צו דערציילן ביים שבת טיש

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

Ban Mazel
שר האלף
תגובות: 1959
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 01, 2019 2:36 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Ban Mazel »

א מעשה מיט א קיה

שְׁטֵייט אִין פָּסוּק "חִנוּךְ לְנַעַר עַל פִּי דַּרְכּוֹ" דָאס מֵיינְט אַז פַאר יֶעדְן אֵיינֶעם אִיז דָא אַ חִינוּךְ וָואס גֶעהעֶר צוּ אִים. מְ'קֶען נִישְׁט גֶעבְּן אַ חִינוּךְ פוּן אַ גְרֶעסֶערֶע קִינְד פַאר אַ קְלֶענֶערֶע, אָדֶער פַארְקֶערְט. אַזוֹי אוֹיךְ קֶען מֶען נִישְׁט גֶעבְּן דִי זֶעלְבֶּע חִינוּךְ פַאר אַ דָארְפְס-קִינְד וִוי פַאר אַ גְבִירִישֶׁע קִינְד. דָאס קֶען מֶען פַארְשְׁטֵיין מִיט אַ מָשָׁל:

אֵיין מָאל אִיז גֶעוֶוען אַן אַלְטֶער פַארְמֶער וָואס אִיז גֶעוֶוען קְרַאנְק אוּן הָאט גֶעהַאלְטֶען בַּיים שְׁטַארְבֶּען. אוּן אֵיידֶער עֶר הָאט צוּגֶעמַאכְט דִי אוֹיגְן אוֹיף אֵייבִּיג, הָאט עֶר צוּגֶערוּפְן זַיינֶע דְרַיי זוּהְן אוּן הָאט צוּ זֵיי אַזוֹי גֶעזָאגְט:

"מֵיינֶע קִינְדֶער! אִיךְ גֵיי אַוֶועק פוּן דֶער וֶועלְט. קֵיין גָאלְד אוּן זִילְבֶּער הָאבּ אִיךְ אַייךְ נִישְׁט אִיבֶּערְגֶעלָאזְט, אוֹיסֶער מֵיין פֶעלְד וֶועלְכֶע אִיר וֶועט זִיךְ צוּטֵיילְן אוֹיף גְלַייכֶע חֲלָקִים. קֵיינֶער פוּן אַייךְ זָאל נִישְׁט נֶעמֶען מֶער וִוי דֶער אַנְדֶערֶער. אוּן דִי קוּה, דִי אֵיינְצִיגֶע קוּה, וָואס אִיךְ לָאז אַייךְ אִיבֶּער, זָאלְט אִיר פַארְקוֹיפְן אוּן דָאס גֶעלְט צוּטֵיילְן צְוִוישְׁן אַייךְ אוֹיף גְלַייכֶע חֲלָקִים."

דֶער פַארְמֶער אִיז גֶעשְׁטָארְבֶּען, דִי קִינְדֶער הָאבְּן זִיךְ צוּטֵיילְט מִיט דֶעם פֶעלְד, אַזוֹי וִוי דֶער פָאטֶער הָאט זֵיי גֶעהֵייסְן, אָבֶּער וֶוען עֶס אִיז גֶעקוּמֶען צוּ פַארְקוֹיפְן דִי קוּה, הָאט אֵיינֶער פוּן זֵיי גֶעזָאגְט: "פַארְוָואס זָאלְן מִיר פַארְקוֹיפְן אַזַא גוּטֶע קוּה צוּ אַ פְרֶעמְדְן? אִיז נִישְׁט בֶּעסֶער אַז זִי זָאל בְּלַייבְּן בַּיי אוּנְז?"

"אַ וַדַאי אִיז בֶּעסֶער אַז זִי זָאל בְּלַייבְּן בַּיי אוּנְז". הָאט אַן אַנְדֶער בְּרוּדֶער גֶעזָאגְט. דִי פְרַאגֶע אִיז, בַּיי וֶועמֶען?

"אִיךְ הָאבּ אַ פְּלַאן", הָאט גֶעָזאגְט דֶער עֶלְצְטֶער בְּרוּדֶער. "מִיר וֶועלְן אוֹיסְבּוֹיעֶן דְרַיי נַייעֶ שְׁטַאלְן. יֶעדֶער אֵיינֶער פוּן אוּנְז וֶועט אוֹיסְבּוֹיעֶן אַ בַּאזוּנְדֶער שְׁטַאל. אוּן אִין וֶועמֶענְס שְׁטַאל דִי קוּה וֶועט וֶועלְן בְּלַייבְּן, צוּ יֶענֶעם זָאל זִי גֶעהֶערְן".

דֶער פְּלַאן אִיז דִי בְּרִידֶער גֶעפַאלְן גֶעוָוארְן אוּן זֵיי הָאבְּן זִיךְ גֶענוּמֶען צוּ בּוֹיעֶן דִי שְׁטַאלְן. וֶוען דִי שְׁטַאלְן זֶענֶען פַארְטִיג גֶעוָוארְן, הָאט דֶער עֶלְצְטֶער בְּרוּדֶער זַיין שְׁטַאל בַּאצִירְט מִיט שֵׁיינֶע בִּילְדֶער אוּן מִיט בְּלוּמֶען טֶעפּ. דֶער צְוֵוייטֶער בְּרוּדֶער הָאט אִין זַיין שְׁטַאל אַרַיינְגֶעשְׁטֶעלְט אַ שְׁפִּיעל קַאסְטְן וָואס הָאט גֶעשְׁפִּיעלט שֵׁיינֶע מוּזִיק, אוּן דֶער אִינְגְסְטֶער בְּרוּדֶער הָאט זַיין שְׁטַאל אוֹיסְגֶעבֶּעט מִיט אַ סַךְ שְׁטְרוֹי, אוּן אִין אַ וִוינְקְל הָאט עֶר אָנְגֶעלֵייגְט אַ גְרוֹיסְן בִּינְטְל פְרִישֶׁע שְׁטְרוֹי.

וֶוען דִי קִיה אִיז גֶעקוּמֶען פוּן פֶעלְד, אַזַי זִי פְרִיעֶר אַרַיין אִין דֶער עֶרְשְׁטֶער שְׁטַאל. הָאט דָארְט אִיבֶּערְגֶעקֶערְט דִי בְּלוּמֶען טֶעפּ אוּן אִיז אַרוֹיס. נָאכְדֶעם אִיז זִי אַרַיין אִין דֶער שְׁטַאל וואוּ דִי מוּזִיק הָאט גֶעשְׁפִּיעלְט, הָאט אַ שְׁטוֹיס גֶעטָאן דֶעם קַאסְטְן אוּן אִיז אַרוֹיס גֶעלָאפְן. צוּלֶעצְט אִיז זִי אַרַיין אִין דֶער דְרִיטֶער שְׁטַאל, הָאט זִיךְ דָארְט אוֹיסְגֶעלֵייגְט אוֹיף דִי שְׁטְרוֹי אוּן אִיז שׁוֹין דָארְט פַארְבְּלִיבְּן.
Ban Mazel
שר האלף
תגובות: 1959
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 01, 2019 2:36 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Ban Mazel »

א מעשה פון ר"ר אלימלך מליזענסק זי"ע

אִינְ'ם סֵפֶר "סִפּוּרֵי יַעֲקֹב" וֶוערְט דֶערְצֵיילְט, אַז וֶוען דֶער הֵיילִיגֶער רֶבִּי רָ' אֱלִימֶלֶךְ הָאט אָפְּגֶערִיכְט גָלוּת אוּן עֶר אִיז כְּסֵדֶר גֶעוֶוען נָע וְנָד אִיבֶּער שְׁטֶעט אוּן דֶערְפֶער, אִיז עֶר אַמָאל אוֹיף זַיין וֶועג אַרַיינְגֶעגַאנְגֶען אִין אַ קְרֶעטְשְׁמֶע, וַואשְׁן זִיךְ דִי הֶענְט - אוּן וֶוען עֶר אִיז דָארְט אַרַיינְגֶעגַאנְגֶען אִין קִיךְ אוּן אִיז דֶערְנָאךְ בַּאלְד אַרוֹיסְגֶעגַאנְגֶען, הָאט מֶען גְרַאד דֶענְסְטְמָאל אַרוֹיסְגֶענוּמֶען דָאס פְרִישׁ-גֶעבַּאקֶענֶע בְּרוֹיט פוּנְ'ם אוֹיוְון אוּן מֶען הָאט עֶס אַוֶועקְגֶעלֵייגְט אוֹיפְ'ן טִישׁ, אִיז דַאן אַרַיינְגֶעקוּמֶען אַן עָרֵל אוּן עֶר הָאט אַוֶועק-גֶע'גַנְבְ'ט אֵיין בְּרוֹיט. וֶוען מֶען הָאט דֶערְזֶעהן, אַז אֵיין בְּרוֹיט אִיז אַוֶועק-גֶע'גַנְבְ'ט גֶעוָוארְן, הָאט דֶער קְרֶעטְשְׁמֶער גֶעדֶענְקְט, אַז נָאר דֶער אָרִימַאן, וֶועלְכֶער אִיז אַרַיינְגֶעגַאנְגֶען אִין קִיךְ, וַואשְׁן זִיךְ דִי הֶענְט, הָאט דָאס בְּרוֹיט אַוֶועק-גֶע'גַנְבְ'ט.

אִיז דֶערְפַאר יֶענֶער קְרֶעטְשְׁמֶער אַינְגֶעפַאלְן אִין אַ שְׁטַארְקֶען כַּעַס, הָאט עֶר אַרוֹיסְגֶעשִׁיקְט אַ קְנֶעכְט אַן עָרֵל, עֶר זָאל דֶעם אִיד נָאכְלוֹיפְן, אוּן וֶוען עֶר וֶועט אִיהְם כַאפְּן, זָאל עֶר בַּיי אִיהם דָאס גֶע'גַנְבְ'טֶע בְּרוֹיט אָפְּנֶעמֶען אוּן אִיהְם אַלֵיין גוּט אָנְשְׁלָאגְן. הָאט דָאס דֶער קְנֶעכְט גֶעטָאן, אוּן וֶוען עֶר הָאט דֶעם רֶבִּי'ן רָ' אֱלִימֶלֶךְ גֶעכַאפְּט, הָאט עֶר אִיהְם קוֹדֶם גֶעשְׁלָאגְן - אוּן וֶוען עֶר הָאט דֶערְנָאךְ גֶעזוּכְט בַּיי אִיהְם דָאס בְּרוֹיט אוּן עֶר הָאט עֶס נִישְׁט גֶעפוּנֶען, הָאט עֶר אִיהְם שְׁטַארְקֶער גֶעשְׁלָאגְן. אָבֶּער דֶער רֶבִּי רָ' אֱלִימֶלֶךְ הָאט אוֹיף דֶעם גָאר נִישְׁט גֶעזָאגְט. עֶר הָאט מְקַבֵּל גֶעוֶוען דִי יִסוּרִים זַיינֶע בְּאַהֲבָה.

אָבֶּער אִין דֶער צַייט, וָואס דֶעם קְרֶעטְשְׁמֶער'סִ קְנֶעכְט הָאט דֶעם רֶבִּי'ן רָ' אֱלִימֶלֶךְ גֶעשְׁלָאגְן, אִיז אוֹיסְגֶעבְּרָאכְן אַ פַייעֶר אִין יֶענֶער קְרֶעטְשְׁמֶע אוּן עֶס אִיז גָאר נִישְׁט גֶעוֶוען מֶעגְלִיךְ, דָאס פַייעֶר צוּ פַארְלֶעשְׁן. הָאט יֶענֶער קְרֶעטְשְׁמֶער פַארְשְׁטַאנֶען, אַז דָאס אִיז אֶפְשָׁר אַ בַּאצָאלוּנְג פַאר דֶער זִינְד, וָואס עֶר הָאט גֶעהֵייסְן דֶעם אָרִימֶען אִיד נָאכְיָאגֶען אוּן שְׁלָאגְן.

אִיז עֶר תֵּיכֶּף אַלֵיין אֲרוֹיסְגֶערִיטְן אוֹיף אַ פֶערְד, צוּרִיק צוּ רוּפְן דֶעם קְנֶעכְט, אֵיידֶער עֶר וֶועט דֶעם אִיד כַאפְּן. אִיז דָאס אָבֶּער שׁוֹין גֶעוֶוען צוּ שְׁפֶּעט, וַוייל עֶר הָאט דֶעם קְנֶעכְט אָנְגֶעיָאגְט, נָאכְדֶעם וִוי עֶר הָאט שׁוֹין גֶעהַאט דֶעם אִיד אָנְגֶעשְׁלָאגְן. הָאט זִיךְ דֶער קְנֶעכְט דֶער עָרֵל גֶערִימְט פַאר זַיין בַּעַל-הַבַּיִת, אַז עֶר הָאט דֶעם אָרִימֶען אִיד מְכַבֵּד גֶעוֶוען מִיט אַזֶעלְכֶע קְלֶעפּ, אַז עֶר הָאט אִיהְם שִׁעוּר נִישְׁט דֶערְ'הַרְגְ'ט אוּן אִיצְט גֶעפוּנְט עֶר זִיךְ דָארְט אִין יֶענֶעם וַואלְד, וואוּ מֶען קֶעם אִיהְם וַוייטֶער כַאפְּן אוּן פַארְבֶּעסֶערְן דִי קְלֶעפ.

דָאס רֶעדֶענְדִיג, אִיז דֶער קְרֶעטְשְׁמֶער שְׁנֶעל אַוֶועקְגֶעלָאפְן זוּכֶען דֶעם אָרִימֶען אִיד אוּן אִיהְם בֶּעטֶען, עֶר זָאל אִיהְם מוֹחֵל זַיין, וָואס עֶר הָאט אִיהְם גֶעלָאזְט שְׁלָאגְן. הָאט דַאן דֶער קְרֶעטְשְׁמֶער דֶעם רֶבִּי'ן רָ' אֱלִימֶלֶךְ גֶעטְרָאפְן שְׁטֵיין בַּיי אַ בּוֹים אוּן זָאגֶענְדִיג כְּסֵדֶר: "רִבּוֹנוֹ שֶׁל עוֹלָם! אָט וֶועל אִיךְ אִיצְט נִישְׁט דַאוֶוענֶען צוּ דִיר קֵיין מִנְחָה, וִוי לַאנְג דוּ וֶועסְט נִישְׁט אֵיינְלֶעשְׁן דִי שְֹרֵיפָה, וָואס דוּ הָאסְט אָנְגֶעצִינְדְן אִין יֶענֶער קְרֶעטְשְׁמֶע"!

אִיז דַאן דֶער קְרֶעטְשְׁמֶער גֶעפַאלְן דֶעם רֶבִּי'ן רָ' אֱלִימֶלֶךְ צוּ דִי פִיס אוּן עֶר הָאט אִיהְם גֶעבֶּעטְן, אַז עֶר זָאל אִיהְם מוֹחֵל זַיין דֶעם חֲשַׁד. וָואס עֶר הָאט אוֹיף אִיהְם גֶעהַאט וֶועגְן דֶעם בְּרוֹיט אוּן דֶעם בִּזָיוֹן וָואס עֶר הָאט אִיהְם אָפְּגֶעטָאן.

וִוי עֶס פַארְשְׁטֵייט זִיךְ, הָאט דֶער רֶבִּי רָ' אֱלִימֶלֶךְ דֶעם קְרֶעטְשְׁמֶער אַלְצְדִינְג מוֹחֵל גֶעוֶוען - אוּן וֶוען דֶער קְרֶעטְשְׁמֶער אִיז דַאן אַהֵיימְגֶעקוּמֶען, אִיז שׁוֹין דָאס פַייעֶר אִין זַיין קְרֶעטְשְׁמֶע גֶעוֶוען פַארְלָאשְׁן.
Ban Mazel
שר האלף
תגובות: 1959
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 01, 2019 2:36 am

Re: צו דערציילן ביים שבת טיש.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Ban Mazel »

די הצלה פון חברון

אִין דִי צַייט וֶוען דִי טֶערְקְן הָאבְּן גֶעוֶועלְטִיגְט אוֹיף אֶרֶץ יִשְרָאֵל, אִיז דֶער פַּאחָא פוּן אִיסְטַאנְבּוּל גֶעקוּמֶען אוֹיף אַ בַּאזוּךְ קַיין חֶבְרוֹן. פְרַייטָאג אִיז עֶר גֶעגַאנְגֶען דָארְט דַאוְונֶען. נָאכְ'ן דַאוְונֶען הָאט עֶר שְׁפַּאצִירְט אִין מְעָרַת הַמַכְפֵּלָה, עֶר אִיז צוּגֶעקוּמֶען בִּיז צוּ דֶער עֶפֶענוּנְג פוּן דִי מְעָרָה. עֶר בֵּייגְט זִיךְ אַרָאפּ אַרַיינְצוּקוּקְן אִין דִי מְעָרָה, אִיז זַיין שְׁוֶוערְד אַרוֹיס גֶעפַאלְן אוּן אַרַיינְגֶעפַאלְן אִין דִי מְעָרָה.

עֶר שְׁטֶעלְט זִיךְ אוֹיף אוּן שְׁרַייט "אוֹי מַיין שְׁוֶוערְד!" דִי וָואס זֶענֶען גֶעשְׁטַאנֶען אַרוּם אִיהְם הָאבְּן נִישְׁט גֶעוואוּסְט וָואס צוּ טָאן. רוּפְט זִיךְ אָן דֶער פַּאחָא "אִיר וֵוייסְט וִוי טוֹיעֶר דֶער שְׁוֶוערְד אִיז?" סִ'אִיז גֶעוֶוען גֶעמַאכְט פוּן גָאלְד, אוּן בַּאצִירְט מִיט דִי טַייעֶרְסְטֶע שְׁטֵיינֶער, יֶעצְט מוּז אֵיינֶער אַרָאפּ אִין דִי מְעָרָה אוּן דָאס בְּרֶענְגֶען.

קֵיינֶער הָאט זִיךְ נִישְׁט גֶערִירְט פוּן אָרְט. דֶער פַּאחָא הָאט בַּאפוֹילְן אֵיינֶעם אַרָאפּ צוּלָאזְן מִיט אַ שְׁטְרִיק עֶר זָאל בְּרֶענְגֶען דֶעם שְׁוֶוערְד. מְ'הָאט אִיהְם אָנְגֶעזָאגְט אַז נָאךְ 5 מִינוּט וֶוען דֶער שְׁוֶוערְד וֶועט זַיין אִין זַיין הַאנְט, זָאל עֶר גֶעבְּן אַ צִי אוֹיף דֶעם שְׁטְרִיק וֶועט מֶען אִיהְם צוּרִיק אַרוֹיף שְׁלֶעפְּן. עֶס גֵייט אַרִיבֶּער 5 מִינוּט אוּן נָאךְ לֶענְגֶער אוּן עֶר צִיהט נִישְׁט דֶעם שְׁטְרִיק, הָאט מֶען אַרוֹיפְגֶעצוֹיגְן דֶעם שְׁטְרִיק הָאט מֶען גֶעזֶעהן וִוי דֶער מְשָׁרֵת אִיז נִישְׁט לֶעבֶּעדִיג. דֶער פַּאחָא הָאט גֶעשִׁיקְט נָאךְ אַ מְשָׁרֵת אוּן אַ דְרִיטְן צוּ אַלֶעמֶען אִיז גֶעשֶׁעהן דִי זֶעלְבֶּע וִוי בַּיים עֶרְשְׁטְן.

דֶעמָאלְט אִיז אַרַיין אַ מַחְשָׁבָה אִין דֶעם מוֹחַ פוּן דֶעם פַּאחָא אַז עֶר זָאל הֵייסְן אַרָאפּ לָאזְן אַ אִיד דָארְט בְּרֶענְגֶען דֶעם שְׁוֶוערְד. עֶר הָאט גֶעשִׁיקְט צוּ דִי אִידִישֶׁע קְהִלָה אַ בַּאפֶעהל אַז אוֹיבּ בִּיז דְרַיי טֶעג וֶועלְן זַיי אִיהְם נִישְׁט בְּרֶענְגֶען דֶעם שְׁוֶוערְד, וֶועט עֶר לָאזְן הַרְגְ'נֶען אַלֶע אִידְן פוּן שְׁטָאט.

דִי אִידְן הָאבְּן גְלַייךְ גוֹזֵר תַּעֲנִית גֶעוֶוען, מְ'הָאט גֶעדַאוְונְט אוּן אַיינְגֶערִיסְן וֶועלְטְן. מְ'הָאט גֶעמַאכְט אַ גוֹרָל, אוּן עֶס אִיז גֶעפַאלְן דֶער גוֹרָל אוֹיף רָ' אַבְרָהָם אֲזוּלַאי אַ זֵיידֶע פוּן דֶעם הֵיילִיגְן חיד"א. עֶר הָאט זִיךְ צוּגֶעגְרֵייט צוּ דֶעם, גֶעגַאנְגֶען אִין מִקְוָה, אָנְגֶעטָאן תַּכְרִיכִים, אַ גַאנְצֶע נַאכְט בֶּעפַאר דֶעם הָאט עֶר גֶע'דַרְשְׁ'נְט וֶועגְן דִי אָבוֹת הַקְדוֹשִׁים. וֶוען עֶר אִיז גֶעוֶוען גְרֵייט צוּ גֵיין, הָאט עֶר גֶעבֶּעטְן דֶעם עוֹלָם מְ'זָאל כְּסֵדֶר דַאוְונֶען פַאר אִיהְם.

