לעיזער אפערעישאן אויף די אויגן (LASIK)

געזונט און רפואה

די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,thefact

אריין געטראכט
שר מאה
תגובות: 232
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 12, 2014 3:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אריין געטראכט »

אין די לעצטע פאר וואכען האב איך זיך זייער שטארק נאך געפרעגעט וועגען מאכען די לעיסעק, איך האב גערעד מיט כאטשיק 10 מענטשען וואס האבען עס געמאכט זיי קענען אפילו נישט פארשטיין פאר וואס יעדער מאכט עס נישט, עס איז דא א פאר סיבות וואס זיי זאגען פאר וואס מענטשען האלטען זיך אפ דערפון,
1) געלט, עס קאסט כאטשיק 1000$ א אויג, די מער פראפישנעלי'ס בעטען 2000$ א אויג
2) מענטשען האבען זייער מורא צי מאכען א סיורטשער אויפן גוף בכלל אין אויף די אויגען בפרט אין ווען מען מיז נישט, נאר ס'איז פאר באקוועמקייט שטיין מענטשען ווייט דערפון,
3) עס איז היינט 2014 א סטייל יא צי גיין גלעזער
איך האב גערעד מיט אסאך מענטשען יעדער האט מיך געוויסט צי זאגען אויף נעמען וואס האבען עס געמאכט, אין דער וואס האט עס צום סוף נישט געמאכט, זאגט יענער איז נישט ציפרידען, אין יענער איז נישט ציפרידען, איך האב זיך נישט געפוילט אין געגאנגען צי יענעם, אין געפרעגט זאגט דער יענער, הייבט זיך נישט אן איך בין זייער ציפרידען, גיי איך צום צווייטען זאגט ער יא אנהייב בין איך נישט געווען ציפרידען ווייל מען האט מיך געהייסען לייגען טראפען 2 מאל א טאג אין איך האב עס נישט געטוען אזוי ערליך ווי מען האט מיך געזאגט האב איך געהאט אביסעל פראבלעמען ביינאכט ביים דרייווען אבער היינט 2 יאר שפעטער איז ער זייער ציפרידען,
נעמענדיג אין באטראכט די אלע פאקטען האב איך שוין אפגעמאכט צו גיין צו א דאקטער אין מענהטען וואס ער הייסט די גרעסטע אין דעם, ער בעט 2000$ א אויג זיין נאמען איז Dr. Eric Mandel 1888-866-3681
דאס איז די פאקטען וואס איך האב זיך איבערצייגט די לעצטע פאר וואכען
אוועטאר
אַבּערוואַס
שר האלפיים
תגובות: 2178
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2013 5:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אַבּערוואַס »

כ'האב גערעדט לעצטנס מיט א גרויסן אויגן דאקטער (אן אפטאמעטריסט) ער טוט דאס נישט און האט נישט קיין שום נגיעות דערביי, ער איז זייער אין שטיצע פין די לעיזער פראצעדור און ער טענה'ט אז סיי ווער ס'פארשטייט באמת דעם מענטשליכען אויג וועט האלטן די זעלבע, לדבריו איז דאס שוין לאנג ארויס פינעם "טרייעל פיריעד" און גענוג אלט אז מ'זאל עס קענען טראסטן (לערך 30 יאר).

פארשטייט זיך אז מ'מוז זיין זיכער אז מ'גייט צו א ריכטיגער מומחה סיי צו מאכן זיכער אז מ'איז בכלל א קאנדידאט דערפאר (ווי אויסגעשמועסט דורך אנדערע פריער אינעם אשכול, אויב נישט קען מען ח"ו נאר שאדן האבן דערפון), און אויך פארשטייט זיך אז דער פראצעדור ווערט געטון ריכטיג און מיט די גרעסטע מאס פארזיכטיגקייט, און אוודאי אויף'ס מערסט פארגעשריטענע אופן וואס האט די בעסטע שאנסן נישט צו מאכן קיין שאדן חלילה בא"א.

און אוודאי געדענקן מתפלל צו זיין אז אלעס זאל גיין כשורה. סוכ"ס רעדט מען דא פון "אויגן"!
ווארט א מינוט, לאמיך נאכקוקן...
אוועטאר
ניק ניק
שר האלפיים
תגובות: 2424
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 20, 2011 8:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניק ניק »

היינט באקומען אין די פאסט אן עדווערטייסינג ביכל פון Evision מיט גאנץ אינטערסאנטע אונפארמאציע וועגן LASIK.
(Laser-Assisted in situ Keratomileusis)

-------

ווייסט איינער ווי מ'קען זען אביסל סטאטיסטיק'ס? וויפיל מענטשן האבן עס שוין געמאכט? און וואס איז געווען נאכדעם?
אל תסתכל בספעלינג אלא במה שיש בה.
הק' נ'חמן י'עקב ק'אהן המכונה ני"ק.
אוועטאר
לאמפ
שר האלף
תגובות: 1311
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יוני 06, 2014 8:16 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאמפ »

איך האב געלאזט מאכן דעם Lasik procedure בערך צוויי יאר צירוק, און וואלט דאס שטארק רעקאמאנדירט פאר יעדעם איינעם צו מאכן.

