויף אונזערע וואונדן, צייגט ער שוין 8:45. וואס טראכט איר זייגערלעך, אויב איר זאלט אמאל אפשמועסן זיך צוזאמען צו פארלאנגזאמען מיט א 15-20 מינוט, וועט אייך איינער דען עפעס טון?... אלנפאלס, שוין א קיילעכיגע שעה פון ווען מען איז געווען אין 'עשייה' און זיך געגרייט אריינצוגיין אין 'יצירה'.
עעעעעעענדליך ווערט שוין א 'חלות' פון ששה מתפללים. מען שטעלט זיך תיכף שמונה עשרה מיט פרייד, בזריזות עצומה, פאר איינער פון זיי ציעט צוריק... נאך דריי-פיר מינוט לויפן אדורך. די מסודר'דיגע יונגעלייט – וועמענ'ס איינציגסטע כוונה ביי שמונה עשרה איז געווען (ליידער, אין ליכט פונעם מצב) אז די צדיקים'לעך זאלן זיך שוין צואיילן, והשב לב עובדיהם לעבדך באמת – ווארטן מ'זאל שוין אנהייבן די הויכע שמונה עשרה. אבער ווי מיר ווייסן שוין, ווארטן גוררת ווארטן גוררת ווארטן גוררת ווארטן וכו' עד סוף כל הדורה'ס.
ס'גייט ווייטער נישט גרינג מיט די יעניגע. די קאטשע-לאפניקעס דאווענען לאנג שמונה עשרה. דער מושג פון ששה מתפללים איז דאך יעצט נישט רעלאווענט, ענדליך ווערט שוין א געדאנק פון ז' שלימים... מ'דארף דאך אבער ווארטן אויף תשעה עונים, און ביז דעמאלט וועט מען נאך דורכמאכן תשעה עינויים... וימתינו עד בוש.
צו וואס דארף איך ענק נעמען אויף אזא לאנגע רייד? שוין, טו מעיק א לאָנג סטאָרי שאָרט, קרוב צו 9:30 איז געווען דער זמן חליצת התפילין, פאר יעדן אייניג.
אזוי איז די מעשה אנגעגאנגען טאג איין טאג אויס. ויהי ערב רב ויהי בוקר טוב, חוזרים חלילה וחלילה, ומפטירין כדאתמול. ס'האט נישט געהאלפן קיין פודינו ומצלינו, נישט קיין שרייען חי וקיים, און קל וחומר בן בתה של קל וחמור'טע אז בתחנונים ידבר רש כעבד אל אדונו האט אויך נישט גערוקט קיין זאך פון פלאץ. דעם הר כגיגית האב איך נישט געקענט ארויפשטעלן איבער זייערע קעפ זיי צו באצוואונגען, ווייל כ'דריי זיך נישט מיט אזעלכע זאכן אין טאש...
די מסודר'דיגע יונגעלייט האבן זיך אנגעגעסן און די צדיקים'לעך האבן געריטן אויף אונז און זיך מחיה נפשות געווען.
===
מ'וואלט דאס געקענט לאזן אזוי לויפן, מ'זאל זיך ווייטער רייסן ביי די (כי)נעזער פאר נאך א גוטע 40 יאר (כ'כאפ אן 40 וועגן סגולה זאכן). ירעה עד שיסתאב. אבער... ווי אונזערע רבי'ס האבן אונז געלערנט, יעדע גוטע זאך קומט דאך צו א ענדע...
ס'געווען א פריזינג ווינטער טאג, ווען איינער האט אפגעיאגט מיט כמעט אלע דעגריס פון ניו יארק, ער האט איבערגעלאזט אפשר 5 אדער 10 פון זיי זיך צו וואלגערן אין גאס... פונקט דעמאלץ אינעם אשר קרך, אינעם וקרקר כל בני שת, האבעך זיך אנגעגארטלט מיט קוראזש, אנגעזאטלט מיט מוט, זיך אנגענומען דרייסטקייט, מיט מער פון א שמיני שבשמינית גאטס, און אפגעטון וואס מ'וואלט געדארפט טון חדשים פריער.
האב איך עס געמעגט טון? הלכה'דיג מסתמא נישט. דעמאלטס האב איך עס אבער גערעכנט אלס עפעס א מין סארט קיינד אוו אייס לעשות לה'. אויך האב'עך דאך נישט גע'חלומ'ט אז כ'וועל זיך דא אמאל מיס-וואדע זיין און ס'וועט ניס-גאלע ווערן clowny ברבים – ממילא האב איך עס יא אנגעווירטשאפט.
כ'בין צוגעגאנגען צום ברעטל 7:45 און "אפעראציע מ'פארט" איז אריין אין קראפט, נאך א שטילע געבעט, כגנבא אפום מחתרתא, אז די אקציע זאל באגלייט ווערן מיט הצלחה.
