מ'מאכט חוזק, אבער ער האקט ווייטער... מיט א פרישן האק...

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
שאץ מאץ
שר שלשת אלפים
תגובות: 3031
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע: איבעראל
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאץ מאץ »

גראדער האט געשריבן:
אברהם שלמה האט געשריבן:
"מיר קענען נישט משפט'ן ווען מ'גנב'עט ווייניגער ווי די ווערט פון א פרוטה

יישר כח. איין קשיא האב איך. די הלכה איז דאך אז א בן נח איז נהרג על גניבה של פחות משוה פרוטה? :smile:


מיין רבי וואלט דיר געגעבן א קניפ אין בעקעלע... האטס צוגעטראפן א קשיא וואס דער אור החיים הקדוש ברענגט בשם די קדמונים, עיין שם עה"פ ותמלא הארץ חמס.
.


בפשטות זענען די דיינים זעלבסט אויך געוועהן קאראפטירט....
דאס איז א מס' פאר זיך ווי די אונטער שמשים פון מרד'ן האבן משחד געוועהן די דיינים אז זיי זאלן אייביג פסק'ן לטובתו....
דעם זווג פון מרד'ן איז עפעס יא געוועהן גלאטיג?, זי איז שוין געוועהן מסתמא א כלה צו א צווייטן, ער מיט זיין מאפיאנערישע שטיק האט יענעם אראפ גערוימט פון וועג כדי חתונה צו האבן מיט איר...

איצט א קאמפלימענט! גראדער! ממש אין מילים, אזוי געשמאק פארצולערנען פרשת נח, פשוט איך ווער שיכור נאך פאר נח האט געטרינקען,

כה לחי, אבער לא נקראת אלא ע"ש גומרה, ענדיג ביטע די סדרה, שנים מקרא ותרגום בגראדער....
http://shatzmatz.blogspot.com/" onclick="window.open(this.href);return false;
אוועטאר
גראדער
שר האלף
תגובות: 1097
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 01, 2009 6:06 pm
לאקאציע: אין די הויזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גראדער »

40 יאר שפעטער

מרד איז שוין יעצט אן 80 יעריגער אינגערמאן, (פארגעסט נישט, מ'האט געלעבט א 8-9 הונדערט יאר פארן מבול) און ער זוכט ארויפצוארבעטן זיין געשעפט, גנב'נען מער איז נישט שייך, וואס, ווען און וואו מ'קען גנב'נען האט ער שוין דארט זיינע חברה וואס טוען די ארבעט פאר אים, האט אים א פריינט פארגעשלאגן א פלאן, מ'וועט עפענען קורסן, מ'וועט מאכן קלאסן וואו מ'וועט גיבן לעקציעס וויאזוי צו ווערן א פראפעסיאנאלער גנב, ווער עסו ועט אריבערגיין אלע קלאסן און ענטפערן אלע בחינות ווי ס'דארף צו זיין, וועט ביים סוף באקומען א סערטיפיקעט מיט א דיפלאמע צו באשטעטיגן אז ער איז א געלונגענער גנב.

לאמיר זיך אריינכאפן אין זיך צוהערן צום ערשטן שיעור, (הגם מ'האמיר נישט באצאלט, ס'נאר הגונב מן הגנב...)

הלאלך שטעלט זיך ארויף אויפן בימה און הייבט אן:

מורי ורבותי ברוכים הבאים צום ''מרד מתולאל'ס כאפ און רויב'' קורסן, ס'איז אונז א געוואלדיגער פארגעניגן אייך צו האבן דא און אייך אויסלערנען די פאך פון ''חמס'', דאס הייסט, גנב'נען, גזל'נען, ראבעווען, און וואס נישט, צום ערשט וויל איך אייך אויסלערנען דעם ערשטן כלל אין גניבה, פונקט וואו איר גנב'עט דארפט איר אלעמאל פארדעכטיגן יעדן איינעם אלס א גנב, לדוגמא, יעדער וואס האט באקומען רעשט ביים באצאלן פאר די קורסן האט באקומען פאלשע געלט... (ט) און קיינער פון אייך האט עס נישט געכאפט, אזוי קען מען קיין גנב נישט זיין! איר דארפט אלעמאל זעהן אז ווען איר קומט אין בארירונג מיט אנדערע מענטשן זאלן ''זיי'' ארויסגיין די בא'גנב'עטע און נישט איר.

און יעצט וועט איר האבן די געלעגנהייט צו הערן אפאר קלוגע עצות פונעם וועלט בארימטן גנב, מר. מרד דער גרינדער און פירער פונעם ''מרד מתולאל'ס כאפ און רויב'' פאבריק.

מרד טראכט נישט קיין סאך, ער הייבט גלייך אן צו גיסן פון זיין טאג טעגליכע עקספיריענס:

פון וואו ווייסט א גוטער גנב אין וועלכע שטוב ס'לוינט זיך אריינצו'גנב'נען, בייטאג ווען ס'איז ליכטיג קען מען זיך דאך נישט אריינ'גנב'נען ביי יענעם אין שטוב, און ביינאכט איז דאך טונקל קען מען נישט זעהן צו די הויז איז א שיינער גרויסער בנין, צו א קליינע כאטקע, הערט אויס א גוטע עצה, מ'גייט בייטאג ארום אין די גאסן, און וואו מ'זעהט א שיינעם בנין וואס קוקט אויס אז ס'איז דא וואס צו לקח'נען דארט, גיסט מען אויס ביים טיר אביסל טאביק, אדער אפרסמון אויל, אזא זאלב מיט א גוטן שארפן גערוך, אזוי אז ביינאכט אפילו אין די טונקל וועט דער נאז פירן ביזן טיר... (י)

און איך וועל אייך זאגן נאך בעסער, ווען מ'קומט שוין אריין אין הויז פון וואו ווייסט מען וואו דער גביר באהאלט די אוצורות, מ'קען דאך נישט ארומזוכן א גאנצע נאכט ביי יענעם אין שטוב, וועל איך אייך זאגן א גוטן פלאן וואס איך טוה געווענטליך, איך קום אינמיטן טאג צום גביר מיט א פעקל געלט, איך זאג אים אז איך וויל האלטן ביי אים דאס געלט א שטיקל צייט, די געלט באשמיר איך אויך מיטן אויל, דער גביר לייגט צו מיין שמעקעדיגן געלט צום פלאץ וואו ער באהאלט זיינע אוצרות, און ביינאכט ווען איך קום באזוכן פירט מיר מיין נאז גלייך צום גאנצן אוצר... (י"א)

