דער סטאונהענדזש אויף פלאנעט מארס

פארשידענע רייכע ידיעות און וויסנשאפטליכע טעאריעס

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
גערעכטער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4299
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 6:14 pm
לאקאציע: דא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גערעכטער »

סופער שטארקע און אמת'ע רייד! א דאנק!
הק' איש ימיני
Other Guy
שר מאה
תגובות: 121
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 08, 2013 5:27 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Other Guy »

PDF ???
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

האסט עס גוט אראפ געלייגט מונאוויטש.

די יסודות איז וויכטיג פאר יעדען צו וויסען.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
אוועטאר
סמארט גאי
שר האלפיים
תגובות: 2788
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 02, 2014 1:24 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סמארט גאי »

שכוח מונאוויטש.

הערליך שיין.
והאדם לא נברא רק להתענג על ה'
אוועטאר
נו שוין
שר האלפיים
תגובות: 2494
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 13, 2015 12:47 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו שוין »

אומגלויבליך אראפגעלייגט.
#בשיטה נישט
אוועטאר
?אפשרטאקע
שר חמש מאות
תגובות: 746
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 26, 2012 6:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ?אפשרטאקע »

וואף! דער הרב מונאוויטש איז גוט!
מחר
שר מאה
תגובות: 147
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 16, 2014 12:30 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחר »

Other Guy האט געשריבן:PDF ???

PDF
https://copy.com/uCpzlInFdF7YwWag
פארבינדן
שר האלפיים
תגובות: 2433
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 18, 2015 6:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארבינדן »

WOW
אמת׳ע קלארע פערל רייד! ייש״כ
פאר קריטיק דריקט דא
גלייכגילטיג
שר חמש מאות
תגובות: 563
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 03, 2012 5:23 pm
לאקאציע: ששש.. ס'גילו!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גלייכגילטיג »

שלום עליכם רב מונאוויטש און א ישר כח פאר די הערליכע ארטיקלען.

אין א וועלט וואו מען קלאפט זיך כסדר אן אין די זעלבע שקרים ערב ובוקר וצהרים, מעג מען אויך אמאל איבער'חזר'ן די פשוט'ער אמת לאמיתו. בפרט ווען עס איז אראפגעלייגט אזוי בליציג און צום פינטל וואו איר האט דא אהערגעשטעלט. ביטע שרייבט נאך, אז כאטש נאכן זעהן גוגל'ס דודעלעך אויפ'ן שער ראשי פון דער אינטערנעט זאל מען אויך האבן א שאנס צו זעהן שכל'דיגע ווערטער מיט אביסל ליצנותא דעבודה זרה אלס די טשערי פון אויבן.
איך שרייב נישט אונטער בשום אופן!!!
אוועטאר
סאכדעס
שר שלשים אלף
תגובות: 31438
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאכדעס »

וואונדערליך שיין הרב מונאוויטש, דיין צווייטע שענער ווי די ערשטע.

קיעפ אן יור גוד ווארק, להאיר מתוך חשיכה.
פקודתו פון התאחדות שמרה רוחי!
home
שר חמישים ומאתים
תגובות: 382
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 20, 2012 10:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך home »

זייער גיט א גיטע שריפט א קלארע מח
אוועטאר
ענדע צדיק!
שר שמונת אלפים
תגובות: 8100
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ענדע צדיק! »

דאס איז א געוואלדיגע שריפט הרב מונאוויטש (פשט פון די נאמען?), האלט אן! מיר האבן הנאה.
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון
אוועטאר
קאוטש
שר מאה
תגובות: 171
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 18, 2015 12:11 pm
לאקאציע: פה גוגל וה'גוגל'ילות יצ''ו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאוטש »

ענדע צדיק! האט געשריבן: הרב מונאוויטש (פשט פון די נאמען),.