די פראצעדור דויערט זייער שנעל און די נעקסטע טאג בין איך געווען צירוק ביי די ארבעט, די ערשטע פאר וואכן האט מען פראבלעמען מיט זוהן שראלן אינדערפרי און מיט לעקטערס ביינאכט אבער דאס גייט אוועק מיט די צייט אזוי אז ביי די פאלאו אפ עטליכע וואכן נאך דעם פראצעדור האב איך שוין געהאט א 20\20 און נישט געהאט קיין פראבלעמען מיט זוהן שטראלן אדער לעקטערס.

נאכן זיך פלאגן פאר צוואנציג יאר מיט גלעזער און לענסעס מיט הויעכע נומערן האט היינט צוטאגס די ברכה פון פוקח עורים גאר אן אנדערן באדייט.

איך וועל פראבירן צירוק צו קומען און מער מאריך זיין ווען איך וועל האבן א טשאנס, אויב איינער האט סיי וואספארא בין איך גרייט צו ענטפערן.
אייניגע
שר מאה
תגובות: 159
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 05, 2009 12:49 pm
לאקאציע: ארץ פלסטינה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אייניגע »

דיטעילס פליז.
ווער איז די דאקטאר. אדרעס. פאון נומער. פרייז.
יישר כח.
צייטונג
שר חמישים
תגובות: 82
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 30, 2014 2:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צייטונג »

אזוי ווי עס איז נאך א גאנץ נייע זאך, מן הסתם בערך 10 יאר, ווייסט מען נאכנישט 100% וויאזוי דאס עלטערן זיך וועט רעאגירן דערויף, ווייל למשל רוב עלטערע מענטשן דארפן שוין נישט דאס זעלבע סארט ברילן ווי יונגע, זיי דארפן נאר א פארגרעסערונג גלאז.
דעריבער איז דאס נישט כדאי צו מאכן פאר א געזונטן מענטש וואס דארף בלויז ברילן, כ'קען איינעם וואס האט דאס יא געמאכט, אבער ער האט טאקע געהאט מער פראבלעמען מיט די אויגן, כ'רעד נאר פון גאנץ געזונטע אויגן לויענט זיך נישט צו לאזן אפערירן בלויז וועגן באקוועמליכקייט.
אוועטאר
לאמפ
שר האלף
תגובות: 1311
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יוני 06, 2014 8:16 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאמפ »

אייניגע האט געשריבן:דיטעילס פליז.
ווער איז די דאקטאר. אדרעס. פאון נומער. פרייז.
יישר כח.


איך האב עס געמאכט ביי Diamond Vision אין מידטאון מאנהעטן און געצאלט $3800.

זיי האבן אויך ביליגערע אפשען'ס און אויך פיינענסינג, רופט זיי פאר א Free evaluation.

http://diamondvision.com
אוועטאר
לאמפ
שר האלף
תגובות: 1311
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יוני 06, 2014 8:16 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאמפ »

צייטונג האט געשריבן:אזוי ווי עס איז נאך א גאנץ נייע זאך, מן הסתם בערך 10 יאר, ווייסט מען נאכנישט 100% וויאזוי דאס עלטערן זיך וועט רעאגירן דערויף, ווייל למשל רוב עלטערע מענטשן דארפן שוין נישט דאס זעלבע סארט ברילן ווי יונגע, זיי דארפן נאר א פארגרעסערונג גלאז.
דעריבער איז דאס נישט כדאי צו מאכן פאר א געזונטן מענטש וואס דארף בלויז ברילן, כ'קען איינעם וואס האט דאס יא געמאכט, אבער ער האט טאקע געהאט מער פראבלעמען מיט די אויגן, כ'רעד נאר פון גאנץ געזונטע אויגן לויענט זיך נישט צו לאזן אפערירן בלויז וועגן באקוועמליכקייט.


ווי אנדערע האבן געשריבן אין דעם אשכול איז דאס נישט קיין נייע זאך, מען מאכט דאס שוין פאר איבער דרייסיג יאר. רוב מענטשן וואס האבן פראבלעמען איז דאס ווייל זיי האבן געוואלט שפארן געלט און געגאנגען צו א ביליגע דאקטאר. אויב טוט מען עס די ריכטיגע וועג האט עס כמעט א הונדערט פראצענט טשאנס פאר סוקסעס, די קליינע פראצענט וואס עס געלונגט נישט ווערן נישט בלינד.. די ערגסטע וואס עס קען געשעהן איז אז זיי זאלן טראגן ברילן ווי בעפאר.
אט אזוי
שר האלף
תגובות: 1280
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2014 5:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אט אזוי »

וואס האט דיר געגעבן דעם שטופ צי ארויסנעמען קרוב צי פיר אלפים אין מאכן דעם פראצעדור?
אשמרה לפי מחסום
שר חמישים ומאתים
תגובות: 363
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 17, 2014 11:24 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אשמרה לפי מחסום »

לאמפ האט געשריבן:איך האב געלאזט מאכן דעם Lasik procedure בערך צוויי יאר צירוק, און וואלט דאס שטארק רעקאמאנדירט פאר יעדעם איינעם צו מאכן.

