ס'קען נישט אזוי אנגיין, מ'מז נעמען שריט!

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7788
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווינקל »

ישלם ה' פעלך ותהי משכורתיך שלימה מעם ה!

יישר כחם!

---
כ'זע דו גלייכסט הערות אויך, נאך שבת האפענטליך וועל איך טרעפן עפעס...
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14263
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

אומגלויבליך אומגלויבליך.

בלי מילים!
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
אוועטאר
גראדער
שר האלף
תגובות: 1097
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 01, 2009 6:06 pm
לאקאציע: אין די הויזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גראדער »

דער באהאלטענער פלאן פון פרעה

פרעה האט זיך געמאכט אזא חשבון, דער קין איז געווען א גרויסער שוטה, ער האט געוואלט בלייבן אליינס מיט די גאנצע וועלט פאר זיך, האט ער דער'הרג'עט זיין ברודער הבל, ער האט אבער נישט גענומען אין חשבון אז זיין טאטע אדם לעבט נאך און ער קען האבן נאך קינדער, אדם האט טאקע געבוירן שת, און קין איז געבליבן אויסגעשפילט.

פרעה טראכט ווייטער, עשו איז געווען נאך א גרעסערער טיפש, ער האט געוואלט אויסמעקן זיין ברודער יעקב פון די וועלט, האט ער געווארט ביז זיין טאטע יצחק וועט שטארבן, וואס האט יעקב געטון אין די צייט, ער האט חתונה געהאט מיט פיר ווייבער און ער האט געהאט א גאנצן דור מיט קינדער, וואס וועט ער שוין האבן יעצט פון אים הרג'נען.

איך וועל אבער זיין קלוגער! זאגט פרעה, איך וועל הרג'נען די פיצלעך קינדער גלייך ווען זיי ווערן געבוירן, אין די סעקונדע וואס זיי קומען ארויס אויף די וועלט וועט מען זיי גלייך צוריקשיקן צו יענע וועלט! (תנחומא)

פרעה האט זיך גוט נאכגעפרעגט ווער עס העלפט ארויס די אידישע פרויען ביים געבוירן די קינדער, ער האט באקומען אינפארמאציע אז די גרעסטע הייבאם'ס זענען שפרה, מיט איר פינף יעריגע טאכטער פועה, (מדרש רבה) פרעה האט זיי געלאזט רופן צו זיך אין פאלאץ.

שפרה און פועה זענען געווען די נעמען מיט וואס מ'האט זיי גערופן ביי די ארבעט, זייערע אמת'ע נעמען זענען געווען יוכבד, די הונדערט אכט און צוואנציג יעריגע טאכטער פון לוי, און איר פינף יעריגע טאכטער מרים.

ווען זיי האבן באקומען דעם איינלאדענונג פון קעניג זענען זיי געווארן גאר שטארק דערציטערט, ווער ווייסט וואס דער קעניג וויל פון אונז, ''הייליגער באשעפער'' האט זיך יוכבד צוקרעכצט, ''די בני ישראל זענען שוין אזוי צוקלאפט, העלף ס'זאל נאר נישט זיין קיין פרישע גזירה.''

"מאמי" האט זיך די קליינע מרים אנגערופן, ''פארוואס האסטו אזוי מורא פון דעם קעניג? וואס קען ער שוין טון פאר אונז?"

"הער אויס מיין טאכטערל, ווען דו וועסט אביסל ארומגיין צו די עברישע ארבעטס פלעצער און זעהן וואס מ'טוט מיט אונזערע אידישע ברודער וועסטו גוט פארשטיין פארוואס דו הייסט מרים.''

''וואס האט די אידישע ארבעט מיט מיין נאמען? זאג מיר מאמע.''

"איך וועל דיר טאקע זאגן, מיר קינדער פון שבט לוי דארפן טאקע נישט ארבעטן, מיר קענען לערנען און דינעם דעם גרויסן באשעפער פון אונזער זיידן אברהם אומגעשטערט, אבער אונזערע אידישע ברודער ווערן ברוטאל געפייניגט דורך דעם גרויזאמען רשע, דער קעניג פרעה מלול.''

"טאקע מאמע, איך האב געהערט איין טאג ווי מענטשן שמועסן אז נישט מלול דארף דער קעניג הייסן, נאר מרור! ווייל ער איז אזוי ביטער.'' (ספר הישר)

"גאנץ א גוטער נאמען פאר דעם שלעכטן פרעה, און דערפאר טאקע האבן מיר דיר גערופן מר'ים, ווייל אין צייט פון דיין געבורט איז געווארן פאר די אידן נאכמער מר, ביטער, דורך די פרישע גזירות פון פרעה.''

''קוק מאמע, מיר זענען שוין אנגעקומען צום קעניגליכן פאלאץ, קוק ווי שיין ס'איז! קוק די הערליכע עכטע לייבן דא.''

"אוי די לייבן, אוי,"

"מאמע, וואס איז געשעהן? פארוואס ביזטו געווארן אזוי טרויעריג? האסט אפשר מורא פון די לייבן? איך האב געהערט זאגן אז ווען מ'קומט צום קעניג אויף א באשטימטע אוידיענץ טוען זיי גארנישט, נאר אויב איינער וויל זיך אריינ'גנב'נען אומגערופן ווערן זיי אנגערייצט."

"ניין מיין קינד, נישט פארדעם בין איך געווארן אזוי צובראכן, מורא האב איך נאר פון איין אייציגן באשעפער אין הימל וואס נאר ער קען טון פארן מענטש גוטס אדער שלעכטס, איך האב זיך נאר דערמאנט וויאזוי די לייבן זענען אנגעקומען דא."

"דו געדענקסט מאמע וויאזוי מ'האט געברענגט די לייבן? דערצייל מיר, ס'איז זיכער גאר אינטערעסאנט."

"ס'איז שוין גארנישט אזוי אינטערעסאנט, ליידער איז עס דורכגעווייקט מיט עבריש בלוט, דו קענסט אונזער שכנים די אליסף'ס.''

''יא די יתומים נעבעך, די מאמע מיטשעט זיך אזוי מיט צענדליגער פיצלעך קינדער אין שטוב.''

''דו ווייסט וויאזוי זייער טאטע איז אומגעקומען?"

''ניין מאמע, פון וואו זאל איך וויסן, איך האב זיי קיינמאל נישט געוואלט וויי טאן האב איך נישט געפרעגט.''

"מיין טייער קינד, דו ביזט דאך אזוי ווי אן ערוואקסענער מענטש מיט דיין חכמה און מידות טובות, איך וועל דיר זאגן וואס איז דארט פארגעקומען.