צום שלוס וועל איך אייך גיבן נאך איין עצה, אויב זענט איר הונגעריג און איר טרעפט פונקט נישט וואו צו גנב'נען עסן, גייט אריין אין מארק, גייט צו צום טישל וואו מ'פארקויפט די מאראנצן, פרעגט אזוי תמעוואטע וויפיל ס'קאסט א קילא מאראנצן, און אזוי פרעגענדיג זאגט אים אז אירו ווילט קאסטן א מאראנץ פארן קויפן, מ'שיילט זיך אפ א מאראנץ, מ'שלינגט עס איין, דערנאך גיבט מען א דריי מיט די נאז, נע, ס'נישט אזוי גוט, און מ'איז ממשיך צום טישל פון די פלוימען... אזוי חזרט מען איבער דעם שפיל טישל נאך טישל ביז מ'איז אינגאנצן זאט, איך זאג אייך פון עקספיריענס, אפילו אויב יענער וועט אייך רופן צום בי"ד אז איר האט געגעסן אומבאצאלט וועט דער בי"ד אייך נישט קענען באשולדיגן, ווייל איר וועט טענה'ן אז איר האט באמת געטראכט צו קויפן, און דער בי"ד ווייסט דאך נישט וואס איר טראכט... (י"ב) און אפילו אויב דער דיין וועט יא וויסן אז איר האט געוואלט בא'גנב'ענען, שמירט אים אונטער מיט א פאלשן רענדל און איר וועט גלייך געוואונען דעם משפט... (י"ג)

און יעצט טייערע צוהערער, קומט ארויס מיט מיר אין שטאט, און איך וועל אייך ווייזן לעבעדיג וויאזוי מיינע חברה פירן דורך די גניבות, לייגט צו קאפ צו וואס איר זעהט, וועט איר זיך קענען גוט אפלערנען.

מרד האט זיך ארויסגעלאזט מיט די גאנצע חברה אויף א שפאציר אין שטאט, זיי זענען געגאנגען פון גאס צו גאס און מרד האט זיי געצייגט אויף יעדן פלאץ וועם און וואס צו בא'גנב'נען, און אזוי שפאצירענדיג זענען זיי אנגעקומען צום באקאנטן אטראקציע ארט, דער פלאץ וואו נח שטייט די לעצטע 80 יאר און בויעט די תיבה...

שטייט דער אלטער נח מיטן האמער און האקט, ס'שוין געווען זוממער, ס'שוין געווען ווינטער, און נאכאמאל זוממער און נאכאמאל ווינטער, מענטשן זענען אינדערצווישן געשטארבן, אנדערע זענען געבוירן געווארן, אויפעגוואקסן, געהאט קינדער און אייניקלעך, און נח שטייט נאך אויפן זעלבן פלאץ און בויעט זיין תיבה, מענטשן לאכן און מאכן חוזק, אבער נח ווערט נישט מיד נאכאמאל און נאכאמאל איבערצוזאגן פאר יעדן וואס פרעגט, איך בוי א תיבה ווייל דער אויבערשטער גייט ברענגען א מבול אויף די וועלט, טוט תשובה וועט דער מבול נישט קומען!

מרד האט געוואלט ווייזן פאר זיינע חברה אז ער איז א חברה'מאן, האט ער אנגעהויבן חוזק צו מאכן פון נח'ן"

זאג נאר נח, פון וואו גייט דיין מבול קומען, א רעגן פון הימל, צו קוואלן וועלן זיך עפענען פון דער ערד, אויב וועט רעגענען, בין איך דאך העכער 200 פיס, קיין שום רעגן וועט מיר נישט איבערדעקן, און איך קען כישוף צו באשווערן די וואלקענעס אז זיי זאלן אויפהערן צו רעגענען, (י"ד) און אויב וועט קומען פון קוועלער אויף דער ערד וועל איך ארויפלייגן מיין גרויסן פיס דערויף און ס'וועט גלייך ווערן פארשטאפט.

זארג דיך נישט, האט נח אים רוהיג געענטפערט, דער רבש"ע וואס האט באשאפן די גאנצע וועלט שרעקט זיך נישט פון דיין כישוף, און ער וועט שיקן וואסער צו פארפלייצן די וועלט סיי פון אויבן און סיי פון אונטן... (ט"ו) און אויב דו וועסט וועלן פארשטאפן די קוועלער מיט די פיס, זאלסטו וויסן אז ס'גייט קומען קאכעדיג הייסע וואסער, גיב אכט, קענסט זיך אפבריען... (ט"ז)

און מרד איז נישט שולדיג געבליבן:

דו מיינסט נח אז אויב ס'וועט קומען א מבול וועסטו אזוי שיין אריינשפאצירן אין די תיבה און אונז לאזן אויסשטארבן, אדער וועסטו אונז אריינלאזן אין די תיבה, אדער וועלן מיר קומען מיט העק און צופיצלען דיין גאנצע ארבעט פון די אלע יארן! (י"ז) און דיר וועט מען הרג'נען! (י"ח).

נח איז געבליבן מיט דעם זעלבן רוהיגקייט ווי פריער, און ער האט נאכאמאל איבערגעזאגט זיין אלטע דרשה:

איר דינט טאקע די אלע נארישע געטשקעס, (י"ט) און איר רעדט זיך איין אז זיי קענען אייך עפעס העלפן, אבער די וועלט האט באשאפן דער איין איינציגער גרויסער באשעפער, און נאר ער פירט עס יעדע רגע און יעדע מינוט, יעדע זאך וואס פאסירט איז נאר לויט וויאזוי דער רבש"ע וויל, דעריבער דערשרעק איך זיך נישט פון דיינע אלע סטראשונקעס, דער באשעפער האט מיר צוגעזאגט אז איך וועל בשלום אריינגיין אין די תיבה, און עטס וועטס מיר נישט קענען טון קיין שום שלעכטס, (כ) און מיינסטו דען אז איך וויל לעבן אזוי לאנג אין די תיבה ווען די גאנצע וועלט אונטער מיר ווערט חרוב, איך האף אויך אז איין טאג וועסטו קלוגער ווערן און איינזעהן אז מ'דארף זיך פירן נאר אזוי ווי דער רצון ה' איז.

מרד איז שוין געווארן אביסל ווייכער.

זאג מיר נאר נח, סתם פאר נייגעריגקייט, דער באשעפער פון וועם דו רעדסט, אויב ער איז אזוי גרויס און שטארק אז ער קען חרוב מאכן די גאנצע וועלט, האט ער נישט קיין בעסערע וועג דיר צו ראטעווען נאר אז דו זאלסט דארפן שטיין צענדליגער און צענדליגער יארן און בויען א תיבה? קען ער נישט אויף עפעס א צווייטע גרינגערע וועג מאכן אז דו זאלסט איבערלעבן.

נח זאגט געדולדיג:

נאך גוט אז דו פרעגסט, וועל איך דיר ענטפערן די ריכטיגע סיבה, דער רבש"ע איז א רחום וחנון, ער וויל נישט אומברענגען קיינעם, נישט דיר, נישט דיין ווייב און קינדער, און נישט דיינע ברודער און שוועסטער, ער וויל ענדערש אז איר זאלט תשובה טון, דעריבער הייסט ער מיר שטיין און בויען די תיבה אזויפיל יארן כדי מענטשן זאלן זעהן און טון וואס דו טוסט יעצט, פרעגן קשיות, און איך זאל זיי דערמאנען אז אויב זיי וועלן נישט תשובה טון וועט נישט בלייבן קיין זכר פון זיי. (כ"א)

מרד הייבט אן אריינצוטראכטן אין נח'ס ווערטער, אבער עפעס שטימט אים נישט:

זאג נאר נח, דיר צו ראטעווען דארף מען אזא ריזיגן גיגאנטישן תיבה? ס'דאך גענוג עפעס א קליין בודקעלע א ד' על ד'?

