רעיון אויף די פרשה

געדאנקען און התחזקות בעניני עבודת השם

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
חושים בן דן
שר חמש מאות
תגובות: 607
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 01, 2009 10:25 pm

רעיון אויף די פרשה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חושים בן דן »

ושמי ה' לא נודעתי להם

מען זאגט יעדע שבת אין רבון כל העולמים, מודה אני לפניך ה' אלקי ואלקי אבותי על כל החסד אשר עשית עמדי ואשר אתה עתיד לעשות עמי ועם כל בני בתי, מען קען מדייק זיין, לכאורה פארוואס ווען מען לויבט אויפן עבר דערמאנט מען נאר זיך "אשר עשית עמדי" ווען עס קומט אבער צום עתיד ברענגט מען שוין אריין די משפחה, די בני בית, און עם כל בריותיך בני בריתי?

עס איז באקאנט די ווארט וואס מען זאגט נאך פון צדיקים "הגומל חסדים טובים לעמו ישראל" אז מען בעט אויף חסדים טובים, אויף חסדים גלוים, דאס איז קלאר, מעתו לא תצא הרעות, כל מה דעביד רחמנה לטב עביד, מען זעט דאך אבער אידן מאכן מיט צרות מרורות כלענה, מענטשן פלאגן זיך מיט פראבלעמען, נא, נסתרים דרכי ה' מיר פארשטייען נישט דעם באשעפער'ס וועגן, אלעס איז אבער א טובה, סוף כל סוף, צו מען וועט עס זעהן מיט די אייגענע אויגן, צו מען וועט נאר פארשטיין בעלמא דאתי, איז א טובה, אויף דעם האט דוד המלך מתחנן געווען "הראנו ה' חסדיך" איך ווייס און איך גלייב אז אזוי איז גוט (קרעדיט: ר' משה גאלדמאן) אבער ווייז עס אונז.

נאך ערקלערט אונז דוד המלך, איש בער לא ידע וכסיל לא יבין את זאת, אין אונזער דור זענען מיר אלע איש בער און כסיל, ולא כחמורו של ר' פנחס בן יעיר, בפרוח רשעים כמו עשב ויצוצו כל פעלי עון, וויאזוי ארבעט דאס?, פרעגט דער נער, צדיק ורע לו, רשע וטוב לו, די תירץ איז זאגט דוד המלך, להשמדם עדי עד, ער האט אמאל געטון א קליינע חסד פאר איד זאל ער באקומען זיין שכר אויף דעם קליינעם עולם עובר כחלום יעיף, ווען ער וועט ארויפקומען אויבן, אוי, וועט ער בראטן פון אלע זייטן, להשמדם עדי עד, די זעלבע איז פארקערט, אמאל א איד האט א פגם קריגט ער ציפקע צרות דא אינעם אכסני' וואו מען האט אונז אריינגעשטעלט, ווען ער קומט ארויף וועט ער זוכה זיין לחזות בנועם ה' ולבקר בהיכלו.

אויף דעם בעטן מיר, ווייז אונז "חסדים טובים" מיר ווילן נישט מער פון די אנדערע מין חסדים געב אונז גוטע חסדים, אזויווי מען זאגט נאך פון צדיקים, אמאל אז דער באשעפער וויל מעניש זיין א מענטש גיט ער אים א שפע מכל טוב וכי טוב, אז ער זאל זיך כאפן אז ער איז פארקראכן, בעטן מיר פון באשעפער נאר אזעלכע עונשים.

איז מסביר דער הייליגער שר שלום פון בעלזא, אז מען לויבט אויפן עבר, "על כל החסד אשר עשית עמדי" יא! אלעס איז געווען חסדים אפילו עס שמעקט נישט אזוי, איך קען אבער נישט לויבן אויף א צווייטן'ס "אזעלכע" חסדים, אויפן עתיד בעט מען אבער נאר חסדים טובים, דאס קען מען שוין בעטן פאר יעדן, פאר זיך, פאר די משפחה, פאר גאנץ כלל ישראל.

