ר' בנימין פארכאפט ביי טעראריסטן,

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
שמיי_דריי
שר האלף
תגובות: 1308
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 20, 2008 8:10 pm
לאקאציע: ביים שרייב טישל ערגעץ ווי אין יודישע וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמיי_דריי »

איך_הער האט געשריבן:זאלעך נאכאמאל שרייבן אז מיין הארץ פאפמט ווי משוגע? סידעך ממש די זעלבע זאך וואס כ'האב שוין געשריבן אמאל? אבער וואס זאלעך טון, ס'פאמפטעך טאקע ווי משוגע?

טאטעלע, דיין ראולע קאוסטער איז מורא'דיג. א הארציגן יישר כח.
א חתימה ברויך מען האבן ?
אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 12394
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למעלה משבעים »

איך הער נישט יושר, איך האב געוואלט שרייבן די זעלבע זאך, און גיין ציטירן איז שוין נישט אינטרעסאנט.
אבער באמת מיין הארץ האקט ווי מיט האמער'ס, די ביזט עפעס נישט סתם גוט האלט אן, ווי עס קוקט אויס טוסטו אונז צוליב און די שפינסט ווייטער די מעשה, וואס באמת וואלט זיך עס געקענט ענדיגן דא און פארטיג, א ריזזזזזזזזזזגן יישר, האלט אן.
אוועטאר
i follow
שר חמישים ומאתים
תגובות: 422
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 28, 2009 8:46 am
לאקאציע: מען געט נישט ארויס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך i follow »

אלטער
ביסט מעסטער
עפנסטו אויף א טרעידינג acc.ביי Robinhood?
ביטע ניץ מיין לינק, עס איז זה וזה נהנה

http://join.robinhood.com/joelf26

פאר WeBull ניץ
https://act.webull.com/ne/E11BIxckwGWT/ ... 1452_A_pop
שמויגער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 408
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 01, 2010 8:15 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמויגער »

זיידי!! די ביסט עפעס נישט נארמאל!!! ;l;p- ;l;p-
גלייב מיר מיין ווארט איז מער ווערט ווי מיין אונטערשריפט
אוועטאר
געשמאקער
שר האלף
תגובות: 1576
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 10, 2008 7:27 pm
לאקאציע: נישט צום געפונען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געשמאקער »

יו מיין גאנצע באדי שאקעלד זיך פאר ציטערניש
מיט דעם אלעם, א שמייכעל קענסט די נאך אלץ געבען ....

קויפט איר אויף איבעי? ביטע ניצט דעם לונק.
זה נהנה וזה לא חסר
אוועטאר
פויער
שר האלף
תגובות: 1037
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 21, 2007 8:30 am
לאקאציע: אינמיטן די אידישע וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פויער »

א ריזיגע יישר כח

מורא'דיג שפאנענד און ציהענד

מיר ווארטן בכליון עינים
ביז אין קרעשטמע דארף מען אויך א טרונק בראנפן, וויאזוי געט מען זיך א עצה?
מען קען עס האבן ביי די אידישע וועלט...!
הערשעלע
שר מאה
תגובות: 160
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 03, 2010 4:07 pm
לאקאציע: צווישן מיין קאפעלוטש מיט מיין שיך...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הערשעלע »

אב, כאדיר נישט וואס צו זאגן, ביסט ריזיג, מעכטיג, אינטרעסאנט, ציענד, וכו' אזוי ווי אלעמאל...
אוועטאר
פונקטליך
שר האלפיים
תגובות: 2219
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 07, 2010 11:23 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פונקטליך »

אזוי שרעקעדיג און ציענד!!!!!!!!!!!!!!!!1
כ'קען מיך נאך באמת נישט בארואיגן..
שכוח,
קיפ אפ! גאו פארווערד.
די זייגער לויפט, זעה צו זיין פונקטליך!
אוועטאר
שמאטע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3485
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 26, 2009 3:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמאטע »

זאג נאר אב, די האסט אין פלאן צי פארקויפן דעי ביכל אויף די מארקעט ?
ווייל אםם.הם.... אויב נישט מיין איך וועל איך עס טוען..... די ווייסט וויפיל מ'קען פארדינען אויף אזר ביכל ?!?!

WOW דעטס אלל איי קען סעי!!! אנבעליוועבל!!! סופער סופער!! ספיטשלעס......
עדיטערס נאוט: שמאטע איז דער האוסט פונעם בצל כוואפאפעיכו שאו. די אויסגעקוועטשטע אפיניען איז זיין אייגענע.
אוועטאר
אב זקן
שר מאה
תגובות: 152
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 27, 2009 12:07 am

זעקס און צוואנציגסטע פארזעצונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אב זקן »

פארזעצונג פון פריער



מאחמוד'ס ווייב איז דורך די גרעניץ אן קיין פראבלעמען,

מאחמוד'ס קאר איז אויך דורך די גרעניץ נאכדעם וואס מאחמוד האט זיכער געמאכט אז די קאמפיוטערס זענען געגאנגען שלאפן....

ביים גרעניץ טוט זיך א כאאס באוואפענטע פאליציי דרייען זיך ארום... יעדער וואס איז אויפן וועג אריינצוקומען און לאנד איז פארארדענט געווארן זיך אראפ צולייגן אויף דער ערד....
העליקאפטערס באוואכן דאס פלאץ....

דערווייל איז לואיס דער איינציגסטער וואס איז נאך אונטער געבליבן....

יעצט ליינט ווייטער.

9:10

דזשעב ערלויבט זיך שוין ארויפ צוצוען א שמייכל אויף זיין פנים, דערווייל פארט אלעס וואו געפלאנט, מאחמוד איז שוין אינדערויסן לואיס גייט שוין אט אט זיין אינדערויסן און די אקציע קען אריין גיין און די ביכער אלס סוקסעס.....

---

דעני קען שוין קוים ווארטן אז דזשעב זאל אום קאלן מיט די אינפארמאציע אז די אקציע איז דורך וואו געפלאנט, די זייגער ווייזט שוין אויף צען נאך ניין....
דעני טראכט צו זיך אז ער געט עס נאך פינעף מינוט און אויב דזשעב קאלט אום נישט ביז דעמאלטס גייט ער אום קאלן.....
דעני האט זיך גענומען שוויצן ווען ער האט אנגעפאנגן צו קלערן וואו אזוי ער גייט דארפן קוקן עדי און פנים און אום פרעגן די פאר ווערטער "פארוואס האסטו דאס געטון?"
דעני האט געהאט אפגעשמוסט מיט דזשעב אז וואו נאר די אקציע איז דורך זאל דזשעב אריבער קומען מיט א גרופע באוואפענטע פב"א אגענטן און זיי וועלן זיין די וואס גייען ארעסטירן עדי (אגענט מארס)
דאס איז א מורא'דיגע דערנידערונג און פארשעמונג אז פב"א ארעסטירט א הויכע סא"ע אגענט,
דעני וואלט געקענט באשטיין אז די מידיא זאל זיין ווען מ'ארעסטירט אום, אבער וואו דזשעב האט אום מסביר געווען קען ער דאס נישט טון ווייל דעמאלטס גייט ער דארפן מסביר זיין פאר די מידיא וואס דאס איז פארגעגאנגן, און דאס האט פארשטייט זיך דעני נישט געוואלט,

דערווייל ווייזט די זייגער אויף 9:13 און מ'הערט נאך גארנישט.....

אונמוטן הערט דעני וואו עדי'ס טיר עפענט זיך און עדי וואקט ארויס פון אפיס אויפגעשטורעמט.........

---

9:05 איראן, ביי עלי און אפיס.

עלי ווארט צו הערן פון זיינע אגענטן ביים גרעניץ אז זיי האבן פארכאפט וועם זיי האבן געזוכט....
עלי איז שוין געווען גרייט אנצורופן די מידיא אז זיי זאלן זיך צוגרייטן און זיין ביי זיין אפיס ביז א האלבע שעה ווייל ער גייט איבער געבן עפעס באמבאסטישע נייעס....

עלי וואונדערט זיך, לויט די קלארקייט און די פינקטליכע אינפארמרציע וואס "אגענט מארס" האט געשיקט וואלט נישט געדארפט נעמען מער וואו אפאר מינוט די גאנצע זאך, דערווייל האלט מען שוין ביי כמעט אכט מינוט און מ'הערט נאך גארנישט פון זיי....

עלי'ס טעלעפאון צוקלינגט זיך....

איך קען עס נישט גלייבן האט זיך עלי צושריגן....
אויף די אנדערע זייט ליין איז געווען זיין אגענט וואס האט געדארפט פארכאפן לואיס, און די אגענט טענה'ט אז לואיס מיט זיינע מענטשען זענען נישט דארט......

עלי לייגט אראפ און רופט גלייך אן זיין אגענט ביים גרעניץ.....