אמונה'אוויטש
אוועטאר
מונאוויטש
שר האלפיים
תגובות: 2902
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 22, 2015 6:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מונאוויטש »

וידבר ...! אשרי...!
ברוך אתה ... מגן אברהם! ... מחיה המתים!
נקדישך, אתה קדוש...
אתה חונן ... ברוך אתה ה' חנה הדעת!

נו!! 'חונן' הדעת!!
ער האט געזאגט, ער האט געזאגט!
וואס געזאגט?! האסט נישט געהערט וואו ער האט געזאגט 'חנה'?! נו, חונן, חונן!

די טענער הייבן זיך צו נוקלעארע לעוועלס. ר' זיסל שרייט "אנהייבן נאכאמאל די ברכה!"; ר' חאצקל‏ פארפירט "איבער דאווענען פון אנפאנג!"; "זאג ברוך שם כבוד און דאווען ווייטער!", זאגט א דריטער; בשעת דער ארעמע בעל תפילה ווייזט נו, א הא. איין תמימות'דיג אידל שטעלט זיך אויף און גיבט א שבח והודי' אז די עזרת נשים איז נישט אפען י"ד אדר שחל להיות בערב חנוכה.

דער ראש הקהל ר' שלמה האט געהאט גענוג. אינדערהיים די באלעבאסטע; אין שוהל די קליינע מיט זייער גורל'אזע ראפפעלס, וואס פאר 1 דאלאר באקומט מען צווישן ניינצן און איין און צוואנציג 5-סענטיגע רעסיעטס; יעצט מיילעך מיט זיין פורים דמוקפים'דיגע אתה חונן.

"וואס חנה, ווען חנה?", שטורעמט ער. "אז די קענסט נישט קיין עברי, פארוואס גייסטו צו? אוועק פון ברעטל!"

דער מיטל-יאריגער ראש הקהל שטעלט זיך אויף, פארעכט זיין אריסטאקרטישן, ספינה'דיגן האמבורג מצנפת, און שפאנט געשווינד צום נארוואס‏ ליידיג געווארענעם עמוד.

"סארא חוצפה! פונקט היינט, די ערשטע‏ טאג לאטקעס! איך האב שוין טויזענט מאל געזאגט, אז מען קען נישט דאווענען האט מען נישט וואס צו צוגיין צום עמוד!"

ער שטעלט אוועק זיין 327 פונטיגן סטעיק-געטריבענעם מאשין ביים ברעטל און פאנגט אן.

ברוך אתה ... מגן אברהם! ... מחיה המתים!
נקדישך, אתה קדוש...
אתה חונן ... ברוך אתה ה' חנוכה הדעת!, זינגט זיך דער זיגרייכער פרעזידענט מיט זיין גרויסן וואנצעס-באדעקטן שמייכל. וכל הדפנות רואים את הקולות...

* * *

"רעליגיע איז די מקור פון אלע צרות און פראבלעמען אין דער וועלט."
"רעליגיע איז ריספאנדעבל פאר רוב מלחמות און שחיטות אין היסטערי."

טייל פון אייך האבן מן הסתם שוין באגעגענד די אדער ענליכע טענות וואס די חכמי אקעדעמיע ותלמידיהם האבן אפירגעקראצט קעגן די וואס גלייבן אין השי"ת. רעליגיע=מלחמה/רציחה איז איינס פון די מערסט באנוצטע רעוואלווערס אין די עולם הכפירה. געווענליך וועלן זיי עס ארויסשלעפן ווען מען לויפט אויס פון ענטפערס צו די לאגישע ראיות צו מציאת הבורא, אדער ווען מען וויל שמירן די דעמאגאגישע רעדער בשעת מען פרעדיגט די מאסן. ליידער הערט מען אזאנע אויסדריקן פון אונזערע אינטערנעט-אנגעליינטע געשוויסטער אויכעט.