אונזער שכן אליסף פלעגט ארבעטן אין פיתום, איך געדענק נאך מיט א צענדליגער יארן צוריק איז ער געווען א מכובד'יגער עושר, א שטארקער מענטש א גיבור, אזא פיינער און אן איידעלער, אבער ווען די צרות האבן זיך אנגעפאנגען איז ער ווי אלע עבריים געווארן א יורד, זיין גאנץ פארמעגן האבן די מצריים צוגענימען דורך אלע סארט שטייערן, ביז ער האט געדארפט אנהייבן צו ארבעטן עבודת הפרך אין פיתום.

איינמאל אין אפאר חדשים פלעגט ער אהיימקומען אויף א טאג צוויי, דער נוגש האט אים געלאזט פריי אויף א קורצע צייט, פלעגט ער נעבעך גיין צופיס פון פיתום ביז גושן און צוריק, אלעס כדי צו קענען כאפן א בליק אויף זיינע קינדערלעך, איך געדענק ווי ער האט זיך איינמאל אויסגערעדט פארן טאטן, ווען איך זאל כאטש זעהן ווי עפעס ווערט פון מיין ארבעט וואלט געווען א האלבע צרה, אבער דא ארבעט מען און מ'ארבעט וואכן חדשים און יארן און נאך אלץ האלט מען ביים אנפאנג, די ציגל צוברעקלען זיך פון די נישט גוטע זאמד וואס מיר האבן, וואס ס'בלייבט שוין יא און מ'שטעלט אויף א שטאק ווערט נאך אפאר טאג איינגעזינקען, אדער קומט א ווינט און ס'פאלט איין, אויב עפעס איז שוין יא מצליח צו בלייבן שטיין קומט דער מצרי און זאגט אז ס'נישט גוט געמאכט און מ'דארף עס איינווארפן און איבערמאכן... אזוי ארבעטן מיר שוין יארן און קיין שום זאך איז נאכנישט געבויעט געווארן, דאס איז דער שווערסטער חלק פון די גאנצע ארבעט...

מיט אפאר יאר צוריק האט אליסף באקומען דריי טאג פריי פון די ארבעט, ער האט זיך ארויסגעלאזט אויפן לאנגן וועג פון פיתום קיין גושן, ער איז געווען שרעקליך אפגעשמאכט פון די שווערע ארבעט, קוים וואס ער האט געהאט כח צו שטיין אויף די פיס, אבער דער בענקעניש צו זיין משפחה האט אים געשלעפט א טריט נאך א טריט.

אינמיטן וועג איז דורכגעפארן א קעניגליכער וואגן און אים געגעבן א כאפ אריין, "וואו נעמט איר מיר?'' האט ער זיך געבעטן, אבער די מצריים האבן ניטאמאל גענומען די מיה אים צו ענטפערן, ''ווען דו וועסט דארפן וועסטו שוין וויסן.''

"מ'איז אנגעקומען, טאנץ אראפ פון וואגן! שנעל!"

פאר אליסף איז גארנישט געקומען צו טאנצן, אבער קיין סאך ברירות האט ער נישט געהאט, ער שלעפט זיך אראפ און ער דערזעט א גרויסן געדיכטן וואלד פאר זיך.

''הער זיך איין דו עברי, דער קעניג דארף אפאר פרישע לייבן, דא האסטו שטריק, גיי אריין אין וואלד און ברענג אהער אפאר שטיק, אינעווייניג אין וואלד זענען שוין דא נאך אפאר עבריים, ארבעט מיט זיי צוזאמען און קום נישט ארויס אן קיין לייבן!"

אליסף איז געווארן דערציטערט, גיין אין וואלד פאנגען לייבן איז נישט געווען זיין פאך, און ער האט נישט געהאט קיין השגה וויאזוי מ'מאכט עס, אבער ער האט אזוי שטארק געוואלט אהיימקומען צו זיין פאמיליע אז ער האט צוזאמגענומען אלע זיינע כוחות און אריינשפאצירט אין וואלד, "לאמיר פרובירן וואס שנעלער צו ענדיגן מיט דעם איך זאל שוין קענען אהיימגיין.''

ווען ער האט אנגעהויבן צו גיין אין וואלד האט ער באגעגנט א חלק פון די עבריים פון וואס די מצריים האבן אים געזאגט, נאר איין פראבלעם, נישט אלע זענען געווען לעבעדיג, טייל זענען שוין נעבעך געווען צוביסן און צופליקט פון די שרעקליכע חיות, אליסף האט אבער נישט געהאט קיין ברירה, ער האט געמוזט ווייטער גיין מיטן שטריק, ער האט געוואוסט אז די מצריים וועלן אים נישט לאזן אנטלויפן פון דא לעבעדיג, ליידער אבער האבן די לייבן אים אויך נישט געלאזט לעבעדיג.''

''אוי מאמע, אזא שרעקליכע מעשה, און דעם רשע פרעה דארפן מיר יעצט טרעפן, פאסט טאקע דער נאמען מרור פאר אים! איך וועל אים עס זאגן אין פנים אריין!"

"ניין מיין קינד, חס ושלום, מ'דארף אכטונג גיבן אויפן קעניגליכן כבוד, זאלסט זיך אויפפירן ווי ס'פאסט פאר א קעניג.''

''גוט מאמע, איך וועל פרובירן.''

יוכבד און מרים זענען געווארן אריינגעפירט אין פרעה'ס פריוואטן צימער, פרעה האט ארויסגעשיקט אלע באדינער, ער האט געוואלט רעדן צו זיי מיטן פולסטן געהיימניס, קיינער זאל נישט וויסן וואס ער פארלאנגט פון זיי. (אור החיים)

"הערט זיך צו פארוואס איך האב אייך גערופן דא היינט'' האט פרעה אנגעהויבן, ''אזוי ווי מ'האט מיר איבערגעגעבן זענט איר די הויפט הייבאם'ס ביי די עבריים, וויל איך אייך פארשלאגן א גוטן פלאן, איר ווייסט דאך אוודאי וויפיל כוחות איך לייג אריין פאר די טובה פון דעם מצרישן פאלק, און איר ווייסט דאך ווויפיל די עבריים ווידערשפעניגן אין מיר, וויפיל איך פייניג זיי נאכאלץ ווערן זיי ווי אויף צו להכעיס מער און מער, דעריבער האב איך פאר אייך א מורא'דיגע פארשלאג.