--

9:08 איראן, ביים גרעניץ.


די אגענט ביים גרעניץ פארשטייט נישט וואס דא גייט פאר... ער איז שוין אפאר מאל איבער געגאנגען און איבער געקוקט יעדעמס פאספארט, קיינעמס נאמען איז נישט די זעלבע וואו וואס עלי האט אום געגעבן... אפילו די פיקטשערס שטומען נישט... קיינער זעהט נישט אויס אפילו נאנט צו דעם....


ער קוקט איבער נאכאמאל און נאכאמאל, ער טראכט צו זיך אז ער מוז רופן עלי פרעגן צו ער איז זיכער אז ער האט געגעבן די ריכטיגע אינפארמאציע.
אזוי טראכטענדיג צוקלינגט זיך זיין טעלעפאון, עלי איז אויף די ליין, ער וויל הערן צו ס'איז דא עפעס נייעס.....

ניין, עפעס טויג נישט דא, איך טרעף נישט קיינעם פון די נעמען וואס די האסט געגעבן, און קיינער זעהט נישט אויס גלייך........

עלי פאנגט אן צו שוויצן...
קודם שפאר אפ די גרעניץ, לאז נישט קיינעם אריין אדער ארויס.....
איך דארף זעהן וואס דא גייט פאר...

עלי רופט אן "אגענט מארס" אבער ער הייבט נישט אויף.....
עלי שיקט אום א טעקסט אז ער זאל אום שוין אנרופן...

"אגענט מארס" ליינט די מעסעדזש ער פארשטייט אז עפעס נישט גוט גייט פאר.. ער לויפט ארויס פון אפיס און לויפט אראפ אויפן גאס, נאכן זיכער מאכן אז קיינער זעהט נישט האט ער ארויס געצויגן זיין טעלעפאון אנצורופן עלי.....

--

לואיס זעהט אז עפעס קאכט זיך געפערליך, די הויפט פון די פאליציי זענען צוגעקומען צו די אפיציר וואס קוקט איבער אלע פאפירן פארן ארויספארן און אום געזאגט אז ער זאל גארנישט ווייטער טון! קיינער פארלאזט נישט דאס פלאץ דא....!

לואיס זעהט אז ס'איז גרויסע צרות.... עפעס שמעקט דא זייער פיבערדיג... ער קוקט אויף זיין אגענט, ביידע פארשטייען זיך אז מ'דארף זיך ארויס זעהן דאס שנעלסטע וואס מעגליך,
לואיס זייענדיג אויפן ליין מיט דזשעב זאגט ער אום אז ער גייט זוכן א וועג ארויס פון דא ווייל זאכן גייען נישט וואו געפלאנט...

--

דעני זיצט און אפיס און הערט די שמועס צווישן עלי און "אגענט מארס"...

עלי: איך ווייס נישט וואס דא גייט פאר אבער עפעס טויג נישט...
די חברה וואס דארפן שויןזיין און לאנד זענען נישט אנגעקומען צו זייער פלאץ, און ביים גרעניץ זעה איך אויך נישט קיינעם.....

א"מ: וואס הייסט? ביסטו זיכער? איך האב דאך גענומען די אינפארמאציע דירעקט פון מיין מענעדזשערס טיש... איך ווייס קלאר אז זיי דארפן דארט זיין!

עלי: איך ווייס דיר נישט וואס צו זאגן אבער איך רעד פון די פאקטן!

א"מ: איך האב מורא דיר צו זאגן וואס איך טראכט, אויב איז דאס וואס איך טראכט דאן בין איך א פארטיגער....

עלי: איך טראכט די זעלבע... דאס איז געווען א טרעפ.....

א"מ: איך דארפ אנטלויפן באצייטנס פון דא..... איך ציטער צו טראכטן ווייטער...

עלי: האב נישט אזוי מורא, אפשר איז די מצב נאכנישט אזוי הילפסלאז וואו די מיינסט... אפשר קען מען זיי נאך כאפן... ווער זאגט אז זיי אלע האבן שוין פארלאזט דאס לאנד?
קודם גיי איך יעצט אינטערזוכן די טערמינאל, אפשר דרייט זיך נאך איינער דארט?

א"מ: נעה, איך גלויב נישט, זיי זענען זייער פיפיג, זיי זענען זיכער שוין נישט דארט....

עלי: לאמיך פראבירן, דערלייגן קען איך זיכער נישט...

א"מ: אקעי רופ מיך צוריק אויב די ווייסט עפעס... אויף דערווייל לויפ איך מיך באהאלטן....

דעני הערט די שמועס ער ווערט אנגעצויגן....
ער רופט אן דזשעב ווילדערהייט....
דזשעב, וואו זענען די חברה? שוין דורך?
ניין זאגט דזשעב לואיס איז נאך אונעם טערמינאל....
אוי וויי....
זיי גייען אום פארכאפן....
זעה צו ער קען זיך נאך ערגעץ אויסבאהאלטן.. אבער שוין.....

און איך דארף פון דיר צוויי חברה זאלן שוין אהער קומען און נאכפאלגן עדי... ער אנטלויפט יעצט זיך צו באהאלטן....

אקעי איך שיק דיר צוויי חברה... זאגט דזשעב,
לאמיך הערן וואס לואיס זאגט....

דזשעב האט אראפגעלייגט די פאון פון דעני,
לואיס גיי באהאלט דיך זיי קומען נאך דיר...
זעה אויף עפעס א וועג דיר ארויסצוזעהן פון דארט....

--

לואיס זעהט אז ס'טויג נישט,
לואיס זאגט פאר זיין אגענט אז ער גייט זיך אויסבאהאלטן און די זייטיגע טוילעט און ווען ס'וועט זיך בארואוגן וועט ער ארויס קומען...
קיין צווייטע ברירה איז סייווי נישט געווען....
דו ווארט דא, דו האסט דאך א פראנקרייכע פאספארט זיי גייען דיך נישט חושד זיין...
לואיס לויפט אריין, זעהנדיג אז ס'איז ליידיג האט ער געקלערט צו זיך אז ער וועט פראבירן ארויף צושפרונגן אויפן דאך דארט זיך אויסבאהאלטן...
מיט א שפרינג איז לואיס געווען אונעם דאך, אינטער זיך האט ער צוריק צוגעמאכט די דראפ סילינג....

דאן האט לואיס געהערט וואו דזשעב ווארענט אום אז ער זאל פראבירן צו אנטלויפן...
אנטלויפן קען איך נישט, די פלאץ איז ארום גענומען מיט העליקאפטערס אבער עפעס האב איך מיך פראבירט צו באהאלטן, איך זיץ דא אויפן דאך באהאלטן שעפשעט לואיס צוריק איך האפ אז באלד וועט זיך עטוואס בארואיגן וועל איך קענען ארויסגיין פון דא....

אונטן האט לואיס געהערט וואו ס'קומט פאר א זוכעניש,
די אפיציר האט פארלאנגט אלע רעקארדס פון די לעצטע האלבע שעה, נעמען פון די אלע וואס האבן פארלאזט די לאנד....

די קאמפיוטער איז געווען דאון די לעצטע האלבע שעה איז געווען די ענטפער....

די אגענט רופט אן עלי און זאגט אום אז ס'איז נישטא קיין רעקארדס פון די אלע וואס האבן פארלאזט די לאנד, ס'איז דא זייערע נעמען מיט זייער אינפארמאציע, אבער נישט קיין בילדער....

עלי איז געווארן אויפגעשטורעמט,
איך קום אראפ אהין.... ווארטס אויף מיר...

עלי זעצט זיך אריין און זיין העליקאפטער און לאזט זיך ארויס...

אנקומענדיג האט עלי איבער גענומען די סיטואציע, קודם איז ער געגאנגן איבער קוקן די פייל פון אלע נעמען וואס האבן פארלאזט דאס לאנד און לעצטע האלבע שעה, פון די נעמען וואס ער האט געזעהן אראפגעשריבן האט אום גארנישט געצויגן עפעס ספעציעל,
אבער אלס אגענט האט ער געוואוסט אז דאס מיינט גארנישט, ווייל ניצן א פאלשע נאמען און פאספארט איז פון די גרינגסטע זאכן, אבער דאס האט ער יא פארלאנגט אז ווער ס'איז יעצט דא אונעם טערמינאל זאל מען גרינטליך אויסטשעקן....

מ'האט יעדעם אויסגעשטעלט און א רייע, און עלי האט אליין אבזעווירט און גרינטליך דורך געקוקט יעדעמס פאספארט....
אנקומענדיג צו לואיס'ס שותף האט ער זיך אפגעשטעלט....


ווען ביסטו אריין געקומען און לאנד און פארוואס....?

די אגענט האט זיך פראבירט צו האלטן רואיג און שטארק, אבער עלי איז אויך נישט געווען קיין נאר און נאך פינעף מינוט פון קורצע שאלות האט עלי פארלאנגט אז מ'זאל אום נעמען און די זייט שטוב...

