דער סטאונהענדזש אויף פלאנעט מארס

פארשידענע רייכע ידיעות און וויסנשאפטליכע טעאריעס

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
פנימחדשות
שר האלפיים
תגובות: 2357
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 06, 2020 4:33 pm

Re: דער סטאונהענדזש אויף פלאנעט מארס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פנימחדשות »

;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p-

א דאנק פארן ארויסברענגען די טיפשות שבטיפשות פון די א. ג. טעאריע.

אויך פאר היימישע אידען, וואס האבען נישט קיין פייגלעך אין קאפ, איז עס א גוטע זאך צו ליינען די סארט זאכען, ווי ס'שטייט אין ספה"ק "האמנתי כי אדבר" אז מען דארף רעדען און פיליווען אין אמונה, און די מער מ'רעדט אמונה אלץ מער ווערט די אמונה חושית בעז"ה.
א ליכטיגע איד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 367
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 3:56 am

Re: דער סטאונהענדזש אויף פלאנעט מארס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א ליכטיגע איד »

יעצט די ערשטע מאל באגעגנט די אשכול, א גרויסן שכוח זייער שיין
דרך אגב כידוע דארף יעדער ליגנט האבן אמת, כדי עס זאל זיך האלטן און האבן א חיות. איינער פון די עיקר ראיות אויף עוועלאשען איז אז אין יעדע פלאץ זענען די חיות אנדערש, צוגעפאסט לויט די פלאץ. און פון צווייטע זייט איז דא א ענדליכקייט צווישן אלע לעבעדיגע... מוז מען זאגען אלעס איז געווען איין דומם ביז עס איז נשתלשל געווארן...
איז די עצם ענדליכקייטן איז די גרעסטע ראיה אויף אחדות ה’, אזוי ווי א מעלער שרייבט זיך אונטער (אין צייר...)
לגבי ווי זאכען טוישען זיך לפי די ארום איז די רמב”ם דאכצעך מיר אין יסודי התורה ברענגט שוין אז זאכען טוישען זיך לפי די ארום, און דאס האט די באשעפער אריין געלייגט אין בריאה אז זאכען זאלען זיך טוישען ער רעדט דארט אפילו פון וואסער צו ערד און פארקערט
סיין זיך אויף מיט די לינק צו Webull stocks platform, און איך און די וועלן פארדינען free stocks נאכן deposit $100 די ערשטע 30 טעג פון אויפסיינען https://act.webull.com/nt/1tSOfvYQhs4K/ ... 445_A_push
אוועטאר
הלבלר בקולמסו
שר תשעת אלפים
תגובות: 9999
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 15, 2018 10:37 am

Re: דער סטאונהענדזש אויף פלאנעט מארס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הלבלר בקולמסו »

יחיאל חילמאן האט געשריבן:

און דא הייבט זיך אן די גרעסטע טיראניע,

טיראניע איז א מלוכה, ווי טיראן וואס איז א שטול.
דו מיינסט מן הסתם צו זאגן "איראניע". ד. מ. קאמיש
לעצט פארראכטן דורך הלבלר בקולמסו אום פרייטאג יוני 04, 2021 9:57 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
יעדע גוטע זאך קומט אמאל צו אן ענדע,
אבער נאכדעם קומט אן א בעסערס.

אוועטאר
הלבלר בקולמסו
שר תשעת אלפים
תגובות: 9999
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 15, 2018 10:37 am

Re: דער סטאונהענדזש אויף פלאנעט מארס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הלבלר בקולמסו »

איך מיין מען זאל צולייגן צום קעפל "אמונה שמועסן:"
יעדע גוטע זאך קומט אמאל צו אן ענדע,
אבער נאכדעם קומט אן א בעסערס.