מְ'הָאט אִיהְם אַרָאפּ גֶעלָאזְט מִיט דֶעם שְׁטְרִיק. עֶר הָאט גֶעזֶעהן דֶעם שְׁוֶוערְד, דָאס גֶענוּמֶען, אָבֶּער עֶר הָאט זִיךְ נִישְׁט גֶעאַיילְט צוּ צִיהֶען דֶעם שְׁטְרִיק, עֶר הָאט זִיךְ גֶענוּמֶען שְׁפַּאצִירְן אִין דִי מְעָרָה. בִּיז עֶר זֶעהט אַ מֶענְטְשׁ פַאר זִיךְ, פַאר גְרוֹיס שְׁרֶעק הָאט עֶר גֶעשְׁרִיגְן "שְׁמַע יִשְרָאֵל". עֶר פְרֶעגְט יֶענֶעם "וֶוער בִּיסְטוּ?" יֶענֶער עֶנְטְפֶערְט "אִיךְ בִּין אֱלִיעֶזֶר עֶבֶד אַבְרָהָם". אוּן וֶוער בִּיסְטוּ? הָאט עֶר אִיהְם דֶערְצֵיילְט וֶועגְן דֶעם שְׁוֶוערְד. רָ' אַבְרָהָם הָאט גֶעוָואלְט וַוייטֶער זֶעהְן דִי מְעָרוֹת, הָאט אֱלִיעֶזֶר גֶעָזאגְט אַז עֶר וֶועט פְרֶעגְן דִי אָבוֹת רְשׁוּת. נָאךְ עֶטְלִיכֶע מִינוּט הָאט עֶר בַּאקוּמֶען רְשׁוּת, אוּן עֶר אִיז אַרַיין אִין דִי מְעָרוֹת פוּן אַבְרָהָם יִצְחָק וְיַעֲקֹב. עֶר הָאט גֶע'חֲלָשְ'ט. וִוי עֶר לִיגְט אַזוֹי הְאט עֶר דֶערְשְׁמֶעקְט זַייעֶר אַ גֶעשְׁמַאקֶע רֵיחַ פוּן גַן-עֵדֶן אוּן זַיינֶע כּוֹחוֹת צוּרִיק גֶעקוּמֶען צוּ אִיהְם. עֶר הָאט שׁוֹין גֶעוָואלְט דָארְט בְּלַייבְּן, אוּן גֶעבֶּעטְן רְשׁוּת צוּ בְּלַייבְּן דָארְט. אָבֶּער דִי אָבוֹת הָאבְּן אִיהְם גֶעזָאגְט אַז עֶר דַארְף צוּרִיק גֵיין אָבֶּער נִישְׁט פַאר אַ לַאנְגֶע צַייט. רַבִּי אַבְרָהָם הָאט גֶעשְׁלֶעפְּט דֶעם שְׁטְרִיק אוּן מְ'הָאט אִיהְם אַרוֹיס גֶעצוֹיגְן צוּזַאמֶען מִיט דֶעם שְׁוֶוערְד. עֶר הָאט זַיי דֶערְצֵיילְט וָואס עֶר הָאט גֶעזֶעהן אִין דִי מְעָרָה. אָבֶּער עֶר הָאט גֶעוואוּסְט אַז עֶר דַארְף זִיךְ גֶעזֶעגֶענֶען פוּן אַלֶעמֶען וַוייל בְּקָרוֹב וֶועט עֶר שְׁטַארְבְּן. דִי גַאנְצֶע נַאכְט הָאט עֶר וַוייטֶער גֶע'דַרְשְׁ'נְט פַאר דֶעם עוֹלָם פִיהל סוֹדוֹת הַתּוֹרָה, אִינְדֶערְפְרִיא וֶען דֶער מָארְגְן שְׁטֶערְן אִיז אַרוֹיף הָאט עֶר גֶעלֵיינְט קְרִי"שְׁ, בַּיים עֶנְדִיגְן קְרִי"שְׁ אִיז זַיין רֵיינֶע נְשָׁמָה אַרוֹיס אוּן זִיךְ בַּאהָאפְטְן צוּ דִי הֵיילִיגֶע נְשָׁמוֹת פוּן דִי אָבוֹת הַקְדוֹשִׁים.
אוועטאר
סיז מסודר
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4767
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 17, 2016 4:01 pm
לאקאציע: מזרח וואנט

Re: צו דערציילן ביים שבת טיש.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סיז מסודר »

שכוח בן מזל!
רב ואב"ד דק"ק סיזמע והגלילות
פה סיזמע, טערקיי
Ban Mazel
שר האלף
תגובות: 1959
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 01, 2019 2:36 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Ban Mazel »

ווער איז דער בעל עגלה

אַ אִיד אַן עוֹשֶׁר הַאֵט גֶעהַאט אַן אֵייגֶענֶעם בַּעַל עֲגָלָה וֶועלְכֶער הַאֵט אִים אֲרוּמְגֶעפִירְט אִיבֶּערַאל וואוּ עֶר הַאֵט בַּאדַארְפְט פָארְן. אֵיינְמָאל זֶענֶען זֵיי גֶעפָארְן קֵיין פְּרָאג. אוּן הָאֶבֶן דָארְט אִיבֶּערגֶענֶעכְטיקט אִין אַ גַאסְטְהוֹיז. אִין דֶער פְרִי וֶוען דֶער עוֹשֶׁר הַאֵט זִיךְ אוֹיפְגֶעוֶועקְט, זֶעט עֶר וִוי דֶער בַּעַל עֲגָלָה טְרָאגְט זַיינֶע קְלֵיידֶער. פְרֶעגְט עֶר אִים: "פַארְוָואס טְרָאגְסְטוּ מֵיינֶע קְלֵיידֶער?" "וָואס רֶעדְסְטוּ?" - עֶנְטְפֶערְט דֶער בַּעַל עֲגָלָה - "אֵיךְ טְרָאג מַיינֶע קְלֵיידֶער! דוּ בִּיסְט דֶער בַּעַל עֲגָלָה אוּן אַט לִיגְן דָא דַיינֶע בַּעַל-עֲגָלָה'שֶׁע בְּגָדִים" אוּן עֶר וַוייזְט אִים זַיינֶע אֵייגֶענֶע קְלֵיידֶער.

"וָואס מַאכְסְטוּ זִיךְ נַארִישׁ?" - פְרֶעגְט דֶער עוֹשֶׁר - "גִיבּ מִיר מַיינֶע קְלֵיידֶער, אוּן דוּ טוּ אָן דַיינֶע בַּעַל עֲגָלָה'שֶׁע קְלֵיידֶער". אָבֶּער דֶער בַּעַל עֲגָלָה שְׁרַייט: "וָואס? אֵיךְ זָאל דִיר גֶעבְּן מַיינֶע קְלֵיידֶער? צִי פַּאסְט דִּיר מֶער נִישׁט צַו זַיין אַ בַּעַל עֲגָלָה? טוּ זָאפָארְט אָן, אוּן גֵיי שְׁפַּאן אַיין דִי פֶערְד. סְ'אִיז שְׁפֶּעט."

פְרֶעגְט דֶער עוֹשֶׁר: "בִּיסְטוּ פַארְרוּקְט גֶעוָוארְן? וָואס אִיז הַיינְט, פּוּרִים?" אוּן דֶער בַּעַל עֲגָלָה שְׁרַייט וַוייטֶער: "בַּעַל עֲגָלָה! הֶער אוֹיף מִיט דַיינֶע שְׁטִיק, צִי הָאסְטוּ גֶעחָלוֹמְט אָז דוּ בִּיסְט גֶעוָוארְן דֶער בַּעַל הַבָּיִת?" "וָואס מַאכְסְטוּ אַ שֶׁפִּיל! - זָאגְט דֶער עוֹשֶׁר - אַט פְּאֵר אֵיךְ צוּרִיק אַהֵיים, וֶועלְן אַלֶע שְׁטָאטְס-לַייט עֵדוֹת זָאגְן אָז אֵיךְ בִּין דֶער בַּעַל הַבָּיִת. "דוּ בִּיסְט מִיַּיִן בַּעַל עֲגָלָה" עֶנְטְפֶערְט דֶער בַּעַל עֲגָלָה - דוּ מוּזְט פָאלְגְן אַלַץ וָואס אֵיךְ הֵייס דִיר. דוּ זָאלְסְט נִישְׁט פָארְן אַהֵיים, פִיר מִיךְ בְּלוֹיז דָארְט וואוּ אֵיךְ הֵייס דִיר.

דֶער עוֹשֶׁר הַאֵט אֵיינְגֶעזֶען אָז דֶער בַּעַל עֲגָלָה מֵיינְט עֶס עֶרְנְסט, עֶר אִיז אַ פָּשׁוּטֶער גַנָב וָואס וִויל צוּנֶעמֶען זַיין פַארְמֶעגְן. אוּן וִויל אָז עֶר, דֶער עוֹשֶׁר, זָאל אִים מְשַׁמֵּשׁ זַיין וִוי אַ בַּעַל עֲגָלָה דָא אִין דֶער פְרֶעמְד וואוּ קֵיינֶער קֶען אִים נִישְׁט. הַאֵט עֶר בְּאֵין בְּרֵירָה אָנְגֶעטוּהן דִי בַּעַל עֲגָלָה'שֶׁע קְלֵיידֶער, הַאֵט אַיינְגֶעשְׁפַּאנְט דִי פֶערְד אוּן זַיי גֶעפִירְט אִין שְׁטָאט. בִּשְׁעַת זַיין בַּעַל עֲגָלָה אִיז זִיךְ גֶעזֶעסְן אוּנְטְן וִוי אַ בַּעַל הַבָּיִת.

אוֹיפְן וֶועג פַאלְט אַיין דֶעם עוֹשֶׁר צַו רוּפְן דֶעם בַּעַל עֲגָלָה צַו אַ דִּין תּוֹרָה בַּיים פְּרָאגֶער רָב, הַגָּאוֹן הָקָדוֹשׁ בַּעַל נוֹדָע בִּיהוּדָה. דֶער בַּעַל עֲגָלָה הַאֵט מַסְכִּים גֶעוֶוען. וִויסֶנְדִיק אָז דֶער עוֹשֶׁר הַאֵט נִישְׁט קַיין בַּאוַוייז אָז עֶר אִיז בַּעַל הַבָּיִת. זֶענֶען זַיי גֶעגַאנְגֶען צוּם נוֹדָע בִּיהוּדָה, אוּן הָאֶבֶן אִיבֶּערְגֶעגֶעבְּן דֶעם מְשַׁמֵשׁ נָאךְ וָואס זַיי זֶענֶען גֶעקוּמֶען. דֶער מְשַׁמֵשׁ הַאֵט דָאס אִיבֶּערְגֶעזָאגְט דֶעם נוֹדָע בִּיהוּדָה, אוּן עֶר הַאֵט גֶעהֵייסְן זֵיי זָאלְן וַוארְטְן אַבִּיסְל אִין פָאדֶערְשְׁטְן צִימֶער, זֶענֶען זַיי אַזוֹי גֶעזֶעסְן אַ הַאלְבֶּע שָׁעָה אוּן הָאֶבֶן גֶעוַוארְט.

פְּלוּצְלוּנְג גִיט זִיךְ שְׁנֶעל אַן עֶפְן דִי טִיר צוּם בֵּית דִין שֶׁטּוֹב. דֶעם הֵיילִיקְן נוֹדָע בִּיהוּדָה'ס צוּרָה בַּאוַוייזְט זִיךְ בַּיים אַרַיינְגַאנְג, אוּן עֶר רוּפְט אוֹיס:

"זָאל צוּ עֶרְשְׁט דֶער בַּעַל עֲגָלָה אַרַיינְקוּמֶען".

הַאֵט זִיךְ שְׁנֶעל אוֹיפְגֶעהוֹיבְּן דֶער מֶענְטְשׁ אִין דִי שֵׁיינֶע בְּגָדִים, אוּן אָנְגֶעהוֹיבְּן גֵיין צַו דֶער רִיכְטוּנְג פוּנֶעם נוֹדָע בִּיהוּדָה'ס שֶׁטּוֹב. אָבֶּער פְּלוּצְלוּנְג הַאֵט עֶר זִיך גֶעכַאפְּט אָז עֶר אִיז מֶער נִישְׁט דֶער בַּעַל עֲגָלָה, אוּן זִיך גֶענוּמֶען צוּרִיקְקֶערְן צַו זַיין אָרְט. שְׁרַייט דֶער נוֹדָע בִּיהוּדָה אוֹיס: "דוּ בִּיסְט דֶער אֱמֶת'עֶר בַּעַל עֲגָלָה! טוֹישׁ שְׁנֶעל צוּרִיק דִי קְלֵיידֶער מִיט דַיין בַּעַל הַבָּיִת, אוּן הֶער אוֹיף דַיינֶע גְנֵבָה'שֶׁע שְׁטִיק".

עֶס הָאֶבֶן נִישְׁט גֶעהָאלְפְן קַיין שׁוּם טַעֲנוֹת. דֶעם מֶענְטְשֶׁנְ'ס פְּלוּצְלוּנְדִיקֶע הוֹדָאָה הַאֵט גֶעוִויזְן קְלָאר אָז עֶר אִיז דֶער אֱמֶת'עֶר בַּעַל עֲגָלָה. אַט אַזוֹי הַאֵט דֶער נוֹדָע בִּיהוּדָה מְבַרֵר גֶעוֶוען דֶעם אֱמֶת וִויסֶנְדִיק בְּחָכְמָתוֹ אָז דֶער בַּעַל עֲגָלָה וֶועט זִיך פַארְגֶעסְן אִין דֶער רֶגַע אוּן וַוייזְן קְלָאר אָז עֶר אִיז טַאקֶע דֶער בַּעַל עֲגָלָה.
Ban Mazel
שר האלף
תגובות: 1959
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 01, 2019 2:36 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Ban Mazel »

תּוֹרָה לִשְׁמָהּ

גֶעוֶוען אַמָאל אַ גְרוֹיסֶע חָכָם וָואס הָאט זַייעֶר פִיהל גֶעלֶערְנְט, אוּן צוּ דֶעם אִיז עֶר אוֹיךְ גֶעוֶוען אַ גְרוֹיסֶער עוֹשֶׁר, גֶעבֶּענְטְשְׁט מִיט אַ סַאךְ גֶעלְט אוּן פַיינֶע קִינְדֶער, עֶס הָאט אִיהְם גָארְנִישְׁט גֶעפֶעלְט. סַיי אִין גֶעזוּנְט אִוּן סַיי אִין פַּרְנָסָה . אָבֶּער עֶר הָאט זִיךְ גְרוֹיס גֶעהַאלְטֶען אַז דִי אַלֶע גוּטֶע זַאכְן קוּמְט אִיהְם פוּן הִימְל וַוייל עֶר לֶערְנְט דִי הֵיילִיגֶע תּוֹרָה אוּן פִירְט זִיךְ אוֹיף וִוי עֶס דַארְף צוּ זַיין. אָבֶּער פוּן הִימְל הָאט מֶען אִיהְם גֶעוָואלְט וַוייזְן אַז מְ'דַארְף לֶערְנֶען תּוֹרָה לִשְׁמָהּ אוּן נִישְׁט צוּ בַּאקוּמֶען אַלֶע גוּטֶע זַאכְן אוֹיף דֶער וֶועלְט. וָואס אִיז גֶעשֶׁעהן?

אֵיינְמָאל הָאט עֶר שְׁפַּאצִירְט אִין דְרוֹיסְן פוּן זַיין שְׁטָאט, עֶר הָאט נִישְׁט בַּאמֶערְקְט אַז עֶר אִיז זַייעֶר וַוייט פַארְקְרָאכְן בִּיז אִין מִדְבָּר אַרַיין. סִ'אִיז גִעוֶוען אִינְמִיטְן זוּמֶער, זַייעֶר הֵייס , דֶער זוּן הָאט גֶעבַּאקְן, אוּן זַיין דָארְשְׁט אִיז גֶעוָוארְן אַלְץ שְׁטֶערְקֶער אוּן שְׁטֶערְקֶער צוּ וַואסֶער. עֶר גֵייט אִוּן גֵייט, אִוּן וֵוייסְט נִישְׁט אוֹיבּ עֶר דֶערְנֶענְטֶערְט זִיךְ צוּם שְׁטָאט אָדֶער עֶר דֶערְוַוייטֶערְט זִיךְ. אוּן דֶערְוַוייל הָאט אִיהְם דָאס דָארְשְׁט נָאךְ וַואסֶער זַייעֶר שְׁטַארְק פַארְנוּמֶען, אַזוֹי וַוייט בִּיז עֶר הָאט שׁוֹין נִישְׁט גֶעהַאט קַיין כֹּחַ צוּ גֵיין וַוייטֶער אוּן עֶר אִיז אַרָאפְּגֶעפַאלְן אוֹיף דֶער עֶרְד מַאכְטְלוֹיז.

וִוי עֶר לִיגְט אוֹיף דֶער עֶרְד זֶעהט עֶר וִוי אַ מֶענְטְשׁ גֵייט אַרִיבֶּער אוּן טְרָאגְט אַ גְרוֹיְסֶע קְרִיגְל פוּן וַואסֶער, עֶר בֶּעט זִיךְ בַּיי יֶענֶעם מֶענְטְשׁ עֶר זָאל אִיהְם פַארְקוֹיפְן פוּן דִי וַואסֶער. זָאגְט יֶענֶער מֶענְטְשׁ אַז עֶר וֶועט נִישְׁט פַארְקוֹיפְן דִי וַואסֶער פַאר קֵיין שוּם גֶעלְט אִין דֶער וֶועלְט נָאר אוֹיבּ עֶר וֶועט אִיהְם אִיבֶּער גֶעבְּן זַיין גַאנְצֶע תּוֹרָה אוּן מִצְווֹת וָואס עֶר הָאט גֶעטָאן אִין זַיין לֶעבְּן. עֶר בֶּעט זִיךְ בַּיי אִיהְם אַז דָאס אִיז זַייעֶר שְׁווֶער פַאר אִיהְם צוּ טָאן, בִּיז זַיי זֶענֶען גֶעקוּמֶען צוּ אַ פְּשָׁרָה אַז עֶר וֶועט אִיהְם אַוֶועקְגֶעבְּן הַאלְבּ פוּן זַיין תּוֹרָה אִוּן מִצְווֹת עֶר זָאל אִיהְם גֶעבְּן דֶעם קְרִיגְל פוּן וַואסֶער. דֶער פְרֶעמְדֶער הָאט אִיהְם אַוֶועק גֶעגֶעבְּן דֶעם קְרִיגְל פוּן וַואסֶער, אוּן מְ'הָאט אַרוֹיס גֶענוּמֶען אַ פֶּען אוּן פַּאפִּיר אוּן מְ'הָאט גֶעשְׁרִיבְּן אִוּן גֶע'חַתְמְ'ט אַז עֶר פַארְקוֹיפְט אִיהְם הַאלְבּ פוּן זַיין תּוֹרָה אוּן מִצְווֹת פַאר דִי וַואסֶער אִין דֶעם קְרִיגְל. דֶער פְרֶעמְדֶער הָאט אִיבֶּערְגֶעלָאזְט דֶעם קְרִיגְל פוּן וַואסֶער אוּן אִיז זִיךְ וַוייטֶער גֶעגַאנְגֶען.