טרם מען קומט צו צום פינטל, וועלן מיר צונעמען דעם עצם שקר און היפאקרעסי פון די "רעלידזשען איז איוועל" שרייערס, וואס בשעת מען פארפירט אויף רעליגיע, איגנארירט מען די אנדערע דירעקטע גורמים פאר רציחה.

- געלט: אמעריקע איז די מקור פון תאוות הממון, לעגאל און אומלעגאל. צענדליגע טויזענטער זענען שוין אומגעקומען פון האלד אפס, מאפיע, גענגס, אדער סתם גניבות און פארברעכעריי. מיליאנען זענען פאראומגליקליך געווארן על מזבח הזהב פון געלט-גייציגע בעלי שקר (איי-די טעפט, סקעמס, פאנזי, סטאק שווינדלערייען, צו אנדערע פאלשע אינוועסטמענטס און הבטחות). וויפיל פון די אנטי-רציחה'ניקעס האבן אנאונסט אז זיי ווארפן אוועק זייער עשירות און ווערן פולשטענדיגע שונאי בצע? אזוי פיל לעבנס זענען שוין חרוב געווארן צוליב געלט, און קיינער זאגט נישט "מאני איז איוועל".

- נארישקייט: תאוה פראבלעמען און אירע קאווער אפס (ודי) זענען איינע פון די גרעסטע רציחה דרייווערס ‏אין היסטאריע. ס'ליגט מיר נישט אין זכרון אז מען זאל האבן אויסגערופן ביים עטאיסט קאנווענשן אז "פון היינט און ווייטער ווערן מיר אלע פרושים!". קיינער זאגט נישט "נארישקייט איז איוועל".

ווען געלט, דראגס, ווילד דרייוון, ראסיזם, וכו' מערדערט, איז דער רוצח שולדיג (אדער דער נרצח, אויב ער איז א איד...); אבער ווען די פאנאטישע רעליגיעס רצח'נען, איז דער הקב"ה - וכל המאמינים בו - דער פראבלעם.

* * *

די שמייליגע פאנאטיקערס האבן אלץ געניצט די רציחה טול באקס צי פארשפרייטען זייער העגעמאניע. ווען די וועלט האט גע'פליפט פון ע"ז צו נוצרות, און שפעטער ווען דער חולה נופל אין מעקא האט פארקויפט זיינע חזיונות, האט מען געפאכעט דעם חרב פיפיות און געסטראשעט "אדער גלייבסטו אין אונזער ווערסיע פון עולם הבא, אז נישט, אראפ מיטן קאפ!". אלע שפעטערע רייבערייען צווישן די פארשידענע סיסטעם'ס האט זיך אויך אויסגעלאזט מיט בלוט. (פארשטייט זיך אז מען האט נעווער פארגעסן פוו אונזער אידל. די רודפים האבן אלץ זיכער געמאכט אז דער איד זאל אויך זיין פון די נרדפים.)

אזוי איז די וועלט געפארן פאר טויזענטער יאר. אין די 1700 יארן האבן נייע ליבעראלע ווינטען אנגעהויבן בלאזן אין די מערב וועלט. דיכטער פון פראנקרייך און דענקער פון ענגלאנד האבן אנגעהויבן פארפירן אז די וועלט קען נישט ווייטער אזוי אנגיין. "מיר זענען מיד פון בלוט און מלחמות" און "אפטיילן רעליגיע פון גאווערמענט", זענען געווען די הויפט סלאגאנען און אגענדעס. דער סך הכל איז געווען אז "מיר פארגעשריטענע קענען בעסער; געבט אונז דעם ברעטל און עס וועט הערשן שלום און הערמאניע". די "ענלייטמענט" עפאכע האט טאקע מיט די צייט געפירט צו די ליבעראליזאציע פון די קירכעס און דער אויפשטייג פון פאליטישע פרייהייט מאוומענטס אין אמעריקע, פראנקרייך, און אין אנדערע מדינות. פארשטייט זיך אז פונקט ווי זייערע זיידעס אין די פריערדיגע דורות, זענען א גרויסע חלק פון די איבערקערענישן באגלייט געווארן מיט נישט ווייניג בלוט.

