באריכט - שאבאטאן פאר WD40 ליידנדע

אפהאנדלונגען און דיסקוסיעס בענינים העומדים על הפרק

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
יין ישן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 488
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 22, 2016 1:55 pm
לאקאציע: ביים טאט'ן אין וויינגארטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יין ישן »

פרידן האט געשריבן:חלק ב'

דרכיה דרכי נועם

אפגעווישט מיט א פרעש ווייפ עד שידה מגעת, האפענטליך וועט קיינער נישט באמערקן אז איצי איז א עכטע קינד אין ער קען ווערן שמוציג.

יאלא, מען שפצירט ארויס ווי סטעטשוס מיט אויסגעצויגענע פאלטשע שמייכלען, די לאנגע שאו הייבט זיך אן, א קלייניקייט? מען גייט זיך דאך טרעפן מיט אלע חלבנה'ס! די טאטע האט אן זיין נייע קורצע באשפריצעלטע בעקיטשע, אפן אז יעדער זאל קענען זען זיין רייכע פאסיג מיט זיין שיינע העמעד'ל מיט קאפלינגס. די קינדער הייבן אן צו לויפן פאראויס כדרכו של קינדער, אבער דאס איז דאך א געפערליכע חורבן ווייל אז מען איז נישט אינאיינעם פון וואו זאל דער עולם כאפן אז יעדער מעטשט?! מען איז דאך אין האלוועי סא שרייען קען מען נישט, עס הייבט זיך אן א זיסע זינגעדיגע גערופאכטס -ווי כאילו זי האט די וועלטס געדולד צו קינדער, פארדעם האבן זיי דאך גאנצע 3 קינדער מיט 3 גויטעס זיי צו וואטשן א גאנץ יאר...- "איצי פליז קום שיין צו מאמי", פארשטייט זיך אז עס העלפט א בוידעם, קומט די צוויטע פאל פונעם ניגון "איצי מיט מינדי ענק זענען אייביג אזוי וואויל, אמת, שטיי שיין לעבן מאמי, סרח וויל זעהן ענקער שיינע קלייד", פארשטייט זיך אז אוודאי קומען זיי נישט, זיי הייבן זיך אן צו פארענטפערן פאר אלע ארומיגע כאילו איינעם אינטערעסירט עס, באמערקן נישט ווי יענער איז פונקט אזוי ביזי זיין קיוט און רופן זיסלעך זיינע קינדער און האט בכלל נישט קיין צייט צו באמערקען דיינע בזיונות, יו ניד טו אנדערסטענד דעי אר סא עקסיידיד, ריללי איי דאנט קעיר איף דעי גאט דערי, מען דארף לאזן קינדער לעבן, דזשאסט איי וואנד דעם טו איט.

וכל נתיבתיה .......

מען קומט שוין אן צום עלעוועיטאר, די קינדער טאנצען פאר שמחה מען גייט גיין אויף א עלעוועיטאר, די עלעוועיטאר איז דא די משפחה גייט אריין, הודו לשם כי טוב אז נאר זיי אליינס זענען אינעם עלעוועיטאר, וזר לא יתערב בשמחתינו, און מען האט נאך א געלעגענהייט פאר אפאר סקונדעס צוריק צוזאם ציען די מויל אין רעדן מיט די שטרענגע טאן, "איצי נאכאיינמאל דו לויפסט אוועק פון טאטי מאמי אן רשות גייסטו נישט קענען אנטוען די נייע סוט, יעדער וועט מעטשען נאר נישט דו, (וועלט'ס סטראשע פאר א 7 יעריג אינגעל, ניין?) אונז גיימער יעצט עסן, יעדער זאל וואטשען נישט צו ווערן שמוציג, ווער עס ווערט שמוציג איז נישט אונזער קינד, מאמי האט אוועק געגעבן פאר ענק שעות נאר אז ענק זאלן האבן שיינע קליידער, ענק ווילן אויסקוקען ווי די גרעסטע שלאכעס דא, מעג מען פארשעמען א טאטע אדער א מאמע?! כיבוד אב ואם!" (אמת'ע אידישע חינוך ב"ה)