אויך האט עלי געבעטן אז ער דארף די סורוועיליענס קעמרע פון די לעצטע האלבע שעה....

עלי האט זיך אראפגעזעצט קעגן איבער די אגענט און געפרעגט נאך איינמאל ביסטו דא אליינס אדער איינער איז דא מיט דיר?

איין זאך קען איך דיר זאגן, אויב זאגסטו מיר ליגנט גייסטו מער נישט זעהן די ליכטיקייט פון די זין! איך פרעג דיר נאכאיינמאל, איינער איז דא מיט דיר?

שטיל

די ענטפערסט נישט? גוט!
איך גיי יעצט איבער קוקן די קעמרעס אויב זעה איך אז די ביסט אנגעקומען מיט איינעם און די באהאלטס עס אויס פון מיר וועסטו ליידן! און נישט נאר די, נאר איך וועל זיכער מאכן אז דיין משפחה ליידט אויך....
דא איז איראן, דא גייט נישט אן קיין מענטשליכקייט... איך וועל שניידן לעבעדיגע שטיקער פון דיר און אפשוקן די שטיקלעך צו דיין משפחה....


די אגענט זעהנדיג אז ער גייט סייווי געוואור ווערן אלעס פון די קעמרעס האט ער זיך געבראכן און געזאגט פאר עלי אז ער איז נישט דא אליין...

ווער נאך איז דא מיט דיר? און וואו איז ער? איך ווייס נישט וואו ער איז!

הער אויס האט אום עלי געזאגט, די האסט שוין גערעדט, און אמעריקע אויב גייסטו אמאל צוריק גיין גייט מען דיך ארויסווארפן פארן זיין א פארעטער... דו ביסט שוין א פארפאלענער... יעצט אדער נעמסטו דיך רעדן ווייטער אדער רעגסטו מיך אויפ און די וועסט זייער שלעכט אפשניידן....

ער איז געגאנגען צו די טוילעטס.....!!!!!

די אגענט האט גערעדט מיט אן אראפגעבויגנעם קאפ, שעמענדיג פון זיך אליין וואס ער האט דא געטון....


עלי שטעלט זיך אויף און רופט צו צוויי אגענטן און מיט גאנס און די הענט אויסגעשטרעקט האבן זיי אויפגעשטורעמט די טיר!
האלט!!!!!!

אבער די פלאץ איז געווען ליידיג!

לואיס איז נאך געווען אויפן ליין מיט דזשעב ווען פלוצלינג האט ער געהערט די געשריי.... דא האט שוין לואיס געזען אז די זאך איז פארטיג... ער איז און פעקל.....

לואיס זאגט פאר דזשעב: איך בין א פארטיגער! זיי האבן מיר....

מיט א קול געשטיקט פון טרערן האט לואיס געשעפשעט צו דזשעב אז ער זאל איבער געבן א גריס פאר זיין משפחה און זיי זאגן אז ער האט זיי געדענקט און זיינע שווערסטע צייטן....

רעד נישט אזוי האט דזשעב געשריגן מיר וועלן טון אלעס און די וועלט דיך צו ראטעווען.....
האלט דיך שטארק.....


אויב קומסטו נישט ארויס פרייוויליג גייען מיר זיך נעמען שיסן און יעדע ריכטונג און ס'וועט דיר קאסטן דיין לעבן, מיר געבן דיר פיפצען סקונדעס...

צעהן....
זיבן....
פיר....

אקעי, איך געב מיך אינטער איז א קול געקומען פונעם דאך....
קום אראפ מיט דיין הענט אויפן קאפ האט עלי באפוילן...

לואיס איז שטאטערהייט אראפ געקראכן פון דאך מיט די הענט אויפן קאפ.....

דזשעב האט געהערט אויפן טעלעפאון די שווערע אטעמען פון לואיס... עלי האט זיך גענומען אויסטאפן לואיס פון קאפ ביז פיס...
דזשעב האט געקענט הערן וואו שווער לואיס האט געאטעמעט, ער האט זיך נאר פראבירט פארצושטעלן די קאשמארן וואס לויפן יעצט דורך און לואיס'ס קאפ.... ביז עלי האט באמעקרט די בלו טוט און לואיס'ס אויער און אוועק גענומען....

ווען עלי איז פארטיג געווארן האט ער געגעבן די הענט פאר לואיס און מיט א שמייכעל אום געזאגט: איך בין עלי, מיך האסטו געפלאנט צו הארגענען....
יעצט האסטו מיך דא....
איך האב הנאה אז מיר האבן זיך געטראפן.....

לואיס האט נישט געקענט קוקן דעם אכזר און פנים...
נעמטס אום מיט זיין שותף צום העליקאפטער האט עלי באפוילן פאר זיינע אגענטן, איך קום שוין נאך....

---

דזשעב האט אראפגעלייגט די טעלעפאון זייער צובראכן... ער האט מיטגעהאלטן אביסל וואס מ'טוט מיט לואיס... ס'האט אום זייער אויפגעשאקלט...
ער הא גלייך גערופן דעני אום איבערצוגעבן די סיטואציע און הערן וואס מ'טוט ווייטער....

----

מאחמוד איז געזיצן און זיין קאר און מיט א גאר אויפגעלייגטן געמיט זיך ארום געקוקט אויף די פאנאראמע וואס מ'איז דורך געפארן.... מאחמוד טראכט צו זיך, א געלונגענע אקציע געווען... נישט געקענט זיין בעסער....

מ'האט געהאט אפגעשמועסט אז נאך א האלבע שעה פארן גייט מען זיך אפשטעלן אויף א שטילע פעלד אלע דריי קארס... און דארט וועט זיך מאחמוד צוריק פאראייניגן מיט זיין ווייב און פון דארט פארן ווייטער....

די ראוד וואו די קארן זענען געפארן איז געווען א שטילע ראוד, אויסער די ערשטע קאר און מאחמוד'ס קאר איז קיינער נישט געווען אויף דעם ראוד,
מאחמוד האט געהאלטן און איין צוריק קוקן צו זעהן וואו לואיס'ס קאר איז,
נאך אפאר מינוט זעהנדיג אז לואיס קומט נישט נאך האט מאחמוד אנגערופן דעני פרעגן וואס ס'גייט פאר מיט לואיס,
דעני האט נישט געוואלט זאגן פאר מאחמוד אז לואיס איז אויף גרויסע צרות, אבער מאחמוד איז קיין נאר נישט געווען און ווען ער האט געזען אז דעני ענטפערט נישט געהעריג האט ער פארשטאנען אז לואיס איז אונטער געבליבן,
איך פאר צוריק האט זיך מאחמוד אנגערופן פאר דעני, איך גיי נישט לאזן לואיס ליידן וועגן מיר.....

דו פארסט נישט צוריק האט דעני געשריגן אויף מאחמוד! דו קענסט דאס נישט טון!

איך קען נישט און איך וועל עס נישט אויסהאלטן אויב וועל איך וויסן אז לואיס ליידט זיך צוזאם נאר וועגן מיין רעטונגס...
איך הייס דעם דרייווער יעצט זיך אויסדרייען....

ניין!!!
טוה ער נישט!!

איך האב נישט קיין ברירה....

מאחמוד האט געהייסן דעם דרייווער זיך אויסדרייען.....

ער האט געזאגט פארן דרייווער אז ער זאל צוריק פארן די צוואנציג מינוטיגע וועג און אום אראפ לייגן ביי בערך א מייל פאר די גרעניץ און פון דארט וועט ער צו וואקן......

מאחמוד זעהט אויפן טעלעפאון אז זיין ווייב קאלט אום אריין.... ער פארשטייט אז דעני האט געהייסן זיין ווייב קאלן, זי זאל פראבירן אום איבער צורעדן....
מאחמוד שפירט אז ער קען נישט אויפהייבן די קאלל.... ער וועט עס נישט איבער טראגן....

מאחמוד האט טאקע נישט אויפגעהויבן, זיין ווייב האט אום אבער אריין געלאזט א וואויס מעיל, און מאחמוד האט זיך טאקע נישט גענאר'ט, זיין ווייב אונעם וואויס מעיל האט זיך געבעטן צו אום אז ער זאל עס נישט טון, און אונעם בעקראונד האט מאחמוד געהערט וואו זיין בעבי וויינט.....
מאחמוד האט געפילט ער טראגט עס נישט איבער... ער האט געוואוסט וואס עס מיינט זיך איבער צוגעבן פאר די איראנע.... אויב איז דא עפעס ערגער וואו טויט שטראף וועלן זיי עס ניצן אויף אום....
אבער מאחמוד האט אפגעמאכט ביי זיך אז אלעס איז נאך אלס בעסער וואו איידער לואיס זאל ליידן.....