נוסח אשכנז
שר חמש מאות
תגובות: 586
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 28, 2020 1:12 am

Re: דער סטאונהענדזש אויף פלאנעט מארס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נוסח אשכנז »

שקויעך יחיאל
.Hey there! I am using Ivelt
אוועטאר
כאניש וואס צו טון
שר עשרים אלף
תגובות: 22317
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
לאקאציע: אפן וועג צום ארבייט
פארבינד זיך:

Re: דער סטאונהענדזש אויף פלאנעט מארס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאניש וואס צו טון »

שקויעך
די לעכטיגע טעג זענען שוין נענטער ווי ווייטער!
אוועטאר
שמואל בארג
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4026
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 18, 2016 6:44 pm

Re: דער סטאונהענדזש אויף פלאנעט מארס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמואל בארג »

גוט ארויסגעברענגט יחיאל.
יחיאל חילמאן
שר חמישים
תגובות: 71
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 30, 2020 10:13 pm

Re: דער סטאונהענדזש אויף פלאנעט מארס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יחיאל חילמאן »

ווי שוין פריער ארויסגעברענגט שרייען די סייענטיסטן אז זיי גלייבן נאר אין וואס זיי זעהען מיט די אייגענע אויגן אן קיין שום אמונות.

יעצט, לגבי זיי קען איך נישט רעדן, זיי אליין מעגן זאגן אז זיי זעהען עין בעין אזוי, אבער וואס זיי פארשטייען נישט איז אז אויב איך זאל גלייבן אין זייערע טעאריעס און הנחות איז דאס פאר מיך א ריינע אמונה אן קיין שום דעת.
און איך וועל מסביר זיין.

רוב זאכן וואס די סייענטיסטן זאגן וואס אויף דעם בויען זייער טעאריע און דאס איז וואס הייסט ביי זיי 'געזען' מיט די אויגן, איז למעשה געבויט אויף השערות. למשל, ווי אלט ס'איז דער פארשטיינערטער פארעם, ווי אלט איז דער שטערן, ווי אלט איז דער געביין, וואס אויף אזעלכע זאכן בויען זיי זייערע סברות, דאס איז דאך זאכן וואס זיי רעכענען אויס מיט זייערע אייגענע חשבונות און סברות לויט זייער פארשטאנד.

יעצט, אויב איך וועל זיי גלייבן דערמיט, האב איך א ריינע 'אמונה' אין זיי... איז עס ווייטער אמונה...

און פארוואס טאקע זאל איך נישט גלייבן אין זיי?
איז קודם כל, פארוואס זאל איך יא גלייבן מענטשן וואס איך קען נישט? די מערסטע וואס איך קען זיי איז ווען איך זע א בילד פון זיי, און דארט זעהען זיי בכלל נישט אויס עפעס מורא'דיג ריין און הייליג און אז זאלן ציטערן פון א ליגנט נאר ווי פון א שניט אויפן פינגער...
און נאכדערצו, אז דא זענען זיי דאך מלא נגיעות און תאוות צו אנהאלטן זייער כפירה'דיגע שיטה (וואס אגב האט מען שוין פריער ערווענט אז למעשה קען עס נישט באמת אריינרעדן אינעם עצם מציאות אלוקות), איז פאר וועלכע סיבה אין די וועלט דארף איך זיי גלייבן? א הונדערט טויזענט דאללער וואלט איך אים אויך פארבארגט גלייבנדיג אויפן ווארט?!

און די אמת איז אז עס שטעלט זיך ארויס אז מען האט שטארקע רעכט זיי נישט צום גלייבן אויפן ווארט... שוין עטליכע מאל מען האט זיי געכאפט ביי גראבע ליגענט און האר אויפשטעלנדע אייגן פאבריצירטע געפינסן!

איין ביישפיל: די סייענטיסטן האבן זייער שטארק געזוכט צו טרעפן א מענטש וואס איז אויך א האלבע מאנקי... וויבאלד לויט זיי איז אזוי געווען פאר טויזנטער טויזנטער יארן, איז דארף מען דאך צו טרעפן טויזנטער אזאנס פונקט ווי מען טרעפט די פארטיגע מענטשן...
נו, איז וואס טוט מען אז מען טרעפט נישט ווייל ס'טאקע נישט געווען? מען מאכט איינס! וכך הוה... א חוקר האט צאמגעשטעלט א אויבערשטע טייל פון א מענטשליכע קאפ מיט א אינטערשטע טייל פון א מאנקי און געשריגן אז 'דא ליגט באגראבן דעם לאנג געזוכטן פארברעכער (וואס לאזט טון פארברעכענס...)', א האלבע מאנקי און מענטש!
די עולם גולם וואס 'גלייבט נישט אין גארנישט' האבן געגלייבט ביזן סוף און עס אנגענומען מיט גרויס עקסטאז און אומבאהאלטענע פרייד, ברוך הקיינער אז מען וועט קענען ווייטער ליגן ביים ים ברעג מיטן פיס ארויף אן קיין געוויסן ביסן און ווייטער האבן א אנגעזעצטע דעפרעסטע לעבן אן קיין ציל.