נאה דורש

די עלעוועיטאר עפענט זיך אויף, פושט צורה ולובש צורה, צוריק מיט רואיגע שמייכלען, סטעי טאנד די משפחה וואקט צום מזל, איצי פאלגט שיין, ער האט זיך דערשראקען, ענדליך מען טרעפט דעם עולם, יעצט הייבט זיך אן די קאמפלימענטן אויסטויש, אלע נארנים הייבן אן צו געבן קאמפלימענטן איינער פארן אנדערן, אבער הטף למה באים? לשמוע! בעיקר וויל מען הערן וואס יענער זאגט דיר, פארשטייט זיך אז משום חוב קדוש פון נימוס און נישט ח"ו צו אויסקוקן פארנאטיש, און כדי מען זאל צוקומען צו הערן די מערסטע קאמפלעימענטן אויף זיך, איז די מנהג המקום אז סיי א-נשים און סיי נשים טוען קאמפלימעטן סיי א-נשים און סיי נשים, איי ס'איז אן איסור? נו גוט, ביזט געקומען מוחה זיין אדער הערן?... בכלל אמאל פלעגן מענער יא גריסן זייערע מומעס אויף די גאס, פארצייטישע רבנים פלעגן אויך גריסן זייערע קרובים, סאו ער איז נישט שולדיג אז די וועלט איז געווארן א פרומע וועלט, ער איז אולטרא-ארטעדאקס, טוישט נישט פון די מסורה, פון גריסן ביז קאמפלימענטן איז נישט קיין גרויסע חילוק.

בכלל איז שווער אויסצופיגערן דארט די שלום בית מצב, ווייל יעדער שמייכעלט ווען מען וואקט מיט די כנגדו, אלעס איז אזוי לאכעדיג, אבער ווען עס קומט צו שמועסן איז די מנהג עפעס דוקא צו רעדן צום חבר'ס כנגדו... ווייס איך נישט פארוואס זיי שמועסן נישט נאר מיט די אייגענע, זעהט אויס דאס האבן זיי נאך בקבלה פון זייער חסידישע זיידע נישט צו ארום לאכן מיטן ווייב און פאבליק...

קול הנערים

וילכו מחיל אל חיל, פון די טופח על מנת להטפיח קאמפלימענטס גייט מען אריבער צו די געהרגע'טע ליצנות, ווען אלע ראסטיגע הייבן אן מיט זייער לשון לימודים ארויס צוברענגען די געוואלדיגע פרייהייט וואס זיי האבן דא, דומפיגע וויצן, די שמועסן גייען בערך אזוי:
פישי: האלוי רבותי וואס וועט זיין מיט ערב פסח מצות הא הא הא... (גוטע דזשאוק, ניין?)
עי דזשי: (ראקי נאמען, העי עכט הייסט ער אליעזר יעקב.. שא..) מיין ברודער קאלט מיר נעכטן אז ער האט ערב פסח מצות פאר מיר, כ'האב אים געזאגט איך מיש מיך נישט פסח. וגעו כל העם בשחוק...
ריקי: מיין מאמע האט מיך געפרעגט פארוואס איך פאר אוועק, האב איך איר געזאגט אז פסח מישט מען זיך נישט סא זי זאל זיך נישט אריין מישן, די גאנצע לאבי פלאצט אויס אין א ספאנטאנישע געלעכטער, נישט ווייל די דזשאוק איז אזויפיל בעסער ווי די פריעדיגע, נאר עס איז א דשאוק וואס איז געהערט געווארן דורך א בת קול.
אזוי גייט עס מענין לענין מיט געוואלדיגע בליציגע רעיונות וואס יעדער וואס האט 'נאר' א טראפעלע שכל האט פון דעם הנאה.