---

עלי פארן ארויף גיין אויפן העליקאפטער האט ער אנגערופן "אגענט מארס" און אום איבער געגעבן די לעצטע נייעס...
איך גיי יעצט צוריק צו מיין הויפט באזע און פון דארט גיי איך האלטן א פרעס קאנפרענץ... איך גיי האבן נעבן מיר די צוויי פארכאפטע.....
איך וועל זיכער מאכן אז די אינטערנעציאנאלע טעלעוויזיע זאל דארט זיין, איך וועל פארציילן אז זיי זענען געווען און לאנד פאר א אקציע און מ'האט זיי געכאפט פארן אנטלויפן.....

בעפאר דאס וועל איך זיכער מאכן אז זיי גייען זיך מודה זיין אונעם פארברעך... און איך וועל אויפשפילן זייער הודאה ביים פרעס קאנפרעץ....

זייער גוט האט "אגענט מארס" זיך אנגערופן.... מאך זיכער אז די בלאזט אויף א מעכטיגע מעשה אזוי אז דא און אמעריקא זאל יעדער שטורעמען....
איך בין נייגעריג וואו אזוי די פרעזידענט גייט רעגירן....
איך וועל מיטהאלטן די נייעס דא פון מיין האטעל רום......

זייער גוט! עמער רעדן...

--

דעני האט אויסגעהערט די פאון קאלל,
דאס ארגסטע פאר אום איז אויב עלי גייט טאקע ארויף קומען און דערציילן פאר די וועלט.... דאס דארף פארמיטן ווערן פאר יעדע פרייז, ס'איז נאך געבליבן פיפצן מינוט, מ'דארף זעהן צו ס'איז נאך דא עפעס צו טון...
יעצט איז 9:45 דאס מיינט אז אויף בערך צען אזייגער גייט די נייעס אויסברעכן...

קודם די ערשטע זאך דארף ער יעצט אנרופן די פרעזידענט דערציילן וואס דא גייט פאר, און אויך פרעגן וואס מ'טוט ווייטער....

דזשעב האט אנגערופן דעני צו דערציילן וואס ער האט געהערט בשעת ווען מ'האט פארכאפט לואיס....
דעני איז אבער געווען מער באזארגט אז מאחמוד גייט צוריק זיך אינטער געבן....

מ'דארף אפשטעלן דעם מאחמוד וואו שנעלער....

און מ'דארף זעהן צו מ'קען נאך עפעס טון פאר עלי גייט ארויס קומען צו די וועלט מיט די סענזאציע....
וואס טוט מען דא ווייטער......?????

---

9:55

עדי זיצט און זיין האטעל רום און צינדט אן די טעלעוויזיא, סי ען ען מעלדט א ברעיקונג נויס.....
פון איראן קומט יעצט אריין אז ביז פינעף מינוט גייט די הויפט פון די געהיימע פארסעס געבן א פרעס קאנפרעץ, פון געהיימע קוועלער האט סי ען ען געוואוסט צו זאגן אז די נייעס גייט אויפשאקלן די וועלט.......

9:57
ריפארטערס פון אלע סטעישענס שטופן זיך צו די טיר פונעם הויפט אריין גאנג מ'האט צוגעגרייט א סטעידזש פאר די אנפורער פון די געהיימע פארסעס,
וואו מיר הערן איז עפעס פארגעקומען ביים גרעניץ... מיר ווייסן נישט צו דאס האט א פארבינדונג....
בלייבטס אריין געטונט צו סי ען ען פאר אפדעיטס און פאר די לייוו קאווערידזש....

9:59
עלי קומט יעצט אן..
פון זיין קאר שלעפט מען ארויס צוויי מענטשען מיט שווארצע שמאטעס אויפן קאפ.... די פנימ'ער זענען באדעקט...
ביידע וואקן זייער שווער מ'דארף זיי ממש שלעפן.....
וואו איר קענט זעהן וואקט עלי מיט א זיגרייכע שמייכל.....

10:00

עלי איז יעצט אויף געקומען אויפן סטעידזש....
מ'שלעפט יעצט ארויף די צוויי געבינדענע, און די נעקסטע פאר סקונדעס גייט עלי אנפאנגן צו רעדן....

---


"אגענט מארס" זיצט און זיין האטעל רום און שמייכלט.......

פארזעצונג אי"ה
הנאה געהאט?
לאזט אייך הערן!
אוועטאר
פונקטליך
שר האלפיים
תגובות: 2219
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 07, 2010 11:23 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פונקטליך »

כ'קען נישט רעעעעעדדדדדדדדדדדןןןןןןןןןןן..........................

שכוח!!!
די זייגער לויפט, זעה צו זיין פונקטליך!
אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18580
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך_הער »

וווווווווואאאאאאאאאאאסססססססס טוווווווווווווססססססססססססטטטטטטווווווווו?

וואס טוסטו דא מיט אונז? רח"ל, וויזוי פאלט אזאנס ביי? סידעך שרעעעעעעקעדיג.

יישר כחכם, כ'האף אז דו גייסטעס ענדיגן גוט, באט וואסארא שלומאזל דער לואיס איז, בינעכעם נישט מקנא, עפעס האסטו אים גענומען פאר דיין שלמה'לע. (ווייסטעך אין חדר איז אלץ געווען א שלמה'לע, וואס האט אייביג נישט געקענט, אייביג געכאפט פעטש, פונקט ער האט ארויס געקוקט, וכדומה.)
אוועטאר
bailout
שר האלפיים
תגובות: 2210
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 25, 2008 10:27 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך bailout »

אקעי כ'הא יעצט אראפגעלייגט די פאון מיט דעני און מיט לואיס, און ס'איז געבליבן אז אונז האמער נישט קיין שום זאכליכע פלאן וויאזוי אים ארויסצוראטעווען, אבער איין טרייסט איז נאך געבליבן, אב זקן וועט צוריקקומען האפענטליך אין די גאר נאנטע צוקונפט און ער וועט אויפקומען מיט א איינפאל וויאזוי צו מאכן די דזשאב.
אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 12394
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למעלה משבעים »

אאאאאאאאאאאבבבבבבבבבבבבב, העכער אלע טראכטונגען.....
אבער ביטע לאז אונז נישט ווארטן צו לאנג, ווייל איך קען נישט טראכטן וואס עס וועט געשען ווייטער. (איין עצה האב איך יא אין מחשבה, אבער איך גלייב די וועסט אויפקומען מיט בעסער'ס).
אוועטאר
פאקטיש
שר מאה
תגובות: 235
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 30, 2010 8:47 am
לאקאציע: נישט אין ארבעט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאקטיש »

וווי טוססטו אאאאזעלכע זזזזזאכן?
איך פארשטיי אז דו וואלסט געוואלט ס'זאל זיין אזוי, אבער פאקט בלייבט פאקט!
לאטצי
שר מאה
תגובות: 161
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 20, 2010 10:01 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאטצי »

דערווייל ווייזט די זייגער אויף 9:13 און מ'הערט נאך גארנישט.....

אונמוטן הערט דעני וואו עדי'ס טיר עפענט זיך און עדי וואקט ארויס פון אפיס אויפגעשטורעמט.........

ער איז שוין געווען אידרויסן פארוואס איז ער נאכאמאל ארויף געגאנגן?

9:08 איראן, ביים גרעניץ.
אגענט מארס" ליינט די מעסעדזש ער פארשטייט אז עפעס נישט גוט גייט פאר.. ער לויפט ארויס פון אפיס און לויפט אראפ אויפן גאס, נאכן זיכער מאכן אז קיינער זעהט נישט האט ער ארויס געצויגן זיין טעלעפאון אנצורופן עלי.....
און איך דארף פון דיר צוויי חברה זאלן שוין אהער קומען און נאכפאלגן עדי... ער אנטלויפט יעצט זיך צו באהאלטן....

פארוואס האט מען נישט איהם גלייך געכאפט?

9:55

עדי זיצט און זיין האטעל רום און צינדט אן די טעלעוויזיא, סי ען ען מעלדט א ברעיקונג נויס.....
אוועטאר
אב זקן
שר מאה
תגובות: 152
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 27, 2009 12:07 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אב זקן »

לאטצי טייערע, וואו זעהסטו אז עדי איז צוריק ארויף געגאנגן?

אויף דעם וואס די פרעגסט פארוואס מ'האט אום נישט גלייך ארעסטירט איז זייער פשוט, וואו נאר דעני האט געהערט אז לואיס איז נאך דארט האט דעני אום נישט געקענט ארעסטירן ווייל ער איז געווען דער איינציגסטער וואס פון אום קענען שעפן אינפארמאציע, אויב ארעסטירט מען אום דעקט מען אויף זיין פנים און דעני וועט נישט האבן קיין וועג צו הערן עלי'ס ווייטערע פלענער,

און וואס די ווילסט צוברענגן מיט דיין לעצטע קוואוט ווייס איך נישט.