אין די ערשטע יארן פון די דייטשע השכלה און די רוסישע קאמעניזם זענען די אידן געווען די גרעסטע חסידים; זייערע אויגן זענען נעבעך פארבלענדט געווארן פון די "מיר זענען בעסער" פנים וואס די פעלקער האבן דאן אנגעשטעלט. די פרייע רוסישע אידן אין די ערשטע יארן פון די קאמעניסטישע רעוואלוציע - און די דייטשע אידן ביז הארט פאר די מלחמה, זענען געווען הייסע פאטריאטן פאר זייער היימלאנד. די ביטערע הוספה וואס די צוויי קליפות האבן צוגעגעבן צי די היסטאריע ביכער איז איבריג צי זאגן. די עטישע פארגעשריטענע דייטשן און די כפירה'דיגה פרא-ארבעטער רוסן האבן גע'רצח'ט און געפלינדערט אויף א פארנעם וואס האט איבערגעשטיגן די קריסטליכע קרייץ ציגלער און די איסלאמישע אטאמאן אימפעריע.

* * *

אין 2008 איז אויפגעשטאנען א חברה מאן מיטן נאמען באראק הוסעין און מסביר געווען פאר די מידיא-געפיטערטע אמעריקאנער מוחות אז בוש איז רעספאנסעבל פאר אלע זייערע פראבלעמען. די וועלט האט ענק פיינט, בוש. פאליטישע קריגערייען אין וואשינגטאן, בוש. טעראריזם און מלחמות, בוש. זיין גאנצע קאמפיין האט זיק געדרייט ארום "דער איצטיגער טויג נישט; געב מיר דעם ברעטל און עס וועט הערשן שלום און הערמאניע".

מען האלט 7 יאר שפעטער, און מיסטער "יעס ווי קען" איז די וועלטס געלעכטער‏. אייסיס שניידט שטיקער, פוטין לאכט, דער מיטל מזרח ברענט, און די וועלט שטייט מאכטלאז. פאליטיק אינדערהיים פיבערט מיט שנאה און דער פרעזידענט גייט גאלפינג. ‏אבער "איך קען בעסער!".

איז אפירגעקומען א פרישער אלט-נייער חכם - א בעל גאוה ווי הורדות, אן עגא העכער ווי דער טראמפ טאוער, און מידות בעלוי זערא. זיינע הויפט פלענער איז פיקסן וואשינגטאן, צוריקדרייען אלע בוש+באראק פראבלעמען, צומאלען אלע טעראריסטן, ארויסווארפן אלע אומלעגאלע, און נישט אריינלאזן קיין בני ישמעאל אין לאנד. איך בין נישט קיין פאליטישער מבין און איך קען אייך נישט זאגן צו די פאליסיס זענען ריכטיג; רעאליסטיש זענען זיי זיכער.

ווען מען האט אים געפרעגט ביי א דעבאטע וואס ער פלאנט צו טוהן מיט סיריע און פוטין, האט ער געגעבן א שטאלפער ארויס א טיפע מדרש פליאה וואס נאר פראפעסיאנאלע דענטיסטס קענען מפשר זיין. און ווען עס איז געקומען אויף זיי די רייע, האבן די אנדערע קאנדידאטן געגעבן שיינע קלארע ענטפערס וואס זיי האבן עלעף און צוואנציג פעמים איבערגעחזרט מיט זייער שטאב פון הויך-באצאלטע אחשדרפנים.

יא, "געב מיר דעם ברעטל, ווייל איך קען בעסער" ווערט איבערגעשפילט אווער ענד אווער אגעין יעדע 4 יאר. כמנהג מדינתינו ווערן די קאמפיין מעסעדזשעס באגלייט מיט תשעה קבים הלבנת פנים און פערזענליכע אטאקעס (= רציחה), און די שכחה-געשלאגענע וויילער טאנצען מיט, פארגאפט מיט לויטערע התפעלות.