יעצט איז געקומען די צייט צו מאכן פון דעם כלי די התעוררות. דער עולם הייבט אן מאכן א סטעטוס אויף זייער וואטסעפפ בעניני דיומא, יעדער לפי רוב שכלו ורוחב בינתו.

מים גנובים ימתקו
שוין, מען גייט שוין כאפן א צובייס, עפ"י רוב וועט דער טאטע זייענדיג ל"ע אביוזד אלטץ קינד מיט דעם וואס מען האט ביי זיי אינדערהיים נישט געגעסן קיין זויערע זאכן פסח וועט די ערשטע זאך, פאר וואס ווען ווי, עסן א זויער פיקעל -מיט א קראך פארשטייט זיך- אין די לעצטע זאך פאטעטיע קוגל, למען ישמעו ויראו.

די הייליגע יום טוב פסח האט אויסגעשפרייט אירע פליגלען אויף די וועלט.

מנחת עני

צו תפלת מנחה זענען זיך נאר משתתף געווענדליך די וואס ביי זיי איז דאס זיין דארט אויף פסח שוין די סיסטעם, זיין טאטע האט שוין געגעסן זויער פיקעל, סא ער עסט שוין יא ערשט קוגל, זיי געווענדליך קומען יא צו מנחה.
ביי מעריב איז שוין דער עולם מער ווייניגער דא, נישט ממש אנפאנג מעריב מער אינמיטען, היות מען האט שוין לאנג נישט גערעדט, כאפט מען דאך א קורצע שמועס.
ווי נאר דער בעל תפלה זאגט וידבר משה הייבט מען אן, אזוי אז ביי שמונה עשרה זאל מען קענען מיטדאווענען מיטן ציבור.

הללו את ה' כל ..

נאך שמונה עשרה הייבט אן די חזן -געווענדליך א משלנו פון די WD40 געמיינדע- אראפ צולייגן א הלל כדבעי, דא ווערט שוין דער עולם מער קאנעקטעט מיט..... אוי איך כעדענק נישט וואס..... בקיצור מען איז קאנעקטעט. געווענדליך וועט דער בעל תפלה נעמען די לעצטיגע קאנעקטינג ניגונים און ארויף לייגן אויף די פסוקי הלל. למשל היי יאר ביי השמים שמים לה׳ וועט מען לכאורה צוקלעבן די שמים וארץ העי העי העי ניגון, מאך א ברכה אויף לא לנו וכו׳, דער עולם זינגט מיט ממש א נחת.

ומשארותם צרורות בשמלתם

גוט יום טוב, גוט יום טוב, מען האט שוין געענדיגט דאווענען מאכט זיך א שטיקל פאנטשער, די מאמע שרייט צום סדר זאל יעדער טוישן קליידער, נישט ווי פריער געפלאנט צו בלייבן מיט וואס מען האט אן, נאכדעם וואס זי האט געזען ווי משפחת לאנגנאז האבן זיך געטוישט צום סדר (הגם זיי האבן זיך געטוישט ווייל די בעבי האט זיך שמיציג געמאכט סא האט מען געמוזט טוישן, האט מען כדי נישט ח"ו צו אביוזען די בעיבי, שוין געטוישט די אנדערע צוויי, זיי זאלן אלע מעטשען) אונז קעמיר נישט אויסקוקן נעבעכדיג קומט זי מיט א גערעכטע טענה,