דֶער תַּלְמִיד חָכָם וָואס אִיז גֶעוֶוען זַייעֶר דָארְשְׁטִיק הָאט אוֹיסְגֶעטְרוּנְקֶען דֶעם גַאנְצְן קְרִיגְל פוּן וַואסֶער אוֹיף אֵיינְמָאל. וִוי עֶר וִויל אוֹיפְשְׁטֵיין אוּן גֵיין וַוייטֶער זֶעהט עֶר דָאס עֶר קֶען זִיךְ נִישְׁט רִירְן, עֶר הָאט בַּאקוּמֶען גֶעפֶערְלִיכֶע בּוֹיךְ קְרַאמְפְן פוּן טְרוּנְקֶען אֲזוֹיפִיהל וַואסֶער אוּן זַיינֶע יִסוּרִים זֶענֶען גִעוֶוען זַייעֶר שְׁטַארְקְ. עֶר לִיגְט אַזוֹי מִיט זַיינֶע יִסוּרִים, קוּמְט צוּ גֵיין אַ צְוֵוייטֶער מַאן. עֶר פְרֶעגְט אִיהְם וֶוער עֶר אִיז, זָאגְט עֶר אַז עֶר אִיז א גְרוֹיסֶער דָאקְטֶער. בֶּעט עֶר אִיהְם עֶר זָאל אִיהְם אוֹיסְהֵיילְן פוּן זַיינֶע שְׁמֶערְצְן אוּן עֶר וֶועט אִיהְם גֶעבְּן וִויפִיל גֶעלְט עֶר וִויל. עֶנְטְפֶערְט דֶערְ דָאקְטֶער אוּן זָאגְט, פַאר גֶעלְט וֶועל אִיךְ דִיר נִישְׁט אוֹיסְהֵיילְן, נָאר אוֹיבּ דוּ וֶועסְט מִיר אַוֶועקְגֶעבְּן דַיין גַאנְצֶע תּוֹרָה מִיט אַלֶע מִצְווֹת וָואס דוּ הָאסְט גֶעטָאן דֶעמָאלְט וֶועל אִיך דִיר אוֹיסְהֵיילְן. עֶר זָאגְט אִיהְם אַז הַאלְבּ פוּן זַיין תּוֹרָה הָאט עֶר שׁוֹין פַארְקוֹיפְט פַאר אַ צְוֵוייטְן אוּן עֶס אִיז גֶעבְּלִיבְּן נָאר הַאלְבּ. דֶער דָאקְטֶער הְאט מַסְכִּים גֶעוֶוען אוֹיף דִי צְוֵוייטֶע הַאלְבּ פוּן זַיין תּוֹרָה אִיהְם אוֹיסְצוּהֵיילְן. דֶער תַּלְמִיד חָכָם וָואס הָאט גֶעהַאט גָאר שְׁטַארְקֶע יְסוּרִים הָאט נִישְׁט גֶעהַאְט קַיין בְּרֵירָה אוּן הָאט וִוידֶער אַרוֹיס גֶענוּמֶען אַ פֶּען מִיט פַּאפִּיר אוּן גֶעשְׁרִיבְּן אוּן גֶע'חַתְמְ'ט אַז זַיין גַאנְצֶע תּוֹרָה אוּן מִצְווֹת וָואס אִיז נָאךְ גֶעבְּלִיבְן גֶעט עֶר אַוֶועק פַאר דֶעם דָאקְטֶער עֶר זָאל אִיהְם אוֹיסְהֵיילְן. דֶער דָאקְטֶער הָאט אִיהְם אוֹיסְגֶעהֵיילְט אוּן דֶער תַּלְמִיד חָכָם הָאט זִיךְ גֶעשְׁפִּירְט זַייעֶר גוּט, אוּן בֵּיידֶע זֶענֶען זִיךְ גֶעגַאנְגֶען יֶעדֶער אֵיינֶער זַיין וֶועג.

דֶער תַּלְמִיד חָכָם גֵייט אַזוֹי אַ שָׁעָה צַייט בִּיז עֶר זֶעהט שׁוֹין זַיין שְׁטָאט, עֶר קוּמְט אַהֵיים, עֶר פַאלְט אוֹיף זַיין בֶּעט, אוּן נֶעמְט זִיךְ וֵויינֶען אוּן שְׁרַייעֶן מִיט גְרוֹיְסֶע קוֹלוֹת. זַיין וַוייבּ פְרֶעגְט אִיהְם פַאר וָואס עֶר וֵויינְט אַזוֹי שְׁטַארְק עֶנְטְפֶערְט עֶר, וַוייל עֶר הָאט יֶעצְט גֶעמוּזְט אַוֶועק גֶעבְּן זַיין גַאנְצֶע תּוֹרָה אוּן מִצְווֹת פַאר אַ צְוֵוייטְן אוּן עֶר דֶערְצֵיילְט פַאר זַיין וַוייבּ וָואס עֶס אִיז גֶעשֶׁעהן מִיט אִיהְם אִין מִדְבָּר.

פוּן רוֹב צַעַר הָאט עֶר גָארְנִישְׁט גֶעגֶעסְן אוּן אִיז אַזוֹי אַיינְגֶעשְׁלָאפְן. אִינְמִיטְן שְׁלָאפְן הָאט עֶר גֶעהַאט אַ חָלוֹם, עֶר חָלוֹמְ'ט וִוי עֶר זֶעהט דֶעם דָאקְטֶער פַאר זַיינֶע אוֹיגְן, עֶר פַאלְט צוּ זַיינֶע פִיס אוּן בֶּעט אִיהְם עֶר זָאל אִיהְם צוּרִיק גֶעבְּן דֶעם שְׁטַר. עֶר וֵויינְט אַזוֹי זַייעֶר שְׁטַארְק צוּ דֶעם דָאקְטֶער, רוּפְט זִיךְ אָן דֶער דָאקְטֶער אוּן זָאגְט, הֶער אוֹיס וִויסְן זָאלְסְטוּ אַז אִיךְ בִּין אֵלִיָהוּ הַנָבִיא, אוּן דֶער זֶעלְבֶּער מֶענְטְשׁ וָואס הָאט דִיר אוֹיךְ גֶעבְּרֶענְגְט דִי וַואסֶער. דָאס הָאבּ אִיךְ דִיר גֶעטָאן וַוייל דוּ הָאסְט זִיךְ גְרוֹיס גֶעהַאלְטֶען אִז אַלֶע גוּטֶע זַאכְן קוּמְט פַאר דִיר וֶועגְן דַיין תּוֹרָה, הָאבּ אִיךְ דִיר גֶעוָואלְט וַוייזְן דִי דוּ הָאסְט גֶעהַאט אַ גְרוֹיסֶער טָעוּת, אַ מֶענְטְשׁ דַארְף לֶערְנֶען תּוֹרָה לִשְׁמָהּ אוּן נִישְט צוּ בַּאקוּמֶען גוּטֶע זַאכְן פַאר דֶעם. פוּן הַיינְט אוּן וַוייטֶער זָאלְסְטוּ שְׁטַארְק אַכְטוּנְג גֶעבְּן צוּ לֶערְנֶען נָאר וַוייל דֶער בַּאשֶׁעפֶער הָאט גֶעהֵייסְן לֶערְנֶען אוּן נִישְׁט צוּ בַּאקוּמֶען פַאר דֶעם שְֹכַר אוֹיף דֶער וֶועלְט.

עֶר וֶועקְט זִיךְ אוֹיף אָן זֶעהט אַז דִי גַאנְצֶע זַאךְ אִיז גֶעוֶוען אַ חָלוֹם, עֶר נֶעמְט זִיךְ שְׁטַארְק חֲרָטָה הָאבְּן אוֹיף זַיינֶע שְׁלֶעכְטֶע מַחְשָׁבוֹת וָואס עֶר הָאט גֶעהַאט בִּיז הַיינְט, אוּן פוּן דֶעמָאלְט אוּן וַוייטֶער הָאט עֶר גֶעלֶערְנְט נָאר מִיט רֵיינֶע מַחֲשָׁבוֹת וַוייל דֶער בַּאשֶׁעפֶער הָאט גֶעהֵייסְן לֶערְנֶען דִי הֵיילִיגֶע תּוֹרָה אוּן נִישְׁט כְּדֵי צוּ בַּאקוּמֶען שְׁכַר.
Ban Mazel
שר האלף
תגובות: 1959
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 01, 2019 2:36 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Ban Mazel »

מעשה מנוקד לשהק
עוֹלָם הַבָּא בְּרוּבָּל אֶחָד"


הָיֹה הָיָה סוֹחֵר יְהוּדִי, שֶׁיָּרַד מִנְכָסָיו. נָשָׂא הָאִישׁ אֶת מַצָּבוֹ בְּשֶׁקֶט, אֲבָל כְּשֶׁבָּגְרָה בִּתּוֹ וְהִגִּיעָה לְפִרְקָהּ, לָא יָכֹל לְהַבְלִיג. הוּא נָסַע לְהָרַבִּי מֵאַפְּטָא וּבִקְּשׁוֹ בְּלֵב שָׁבוּר לְבָרֵךְ אוֹתוֹ: "בַּת בּוֹגֶרֶת לִי", אָמַר, "וְעָלַי לְהַכְנִיסָה לַחֻפָּה, וּמָמוֹן אֵין לִי". "לְאֵיזֶה סְכוּם זָקוּק אַתָּה כְּדֵי לְהַשִּׂיא אֶת בִּתְּךָ?" רָצָה הָרַבִּי לָדַעַת. עָרַךְ הָאִישׁ חֶשְׁבּוֹן מָהִיר וְעָנָה: "אֲנִי צָרִיךְ לְאֶלֶף רוּבָּל". "וְכַמָּה יֵשׁ בְּיָדְךָ?" "בְּיָדִי", אָמַר הַסּוֹחֵר, וְחִיּוּךְ עָצוּב עַל שְׂפָתָיו, "יֵשׁ רוּבָּל אֶחָד בִּלְבַד". "זֶה מַסְפִּיק", הוֹדִיעַ הָרַבִּי. "לֵךְ לְשָׁלוֹם, וְכַאֲשֶׁר יִזְדַּמֵּן לְךָ כָּל מִסְחָר שֶׁהוּא, עָלֶיךָ לִפְעֹל וְלֹא לַחֲשֹׁשׁ".

דִּבְרֵי הָרַבִּי לֹא הָיוּ מְחֻוָרִים לַסּוֹחֵר, אֲבָל הוּא נָתַן בּוֹ אֵמוּן וְיָצָא. בְּדַרְכּוֹ נִקְלָע לְבֵית מָלוֹן, וְשָׁם הִבְחִין בִּקְבֻצַת סוֹחֲרֵי אֲבָנִים טוֹבוֹת, שֶׁהִתְכַּנְסוּ שָׁם, קָרַב הַסּוֹחֵר אֶל הַשֻּׁלְחָן, שֶׁהֵסֵבּוּ סְבִיבוֹ הַסּוֹחֲרִים, וְהִבִּיט בַּיַּהֲלֻמִים, שֶׁנִצְנְצוּ עָלָיו.

"אַתָּה מִתְעַנְיֵן בַּאֲבָנִים טוֹבוֹת?" שָׁאַל אוֹתוֹ אַחַד הַסּוֹחֲרִים. "אָכֵן, כֵּן", עָנָה. "הָרוֹצֶה אַתָּה לִקְנוֹת יַהֲלוֹם?" "כֵּן", אָמַר הַסּוֹחֵר. "אֵיזֶה סְכוּם כֶּסֶף יֵשׁ לְךָ?" "רוּבָּל אֶחָד", אָמַר הַסּוֹחֵר. צְחוֹק פָּרַץ מִפִּי כָּל הַחֲבוּרָה, וְסוֹחֵר הַיַּהֲלֻמִים אָמַר לָאִישׁ, בִּצְחוֹק רָם: "אַתָּה צוֹדֵק, יְדִידִי, אִתָּהּ צוֹדֵק! בְּהֶחְלֵט אֶפְשָׁר לַעֲשׂוֹת עֲסָקִים גַּם בְּרוּבָּל, הִנֵּה אֲנִי, לְמָשָׁל, יֵשׁ לִי עֵסֶק בִּשְׁבִילְךָ". "אֵיזֶה עֵסֶק?" הִתְעַלֵּם הַסּוֹחֵר מִן הַצְּחוֹק הַכְּלָלִי. "הָ'עוֹלָם-הַבָּא' שֶׁלִּי... אֶמְכֹּר לְךָ אוֹתוֹ תְּמוּרַת רוּבָּל". "מַסְכִּים", נַעֲנָה הָאִישׁ, "אֲבָל הָעֵסֶק יִהְיֶה מְאֻשָּׁר וְחָתוּם כַּדִּין". "הִנֵּה זֶה סוֹחֵר רְצִינִי", צָחַק הַסּוֹחֵר; "אֲנִי מוּכָן!" כְּשֶׁכָּל הַמְּסֻבִּים צוֹהֲלִים, חָתְמוּ הַשְּׁנַיִם עַל הַהֶסְכֵּם, הָרוּבָּל עָבַר מִיָּד לְיָד, וְהָעֵסֶק נֶחְתַּם, הַ"קוֹנֶה" הִצְטוֹדֵד לוֹ בְּאֵיזֶה פִּנָּה, וְשָׁם יָשַׁב וְלָמַד.

בֵּינְתַיִם נִכְנְסָה לַחֶדֶר אִשְׁתּוֹ שֶׁל הַ"מוֹכֵר" בָּעִסְקָה הַחֲדָשָׁה וְהִתְעַנְיְנָה "מִמַּה אַתֶּם צוֹחֲקִים כֻּלְּכֶם? שֶׁמָּא תַּגִידו לִי?" סִפֵּר לָהּ בַּעֲלָה אֶת הַסִּפּוּר עַל הָעִסְקָה וְנִדְהָם לְמַרְאֵה תְּגוּבָתָהּ"מָה? מָכַרְתָּ אֶת חֶלְקְךָ לָעוֹלָם הַבָּא? תֵּן לִי גֵּט מִיָּד! לֹא אֶחְיֶה עִם גּוֹי שֶׁכָּזֶה!" "אֲבָל", גִּמְגֵּם הַסּוֹחֵר, שֶׁזָכַר הֵיטֵב, כִּי אִשְׁתּוֹ הִיא הִיא בַּעֲלַת הַיַּהֲלֻמִים, "הֲרֵי הָיְתָה זוֹ הֲלָצָה בִּלְבַד". אַךְ הָאִשָּׁה, שֶׁהֵבִינָה מִתּוֹךְ הַסִּפּוּר, כִּי הַהֲלָצָה הִיא רְצִינִית, עָמְדָה עַל שֶׁלָּהּ: "אֶל הָרַב, מִיָּד!"

רָאָה הַסּוֹחֵר אֶת פְּנֵי הַדְּבָרִים וְשָׁלַח מִיָּד אֶת אֶחָד מֵעוֹבְדֵי הַמָּלוֹן לְחַפֵּשׂ אֶת הַ"קוֹנֶה", כְּשֶׁזֶּה בָּא, אָמַר לוֹ: "שְׁמַע נָא, הֲרֵי הָרוּבָּל שֶׁלְּךָ, הַחֲזֵר לִי אֶת הַשְּׁטָר. הֲרֵי שְׁנֵינוּ יוֹדְעִים, כִּי הָיְתָה זוֹ הֲלָצָה". "בֶּאֱמֶת?" תָּמַהּ הַסּוֹחֵר. "לִי לֹא יָדוּעַ הַדָּבָר כְּלָל. לִי יָדוּעַ שֶׁהָעִסְקָה נֶעֶרְכָה לְפִי כָּל הַכְּלָלִים". "נוּ, טוֹב", הִתְרַצָּה הַמּוֹכֵר, "אַנִּיחַ לְךָ רֶוַח מֵהָעִסְקָה". "הָרֶוַח שֶׁאֲנִי דּוֹרֵשׁ הוּא אֶלֶף רוּבָּל". "אֶלֶף רוּבָּל?" צָעַק הַסּוֹחֵר, "הֲרֵי זֶה גֶּזֶל!" הַקּוֹנֶה מָשַׁךְ בִּכְּתֵפָיו "כִּרְצוֹנֶךָ", אָמַר. "בְּפָחוֹת מִזֶּה לֹא אֶחֱזֹר בִּי".

בְּסוֹפוֹ שֶׁל הַמַּשָּׂא-וּמַתָּן נֶאֱלַץ הַמּוֹכֵר לְהִכָּנַע וְקָנָה בַּחֲזָרָה אֶת חֶלְקוֹ תְּמוּרַת אֶלֶף רוּבָּל, כְּשֶׁשָּׁמְעָה הָאִשָּׁה מִפִּי הַסּוֹחֵר הַזָּר אֶת הִשְׁתַּלְשְׁלוּת הַמַּעֲשֶֹה, נָסְעָה לְהָרַבִּי מֵאַפְּטָא וְשָׁאֲלָה: "רַבִּי, הַאִם חֶלְקוֹ שֶׁל בַּעְלִי בָּעוֹלָם הַבָּא שָׁוֶה אֶלֶף רוּבָּל?" "בִּתְחִלָּה עָנָה הָרַבִּי, לֹא הָיָה חֶלְקוֹ רָאוּי אֲפִילוּ לְרוּבָּל אֶחָד, אַךְ עַתָּה, כְּשֶׁסִיַּע לְהַכְנָסַת כַּלָּה, עוֹלֶה עֶרְכּוֹ הַרְבֵּה מֵעֵבֶר לְאֶלֶף רוּבָּלִים. גַּם הוּא עָשָֹה עֵסֶק טוֹב".
אוועטאר
נישט ווי יעדעם
שר האלף
תגובות: 1568
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 20, 2019 2:49 am
לאקאציע: נישט צו ווייט

Re: צו דערציילן ביים שבת טיש.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישט ווי יעדעם »

WOW ש'כח ש'כח
Ban Mazel
שר האלף
תגובות: 1959
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 01, 2019 2:36 am

Re: צו דערציילן ביים שבת טיש.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Ban Mazel »

לשה"ק מנוקד איז אויך אינטערסאנט?
Ban Mazel
שר האלף
תגובות: 1959
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 01, 2019 2:36 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Ban Mazel »

דער ביהמ"ק זאל דָארט אוֹיפגֶעבּוֹיט וֶוערְן.
אַמָאל זֶענֶען גֶעוֶוען צְוֵויי בְּרִידֶער וואס האבן זיך זֵייעֶר שְׂטַארק לִיבּ גֶעהַאט. דער עֶלטֶערֶער בְּרוּדֶער האט גֶעלֶעבְּט אַלֵיין. ער האט נישט גֶעהַאט קיין קִינדֶער. דער אִינגֶערֶער בְּרִידֶער האט גֶעהַאט א שְׂטוּבּ מיט קִינדֶער.
די בְּרִידֶער הָאבְּן זיך צוּטֵיילְט מיט א פֶעלְד וואס זֵייעֶר טַאטֶע האט זיי אִיבֶּערגֶעלָאזְט. די פֶעלדֶער זֶענֶען גֶעוֶוען אֵיינֶער לֶעבְּן צְוֵוייטְן.
איין נַאכט נָאכְן אָפּשְׂנֵיידְן זיין תְּבוּאָה איז דער עֶלטֶערֶער ברודער גֶעלֶעגְן אין בֶּעט און נישט גֶעקֶענט אֵיינשְׂלָאפְן. ער האט גֶעטְרַאכט פון זיין יוּנגֶערֶער בְּרוּדֶער." ער האט דאך א שְׂטוּבּ מיט קִינדֶערלֶעך און ער מוּטשֶׂעט זיך אזוי מיט פַּרנָסָה. נישט נאר דאס נאר ער האט מיר גֶעשִׂיקט זֵיינֶע זִין זיי זָאלְן מיר הֶעלְפְן". ער טְרַאכט און טְרַאכט בִּיז ער גיט א קְלַאפּ מִיט די הֶענט.
"פַארוָואס האב איך נִישׂט גֶעטְרַאכט פון דעם פְרִיעֶר. איך וועל נֶעמְן אַבִּיסְל פון מֵיין תְּבוּאָה און עס גֶעבְּן פאר מיין בְּרוּדֶער. איך וועל עס לֵייגְן אויף זיין הוֹיפְן גֶעשְׂנִיטֶענֶע תְּבוּאָה און ער וֶועט גָארנִישְׂט וִויסְן".
גֶעטְרַאכט און גֶעטוּן.
אויף דער אַנדֶערֶער זייט פון דער צוּטֵיילטֶער פֶעלד, בֵּיים אַנדֶערֶער ברודער אין שְׂטוּבּ , לִיגט דער בְּרוּדֶער און טְרַאכט. " מיין עֶלטֶערֶער ברודער, ער איז נֶעבֶּעך אַזוֹי אָן קֵיינֶעם . ער האט קֵיינֶעם אוֹיף די וֶועלט . איך הָאבּ א שְׂטוּבּ מִיט קינדער וואס מַאכְן מיר פְרֵיילִיך, זאל ער אויך זֵיין פְרֵיילִיך. איך וועל אים טְרָאגְן אַבִּיסְל פון מיין תבואה, און ער וועט מֵיינֶען אז דער אייבערשטער האט אים גֶעמַאכט א נֵס און עס איז גֶעוָוארְן מער פון זיין וֵוייץ".
אזוי גֵייעֶן בֵּיידֶע ברידער מיט די וֵוייץ אויף זֵייעֶרֶע אַקסְלֶען און זיי גייען עס טְרָאגְן צו די אַנדֶערֶע ברודער. עס איז געווען פַארטָאגְס , מען האט נישט גֶעקֶענט זעהן פּוּנקְטְלִיך וואס עס טוט זיך אִינדְרוֹיסְן. מִיטאַמָאל זֶעהט דער עלטערער ברודער ווי עֶפּעֶס קוּמט אים אַנטְקֶעגְן. ער האט זיך זייער דֶערשְׂרָאקְן ווייל ער האט נישט גֶעקֶענְט זעהן אויב דאס איז א מֶענְטְשׂ אָדֶער א חַיָה.
די בְּרִידֶער גֵייעֶן וֵוייטֶער ביז זיי טְרֶעפְן זיך.
די ברידער האבן זיך אָנגֶעקוּקט, און זיי הָאבְּן זיך אַרוּמגֶענוּמְן און גֶעקוּשׂט אֵיינֶער דעם צְוֵוייטְן.
אין הִימְל איז גֶעוָוארְן א גרויסע גֶערִידֶער פון די גְרוֹיסֶע לִיבְּשַׂאפט פון די צְוֵויי ברידערס האט מען דַאן בַּאשְׂטִימט אז דער ביהמ"ק זאל דָארט אוֹיפגֶעבּוֹיט וֶוערְן.
וֶוען אידן הָאבְּן זיך לִיבּ אֵיינֶער דעם צְוֵוייטְן האט אוּנז דער אייבערשטער ליב און רוּט צְוִוישְׂן אוּנז אוּן בּוֹיט זיין הוֹיז דער ביהמ"ק צְוִוישְׂן די אִידְן און אוֹיבּ ח"ו איז דא מַחלוֹקוֹת מיט קְרִיגֶערֵייעֶן צווישן די אידישע קינדער דֶען וֶוערט דער ביהמ"ק חָרוּב אוּן עס וֶוערט נִישׂט אוֹיפגֶעבּוֹיט.
וְיְהִי רָצוֹן שֶׂהַיָמִים הָאֵלוּ יִתְהַפְּכוּ לְשָׁשׁוֹן וּלְשִׁמְחָה בב"א
Ban Mazel
שר האלף
תגובות: 1959
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 01, 2019 2:36 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Ban Mazel »