א-חוץ קלאפט אלעס?
הנאה געהאט?
לאזט אייך הערן!
הערשעלע
שר מאה
תגובות: 160
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 03, 2010 4:07 pm
לאקאציע: צווישן מיין קאפעלוטש מיט מיין שיך...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הערשעלע »

אב, ...........................איך קען נישט שרייבן!
אוועטאר
וואדקע
שר האלף
תגובות: 1039
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 18, 2007 11:47 pm
לאקאציע: זיי נישט אזא נאזיבאדי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואדקע »

היכא תמצא, אייביג קוקט אויס ווי עס גייט זיך ענדיגען ביי די נעקסטע פארזעצונג אבער אייביג ענדיגט זיך עס נישט, וויאזוי קען עס זיין?

ענטפער: אב זקן!
וואדקע דארף נישט קיין הכשר
לאטצי
שר מאה
תגובות: 161
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 20, 2010 10:01 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאטצי »

אב זקן האט געשריבן:לאטצי טייערע, וואו זעהסטו אז עדי איז צוריק ארויף געגאנגן?

אויף דעם וואס די פרעגסט פארוואס מ'האט אום נישט גלייך ארעסטירט איז זייער פשוט, וואו נאר דעני האט געהערט אז לואיס איז נאך דארט האט דעני אום נישט געקענט ארעסטירן ווייל ער איז געווען דער איינציגסטער וואס פון אום קענען שעפן אינפארמאציע, אויב ארעסטירט מען אום דעקט מען אויף זיין פנים און דעני וועט נישט האבן קיין וועג צו הערן עלי'ס ווייטערע פלענער,

און וואס די ווילסט צוברענגן מיט דיין לעצטע קוואוט ווייס איך נישט.

א-חוץ קלאפט אלעס?

קודם כל יא אלעס קלאפט ווי א פידל וועגן דעם פרעג איך ווייל איך ווייס איך גיי באקומען א גוטע הסבר... יישר
איך וועל נאכאמאל טרייען צו מסביר זיין מיין קושיא, קודם שרייבסטו אין איין paragraph אז 9:13 "אונמוטן הערט דעני וואו עדי'ס טיר עפענט זיך און עדי וואקט ארויס פון אפיס אויפגעשטורעמט......... ", דאס מיינט אז ער איז געווען אויבן ..נאכדעם שרייבסטו און אנדערע paragraph  אז 9:08 (5 מינוט פריער) איז ער געווען אונטין אויפן גאס און ער האט אפגעמאכט אז ער דארף שוין אנטלויפן?? "9:08 איראן, ביים גרעניץ.
אגענט מארס" ליינט די מעסעדזש ער פארשטייט אז עפעס נישט גוט גייט פאר.. ער לויפט ארויס פון אפיס און לויפט אראפ אויפן גאס, נאכן זיכער מאכן אז קיינער זעהט נישט האט ער ארויס געצויגן זיין טעלעפאון אנצורופן עלי.....
און איך דארף פון דיר צוויי חברה זאלן שוין אהער קומען און נאכפאלגן עדי... ער אנטלויפט יעצט זיך צו באהאלטן...."
אוועטאר
אב זקן
שר מאה
תגובות: 152
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 27, 2009 12:07 am

זיבן און צוואנציגסטע פארזעצונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אב זקן »

פארזעצונג פון פריער.

די גרעסטע קעפ פון די אמעריקאנע רעגירונג זיצן און באטראכטן עצות וואו אזוי מ'קען אפשטעלן אז עלי זאל זיך נישט אויפשטעלן ווייזן פאר די וועלט זיינע פארכאפטע משכונות, אבער קיין סאך העלפט עס נישט
ווייל און איראן איז שוין לואיס געשטאנען אויפן סטעידזש מיט א שמאטע אויפן קאפ, און עלי גייט שוין אט אט רעדן....

מאחמוד איז אויפן וועג צוריק צום גרעניץ ער גייט זיך אינטער געבן און זיך אריין ווארפן אונעם פיסק פון לייב אלעס נאר צו ראטעווען לואיס,

עדי זיצט און זייך האטעל און האלט מיט די נייעס...

יעצט ליינט ווייטער.

9:53

דזשעב מיט דעני זיצן און ברעכן זיך קאפ וואס מ'קען נאך דא טון פאר עלי גייט ארויף רעדן, איינע פון די וועגן וואס זיי האבן געטראכט איז געווען אפשר צו ניצן עדי פאר א שטעקן און אום צווינגן דורך עפעס א וועג אז ער זאל אפהאלטן עלי, אבער די פארשלאג איז שנעל אפגעווארפן געווארן, ווייל אויב פאלט דאס דורך פארלירט מען עדי.... וואס דאס מיינט אז עדי גייט מער נישט קענען ברענגן אינפארמאציע, און דאס איז אזאך וואס קען יעצט נישט גענומען ווערן און באטראכט,

אפשר זאל מען טאקע לאזן מאחמוד זיך אינטערגעבן? אפשר איז דאס טאקע די איינציגסטע עצה וואס איז געבליבן?
אבער דאס איז אויך אפגעווארפן געווארן אלס אימריאליסטיש,
מ'האט אונטער גענומען א גאנציע אקציע אלעס צו ראטעווען מאחמוד, קען מען דאס יעצט אויפגעבן?
אלזא, די צייט ריקט זיך און די זייגער ווייזט שוין אויף 9:57
דעני מיט דזשעב זיצן אינאיינעם און האלטן מיט אויף די טעלעוויזיע וואו מ'גרייט אלעס אן....
זאכן ריקן זיך שנעלער וואו זיי וואלטן געוואלט...
דאס מערסטע וואס האט געבאדערט פאר דעני איז אז מאחמוד ניצט נישט זיין שכל, דאס אז ער גייט זיך איבער געבן פאר עלי גייט גארנישט אויפטון אז מ'זאל ארויסלאזן לואיס אויב עפעס גייט ער זיך נאך מער פרייען און פארכאפן אום אויך, אלזא וואס איז זיין חשבון פון זיך איבערגעבן?

---

מאחמוד איז שוין צוריק ביים גרעניץ, ער שלעפט ארויס זיין לעפטאפ, נאכן ארום ארבעטן אפאר מינוט האט ער מיט א שמייכל ארויסגעצויגן זיין טעלעפאון און אנגערופן א נאמבער....

---

עלי שטעלט זיך צו צום מייק, און באגריסט יעדעם,
דערנאך האט ער אנגעפאנגן זיין ספיעטש:
איך שטיי יעצט דא און איך רעד צו די וועלט, פאר איך קום צו צום ענין פארוואס איך האב אייך צוזאמגערופן היינט נאכט וואלט איך געוואלט איבער גיין אביסל היסטאריע,
יעדער ווייסט אז איראן מיט אמעריקא פארשטייען זיך נישט אזוי גוט, די סיבה דערפאר איז ברייט באקאנט,
לעצטענס האבן זיך זאכן געטוישט און אמעריקע האט מיט חוצפה אנגעפאנגן א נייע מהלך....

אינמיטן רעדן קומט עלי'ס געהילף צו צו אום מיט זיין טעלעפאון און זאגט אום אז ער האט אן עמערדזשענסי טעלעפאון קאלל....
עלי קוקט אן זיין געהילף מיט א מינע אויפן פנים וואו איינער זאגט, זעסט נישט אז איך רעד דא צו ריפארטערס? די וועלט האלט אלעס מיט..?
איך פארשטיי אלעס מורמעלט אום זיין געהילף אריין אבער איך מיין אז דו זאלסט נעמען די קאלל,

עלי דרייט זיך אוועק פון די מייקס און גערעגטערהייט פרעגט ער

העללאו....

עלי.. וואס הערט זיך...

ווער איז דאס?

דאס בין איך דיין ארבעטער, דערקענסט נישט מיין קול?

רעד שוין, ווער ביסטו? איך לייג אראפ די טעלעפאון אויב זאגסטו נישט ווער דו ביסט,

אקעי, איך בין מאחמוד.......

וואס.... מאחמוד.....??? וואס רופסטו מיך יעצט די הינט.. די האסט מיר פארראטן....
איך וועל נאך איין טאג נקמה נעמען און דיר,

הער מיך אויס עלי, א שאד דיין רעגעניש, נקמה נעמען און מיר קענסטו נאר און דיין חלום, ווייל אויב פלאנסטו עפעס צו טוען וועל איך דיך מאכן שנעל פארגעסן פון מיין נאמען,

אלזא, יעצט בין איך פארנומען מיט עפעס אנדערש, רופ יעצט אן דיין אינדזשעניר ביי די מיליטערישע באזע און פרעג אום צו וועלכע ריכטונג די אטאמישע מיסעלס זענען אויסגעדרייט, און צו זיין קאמפיוטער סיסטעם ארבעט.....
איך בין און טשארדזש יעצט אויף דיינע אטאמישע מיסלס....