הער זיך איין מרד, דו ווייסט דאך גוט אז נישט נאר די מענטשן האבן געזינדיגט, נאר אויך די בהמות און חיות זענען נשפע געווארן פון די מענטשן און אויך זיי פירן זיך אויף אינגאנצן אנדערש ווי ווען דער רבש"ע האט זיי באשאפן, דעריבער וועלן ביים מבול אומקומען אויך די בהמות און חיות, חוץ 2 פון יעדן מין וואס זיי וועל איך אריינברענגען אין די תיבה.

מרד פלאצט אויס אין א הילכיגן געלעכטער... הייסט עס אז דו בויעסט א זו, א טיער גארטן... גייסט דא צוזאמברענגען בהמות און חיות פון די גאנצע וועלט, און אלע גייסטו אריינפאקן אין דעם קליינעם תיבה'לע... שוין לאנג נישט געהערט אזא גוטן וויץ... אפילו אין 10 אזעלכע תיבות וועט נישט זיין קיין פלאץ.

נח ווערט נישט דערשראקן, ער ענטפערט גלייך מיט א זיכערקייט:

אויב דער באשעפער האט געזאגט אז דא וועט זיין פלאץ פאר אלע בהמות און חיות, גלייב איך אז אלע וועלן דא אריינגיין! איי וועסטו פרעגן אויב ער קען מאכן פלאץ פאר סך מער חיות ווי ס'גייט באמת אריין פארוואס דארף איך בויען אזא גרויסע תיבה, אז ס'שוין ממילא א נס פארוואס זיך פלאגן אזוי שטארק, הער זיך צו, קודם איינס, דער רבש"ע וויל איך זאל בויען דעם תיבה די אלע יארן כדי איך זאל קענען ענק מעורר זיין צו תשובה, און צווייטנס וועט דער באשעפער אלץ זוכן צו מאכן דעם נס ווי קלענער, ממילא מאך איך נישט דעם תיבה צו קליין. (כ"ב)

איך מיין איך האב דיר שוין גענוג געזאגט, איך האב נאך אסאך ארבעט צו בויען דא, שטער מיר נישט מער.

מרד האט כעס'יג ארויסגעמורמלט, "איך וועל דיר נאך צוברעכן דעם תיבה דיינעם" און ער האט פארלאזט דעם פלאץ.

האט טאקע מרד צובראכן די תיבה?

וואס האט שם דערציילט פאר אליעזר עבד אברהם פונעם תיבה?

פון וואו האט נח געוואוסט אין די תיבה ווען ס'איז טאג און נאכט?

המשך יבא



מקורות
ט...... י. בראשית רבה, י"א, שם. י"ב, ילקוט מעם לועז. י"ג, מעם לועז בשם מהר"ם ן' חביב. י"ד. בראשית רבה, לא, י"ב. ט"ו, מדרש הגדול. ט"ז, בראשית רבה שם. י"ז, ספר הישר נתכנסו מספר גדול של אנשים ובקשו מקום בתיבה, וכו' החליטו לשבור את התיבה. י"ח ברית הי' צריך וגו' שלא יהרגוהו רשעים שבדור, ב"ר לא, יב. י"ט. רש"י ד"ה ותשחת. כ. והקימותי את בריתי אתך. כ"א, רש"י ד"ה עשה לך תיבת בשם הגמ'. כ"ב רמב"ן.
אז מען קען גיין גראד \ וואס דארף מען גיין קרים--- נו, לעטס גאו...
אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5396
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלקא טויב »

און נאכאמאל א לאנגע שקויעך רעבע גראדער שי'.
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
[email protected]
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

האסט מיר מזכה געווען צו לערנען מדרשים אויף די סדרה אינמיטן פרישטאג.
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14263
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

גראדער אין מילים!

ג. בעל הטורים מ'שחיתם א'ת ה'ארץ ר"ת מאה, שהי' קומתם מאה אמה

האב איך דערויף א קשיא, די תיבה איז געווען הויך בלויז 30 אמות, שווער צו זאגן אז נח דער צדיק איז געווען דארט אייניגעקורטשעט אין דרייען.


קרעמער האט געשריבן:האסט מיר מזכה געווען צו לערנען מדרשים אויף די סדרה אינמיטן פרישטאג.

איך האלט נאך ביי סאפער פון נעכטן און דער האלט שוין ביי פרישטאג.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
אוועטאר
אונגארישער
שר האלף
תגובות: 1611
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 01, 2008 12:00 pm
לאקאציע: אין שאראש פאטאק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אונגארישער »

הרב גארדער שכוח שכוח פאר אייער ארבייט סאיז מחיה נפשות
Liberalism is a mental disorder
אוועטאר
גראדער
שר האלף
תגובות: 1097
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 01, 2009 6:06 pm
לאקאציע: אין די הויזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גראדער »

שוועמל האט געשריבן:גראדער אין מילים!

ג. בעל הטורים מ'שחיתם א'ת ה'ארץ ר"ת מאה, שהי' קומתם מאה אמה

האב איך דערויף א קשיא, די תיבה איז געווען הויך בלויז 30 אמות, שווער צו זאגן אז נח דער צדיק איז געווען דארט אייניגעקורטשעט אין דרייען.

.


ס'דא וואס האלטן אז ס'איז געווען לויט זייערע אמות. הגם דער רמב"ן זאגט בפירוש נישט אזוי, וועט מען מוזן איינזעצן דעם בעל הטורים לויט יענע שיטות.
אז מען קען גיין גראד \ וואס דארף מען גיין קרים--- נו, לעטס גאו...
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14263
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

הייסט אז די מאה אמת קומתם איז פשוטע אמות (אונזערע) אבער די שלושים אמה פון די תיבה איז לויט זייערע.
אביסל דחוק.

ר' שמחה מיללער פארשלאפן רופט ענק אן.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
אוועטאר
פליגל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5934
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג סעפטעמבער 04, 2009 1:27 pm
לאקאציע: ביים פענסטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פליגל »

גראדער האט געשריבן:מרד איז שוין יעצט אן 80 יעריגער אינגערמאן,
.
מיינסט צי זאגן "טיען-עידזשער".
אוועטאר
אונגארישער
שר האלף
תגובות: 1611
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 01, 2008 12:00 pm
לאקאציע: אין שאראש פאטאק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אונגארישער »

הרב גראדער

ביי די 500 יאר ווען נח האט געבויט די תיבה האט ער נאך נישט געהאט קיין קינדער ?
דעמאלט איז איטערעסאמט צי וויסען ווען ער האט זיי געהאט , ווי אלט זענען זיי געווען ביי די מבול ?
Liberalism is a mental disorder
אוועטאר
סאכדעס
שר שלשים אלף
תגובות: 31438
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאכדעס »

כ'דענק אז זיי זענען געווען הונדערט יאר ביים מבול, די תיבה האט מען אנגעהויבן 120 יאר בעפאר דעם מבול.