מען האט עס אריינגעלייגט אין א מוזעאום וואס האט געהאט די געוואלדיגע זכיה עס צו קענען האבן ביי זיך אויף אויסשטעל און אלע זענען געקומען קוקן די עלטער זיידע זייערע...
ביז ביז יארן שפעטער ווען יענע סייענטיסט האט דערציילט די ריינע אמת אז מען רעדט דא פון א אייגן צאמגעשטעלטע שעטנז מאנקמענטש מעשי ידיו להתפאר...
ס'געווען גרויסע בזיונות אבער אוודאי גלייבט מען ווייטער אין די אלע ליגנער'ס וואס זענען קלוגער און דערציילן קיינמאל נישט וואס זיי האבן אליין צאמגעשטעלט און ס'ליגט נאך אלץ אויף אויסשטעל אינעם מוזעאום...

א צווייטע ביישפיל איז שווער אביסל צו מסביר זיין, אבער איינע פון די שטארקע פירכות שוין פריער געברענגט איז, אז מען זעט טאקע אז די זעלבע באשעפעניש טוישט זיך לויטן קלימאט, אבער נישט אז עס קען ווערן פון איינס א צווייטן, וואס דאס וואלט באדייט אז עס טוישט זיך די גאנצע די ען עי און נאך און נאך, וואס דאס איז קעגן יעדע שכל אז דאס זאל געשען פון זיך.
איז געקומען איינע פון די אמאליגע פראפעסאר'ס און געוויזן בילדער פון א עיבור פון א הינט און פון א מענטש, און געטענה'ט אז עס איז ממש די זעלבע אין די אנהייב און נאר שפעטער טיילט זיך עס.
למעשה אבער האט מען אין יענע צייטן נאך געקענט גרינג פעלשן וויבאלד די המון עם האט נישט געהאט קיין צוטריט צו אזעלכע בילדער, אבער היינט זעט מען במציאות אז עס איז נישט אזוי נאר עס הייבט זיך שוין אן אנדערש.
אבער פארשטייט זיך אז די טעאריע בלייבט, דארף מען נאר טרעפן א צווייטע הוכחה אויף דעם. ווארטן זיי אויפן קומענדיגן ליגנער זאל אויפקומען מיט עפעס בעסער.
אגב, ליגט נאך ביז היינט אין די ביכער, וואס מען לערנט אין אלע פובליק סקולס, דעם פאלשן בילד און יעדער דארף עס קענען אלץ טייל פון די לימודי חול...

נאך א וועג וויאזוי זיי רעכענען אלטע זאכן איז דורך א געוויסע מאשין, דאס איז אזא סארט מאשין וואס קען כלומפר'שט שפירן אויפן אביעקט וויפיל מיליאנע יארן ס'איז אלט.
יעצט, איך האב נישט פאבריצירט דעם מאשין, ממילא דארף איך עס נישט גלייבן. א לייט ווייס איך ס'ארבעט ווען איך זע ס'מאכט ליכטיג, אבער ווער זאגט אז דער מאשין ארבעט גוט? קיינער ווייסט דאך נישט וויפיל יאר אלט דאס איז אז מען זאל קענען זאגן אז די מאשין רעכענט גוט.
אבער ס'נישט נאר א השערה, נאר די מציאות ווייזט אז ס'פאלש. יעדע מאל מען האט עס געניצט פאר א פרישע זאך האט עס נישט ריכטיג געשאצט! אבער למעשה ניצט מען עס נאך אלץ טאג טעגליך וויבאלד לגבי מיליאנע יארן צוריק האט עס נאך קיינער נישט אויפגעוויזן אלץ פאלש.

און בכלל, ווי מער מען טראכט אריין אין דעם מענטש'נס געבוי, אדער נאר אין א בלעטל אויפן בוים, קען מען דאך לאכן און וויינען ווי נאריש מענטשן קענען זיין אז זיי גלייבן אז דאס איז געווארן פון זיך! זאכן וואס קיין שום מענטש אין די וועלט קען נישט נאכמאכן מיט אלע פארגעשריטענע מאשינען אין די וועלט, זאל קענען ווערן פון זיך?! דאס איז דאך שפיץ קאנספיראציע טעאריע וואס קען נאר זיין...