איך וועל מיט אייך חתונה האבן, און איר וועט ווערן די קעניגן פון מצרים! (מדרש רבה)

איין קליינע זאך דארפט איר מיר נאר טאן, יעדער אינגל וואס ווערט געבוירן ביי די עבריים זאלט איר אים דערשטיקן נאך פאר די מאמע האט א געלעגנהייגט צו כאפן וואס קומט פאר, און פאר די מאמע זאלט איר זאגן אז דאס קינד איז געבוירן געווארן טויט, די מיידלעך קענט איר לאזן לעבן, אזוי וועלן די עבריים נישט חושד זיין אז עפעס ווערט דא געטון. (אור החיים)

איך האב ספעציעל נישט גערופן די מצרישע הייבאם'ס, ווייל איך האב זיך נאכגעפרעגט און מ'האט מיר געזאגט אז איר זענט גאר פארטרויבארע מענטשן און מ'קען זיך פארלאזן אויף אייך, (ספורנו) דעריבער בין איך זיכער אז איר וועט האלטן מיין בקשה בסוד סודות, קיינער זאל נישט חלומ'ן אז דאס איז א באפעל פונעם קעניג, און נאך א צייט וואס איר וועט אויספירן מיין באפעל וועל איך איינהאלטן מיין צוזאג צו אייך.''

מרים האט זיך נישט געקענט איינהאלטן, און זי האט זיך אנגערופן צו איר מאמע יוכבד:

"מאמע, איך קען עס נישט גלייבן, אזוי נידריג זאל זיך א מענטש דערקייקלען, וויי צו אים ווען די צייט וועט קומען און דער אויבערשטער וועט אים אויף אלעס באצאלן!"

פרעה איז געווארן רויט פאר כעס, ער האט זיך געגעבן א שטעל אויף, "שוין וועל איך אריינרופן די באדינער און איר הייסן הרג'נען! אזא חוצפה, ביי מיר אין פאלאץ אזוי צו רעדן! טויט שטראף וועט זי באקומען די קליינע חוצפה'יאק!"

יוכבד האט געבעטן פון פרעה "אדוני המלך, ביטע בארוהיג זיך, זי איז נישט מער ווי א קליין מיידעלע, וואס ווייסט זי וואס זי רעדט, ס'פאסט נישט אז דער גרויסער מעכטיגער קייזער זאל זיך אזוי צוטון מאכן פון עפעס א קליין נאריש עבריש מיידל."

פרעה האט זיך בארואיגט און ער האט זיי געלאזט גיין. (מדרש רבה)

געווענטליך ווען דער קעניג גיבט ארויס א גזירה די ערשטע שטיקל צייט האבן מענטשן מורא עובר צו זיין דערויף, שפעטער מיט די צייט ווערט עס אפגעקילט און מ'ערלויבט זיך שוין עובר צו זיין אויפן באפעל, אבער יוכבד מיט מרים האבן ניטאמאל פאר איין רגע געפלאנט צו פאלגן פרעה, (אור החיים) פארקערט גאר, ווען יוכבד האט געזעהן אז א קינד איז געבוירן געווארן נישט געזונט אדער מיט א פעלער האט זי געבעטן ביים אויבערשטן, "באשעפער פון מיינע זיידעס אברהם יצחק און יעקב, העלף מיר אז דאס קינד זאל זיין אינגאנצן געזונט, מ'זאל נישט זאגן אז איך האב זיך צוגעהערט און געפאלגט דעם רשע פרעה, און איך האב ח"ו מיט עפעס געשעדיגט דעם קינד.''

דער אויבערשטער האט אויסגעהערט אירע תפלות און זכות פון איר מסירת נפש, און קיין איין קינד איז נישט געבוירן געווארן קראנק! אלע קינדער זענען געווען געזונט און שטארק. (מדרש רבה)

יוכבד האט זיך נישט באגענוגט מיטן לאזן די קינדער לעבן, צוזאמען מיט מרים האט זי אנגעפירט מיט א ריזיגע חסד ארגענעזאציע, זיי האבן צושטעלן עסן און טרינקען פאר אלע טויזענטער קימפעטארנס, טויזענטער פארציעס עסן זענען געווארן צושפרייט יעדן טאג אין אלע עקן מצרים צו קרעפטיגן די נייע קימפעטארנס זיי זאלן האבן כח צו אויפציען די ניי געבוירענע זעקסלינגען, (מדרש רבה) דער אויבערשטער האט זיי באשאנקען מיט אסאך געלט זיי זאלן קענען אנגיין מיט די הייליגע ארבעט, (אור החיים) אזוי איז אריבער צוועלעף חדשים. (שם)

פרעה האט געווארט צו זעהן ווי זיין פלאן הייבט אן צו ווירקן, ער האט נישט געקענט קוקן קיינעם נאכקוקן צו זיי פאלגן אים ווייל ער האט נישט געוואלט קיינער זאל וויסן אז ער האט עפעס צוטון דערמיט, אבער ווען ס'איז אריבער א יאר און ער האט געזעהן אז די אידן ווערן בכלל נישט ווייניגער האט ער מיט גרויס כעס געלאזט רופן די צוויי עברישע הייבאם'ס.

''איך קען עס נישט פארשטיין!'' האט פרעה געשוימט פאר כעס, ''נישט גענוג וואס איר האט נישט געפאלגט מיין דירעקטן באפעל און איר האט נישט גע'הרג'עט די קינדער, הער איך גאר אז איר האט געפירט א גאנצן קימפעטארן היים... איר האט געטיילט עסן און טרינקען פאר די מאמעס אז זיי זאלן גאר האבן גענוג כח צו שפייזן די קינדער! (אוה"ח) ווי נעמט זיך צו אייך אזא מאס אפענע חוצפה? וואלט איר מיר גלייך געזאגט א יאר צוריק אז איר האלט מיר נישט ביים פאלגן וואלט איך געבעטן א צווייטן, (ספורנו) אבער יעצט האט איר מיר אינגאנצן אויסגעשפילט, איך האב נאך געמיינט אז איך קען זיך פארלאזן אויף אייך.

איך וויל הערן א גוטן תירוץ, אז נישט זענט איר פאר'משפט צום טויט!''

"הויעכגעשעצטער קעניג'' האט יוכבד אנגעהויבן, "ס'איז ממש נישט געווען אין אונזער האנט אויסצופירן דעם באפעל, די אידישע פרויען זענען לעצטנס אליינס הייבאם'ס, צו זיי האבן קינדער ווי די חיות וואס דארפן נישט קיין הילף, אדער ווען זיי האבן געהערט אז דער קעניג האט אונז גערופן האבן זיי חושד געווען אז עפעס איז נישט גוט מיט אונז, עכ"פ אונז האבן זיי מער נישט גערופן, ממילא האבן מיר נישט געקענט אויספירן דיין באפעל, און דאס וואס דו הערסט אז מיר טיילן עס איז טאקע פארדעם, אזוי ווי מיר האבן געזעהן אז אונזער ביזנעס גייט אונטער, מענטשן רופן אונז מער נישט, האבן מיר אנגעהויבן צושטעלן א סערוויס פון טיילן עסן, אפשר אזוי וועלן מענטשן צוריק אנהויבן אונז ניצן... (ילמ"ל)

א נס איז געשעהן, פרעה האט נישט געקענט איבערווייזן אז זיי זאגן נישט דעם אמת, האט ער זיי פריי געלאזט.