מֵיין רֵייכקֵייט איז נָאר פַאר כָּבוֹד הַתּוֹרָה
דֶער הֵיילִיגֶער תַּנָא ר' עַקִיבָא אִיז אַמָאל אַרוֹיס אִין מַארְק מיט זֵיינֶע תַּלְמִידִים צו פַארקוֹיפְן עֶטלִיכֶע פון זֵיינֶע טֵייעֶרֶע פֶּערְלשְׂטֵיינֶער.
דָארט איז גֶעוֶוען אַן אָרִימַאן וָואס איז גֶעוֶוען אָנגֶעטוּן אין אָרִימֶע קְלֵיידֶער וָואס אוֹיאִין ביהמ"ד איז ער גֶעזֶעצְן אֵייבִּיג אוּנְטְן צְוִוישְׂן אַלֶע אָרִימֶעלֵייט, אָט דֶער אָרִימַאן הָאט גֶעוָואלְט אָפְּקוֹיפְן אַלֶע שְׂטֵיינֶער.
ר' עַקִיבָא הָאט אִים גֶעזָאגט די פְּרֵייז וִויפִיל עֶר וִויל פַאר אַלֶע די שְׂטֵיינֶער.
דֶער אָרִימַאן האט פַארלַאנְגט אז ר' עַקִיבָא זָאל מיט קוּמְן מִיט אים אַהֵיים און דָארט וֶועט ער אִים בַּאצָאלְן די גַאנְצֶע גֶעלְט.
ר' עַקִיבָא האט גֶעטְרַאכְט בֵּיי זִיוִויאַזוֹי קֶען זֵיין אז דֶער אָרִימַאן וִויל אָפְּקוֹיפְן די אַלֶע שְׂטֵיינֶער פון ווי הָאט ער גֶעלְט אָבֶּער ר' עקיבא איז מִיטגֶעגַאנְגְן מיט דער אָרִימַאן צו זֶען וָואס וֶועט דָא זֵיין.
ווען זיי זֶענֶען אָנגֶעקוּמְן נָאנְט צוּ דֶער אָרִימַאן'ס הוֹיז הָאט ר' עקיבא גֶעזֶען וִוי עס לוֹיפְן אים אַנטקֶעגְן צְוֵויי קְנֶעכט און מֶען הֵייבְּט אִים אוֹיף , מֶען וַואשְׂט אים די פִיס און מען האט אים אַרָאפּגֶעזֶעצְט אויף א גָאלדֶענֶע שְׂטוּל.
דער איד האט גֶעהֵייסְן זֵיינֶע קְנֶעכְט מען זָאל בַּאצָאלְן פאר ר' עַקִיבָא די גַאנצֶע גֶעלט וָואס ער האט גֶעבֶּעטְן פַאר די שְׂטֵיינֶער. אוֹיהאט ער בַּאפוֹילְן פַאר זֵיינֶע קְנֶעכט זיי זָאלְן נֶעמְן די שְׂטֵיינֶער אוּן צוּמָאלְן און מַאכְן דֶערפוּן א שְׂטוֹיבּ און דָאס אוֹיסמִישְׂן מיט פַארשִׂידֶענֶע מֶעדִיצִינֶען וָואס ער פְלֶעגט גֶעבְּן פאר אָרִימֶע קְרַאנקֶע מֶענטשְׂן.
דֶערנָאך האט עֶר גֶעבֶּעטְן ר' עַקִיבָא מיט זֵיינֶע תַּלְמִידִים זָאלְ'ן פַארבְּלֵייבְּן בֵּיי אים און עֶסְן א סְעוּדָה.
נאך די סְעוּדָה האט ר' עַקִיבָא אים גֶעפְרֶעגט "אוֹיבּ די בִּיסְט יָא אזוי רֵייפַארוָואס גֵייסטוּ אָנגֶעטוּן וִוי א אָרִימַאן און פארוואס זִיצְט די אין ביהמ"ד צְוִוישְׂן די אָרִימֶעלֵייט".
דער איד האט גֶעעֶנפֶערט , אִי וִויל נִישְׂט אַרוֹיסוֵוייזְן מֵיין עַשִׂירוּת וֶועגְן צְוֵויי טַעַמִים, דִי עֶרשׂטֶע טַעַם איז ווייל ווען מען גייט אָנגֶעטוּן רֵייך בְּרֶענגט דָאס צו גַאוָוה אוּן דֶער אייבערשטער האט פֵיינט א בַּעַל גַאוָוה, און די צְוֵוייטֶע טַעַם איז ווייל אוֹיכּ ח"ו אִיך וועל אַמָאל וֶוערְן אָרִים וֶועל איך מִיך נִישׂט דַארפְן טוֹישְׂן מֵיינֶע קְלֵיידֶער , אָדֶער מֵיין פְּלַאץ אין ביהמ"ד וֶועגְן דעם גֵיי איך שׂוֹין יֶעצט אזוי אוּן איך זִיץ צְוִוישְׂן דִי אָרִימֶעלֵייט.
די אֵיינצִיגְסְטֶע מָאל וָואס איך בַּאנוּץ זיך מִיט מֵיין רֵייכקֵייט איז נָאר פַאר כָּבוֹד הַתּוֹרָה אָדֶער פַאר די מִצְוָה פון צְדָקָה און אויך דֶעמָאלטס פְּרוּבִּיר איך עס צו טון בַּאהַאלטֶענֶערהֵייט אז קֵיינֶער זאל נישט וִויסְן.
ווען ר' עקיבא האט דאס גֶעהֶערט האט ער אים גֶעבֶּענְטְשְׂט אַז ער זאל לַאנג לֶעבְּן און ער זָאל זֵיין רֵייך וִוילַאנג עֶר לֶעבְּט.
אוועטאר
זאג א גוטס
שר שלשת אלפים
תגובות: 3285
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 08, 2018 3:36 pm

Re: צו דערציילן ביים שבת טיש.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאג א גוטס »

לעצט פארראכטן דורך זאג א גוטס אום דאנערשטאג יולי 15, 2021 2:24 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
Ban Mazel
שר האלף
תגובות: 1959
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 01, 2019 2:36 am

Re: צו דערציילן ביים שבת טיש.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Ban Mazel »

חורבן בית המקדש
וֶוען עֶס אִיז גֶעקוּמֶען דִי צַייט יְרוּשָׁלַיִם זָאל חָרוּב וֶוערְן, הָאט דֶער בַּאשֶׁעפֶער גֶעזָאגְט צוּ יִרְמְיָהוּ הַנָבִיא, גֵיי קֵיין עֲנָתוֹת אוּן קוֹיף אַ פֶעלְד פוּן דַיין פֶעטֶער חֲנַמְאֵל. דֶעמָאלְט הָאט יִרְמְיָהוּ גֶעטְרַאכְט אִין זַיין הַארְץ, אֶפְשָׁר טוּט דֶער בַּאשֶׁעפֶער בַּאגְנַאדְן דִי אִידְן, זֵיי זָאלְן קֶענֶען וַוייטֶער לֶערְנֶען תּוֹרָה, אוּן דֶערִיבֶּער זָאגְט עֶר פַאר מִיר אִיךְ זָאל גֵיין קַיין עֲנָתוֹת קוֹיפְן אַ פֶעלְד. אָבֶּער וִוי נָאר יִרְמְיָהוּ אִיז אַרוֹיס פוּן יְרוּשָׁלַיִם אִיז אַרָאפּ אַ מַלְאָךְ פוּן הִימְל אוּן גֶעלֵייגְט זַיינֶע פִיס אוֹיף דִי חוֹמָה פוּן יְרוּשָׁלַיִם אוּן זֵיי אוֹיפְגֶעעֶפֶענְט. אוּן דֶער מַלְאָךְ הָאט אוֹיסְגֶערופְן, זָאל קוּמֶען דִי שֹוֹנְאִים אוּן אַרַיינְגֵיין אִין דֶער הוֹיז וָואס אִיר הַאר גֶעפוּנְט זִיךְ נִישְׁט דָארְט, זָאלְן זַיי רוֹיבְּן, דָאס חָרוּב מַאכְן, אַרַיינְגֵיין אִין דֶער וַויינְגָארְטְן אוּן אָפְּהַאקְן דִי טְרוֹיבְּן וַוייל דֶער שׁוֹמֵר אִיז מֶער נִישְׁט דָא, זֵיי זָאלְן זִיךְ נִישְׁט גְרוֹיס הַאלְטְן אַז זֵיי הָאבְּן דָאס אַיינְגֶענוּמֶען. וַוייל, אַ אַיינְגֶענוּמֶענֶע שְׁטָאט הָאבְּן זֵיי אַיינְגֶענוּמֶען, אַ גֶע'הַרְגְ'טֶע פָאלְק הָאבְּן זֵיי גֶע'הַרְגְ'ט.

דִי שֹוֹנְאִים זֶענֶען אַרַיין אוּן הָאבְּן גֶעלֵייגְט זַייעֶר בִּימָה אִין הַר הַבַּיִת, זֵיי זֶענֶען גֶעקוּמֶען בִּיז צוּ דֶער אָרְט וואוּ שְׁלֹמֹה הַמֶלֶךְ הָאט גֶעהַאט זַיִן בִּימָה אוּן גֶענוּמֶען דָארְט עֵצוֹת פוּן דִי זְקֵנִים. אַזוֹי זֶענֶען זֵיי דָארְט גֶעזֶעצְן אוּן זִיךְ גֶע'עֵצָה'ט וִוי אַזוֹי צוּ פַארְבְּרֶענֶען דֶעם בַּיִת הַמִקְדָשׁ. וִוי לַאנְג זֵיי רֶעדְן זִיךְ אַדוּרְךְ וִוי אַזוֹי דָאס צוּ טָאן, הָאבְּן זֵיי אוֹיפְגֶעהוֹיבְּן זַייעֶרֶע אוֹיגְן אוּן גֶעזֶעהן וִוי 4 מַלְאָכִים קוּמֶען אַרָאפּ פוּן הִימְל אִין זַייעֶרֶע הֶענְט 4 פַאקְלֶען פוּן פַייעֶר אוּן דָאס גֶעלֵייגְט בַּיי דִי 4 וִוינְקְלְן פוּן דֶעם בַּיִת הַמִקְדָשׁ. אוּן דָאס פַארְבְּרֶענְט.

וִוי דֶער כֹּהֵן גָדוֹל הָאט דָאס גֶעזֶעהן, הָאט עֶר גֶענוּמֶען דִי שְׁלִיסְלְן אוּן דָאס אַרוֹיף גֶעוָוארְפְן צוּם הִימְל, אוּן גֶעזָאגְט דָא זֶענֶען דִי שְׁלִיסְלְן פוּן דַיין הוֹיז אַ פַאלְשֶׁע אֲפִּיטְרוֹפּוּס בִּין אִיךְ גֶעוֶוען דָארְט. וִוי דֶער כֹּהֵן גָדוֹל אִיז גֶעגַאנְגֶען וַוייטֶער הָאט מֶען אִיהְם גֶעכַאפְּט אוּן אִיהְם גֶע'שָׁחְטְ'ן נֶעבְּן דֶעם מִזְבֵּחַ אוֹיף דֶעם אָרְט וואוּ מְ'הָאט גֶע'שָׁחְטְ'ן דֶעם קָרְבַּן תָּמִיד יֶעדְן טָאג. זַיין טָאכְטֶער אִיז גֶעקוּמֶען שְׁרַייעֶנְדִיג זֶעהְן וָואס אִיז גֶעשֶׁעהן, אוֹי גֶעוַואלְד אִיז צוּ מִיר טַאטֶע מַיין בַּאלִיבְּטֶע אוֹיג? מְ'הָאט אִיר גֶעכַאפְּט אוּן אוֹיךְ גֶע'שָׁחְטְ'ן אוֹיף דֶעם אָרְט וואוּ מְ'הָאט גֶעשָׁחְטְ'ן אִיר פָאטֶער. אוּן אִיר בְּלוּט הָאט זִיךְ אוֹיסְגֶעמִישְׁט מִיט דִי בְּלוּט פוּן אִיר פָאטֶער.

וִוי דִי כֹּהֲנִים אוּן דִי לְוִיִים הָאבְּן גֶעזֶעהן דָאס דֶער בַּיִת הַמִקְדָשׁ בְּרֶענְט, הָאבְּן זֵיי גֶענוּמֶען זַייעֶרֶע כְּנוֹרִים וְחֲצוֹצְרוֹת אוּן צוּזַאמֶען מִיט זֵיי אֲרֵיינְגֶעשְׁפְּרִינגען אִין פַייעֶר אוּן זֶענֶען פַארְבְּרֶענְט גֶעוָוארְן. וִוי דִי מֵיידְלֶעך וָואס הָאבְּן גֶעפְלָאכְטְן כְּסֵדֶר דִי פָּרוֹכֶת פַאר דֶעם קָדְשֵׁי הַקָדָשִׁים הָאבְּן דָאס גֶעזֶעהן, זֶענֶען זֵיי אוֹיךְ אֲרֵיינְגֶעשְׁפְּרִינגען אִין פַייעֶר אוּן פַארְבְּרֶענְט גֶעוָוארְן.

וִוי צִדְקְיָהוּ הָאט דָאס גֶעזֶעהן הָאט עֶר זִיךְ גֶענוּמֶען אַנְטְלוֹיפְן אִין דֶער הֵייל וָואס גֵייט בִּיז יְרִיחוֹ דוּרְךְ וואוּ דִי וַואסֶער קוּמְט אַרַיין אִין שְׁטָאט. עֶר אִיז דָארְט גֶעגַאנְגֶען צוּזַאמֶען מִיט זַיינֶע 10 קִינְדֶער. אָבֶּער נְבוּזְרַאדָן הָאט זֵיי גֶעטְרָאפְן אוּן אִיהְם מִיט זַיינֶע 10 קִינְדֶער גֶעשִׁיקְט צוּ נְבוּכַדְנֶצַר. נַ"נַ פְרֶעגְט אִיהְם פַאר וָואס הָאסְטוּ מוֹרֵד גֶעוֶוען אִין מִיר? וִוי אַזוֹי זָאל אִיךְ דִיר דָן זַיין? אִין אַייעֶרֶע דִינִים בִּיזְטוּ חַיָיב מִיתָה וַוייל דוּ הָאסְט עוֹבֵר גֶעוֶוען אוֹיף דַיין שְׁבוּעָה, אִין מַיינֶע דִינִים אִיז אוֹיךְ אַזוֹי אַז אֵינֶער וָואס אִיז עוֹבֵר אַ שְׁבוּעָה אִיז חַיָיב מִיתָה. הָאט צִדְקְיָהוּ גֶעזָאגְט הַרְגְ'עֶ מִיךְ צוּם עֶרְשְׁט אִיךְ זָאל נִישְׁט זֶעהְן וִוי מְ'הַרְגְ'ט מַיינֶע קִינְדֶער. אוּן זַיינֶע קִינְדֶער הָאבְּן גֶעזָאגְט פַארְקֶערְט, הַרְגְ'עֶ אוּנְז דֶערְנָאךְ אוּנְזֶער טַאטֶע. נַ"נַ הָאט קוֹדֶם גֶע'הַרְגְ'ט זַיינֶע קִינְדֶער, דֶערְנָאךְ אוֹיסְגֶעשְׁטָאכְן זַיינֶע אוֹיגְן, אִיהְם אַרַיינְגֶעלֵייגְט אִין אַ אוֹיוְון אוּן גֶעפִירְט קַיין בָּבֶל. אוּן צִדְקְיָהוּ הָאט גֶעשְׁרִיגְן אַלֶע זָאלְן קוּמֶען זֶעהְן וִוי סִ'אִיז מְקוּיָם גֶעוָוארְן דִי נְבוּאָה פוּן יִרְמְיָהוּ אַז עֶר וֶועט גֶעפִירְט וֶוערְן קַיין בָּבֶל אָבֶּער עֶר וֶועט נִישְׁט זֶעהְן בָּבֶל. אוּן אִיךְ הָאבּ נִישְׁט צוּגֶעהֶערְט צוּ זַיינֶע רֵייד. אוּן יֶעצְט בִּין אִיךְ אִין בָּבֶל אָבֶּער אִיךְ קֶען אִיר נִישְׁט זֶעהְן.

יִרְמְיָהוּ הַנָבִיא גֵייט אַרוֹיס פוּן עֲנָתוֹת קוּמֶענְדִיג קַיין יְרוּשָׁלַיִם, עֶר זֶעהט אַ גְרוֹיסֶע רוֹיעֶך קוּמְט אַרוֹיס פוּן בַּיִת הַמִקְדָשׁ, הָאט עֶר גֶעמֵיינְט אַז דִי אִידְן הָאבְּן תְּשׁוּבָה גֶעטָאן אוּן גֶעבְּרֶענְגְט קָרְבָּנוֹת צוּם בַּאשֶׁעפֶער. אָבֶּער וִוי עֶר שְׁטֵייט אוֹיף דֶער חוֹמָה זֶעהט עֶר וִוי דֶער בַּיִת הַמִקְדָשׁ אִיז אִינְגַאנְצְן פַארְבְּרֶענְט אוּן דִי חוֹמוֹת פוּן יְרוּשָׁלַיִם אִינְגַאנְצְן אוֹיפְגֶעבְּרָאכְן. הָאט עֶר זִיךְ גֶענוּמֶען שְׁרַייעֶן אוּן קְלָאגְן. עֶר אִיז נָאכְגֶעגַאנְגֶען דִי וֶועגְן וִוי מְ'הָאט גֶעפִירְט דִי אִידְן אִין גָלוּת אוּן גֶעזֶעהן וִוי דֶער עֶרְד אִיז גֶעזַאפְּט מִיט בְּלוּט פוּן דִי הֲרוּגִים. עֶר הָאט זִיךְ גֶעבּוֹיגְן אוֹיף דֶער עֶרְד אוּן דָאס גֶעקִישְׁט. וִוי עֶר הָאט גֶעטְרָאפְן דִי אִידְן גֵייעֶנְדִיג צוּם גָלוּת הָאט עֶר זֵיי אַרוּם גֶענוּמֶען אוּן זֵיי גֶעקוּשְׁט אוּן גֶעוֵויינְט צוּזַאמֶען מִיט זֵיי. אוּן עֶר הָאט זֵיי גֶעזָאגְט אַז דָאס אַלֶעס אִיז צוּ זֵיי גֶעשֶׁעהן וַוייל זֵיי הָאבְּן נִישְׁט צוּגֶעהֶערְט צוּ זַיינֶע נְבוּאָה רֵייד.
משה שטינקאוויטש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 388
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 02, 2015 2:47 pm

Re: צו דערציילן ביים שבת טיש.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה שטינקאוויטש »