יעצט הער מיך צו, אויב רעדסטו נאך איין ווארט ווייטער צו די טעלעוויזיא גייסטו קענען גראד האלטן נאך א קאנפרענץ, דיינע מיסעלס זענען אויסגעדרייט צו איראק, און נאך איין ווארט די רעדסט גייט איך שיקן דריי מיסעלס קיין איראק!!

דו פארשטייסט אליין אז דאס גייט אריין שלעפן אמעריקע און א מלחמה מיט דיין לאנד! דאס וועט דיר קאסטן א טייערע פרייז!

איך זאג איבער מיינע ווערטער מיט א קלארקייט אויב האסטו עפעס פארפאסט,
נאך איין ווארט די רעדסט צו די מידיא גייסטו ביטער חרטה האבן אבער ס'גייט שוין זיין צו שפעט!
די מיסעלס ליגט יעצט און מיינע הענט, און מיט א ריק מיט מיין פינגער קען איך זיכער מאכן אז דיין לאנד זאל ווערן פארקריפלט און א אויגן בליק!

וויסן זאלסטו אז איך שטיי און איך מאניטער דיך, אויב רעדסטו נאך איין ווארט ווייטער איז אונזער שמועס פארטיג און איך וועל דיר לאזן קער נעמען פון די ניי געשאפענע סיטואציע!

עלי איז געשטאנען געפרוירן!

---

דעני מיט דזשעב זיצן צוגעבינדן צום טעלעוויזיא ווארטענדיג צו הערן די ווערטער וואס זיי האבן זייער נישט געוואלט הערן!
די פרעזידענט זיצט אויך און ווארט צו הערן, ווייל לויט וואו אזוי עלי זאגט עס לויט דעם דארף מען שאצן וואס צו ענטפערן....
אינמיטן זעהט מען וואו עלי'ס געהילף וואקט צו צו עלי און דערלאנגט אום די טעלעפאון...
דעני איז געווען זיכער אז דאס איז מאחמוד....
פארוואס טוט ער דאס האט דעני געפרעגט כעס'יג, פארוואס האט ער נישט קיין שכל אז ס'גייט גארנישט בעסער מאכן דאס אז ער גייט זיך אינטער געבן?
די פראבלעם איז אז מאחמוד האט אויסגעלאשן זיין טעלעפאון און ס'איז נישטא מיט וועם צו רעדן... ס'איז נישטא קיין וועג צו צוקומען צו אום.

---

עדי זיצט און זיין האטעל רום, און האלט אויך אלעס מיט, די טעלעפאון קאלל וואס עלי האט איבער גענימען איז אום אויך געווען א גרויסע ווינדער,

מ'זעהט וואו עלי לייגט אראפ די טעלעפאון און דיילט א צווייטן נאמבער...
אויף עלי'ס פנים דערקענט מען אז ער איז גאר אנגעצויגן....
עפעס געפערליך קאכט זיך דארט! עדי קען נישט טראכטן וואס.

--

איראן, מיליטערישע באזע.

די הויפט קאמאנדיר פון די מיליטערישע באזע שלאפט רואיג און זיין אפיס, די נאכט האט גארנישט אנדערש אויסגעזען וואו א נאכט פארדעם, די צייט איז גאנץ לאנגווייליג...

אינמיטן וועקט ער זיך אויף צו א טעלעפאון קלינג,
עלי איז אויף די אנדערע ליין,

זאג מיר גייט גראד עלי צו צום פוינט, וואו זענען אויסגעדרייט די אטאמישע מיסעלס?
וואס הייסט, ס'איז אראפגעלאזט מיטן פנים אראפ אזוי וואו אייביג, ס'איז נישט אויסגעדרייט צו קיינעם, פארוואס זאל איך דרייען די מיסעל אן דיין אקעי?

איך האב דיך געבעטן צו קוקן! נישט צו טראכטן!
קענסטו זיך ארויסבייגן און קוקן צו און וואו זיי זענען אויסגעדרייט? האט עלי געשריגן...

אקעי, איין רגע...

אוי... מיי.... גאד.....
די מיסעלס שטייען גרייט צו שיסן קיין איראק!!!
איך ווייס נישט ווער ס'האט דאס געטון, קיינער האט זיך נישט געדרייט דא היינט!
איך ווייס באמת נישט.....

דו קענסט נאך עפעס טון עס צוריק צו דרייען, פרעגט עלי,?

יא זיכער, לאמיך לויפן צום קאמפיוטער....

אוי וויי...... איך ווייס נישט וואס דא גייט פאר היינט אבער איינער האט געטוישט מיין קאוד! איך קען נישט אריין לאגן...

עלי, ס'איז צרות.. אויב זאל דאס שיסן גייען מיר אריין און א נוקלארע מלחמה....
וואס גייט דא פאר???

די קענסט נישט גארנישט טוען פרעגט עלי דערביטערט?
איך קען אהין גיין און עס דרייען מיט די הענט אבער דאס וועט נעמען א שעה זיכער....

אקעי טוה דאס,

---

מאחמוד האלט מיט וואו עלי רעדט צו איינעם אויפן טעלעפאון... לויט וואו ער פארשטייט האט עלי געקאלט זיכער מאכן אז דאס וואס איך האב געזאגט איז אמת....
מאחמוד האט הנאה געהאט צו זעהן וואו עלי לייגט אראפ די טעלעפאון מיט א כעס.... דאס מיינט אז ער ווייסט אז די זאך איז א פארלוירענער....

וואו נאר עלי האט אראפגעלייגט די טעלעפאון האט מאחמוד אום צוריק גערופן...

נו.... יעצט גלייבסטו מיר שוין?
איז אזוי, וואס איך דארף פון דיר איז אז די זאלסט אפרופן די פרעס קאנפרעץ און נעמען די צוויי פארכאפטע זיי אריין זעצן און די העליקאפטערס און צוריק ברענגען דא איבער די גרעניץ פון וואו דו האסט זיי פארכאפט, איך ווארט דיך דא אפ!!

אבער געדענק! איין זאך וואס די טוסט וואס גייט מיר נישט געפעלן גייט דיין לאנד ליידן די קאנסיקווענצען!
און איך וויל אז די גאנצע זאך זאל נישט נעמען מער וואו פינעף און צוואנציג מינוט!

געדענק און האלט פאר דיין אויגן... דיין לאנד אדער די צוויי...

איך וועל דארפן בערך א שעה דורך צופירן דאס וואס די פארלאנגסט זאגט עלי פאר מאחמוד,
זאג מיר נישט וואו לאנג ס'גייט דיר נעמען, איך וועל דיר זאגן!
ס'נעמט צוואנציג מינוט פאר א העליקאפטער אנצוקומען צו דא וואו איך ווארט דיך אפ, איך געב דיר עקסטרע פינעף מינוט זיך צו פארענטפערן פאר די רעפארטערס, דיין צייט איז קורץ און דיין פינעף און צוואנציג מינוט האט זיך שוין אנגעפאנגן, יעצט איז 10:12 אויף 10:35 דארפן די צוויי דא זיין!
און נאכאמאל, יעדע מינוט וואס זיי שפעטיגן איז נאך א מיסל.....
איך מיין אז ס'וועט דיר זייער נישט שמעקן זיך צו דארפן אויפשטעלן נאכאמאל אויף די זעלבע פלאץ וואו די שטייסט יעצט און זיך פארענטפערן פאר די וועלט, אויב עס וועט נאך מעגליך זיין צו פארענטפערן....
אלזא ניץ דיין שכל און מאך עס אויף א שטילן אויפן, איך בין גרייט פון מיין זייט אלעס צו האלטן בשתיקה....

עלי האט זיך זייער צוגעכאפט צו מאחמוד'ס לעצטע סטעיטמענט...
דו ביסט גרייט נישט צו דערציילן פאר קיינעם וואס דא האט זיך באמת אפגעשפילט אויב רעד איך נישט?
יא! זאגט מאחמוד,
גוט, איך גיי איין, איך גיי גארנישט זאגן פאר קיינעם אבער ביטע דו האלט דיך אויך צום צוזאג, גוט.

---

די נעקסטע פאר מינוט איז געווען די בעסטע פאר מינוט פון מאחמוד'ס לעבן!
די פארלוירענקייט און די וואקלענישן, די אומזיכערקייט און די ציטערדיקייט וואס האט זיך אויסגעמישט אויף עלי'ס פנים, דאס איז געווען עפעס וואס מאחמוד וואלט ווען אפגעקויפט פאר אלע געלטער....

מיט א ציטערדיגע קול איז עלי צוריק געגאנגן צו די מייק און טריקענערהייט איינגעמאלדן אז די קאנפרענץ איז געקענסלט און קיין דעטאלן וועט ער נישט איבער געבן.... און וואו אויך וועט ער נישט נעמען קיין פראגן פון די ריפארטערס....