יישר כוח גראדער.
פקודתו פון התאחדות שמרה רוחי!
gagongan
שר מאה
תגובות: 166
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 16, 2010 3:09 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך gagongan »

אונגארישער האט געשריבן:הרב גראדער

ביי די 500 יאר ווען נח האט געבויט די תיבה האט ער נאך נישט געהאט קיין קינדער ?
דעמאלט איז איטערעסאמט צי וויסען ווען ער האט זיי געהאט , ווי אלט זענען זיי געווען ביי די מבול ?

אור החיים-ספר בראשית
שנתכוין שיהי׳ הבכיר עדיין לא הגיע לעונש כן מאה שנה
כפ״ז ירצ׳ אומרו את האלהי׳ שפט כדין שיהיו פטורים כניו
כפי הדין ואז ילדם שלא יענשו כהגיע המבול כי עדיין אינם
בני עונשים

http://hebrewbooks.org/pdfpager.aspx?re ... =&pgnum=35
נו געגאַנגען
אויפריכטיג
שר שלשת אלפים
תגובות: 3445
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 16, 2008 8:10 pm
לאקאציע: ביים געפילטערטן קאמפיוטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויפריכטיג »

גראדער א מייסטער ארבייט. כ'האף דיין המשך קומט נאך פאר שבת!
אוועטאר
אונגארישער
שר האלף
תגובות: 1611
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 01, 2008 12:00 pm
לאקאציע: אין שאראש פאטאק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אונגארישער »

יישר כח סאכדעס אין געגאנגען
Liberalism is a mental disorder
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

מען זעהט אז עס איז היי יאר נישט געווען קיין פרשת בראשית, דער עולם ברענגט נישט דעם אפענעם רש"י:
(11) רש"י על בראשית פרק ה פסוק לב
(לב) בן חמש מאות שנה - א"ר יודן מה טעם כל הדורות הולידו לק' שנה וזה לחמש מאות אמר הקב"ה אם רשעים הם יאבדו במים ורע (ס"א זרע של צדיק זה) לצדיק זה ואם צדיקים הם אטריח עליו לעשות תיבות הרבה כבש את מעיינו ולא הוליד עד חמש מאות שנה כדי שלא יהא יפת הגדול שבבניו ראוי לעונשין לפני המבול (ב"ר) דכתיב (ישעיה סה) כי הנער בן מאה שנה ימות ראוי לעונש לעתיד וכן לפני מתן תורה:
אויפריכטיג
שר שלשת אלפים
תגובות: 3445
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 16, 2008 8:10 pm
לאקאציע: ביים געפילטערטן קאמפיוטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויפריכטיג »

יא, מען זעט אז נאר קרעמער לאזט נישט אויס קיין שום פסוק!
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

איך בין נישט קיין מתכבד בקלון חבירו ח"ו, אבער מען האט נישט קיין שאדען פון ענדיגן יעדע וואך חומש רש"י
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14263
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

נאכדערצו ווען געגאָנגען האט דאס שוין געברענגט פריער פון אור החיים הק'..
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
אוועטאר
גראדער
שר האלף
תגובות: 1097
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 01, 2009 6:06 pm
לאקאציע: אין די הויזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גראדער »

ליידער האב איך נישט מיטגעהאלטן דעם וויכוח דא איבער נח'ס קינדער, אבער ס'איז קיינמאל נישט צו שפעט.

דאס איז זיכער אז די קינדער זענען אים געבוירן געווארן נאך די 500 יאר, פארוואס טאקע? אויף דעם איז דא כמה טעמים.
די מערסטע אנגענומען איז דער רש"י וואס ידידינו הרב קרעמער ברענגט, רש"י בשם בראשית רבה, אז נח האט נישט געוואלט אז די קינדער זיינע זאלן זיין בני עונשים, ווייל סטוט זיך א גרויסע מחלוקה אין די מפרשי התורה צו די בני נח זענען געווען ערליך צו נישט, רוב האלטן אז נישט, דעריבער האט נח געוואלט זיי זאלן זיין אונטער 100 יאר וואס בימיהם איז מען נאכנישט געווען קיין בר עונשים.

אבער ס'איז דא נאך אפאר אינטערעסאנטע טעמים וואס איז כדאי נאכצוברענגען, דער אור החיים הק' ברענגט א מדרש אז נח האט געזעהן (מן הסתם ברוח הקודש) אז זיינע קינדער וועלן נישט זיין ערליך, האט ער געזאגט פארוואס דארף איך קינדער, האט ער נישט עוסק געווען אין פרי' ורבי', ביי די 500 האט ער זיך געמאכט א חשבון הנפש, איך גיי שטארבען אנע קינדער? דער רבש"ע האט דאך געזאגט פרו ורבו! דארף מען טון דעם רצון ה', ''האט ער חתונה געהאט'' און גלייך געהאט 3 קינדער, ממש נאר מקיים צו זיין דעם רצון ה' לקיום המין, עכת"ד, איז אינטערעסאנט ווי ער זאגט אז נח האט הערשט דעמאלס חתונה געהאט. ווייל כמעט דעם לשון האט איך געטראפן אין תנחומא, אבער דארט שטייט נזקק לפרי' ורבי' און דער אוה"ח זאגט ''תיכף נשא ויולד'' לכאורה איז אין רוב מדרשים משמע אז ער האט יא געהאט חתונה געהאט פריער.

דער ספורנו אויפן פסוק ויולד נח, וז"ל, מאז שהתחיל להוכיח בני דורו זכה לבנים, דאס הייסט אז אפילו נח איז געווען א צדיק האט ער געהאט א פגם ווייל ער האט נישט מוכיח געווען דעם דור, אבער ווען ער האט אנגעהויבן צו בויען דעם תיבה האט ער אנגעהויבן מוכיח צו זיין דעם דור האט ער זוכה געווען צו קינדער.

אין מדרש רבה (י"ד י"ב) שטייט אזוי, דער רבש"ע האט געמאכט אזא חשבון, אויב נח וועט האבן קינדער פרי וועט סיי וואס זיין א פראבלעם, וועלן זיי זיין רשעים (בני עונשים) וועלן זיי אומקומען אין מבול, און נח דער צדיק וועט האבן צער, און אויב וועלן זיי זיין צדיקים און זיי וועלן אלע האבן קינדער אין אייניקלעך וועט דאך נישט זיין קיין פלאץ אין די תיבה פאר אלעמען, דערפאר האט דער רבש"ע אים נישט געגעבן קיין קינדער ביז די 500 יאר.

נאך זאגט דער מדרש, נח האט געזעהן ברוח הקודש אז ס'קומט א מבול, האט ער געטראכט פארוואס האבן קינדער אז זיי זאלן אויסשטארבן ביים מבול, אבער ווען דער רבש"ע האט אים געזאגט אז ער וועט אים ראטעווען מיט די תיבה, האט ער חתונה געהאט און געהאט קינדער, (דער מדרש שטימט יא מיטן אוה"ח, שטייט קלאר נשא אשה והוליד בנים)

צו זיי זענען למעשה געווען צדיקים איז א אריכות, שם איז זיכער געווען א צדיק, חם איז זיכער געווען א רשע, יפת קוקט אויס איז געווען ערגעץ אינדערמיט, ס'איז דא דעות לכאן ולכאן, אפשר איברעס יאר אי"ה...