עפעס אמת איז געלעגן אין זייערע ווערטער, נישט אלעמאל האבן די אידן גערופן די הייבאם'ס ביים געבוירן די קינדער, ס'איז געווען אזעלכע וואס זענען ארויס אינעם פעלד אינדרויסן פון שטאט, און דארט געהאט די קינדער, מיט טרערן אין די אויגן האבן זיי זיך געזעגנט און איבערגעלאזט די ניי געבוירענע קינדער אינעם אויבערשטנס הענט.

א נס איז געשעהן, צוויי שטיינער זענען באשאפן געווארן נעבן יעדן קינד, פון איינס האט דאס קינד געזייגט מילך און האניג, און דער צווייטער האט ארויסגעגעבן אן אויל וואס האט ארומגעשמירט און ארומגעוואשן די בעיביס.

ווען די מצריים האבן געהערט אז אין פעלד איז פול מיט קינדער זענען זיי געקומען צו לויפן צו הרג'נען די קינדער, אזוי ווי די מצריים זענען געקומען נאנט, זענען אלע קינדער פלוצלונג געווארן איינגעשלינגען אין דער ערד, די מצריים זענען געבליבן שטיין געפלעפט, א מינוט צוריק איז דא געווען פול מיט עברישע בעיביס און פלוצלונג איז דער גאנצער פעלד ליידיג, ווי די ערד וואלט זיי איינגעשלינגען... האבן זיי געברענגט אקסן און אויפגעאקערט די גאנצע ערד אז די קינדער זאלן אומקומען, פארשטייט זיך אז דער אויבערשטער האט געהיטן די קינדער און זיי זענען געבליבן לעבן.

ווען די מצריים זענען אוועק זענען די קינדער צוריק ארויסגעוואקסן פון דער ערד, אזוי זענען זיי אויפגעוואקסן אין פעלד, ביז זיי זענען שוין געווען גענוג גרויס אליינס אהיימצוגיין, גאנצע סטאדעס קינדער האט מען געקענט זעהן אויפאיינמאל אריינשפאצירן אין שטאט, און וואונדער איבער וואונדער, יעדעס קינד האט געוואוסט פונקטליך וואו צו גיין און ער האט דערקענט זיינע עלטערן...

די פרישע גזירה אויף די קינדער

פרעה איז אריינגעפאלן אין א פאניק, זיינע אפענע גזירות ארבעטן נישט, זיינע באהאלטענע גזירות האבן אויך גארנישט אויפגעטון, און דא מערט זיך דער אידישער פאלק אונטער זיין נאז מיט א אומגעהויערע שנעלקייט, עפעס דארף דרינגענד געטון ווערן איידער ס'איז צו שפעט.

פרעה האט ווידער צוזאמגערופן א קעניגליכע אסיפה, יעצט האט ער שוין געלאזט רופן אפילו די נישט מצרישע יועצים וואס ער האט געהאט אין פאלאץ, ער האט גערופן סיי וועם, מ'זאל נאר אויפקומען מיט עפעס א גוטן פלאן וואס צו טון מיט די עבריים.

אויפן אויבן אן האבן זיך אנגעזעהן די גרויסע אויסלענדישע חכמים וואס פרעה האט ספעציעל אראפגעברענגט, בלעם, איוב און יתרו, פרעה האט שטארק ליב געהאט זייערע עצות, האט ער זיי געזעצט פון פארנט צו הערן וואס זיי האבן צו זאגן.

פרעה האט אנגעהויבן מיטן דערציילן א חלום וואס ער האט זיך לעצטנס געחלומ'ט.

"ליגנדיג אין מיין באקוועמען קעניגליכן בעט מיט א צייט צוריק האב איך געזעהן א שרעקליכן חלום, איך האב געזעהן ווי איין נאכט, דער הימל העכער דעם גאלדענעם לאנד מצרים איז פול מיט הערליכע שטערנס פון אלע קאלירן, פלוצלונג פאלן אלע שטערנס אראפ פון הימל אויף דער ערד, אויב דאס איז נאכנישט גענוג, קומט זיך צוגיין א פארשאלטענער עברי, ער לייגט אריין אלע שטערנס אין טאש, און ער ווארפט עס אריין אין טייך אריין, דאס איז דער חלום, און יעצט לאמיר הערן וואס איר האט צו באשיידן דערויף.''

בלעם האט זיך געגבן א שטעל אויף, "אדוני המלך, דער מצב איז גאר ערנסט, דער חלום ווייזט אז דער וואס גייט העלפן די אידן גייט שוין אט אט געבוירן ווערן, מאקסימום ביז ניין חדשים, אבער איין גוטע זאך זעט מען אויך אינעם חלום, דער העלפער פון די אידן גייט געשלאגן ווערן דורך וואסער, דעריבער דארף מען וואס פריער אויפקומען מיט א פלאן אים באצייטנס אפצושטעלן.''

''אה בלעם, כ'האב געוואוסט אז מ'קען זיך פארלאזן אויף דיר, לאמיר טאקע הערן וואס אונזער פריינט יתרו האט צו זאגן.''

"אדוני המלך, איך הער די אלע שרעקליכע זאכן וואס דא קומט פאר, און ווי שטארק דער קעניג וויל פטור ווערן פון די עבריים, דערפאר וויל אלס געטריישאפט צום קעניג זאגן וואס איך האלט.

ווער אברהם העברי, דער זיידע פון די היינטיגע עבריים איז אנגעקומען דאס ערשטע מאל קיין מצרים האט דער דעמאלסדיגער פרעה זיך פארטשעפעט מיט אים, ער האט צוגענומען זיין ווייב שרה צום קעניגליכן פאלאץ, דער הויכגעשעצטער קעניג ווייסט אוודאי וואס איז דאן געשעהן, דער גאנצער קעניגליכער פאלאץ מיט אלע מענטשן דערינען זענען געווארן קרעציג! זיי האבן זיך אלע געקאטשעט פאר יסורים, און ביז מ'האט נישט צוריקגעגעבן שרה זענען זיי נישט געווארן אויסגעהיילט, א גאנץ פארמעגן האט אים פרעה דעמאלס געגעבן ער זאל אים מוחל זיין.