די טאטע פין זיין זייט האט א טענה ער האט דאך פערזענליך בעצם נאך פאר מען איז געקומען געהאט אויסגעוועלט פאר דער קינדער דאס וואס מען האט יעצט אן צו גיין ביים סדר, ונמיקו עמו, ווייל די טאטע וועלענדיג אזוי מהדר זיין אין דעם חייב אדם לשמח את אשתו ברגל, ובבל בבגדי צבעונים, האט זיך נישט געפוילט און מהדר געווען אלץ מצוה בו יותר מבשלוחו, אליינס צו גיין אויף זוכן און אויסוועלן, ער האט אוועק געגעבן פאר דעם אפאר שעה ביז ער האט געפונען וואס ער האלט איז פאסיג פאר דעם אמו של מלכות, ביי אזא דערהויבענע סדר נאכט, ער האט אפי' נישט געקענט גיין צו די מצות באקן פון זיין משפחה צילוב דעם, דארט שטייט דאך נישט חייב און ער האט שוין געשיקט אפילו אויף א וואטסעפפ פאר אפאר חברה א פיקטשער דערפון, אן אלע האבן פה אחד מודה געווען אז ער איז א מהדר במצוות און לויט דעי חפץ של מצוה האט ער שוין ערב יום טוב אפגעמאכט וואס די קינדער זאלן גיין עס זאל זיי דומה למלכה, ווי קען מען יעצט אלעס צושטערן?!

אבער חכמת אשה בנתה ביתה, זי איז אויף געקומען מיט א קלייד פאר די קינדער וואס קען עכט אויך מיטגיין מיט די מאמעס, די טאטע קוקט צוויי מאל איבער, יא גערעכט ס'קען גיין, די מאמע פארשטייט גוט, סוף כל סוף איז א געווארענער נישט ווי א געבוירענער.

המשך יבא

פרידן צו דיר הרב פרידן צום צווייטן טייל פונעם שאבאטאן באריכט, האף מיר די דריטע וועט נאכפאלגן בקרוב...
אני בן שבעים, וכשאני נכנס יוצא בן שבעים כמותי, מי אני?
אוועטאר
היימישער הייקער
שר האלף
תגובות: 1635
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 08, 2019 5:07 pm

מענין לענין, פון ר' אביגדור מילער זצ"ל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היימישער הייקער »

Q:
Why does the Rav think that going to a hotel for Pesach is such a big sin? A lot of gedolim do it.

A:
I don't believe that gedolim do it. And what is the terrible chet of going to a hotel for Pesach? I think I told you already. Pesach night, everybody knows, is one of the most sacred nights in Jewish life. The fact is, why do painters portray that scene more than any other subject? It's because the Jewish nation understands that Pesach night is a sacred event. And to cheapen it by commercialism and community sedarim is a sacrilege. If some people go, it's because they're plain sick; they're invalids. And if you find people who are not sick and they go, you have to know that they are not gedolim, they are far from gedolim. They are Americanized, and the word gedolim doesn't apply to them at all.
TAPE # 33 (June 1973)
לעצט פארראכטן דורך היימישער הייקער אום מיטוואך אפריל 10, 2019 12:48 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
בנציון יאזעפאוויטש
שר חמש מאות
תגובות: 576
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 24, 2014 9:46 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בנציון יאזעפאוויטש »

פרידן. יוי ביזטו שמאלציג!!
אוועטאר
?אפשרטאקע
שר חמש מאות
תגובות: 746
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 26, 2012 6:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ?אפשרטאקע »

ברוינע באנאנע האט געשריבן:פיינע נייעס :lol: :lol: :lol:

כ'האף גייסט אונז נישט לאזן ווארטן נאך א יאר
אוועטאר
ניס קראכער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8838
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניס קראכער »

ארויפגעברענגט צום דערביטערניש פון די WD40 אידן וואס זענען פארנומען אין די טעג אונז אראפמאלן
מיט די ארגסטע פארב, נעעעבעך

זייער פסח גייט דאס יאר זיין פארשפארט אין דערהיים, איזולירט, אפשר טאקע זאלן זיי כאפן די מעסעדזש אז מען מיינט זיי?..
א הארטע ניסל קען מען צוקראכן, א ווייכע ניסל נישט! ער ווערט צוקוועטשט!
אוועטאר
זבולון ווייס
שר חמישים ומאתים
תגובות: 454
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 10, 2018 2:06 pm

Re: באריכט - שאבאטאן פאר WD40 ליידנדע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זבולון ווייס »