Ban Mazel האט געשריבן:
דער ביהמ"ק זאל דָארט אוֹיפגֶעבּוֹיט וֶוערְן.
אַמָאל זֶענֶען גֶעוֶוען צְוֵויי בְּרִידֶער וואס האבן זיך זֵייעֶר שְׂטַארק לִיבּ גֶעהַאט. דער עֶלטֶערֶער בְּרוּדֶער האט גֶעלֶעבְּט אַלֵיין. ער האט נישט גֶעהַאט קיין קִינדֶער. דער אִינגֶערֶער בְּרִידֶער האט גֶעהַאט א שְׂטוּבּ מיט קִינדֶער.
די בְּרִידֶער הָאבְּן זיך צוּטֵיילְט מיט א פֶעלְד וואס זֵייעֶר טַאטֶע האט זיי אִיבֶּערגֶעלָאזְט. די פֶעלדֶער זֶענֶען גֶעוֶוען אֵיינֶער לֶעבְּן צְוֵוייטְן.
איין נַאכט נָאכְן אָפּשְׂנֵיידְן זיין תְּבוּאָה איז דער עֶלטֶערֶער ברודער גֶעלֶעגְן אין בֶּעט און נישט גֶעקֶענט אֵיינשְׂלָאפְן. ער האט גֶעטְרַאכט פון זיין יוּנגֶערֶער בְּרוּדֶער." ער האט דאך א שְׂטוּבּ מיט קִינדֶערלֶעך און ער מוּטשֶׂעט זיך אזוי מיט פַּרנָסָה. נישט נאר דאס נאר ער האט מיר גֶעשִׂיקט זֵיינֶע זִין זיי זָאלְן מיר הֶעלְפְן". ער טְרַאכט און טְרַאכט בִּיז ער גיט א קְלַאפּ מִיט די הֶענט.
"פַארוָואס האב איך נִישׂט גֶעטְרַאכט פון דעם פְרִיעֶר. איך וועל נֶעמְן אַבִּיסְל פון מֵיין תְּבוּאָה און עס גֶעבְּן פאר מיין בְּרוּדֶער. איך וועל עס לֵייגְן אויף זיין הוֹיפְן גֶעשְׂנִיטֶענֶע תְּבוּאָה און ער וֶועט גָארנִישְׂט וִויסְן".
גֶעטְרַאכט און גֶעטוּן.
אויף דער אַנדֶערֶער זייט פון דער צוּטֵיילטֶער פֶעלד, בֵּיים אַנדֶערֶער ברודער אין שְׂטוּבּ , לִיגט דער בְּרוּדֶער און טְרַאכט. " מיין עֶלטֶערֶער ברודער, ער איז נֶעבֶּעך אַזוֹי אָן קֵיינֶעם . ער האט קֵיינֶעם אוֹיף די וֶועלט . איך הָאבּ א שְׂטוּבּ מִיט קינדער וואס מַאכְן מיר פְרֵיילִיך, זאל ער אויך זֵיין פְרֵיילִיך. איך וועל אים טְרָאגְן אַבִּיסְל פון מיין תבואה, און ער וועט מֵיינֶען אז דער אייבערשטער האט אים גֶעמַאכט א נֵס און עס איז גֶעוָוארְן מער פון זיין וֵוייץ".
אזוי גֵייעֶן בֵּיידֶע ברידער מיט די וֵוייץ אויף זֵייעֶרֶע אַקסְלֶען און זיי גייען עס טְרָאגְן צו די אַנדֶערֶע ברודער. עס איז געווען פַארטָאגְס , מען האט נישט גֶעקֶענט זעהן פּוּנקְטְלִיך וואס עס טוט זיך אִינדְרוֹיסְן. מִיטאַמָאל זֶעהט דער עלטערער ברודער ווי עֶפּעֶס קוּמט אים אַנטְקֶעגְן. ער האט זיך זייער דֶערשְׂרָאקְן ווייל ער האט נישט גֶעקֶענְט זעהן אויב דאס איז א מֶענְטְשׂ אָדֶער א חַיָה.
די בְּרִידֶער גֵייעֶן וֵוייטֶער ביז זיי טְרֶעפְן זיך.
די ברידער האבן זיך אָנגֶעקוּקט, און זיי הָאבְּן זיך אַרוּמגֶענוּמְן און גֶעקוּשׂט אֵיינֶער דעם צְוֵוייטְן.
אין הִימְל איז גֶעוָוארְן א גרויסע גֶערִידֶער פון די גְרוֹיסֶע לִיבְּשַׂאפט פון די צְוֵויי ברידערס האט מען דַאן בַּאשְׂטִימט אז דער ביהמ"ק זאל דָארט אוֹיפגֶעבּוֹיט וֶוערְן.
וֶוען אידן הָאבְּן זיך לִיבּ אֵיינֶער דעם צְוֵוייטְן האט אוּנז דער אייבערשטער ליב און רוּט צְוִוישְׂן אוּנז אוּן בּוֹיט זיין הוֹיז דער ביהמ"ק צְוִוישְׂן די אִידְן און אוֹיבּ ח"ו איז דא מַחלוֹקוֹת מיט קְרִיגֶערֵייעֶן צווישן די אידישע קינדער דֶען וֶוערט דער ביהמ"ק חָרוּב אוּן עס וֶוערט נִישׂט אוֹיפגֶעבּוֹיט.
וְיְהִי רָצוֹן שֶׂהַיָמִים הָאֵלוּ יִתְהַפְּכוּ לְשָׁשׁוֹן וּלְשִׁמְחָה בב"א



whats the mekor of the story , i think it comes from the muslims
משה שטינקאוויטש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 388
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 02, 2015 2:47 pm

Re: צו דערציילן ביים שבת טיש.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה שטינקאוויטש »

http://forum.otzar.org/viewtopic.php?t=10568

מחיפוש באוצר מצאתי שלראשונה היא הובאה בספר 'מקוה ישראל' לרבי ישראל מקושטא רבה של ליוורנו (קושטא תרי"א). ומשם הועתקה בספר 'מעשה ניסים' (באגדד תר"ס).

מצאתי על כך מאמר שלם בקובץ 'ירושלים' ח"ד (ירושלים תשי"ג) מאת הרב אלכסנדר שייבר, שם הוא טוען שמקורה של אגדה זו היא אצל הערבים ולאחריה אצל הנוצרים....

ראו כאן כיצד אגדה זו התגלגלה עד שכבר הפכה להיות 'מדרש':

מעניין מאד, ידוע ששאלו זאת קמיה מרן הגר"ח קנייבסקי שליט"א ואמר שאין לזה מקור. [תורני הכוונה..]


אמר לי הגרח"ק: "אין לזה מקור, אומרים שזה מהגויים".
ירקרקות
שר חמש מאות
תגובות: 556
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 01, 2021 11:40 am

Re: צו דערציילן ביים שבת טיש.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ירקרקות »

משה שטינקאוויטש האט געשריבן:http://forum.otzar.org/viewtopic.php?t=10568

מחיפוש באוצר מצאתי שלראשונה היא הובאה בספר 'מקוה ישראל' לרבי ישראל מקושטא רבה של ליוורנו (קושטא תרי"א). ומשם הועתקה בספר 'מעשה ניסים' (באגדד תר"ס).

מצאתי על כך מאמר שלם בקובץ 'ירושלים' ח"ד (ירושלים תשי"ג) מאת הרב אלכסנדר שייבר, שם הוא טוען שמקורה של אגדה זו היא אצל הערבים ולאחריה אצל הנוצרים....

ראו כאן כיצד אגדה זו התגלגלה עד שכבר הפכה להיות 'מדרש':

מעניין מאד, ידוע ששאלו זאת קמיה מרן הגר"ח קנייבסקי שליט"א ואמר שאין לזה מקור. [תורני הכוונה..]


אמר לי הגרח"ק: "אין לזה מקור, אומרים שזה מהגויים".


ס'דא אויף די מעשה א שיינע ליד אין אידיש, כמדומה פון ר' יו"ט ערליך...
Ban Mazel
שר האלף
תגובות: 1959
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 01, 2019 2:36 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Ban Mazel »

קמצא און בר קמצא
די גמרא זאגט אז די ערשטע בית המקדש איז חרוב געווארן ווייל די אידן האבן עובר געוועהן אויף הארבע עבירות, אבער ביי דעם צווייטען בית המקדש האבן די אידן געלערנט און געטוהן מצוות, נאר זיי האבן פיינט געהאט איינער דעם צווייטען און זיי האבן געמאכט מחלוקת, עס איז געוועהן שנאת חנם, און נאר וועגן די עבירה איז דאס צווייטע בית המקדש חרוב געווארן, און וועגן דעם זענען מיר אלע אין גלות שוין כמעט צוויי טויזענט יאהר ביז צום היינטיגען טאג, דאס קענען מיר זעהן פון די מעשה פון "קמצא בר קמצא".
אין ירושלים האט געוואוינט א מענטש וואס האט געהאט א חבר "קמצא" און זיין פיינט האט געהייסען "בר קמצא". דער מענטש האט אמאהל געמאכט א גרויסע סעודה, און ער האט געשיקט רופן זיין חבר "קמצא, צו די סעודה, דער באדינער האט נישט פונקטליך געהערט און ער האט בטעות גערופן זיין פיינט "בר קמצא". ווען דער בעל הבית איז אריינגעקומען אין שטוב און ער האט געטראפן זיין פיינט "בר קמצא" זיצט ביי די סעודה האט ער צו איהם געזאגט: "דו ביסט דאך מיין שונא פון לאנג, וואס האסט דו צו טוהן ביי מיין סעודה? שטיי אויף און גיי ארויס!". האט "בר קמצא געזאגט: "איך בעהט דיך פארשעם מיך נישט, לאז מיך דא בלייבען און איך וועל דיר באצאהלען וואס איך וועל עסען און טרונקען". האט דער מענטש געענטפערט "איך וויל דיך נישט דא האבן" "איך וועל דיר צאהלן א העלפט וואס עס קאסט די גאנצע סעודה" "ניין!". איך וועל דיר באצאהלן וויפיהל עס קאסט די גאנצע סעודה אבער לאז מיר נאר דא בלייבען און פארשעם מיך נישט!" "ניין!". ער האט אהנגעכאפט בר קמצא ביי די האנט און האט איהם ארויסגעווארפן. בר קמצא האט צו זיך געזאגט: ס'איז דאך דארט געזעסן אסאך חשוב'ע רבנים און זיי האבן נישט געשטערט מן הסתם האבן זיי מסכים געוועהן מיך צו פארשעמען, איך וועל פאהרען קיין רוים און איך וועל זיי מסר'ן צום קיסר [קעניג], ער איז געפאהרען קיים רוים און ער האט געזאגט צום קיסר: "די אידן האבן ווידער געשפעניגט קעגן דיר". האט דער קיסר געזאגט: "ווער זאגט? אפשר זאגסטו ליגענט" האט בר קמצא געזאגט "שיק א קרבן קיין ירושלים מען זאל דאס מקריב זיין און דאן וועסטו זעהן אויב זיי וועלן דאס מקריב זיין".
דער קיסר האט דעמאלס געשיקט א דריי יאריקער קאלב קיין ירושלים מיט בר קמצא, בר קמצא האט אין מיטן וועג געמאכט א מום אין די ליפן (טייל זאגן אין די אויגן) וואס ביי אונז אידן איז דאס א מום אבער ביי די גוים הייסט עס נישט קיין מום, כדי די אידן זאלן דאס נישט מקריב זיין און זיי זאלן נישט קענען זאגען פאר'ן קיסר אז עס האט געהאט א מום, ווען בר קמצא איז אהנגעקומען קיין ירושלים האבן די רבנים געוואלט מקריב זיין דעם קרבן, כדי נישט צו דערצערענן דעם קיסר, רבי זכרי' בן אבקילס האט אבער געזאגט: "מענטשען וועלן זאגן אז מען מעג מקריב זיין א קרבן מיט א מום". בר קמצא איז געגאנגען און צוריק געברענגט דעם קאלב צום קיסר און געוויזן אז די אידן האבן טאקע מורד געוועהן אין איהם.
האט ר' יוחנן געזאגט אז דאס פרומקייט און עניוות פון רבי זכרי' האט חרוב געמאכט דאס בית המקדש און אונז געשיקט אין גלות.
נירון קיסר איז געקומען קיין ירושלים. ווען ער איז שוין געוועהן נאנט צו ירושלים האט ער געוואלט אויספרואווען זיין מזל, האט ער געשאסן א פייל אויף מזרח זייט האט זיך די פייל אומגעקערט און געפאלען אויף ירושלים, האט ער געשאסן א פייל אויף מערב איז עס אויך געפאלען אויף ירושלים, אויף וועלכע זייט ער האט נאר געשאסן איז עס אלץ געפאלען אויף ירושלים, האט ער פארשטאנען אז ער וועט די שטאט אייננעמען, דערנאך האט ער געטראפן א קליין קינד, און ער האט געזאגט צו איהם: זאג מיר דיין פסוק וואס דו האסט היינט געלערנט? האט דאס קינד געענטפערט "ונתתי נקמתי באדום וגו'". האט נירון קיסר געזאגט "דער אויבערשטער וויל זיין הויז חרוב מאכן און נאכדעם וויל ער נקמה נעמען פון דעם וואס האט עס געטוהן?" ער איז אוועק געלאפן און ער האט זיך מגייר געוועהן און עס איז ארויסגעקומען פון איהם דער הייליגער תנא ר' מאיר.

ב
דער קיסר האט דעמאלס געשיקט אספיינוס קיסר און ער איז געקומען קיים ירושלים און ער האט באלאגערט די שטאט ירושלים דריי יאהר. אין ירושלים האבן געוואוינט דריי עשירים: נקדימון בן גריון. בן כלבא שבוע. און בן ציצית הכסת. איינער פון זיי האט געזאגט איך וועל שפייזען די גאנצע שטאט מיט וויין, זאלץ און אויל. דער אנדערער האט געזאגט: אז איך וועל שפייזען די גאנצע שטאט מיט ווייץ און גערשטען. און דער דריטער האט געזאגט אז ער וועט שפייזען די גאנצע שטאט מיט האלץ. זיי האבן געהאט גענוג צו שפייזען די גאנצע שטאט איין און צוואנציג יאהר!.
אין שטאט זענען דעמאלס געוועהן אסאך שלעכטע מענטשן זיי האבן געהייסען "בריונים" די חכמים האבן געזאגט צו די בריונים "לאמיר ארויסגיין פון שטאט און מאכען שלו' מיט די רוימים". און די בריונים האבן געזאגט: לאמיר גיין האלטען מלחמה מיט די רוימים. די חכמים האבן דאס נישט געוואלט ווייל זיי האבן געוואוסט אז מען וועט נישט געווינען די מלחמה און דאס בית המקדש וועט חרוב ווערן. זענען די בריונים געגאנגען און האבן פארברענט אלע אוצרות כדי מען זאל נישט האבן וואס צו עסען וועט מען מוזן גיין מלחמה האלטען און עס איז געווארען א גרויסע הונגער אין שטאט. ר' יוחנן בן זכאי איז געגאנגען שפאצירן אין די גאסן פון ירושלים האט ער געזעהן ווי מענטשען קאכן שטרוי און טרונקען דאס וואסער ווייל עס איז שוין נישט געוועהן קיין עסן אין שטאט, האט ער געזאגט: "מענטשען וואס קאכען שטרוי און טרונקען דאס וואסער וועלן דען קענען זיך א קעגן שטעלן קעגן דאס מיליטער פון אספיינוס?" עס איז נישטא קיין אנדערע עצה נאר אז איך זאל ארויס פון שטאט.
אבא סיקרא איז געוועהן דער עלסטער פון די בריונים און ער איז געוועהן א זוהן פון ר' יוחנן'ס שוועסטער, ר' יוחנן בן זכאי האט געשיקט רופן נאך איהם ער זאל קומען צו איהם בסוד, און ר' יוחנן האט געזאגט צו איהם: "ווי לאנג נאך וועסטו אזוי טוהן און לאזן יעדן איינעם שטארבען פון הונגער?". האט אבא סיקרא געזאגט וואס זאל איך טוהן? אויב איך וועל זיי עפעס זאגען וועלן זיי מיך הרג'נען! האט ר' יוחנן געזאגט "געב מיר א עצה ווי אזוי איך זאל קענען ארויסגיין פון די שטאט אפשר וועל איך קענען כאטש עפעס ראטעווען. האט אבא סיקרא געזאגט: טוה אזוי! מאך דיך קראנק און אלע מענטשען וועלן קומען דיך מבקר חולה זיין דערנאך זאל מען לייגען א שטיק נבילה פלייש נעבן דיר וואס דאס האט א שלעכטע גערוך און מען וועט מיינען אז דו ביסט געשטארבען, אזוי וועט מען דיך לאזן ארויסטראגען צו באגראבען אויסער די שטאט, און נאר דיינע תלמידים זאלן דיך טראגען כדי מען זאל נישט וויסען אז דו לעבסט ווייל א לעבעדיגע מענטש איז גרינגער ווי א טויטע.
ר' יוחנן האט אזוי געטוהן. ר' אליעזר האט איהם אהנגעכאפט צו קאפינס און ר' יושע צו פוס'נס און מען האט איהם ארויסגעטראגען פון ירושלים, מען האט איהם געטראגען ביז אספיינוס. ר' יוחנן האט זיך געשטעלט פאר אספיינוס און געזאגט צו איהם: "שלום עליכם קעניג! שלום עליכם קעניג!" אספיינוס האט זיך געבייזערט און געזאגט צו איהם "דו ביסט צוויי מאהל חייב מיתה! איינמאהל ווייל דו האסט מיך גערופן קעניג און איך בין נישט קיין קעניג, און אויך, אויב איך בין יא א קעניג פארוואס ביזט דו נישט געקומען צו מיר ביז יעצט?" האט ר' יוחנן געענטפערט: באמת ביסטו יא א קעניג, און אויף די צווייטע שאלה – האב איך נישט געקענט פריער קומען ווייל די בריונים האבן מיך נישט געלאזט." אזוי ווי זיי האבן גערעדט איז געקומען א שליח פון רוים און האט געזאגט צו אספיינוס "שטיי אויף! דער קיסר פון רוים איז געשטארבען און מען האט דיך אויפגענומען אלץ נייע קעניג". אספיינוס איז געוועהן אהנגעטוהן איין שיך, האט ער געוואלט אהנטוהן דעם צווייטען האט ער נישט געקענט, האט דער קיסר געפרעגט ר' יוחנן בן זכאי "וואס איז דאס?" האט ר' יוחנן געענטפערט: "זארג דיך נישט, דו האסט געהערט א גוטע בשורה איז דיין ביין פעט געווארן אזוי ווי עס שטייט אין פסוק: "שמועה טובה תדשן עצם" נו וואס זאל איך טוהן? "לאז דיין פיינט דורך גיין פאר דיר וועט דיין ביין מאגער ווערן. האט דער קיסר אזוי געטוהן איז די שיך אראפגעקומען. אספיינוס האט געזאגט: איך מוז יעצט פאהרען קיין רוים און איך וועל שיקן א אנדערן אויף מיין ארט. נאר בעהט עפעס פון מיר און איך וועל דאס טוהן. האט ר' יוחנן געזאגט: "געב מיר די שטאט יבנה און איהרע חכמים און מאך עס נישט חרוב, און לאז לעבן די משפחה פון רבן גמליא'ל וואס ער קומט פון דוד המלך, און געב מיר א דאקטער צו היילען ר' צדוק". ווייל פאר ר' צדוק זענען די געדערם איינגעשרימפען געווארען פון וועגן אזוי פיהל פאסטען וואס ער האט געפאסט אז דאס בית המקדש זאל נישט חרוב ווערן. ר' עקיבא האט געזאגט אז דער אויבערשטער האט צוגענומען דאס שכל פון ר' יוחנן ווייל ער האט געדארפט בעהטן פון אספיינוס אפצולאזן ירושלים. אבער ר' יוחנן האט געטראכט אז אויב ער וועט בעהטען אזא גרויסע זאך וועט ער אפילו די קליינע אויך נישט טוהן.
ג
אספיינוס איז געפאהרען קיין רוים און ער האט געשיקט זיין זוהן טיטוס הרשע קיין ירושלים. ער האט איינגענומען די שטאט און ער האט געזאגט: "וואו איז דער ג-ט פון די אידן וואס זיי פארלאזען זיך אויף איהם פארוואס קומט ער זיי נישט העלפן?" ער איז אריין געגאנגען אין קודש הקדשים וואס קיינער האט נישט געטארט אריינגיין נאר דער כהן גדול יום כיפור, און ער האט גענומען א ספר תורה און ער האט דאס אויסגעשפרייט אויף די ערד און ער האט דארט געטוהן שלעכטע זאכען. ער האט געמאכט די פרוכת אזוי ווי א קארב, ער האט אריינגעלייגט אין דעם אלע כלים פון בית המקדש, און ער האט עס אריינגעלייגט אין א שיף ער זאל זיך קענען גרויסהאלטען מיט זיי אין רוים.
ווען ער איז געפאהרען מיט די שיף אויפן ים איז געווארען א גרויסע שטורם אויפן ים און די שיף איז כמעט דערטראנקען געווארען. האט טיטוס הרשע געזאגט: "זעהט זיך אויס אז די ג-ט פון די אידן איז נאר שטארק אויפן וואסער, פרעה איז געקומען האטער איהם דעטראנקען אין ים, סיסרא איז אויך דערטראנקען געווארען אין וואסער און אזוי טוהט ער מיט מיר. אויב ער איז שטארק זאל ער מלחמה האלטען מיט מיר אויף דער טריקעניש". איז דעמאלס ארויס א בת קול פון הימעל און האט עזאגט: "דו רשע בן רשע. דו אייניקל פון עשו הרשע, איך האב א קליין באשעפעניש אויף די ערד וואס הייסט א פליג, קום אויף די טרוקעניש און מאך מיט איהר א מלחמה". ער איז ארויס אויף די טרוקעניש איז איהם די פליג אריין געפלויגן אין די נאז און עס האט איהם געלעכערט דעם מוח זיבן יאהר.
איינמאהל איז ער אדורך די טיהר פון א שמיד האט זיך די פליג דעשראקען פון דעם קול פון דעם האמער און האט אויפגעהערט צו לעכערן טיטוס קאפ, האט טיטוס געזאגט "ס'איז דאך דא א עצה". יעדן טאג האט מען געברענגט א שמיד ער זאל פאר איהם קלאפן מיט'ן האמער. פאר א גוי'שער שמיד האט ער געצאהלט פיהר זוזים, און פאר א איד האט ער גארנישט געצאהלט, ער האט געזאגט "ס'איז גענוג אז דו זעהסט די נקמה פון דיין שונא". ביז דרייסיג טעג איז די פליג שטיל געבליבען דורך די קול פונעם האמער, דערנאך איז די פליג געווארען צוגעוואוינט צום קלאפן און עס האט ווייטער געבויערט ביז ער איז געשטארבען.
רבי פנחס בן ארובא האט געזאגט: "איך בין געוועהן צווישען די חשוב'ע מענטשן פון רוים ווען ער איז געשטארבען, זיי האבן געעפענט זיין קאפ און זיי האבן געפונען דעם פליג. איז זי געוועהן אזוי גרויס ווי א פויגל, איהר מויל איז געוועהן פון קופער, און איהרע נעגעל פון אייזען.
אזוי ווי מיר האבן שוין פריער געזאגט איז דאס ערשטע בית המקדש חרוב געווארען וועגן עבודה זרה, גילוי עריות, און שפיכת דמים. און ביי דעם צווייטען בית המקדש האבן די אידן געלערנט און געדאווענט און געטוהן מצוות נאר עס איז געוועהן צווישן זיי שנאת חנם, זעהן מיר פון דעם אז שנאת חנם איז ערגער ווי די דריי גרויסע עבירות, און ווייל מען האט מבייש געוועהן בר קמצא און מען האט איהם ארויסגעטריבען פון די סעודה האט דאס גורם געוועהן אז דער אויבערשטער האט חרוב געמאכט דאס בית המקדש. איבער דעם דארפן מיר זעהן מען זאל קיינעם נישט פארשעמען און קיינעם נישט פיינט האבן און מיט קיינעם נישט מאכען קיין מחלוקת נאר אדרבה, מען זאל יעדן איינעם ליעב האבן אזוי ווי זיך אליינס, און אין דעם זכות וועט דער אויבערשטער אונז אויסלייזען פון דעם גלות און ער וועט אויפבויען דאס דריטע בית המקדש במהרה בימינו אמן.
Ban Mazel
שר האלף
תגובות: 1959
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 01, 2019 2:36 am

