ציגעלע האט געשריבן:א פרישע יונגערמאן האט געשריבן:איך גיי קוקן ווי משיח גייט ווייזן מיט די פינגער.
און עס גייט לכאו' נישט זיין נאר אויף איין ספעציפישע קרייז...
וואס איז די לכאורה? ער גייט זיכער יא זיין
דער הייליגער ישמח משה זי"ע האט געזאגט פאר זיין פטירה, אז ער פארשטייט נישט פארוואס משיח קומט נישט, ווען רובם ככלם פונעם דור זענען כשרים און ראי פאר די ישועה,
ווינציגער פון 50 יאר שפעטער, זענען איבער 50% פון כלל ישראל אוועקגעריסן געווארן פונעם מסורה, דורך די השכלה, רעפארעם, בונדיזם - קאמיוניזם וכו', און עווענטועל ציוניזם,
ווער ס'קען אביסל היסטוריע ווייסט אז יעדע 50/100 יאר קומט פאר א מעכטיגע בירור, ווי דער גרעסטער חלק פונעם עקזעסטינדער כלל ישראל ווערט פארשווינדן, עס בלייבט איבער א קליינטשיגער הייפעלע, וואס פון זיי בויעט זיך איבער די פיוטשער פונעם כלל ישראל,
מפי צדיקים הקודמים, "מדארף זיך דראפען אויף די גראדע ווענט נישט צו ווערן אוועקגעריסן!"
הער נאר אביסל ווי ר' יו"ט עהרליך ז"ל לייגט אראפ די געשענישן און די יארן פון די ערשטע קריג ביז זיינע צייטן, ווי ער ווייזט אן ווי די בירור קלאפט אויס און מ'גרייט זיך שוין צו צום גרויסן פארהער!
(חבלי משיח, שבחי ירושלים, לוקסוס, יציאת מצרים, ועוד)
ביי יציאת מצרים זענען 600,000 ארויס און 2,400,000 זענען איבערגעבליבן!
נאר וואס יא, עס ווענדט זיך נישט צו וועלכע קרייז מען באלאנגט, ס'ווענדט זיך און ווי שטארק מ'איז אנגעבונדן צו דו יסודות האמונה, אבער געוויסע קרייזן זענען מער אויסגעקאכט און דעם..