אוועטאר
שרויפקאפ
שר מאה
תגובות: 136
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 26, 2019 9:08 am

Re: באריכט - שאבאטאן פאר WD40 ליידנדע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שרויפקאפ »

ענינא דיומא, ארויף!
האמיר און זיימיר, א לעכטיגן ביי
וואס טוט זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7240
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm
לאקאציע: איינע פון די באהאלטענע סאב פארומס

Re: באריכט - שאבאטאן פאר WD40 ליידנדע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס טוט זיך »

איי.. נאכאמל איבערגעליינט.. מען לאכט און מען וויינט אינעם זעלבן צייט.
פרידן'ס שפראך קען קיינער ביעטן.
אבער לעצטענס האסטו אויפגעהערט צו שרייבן אזאלכע ציפי ציפי לא לא קוש לייפסטייל באשרייבונגען.. ווי וואנט מארר!!
אני מאמין באמונה שלימה, שהבורא יתברך שמו, הוא בורא ומנהיג לכל הברואים, והוא לבדו עשה ועושה ויעשה לכל המעשים.
dinrap
שר מאה
תגובות: 179
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 26, 2016 9:36 am

Re: באריכט - שאבאטאן פאר WD40 ליידנדע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך dinrap »

וואס טוט זיך האט געשריבן:איי.. נאכאמל איבערגעליינט.. מען לאכט און מען וויינט אינעם זעלבן צייט.
פרידן'ס שפראך קען קיינער ביעטן.
אבער לעצטענס האסטו אויפגעהערט צו שרייבן אזאלכע ציפי ציפי לא לא קוש לייפסטייל באשרייבונגען.. ווי וואנט מארר!!

גא"מ
אוועטאר
בלוט בלבול
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4563
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש פעברואר 13, 2021 8:56 pm
לאקאציע: מ'קען נאכנישט אויסזאגן

Re: באריכט - שאבאטאן פאר WD40 ליידנדע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלוט בלבול »

פרידן איטס מעידזשאר משוגע צו ווערן די טאפיק די שרייבערישקייט די הומאר איך קען נישט צוזיך קומען און נאכן ליינען אלע תגובות קען איך זאגן איין זאך איי עגרי וויט עוורי דעסימאל וואט יו וורייט און קיפ איט אפ און האף מיר צו הערן די פארזעצונג

#WD-40אלערט
אוועטאר
גרויסע עם הארץ
שר עשרת אלפים
תגובות: 14528
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 24, 2018 9:17 pm

Re: באריכט - שאבאטאן פאר WD40 ליידנדע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויסע עם הארץ »

דערנאך קומט שבתונ'ס פאר בחורים וואס האבן נישט זוכה געווען צו פראווענען זייער בר מצוה אין א זאל.
פאר אינגעלייט וואס האבן נישט קיין קינדער ביי די ניינצן.
פאר יונגעלייט וואס האבן יא שלום בית.
פאר יונגעלייט וואס לערנען נישט אין כולל.
וכ"ו.
אוועטאר
אלט מאנרא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3613
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 30, 2016 11:37 am
לאקאציע: צווישן גראז און ביימער

Re: באריכט - שאבאטאן פאר WD40 ליידנדע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלט מאנרא »

בלוט בלבול האט געשריבן:פרידן איטס מעידזשאר משוגע צו ווערן די טאפיק די שרייבערישקייט די הומאר איך קען נישט צוזיך קומען און נאכן ליינען אלע תגובות קען איך זאגן איין זאך איי עגרי וויט עוורי דעסימאל וואט יו וורייט און קיפ איט אפ און האף מיר צו הערן די פארזעצונג

#WD-40אלערט

א גרויסע שאד אז @פרידן האט נישט געשריבן די ארטיקל און מאמענט פון איש מגושם אוי וואלט געגנגען א רויעך דער שרייבער האט אפגעשאכטן דעם ארטיקל
המול לכם כל זכר, און הימל געדענקט מען אלעס.
אוועטאר
הענדימען
שר עשרת אלפים
תגובות: 15034
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 27, 2017 11:14 am