* * *

אין די תקופה פון תחילת בית שני האט געלעבט א גריכישער פילאזאף מיטן נאמען פלעיטו (פלאטאן). ער איז געווען די רבי פון אריסטו היוני (דער רבי פון אלכסנדר מוקדון), און ווערט פארעכנט אלץ איינער פון די טאטעס פון גריכישע פילאזאפיע. ער האט געשריבן א בוך מיטן נאמען "די ריפאבליק" ווי ער פאנטאזירט אויס פילאזאפישע עצות און פלענער ווי אזוי מען זאל בויען א פערפעקטע סאסייעטי ווי אלעס זאל קלאפן (יוסטיץ, עטיקס, ארבעטערס, גאווערמענט, אא"וו). זיינע ביכער, און די ווערקן פון זיינע תלמידים פילאזאפן און זייערע תלמידים, ווערן געחזרט און שטודירט אין די יוניווערסעטיס שוין טויזענטער יארן. די היינטיגע חכמים זענען אויך נישט אונטערשטעליג. די שעלווס פון די שטאטישע לייברעריס און די זייטלעך פון עמעזאן זענען פול מיט ביכער איבער עטיקס און מדות, מערידזש און חינוך.

אבער מיר ווייסן אז דאס איז אלעס פוסטע פאנטאזיעס, ווייל מעשיהם סותרים את דבריהם! די פארגעשריטענע מאלפע-אייניקלעך האבן מצליח געווען אהער צושטעלן א קארופטירטע דור ווי קינדער שטויסן זייערע עלטערן און תלמידים לאכן פון זייערע טיטשערס; א סאסייעטי ווי הייראטן איז א לאו און גירושין איז דער ניתק לעשה; א דזשענערעישן ווי גדרי צניעות איז א קריים און נארישקייט איז א קאנסטיטושענעל רייט.

מימות המבול עד יום הזה האט די וועלט שוין דורכגעזיפט סאסייעטיס און רעגירונגען ממינים שונים, פון מאנארכן און פריצים ביז געצן דינער און אמונה תפילה'ניקעס; פון סאציאליסטן און פאשיסטן ביז דעמאקראטן און קאמעניסטן. לא ראי זה כראי זה, אבער הצד השווה שבהן אז אלע פון זיי זענען דרכן לילך ולהזיק, אמאל איז עס מיט בלוט און כמעט אלע מאל מיט רשעות און מידות גריעות, געקנופט און געבינדן מיט א פארפוילטע לעבנס שטייגער.

מיר דארפן נישט קריכן קיין אטענס אדער הארווארד צו לערנען ציוויליזאציע. מיר פארמאגן דעם נצחיות'דיגן מידות גייד וואס מיר האבן פערזענליך געקריגן פונעם בורא הציוויליזאציע אליין!

וחכמי אומות העולם ג"כ חברו ספרים כמו שבדו מלבם בדרכי המוסר כיצד יתנהג האדם עם חבירו
לפיכך התחיל התנא במסכת זו משה קבל תורה מסיני לומר לך שהמדות והמוסרים שבזו המסכתא
לא בדו אותם חכמי המשנה מלבם אלא אף אלו נאמרו בסיני. (רע"ב, אבות א')
אוועטאר
פלטיאל
שר האלפיים
תגובות: 2465
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 10:19 pm
לאקאציע: בערך פופצן מינוט אוועק...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פלטיאל »

איך זוך ווערטער צו מגיב זיין... מייסטערהאפטיגע שפראך מיט גלענצנדע רעיונות... געב אונז נאך...
מיין מיינונג קען זיך אפשר טוישן אבער נישט דער פאקט אז איך בין גערעכט!
אוועטאר
סמארט גאי
שר האלפיים
תגובות: 2788
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 02, 2014 1:24 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סמארט גאי »