אבער מען דארף נישט ברענגען אזויפיל ראיות, פארוואס זאל איך זיי בכלל גלייבן? איך קען זיי בכלל נישט... און רוב מענטשן וואס איך קען יא גלייב איך אויך נישט... איז כ''ש וועמען איך קען נישט. און כ''ש א גוי וואס אויסער כבוד און רים און געלט מיינט ער גארנישט.
ענדערש וועל איך גלייבן מיינע עלטערן און אור עלטערן וואס האבן געציטערט פון ליגנט, און זיי האבן מיך איבערגעגעבן איש מפי איש אשר ראו בעיניהם את מעשה הגדולה!

און אביסל ליצנותא דעבודה זרה וואס איז אויך א שטיקל אמת'ע קשיא: פארוואס האבן מענטשן נאך נישט קיין פליגלען? אונז שפילן דאך אזויפיל קעטש און לויפן אזויפיל אין בית המדרש, איז פארוואס האט נאכנישט אונזער גוף פראדוצירט פון זיך פליגלען זעהענדיג אז מען דארף עס האבן וויכטיג? ווייסט עטס וואס, לאמיר ווארטן, מעיבי וואן דעי...
אוועטאר
פנימחדשות
שר האלפיים
תגובות: 2357
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 06, 2020 4:33 pm

Re: דער סטאונהענדזש אויף פלאנעט מארס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פנימחדשות »

;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p-
אוועטאר
מונאוויטש
שר האלפיים
תגובות: 2905
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 22, 2015 6:08 pm

Re: דער סטאונהענדזש אויף פלאנעט מארס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מונאוויטש »

איך האב א ספעציעלע געפיל צו דעם דאזיגן אשכול, די סטאונהענדזש מאמר איז געוועזן מיין סאמע ערשטע שנירל דא אויפן היימישן וועלטל.

יש"כ הרב חילמאן פארן אפשטויבן דעם מקום און איר באצירן מיט פרישקייט.

כה לחי!
אוועטאר
א נייער
שר האלפיים
תגובות: 2074
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 18, 2017 4:05 pm
לאקאציע: ניי מאשין

Re: דער סטאונהענדזש אויף פלאנעט מארס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א נייער »

מונאוויטש האט געשריבן:איך האב א ספעציעלע געפיל צו דעם דאזיגן אשכול, די סטאונהענדזש מאמר איז געוועזן מיין סאמע ערשטע שנירל דא אויפן היימישן וועלטל.

יש"כ הרב חילמאן פארן אפשטויבן דעם מקום און איר באצירן מיט פרישקייט.

כה לחי!

שלום עליכם, מי יתן והיה אז זאלסט אריין קומען מיט א גוטן ארטיקל.
איך ווייס נישט וואס
אוועטאר
נשמת השכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4649
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2018 1:04 pm
לאקאציע: ערגעץ וואו, נאכנישט באשטימט...

Re: דער סטאונהענדזש אויף פלאנעט מארס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמת השכל »

א נייער האט געשריבן:
מונאוויטש האט געשריבן:

מי יתן והיה אז זאלסט אריין קומען מיט א גוטן ארטיקל

גא"מ!
יעדע גוטע באגריף וואס גייט אן פאר צו לאנג ווערט צום סוף אויס גוטע באגריף
אוועטאר
האסטו וועסטו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4754
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 27, 2021 8:43 pm
לאקאציע: דא

Re: דער סטאונהענדזש אויף פלאנעט מארס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האסטו וועסטו »

ס'אמאהל געוועהן גיטע זאכן דא
#גיי_קראך_גרינע_פעפער

דער אייבערשטער פירט דער וועלט!!!

די חילוק צווישן א מיליאן אין א ביליאן
מיליאן סעקונדעס = 11 טעג
ביליאן סעקונדעס = 30 יאהר
אוועטאר
עולם האמת
שר שלשת אלפים
תגובות: 3999
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 01, 2017 12:25 pm

Re: דער סטאונהענדזש אויף פלאנעט מארס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עולם האמת »

יאפ

@מונאוויטש איז פארנומען מיט מארטגעדשעס
דיסקלעימער: איך בין נישט קיין מלחמה אנאליסט אדער עקספערט איך בין א רעאליסט
שרייב תגובה

צוריק צו “ידיעות און וויסנשאפט”