כ'האב באלד אנגעהויבן פסוקי דזמרה, אויפן דייטשן זייגער. דער לאקעמאטיוו איז געפארן ווי געהעריג, מיט 2 מתפללים. ביז מינוטן האבן זיך נאך 4 מיטגעכאפט. ווען די פארבליבענע 6-7 שלעפערס זענען אנגעקומען נאנט צו 8:00 מיט זייערע פארפרוירענע שנויצן און פארהאויעכטע גלעזער, האבן זיי נישט געגלייבט אז מ'האט אנגעהויבן אן זיי. מ'האט זיי דאס מאל מצרף געווען צו ברכו, און זיי זענען זיך געגאנגען זייער וועג און אנגעגאנגען ווי געהעריג מיט די פּראווערייען אין די תהומות פונעם מקוה, וויסנדיג אז בהכרח וועלן אונז ווארטן אויף זיי פאר שמונה עשרה.
8:05 ווען אין מקוה האבן זיך נאך אפגעטון קולי קולות, האבן אונז, יחידי סגולה אינעם שול, אנגעהויבן שמונה עשרה. אן מנין. מיט א שטאך אין הארץ, אבער מיטן חשבון פון 'ס'איז לתועלת' און עבירה לשמה.
ווען די צדיקים'לעך זענען אריינגעקומען אין שול מיט די קאווע אין האנט, האב איך תיכף אנגעהויבן די הויכע שמונה עשרה. לא שמעתי לקול צעקת אביונים וועלכע האבן ביטערליך פראטעסטירט בחרף נפשם.
דער שפיל האט זיך איבערגע'חזר'ט צוויי-דריי טעג. אונז האבן געדאווענט בידידות, מיטן בארעכטיגונג אז ס'איז אויף 'זייער' אחריות. און די יעניגע האבן געדאווענט נאך אונז, אויך בידיד נפש, ווארשיינליך אויף 'מיין' אחריות.
אינעם פערטן טאג בין איך צוגעגאנגען צום עמוד 7:45, און דא איז געשען דער וואונדער איבער ווינדאו: מ'האט אנגעהויבן הודו מיט מנין! די אקציע איז געקרוינט געווארן אלס שמעשינג סוקסעס!!! איך בין אבער פארבליבן דער בעל תפילה קבוע, כדי שלא יחזרו הראשונים לסורם.
יעצט, געס וואַט? די מערסטע האבן מיר באדאנקט די צדיקים'לעך וואס האבן זיך אויסגעלערנט א נייע דרך אין עבודת ה'...
כ'האב נישט געהאט קיין צייט אדער נערוון צו טוישן צופיל פרטים פונעם מעשה. סאו ווער – פון יענעם מנין – ס'כאפט יעצט מיין איידענטיטי, זאל אים וואויל באקומען...

- נו גוט נו שוין
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 12231
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm
נאכן ענדיגן און איין אטעם האבעך צוריקגעמישט, און זיך דערזען מיט אזוי א לאנגע שיינע זיסע בייסיגע הומאריסטישע ארטיקל אפגעלעזן....
כ'מיין אז ס'קען זיין א גוטע ביזנעס
כ'ווייס ....גמ"ח ממהרים לבוא
כ'מיין אז ס'קען זיין א גוטע ביזנעס
כ'ווייס ....גמ"ח ממהרים לבוא
ווער איז צמח???? ערשט האנטיגע באריכטן פונעם שפיאנאזש הויפטקוואטיר
- לעגאו מענטשעלע
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3642
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 09, 2019 3:44 pm
- לאקאציע: פאר מער דרוקט נומער 7
- קאקאש קעיק מיט מילך
- שר האלפיים
- תגובות: 2921
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 28, 2019 3:29 pm
- דניאל אויערבאך
- שר ששת אלפים
- תגובות: 6378
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 08, 2017 4:31 pm
- בשבילי נברא
- שר תשעת אלפים
- תגובות: 9223
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 18, 2010 10:53 am
-
- שר העשר
- תגובות: 12
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 10, 2019 12:11 pm
וואו וואו... דעיס איז אזוי אמת און אזוי געשמאק ארפגעלייגט!!!!!
איך פארשטיי ליידער אזוי גוט וואס די בוסט דארעכגעגאנגען... ובפרט. אבער וואס וואו ווען? אט שטייט מען סוף 'עזרת', און ס'הערן זיך נאך די זיסע קלאנגען און הארץ-סטרונעדיגע מעלאדיעס פונעם ע-ע-כ-כ-כ-א-א-א-א-א-א-א-א-א-א-ה-ה-ה-א-א-א-א-ד-ד-ד,
מ'שפירט ממש ווי מ'גייט אויס...