יישר כח אונגארישער פארן פרעגן די קשיא...
אז מען קען גיין גראד \ וואס דארף מען גיין קרים--- נו, לעטס גאו...
אוועטאר
גראדער
שר האלף
תגובות: 1097
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 01, 2009 6:06 pm
לאקאציע: אין די הויזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גראדער »

בדרך צחות קען זיין אזוי:

נח'ס שווער האט געהייסן למך,
כמבואר בפסוק בראשית ד יט ויקח לו למך שתי נשים, שם האחת עדה ושם השנית צלה, ובפסוק כב וצלה גם היא ילדה את תובל קין וגו' ואחות תובל קין נעמה פרש"י היא אשתו של נח. זעהט מען אז נח'ס שווער האט געהייסן למך בן מתושאל.

נח'ס טאטע האט אויך געהייסן למך
כמבואר בפסוק בראשית ה כח ויחי למך וגו' וילד בן, ויקרא את שמו נח, האט נח'ס טאטע געהייסן למך בן מתושלח

האבן די מקאאבאלים פון יענע צייט געזאגט וויבאלד ביידע מחותנים האבן דעם זעלבן נאמען קענען זיי נישט האבן קיין קינדער...
אז מען קען גיין גראד \ וואס דארף מען גיין קרים--- נו, לעטס גאו...
אויפריכטיג
שר שלשת אלפים
תגובות: 3445
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 16, 2008 8:10 pm
לאקאציע: ביים געפילטערטן קאמפיוטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויפריכטיג »

גראדער האט געשריבן:האבן די מקאאבאלים פון יענע צייט געזאגט וויבאלד ביידע מחותנים האבן דעם זעלבן נאמען קענען זיי נישט האבן קיין קינדער...


דאס האט נישט מיט מקובלים, עס שטייט אזוי פון ר' יהודה החסיד.
אוועטאר
גראדער
שר האלף
תגובות: 1097
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 01, 2009 6:06 pm
לאקאציע: אין די הויזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גראדער »

40 יאר שפעטער

טויזנט זעקס הונדערט זעקס און פופציג יאר נאך בריאת העולם.

ענדליך כאפט זיך נח דעם אטעם, צום ערשטן מאל אין 120 יאר רוהט ער זיך אפ, די תיבה איז שוין פארטיג, עס שטייט שוין הערליך און פראכטיג, א דרייסיג אמה הויעך (בערך 6 שטאק) 300 אמה די לענג (בערך 600 פיס – 200 מעטער) 50 אמה די ברייט, (בערך 100 פיס, 33 מעטער). נח קוקט נאכאמאל איבער דעם גאנצען אויסשטעל פון די תיבה, אויף יעדן שטאק האט ער געבויעט 300 שטיבעלעך, (כ"ג) אריינצונעמען אלע בהמות און חיות, און צו האלטן די עסענווארג.

ווען ער קוקט אן די עסענווארג וואס ער האט אנגעגרייט קאסט עס אים א שמייכל, וויאזוי אזא קליינע קוואנטום עסן זאל זיין גענוג פאר זיין גאנצע משפחה אויף גאנצע 12 חדשים קען ער נאך פארשטיין, אבער ווי דער פלאן איז דארפן אנקומען צום תיבה נאך טויזענטער בהמות, חיות, פייגלען, ווערים און שלענג, און גאנצע צוועלעף חדשים וועט מען זיי דארפן געבן צו עסן צו די זעט, אפילו דער גאצער תיבה זאל זיין פול מיט עסן וועט עס נישט זיין גענוג קום אויף איין חודש, און נח איז קיין גרויסע עושר נישט געווען, סיי ער האט נישט געהאט די געלט צו פארשאפן נאך עסנווארג, און סיי אין די תיבה איז נישט געווען צופיל פלאץ פאר אזויפיל עסנווארג.

דער רבש"ע האט אנגעזאגט פאר נח ער זאל קויפן די עסן נאר פון זיין אייגן געלט, נח זאל נישט מיינען אז היות ביז אפאר טאג וועלן ממילא אלע מענטשן אויסשטארבן, און זיי וועלן ממילא פארלירן זייער גאנצע געלט און עסן, זאל ער שוין מעגן יעצט נעמען אביסל דערפון, האט אים דער רבש"ע ספעציעל אנגעזאגט, קויף נאר פון דיין אייגן געלט, האט דער ארימער נח נישט געקענט קויפן צופיל עסן, אבער נח איז רוהיג, ער ווייסט אז דער זעלבער באשעפער וואס וועט מאכן דעם נס אז אלע טויזענטער באשעפענישן וועלן האבן פלאץ אינעם תיבה, וועט מאכן אז די ביסל עסנווארג זאל זיין גענוג פאר אלע חיות א גאנץ יאר. (כ"ד)

געענדיגט פארפאקן די עסנווארג נעמט זיך נח צום צהר, יוצא צו זיין אלע שיטות האט ער געמאכט סיי א פענסטער פון דיקן גלאז אז די וואסער זאל נישט קענען אריינקומען, און סיי ער האט אריינגעלייגט אין די תיבה א הערליכן גרויסן שטיין, ער האט עס אויפגעהאנגען אינמיטן די תיבה, און אונטער דעם איז געווען לעכער אראפ צו די אונטערשטע שטאקן אז די ליכטיגקייט זאל אנקומען איבעראל, (כ"ה)

ס'איז שוין כמעט י' חשוון, דער דאטום ווען דער מבול האט זיך געדארפט אנהייבן, נח לויפט ארום זיכער מאכן אז אלע פיטשעווקעס קלאפן, ס'נאך דא אסאך וואס צו טון, מ'דארף פארשאפן זעקס פארלעך פון אלע טהור'ע בהמות, דאס האט ער געוואוסט אז 2 פון יעדעס באשעפעניש וואס פעלט זיך אויס כדי ס'זאל פארבלייבן פון דעם מין אויף די וועלט וועלן קומען פון זיך אליינס, (כ"ו) אבער די טהור'ע בהמות וואס ס'דארף זיין 7 פארלעך, איז נח אליינס ארומגעלפן פאנגען נאך 6 פארלעך, כדי ער זאל האבן מקריב צו זיין קרבנות נאכן מבול, (כ"ז), אין א גרויסן געצעלט אין חצר פון זיין דירה האט ער צוביסלעך איינגעזאמעלט די אלע הונדערטער בהמות צו זיין גרייט אויפן באשטימטן טאג ווען מ'דארף אריינגיין אין די תיבה.