Re: צו דערציילן ביים שבת טיש.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Ban Mazel »

מרתא בת בייתוס

מרתא בת בייתוס איז געוועהן די רייכסטע אין ירושלים. האט זי געזאגט צו איהר קנעכט גיי אויפן מארק און קויף מיר ווייס זעמעל מעהל, ביז ער איז געקומען אויפן מארק איז שוין אלעס פארקויפט געווארען, איז ער געקומען און געזאגט: קיין ווייס זעמעל מעהל איז שוין נישטא, נאר דאס פראסטע ווייסע מעהל איז דא, האט זי געזאגט: גיי קויף, און איידער ער איז געגאנגען קויפן האט ער דאס ווייסע אויך פארשפעטיגט, איז ער ווידער געקומען און געזאגט: ווייס מעהל איז שוין אויך נישטא נאר גראב מעהל איז דא, האט זי געזאגט גיי קויף. און איידער ער איז געגאנגען האט ער דאס שוין אויך פארשפעטיגט, איז ער געקומען און געזאגט: קיין גראב מעהל איז שוין אויך נישטא, נאר גערשטען מעהל איז דא. האט זי געזאגט: גיי קויף. און איידער ער איז געגאנגען האט ער דאס שוין אויך פארשפעטיגט. האט זי זיך נאך נישט געהאט אהנגעטוהן איהרע שיך, האט זי געזאגט: איך וועל אליין גיין זעהן, אפשר וועל איך באקומען עפעס צו עסען.
ווען זי איז געגאנגען האט זיך איהר אהנגעקלעפט צואה פון א בהמה אויף איהרע פוס, און זי האט זיך פארעקעלט און זי איז פון דעם געשטארבען, ווייל זי איז געוועהן זייער איידעל.
עס זענען דא וואס זאגען אז נישט פון דעם איז זי געשטארבען, נאר זי האט אויפגעגעסען די פייג פון ר' צדוק און פון דעם איז זי געשטארבען. ווייל ר' צדוק האט געוואוסט אז דאס בית המקדש גייט חרוב ווערן, האט ער געפאסט פערציג יאהר אז עס זאל נישט חרוב ווערן, און ווען ער האטגעגעסען האט מען געזעהן פון אויסענווייניג וואס ער האט געגעסען, און יעדע נאכט ווען ער האט געוואלט אויספאסטען האט מען געברענגט א פייג און ער האט ארויסגעזויגען די אינעווייניגסטע און ער האט דאס נאכדעם אוועק געווארפן, און די פייג האט מרתא געטראפן און פאר גרויס הונגער האט זי דאס אויפגעגעסען, און זי איז פון דעם געשטארבען ווייל זי האט זיך פאר'מיאוס'ת.
ווען זי האט געהאלטען ביים שטארבען, האט זי געהייסען נעמען איהר גאלד און זילבער, און ווארפן אויף די גאסען, און האט געזאגט: וואס דארף איך דאס נאכ'ן טויט?.
אזוי איז מקוים געווארן דער פסוק אין יחזקא' ז' "כספם בחוצות ישליכו" זייער זילבער און גאלד וועלן זיי ווארפן אין די גאסען.

וועגן א האן מיט א הינדעל איז חרוב געווארן די שטאט טור מלכא. ווייל עס פלעגט זיין א מנהג ווען מען האט געפיהרט א חתן מיט א כלה אונטער די חופה, האט מען געטראגען פאר זיי א האן מיט א הינדל, צו ווייזען אז זיי זאלן זיך מערן אזוי ווי די הינער.
איינמאהל איז אדורך געגארנגען די ארמיי פון רוים, און האבן אוועק גענומען די הינער. זענען די אידן זיי באפאלען. איז דאס ארמיי געקומען אויף זיי, צווישן זיי איז געוועהן איינער וואס האט געהייסען "בר דרומה". ער פלעגט געבען איין שפרונג אויף איין מייל און האט גע'הרג'ט אלע וואס זענען געשטאנען אין דעם מייל, האט דער שר הצבא פון די רומים געזאגט: "רבונו של עולם! אויב דו ווילסט אז איך זאל אומקומען, זאלסטו נישט איבערגעבען מיך מיט מיין פאלק אין די הענט פון איין מענטש".
און דער בר דרומה האט איהם זיין מויל געשטרויכעלט ווייל ער האט געזאגט: "דו ג-ט האסט אונז פארלאזט און דו גייסט נישט אין אונזערע מלחמות". איז ער געגאנגען אין בית הכסא איז געקומען א שלאנג און האט איהם געלאזט א גיפט אין זיינע געדערים, און ער איז געשטארבען,
האט דער שר הצבא געזאגט: "ווייל ג-ט האט מיר געטוהן א נס, דערפאר וועל איך אצינד גארנישט טוהן פאר די שטאט" און ער איז אוועק געגאנגען פון די שטאט.
אזוי ווי די אידן האבן דאס געזעהן אז ער איז אוועקגעגאנגען, זענען זיי פרייליך געווארן, און זיי האבן געגעסן און געטרונקען און אהנגעצינדען אסאך ליכט, ביז מען האט געקענט פאר איין מייל פון די שטאט דאס שריפט וואס איז געוועהן אויף דעם רינגעל פון א פינגער.
אזוי! האט דער שר הצבא געזאגט, "זיי שפעטען און זענען פרייליך"! האט ער זיך ווידער אומגעקערט צו די שטאט, זאגן די חכמים אז דריי הונדערט טויזענט מענטשן מיט בלויזע שווערדן זענען מיט איינמאהל אריין אין שטאט, און האבן גע'הרג'ט דריי טעג און דריי נעכט און אין זייט פון די שטאט האט מען געוויינט און געקלאגט, און אין די אנדערע זייט שטאט האבן זיי געטאנצט, און זיי האבן נישט געוואוסט איינער פון אנדערען אזוי גרויס איז געוועהן די שטאט.
עס שטייט אין פסוק [איכה ב'] "בילע ה' ולא חמל אל כל נאות יעקב" דאס איז טייטש אז ג-ט האט פארדארבען און ער האט זיך נישט דערבארעמט אויף איבער אלע וואוינונג פון יעקב, דאס מיינט מען אז ינאי המלך האט געהאט זעקס הונדערט טויזענט שטעט, און אין יעדע שטאט איז געוועהן אזויפיהל אידן וואס זענען ארויס פון מצרים, און דריי שטעט זענען געוועהן וואס אין יעדע פון זיי איז געוועהן דאפעלט ווי עס איז ארויס פון מצרים, און זיי האבן געהייסען: כפר סכניא, כפר שחלים, און כפר דכריא. און זיי זענען אלע חרוב געווארען, פארוואס זענען זיי חרוב געווארען, ווייל זיי האבן נישט ריכטיג געטרויערט אויפן חורבן בית המקדש.
Ban Mazel
שר האלף
תגובות: 1959
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 01, 2019 2:36 am

Re: צו דערציילן ביים שבת טיש.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Ban Mazel »

מעשה בר כזיבא וחורבן ביתר

א
צוויי און פופציג יאר האט די שטאט ביתר אויסגעהאלטן אקעגן די רומיים נאך דעם חורבן פון ירושלים און דער בית המקדש. דערנאך איז עס חרוב געווארן אויך אין תשעה באב. די מעשה איז געווען אזוי:
דער מנהג איז דעמאלס געווען אז ווען א קינד איז געבוירן געווארן האט מען איינגעפלאנצט א טענען בוים אין גארטן. ווען דאס קינד איז אויפגעוואקסן און האט חתונה געהאט האט מען געמאכט די חופה שטאנגען פון דעם בוים. איינמאל איז די טאכטער פונ'ם קיסר דורך געפארן און עס האט זיך צובראכן איר וואגן. אירע קנעכט האבן אראפגעשניטן א טענען בוים צו פארעכטן דעם וואגן. ווען די יודען האבן דאס געזען האבן זיי באפאלען די קנעכט און זיי געשלאגן. די קנעכט האבן דאס באלד דערציילט פאר'ן קיסר און זיי האבן געזאגט "די יודען ווידערשפעניגן אין דיר, גיי מאך מיט זיי א מלחמה"!
אכציג טויזנט סאלדאטן האבן באלאגערט [ארום גענומען] די שטאט ביתר. אין ביתר האט געוואוינט א שטארקע מענטש, א גיבור, מיט'ן נאמען "בר כוזיבא" [ער האט אויך געהייסן בר כוכבא]. ער האט געהאט א מיליטער פון צוויי הונדערט טויזנט יונגע יודען מיט אפגעהאקטע פינגער! [זיי האבן זיך געמוזט אפהאקן זייערע פינגער צו ווייזן זייער שטארקייט]. האבן די חכמים געזאגט צו עם "ווילאנג וועסטו נאך מאכן די יודען בעלי מומין?". האט בר כוזיבא זיי געזאגט "ווי אזוי דען קען איך זעהן ווער איז שטארק?" די חכמים האבן עם געענטפערט "ווער עס קען ארויסרייסען א טענען בוים רייטענדיג אויף א פערד קענסטו אריין נעמען אין דיין מיליטער. האט ער דאן צוזאמגעקליבן נאך! צוויי הונדערט טויזנט פון די גיבורים און ער האט אלעס צוזאמען געהאט פיר הונדערט טויזנט גיבורים.
וואס איז געווען די שטארקייט פון בר כוזיבא? ער פלעגט כאפן די גרויסע שטיינער וואס די רומיים האבן געווארפן אויף די יודען און ער האט זיי צוריק געווארפן אויף זיי און אזוי געהרג'ט אסאך מענטשן.

ב
דריי און א האלב יאר האט אנדרינוס קיסר מיט זיין מיליטער באלאגערט די שטאט ביתר. ס'האט דארט געוואוינט דער גרויסער תנא ר' אלעזר המודעי. ער איז געזעסן א גאנצן טאג אנגעטון מיט א זאק און געפאסט. ער האט כסדר מתפלל געווען "רבונו של עולם, מאך נישט היינט קיין משפט אויף אונז"!
ווען אנדרינוס האט געזען אז ער קען נישט איין נעמען די שטאט, האט ער געוואלט זיך צוריק אהיים קערן. האט א כותי עם געזאגט "ווילאנג דער האן [מיינענדיג ר' אלעזר וואס האט כסדר געדאוונט] באדעקט זיך מיט אש וועסטו נישט קענען געווינען, ווארט פאר מיר און איך וועל ערלעדיגען אז דו זאלסט נאך היינט אייננעמען די שטאט"! ער איז אריין געקראכן אין די שטאט און ער האט דארט געטראפן ר' אלעזר המודעי דאווענען. ער האט זיך געמאכט אזוי ווי ער זאגט אריין א סוד אין זיין אויער כדי מ'זאל מיינען אז ר' אלעזר וויל אויסזאגן ווי אזוי אנדרינוס זאל קענען אריין קומען אין שטאט זי איינעמען! מען האט דאס דערציילט פאר בר כוזיבא. ער האט געלאזט רופן דעם כותי און בר כוזיבא האט עם געפרעגט וואס ער האט גערעט מיט ר' אלעזר. האט דער כותי געזאגט אז ער קען עם דאס נישט ענטפערן... בר כוזיבא האט דאן טאקע געמיינט אז ר' אלעזר וויל איבערגעבן די שטאט פאר די גוים, און ער האט געהייסן ר' אלעזר קומען פאר עם. ווען ר' אלעזר איז געקומען האט ער עם געפרעגט "וואס האט דער כותי געזאגט צו דיר?" האט ער געענטפערט "איך ווייס נישט וואס ער האט מיר געזאגט, איך האב געהאלטן אינמיטן דאווענען און איך האב גארנישט געהערט"! "און וואס האסטו עם געזאגט?" "גארנישט". בר כוזיבא האט זיך שטארק אויפגערעגט און ער האט עם געשטויסן מיט זיין פוס, און ער האט עם געהרג'ט!. דאן האבן די עבירות גורם געווען און די שונאים האבן איינגענומען די שטאט און געהרג'ט בר כוזיבא.

ג
מ'האט געברענגט די קאפ פון בר כוזיבא צו אנדרינוס קיסר. האט ער געפרעגט "ווער האט עם געהרג'ט?" האט א כותי געענטפערט אז ער האט עם געהרג'ט. האט דער קיסר געזאגט "גייט און ברענגט זיין קערפער". מ'איז געגאנגען טוהן דעם באפעל פונ'ם קיסר, און מ'האט געטראפן א שלאנג געוויקלט ארום זיין האלדז. האט אנדרינוס זיך אנגערופן "אויב דער אויבערשטער וואלט עם נישט געהרג'ט, ווער וואלט עם געקענט הרג'נען?"

די רומיים זענען אריין אין ביתר און האבן דארט געהרג'ט מענער פרויען און קינדער ביז דאס בלוט איז אריינגערונען אין ים הגדול וואס איז געוועהן א מייל אוועק פון שטאט.
די חכמים זאגען אז עס איז געוועהן א גרויסע טייך וואס האט געהאט צוויי חלקים וואסער און איין חלק בלוט פון די הרוגי ביתר" זיבען יאהר האבן זיי דארט נישט געדארפט באמיסטיגען זייערע פעלדער, ווייל דאס בלוט פון די הרוגי ביתר איז דארט געלעגען.
אנדרינוס האט געהאט גאר א גרויס וויינגארטן און ער האט געמאכט א וואנט ארום מיט די געהרג'טע פון ביתר. ער האט געמאכט א גזירה אז מ'זאל נישט באגראבן די געהרג'טע פון ביתר [הרוגי ביתר]. עס איז געשען א נס אז די מתים זענען געבליבן פריש און זענען נישט פארפוילט געווארן.
יאהרן שפעטער איז אויפגעשטאנען א אנדערע קעניג און ער האט יא געלאזט באגראבן די טויטע, יענע טאג איז געוועהן חמשה עשר באב, איבער דעם [און אויך אנדערע טעמים] מאכן מיר יענעם טאג א שטיקל יום טוב און מען זאגט נישט קיין תחנון. דעם טאג וואס מען האט געלאזט באגראבן די הרוגי ביתר האבן די חכמים אין יבנה מתקן געוועהן צו זאגו די פערטע ברכה ביים בענטשען, דאס הייסט ברכת הטוב והמטיב. הטוב – אז זיי זענען נישט פארפוילט געווארן, והמטיב – אז מען האט זיי געלאזט באגראבן.

ר' חייא זאגט: א זקן פון ירושלים האט מיר געזאגט: אז אין דעם טאהל האט נבוזרדן גע'הרג'ט צוויי הונדערט און צעהן טויזענט מענטשען, און אין ירושלים האט ער גע'הרג'ט פיהר און ניינציג מאהל צעהן טויזענעט מענטשען אויף איין שטיין ביז דאס בלוט איז גערונען צו די בלוט פון זכרי' הנביא וואס די אידן האבן איהם גע'הרג'ט אין בית המקדש, און ווען נבוזרדן האט געזעהן דאס בלוט וואס זיד און הערט נישט אויף, האט ער געפרעגט די אידן, "וואס פאר א בלוט איז דאס?, וואס די בלוט וויל נישט שווייגען"? האבן זיי געזאגט: דאס איז בלוט פון די קרבנות וואס איז פארגאסן געווארען און וויל נישט רוהען, האט ער געהייסען ברענגען בלוט פון קרבנות און ער האט עס צוגעגליכען און עס איז נישט געוועהן גלייך, האט ער געזאגט: וועט איהר מיר זאגען דעם אמת איז גוט, און ווען נישט וועל איך רייסען אייער פלייש מיט אייזערנע קעמלאן!.
האבן די אידן געזאגט: וואס זאלן מיר לייקענען? מיר האבן געהאט א נביא צווישן אונז, וואס האט אונז געשטראפט ווייל מיר האבן שלעכטץ געטוהן האבן מיר נישט געוואלט ליידען, האבן מיר איהם גע'הרג'ט, און עס איז שוין אסאך יאהרן וואס זיין בלוט וויל נישט רועהן.
האט נבוזרדן געזאגט: איך וועל דאס בלוט מאכען רועהן! און ער האט גענומען די חשובע לייט פון די אידן, די גרויסע סנהדרין און די קליינע סנהדרין, און ער האט זיי גע'הרג'ט אויף דעם בלוט, און דאס בלוט האט נישט געוואלט רועהן, האט ער גענומען בחורים און בתולות און האט זיי גע'הרג'ט אויף דעם בלוט און עס האט נאך אלץ נישט געוואלט רועהן, האט ער גענומען קינדער פון חדר און ער האט זיי גע'הרג'ט אויף דעם בלוט, און די בלוט האט נאך אלץ נישט גערוהט, האט נבוזרדן געזאגט: זכרי'! איך האב שוין אלע חשובע לייט גע'הרג'ט, און דיין בלוט וויל נישט רועהן! ווילסט דו אז איך זאל אלע הרג'נען?, איז באלד דאס בלוט שטיל געווארן.
האט זיך נבוזרדן געטראכט, די אידן האבן נאר גע'הרג'ט איין מענטש, האט זיי דער אויבערשטער געשטראפט, איז אוודאי איך וואס איך האב גע'הרג'ט אזוי פיהל טויזענטע מענטשען וועל איך אוודאי געשטראפט ווערן.
האט ער אהיים געשריבען א צוואה, און ער איז אוועקגעלאפן און האט זיך מגייר געוועהן און איז געווארען א גר צדק.
Ban Mazel
שר האלף
תגובות: 1959
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 01, 2019 2:36 am

Re: צו דערציילן ביים שבת טיש.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Ban Mazel »

ירמיהו און די מלאכים

נאכ'ן חורבן האט דער אויבערשטער געזאגט צו די מלאכים, "מיר וועלן גיין אין מיין הויז און מיר וועלן זעהן וואס דער שונא האט אין איהר געטוהן?".
אזוי זענען זיי געגאנגען און ירמי' איז מיט געגאנגען מיט זיי, און ווי דער אויבערשטער האט געזעהן דאס בית המקדש האט ער געזאגט: "דאס איז אוודאי מיין הויז און די שונאים האבן געטוהן אין איהר וואס זיי האבן געוואלט, וואו זענען מיינע פריינד? אבער וואס זאל איך אייך טוהן איך האב אייך גענוג געווארנט און איהר האט נישט געוואלט צו הערן מיינע רייד".
דערנאך האט דער אויבערשטער געזאגט צו ירמי': "איך בין היינט גלייך צו איינער וואס ער האט געהאט א זוהן און האט איהם געמאכט א חופה און דער זוהן איז געשטארבען אונטער די חופה וואס עס איז נישטא קיין גרעסערע ווייטאג ווי דעם אזוי לייד איך יעצט פון מיין זוהן די אידן.
דער אויבערשטער האט געזאגט צו ירמי': "גיי רוף מיר אברהם יצחק ויעקב און משה זאלן זיי אויפשטיין פון זייערע קברים און זאלן וויינען, ווייל זיי האבן פיהל צו וויינען וועגן זייערע קינדער".
האט ירמי' געזאגט: "איך ווייס נישט ווי משה רבינו איז באגראבען".
האט דער אויבערשטער געזאגט צו ירמי' גיי שטעל זיך ביים ירדן און זאג: בן עמרם שטיי אויף און זעה דיינע שאף ווייל די פיינד האבן זיי איינגעשלונגען".
אזוי באלד איז ירמי' געגאנגען אין די הייל ווי די אבות ליגן און האט געזאגט: "איהר אבות שטייט אויף, איהר זענט געווארען איינגעלאדענט צו קומען צום אויבערשטען".
האבן די אבות איהם געפרעגט: וואס איז היינט מער ווי אלע טאג?
האט ער געזאגט איך ווייס נישט, ווייל ער האט מורא געהאט זיי צו זאגען כדי זיי זאלן איהם נישט זאגן דו ביזט דאך געוועהן זייער נביא פארוואס האסטו זיי נישט ריכטיג געווארענט.
ירמי' איז פון דארט אוועק געגאנגען און האט זיך געשטעלט ביים ברעג פון ירדן און געשריגען: משה בן עמרם שטיי אויף! עס איז די צייט וואס דו ביסט געלאדענט צו קומען צום אויבערשטען!.
האט משה געפרעגט: וואס איז היינט מער ווי א אנדערע מאהל? האט ירמי' געענטפערט: איך ווייס נישט. ווייל ער האט נישט געוואלט זאגן.
איז משה געגאנגען צו די מלאכים וואס ער האט זיי געקענט פון מתן תורה, און געזאגט צו זיי: איהר דינער'ס פונעם אויבערשטען צו ווייסט איהר פארוואס איך בין היינט גערופן געווארען צום אויבערטען?
האבן די מלאכים איהם געזאגט: דו ווייסט נישט אז דאס בית המקדש איז חרוב געווארען און די אידן זענען פארטריבען געווארן?
אזוי האט משה אהנגעהויבען צו שרייען און צו וויינען ביז ער איז אהנגעקומען צו די אבות, האבן די אבות אויך אהנגעהויבען צו שרייען און צו וויינען ביז זיי זענען אהנגעקומען צום בית המקדש אריין.
ווי דער אויבערשטער האט דאס געזעהן האט ער אויך אהנגעהויבען מיט צו וויינען מיט זיי און זיי זענען געגאנגען פון איין טויער צום צווייטען און געשריגען און געוויינט גלייך ווי איינער וואס עס ליגט א מת פאר איהם.