איך פארשטיי ליידער אזוי גוט וואס די בוסט דארעכגעגאנגען... ובפרט. אבער וואס וואו ווען? אט שטייט מען סוף 'עזרת', און ס'הערן זיך נאך די זיסע קלאנגען און הארץ-סטרונעדיגע מעלאדיעס פונעם ע-ע-כ-כ-כ-א-א-א-א-א-א-א-א-א-א-ה-ה-ה-א-א-א-א-ד-ד-ד,
מ'שפירט ממש ווי מ'גייט אויס...
- חוח בין השושנים
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4132
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm
טייערע אידן, קיפ איט קאמינג!
בינעך געווען היינט א נישט אזא גוטע גיסטע, חייקל איז אויפגעשטאנען אויפן לינקען זייט, האבעך גענומען א סיק-דעי פון ארבעט.
הבטלה מביאה לידי שעמום, בין איך שיער אריין אין דעפרעסיע...
דאס צו פארמיידן האבעך ארויסגענומען מיין אלטע צעקאליעטשעטע, פארזשאווערטע פעדער און זיך אביסל צעלאזט אויף קהל'ס חשבון.
זאל קהל זיין מיין נאר (צ/ק), איים סארי, און לייענען מיינע שמערצן.
שוין. אפגעשריבן, זיך אויסגעבלאזן אביסל. און יעצט? וויזוי שטיפט מען ווייטער?
יעצט זיצט מען און מ'ווארט אויף גוטע ווערטער פון די טייערע חברים דאהי. אביסל צו הייבן דעם נפש עייפה, אביסל צו טוישן די mood.
טוט, אלזא שיר אלזא באלד, א גמילות חסד, און זאגט א גוט ווארט...

חוח בין השושנים האט געשריבן:טייערע אידן, קיפ איט קאמינג!

שוין באלד בעסער ווי דער לאנגע-ערשטע תגובה....
אה... חוח: די ביזט איינס אויפ'ן וועלטל, קען זיך דאכטן אז די 2007 חברה זענען צוריקגעקומען אונטער א פרישע שלייער-ניק!!!
קיפ אן, עמעזינג! נא, באמת! עכט פיין און געשמאק!!!
רעקוועסט ביטע אויב גארסטו פאר נאך גוטע ווערטער...
- וואוילע שעפעלע
- שר ששת אלפים
- תגובות: 6345
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 2:17 pm
- לאקאציע: אין שטאל
- בשעה שיש
- שר האלף
- תגובות: 1201
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 26, 2018 5:35 pm
- לאקאציע: עולם החלומות
ייוושש וויאזוי געט מען א גוט ווארט פאר אזא ארטיקל טראפענעס גאלד גיסט זיך פון דיין פעדער,כמים כרים על נפש עייפה,
דיינע מחשבות לאזן איבער זייערע אפדריקן אין א הערליכע פארמאט,טרעפנדיג זייער וועג צו מיין אוסגעמיטשן דזשעלי,אזש די ביינער בארוגין זיך מיט א שמייכל
דיינע ווערטער דעמאנען מיר פין געלעגר\יענטטאש,יענע זיסע עפאכע אוי דעי גיטע צייטן,פין מיינע אויגן רינען שוין טרערן כקען שוין נישט שרייבן מיינע הענט טרייסלען שוין פין בעקנשאפט
א גרויסן שכח
ירבו כמותך באייוועלט!!!!

לעולם חשבתי יותר משדברתי
ודברתי יותר ממה שכתבתי!
ודברתי יותר ממה שכתבתי!
- עירמאנט'ער
- שר האלפיים
- תגובות: 2295
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 16, 2014 11:51 pm
- ימות המשיח
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 478
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 31, 2019 6:17 am
- לאקאציע: אויף אַ ווייַסע פערד
- חוח בין השושנים
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4132
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm
עירמאנט'ער האט געשריבן:פיינע שרייבעריי.... פיין געלאכט און הנאה געהאט.
אבער ביטע זיי מיר מסביר די ליין...
עעעעעעענדליך ווערט שוין א 'חלות' פון ששה מתפללים ????
כ'פארשטיי אז דו מוטשעסט זיך (רייבסט זיך די שטערן וכו') איבערן ווארט עעעעעעענדליך. ס'איז כמו: פונלאאאאאאאאנג נישט צום געפינען.
אקעי, 'חלות' איז נישט א לשון פון קראנקהייט, אויך נישט פון בילקעלעך.
די וואס קענען דעם סוד פון חפצא און גברא, די וואס קענען די ישיבישע raid, ווייסן אז ששה מתפללים איז נישט גענוג ביז דער מושג דערפון איז חל. עס ווערט דערפון א ממשות'דיגע חלות.
די שאלה בלייבט נאר פאר די לומדים, צי דער חלות דארף פאקטיש לאַנדן און חל זיין אויפן ציבור ממש, אויף די גופים מחולקים, אויפן כלל ופרט ופרט וכלל, אדער גאר בלייבט דער חלות שוועבן און איז חל אינעם חלל פונעם ביהמ"ד...