עס איז מידוואך פארטאגס (צרור המור), א' תרנ"ו לבריאת העולם, י' חשון, נח כאפט זיך אויף, אלע אברים ציטערן אים, היינט איז דער טאג וואס דער מבול דארף זיך אנהייבן, ער קוקט ארויס צום פעלד נעבן אים וואו די תיבה שטייט, ער וויל זעהן צו די בהמות און חיות הייבן שוין אן צו קומען, אבער ניין, אלעס איז טויט שטיל, חוץ אפאר מידע קולות פון די ציגן אין פעלד וואס האבן זיך שוין אויפגעוועקט הערט מען גארנישט, נח ווערט פארוואונדערט, דער רבש"ע האט דאך אים קלאר געזאגט אז אינעם טאג וואס דער מבול דארף זיך אנהייבן וועלן די בהמות וחיות קומען אליינס, נח'ס שכן פון די אנדערע זייט גאס האט אויך נישט געקענט שלאפן, קוקט אויס אז נאכן זעהן נח'ן בויען א תיבה 120 יאר האט ער דאך מורא געהאט אז עפעס ליגט אין זיינע ווערטער, ער קומט ארויס אויף די פרישע לופט, און ער זעהט ווי נח שטייט אזוי פארטראכט, ער פלאצט גלייך אויס אין א שטורעמישן געלעכטער, "זאג מיר נח, וואו איז דיין מבול? הא? 120 יאר שטייסטו נעבעך און דו בויעסט דיר א תיבה, און יעצט איז דער טאג שוין אנגעקומען און ס'נישטא קיין זכר פון גארנישט. (כ"ח)

נח שטייט נאך און טענה'ט זיך מיט שכן, ווען פלוצלונג באמערקן זיי עפעס גאר אינטערעסאנט, די זון הייבט אן אויפצושיינען, אבער עפעס קומט עס פון די פארקערטע זייט! אנשטאט פון מזרח קומט די זון מערב זייט, (כ"ט) נח שפרינגט אויף, דו זעהסט נישט וואס דא טוט זיך? עפעס אויסערגעווענליך קומט פאר! דער באשעפער הייבט אן צו דרייען מיט די סדרי בראשית, ער האפט אז איר וועט זיך כאפן באצייטנס און תשובה טון!

אבער דער שכן האט זיך נישט געלאזט, "מ'וועל מיר שוין רעדן ווען דיין מבול וועט אנקומען, ביז דעמאלס זי ימיר געזונט און פארדריי מיר נישט קיין קאפ מיט דיינע נארישע מעשיות"

נח וואונדערט זיך טאקע פארוואס מ'זעהט נאכנישט אז דער מבול זאל אנקומען, ביז דער רבש"ע האט אים ענדליך געזאגט דעם טעם, "ס'דא נאך איין צדיק אויף די וועלט, און ס'קען נישט קומען קיין מבול ווילאנג ער לעבט" און ווער איז דער צדיק, פרעגט נח, "דיין זיידע מתושלך" ענטפערט אים דער אויבערשטער, "נו לאמיר אים אויך ארייננעמען אין די תיבה" פרעגט נח, זאגט אים דער אויבערשטער, "מתושלח גייט שוין אוועקגיין פון די וועלט, און דערנאך וועט דער מבול קענען קומען." (ל) זיבן טאג וועט מען ווארטן מ'זאל אים קענען מספיד זיין ווי ס'פאסט פאר אזא גרויסן מענטש, (ל"א) איך האף אז בשעת מ'וועט מאכן הספדים אויף דעם צדיק מתושלח וועלן מענטשן זיך בארעכענען און זיך אפלערנען זיינע מעשים טובים, אבער אויב וועט מען נישט תשובה טון וועל איך נישט האבן קיין ברירה נאר צו ברענגען דעם מבול. (ל"ב)

פלוצלונג לויפט חם אריין פארסאפעט, טאטי האסט געהערט די שלעכטע נייעס? מתושלח זיידי איז אוועק! נח האט פארשטאנען אז ער האט נאך גאנצע זיבן טאג צו פרובירן אפהאלטן דעם מבול, די תיבה איז שוין געווען פארטיג, אלע בהמות וחיות וואס ער האט געדארפט זענען שוין געווען גרייט, האט זיך נח אריינגעווארפן מיט אלע כוחות צו פרובירן ראטעווען די וועלט, ער איז ארומגעלאפן פון הויז צו הויז, פון גאס צו גאסן, און איבעראל האט ער געשריגן און געוויינט, רבותי טוט תשובה! אז נישט וועט די וועלט חרוב ווערן. (ל"ג)

אינמיטן די שבעה פון מתושלח האט א רעגן אנגעהויבן צו גיין, דער רעגן איז געווארן שטערקער און שטערקער, גרעסער און גרעסער, די וואסער איז געווארן העכער און העכער, ביז ס'איז שוין אנגעקומען ביז די האלז, די מענשן האבן שוין מורא געהאט אז דער מבול איז אנגעקומען, אבער אין די לעצטע מינוט האט זיך דער רעגן אפגעשטעלט, די וואסער איז אראפ, דער אויבערשטער האט געוואלט ווייזן אז באמת איז שוין די צייט פונעם מבול, און נאר לכבוד מתושלח ווארט מען צו, (ל"ד) און מיט דעם אלעם זענען די מענטשן געבליבן פאר'עקשנ'ט, און קיינער האט נישט תשובה געטון.

די זיבן טאג זענען אריבער, מ'האלט שוין י"ז חשון, א ציטערדיגער שטייט נח נעבן די תיבה, און אין איין מינוט האט אלעס פאסירט, טויזענטער בהמות, חיות, עופות, שרצים ורמשים זענען פלוצלונג געשטאנען אין די רייע אריינצוגיין אין תיבה. (ל"ה) נח זעהט אז דער מצב ווערט שוין ערענסט, ס'הייבט זיך אן מקויים צו ווערן אלעס וואס ער ווארנט שוין די גאנצע צייט, נח האט אנגעהויבן אריינצושלעפן אלע זיינע חפצים אין די תיבה, ער הייבט זיך אן מסדר צו זיין, פלוצלונג הערט ער משונה'דיגע קולות אינדרויסן, ער לויפט כאפן א בליק, און א ציטער האט אים אנגעכאפט.

ווען מרד האט געזעהן נאך מתושלח'ס טויט אז די זון שיינט אויף פון מערב זייט האט ער גלייך פארשטאנען אז עפעס קומט דא פאר, ס'איז אים נאך געלעגן גוט אין די ביינער זיינע שמועסן מיט נח, און ער האט טאקע מורא געהאט אז ס'וועט קומען א מבול, דער נח וועט זיך ראטעווען, און מרד מיט זיין גאנצן פארמעגן וועלן גיין לאיבוד, האט ער אוועקגעשטעלט שפיאנען וואס זאלן אים זאגן יעדן טאג פונקטליך וואס גייט פאר ביי די תיבה, ווען די שפיאנען האבן אים געשיקט א שנעלן שליח מעלדן אז טויזענטער חיות פון די גאנצע וועלט זענען געקומען צו די תיבה, האט מרד פארשטאנען אז דאס איז עס, דער מבול גייט טאקע קומען, אנשטאט ער זאל זיך נעמען תשובה טון אויף זיינע שלעכטע מעשים און פרובירן דורכדעם צו געראטעוועט ווערן, האט ער שנעל צוזאמגערופן א דרינגענדע אסיפה פון אלע זיינע גנבים, און ער האט זיך אויפגעשטעלט מיט א פייערדיגע דרשה:

מורי ורבותי, גנבים און שווינדלער, ס'נישטא יעצט קיין צייט מאריך צו זיין, וועל איך רעדן קורץ און שארף, ס'איז מיר קלאר געווארן דער פאקט אז דער נח ווייסט וואס ער רעדט, ס'קומט א מבול אויף די וועלט! אזוי ווי מיר זענען אזעלכע גרויסע עשירים גלוסט דער באשעפער אונזער גרויס פארמעגן (עפ"ל) (ל"ו) און ער וויל אונז אלע אויס'הרג'נען, מיר זענען אבער נישט קיין בטלנים און מיר וועלן זיך נישט לאזן! דא אפאר גאסן אוועק שטייט א גרויסע תיבה, א תיבה וואס איז געבויעט געווארן ספעציעל איבערצולעבן דעם מבול, 120 יאר האט מען עס געבויעט פון ספעציעלע פימזען האלץ וואס שווימט גוט אויפן וואסער (ל"ז) ס'איז גוט באשמירט מיט ליים פון אינעווייניג און פונדרויסן, און דער נח איז א גוטער אינדשעניר, אנשאטא עס צו בויען ווי א נארמאלער שיף, שפיציג פון אונטן און גראד פון אויבן, האט ער עס געבויעט פונקט פארקערט, גראד פון אונטן און א שיפער דאך פון אויבן, ווייל ער האט געוואוסט אז צו קענען ביישטיין די גרויסע שטורעמישע רעגנס וואס קומען וועט עס דארפן האבן א דאך וואס זאל אראפגליטשן אלע וואסער (ל"ח), נאך אן אינטערעסאנטע זאך האט ער דארט, א הערליכן צהר דיאמאנט שטיין, וואס מ'קען פונקטליך וויסן דערפון ווען ס'איז נאכט און ווען ס'איז טאג, בייטאג ווערט עס אביסל טונקעלער, ווייל ס'איז ממילא דא די שיין פון די זון, און ביינאכט ווערט עס ליכטיגער מ'זאל קענען גוט זעהן, (ל"ט) הקיצור ס'איז דער פאסיגסטער פלאץ זיך צו ראטעווען פון מבול.

לאמיר נישט איינזיצן דא און אויסשטארבן ווי לעמעלעך! לאמיר נעמען אלע העק און געווער, און לאמיר באפאלן דעם תיבה, דער אלטער נח מיט זיינע פאר זונדעלעך וועלן נישט קענען ביישטיין קעגן אונז, מיר וועלן זיי ארויסווארפן פון די תיבה און איבערנעמען די מלוכה דארט!

ווי נאר מרד האט געענדיגט זיינע ווערטער האבן זיך די גאנצע חברה ארויסגעלאזט מיט א געשריי צום תיבה, זיי זענען געווען זיכער אז ביז אפאר מינוט איז די תיבה אונטער זייער קאנטראל, זיי זענען אפשר געווען גרייט מלחמה צו האלטן מיט נח, אבער זיי האבן נישט געוואוסט אז דער רבש"ע האט אוועקגעשטעלט א גאנצן מיליטער פון לייבן און אנדערע חיות טורפות צו באשיצן נח מיט די תיבה (מ)

מרד איז געגאנגען אונטער זיין מיליטער, ער האט זיך נישט געוואלט ארויסשטעלן גלייך אויפן פראנט, ער האט קודם געוואלט זעהן וואס פאסירט מיט די אנדערע מענטשן, פון די אנדערע זייט איז געשטאנען נח אויפן תיבה און געקוקט מיט שרעק אויף די מאסן רשעים וואס האבן ארומגענומען די תיבה.

צו לאנג האט די גאנצע זאך נישט אנגעהאלטן, א באנדע לייבן זענען אן פחד אנטקעגן געלאפן די גאנצע באוואפענטע גרופע, און ביז אפאר מינוט איז נישט געבליבן מער ווי א הויפן ביינער פון זיי, די לייבן האבן זיי אלע אויפגעגעסן. די לייבן האבן אבער אויך נישט געוואלט שטארבן, זענען זיי צוגעלאפן צו די תיבה און פרובירט עס צו צובייסן און צוברעכן, אויך די אנדערע חיות וואס האבן געווענטליך מורא און אנטלויפן פונעם לייב האבן זיך דא אויסגעמישט מיט די לייבן פון גרויס פחד וואס זיי האבן געזעהן אז זיי גייען שטארבן אינעם מבול, האבן זיי אלע צוזאמען פרובירט צו צוברעכן דעם תיבה, אבער דער אויבערשטער האט געמאכט א נס און זייערע ציינער זענען ווייעך געווארן, מרד האט אויסגענוצט די געלעגנהייט און ער האט אנגעהויבן צו לויפן צו די תיבה, ער האט געהאפט אז אפשר דאך וועט ער זיך קענען אריינכאפן, אבער אזוי לויפענדיג האט ער זיך אויסגעגליטשט אין די וואסער וואס האט שוין אנגעהויבן צו קומען, און ער האט זיך אפגעבריעט דערפון און געשטארבן. (מ"א)

אלע בהמות, חיות, ועופות, שקצים, רמשים, נח'ס משפחה, יעדער זיצט שוין אין תיבה אויף זיין באשטימטע פלאץ, אויך עוג מלך הבשן האט זיך שוין אוועק געזעצט אויפן דאך פונעם תיבה, דער וויזלטיער האט שוין אריינגעשטעקט זיינע הערנער, אלעס איז שוין גרייט, אבער נח שטייט נאך ביים טיר, ער וויל נאך נישט אריינגיין, ער קען זיך נאך אלץ נישט גלייבן אז אט אט גייט עס פאסירן, 120 יאר האט ער זיך געמיטשטעט ביטער שווער צו בויען די תיבה כדי מענטשן זאלן זעהן און תשובה טון, צענדליגער יארן האט ער נישט אויפגעהערט צו זאגן מוסר און מעורר מענטשן תשובה צו טון, דאך האט ער נישט געקענט גלייבן אז ס'גייט באמת פאסירן, ער האט געטראכט אז אפשר מאכט דער אויבערשטער די גאנצע זאך נאר צו דערשרעקן די רשעים זיי מעורר צו זיין צו תשובה, אבער ביים סוף וועט דער מבול נישט קומען, אדער האט ער געהאפט אז ווען די רשעים וועלן זעהן אז דער מבול קומט טאקע וועלן זיי צום סוף יא תשובה, טון, (מ"ד) ער האט זיך נישט געקענט גלייבן אז ''יא'' דער מבול גייט טאקע חרוב מאכן די וועלט.

א צווייטער אין נח'ס פלאץ, וואלט גלייך אריינגעלאפן אין די תיבה, ס'קומט א מבול, לאמיר זיך ראטעווען, ער וואלט זיך געקענט שפירן רוהיג, ס'איז גענוג 120 יאר צו ווארענען מענטשן, אז זיי האבן נישט געוואלט תשובה טון איז עס זייער פראבלעם, אבער נישט דער צדיק נח, זיין רחמנות'דיג הארץ האט געבלוטיגט, ווי קען מען לאזן א גאנצע וועלט אויסשטארבן, אינעם גאס רעגן איז ער נאך ארומגעלאפן שרייען און בעטן מ'זאל באצייטנס תשובה טון, אבער ווען די וואסער איז שוין געווארן צו הויעך איז ער בלית ברירה אריין אין תיבה. (מ"ה) און דער מבול האט זיך אנגעהויבן.