Re: באריכט - שאבאטאן פאר WD40 ליידנדע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הענדימען »

גרויסע עם הארץ האט געשריבן:דערנאך קומט שבתונ'ס פאר בחורים וואס האבן נישט זוכה געווען צו פראווענען זייער בר מצוה אין א זאל.
פאר אינגעלייט וואס האבן נישט קיין קינדער ביי די ניינצן.
פאר יונגעלייט וואס האבן יא שלום בית.
פאר יונגעלייט וואס לערנען נישט אין כולל.
וכ"ו.

דו מישסט צאם גרויסי. דאס איז אן אנדערע קראנקהייט. כאטש ס'קומט פונעם זעלבן שורש
כאניש אזוי קיין געהעריגע אקסן (קרעדיט כאניש)

מ'קעמיך קאנטאקטירן אויף handymanivelt ביי דזשימעיל
אוועטאר
גרויסע עם הארץ
שר עשרת אלפים
תגובות: 14528
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 24, 2018 9:17 pm

Re: באריכט - שאבאטאן פאר WD40 ליידנדע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויסע עם הארץ »

הענדימען האט געשריבן:

קאן זיין. איין זאך נאר, עס וועט קומען א טאג וואס די אלע אויבנדערמאנטע וועלן אפעציעל דערקלערט ווערן מיט בוכשטאטן אלץ פראלבעמען אין די DSM–5 בוך.

גרויסע עם הארץ האט געשריבן:

דו לעבסט אין א טעות

זיי גייען זיין די נארמאלע (ס'גייט נאך זיין אזא זאך?)

אונז גיימער דארט פארשריבן ווערן
כאניש אזוי קיין געהעריגע אקסן (קרעדיט כאניש)

מ'קעמיך קאנטאקטירן אויף handymanivelt ביי דזשימעיל
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: באריכט - שאבאטאן פאר WD40 ליידנדע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

הענדימען האט געשריבן:
גרויסע עם הארץ האט געשריבן:
הענדימען האט געשריבן:
גרויסע עם הארץ האט געשריבן:דערנאך קומט שבתונ'ס פאר בחורים וואס האבן נישט זוכה געווען צו פראווענען זייער בר מצוה אין א זאל.
פאר אינגעלייט וואס האבן נישט קיין קינדער ביי די ניינצן.
פאר יונגעלייט וואס האבן יא שלום בית.
פאר יונגעלייט וואס לערנען נישט אין כולל.
וכ"ו.

דו מישסט צאם גרויסי. דאס איז אן אנדערע קראנקהייט. כאטש ס'קומט פונעם זעלבן שורש

קאן זיין. איין זאך נאר, עס וועט קומען א טאג וואס די אלע אויבנדערמאנטע וועלן אפעציעל דערקלערט ווערן מיט בוכשטאטן אלץ פראלבעמען אין די DSM–5 בוך.

דו לעבסט אין א טעות

זיי גייען זיין די נארמאלע (ס'גייט נאך זיין אזא זאך?)

אונז גיימער דארט פארשריבן ווערן

;l;p- ;l;p-
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
גרויסע עם הארץ
שר עשרת אלפים
תגובות: 14528
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 24, 2018 9:17 pm

Re: באריכט - שאבאטאן פאר WD40 ליידנדע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויסע עם הארץ »

פעיק ניוז האט געשריבן:
הענדימען האט געשריבן:
גרויסע עם הארץ האט געשריבן:
הענדימען האט געשריבן:
גרויסע עם הארץ האט געשריבן:דערנאך קומט שבתונ'ס פאר בחורים וואס האבן נישט זוכה געווען צו פראווענען זייער בר מצוה אין א זאל.
פאר אינגעלייט וואס האבן נישט קיין קינדער ביי די ניינצן.
פאר יונגעלייט וואס האבן יא שלום בית.
פאר יונגעלייט וואס לערנען נישט אין כולל.
וכ"ו.