הערליך איז נישט דאס ווארט
והאדם לא נברא רק להתענג על ה'
אוועטאר
גערעכטער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4299
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 6:14 pm
לאקאציע: דא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גערעכטער »

צוקאש!
הק' איש ימיני
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

גוט געשריבן!!
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
פארבינדן
שר האלפיים
תגובות: 2433
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 18, 2015 6:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארבינדן »

המממ... קנאקעדיגע שריפט, שטארקע דיבורים, האלט אן
אטעטשמענטס
דער סטאונהענדזש אויף פלאנעט מארס.compressed (1).pdf
(160.48 KiB) געווארן דאונלאודעד 338 מאל
פאר קריטיק דריקט דא
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28114
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

WOW

געבענטשט זאל זיין דער ווינטל וואס האט אייך אהערגעבלאזן
תואר
שר מאה
תגובות: 121
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יוני 13, 2014 12:46 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תואר »

ווער איז דאס דער מייסטערהאפטער שרייבער ??

ער שילדערט מורא'דיג, אזעלעכע געדאנקן ארויסגעשריבן מיט אזא בריליאנטע שריפט דארף באצאלט ווערן מיט שווערע געלטער.
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

זייער שיין! שטארק הנאה געהאט!

דער עולם דא עפרישיעט עס; שרייב נאך.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
אוועטאר
הגאון
שר חמישים ומאתים
תגובות: 265
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 01, 2015 12:11 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הגאון »

אפשר וואלט כדי געווען צו טוישן די נאמען פונעם אשכול "הערליכע שמועסן בעניני אמונה ודיעות" וכדו'

איך שפיר אז עס איז כדי דא אראפצוברענגן א שטיקל פונעם גליון "שערי מדע" פון הרב משה נחום קרויס (וואס אגב איז דאס גאר א העליכער גליון, און לעצטענס איז דארטן געווען א גאר שיינע ארטיקל בעניני השכלה וחורבנה) איך גיי נישט מעתיק זיין דעם גאנצן גליון, אבער איין שטיקל וואלט געווען גאר אינטערסאנט, מענין לענין באותו ענין.

גליון שערי מדע פרשת חיי שרה האט געשריבן:
פושע האמיתי
די לאנד האט גערוישט, אמעריקע, מ'האט געכאפט איינע פון די מערסטע געזוכטע פארברעכער אינעם לאנד. אינעם געריכט זאל האט זיך פארזאמעלט א גרויסע ציבור, מ'האט געוואלט זעהן די סצענע מיט די אייגענע אויגן.

דער פארברעכער זיצט אינעם געריכט זאל, און ווארט אז די משפט זאל זיך אנפאנגן.

גאר א טייערער אדוואקאט האט דער פארברעכער פארמאגט, עס האט נישט אויסגעזעהן אז ער זאל קענען פארטיידיגן זיין קלייענט. אבער, לא כן היה המעשה, דער אדוואקאט שטעלט זיך אויף און פאנגט אן זיינע ווערטער:

קהל נכבד, איך טראכט אז אלע מיינע ווערטער זענען איבעריג, די גערעכטיגקייט פון מיין קלייענט וועט בקרוב אויפגעוויזן ווערן. וייל אין פינף מינוט.. וועט דער אמת'ע פארברעכער ערשיינען אינעם געריכט זאל! דא, אין די געריכט זאל וועט ער ערשיינען.. און דערביי הייבט ער אויף זיינע הענט און צייגט אויפן טיר פונעם געריכט זאל, ביז פינף מינוט וועט זיך די טיר עפענען און ער פושע וועט ערשיינען אינעם זאל.