די זעלבע זאך האט פאסירט מיט אבימלך דער קעניג פון פלישתים, ער איז ביטער קראנק געווארן ביז ער האט צוריקגעגעבן שרה פאר אברהם.

ווען אבימלך האט פארטריבן יצחק'ן פון גרר האט ער אויך ביטער אפגעשניטן, אלע זיינע ביימער און קוועלער האבן אפגעטריקנט, ביז אבימלך מיט זיין קריגס מיניסטער פיכל זענען זיך געקומען בעטן ביי יצחק ער זאל מתפלל זיין פאר זיי.

די זעלבע זאך איז געווען מיט זייער זיידן יעקב, ווער ס'האט זיך נאר אנגעהויבן מיט אים האט שלעכט אפגעשניטן, עשו, צו לבן, אדער אלע אנדערע קעניגן וואס זענען געקומען מלחמה האלטן מיט אים, יעדן האט ער באזיגט, בקיצור, אין איין ווארט געזאגט, ס'איז נישטא קיינער וואס קען זאגן אז ער האט זיך אנגעהויבן מיט די עבריים און ער האט זיי באזיגט, זייער גרויסער באשעפער האט זיי גאר שטארק ליב, און ביים סוף העלפט ער זיי אלעמאל און ער באשטראפט די וואס פייניגן זיי.

דעריבער אלס גוטער פריינט וויל איך ראטן דעם קעניג ער זאל זיי פארשיקן קיין כנען, דארט איז זייער פלאץ, דארט האבן זייערע עלטערן געוואוינט, לאמיר זיי פארשיקן פון דא און פטור פונעם גאנצן פראבלעם."

פרעה איז געווארן גאר אין כעס אויף יתרו'ס ווערטער, יתרו האט געשפירט אז ער איז אין א גרויסע סכנה, ווען פרעה איז גערעגט איז נישט גוט צו זיין אין זיין שכנות, האט יתרו געכאפט הענט און פיס און אנטלאפן קיין מדין. (ילמ"ל)

דערנאך האט דער צווייטער יועץ, איוב גענומען דאס ווארט:

"אדוני המלך, דו ביזט דאך דער גרעסטער חכם אין גאנץ מצרים, איז דען דא א מענטש וואס האט בעסערע עצות ווי דיר? ווער קען דיר קומען זאגן וואס צו טון.''

בלעם האט זיך שוין נישט געקענט איינהאלטן:

"וואס רעדן זיי אלע אזעלכע שטותים דא, איך האב א גוטע עצה אדוני המלך.''

"גוט בלעם, רעד, לאמיר הערן פון דיין חכמה."

"הער זיך איין אדוני המלך, מיר מוזן אביסל קוקן אויף זייער היסטאריע, און לויט דעם וועלן מיר קענען מחליט זיין וואס צו טון מיט זיי.

איינער פון די שרים האט מיר געזאגט אז ער בעסטער פלאן איז צוזאמצונעמען אלע קינדער און זיי פארברענען, אבער איך האלט נישט אזוי, זייער זיידע אברהם האט מען אויך אריינגעווארפן אין פייער, און דער באשעפער האט אים געראטעוועט דערפון.

א צווייטער האט מיר געזאגט מ'זאל נעמען פשוט א שווערד און זיי אלע אויס'שחט'ן, דער פלאן איז אויך נישט גוט, זייער זיידע יצחק איז שוין געלעגן אונטערן מעסער, און אויך פון דעם האט אים דער באשעפער געראטעוועט.

אויך די עצה פון זיי מאכן שווער ארבעטן וועט נישט זיין קיין גרויסע ישועה, זייער זיידע יעקב האט ביטער שווער געארבעט ביי לבן העכער צוואנציג יאר, און דאך האט אים גארנישט פאסירט, פארקערט גאר, ער האט אין די יארן געהאט אסאך קינדער און ער איז רייך געווארן." (ילמע"ל)

"וואס נישט צו טון האב איך גענוג מיין טייערער בלעם, דיר האט מען גערופן צו זאגן וואס יא צו טון.''

"אדוני המלך, דאס איז טאקע צו וואס איך וויל צוקומען, די בעסטע עצה איז, מ'זאל נעמען אלע ניי געבוירענע אינגלעך און אריינווארפן אין טייך אריין! ס'האט אסאך מעלות, קודם כל האט דאך דער קעניג גע'חלומ'ט אז דער העלעפער זייערער וועט באשטראפט ווערן דורך וואסער, צווייטנס האט עס א מעלה אז זייער באשעפער וועט אונז נישט קענען שטראפן, געווענטליך שטראפט ער מדה כנגד מדה, דאס הייסט מיט די זעלבע סארט זאך וואס מ'האט געזינדיגט, אבער מיט וואסער קען ער נישט שטראפן ווייל ער האט געשוואוירן נאכן מבול אז ס'וועט נישט קומען נאכאמאל, זענען מיר געווינער פון אלע זייטן...''

''זייער גוט בלעם, מ'גיימיר שוין אויסארבעטן דעם פלאן, איך זעה אז דער קריגס מיניסטער וויל עפעס צולייגן, זאג''

''אדוני המלך, איך האלט שטארק פון דעם פלאן צו הרג'נען אלע אינגלעך, פון די עברישע מיידלעך האב איך נישט אזוי מורא, זיי פירן דאך ממילא נישט קיין מלחמות, איז גוט אז מ'וועט אויס'הרג'נען זייערע זכרים וועט נישט בלייבן ווער ס'זאל גיין אין מלחמה מיט אונז.''

"איך הער גוט וואס איר זאגט, דער פלאן איז גאר א גוטער, נאר אלס קעניג דארף איך אויך נעמען אין באטראכט וואס די וועלט וועט זאגן צו אונזער פלאן, מ'קען דאך נישט ארויסגעבן א עמטליכע געזעץ אז מ'זאל ווארפן קינדער אין טייך אריין, ס'וועט אונז מאכן זייער א שלעכטער נאמען, מיר מוזן אויסקוקן ווי א נארמאלער לאנד מיט נארמאלע געזעצן.''