אברהם אבינו בעהט פאר זיינע קינדער

אין די צייט איז אברהם אבינו געקומען פאר'ן אויבערשטען און געוויינט און געקלאגט און ער זאגט פאר'ן אויבערשטען: פארוואס בין איך געווארן פארענדערט פון אלע פעלקער וואס איך בין געקומען צו שאנד און פארשעמונג?
ווען די מלאכים האבן דאס געזעהן האבן זיי אהנגעהויבען צו קלאגען שורות ווייז, און זיי האבן געזאגט צום אויבערשטען: די וועגן וואס דו האסבט געמאכט קיין ירושלים אז די אידן זאלן עולה רגל זיין ווי האסטו זיי חרוב געמאכט? און ווי אזוי האסטו פארשוועכט די הבטחה וואס דו האסט צוגעזאגט צו אברהם אבינו וואס ער האט דיך געמאכט דערקענען אויף די גאנצע וועלט, און ווי אזוי האסטו פארשעמט די אויסדערוועהלטע שטאט ירושלים?.
האט דער אויברשטער געזאגט צו די מלאכים: וואס קלאגט איהר שורות ווייז? האבן די מלאכים געזאגט: וועגן דיין פריינד אברהם וואס איז געקומען אין דיין הויז און ער קלאגט און וויינט.
האט דער אויבערשטער געזאגט: פון דעם טאג וואס מיין פריינד איז געשטארבען איז ער נישט געוועהן אין מיין הויז, איז וואס וויל ער יעצט אין מיין הויז?
האט אברהם געזאגט פאר'ן אויבערשטען: פארוואס האסטו פארטריבען מיינע קינדער און דו האסט זיי געגעבען אין די הענט פון בייזע גזלנים און זיי האבן זיי געטייטעט מיט אלע סארטען מיתות משינות, און דו האסט פארוויסט דעם ארט וואס איך האב געברענגט מיין זוהן פאר א קרבן?.
האט דער אויבערשטער געענטפערט: זיי האבן געזינדיגט און עובר געוועהן אויף די גאנצע תורה און אויף די גאנצע אל"ף בי"ת.
די תורה הקדושה שווייגט!

האט אברהם געזאגט: רבונו של עולם! ווער וועט עדות זאגן אויף די אידן אז זיי האבן דאס עובר געוועהן?
האט דער אויבערשטער געזאגט: די תורה זאל קומען און עדות זאגען!
איז די תורה געקומען און געוואלט זאגען עדות, האט אברהם צו איהר געזאגט: מיין ליבע טאכטער, דו ווילסט עדות זאגען אויף די אידן אז זיי האבן עובר געוועהן, ווי שעמסטו זיך נישט פאר מיינע קינדער? געדענק אין דעם טאג וואס מען האט דיך געגעבען און דער אויבערשטער האט דיך ארום געטראגען צו אלע פעלקער אבער קיינער האט דיך נישט געוואלט נעמען און מיינע קינדער זענען געקומען צום בארג סיני און זיי האבן דיך געהערעט. און היינט ווילסטו קומען עדות זאגען איבער זיי אינעם טאג פון זייערע צרות?.
האט זיך די תורה געשטעלט אין א זייט און נישט געוואלט עדות זאגען.

די אותיות ווערן גערופן!
האט דער אויבערשטער געזאגט צו אברהם: זאלן קומען די צוויי און צוואנציג אותיות פון די אלף בית און עדות זאגען.
זענען באלד געקומען די אותיות און געוואלט זאגען עדות, האט אברהם צו איהר געזאגט: די אל"ף די ביסט די ערשטע אות פון אלע אותיות און דו ווילסט זאגען עדות אויף מיינע קינדער אין זייערע נויט?, געדענק דעם טאג וואס דער אויבערשטער האט געגעבען די תורה אויפן בארג סיני און האט אהנגעהויבען מיט דעם אל"ף "אנכי" און קיינער האט דיך נישט געוואלט מקבל זיין נאר די אידן, און יעצט ווילסט עדות זאגען אויף זיי?.
האט דער אל"ף געשטעלט אין א זייט און נישט געוואלט עדות זאגן.
דערנאך איז געקומען דער בי"ת און געוואלט עדות זאגען, האט אברהם צו איהר געזאגט: "מיין טאכטער, דו ווילסט עדות זאגן אויף די אידן? געדענק אין די תורה וואס הייבט זיך אהן מיט א בי"ת "בראשית" און קיינער האט איהר נישט געוואלט מקבל זיין נאר די אידן און דו ווילסט אויף זיי עדות זאגען?".
האט זיך דער בי"ת אויך געשטעלט אין א זייט און נישט געוואלט עדות זאגען.
דערנאך איז געקומען דער גימ"ל און געוואלט עדות זאגען, האט אברהם צו איהר געזאגט: דו ווילסט עדות זאגען אויף די אידן? ווי נאך איז דא אזא פאלק ווי די אידן וואס זענען מקיים די מצוות ציצית וואס זי הייבט זיך אהן מיט א גימ"ל ווי עס שטייט אין פסוק "גדילים תעשה לך" דו זאלסט מאכן ציצית".
האט זיך דער גימ"ל געשטעלט אין א זייט, און האט נישט געוואלט עדות זאגען,ווען די אנדערע אותיות האבן געזעהן ווי אברהם האט זיי געמאכט שווייגען האבן זיי זיך געשעמט און האבן נישט געוואלט גיין עדות זאגן.

די געבעהט פון די אבות

האט אברהם אהנגעהויבען צו זאגען פאר'ן אויבערשטען: "רבונו של עולם! צו הונדערט יאהר האסטו מיר געגעבען א זוהן און ווען ער איז אלט געווארן זיבען און דרייסיג יאהר האסטו מיר געזאגט אז איך זאל איהם שחט'ן פאר א קרבן, און איך האב איינגעהאלטען מיין רחמנות און איך האב איהם אליין געבונדען, זאלסטו מיר דאס נישט געדענקען און דו זאלסט זיך נישט דערבארעמען אויף מיינע קינדער?".
דערנאך האט יצחק אהנגעהויבען צו זאגען: "רבונו של עולם! ווען מיין פאטער האט מיך געוואלט ברענגען פאר א קרבן, האב איך זיך פאר דיין הייליגען נאמען אויפגעהאלטען מיט מיין גוטן ווילן און זיך געלאזט בונדען אויפן מזבח און איך האב אויסגעשטרעקט מייט האלדז צום שחט'ן, זאלסטו מיר דאס נישט געדענקען און דו זאלסט זיך נישט דערבארעמען אויף מיינע קינדער?".
דערנאך האט יעקב אהנגעהויבען צו זאגען: "רבונו של עולם! צוואנציג יאהר האב איך געדינט ביי לבן צוליעב מיינע קינדער, און ווען איך בין פון איהם אוועק געגאנגען האט מיך באגעגענט מיין ברודער און ער האט מיך מיט מיינע קינדער געוואלט הרג'נען, האב איך איינגעשטעלט מיין לעבען צוליעב מיינע קינדער און היינט זענען זיי אין די הענט פון זייערע פיינט, ווי שאף וואס מען וויל זיי שחט'ן, און איך האב זיי ערצויגען אזוי ווי אינגע קינדער און איך האב א סאך צער געליטען ביז איך האב זיי ערצויגען, און דו זאלסט זיך נישט דערבארעמען איבער מיינע קינדער?
דערנאך האט משה רבינו געזאגט: "רבונו של עולם! בין איך דען נישט געוועהן א געטרייע אמת'ר פאסטאך איבער די אידן פערציג יאהר און איך בין פאר זיי געלאפן אין מדבר, און ווען עס איז געקומען די צייט אז זיי זאלן אריין אין ארץ ישראל האסטו מיר געזאגט אז איך זאל שטארבען אינעם מדבר און איך זאל נישט אריינגיין אינעם לאנד, און יעצט אז זיי זענען פארטריבען געווארען האסטו געשיקט נאך מיר אז איך זאל וויינען און קלאגען?".
ביים טייך בבל

דעמאלס האט משה רבינו געזאגט צו ירמי': "קום מיט מיר איך וועל זיי ארויסנעמען פון דעם גלות און איך וועל זעהן ווער וועט זיי ארויסנעמען פון מיין האנט".
האט ירמי' געזאגט: "מען קען נישט גיין ווייל די הרוגים ליגן אויפן וועג".
האט משה עזאגט: "פונדעסטענוועגן וועלן מיר גיין". אזוי זענען געגאנגען משה און ירמי' און זיי זענען געקומען צום טייך בבל, האבן די אידן דעזעהן משה'ן און האבן געזאגט איינער צום אנדערן: "משה איז אויפגעשטאנען פון זיין קבר ער וועט קומן אונז אויסלייזען פון אונזערע פיינט".
איז געקומען א בת קול פון הימעל און געזאגט: "עס איז א גזירה פון פאר מיר און עס קען נישט אנדערש זיין".
האט משה געזאגט צו די אידן: "מיינע ליבע קינדער, איך קען אייך אויך נישט ארויסנעמען, ווייל עס איז נגזר געווארען פאר ג-ט דער האר אז ג-ט זאל אייך אויסלייזען".
ווי זיי האבן דאס געהערט האבן זיי אלע אהנגעהויבען צו וויינען אזוי ווי אין פסוק שטייט: על נהרות בבל שם ישבנו גם בכינו.
דערנאך איז משה רבינו געגאנגען צו די אבות האבן זיי איהם געפרעגט "וואס האבן די שונאים געטוהן מיט אונזערע קינדער?".
האט ער געזאגט: "א טייל האבן זיי גע'הרג'ט און א טייל האבן זיי ארום געבונדען די הענט, א טייל זענען געפאנגען, און א טייל ליגען נאקעט אין די גאס טויטערהייט און די חיות עסן זייער פלייש".
האבן זיי אלע צוזאמען אהנגעהויבען צו שרייען: "אוי ווי געשריגען וואס איז געשעהן מיט אונזערע קינדער? ווי זענט איהר אזוי פארלוירען געווארען אהן א פאטער? ווי זענט איהר געשלאפן זומער אין די מיטאג שעה'ן אהן קליידער? ווי טוהט איהר גיין אויף די בערג און שטיינער בארוועס אהן שיך? ווי זענען אייערע הענט געבונדען אויף ארונטער?.
דערנאך האט משה געזאגט: פארשאלטען זאל זיין די זין, פארוואס איז זי נישט פינסטער געווארען אין די שעה וואס דער שונא איז אריין אין בית המקדש?.
האט די זין צו איהם געענטפערט: "דו געטרייע פאסטאך! וואס האב איך דען געקענט טוהן? מען האט מיך געשלאגען זעכציג שלעק מיט א פייערדיגע רוט און מען האט מיר געזאגט: גיי לייכט דיין ליכט".
דערנאך האט משה געזאגט: "אוי ווי געשריגען אויף די לויטערקייט פון בית המקדש וואס איז פארפינסטערט געווארען, אוי וויי, ווי איז געקומען די צייט וואס דו ביסט חרוב געווארען און די היכל איז פארברענט געווארען, און די טאטע'ס און די קינדער גייען אין געפענגעניש?".

דער רבונו של עולם נעמט אהן רחל'ס געבעהט

אין די צייט איז געקומען רחל אונזער מוטער פאר ג-ט און האט געזאגט: "רבונו של עולם! דו ווייסט אז דיין קנעכט יעקב האט מיך זייער ליעב געהאט, און האט געדינט פאר מיין פאטער זיבען יאהר וועגן מיר, און איך האב זיך דערבארעמט איבער מיין שוועסטער לאה זי זאל נישט פארשעמט ווערן און איך האב איהר אויסגעזאגט די סימנים וואס יעקב האט מיר איבערגעגעבען כדי יעקב זאל נישט וויסען אז זי איז לאה און איהר האב פאר איהר גערעדט כדי יעקב זאל נישט דערקענען אין דעם קול און איך האב אין איהר נישט מקנא געוועהן, און היינט זעה רבונו של עולם איך בין א מענטש פון בלוט און פלייש, פון ערד און אש, און איך האב נישט מקנא געוועהן מיין שוועסטער, און דו ביזט א ג-ט א דערבארעמדיגער פארוואס האסטו מקנא געוועהן אין די אידן וואס האבן געדינט עבודה זרה?".
אזוי באלד האט זיך דער אויבערשטער דערבארעמט און געזאגט: "רחל! אין דיין זכות וועל איך די אידן צוריק קערן צו זייער לאנד צו ארץ ישראל" אמן סלה.
Ban Mazel
שר האלף
תגובות: 1959
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 01, 2019 2:36 am

Re: צו דערציילן ביים שבת טיש.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Ban Mazel »

עקיבא! האסט אונז געטרייסט!

רבן גמליא'ל, רבי אלעזר בן עזרי'ה, רבי יושע, און רבי עקיבא, ווען זיי זענען אמאהל אריין אין די שטאט רומי, האבן זיי געהערט די גערודער פון די מאסן מענטשן פון די שטאט, ווי עס הערט זיך פון דעם ארט פוטלילוס, און דער גרויש און דער הויכער גערודער האט זיך געהערט אויף הונדערט און צוואנציג מייל, - אזא גרויסע עולם איז דארט געוועהן צוזאמען געזאמעלט.
רבן גמליא'ל, רבי אלעזר בן עזרי'ה, רבי יושע, האבן אהנגעהויבען צו וויינען, און רבי עקיבא פון זיין האט זיך צושמייכעלט.
וואונדערן זיך די חברים: עקיבא! מיר וויינען און דו שמייכעלס'ט?
נו פארוואס וויינט איהר טאקע? פרעגט ער זיי.
האבן זיי געענטפערט: ווי אזוי זאלן מיר נישט וויינען, אז די גוים די געצן דינער וואס ביקען זיך צו זייערע אייגענע געמאכטע געטשקעס, זיצן זיך זיכער אין פרידן אהן קיין זארג, וואס אין די זעלבע צייט וואס דאס הויז פון אונזערע הייליגע באשעפער דאס בית המקדש, איז פארברענט אין פייער און עס וואוינען דארט ווילדע חיות – און ווי אזוי זאלן מיר נישט וויינען?
האט זיי רבי עקיבא געענטפערט: טאקע וועגן דעם שמייכעל איך. אויב פאר די גוים וואס דערצערענען איהם און זענען עובר אויף זיינע מצוות געט דער אויבערשטער רוהיגקייט און פרידען, איז דאך אוודאי, אז פאר די וואס טוהן אפהיטען זיינע מצוות וועלן ענדליך געניסען פון זיינע גוטסקייטען מער און מער.

א אנדערע מאהל זענען אט די פיהר חכמים ארויף געגאנגען קיין ירושלים, ווען זיי זענען אהנגעקומען צו הר הצופים, פון ווי זיי האבן דאס ערשטע מאהל געזעהן דאס ארט פון בית המקדש נאכ'ן חורבן, האבן זיי צוריסן זייערע קליידער, - ווי עס איז דער דין ווען איינער זעהט דעם חורבן בית המקדש.
ווען זיי זענען אהנגעקומען צום הר הבית, האבן זיי געזעהן ווי א פוקס גייט ארויס פון קודש הקדשים, - די הייליגסטער ארט, ווי נאר דער כהן גדול האט געמעגט אריינגיין – נאר איינמאהל א יאהר, ווען זיי האבן דאס געזעהן, האבן רבן גמליא'ל, רבי אלעזר בן עזרי'ה, רבי יושע, גענומען וויינען און רבי עקיבא האט געשמייכעלט.
וואונדערן זיך די חבירים: עקיבא שטענדיג טוהסטו אזוי, און דו טוסט אונז פארוואונדערן מיט דיין אויפפירונג – מיר וויינען און דו שמייכעלסט!
האט ער זיי געפרעגט: איהר – פארוואס וויינט איהר.
ענטפערן זיי איהם: ווי אזוי זאלן מיר נישט וויינען? אט אויף דעם הייליגען ארט וואס אויף איהם שטייט געשריבען "והזר הקרב יומת" אז א מאן וואס איז נישט קיין כהן אויב ער גייט אריין אין דעם ארט איז ער חייב מיתה, און אצינד איז עס אזוי וויסט אז א פוקס גייט פון דארט ארויס! איז דאך ליידער מקוים געווארן דער פסוק אין איכה "על הר ציון ששמם, שועלים הלכו בו".
האט זיי רבי עקיבא געענטפערט: אויך איך - צוליעב דעם שמייכעל איך, דער אויבערשטער האט דאך צוגעזאגט "ואעידה לי עדים נאמנים = איך וועל זיך נעמען באגלייבטע עדות, את אורי'ה הכהן ואת זכריה'ו בן יברכיה'ו" איז וואס איז די צוגלייך צווישן אורי'ה הנביא און זכרי' הנביא? אורי'ה האט דאך געלעבט אין די צייט פונעם ערשטען בית המקדש, און זכרי' – האט גאר געלעבט ביים צווייטען בית המקדש?
נאר: וואס האט אורי'ה געזאגט "כה אמר ה' צבקות: ציון שדה תחרש, וירושלים עיים תהי'" און וואס האט זכרי' געזאגט "עוד ישבו זקנים וזקנות ברחובות ירושלים, ואיש משענתו בידו מרב ימים" און נאכדעם שטייט אויך דארט: "ורחובות העיר ימלאו ילדים וילדות, משחקים ברחובותיה".
האט דער אויבערשטער געזאגט: אט האב איך אט די צוויי באגלייבטע עדות, און אויב עס איז מקוים געווארען די ווערטער פון אורי' – וועלן אויך מקוים ווערן די ווערטער פון זכרי', און אויב די ווערטער פון אורי' וועט נישט צושטאנד קומען – דעמאלס וועלן אויך די ווערטער פון זכרי' אויך חס ושלום בטל ווערן, האב איך זיך געפריידט אז די ווערטער פון אורי' זענען מקוים געווארען, און דער מקום קדוש איז וויסט און פוסט און ליידיג, און אויפגעאקערט, ווייל דאס איז טאקע א צייכען אז ענדליך וועלן אויך מקוים ווערן די ווערטער פון טרייסט פון זכרי'.
האבן די דריי חבירים געענטפערט מיט די ווערטער: עקיבא, דו האסט אונז געטרייסט! עקיבא, דו האסט אונז געטרייסט! דו זאלסט אויך געטרייסט ווערן ווען עס וועט קומען די בשורה און דו זאלסט זוכה זיין צו זעהן ווי עס קומט די גאולה.
געלט גייער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 453
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 06, 2021 4:23 pm

Re: צו דערציילן ביים שבת טיש.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלט גייער »

Ban Mazel@ ממש גיוואלדיג!!! עה! ווייסטע וואס? 'עכט' געוואלדיג!!! :!: <:>P{ <:>P{
amazon
שר העשר
תגובות: 35
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 15, 2013 11:52 am
לאקאציע: אין א מיטינג

Re: צו דערציילן ביים שבת טיש.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך amazon »

PDF?
Its not good enough to be on the right track, you also need to keep moving forward.
Ban Mazel
שר האלף
תגובות: 1959
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 01, 2019 2:36 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Ban Mazel »