מיר ווייסן אז די גלות מצרים איז געווען צוצוגרייטן כלל ישראל אויף אלע גליות, עס איז געווען א טובה, די אידן האבן עס אבער נישט פארשטאנען, ולא שמעו אל משה מקוצר רוח ווי רש"י איז מסביר לא קבלו תנחומין, כל מי שהוא מיצר רוחו ונשימתו קצרה ואינו יכול להאריך בנשימתו, אויף דעם זאגט דער באשעפער "אני ה', מידת הרחמים" אלעס איז גוט מיין קינד! דיין ישועה איז ביים שוועל פון טיר, הייב דיך נאר אויף פון דיין שווערע ארבעט, וועסטו עס זעהן.
רעיון אויף די פרשה - חתום חתמתי ואני יודע מה הוא
אוועטאר
מאנ-יימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 10560
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 14, 2011 10:36 am
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאנ-יימער »

שיין ווארט, זאל טאקע זיין הראנו השם חסדיך.
ווער זאגט?... ער האט געזאגט איז וואס?... נו! האט ער געזאגט, ווער איז ער צו זאגן?
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32414
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

נייס, חושים, שוין לאנג נישט געהערט פון דיר... #הישגעוויסט אז דו קענסט לערנען אזוי גוט... און אזוי שיין מסביר זיין! איך ווארט צו הערן מער פון דיר!
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
משזר
שר האלפיים
תגובות: 2375
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 31, 2011 10:39 am
לאקאציע: בין השמשות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משזר »

זייער שיין געשריבן, אבער וויזוי קומט עס צירוק צי "ושמי ה' לא נודעתי להם"?
נישט, איז נישט קיין אפציע...
אוועטאר
ידיד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3822
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 16, 2012 6:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ידיד »

זייער א שיין ווארט! יישר כח חושים.
אוועטאר
חושים בן דן
שר חמש מאות
תגובות: 607
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 01, 2009 10:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חושים בן דן »

יוש!! איך האב פארגעסן אויסצופירן. :oops:

די אידן זענען געווען אין א פאזיציע ווי זיי האבן נישט געקענט מקבל זיין קיין תנחומין, ווייל די ערשטע מאל וואס משה רבינו איז צו זיי געקומען צו זיי, האט ער געזאגט אהי' שלחני עליכם, אהי' עמם בגליות אחרות, זאגט דער באשעפער, די אבות האבן אויך געליטן צרות זיי האבן אבער פארשטאנען אז אלעס איז לטובה, איך האב זיך צו זיי נישט באוויזן מיט'ן מידת הרחמים, אפילו אזוי האבן זיי אלעס אנגענומען באהבה, דאס איז דיין קומענדיגע מעסעדזש פאר די אידן.
רעיון אויף די פרשה - חתום חתמתי ואני יודע מה הוא
אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18061
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע: בין גברא לגברא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך msp »

שכוח חושים!
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב
טייטל
שר האלף
תגובות: 1573
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 30, 2011 12:34 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טייטל »

א ווארט אויף פרשת יתרו
אטעטשמענטס
דרושי וחידושי הרמבא''ד פר' יתרו.jpg
דרושי וחידושי הרמבא''ד פר' יתרו.jpg (103.02 KiB) געזען 4905 מאל
אילו זכינו
שר חמש מאות
תגובות: 617
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 12, 2018 2:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אילו זכינו »

ווער איז דער רמבא"ד?
טייטל
שר האלף
תגובות: 1573
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 30, 2011 12:34 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טייטל »

אילו זכינו האט געשריבן:ווער איז דער רמבא"ד?

https://tablet.otzar.org/he/book/book.p ... l=0&udid=0
פתח פיך
שר העשר
תגובות: 34
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 30, 2017 6:59 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פתח פיך »

א ווארט אויף פרשת נח = א מקור אויף פרישע חלות אויף שבת =

צוהר תעשה לתיבה

הרה'ק ר' מרדכי'לע מנדבורנה זי"ע פלעגט צו זאגן, צוהר תעשה לתיבה, א קוליטש (חלות - בל'א) זאלסטו מאכן לכבוד שבת.
האט הרה"ק מסאטמאר זי"ע מסביר געווען פשט פון די ווארט,
תעשה איז דאך טייטש מאכן, און תיבה מיינט דאך ברויט, און צהר מיינט דאך לעכטיג, און ווען איז אין שטוב לעכטיג? ווען עס קומט ארויס פרישע חלות פון אויבן לכבוד שבת.
אוועטאר
סטיטשינער
שר עשרים אלף
תגובות: 22678
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 05, 2017 3:49 pm
לאקאציע: 50°18′N 21°4′E

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטיטשינער »

ארויף
שפאנט'ס מיט ווארטונג

די רעוואלוציע איז אין פילן שוואנג

טראגטס עס ארויס פון דא!
שרייב תגובה

צוריק צו “אז נדברו”