די פארזאמעלטע האבן געשישקעט צווישן זיך, זיי לעבן מיט א לעבעדיגע דראמא. און דערביי האט דער אדוואקאט ווייטער גערעדט: ביז ווילאנג דער אמת'ע פארברעכער גייט אנקומען, לאמיר אפפרעגן די קלאגעס.. עס איז דערביי אריבער נאך פינף מינוט און נאך פינף מינוט, די פארזאמעלטע האלטן און איין זיך אויסדרייען און קוקן צום טיר און ווארטן אז דער אמת'ע פארברעכער זאל ערשיינען.

עס איז אריבער א האלבע שעה און קיינער איז נישט ערשינען ביים טיר.. דער אדוואקאט דרייט זיך אויס צום ציבור און זאגט: איך האב ענק אלע באטראכט די לעצטע האלבע שעה, עס איז נישט געווען אפילו איינער וואס זאל זיך נישט האבן אויסגעדרייט צום טיר, זאגט מיר: אויב זענען ענק אזוי זיכער אז מיין קלייענט וואס זיצט דא, איז דער אמת'ע פארברעכער, דאן פארוואס האבן זיך ענק אויסגעדרייט און געקוקט צום טיר?? מיט דעם אליין האבן ענק אויפגעוויזן אז ענק זענען נישט זיכער אז דער אמת'ע פארברעכער געפונט זיך דא אינעם זאל!

א שמייכל האט זיך באוויזן אויף יעדעם, אזא איינפאל!

דער פראסיקיוטער האט אבער נישט געשמייכעלט, ער האט זיך אויפגעשטעלט פון זיין פלאץ און זיך געאוונדען צום עולם: אין די צייט וואס יעדער פון ענק האט זיך אויסגעדרייט קוקן צום טיר, האב איך געקוקט אויפן פארברעכער וואס זיצט דא, איך האב אים אריינגעקוקט אין זיינע אויגן! איך האב געזעהן ווי ער האט אפילו איינמאל נישט געוואינדן זיינע אויגן צום ריכטונג פונעם טיר.. איז דען דא א גרעסער הוכחה פון דעם אז ער איז טאקע דער פארברעכער, און ער ווייסט אז קיינער וועט ביים טיר נישט ערשיינען, ווייל ער זיצט דא צוויןש אונז!!!

די מוסר השכל דערויף, האט א בעל דרשן אמאל געזאגט: אברהם אבינו 'סמל האמונה' ער איז געווען דבק בבורא עולם, ער איז געווען איינער קעגן די גאנצע וועלט, ער איז געווען זיכער מיט זיך ער האט נישט געקוקט אהער אדער אהין, אפילו יעדער האט געקוקט האט ער נישט! ער האט געוויסט דעם ריינעם אמת, און די צייט וואס די עולם האט נישט!

והמבין יבין!



און נאכאמאל בשם כל הקהל הקודש, א גרויסן יישר כח פאר...


"הרב מונאוויטש"


דער אויבערשטער זאל אייך געבן געזונט און כח לאנגע יארן און קענען נוצן דעם פעדער צו שרייבן נאך אסאך הערליכע ארטיקלען! און אלע סארט ענינים ובפרט בעניני אמונה וואס איז ליידער זייער וויכטיג אין די יעצטיגע תקופה.
נישט אלעס מעג מען טראכטן, נישט אלעס וואס מען טראכט מעג מען זאגן, נישט אלעס וואס מען זאגט מעג מען הערן, נישט אלעס וואס מען הערט מעג מען שרייבן, און נישט אלעס וואס מען שרייבט מעג מען ליינען.
אוועטאר
סופר סתם
שר מאה
תגובות: 158
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 13, 2015 11:28 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סופר סתם »

נאר (א)מונא נאר (א)מונא.... We want more!!!!!!!!
סתם א שרייבער
תרנגול
שר שלשת אלפים
תגובות: 3342
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 04, 2009 11:33 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תרנגול »

הפלא ופלא!
הנותן לשכוי בינה...
שרייב תגובה

צוריק צו “ידיעות און וויסנשאפט”