פארשטייט זיך אז די רעפארטערס האבן נישט מסכים געווען צו אזא זאך, נאכן זיי אהער שלעפן אינמיטן די נאכט און זיי ווייזן צוויי ארעסטירטע מענטשען און נאכן אנפאנגן איבערצוגעבן האלבעטע דעטאלן און אויפרייצן זייער אפעטיט זאל מען זיך אפשטעלן און מיטן און מאכן דאס גענאר פון זיי??
די קעמערעס האבן נישט אויפגעהערט צו בליצן, די ריפארטערס האבן זיך ארום געשטעלט ארום עלי'ן פארמירענדיג אזא רינג וואו עלי איז געווען פארכאפט אינדערמיט....
איינע פון די ריפארטערס האבן אפילו געהאט די דרייסקייט און געוואלט אראפצוען די איבערדעק וואס לואיס האט אנגעהאט אבער דא האט זיך עלי אויפגערעגט און אריין גערופן זיינע גארדס אז זיי זאלן שוין עפענען א דורך גאנג און אנגרייטן די העליקאפטער ווייל מ'דארף גיין.....

---

דעני און דזשעב זענען געזעצן און צוגעקוקט די גאנצע ספעקטאל, זיי האבן נישט געקענט אנטשיידן וואס גייט פאר, צו וועם האט עלי גערעדט און וואס האט אום באוואויגן צו טוען די שריט?
וואו פארט ער יעצט אוועק מיט די צוויי געפאנגענע?
פון די ווייסע הויז האט מען אויך אריין גערופן פרעגן דעני צו ער ווייסט פשט וואס דא גייט פאר...
דעני'ס ענטפער איז געווען אז ניין,
אבער דעני האט געהאפט אז ער וועט הערן עפעס מער פון עדי..
די איינציגסטע זאך וואס דעני האט נישט געוואלט קלערן איז אז אפשר האט מאחמוד אריין גערופן עלי אום איבערצוגעבן
אז ער גרייט זיך אינטערצוגעבן און דאס איז וואס האט באוואויגן עלי'ן...
דעני האט נישט געוואלט קלערן אז דאס איז דא געשען...

--

עדי זיצט ביי זיך און האטעל, און פארשטייט נישט וואס דא האט פאסירט, ווער האט גערעדט צו עלי אז ער זאל אפלאזן די קאנפרעץ און אוועק נעמען די צוויי פארכאפטע?
עדי פוילט זיך נישט, ער רופט אן עלי צו פרעגן וואס דא גייט פאר...
ס'איז שווער געווען פאר עדי צו הערן וואס עלי זאגט ווייל די גרידער פון די העליקאפטער האט פארשווערט דאס הערן אבער אזויפיל האט ער געהערט אז די זאך איז פארטיג, און עדי זאל אנטלויפן וואו שנעלער.....

עדי קלערט נישט קיין סאך פאקט צוזאם זיינע זאכן און ריכטעט זיין טריט צום ארויסגאנג....

--

דעני האט פארשטאנען פון די טעלעפאון קאלל פון עדי אז עפעס מעכטיג קומט פאר... וואס פונקטליך האט דעני נאך נישט געכאפט, דאס מיינט אז אויף דערווייל דארף מען נאכפאלגן ווייטער און מ'קען אום נאך נישט ארעסטירן....

מאחמוד קוקט אויפן זייגער די זייגער ווייזט אויף 10:30 ער רופט אריין עלי און ער הייסט אום אז די העליקאפטער זאל לאנדען ביים גרעניץ, פון דארט זאל עלי צו וואקן מיט דיי צוויי משכונות ביז אריבער די גרעניץ, נאך אפאר מינוט וואק וועט מאחמוד ארויסקומען צו זיי!
אבער געדענק, אויב זעה איך מער וואו דריי מענטשען דורך וואקן צוזאמען אדער אויב גייסטו נישט לאנדען וואו איך האב געהייסן, אדער סיי וואסערע זאך דו גייסט טוען וואס גייט מיר נישט געפעלן גיי איך קיין רגע נישט טראכטן פאר איך דריק דעם קנעפל!
פראביר מיך נישט ביטע!
און לאמיך דיר זאגן נאך מער, איך האב אנגעשטעלט אויף מיין קאמפיוטער אז אויב דריק איך נישט די קענסעל באטען יעדע פינעף מינוט דאן מיינט דאס א אויטאמאטישען אקעי און די מיסל גייט שיסן, וואס איך מיין צוזאגן איז, אויב פלאנסטו מיך צו הארגענען אדער ארפשיסן די קאר וואו נאר איך פאר אוועק מיט מיינע קאלעגן וועט דאס זיין א פארטיגע טויט קלאפ פאר דיר! דאס מיינט אז די שרייבסט אינטער מיט דיינע הענט די מלחמה....
יעצט, זיי נישט קיין נאר און פראביר מיך נישט!

איך ווארט דא אויף דיר....

די לעצטע פאר ווערטער זענען געווען די לעצטע שאס און עלי'ס פלאן,
עלי האט געטראכט פון אראפשיסן די קאר וואו נאר מאחמוד באקומט צוריק זיינע מענטשען, עלי האט דאס געפלאנט צו טון נישט פאר עפעס אנדערש נאר פאר נקמה, זיין כעס האט געפערליך געברענט און אום, ספעציעל פאר די חוצפה וואס מאחמוד האט געהאט אום צו פארשעמען פאר די אינטערנאציענאלע מידיא, אבער יעצט האט מאחמוד ציווארפען זיינע פלענער...
10:33 האט די העליקאפטער געלאנדעט עלי האט אנגעזאגט פאר זיינע מענטשען אז קיינער זאל נישט מיטקומען מיט אום....

וואו נאר עלי האט דורך געוואקט די גרעניץ האט אום מאחמוד אריין געקאלט און אום געהייסן אויפבינדן לואיס מיט זיין שותף, און וואו אויך אראפנעמען זיין צודעק פון זיין אויגן...
וואק נאך אפאר מינוט ביז די וועסט מיך זעהן שטיין ביי מיין קאר...

מאחמוד האט געהאט א עקסטערע פארגעניגן איינצוטיילן פאר זיין געוועזענע מענעדזשער....
מאחמוד האט נישט אזוי שנעל געוואלט ארויסלאזן די געפיל,
שטעל דיך אפ האט ער געהייסן פאר עלי, דאס האט מאחמוד געטון סתם פאר שוואויל טאג, נאר ווייל ער האט געוואלט אריין כאפן יעדע רגע וואס ער קען פארנידערן און פארשעמען זיין געוועזענע מענעדזשער.....

---

עדי זעצט זיך אריין און א טעקסי און בעט אום אז ער זאל אום צופירן צו די נענסטע עירפארט, פארשטייט זיך אז די טעקסי איז נישט געפארן אליין נאר צוויי קארס זענען עס נאכגעפארן...

---

דעני'ס טעלעפאון צוקלינגט זיך, מאחמוד איז אויפן ליין....
דעני געט א שריי... מאחמוד וואס טוט זיך מיט דיר....?

דעני איך קען נישט רעדן צו לאנג איך וועל דיר אלעס מסביר זיין שפעטער וואס איך דארף יעצט פון דיר איז א העליקאפטער וואס זאל אפנעמען מיך מיט לואיס און זיין אגענט און אונז טראגן צו די נענסטע אמעריקאנע באזע...
וואס הייסט, זיי מיר מסביר, דו האסט לואיס מיט דיר? האסטו דיך נישט אינטערגעגעבן?

איך גיי זיי האבן ביז צוויי מינוט אינטער מיין רשות... און ניין איך בין נישט אזוי משוגע מיך אינטערצוגעבן...


אקעי איך שיק שוין אהין וואס דו דארפסט אבער זיי מיר מסביר, וואס האסטו געטוען אז דאס זאל צושטאנד קומען?

איך קען עס נישט מסביר יעצט אבער דו וועסט נאך האבן א גוטן לאך....

פיין איך קען קוים ווארטן...

---

דעני מיט דזשעב זעהנדיג אז מאחמוד איז נישט און געפאר און לואיס איז שוין אויך אט און זיינע הענט האבן זיי אפגעמאכט אז ס'האט מער נישט קיין זין מיטן ווארטן צו ארעסטירן עדי, און דזשעב האט טאקע ארויסגעגעבן די באפעל אז מ'קען אום ארעסטירן...

--

עדי קומט אן צום עירעפארט, אזויווי ער האט ארויסגעטרעטן פונעם טעקסי זענען אום די אגענטן באפאלן, און נאך פאר עדי האט געהאט א טשאנס צו כאפן וואס ס'גייט פאר האט ער זיך געטראפן געבינדן און די אינטערשטע זיץ פון די קאר, זיינע מארינדע רעכטן זענען פארגעליינט געווארן און א אויגן בליק,
פון דארט איז די קאר געפארן גראד צו דעני און דזשעב, זיי האבן אפגעווארט די קאר..