"אדוני המלך'' האט זיך אנגערופן ווידער בלעם, ''איך האב אויף דעם אויך אן עצה, ווער זאגט אז מיר דארפן עס מאכן פאר אן עמטליכן געזעץ, דער געזעץ קען בלייבן ווי ביז היינט אז מ'טאר נישט הרג'נען קיין מענטשן, דער קעניג דארף טאקע נישט שיקן די מיליטער ווארפן די קינדער אין טייך, נאר אונטערן טיש וועט מען לאזן הערן פאר די מצריים אז מיר קוקן אוועק צו די זייט, דער קעניג וועט גארנישט באשטראפן אויב קינדער וועלן געווארפן ווערן אין טייך, פארשטייט זיך אז די מצריים וועלן זיך צוכאפן דערצו און קינדער וועלן פליען אין טייך אריין פון אלע זייטן!" (רמב"ן)

"בלעם, ס'קומט זיך דיר אן ערענסטער באלוינונג, אלע מיינע מצרישע חכמים זענען גארנישט קעגן דיין חכמה, שוין צענדליגער יארן וואס איך מוטשע זיך מיט די עבריים דא, און דאס איז די ערשטע מאל וואס איינער גיבט מיר עצות צו דער זאך, אבער זאג מיר נאך איין זאך, אויב דער געזעץ בלייבט ווי בעפאר, וואס וועלן מיר טון אויב אן עברי וועט קומען אין בית משפט פארפירן אז דער שכן זיינער האט אריינגעווארפן זיין פיצל קינד אין טייך, דער שופט דארף דאך אויספאלגן די עמטליכע געזעצן.''

''אדוני המלך, זייער פשוט, איך פארלאז זיך אויף די מצריים אז זיי וועלן טון די ארבעט ביינאכט, אדער אין אנדערע צייטן אזוי אז דער עברי וועט נישט קענען ברענגען קיין עדות... דער שופט וועט זיך אנטשולדיגן פארן נעבעכדיגן עברי, וואס קען איך טון, ווען דו ברענגסט מיר עדות וועל איך אים שטרענג באשטראפן...''

פרעה איז געווען העכסט צופרידן, די גזירה איז אריין אין קראפט, פון מויל צו אויער איז אריבער די נייעס ביי די מצריים אז דער קעניג וויל מ'זאל אריינווארפן קינדער אין טייך, און ביי די אידן איז געווארן ביטער, קולות און געוויין האבן זיך געהערט אין אלע זייטן, ס'איז נישט געווען מעגליך צו באהאלטן קיין קינדער פון די גרויזאמע מצריים, פון יעדן מצרי אין די גאס האט מען געציטערט מיט שרעק, ווער ווייסט מיט וואספארא בייזע פלענער ער דרייט זיך ארום.

ווען די שכנ'טע איז געקומען אויף אן אומשולדיגן באזוך מיט איר פיצל'ס האט זי געמיטלעך געשמועסט מיט די עברישע שכנה, פלוצלונג האט זיך געגעבן א קלאפ פאר איר בעיבי און ס'האט זיך גענומען וויינען, דער עברישער בעיבי האט זיך צוגעשטעלט צום מצרישן שכן און פון זיין באהעלטעניש האט מען אים געהערט זיין קול'עכל ארויסוויינען, מער האט נישט אויסגעפעלט, אפאר מצריים וואס זענען שוין געשטאנען גרייט אונטערן טיר האבן זיך געגעבן א כאפ אריין גלייך געכאפט דעם קינד און געלאפן מיט אים צום טייך, די פארביטערטע מאמע איז נעבעך געבליבן מיט ליידיגע הענט וויינען אין שטוב.

זעקס הונדערט טויזנט קינדער זענען געווארן אריינגעווארפן אין טייך, די עבריים זענען געווען אזוי צובראכן פון די גזירה, זיי האבן ממש געשפירט אז ס'איז נישט ווערד צו האבן קינדער, פארוואס אראפברענגען נשמה'לעך אויף די וועלט אז די מצריים זאלן זיי קענען אזוי בארבאריש אומברענגען.

זיי האבן נישט געוואוסט אז רוב קינדער זענען געווארן געראטעוועט, דער וואסער האט אויסגעשפיגן די קינדער אין מדבר וואו פון די שטיינער האבן די קינדער געזייגט מילך און האניג, ביז זיי זענען עלטער געווארן און אהיימגעקומען.

דער העלפער ווערט געבוירן

עמרם פון שבט לוי איז געווען דער גדול הדור, (מדרש רבה) אלע עבריים האבן ארויפגעקוקט אויף אים, און יעדער האט געוואלט הערן פון אים וואס צו טון, איז עמרם געגאנגען און געגעבן א גט פאר זיין פרוי יוכבד, כדי נישט צו האבן קיין קינדער וואס זאלן ווערן אריינגעווארפן אין טייך, ווען די עבריים האב געהערט דערפון, האבן אלע נאכגעטון און טויזענטער גיטין זענען פארגעקומען אין יענעם טאג.

עמרם און יוכבד האבן שוין געהאט צוויי קינדער, מרים און אהרן, פאר מרים האט זייער וויי געטון אז איר טאטע האט געגעבן א גט פאר איר מאמע, און דורכדעם וועלן טויזנטער אנדערע אידן אויך נישט האבן קיין קינדער, איז זי געקומען זיך דורכשמועסן מיטן טאטן:

"טאטע, איך וויל דיר פרעגן, פרעה האט ארויסגעגעבן א גזרה אז אלע זכרים זאלן אומקומען, אבער דו האסט דאך מיט דיין שריט גורם געווען אז אויך קיין מיידלעך זאלן נישט געבוירן ווערן, פארוואס?

נאך א זאך טאטע, פרעה איז טאקע א קעניג, אבער ער איז א בשר ודם, ס'איז נישט קיין זיכערע זאך אז זיינע גזירות וועלן ווערן אויסגעפירט, אבער דו ביזט דאך א צדיק, דיין גזירה וואס איז סיי אויף זכרים און סיי אויף נקיבות וועט זיכער ווערן אויסגעפירט.

מיט נאך עפעס איז דיין גזירה ערגער ווי פרעה'ס, לויט פרעה'ס גזירה ווערן די קינדער גע'הרג'עט נאכדעם וואס זיי זענען שוין אראפגעקומען אויף די וועלט, קומען זיי אום אויף קידוש השם און זיי וועלן זיכער זוכה זיין צו עולם הבא, אבער פון דיינע פעולות באקומען זיי נישט די וועלט און נישט יענע וועלט.