דו מישסט צאם גרויסי. דאס איז אן אנדערע קראנקהייט. כאטש ס'קומט פונעם זעלבן שורש

קאן זיין. איין זאך נאר, עס וועט קומען א טאג וואס די אלע אויבנדערמאנטע וועלן אפעציעל דערקלערט ווערן מיט בוכשטאטן אלץ פראלבעמען אין די DSM–5 בוך.

דו לעבסט אין א טעות

זיי גייען זיין די נארמאלע (ס'גייט נאך זיין אזא זאך?)

אונז גיימער דארט פארשריבן ווערן

;l;p- ;l;p-

יא יא. גערעכט ביסטו. ליידער.
אוועטאר
תלמי המלך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 265
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אפריל 23, 2021 10:21 am
לאקאציע: עגיפטן

Re: באריכט - שאבאטאן פאר WD40 ליידנדע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תלמי המלך »

פרידן יו גאט איט, יו מעידזשאר, שוין לאנג נישט געליינט אזאנע ארטיקלען

וואו ביסטו? אונז דארף מיר דיך האבן
אוועטאר
יקוש פייוויש
שר ששת אלפים
תגובות: 6651
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 16, 2021 12:34 pm

Re: באריכט - שאבאטאן פאר WD40 ליידנדע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יקוש פייוויש »

תלמי המלך האט געשריבן:פרידן יו גאט איט, יו מעידזשאר, שוין לאנג נישט געליינט אזאנע ארטיקלען

וואו ביסטו? אונז דארף מיר דיך האבן

גאמ
אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 17775
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: באריכט - שאבאטאן פאר WD40 ליידנדע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

יקוש פייוויש האט געשריבן:
תלמי המלך האט געשריבן:פרידן יו גאט איט, יו מעידזשאר, שוין לאנג נישט געליינט אזאנע ארטיקלען

וואו ביסטו? אונז דארף מיר דיך האבן

גאמ
אוועטאר
Amazing
שר שלשת אלפים
תגובות: 3106
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 29, 2016 9:09 pm

Re: באריכט - שאבאטאן פאר WD40 ליידנדע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Amazing »

פאליטישע עקספערט האט געשריבן:
יקוש פייוויש האט געשריבן:
תלמי המלך האט געשריבן:פרידן יו גאט איט, יו מעידזשאר, שוין לאנג נישט געליינט אזאנע ארטיקלען

וואו ביסטו? אונז דארף מיר דיך האבן

גאמ

גם אני מסכים
א'מונה ב'טחון ג'עלט
לויב
שר חמש מאות
תגובות: 690
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 10, 2020 2:56 pm

Re: באריכט - שאבאטאן פאר WD40 ליידנדע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לויב »

צייט פאר די אשכול
פרידן
שר האלפיים
תגובות: 2806
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 02, 2015 7:37 pm

Re: באריכט - שאבאטאן פאר WD40 ליידנדע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרידן »

דער עולם האט כמה פעמים געבעטן פאר די המשך איך מיין מען קען דאס ניצן אפשר פאר א המשך
viewtopic.php?p=4205396#p4205396
אוועטאר
הענדימען
שר עשרת אלפים
תגובות: 15034
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 27, 2017 11:14 am

Re: באריכט - שאבאטאן פאר WD40 ליידנדע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הענדימען »

פרידן האט געשריבן: זונטאג מארטש 26, 2023 5:57 pm
דער עולם האט כמה פעמים געבעטן פאר די המשך איך מיין מען קען דאס ניצן אפשר פאר א המשך
viewtopic.php?p=4205396#p4205396
זייער שיין אבער מ'געמער נישט אויף אויף דיינס
כאניש אזוי קיין געהעריגע אקסן (קרעדיט כאניש)

מ'קעמיך קאנטאקטירן אויף handymanivelt ביי דזשימעיל
שרייב תגובה

צוריק צו “דעת הקהל”