נַקְדִימוֹן בֶּן גוּרְיוֹן
וֶוען דֶּער ביהמ"ק אִיז גֶעשְׁטַאנְן פְלֶעגְן דִי אִידְן עוֹלָה רֶגֶל זֵיין צוּם ביהמ"ק דְרֵיי מָאל אִין יָאר "פֶּסַח שׁבוּעוֹת אוּן סוּכּוֹת". אֵיינמָאל וֶוען דִי אִידְן זֶענֶען גֶעגַאנְגְן עוֹלָה רֶגֶל זַיין פַאר יו"ט סוּכּוֹת אִיז נִישׁט גֶעוֶוען גֶענוּג וַואסֶער פַאר אַלֶע מֶענְטְשְׁן . דִי מֶענְטְשְׁן הָאבְּן גֶעבֶּעטְן פַאר וַואסֶער אָבֶּער עֶס אִיז נִישׁט גֶעוֶוען פוּן וואוּ צוּ נֶעמְן.
אִין יְרוּשׁלָיִם הָאט גֶעוואוֹינְט אַ אִיד מִיטְן נָאמֶען נַקְדִימוֹן בֶּן גוּרְיוֹן אוּן עֶס הָאט אִים זֵייעֶר וֵויי גֶעטוּן דִי צַעַר פוּן דִי אִידְן אַז זֵיי הָאבְּן נִישְׁט קֵיין וַואסֶער צוּ טְרִינְקְן. אִיז עֶר גֶעגַאנְגְן צוּ אַ הַאר פוּן דִי רוֹמִים אוּן אִים גֶעבֶּעטְן אַז עֶר זָאל אִים בָּארְגְן זֵיינֶע צְוֶועלף גְרִיבֶּער מִיט וַואסֶער .
דֶּער שַׂר הָאט גֶעפְרֶעגט "וִויאַזוֹי וֶועסטוּ מִיר צוּרִיקצָאלְן"
הָאט נַקדִימוֹן בֶּן גוּרְיוֹן גֶעעֶנטפֶערט " אִין דֶּעם יו"ט סוּכּוֹת בֶּעטְן מִיר פַאר רֶעגְן וֶועל אִיך בֶּעטְן דֶּער אֵייבּעֶרשְׁטֶער זָאל שִׁיקְן רֶעגְן אוּן עֶס וֶועט זִיךְ צוּרִיק אָנפִילְן אַלֶע דֵיינֶע גְרִיבֶּער מִיט וַואסֶער".
דֶּער שַׂר הָאט נָאך אַלץ נִישׁט גֶעוָואלט גֶעבְּן דִי וַואסֶער אוּן עֶר הָאט גֶעפְרֶעגט " אוּן וָואס וֶועט זֵיין אוֹיבּ עֶס וֶועט נִישׁט רֶעגֶענֶען
הָאט נַקדִימוֹן גֶעזָאגט "אוֹיבּ עֶס וֶועט נִישְׁט רֶעגֶענֶען וֶועל אִיך דִיר צָאלְן צְוֶועלף זִילבֶּער שְׁטִיק אֵיין שְׁטִיק פַאר יֶעדֶע גְרוּבּ".
דֶּער שַׂר הָאט מַסְכִּים גֶעוֶוען צוּם גֶעשֶׁעפט אוּן זֵיי הָאבְּן בַּאשְׁטִימט אַ צֵייט וֶוען נַקדִימוֹן דַארף צוּרִיקצָאלן דִי וַואסֶער.
נַקדִימוֹן הָאט זִיך זֵייעֶר גֶעפְרֵייט אַז יֶעצט הָאבְּן שׁוֹין דִי אִידְן וַואסֶער צוּ טְרִינקְן .
עֶס אִיז אַרִיבֶּער דֶער יו"ט סוּכּוֹת אוּן עֶס הָאט נָאכנִישׁט גֶערֶעגְנְט,עֶס אִיז אַרִיבֶּער דִי וִוינְטֶער אוּן עֶס הָאט נִישׁט גֶערֶעגְנְט . עֶס אִיז שׁוֹין בַּאלְד פַאראִיבֶּער דֶּער זוּמֶער אוּן עֶס אִיז נִישׁט דָא קֵיין זֵכֶר פוּן רֶעגְן.
עֶס אִיז שׁוֹין גֶעקוּמְן נָאנְט צוּם טָאג וָואס נַקדִימוֹן הָאט בַּאשְׁטִימט אָפּצוּצָאלְן דִי וַואסֶער אוּן עֶס הָאט נָאך נִישׁט אַפִילוּ גֶערֶעגְנְט אֵיין טְרָאפּ.
וֶוען דֶּער טָאג אִיז אָנגֶעקוּמְן הָאט דֶּער שַׂר גְלֵייך אִינדֶערפְרִי גֶעשִׁיקט אַ שְׁלִיחַ צוּ נַקדִימוֹן בֶּן גוּרְיוֹן אַז עֶר זָאל אִים גֶעבְּן אָדֶער וַואסֶער אָדֶער גֶעלט אַזוֹיוִוי מֶען הָאט אָפְּגֶעשְׁמוּעֶסט.
נַקדִימוֹן הָאט גֶעעֶנְטְפֶערט "אִיך הָאבּ נָאך צֵייט אַ גַאנְצֶע טָאג דֶּער אֵייבֶּערְשְׁטֶער וֶועט הֶעלְפְן".
נָאכמִיטָאג הָאט דֶּער שַׂר נָאכאַמָאל גֶעשִׁיקט צוּ נַקדִימוֹן "גֶעבּ מִיר וַואסֶער אָדֶער גֶעלט ". הָאט נַקדִימוֹן גֶעעֶנטְפֶערט "אִיך הָאבּ נָאך צֵייט עֶס אִיז נָאר נָאכמִיטָאג".
פַארנַאכטס הָאט דֶּער שַׂר וִוידֶער גֶעשִׁיקט צוּ נַקדִימוֹן "גֶעבּ מִיר וַואסֶער אָדֶער גֶעלְט"
הָאט נַקדִימוֹן גֶעעֶנטְפֶערט "דִי טָאג אִיז נָאכנִישׁט פַאראִיבֶּער עֶס אִיז נָאך דָא אַבִּיסְל צֵייט".
דֶּער שַׂר הָאט אִים אוֹיסגֶעלַאכט "עֶס הָאט גָארנִישׁט גֶערֶעגְנְט בִּיז יֶעצט אוּן פּוּנקְט יֶעצט וֶועט רֶעגֶענֶען?".
דֶּער שַׂר הָאט זִיך גֶעפְרֵייט אַז בַּאלד וֶועט אִים נַקדִימוֹן מוּזְן גֶעבְּן צְוֶועלף זִילבֶּער שְׁטִיק אוּן עֶר וֶועט וֶוערן זֵייער רֵייך.
נַקדִימוֹן אִיז דֶערוֵוייל טְרוֹיעֶגִירהֵייט אַרֵיין אִין ביהמ"ק אוּן זִיךְ גֶענוּמְן דַאוֶוענֶען צוּם אֵייבֶּערְשְׁטְן.
"רבש"ע דִי וֵוייסט אַז אִיך הָאבּ עֶס נִישְׁט גֶעטוּן פַאר מֵיינֶע כָּבוֹד וֶועגְן נָאר פַאר דֵיינֶע כָּבוֹד וֶועגְן אַז אִידִישֶׁע קִינְדֶער זָאלְן הָאבְּן וַואסֶער צוּ טְרִינקְן אוּן יֶעצט וִויאַזוֹי וֶועל אִיך צוּרִיק גֶעבְּן דִי וַואסֶער צוּם שַׂר".
אוּן יענֶע מִינוט הָאט זִיךְ אוֹיפְן הִימְל בַּאוִויזְן וָואלקֶענֶעס אוּן עֶס הָאט אָנגֶעהויבְּן צוּ רֶעגֶענֶען אַז בִּיז אַפָּאר מִינוּט זֶענֶען אַלֶע גְרִיבֶּער גֶעוָוארְן אָנגֶעפִילט מִיט וַואסֶער אוּן עֶס הָאט אַפִילוּ אִיבֶּערגֶערִינֶען.
נַקדִימוֹן אִיז אַרוֹיס פוּן ביהמ"ק פוּל מִיט שִׁמְחָה. אוֹיפְן וֶועג הָאט עֶר בַּאגֶעגֶענט דֶּעם שַׂר .עֶר הָאט גֶעזָאגט "אִיך זֶעה אַז דֶּער אֵייבֶּערְשְׁטֶער הָאט גֶעמַאכט אַ נֵס פַאר דִיר אָבֶּער דִי מוּזְט מִיר נָאך אַלץ גֶעבְּן דָאס גֶעלט וֵוייל דִי זוּן אִיז שׁוֹין אוּנטֶער גֶעגַאנְגְן וֶוען עֶס הָאט אָנגֶעהוֹיבְּן צוּ רֶעגֶענֶען אוּן עֶס הָאט גֶערֶעגְנְט בֵּיינַאכט נִישׁט בֵּייטָאג".
אִיז נַקדִימוֹן צוּרִיק אַרֵיין אִין ביהמ"ק אוּן גֶעבֶּעטְן פוּן אֵייבֶּערְשְׁטְן" רבש"ע וֵוייז אַז דִי הָאסט לִיבּ דֵיין אִידִישֶׁע קִינדֶער אוּן מַאך נָאך אַ נֵס פַאר זֵיי"
גְלֵייך אִיז גֶעקוּמְן אַ וִוינט אוּן אַוֶועקגֶעבְּלָאזְן אַלֶע וָואלקֶענֶעס אוּן דִי זוּן הָאט גֶעשׁיינט.
דֶּער שַׂר הָאט גֶעזֶען אַז דִי זוּן שׁיינט נָאך יָא אוּן עֶס אִיז נָאכנִישׁט נַאכט אִיז עֶר אַהֵיים גֶעגַאנְגְן אָן דִי גֶעלט אוּן נַקדִימוֹן בֶּן גּוּרְיוֹן אִיז אַהיֵים גֶעגַאנְגְן צוּפְרִידְן אַז דֶּער אֵייבֶּערְשְׁטֶער הָאט אִים גֶעהָאלְפְן.
Ban Mazel
שר האלף
תגובות: 1959
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 01, 2019 2:36 am

Re: צו דערציילן ביים שבת טיש.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Ban Mazel »

אַ מִצְוָה לִשְׁמָה

דֶּער יוֹם-טוֹב סֻכּוֹת הָאט זִיךְ דֶערְנֶעענְטֶערט אוּן קֵיין אֵיין אֶתְרוֹג אוּז נִישְׁט גֶּעוֶוען אִין גַאנְץ בַּארְדִיטְשׁוּב. אַזַא מַאנְגְל אִין אֶתְרוֹגִים אִיז נָאךְ קֵיינְמָאל נִישְׁט גֶּעוֶוען.
דֶּער בַּארְדִיטְשֶעווֶער צַדִּיק ר' לֵוִי יִצְחָק הָאט גֶעהַט פִיל צַעַר דֶערְפוּן. עֶר הָאט אַרוֹיסְגֶעשִׁיקְט שְׁלוּחִים צוּ שְׁטֵיין אוֹיף אַלֶע וֶועגְן, טָאמֶער פָארְט פַארְבַּיי אַ אִיד מִיט אַן אֶתְרוֹג, זָאל מֶען אִים בֶּעטְן צוּ פַארְקוֹיפְן, אָדֶער, לְכָל הַפָּחוֹת, צוּ זֵיין סֻכּוֹת אִין בַּארְדִיטְשׁוּב אוּן מְזַכֶּה זַיין דִי גַּאנְצֶע שְׁטָאט מִיט דִי מִּצְוָה פוּן ד' מִינִים.
הָאט זִיךְ טַאקֶע גֶעמַאכְט, אַז אַ אִיד אִיז גֶעפָארְן אַהֵיים אוֹיף סֻכּוֹת אוּן הָאט גֶעפִירְט מִיט זִיךְ אַ מְהֻדָּר'דִיגְן אֶתְרוֹג מִיט אַ לוּלָב אוּן הֲדַסִּים אוּן עַרָבוֹת. דִי שְׁלוּחִים הָאבְּן אִים גֶעפְרֶעגְט, אֶפְשָׁר וִויל עֶר פַארְקוֹיפְן דֶּעם אֶתְרוֹג, וֶועט מֶען אִים גֶעבְּן וִויפְל גֶעלְט עֶר וֶועט נָאר בֶּעטְן.
"דֶּעם אֶתְרוֹג פַארְקוֹיף אִיךְ נִישְׁט", הָאט דֶּער אִיד גֶעענְטְפֶערְט.
הָאבְּן זֵיי אִים גֶעבֶּעטְן, עֶר זָאל לְכֹל-הַפָּחוֹת פַארְבֶּרענְגֶען סֻכּוֹת אִין בַּארְדִיטְשׁוּב, וֶועט עֶר זַיין אַ חָשׁוּבֶער גַאסְט אוּן מְזַכֶּה זַיין דִי גַּאנְצֵע קְהִלָה מִיט דֶּער מִצְוָה פוּן ד' מִינִים.
דֶּער אִיד הָאט אָבֶּער גֶעענְטְפֶערְט, אַז דָאס קֶען עֶר אוֹיך נִישְׁט טָאן: עֶר אִיז שׁוֹין אַ לַאנְגֶע צַייט נִישְׁט גֶּעוֶוען אִינְדֶערְהֵיים אוּן עֶר וִויל פַארְבֶּרענְגֶען יוֹם-טוֹב מִיט זַיינֶע קִינְדֶער. עֶס הָאבְּן נִישְׁט גֶעהָאלְפְן קֵיינֶע דִינְגֶענִישְן. דִי שְׁלוּחִים הָאבְּן קוֹים גֶע'פּוֹעֶל'ט בֵּי דֶּעם אִיד, אַז עֶר זָאל אַרַיינְקוּמֶען צוּם בַּארְדִיטְשֶעווער צַדִּיק,
דֶּער בַּארְדִיטְשֶעווער צַדִּיק הָאט גֶעפְּרוּאווְט פּוֹעֵל'ן בֵּי דֶּעם אִיד עֶר זָאל פַארְבְּלַייבְּן אוֹיף יוֹם-טוֹב. עֶר הָאט אִים דֶערְקְלֶערְט וָואס פַאר אַ גְּרוֹס זְכוּת עֶס וֶועט זַיין פַאר אִים מְזַכֶּה צוּ זַיין אַ גַּאנְצֵע קְהִילָה מִיט דֶּער מִּצְוָה פוּן ד' מִינִים. אַלֶע רֵייד זֶענֶען אָבֶּער גֶּעוֶוען אוּמְזִיסְט, בִּיז דֶּער צַדִּיק הָאט אִים צוּגֶעזָאגְט "עִמִי בְּמְחִיצָתִיִ", אַז דֶּער אִיד וֶועט הָאבְּן זַיין חֵלֶק אִין גַן-עֵדֶן צוּזַאמֶען מִיט דֶּעם בַּארְדִיטְשֶעווער צַדִּיק. אוֹיף דֶּעם אִיז שׁוֹין דֶּער אִיד אַיינְגֶעגַאנְגֶען אוּן הָאט מַסְכִּים גֶּעוֶוען צוּ פַארְבְּלַייבְּן אוֹיף יוֹם טוֹב אוּן לְאֹזֶען דִי גַּאנְצֶע קְהִילָה בֶּענְטְשְׁן אוֹיף זַיין אֶתְרוֹג.
מֶען הָאט דֶּעם אִיד בַּאזָארְגְט מִיט אַ שֵׁיינֶער אַכְסַנְיָא, אוּן דִי נַייעֶס אַז עֶס וֶועט זַיין אַ אֶתְרוֹג אוֹיף יוֹם טוֹב אִיז בְּלִיץ שְׁנֶעל פַאר שְׁפְּרֵייט גֶּעוָוארְן. עֶס אִיז גֶּעוָוארְן אַ גְרוֹיסֶע שִׂמְחָה אִין שְׁטֶעטְל.
דִי עֶרְשְׁטֶע נַאכְט יוֹם טוֹב, נָאךְ מַעֲרִיב, וֶוען דֶּער אִיד הָאט גֶעוָואלְט אַרַיינְגֵיין אִין דֶּער סֻכָּה פוּן דֶּעם בַּעל אַכְסַנְיָא צוּ מַאכְן קִידוּשׁ אוּן מְקַיֵם זַיין דִי מִּצְוָה פוּן לֵישֵׁב בַּסֻכָּה, הָאט מֶען אִים נִישְׁט אַרַיינְגֶעלָאזְט. עֶס הָאבְּן נִישְׁט גֶעהָאלְפְן זַיינֶע טַעֲנוֹת וֶועלְכֶער אִיד וֶועט נִישְׁט מַאכְן קִידוּשׁ אוּן עֶסְן אַ כְּזַיִת אִין סוּכָּה, אוּן נָאךְ דֶערְצוּ דִי עֶרשְׁטֶע נַאכְט פוּן סֻכּוֹת?
בְּלֵית בְּרֵירָה אִיז דֶּער אִיד גֶעגַאנְגֶען צוּ אַ שָׁכְן. עֶר הָאט פַאר אִים גֶעוָואלְט אוֹיסְגִיסְן זַיין בִּיטֶער הַארְץ אוֹיף דֶּעם בַעַל אַכְסַנְיָא, אוּן בֶּעטְן אִים, עֶר זָאל אִים דֶערְלוֹיבְּן צוּ מַאכְן קִידוּשׁ אוּן עֶסְן אַ כְּזַיִת בְּרוֹיט אִין זַיין סוּכָּה אָבֶּער אִיך דֶּער שָׁכֵן הָאט אִים נִישְׁט גֶעוָואלְט אַרַיינְלָאזְן אִין סוּכָּה אַזוֹי אִיז אוֹיך גֶּעוֶוען מִיט אַ צְוֵוייטְן אוּן אַ דְרִיטְן.
א צֶעטוּמְלְטֶער אוּן פַארְצְוֵוייפְלְטֶער אִיז דֶּער אִיד גֶעלָאפְן צוּם צַדִּיק ר' לֵוִי יִצְחָק. עֶר הָאט שׁוֹין פַארְשְׁטַאנֶען, אַז מִסְתַּם הָאט דֶּער צַדִּיק אָנְגֶעזָאגְט אִין שְׁטָאט, אַז מֶען זָאל אִים נִישְׁט אַרַיינְלָאזְן אִין אַ סֻכָּה.
מִיט טְרֶערְן אִין דִי אוֹיגְן הָאט זִיךְ דֶּער אִיד בַּאקְלָאגְט, וָואס מ'לָאזְט אִים נִישְׁט אַרַיין אִין אַ סוּכָּה ; דָאס אִיז דָאךְ אַן אוּמְדֶערְהֶערְטע עַוְולָה ! "אָט אַזוֹי בַּאצָאלְט מֶען פַאר אַ טוֹבָה? אִיךְ בִּין גֶעבְּלִיבְּן דָא וַואלְגֶערְן זִיךְ יוֹם טוֹב אִין דֶּער פְרֶעמְד, כְּדַי צוּ מְזַכֶּה זַיין דִי שְׁטָאט מִיט אַן אֶתְרוֹג, אוּן צוּם סוֹף לָאזְט מֶען מִיר נִישְׁט מְקַיֵים זַיין דִי מִּצְוָה פוּן לֵישֵׁב בַּסֻּכָּה"
דֶּער בַּארְדִיטְשֶעווער צַדִּיק הָאט גֶעזָאגְט פַאר דֶּעם אִיד "אוֹיבּ אִיר וֶועט מִיר מוֹחֵל זַיין דִי צוּזָאג וָואס אִיךְ הָאבּ אַייךְ צוּגֶעזָאגְט - "עִמִי בְּמִחִיצָתִי" וִועל אִיךְ שׁוֹין זֶען, אַז מ'זָאל אַייךְ אַרַיינְלָאזְן אִין אַ סוּכָּה", הָאט דֶּער צַדִּיק גֶעָזאגְט! דאס הָאט דֶּעם אִיד נָאךְ מֶער צֶעטוּמְלְט. דֶּער נִסָּיוֹן אִיז גֶּעוֶוען אַ גְרוֹיסֶער זָאל עֶר נָאכְגֶעבְּן אוֹיף אַזַא צוּזָאג צוּלִיבּ דֶּער מִצְוָה פוּן סוּכָּה, אָדֶער דָאס אִיז אַ צוּ גְרוֹיסֶער פְּרַייז צוּ בַּאצָאלְן פַאר אַ מִּצְוָה? נָאךְ אַ לַאנְגֶער אִיבֶּערְטְרַאכְטֶענִישׁ, הָאט דֶּער אִיד בַּאשְׁלָאסְן מוֹחֵל צוּ זַיין דִי צוּזָאג, אַבִּי עֶר זָאל קֶענֶען מְקַיֵים זַיין דִי מִּצְוָה פוּן לֵישֵׁב בְּסֻכָּה "רֶבִּי, אִיךְ בִּין מוֹחֵל דִי צוּזָאג !" הָאט דֶּער אִיד גֶעזָאגְט.
אַ צוּפְרִידֶענֶער שְׁמֵייכְל הָאט בַּאלוֹיכְטְן דֶּעם צַדִּיק'ס פָּנִים, אוּן עֶר הָאט צוּם אִיד גֶעזָאגְט "אִיצְט גִיבּ אִיךְ דִיר צוּרִיק דִי צוּזָאג אִיךְ הָאבּ נָאר גֶעוָואלְט, אַז דָאס זָאל זַיין אַ פַארְדִינְטֶע אוּן נִישְׁט קֵיין אוּמְזִיסְטֶע ! אוּן וִויבַּאלְד דוּ הָאסְט גֶעהַאט אַזוֹיפִיל מְסִירַת נֶפֶשׁ פַאר דֶער מִּצְוָה פוּן לֵישֵׁב בַּסֻכָּה, הָאסְטוּ דָאס טַאקֶע כָּשֶׁר פַארְדִינְט".
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”