איך וועל דיר עפעס דערציילן טאטע, איך האב געהאט א חלום אז פון דיר וועט ארויסקומען דער קינד וואס וועט ביים סוף העלפן די עבריים און זיי ארויסנעמען פון מצריים.'' (מדרש רבה)

עמרם האט זיך געלאזט איבעררעדן פון זיין זעקס יעריגע טאכטער מרים, און ער האט צוריק חתונה געהאט מיט זיין ווייב יוכבד, ס'איז געווען א גרויסע חתונה, א נס איז געשעהן און די הונדערט דרייסיג יעריגע כלה האט באקומען א צורה פון א אינגע פרוי, עמרם האט געלאזט מאכן א שיינע כלה שטול, און די זעקס יעריגע מרים האט אויסגעלערנט דעם דריי יעריגן אהרן א טאנץ וואס זיי האבן געטאנצן פאר יוכבד ביי די חתונה... (מדרש רבה – רמב"ן)

איין טאג זענען די חרטומים אריינגעקומען צו פרעה מיט איין בהלה:

"אדוני המלך, מיר האבן געזעהן מיט אונזער כישוף אז דער וואס גייט העלפן די אידן איז היינט געבוירן געווארן, אבער מיר האבן א גרויסן פראבלעם, מיר זעען אז ער האט עפעס א שייכות מיטן מצרישן פאלק, מיר קענען נישט זעהן צו ער איז געבוירן געווארן ביי אן עברי צו ביי א מצרי.''

פרעה איז אריין אין א שרעקליכן כעס, נאך אלע שריט וואס ער האט אנגענומען האט גארנישט געהאלפן, ס'איז שוין פאקטיש געבוירן געווארן דער קינד וואס וועט נעמען די אלע הונדערטער טויזענטער שקלאפן וואס ארבעטן פאר אים און פארן גאנצן פאלק אומזיסט, און ער וועט זיי אויסלייזן פון מצרים, און לויט זיין חלום וועט ער דאך אויך חרוב מאכן גאנץ מצרים בשעת מעשה, מ'מוז נעמען די שטרענגסטע שריט, פרעה האט ארויסגעגעבן א שטרענגן באפעל:

"מיין טייער פאלק מצרים, איר ווייסט דאך אוודאי אז זייענדיג אייער קעניג מיין איך נאר אייער גוטס און אייער טובה, יעצט פארלאנג איך פון אייך א זאך וואס וועט אויסערליך אויסקוקן שווער, אבער דאך דארפט איר מיר גלייבן אז ס'איז פאר אייער אייגענע טובה, יעדער קינד וואס ווערט געבוירן אין די קומענדיגע צייט זאל ווערן אריינגעווארפן אין טייך, ביז די הויכגעשעצטע חרטומים וועלן זעהן מיט זייער כישוף אז דער קינד איז שוין אין טייך וועט מען גלייך מבטל זיין די גזירה.''

די מצריים האבן נישט געהאט קיין ברירה, און זיי האבן אנגענומען די גזירה, אלע מצרישע קינדער זענען אריינגעווארפן געווארן צו זייער טויט אין טייך אריין, נאר די אידישע קינדער זענען געבליבן לעבן אין מדבר, פאר פרעה איז נישט איינגעפאלן אז מיט זיין גזירה הרג'עט ער נאר זיין אייגן פאלק.

די חרטומים האבן טאקע גוט געוואוסט, אין שטוב פון עמרם האט זיך געהערט א הילכיגן מזל טוב, יוכבד האט געבוירן א אינגל, גלייך ווען מען האט געזעהן דאס קינד האט מען געזעהן ווי א הימלישער ליכטיגקייט שיינט פון זיין פנים, עמרם איז צוגעגאנגען צו זיין טאכטער מרים און איר געגעבן א קוש אין קאפ, "דיין נבואה איז מקויים געווארן, דער אויסלייזער פון די אידן איז געבוירן געווארן!''

יה"ר שנתבשר בלידת המשיח בקרוב במהרה בימינו אמן.
אז מען קען גיין גראד \ וואס דארף מען גיין קרים--- נו, לעטס גאו...
אוועטאר
מוישע_יאכעס
שר חמש מאות
תגובות: 596
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 24, 2009 3:48 pm
לאקאציע: איך ווייס אויך נישט, אדרבה אפשר ווערסטו מיר געוואר?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מוישע_יאכעס »

מזל טוב!!!!!
העי וואס שרייסטע דארט זעהסט נישט אז מ'שלאפט דא??
אוי וואס זאלעך טון דער גראדער מאכטעס גוט מיט מיר, כאנישט קיין צייט צו ליינען יעצט ס'גאנצע ארטיקעל אבער כ'זעה סידא א מזל טוב, ענהטועי יעצט דארף איך נאר די. PDF און כ'בין שוין מסודר,
און מר. גראדער דער אייבערשטער זאלייך סאצאלען כפלי כפליים פון וואסערע שמחה און עונג שבת די ברענגסט אריין און אידישע הייזער!!!

נ.ב. כ'זעה דע לאזט איסער עפעס ארבעט פאר נעקסטעס יאר אויך....
ארוממך אלוקי המלך ואברכה שמך לעולם ועד, בכל יום אברכך ואהללה שמך לעולם ועד (קרעדיט: דוד בן ישי)
אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5396
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלקא טויב »

גראדע גראדינו, ביזט געוואלדיג!

כ'קלער אז ס'וואלט געווען א גוטע זאך אז ווען איז זענט פארטיג מיט די גאנצע זאלט איר איבערלייגן אלע טעקסט אין א פרישע תגובה (ס'וועט טאקע לענגער מאכן דעם פעידזש, אבער ס'וועט אפשר אויך זיין א תועלת).
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
[email protected]
אוועטאר
jkup50
שר האלף
תגובות: 1079
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 09, 2010 2:45 pm
לאקאציע: איך וואלט אויך געוואלט וויסן!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך jkup50 »

איז דא א pdf פון די גאנצע מדרש?
יאנקעל די פופציגער
אוועטאר
פליגל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5934
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג סעפטעמבער 04, 2009 1:27 pm
לאקאציע: ביים פענסטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פליגל »

גראדער א יישר כח נאכאמאל, כ'ברויך שוין לויפן פון דא פרינט'ך'ס ארויס כמו שהיא כ'אב פשוט נישט קיין צייט צי ווארטן אויפן פ.ד.ף.