---

עלי האט געווארט אויף די אקעי פון מאחמוד אז ער קען שוין ווייטער גיין,
ווען מאחמוד האט געהערט פון דעני אז די העליקאפטער דארף אנצוקומען ביז א מינוט האט ער געזאגט פאר עלי אז ער קען ווייטער גיין....
עלי איז אנגעקומען צו די קאר אבער ער האט קיינעם נישט געזעהן..
מאחמוד האט צוליב זיכערהייט סיבות זיך באהאלטן אינטער א בוים ביי די זייט פונעם שאסיי,
ווען די העליקאפטער האט געלאנדעט און פיר סאלדאטן זענען ארויסגעטאנצן איבערצונעמען לואיס מיט זיין אגענט,
דעמאלטס האט מאחמוד זיך ערלויבט ארויסצוקומען פון זיין באהעלטעניש....
ארויסקומענדיג האט ער שאקירט עלי'ן און אום געגעבן א קלאפ און רוקן, עלי האט אויף די ערשטע מינוט נישט געכאפט ווער דאס איז אבער נאך א מינוט האט ער זיך געכאפט און ער האט געוואלט אויפהייבן די הענט אראפצולאזן א הילכיגן פראסק פאר מאחמוד....
מאחמוד האט געזען וואס ער וויל און ער האט און די לעצטע רגע געגעבן א שפרינג אויף צוריק....

יעצט איז נישט קיין צייט צו שלאגן האט מאחמוד געבראכן די שטילקייט...
יעצט איז די צייט וואס די זאלסט אויפהייבן א ווייסע פאן און זאגן מיטן מויל: יא, די אמעריקאנע האבן מיך באזיגט...

עלי'ס בליט איז אום ארויף און קאפ... ער האט געשפירט אז ער קען זיך נישט קאנטראלירן... ווען נישט וואס צוויי סאלדאטן זאלן ארום נעמען און היטן אויף מאחמוד וואלט שוין דארט אויסגעבראכן א מלחמה צווישן די צוויי...
די צוויי סאלדאטן האבן אנגעכאפט מאחמוד און אום אריין געזעצט אונעם העליקאפטער.. פון עלי'ס אויגן האבן געשפריצט פינקן פייער...

בעפאר מאחמוד האט צוגעמאכט די העליקאפטער טיר האט ער נאך עספיעט צו זאגן פאר עלי אז זיין געערטער "אגענט מארס" איז שוין ארעסטירט.....

עלי האט נישט געגלייבט וואס ער האט געהערט....!!

עלי האט שוין נישט עספיעט צו בעטן מאחמוד איינצוהאלטן זיין צוזאג און נישט דערציילן פאר די וועלט די סיבה פון "אגענט מארס'ס" ארעסט....
די העליקאפטער האט זיך געהויבן מיט א רעש און געבליבן פאר עלי איז מאחמוד'ס קאר וואס איז געבליבן פאר עלי אלס געשאנק.....

---

ווען יעדער איז געזעצן רואיג האט מאחמוד אנגערופן דעני אום דערציילן די גוטע נייעס אז אלע זענען סעיף און יעצט קען מען קרוינען די אקציע מיט סוקסעס.....

דעני האט נאר געוואלט פארשטיין וואס דא איז פארגעגאנגן וואו אזוי מאחמוד האט דאס באוויזן...

מאחמוד האט אום אלעס פארציילט, און אויך האט מאחמוד צוגעגעבן, אז וואו נאר ער האט געזען אז זיי האבן פארכאפט לואיס האב איך אנגעפאנגן צו קלערן אז אפשר דרייט זיך נאך א מסור צווישן די אגענטן... און דאס איז די סיבה פארוואס איך האב געזאגט אז איך וויל זיך גיין איבערגעבן ווייל איך האט געוואלט אז מ'זאל מיך לאזן אליין, און אזוי וועל איך קענען אויספירן וואס איך דארף....
אבער דאס האט זיך ארויסגעשטעלט צו זיין נישט ריכטיג פארשטייט זיך....

אלזא יעצט זענען מיר פאראיינגיט....
און איך קען קוים ווארטן אנצופאנגן צו ארבעטן פאר אייך.... "אונז" האט דעני אריין געשריגן...
אבער איין זאך וואס איך האב צוגעזאגט פאר עלי, אז קיינער טאר נישט וויסן די סיבה פון עדי'ס ארעסט! דאס דארף געהאלטן ווערן בסוד,
מ'וועט דארפן פירן זיין קאורט קעיס אינטער פארמאכטע טירן...
נישט ין פראבלעם האט דעני צוגעזאגט....

אזוי רעדענדיג האט דעני ארויףגעברענגט אויף די ליין די פרעזידענט....
מאחמוד איז רויט געווארן הערענדיג ווער ס'באגריסט אום....

----

נאך אפאר טאג זיך אויסרוען איז מאחמוד מיט זיין משפחה אינאיינעם מיט לואיס און אלע אנדערע העלדן פון אונזער געשיכטע זיך ארויפגעזעצט אויף א פריוואטע פליגער וואס האט זיי אפגעטראגן קיין וואשינגטאן דארט האט זיי אפגעווארט א שיינע אויפנאמע...
פארשטייט זיך אבער אז קיינע פון די מידיא איז נישט איינגעלאדענט געווארן
זיצענדיג יעדער אינאיינעם האט מען אריין געברענגט א גאסט....
נישט קיין צווייטער וואו אונזער ר' בנימין... דארט האט יעדער פארציילט זיין חלק פון די מעשה... ס'איז געווען גאר אינטערעסאנט פאר די באטייליגטע צו הערן יעדענס חלק פון די מעשה,
וואו אויך האט דעני דארט איינגעמאלדן אז ס'איז שוין געווען די משפט פון עדי
די באווייזן זענען געווען אזוי שטארק אז די דזשאדזש האט אום גראד צוגעטיילט לעבנס לענגליכע טורמע...
און מ'האט אום איינגעזעצט אונעם מעקס סעקיורעטי טורמע וואס הייסט "מעקס ריווער" און געפינט זיך און שיקאגא....


!ענדע!

נ.ב. פאר אן אינטערעסאנטע עפיזאד וואס האט זיך אפגעשפילט אונעם זעלבן תפיסה מיט א צווייטן ארעסטאנט ליינט דא
הנאה געהאט?
לאזט אייך הערן!
אוועטאר
קהת
שר האלפיים
תגובות: 2995
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 10, 2009 1:18 pm
לאקאציע: דארט ווי איך בין!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קהת »

יוי מעכטיג א גרויסען יישר כח פאר די מעשה. ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p-

אבער פארוואס האט מען נישט איינגעזעצט עלי אויך פאר לעבנס לענגליכע טורמע?

וואס האט זיך אפגעשפילט מיט עלי שפעטער?

וואס איז געווארען מיט די קאר און די וואסער?

און אפשר האט ער פארגעסן צו קענסלן די מיסילס און סאיז געשאסען געווארען? אפשר דאך????

-------------------

איך גלייב נישט אז די גייסט לאזען ווערן די אשכול שטויביג און נישט ווייטער שרייבען.

אדער קענסטו שרייבען א נייע מעשה.
Normal is just a setting on the washing machine
over night kugel
שר מאה
תגובות: 153
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 31, 2009 3:33 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך over night kugel »

די יעצטיגע פארזעצונג איז לדעתי די בעסטע.איך מיז מודה זיין אז ביי די גאנצע מעשה האב איך אליינס געוועבט די מעשה. און גראדע צוגעטראפן . אבער יעצט פאר אזא מהלך האב איך נישט געחולעמט. אויב איך מעג פרעגען וויאזוי איז דעני מיט דזעב ארויס געראטעווט געווארען?
אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 12394
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למעלה משבעים »

אב, איך מוז דיר זאגן, די ביזט ריזיג, אויף אזאנס האב איך זיך זיכער נישט גערישט, נאדיר דא ;l;p- ;l;p- ;l;p- די איבריגע וועסטו שוין מוזן אליין נעמען.
די האסט געהאט געשריבן:
אב זקן האט געשריבן:(נאך אלעמען איז דאס די ערשטע מאל וואס איך פאבריציר א מעשה...)

וועסט זיך באליידיגן אויב איך זאג דיר אז איך גלייב דיר נישט???? די מעשה איז צו גוט אז עס זאל זיין די ערשטע חלום דיינע.
און פאר איך פארגעס איך פרעג איבער די זעלבע שאלה וואס שמאטע האט געפרעגט...
אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5396
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלקא טויב »

קען איינער צוזאם-נעמן אין איין פייל די מעשה פון די פריערדיגע ענדע, אב, כ'וועל דיר נאכן ליינען געבן די שקויעכ'ס.
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
[email protected]
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”