המשך יבא דעם קומענדיגן יאר אם ירצה השם...

טייערע חברים, ס'איז מיר גאר אינטערעסאנט צו הערן וואס די קינדער זאגן אויף דעם, ס'ליגט דערין אסאך ארבעט און לויט די תגובות ווענדט זיך צו מ'זאל ממשיך זיין, ביטע אל תמנע טוב מבעליו דערציילט עס אדער גיבט עס צו ליינען פאר די קינדער, און זאגט מיר צו די קינדער האבן הנאה געהאט דערפון. יישר כח און א גוטן שבת

מקורות
כ"ג במדרש רבה לא, יא, יש ב' שיטות, ר' יהודה אומר 360 חדרים (120 בכל קומה) ר' נחמי' אומר 900 חדרים הי' (300 בכל קומה) כ"ד, כלי יקר. כ"ה, ילקוט מעם לועז. כ"ו, רש"י ד"ה באו אל נח, מאליהן. כ"ז, רמב"ן, כי הבאים להנצל באו מאליהם, ואשר לצורך קרבן טרח במצוה. כ"ח מע"ל בשם כסף מזוקק. היו מלגלגים על נח וכו'. כ"ט. תוספתא סוטה י, ויהי לשבעת הימים, מלמד ששינה הקב"ה סדרו של עולם, והיתה חמה יוצאת ממערב ושוקעת במזרח, שמא יבינו ויתראו ויעשו תשובה. ל, א-ב דבן סירא ס. ל"א, רש"י בשם גמ' סנהדרין ק"ח. ל"ב, כלי יקר, כמו שכל ק"ך שנה המתין להם שמא יחזרו בתשובה, כך המתין שבעת ימי אבל אלו וכו' כי ע"י האבל וההספד החי יתן אל לבו וכו'. ל"ג, ימע"ל בשם חופת אליהו. ל"ד, ימע"ל בשם הש"ך. ל"ה, רמב"ן, הוא קבצן ברגע אחד. ל"ו, בראשית רבה. ל"ז, אבן עזרא, עץ קל הוא על פני המים. ל"ח, אבן עזרא. ל"ט, בראשית רבה לא יא. מ, בראשית רבה לב ח. מ"א ספר הישר, ומדרש רבה. מ"ד, ילקוט מעם לועז. נ, ימע"ל בשם חופת אליהו.
אז מען קען גיין גראד \ וואס דארף מען גיין קרים--- נו, לעטס גאו...
אוועטאר
יואל ווייס
שר האלף
תגובות: 1213
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 28, 2009 9:25 am
לאקאציע: אין גוטע הענט, ב"ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יואל ווייס »

הרב גראדער שליט"א:
עס איז באקאנט די מעשה, איך געדענק נישט אויפ'ן מאמענט ביי וועלכן צדיק. ער האט געליינט די מגילה, האט זיין רבי זיך אנגערופן: איך האב שוין כמה פעמים געהערט די מעשה פון די מגילה, אבער אזוי שיין ווי דער אינגערמאן האט דאס אראפגעלייגט, האב איך נאך נישט געהערט.
א ריזיגער ישר כח מעומקא דליבאי. האסט מחי' געווען אסאך אידישע שטיבער!
דער אייבערשטער זאל העלפן, זאלסט שטענדיג האבן א שכל 'הישר' און מזכה זיין אידישע קינדער.
---
וועסט דאך מסתמא דאס ארויסגעבן אין הארטע דעקלעך, ווי קרעמער האט שוין פארלאנגט. איז כדי עס זאל זיין נקי מכל, טו איך אויפמערקן א קליינער טעות. (אפשר איז עס מרד'ס טעות...). ווען מרד האט גערעדט צו זיין גרופע האט ער געזאגט אז די תיבה איז באשמירט מיט 'ליים', עס איז געווען באשמירט מיט 'פעך'.

גראדער האט געשריבן:בדרך צחות קען זיין אזוי:

נח'ס שווער האט געהייסן למך,
כמבואר בפסוק בראשית ד יט ויקח לו למך שתי נשים, שם האחת עדה ושם השנית צלה, ובפסוק כב וצלה גם היא ילדה את תובל קין וגו' ואחות תובל קין נעמה פרש"י היא אשתו של נח. זעהט מען אז נח'ס שווער האט געהייסן למך בן מתושאל.

נח'ס טאטע האט אויך געהייסן למך
כמבואר בפסוק בראשית ה כח ויחי למך וגו' וילד בן, ויקרא את שמו נח, האט נח'ס טאטע געהייסן למך בן מתושלח

האבן די מקאאבאלים פון יענע צייט געזאגט וויבאלד ביידע מחותנים האבן דעם זעלבן נאמען קענען זיי נישט האבן קיין קינדער...


דער ווערטל ווערט שוין געברענגט בשם רבי שלום קאמינקער זי"ע.
איינמאל שבת בראשית איז דער הייליגער קאמינקער געווען אין בעלזא ביים שר שלום, עס זענען געווען דארט 48 רבנים, האט דער קאמינקער געזאגט אז דא זענען דא רבנים כמנין 'חם'...
זענען דארט געווען צווישן די רבנים צוויי מחותנים וועלכע האבן געהאט די זעלבע נאמען, האט דער קאמינקער געפרעגט: וואו זעען מיר אין די תורה 2 מחותנים מיט'ן זעלבן נאמען?
כדי צו מאכן גרינגער זאגט ער, עס איז די וואך (בראשית) אין די סדרה. דערנאך האט ער מפרש געווען, ווי גראדער האט שוין געשריבן, אחות תובל קין נעמה וכו', זעען מיר 2 מחותנים מיט'ן זעלבן נאמען, דער איז א למך און דער איז א למך...

---

און נאכאמאל א דאנק!
__________________________________
This signature was intentionally left blank
אוועטאר
פליגל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5934
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג סעפטעמבער 04, 2009 1:27 pm
לאקאציע: ביים פענסטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פליגל »

יישר כח רב גראדער
מ'האמיר געהאט א ריכטיגן עונג שבת מיט אייער ארטיקלן.

כ'האף אז איעדע וואך קומט א פרישע פארציילונג
אוועטאר
ווארד2007
שר חמישים ומאתים
תגובות: 483
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 30, 2009 2:25 pm
לאקאציע: אין אייגן זעקל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווארד2007 »

גראדער'על
שוין לאנג נישט געהאט אזא עונג שבת
נישט נאר איך, נאר אויך מיין ווייב און קינדערלעך זז"ג

אלע זענען געזיסן געפלעפט מיט אפענע מויל און אויערן
מיין אינגעלע האט שוין אפילו ביינאכט גע'חלומ'ט פון מרד...

הקיצור, איך בעט דיר בכל לשון תחנונים ובקשה

זיי ממשיך
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”