גראדער האט געשריבן:דרך אגב פארגעסט נישט, אייערע הערות איז דער איינציגער קיבול שכר אויף די ארבעט.
משום לא תלין פעולת שכיר טוה'ך'ס שוין.
איך וויל פארשטיין
שר חמישים ומאתים
תגובות: 451
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 14, 2010 7:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך וויל פארשטיין »

ישר כח גראדער, האסט מיך ממש מחיה געווען,
איך זיץ און ווארט אויף א מזכה את הרבים זאל מאכן די פידיעף אז מיין ווייב און קינדער זאלן אויך קענען הנאה האבן.
אוועטאר
קעכער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 378
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 18, 2006 10:40 pm
לאקאציע: אין קאך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קעכער »

דא א האט איר א PDF

שכוח גראדער!!
אטעטשמענטס
Shmos.pdf
(205.97 KiB) געווארן דאונלאודעד 774 מאל
איך וויל פארשטיין
שר חמישים ומאתים
תגובות: 451
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 14, 2010 7:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך וויל פארשטיין »

שכח קעכער, גדול המעשה יותר מן העושה (גראדער שרעק דיך נישט די ביזט אויך א 'מעשה' מיטן מהנה זיין אזוי פיל יודן)
אוועטאר
מוטשע נישט
שר חמש מאות
תגובות: 631
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 05, 2010 9:38 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מוטשע נישט »

מוטשע נישט האט געשריבן:
(אויב איך מעג בעטן א קלייניגקייט, אויב איז נישט שווער דאן ביטע לייג קעפלעך אינצווישן די ארטיקל ליתן ריווח בין פרשה לפרשה)


א ספעציעלן יישר כח פארן צושטעלן די קעפלעך. זאלסט זיין געבענטשט
אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 12394
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למעלה משבעים »

איין ווארט "גראדער!!!" די ביזט ריזיג, ביזט ממש מחיה נפשות, א ריזן ריזן יישר כח.
ווילעך וויסן רב גראדער איז געווען עפעס טוישונגען אין דעם ערשטן ארטיקל? אדער מען קען עס פרינטן כמו שהוא?
אוועטאר
קהת
שר האלפיים
תגובות: 2995
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 10, 2009 1:18 pm
לאקאציע: דארט ווי איך בין!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קהת »

א גרויסען שכויעך גיימיר עס ליינען שבת כאנאכניש אנגעיאגט צו עס ליינען...
Normal is just a setting on the washing machine
אוועטאר
פונקטליך
שר האלפיים
תגובות: 2219
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 07, 2010 11:23 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פונקטליך »

ממש קיין ווערטער!!!!
הערליך און בא'טעמ'ט

אי"ה שבת וועלן מיר עס אדורכליינען בדיוק.

ישר כוח, דיין שכר איז אומשאצבאר.

א ישר כוח 'קעכער' פארן פ.ד.ף.
די זייגער לויפט, זעה צו זיין פונקטליך!
אוועטאר
אורח
שר מאה
תגובות: 193
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 13, 2009 3:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אורח »

אין נאמען פון די גאנצע הויזגעזונט באגריסן מיר אייך מיט א הערצליכען דאנק


מיט הצלחה אויף ווייטער
א גאסט אויף א ווייל, זעהט אויף א מייל....
אפשר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 287
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 10, 2010 10:27 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אפשר »

יישר כח גראדער, שוין ארויס געפרינט.
א גוט שבת.
אוועטאר
jkup50
שר האלף
תגובות: 1079
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 09, 2010 2:45 pm
לאקאציע: איך וואלט אויך געוואלט וויסן!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך jkup50 »

קעכער האט געשריבן:דא א האט איר א PDF

שכוח גראדער!!

שכוח קעכער
יאנקעל די פופציגער
אוועטאר
דארפסמאן
שר ששת אלפים
תגובות: 6484
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 14, 2006 2:52 pm
לאקאציע: אין דארף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דארפסמאן »

שוין ארויסגעפרינט לכבוד שבת, אבער איין פראבלעם האב איך אז איך האלט דעם 25 פון דיסעמבער ניטל, מעג איך עס ליינען פרייטאג צו נאכט אויפן קויטש מיטן אייסעס ?
הכו"ח ר' אברהם דארפסמאן שליט"א
פה ב'דארף יצ"ו -
מה פתאום
שר חמישים
תגובות: 95
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 19, 2010 2:24 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מה פתאום »

גראדער האט געשריבן:דרך אגב פארגעסט נישט, אייערע הערות איז דער איינציגער קיבול שכר אויף די ארבעט.



הערות האבעך נאכנישט, ווייל כ'האב נאכנישט געהאט קיין צייט צו ליינען, אבער א יישר כח קען איך שוין זאגן.
אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18580
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך_הער »

ריזיג שבעריזיג, הערליך מתוק מדבש, א הארציגן יישר כח ער' גראדער.

כאשוין געליינט אסאך מדרשים, באט כ'ווער נישט זאט, און ווען כ'ליינעס מיט אזא געשמאקע מאמע לשון, ליינטצעכעס גאר אנדערש.

נאכאמאל א הארציגן יישר כח.
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

יישר כח גראדער

יישר כח קעכער

----
דארפסמאן;

איך מיין מען קען דערמיט אויסשפילן דעם שטן... ער מיינט מען ליינט א שיינע מעשה
אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12250
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלעגער »

ס'לאזט זיך נישט גלייבן אז מיר באקומען אזאנס און ס'קאסט נישט גארנישט!
איך מיין אז יעדער איז מודה אז ווען גראדער זאל ווען בעטן א פינעפער יעדע וואך פון יעדעם וואלט יעדער דאס באצאלט. דאס איז דאך סאך מער ווערט...

א הארציגן דאנק!
אויפריכטיג
שר שלשת אלפים
תגובות: 3445
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 16, 2008 8:10 pm
לאקאציע: ביים געפילטערטן קאמפיוטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויפריכטיג »

א גוטע וואך הרב גראדער, א הערצליכן דאנק פאר דיין אומגלויבליכע ארבייט!
די סיפור הדברים האט מיך ממש פריש אריינגעלייגט אין די מצב פון אונזערע עלטערן. איך בין זיכער אז א דאנק דיין הערליכע ארבייט וועט זיך היי יאר ביים סדר גאר אנדערש ארויסזאגן דער "חייב אדם לראות את עצמו כאילו היא יצא ממצרים".
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14263
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

דער המשך פונעם סיפור קענט איר ליינען אינעם בוך "והצלתי"
viewtopic.php?f=3&t=1710
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
אוועטאר
מי יודע
שר שמונת אלפים
תגובות: 8718
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי יודע »

גראדער גראדער, אין מילין בפי, הגם איך האב שוין געליינט דעם בוך והצלתי, ביסטו מורא'דיג גוט אראפגעלייגט אויף א וועג מען זאל עס קענען גוט דערציילן פאר די קינדער ביים שבת טיש
איך האב פרובירט פאר א יאר פסח צו מאכן א סך הכל פון 'והצלתי' און ס'האט נישט געארבעט, ס'איז געשריבן צו א אריכות, און אין פארעם פון איין מעשה, משא"כ דו גייסט מער דורך די עצם מעשה פון גלות מצרים, און ס'איז סאך גרינגער עס אראפצולייגן פאר די קינדער

שכרך הרבה מאד
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”