די פראצעדור דויערט זייער שנעל און די נעקסטע טאג בין איך געווען צירוק ביי די ארבעט, די ערשטע פאר וואכן האט מען פראבלעמען מיט זוהן שראלן אינדערפרי און מיט לעקטערס ביינאכט אבער דאס גייט אוועק מיט די צייט אזוי אז ביי די פאלאו אפ עטליכע וואכן נאך דעם פראצעדור האב איך שוין געהאט א 20\20 און נישט געהאט קיין פראבלעמען מיט זוהן שטראלן אדער לעקטערס.

נאכן זיך פלאגן פאר צוואנציג יאר מיט גלעזער און לענסעס מיט הויעכע נומערן האט היינט צוטאגס די ברכה פון פוקח עורים גאר אן אנדערן באדייט.

איך וועל פראבירן צירוק צו קומען און מער מאריך זיין ווען איך וועל האבן א טשאנס, אויב איינער האט סיי וואספארא בין איך גרייט צו ענטפערן.

וואס הייסט א הויכע נאומבער עס איז מיך אביסעל נוגע
שלך לחמך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 416
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 25, 2014 6:19 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלך לחמך »

וויסט איינער ווי אינג מען קען עס שוין מאכן, קען מען עס שוין מאכן ביי די 15 יאר?
אוועטאר
לאמפ
שר האלף
תגובות: 1311
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יוני 06, 2014 8:16 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאמפ »

אשמרה לפי מחסום האט געשריבן:
לאמפ האט געשריבן:איך האב געלאזט מאכן דעם Lasik procedure בערך צוויי יאר צירוק, און וואלט דאס שטארק רעקאמאנדירט פאר יעדעם איינעם צו מאכן.

די פראצעדור דויערט זייער שנעל און די נעקסטע טאג בין איך געווען צירוק ביי די ארבעט, די ערשטע פאר וואכן האט מען פראבלעמען מיט זוהן שראלן אינדערפרי און מיט לעקטערס ביינאכט אבער דאס גייט אוועק מיט די צייט אזוי אז ביי די פאלאו אפ עטליכע וואכן נאך דעם פראצעדור האב איך שוין געהאט א 20\20 און נישט געהאט קיין פראבלעמען מיט זוהן שטראלן אדער לעקטערס.

נאכן זיך פלאגן פאר צוואנציג יאר מיט גלעזער און לענסעס מיט הויעכע נומערן האט היינט צוטאגס די ברכה פון פוקח עורים גאר אן אנדערן באדייט.

איך וועל פראבירן צירוק צו קומען און מער מאריך זיין ווען איך וועל האבן א טשאנס, אויב איינער האט סיי וואספארא בין איך גרייט צו ענטפערן.

וואס הייסט א הויכע נאומבער עס איז מיך אביסעל נוגע


900-
אוועטאר
לאמפ
שר האלף
תגובות: 1311
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יוני 06, 2014 8:16 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאמפ »

שלך לחמך האט געשריבן:וויסט איינער ווי אינג מען קען עס שוין מאכן, קען מען עס שוין מאכן ביי די 15 יאר?


אויב געדענק איך גוט ברויך מען זיין אכטצן יאר כדי עס צו מאכן.

פאר די צוויי פאלגענדע סיבות.

1 - קאנסענט, א צווייטער קען נישט אינטערשרייבן אנשטאט דעם פאציענט און אונטערצושרייבן ברויך מען זיין אכטצן יאר.

2 - ביז די אכטצן טוישט זיך כסדר די נומער און shape פון די אויגן און כדי דאס זאל זיין עפעקטיוו ברויך די נומער זיין סטאביל.
אוועטאר
לאמפ
שר האלף
תגובות: 1311
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יוני 06, 2014 8:16 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאמפ »

אט אזוי האט געשריבן:וואס האט דיר געגעבן דעם שטופ צי ארויסנעמען קרוב צי פיר אלפים אין מאכן דעם פראצעדור?


איך האב אלץ גע'חלומ'ט דאס צו מאכן און עס איז שווער צו זאגן וואס פונקטליך איז געווען די לעצטע שטרוי אויפן רוקן פונעם קעמל אבער דאס אז עטליכע משפחה מיטגלידער זענען סוקסעספול אריבער דעם פראצעדור האט זיכער צוגעהאלפן מיטן דעסיידען.

וועגן געלט, אויב האט איר גלעזער אדער גאר לענסעס און איר וועט אויסרעכענען וויפיל עס קאסט אייך די סופלייס, סאלושען און דאקטאר אפוינטמענטס וועט איר זעהן אז דער 'עקספענס' צאלט זיך זייער שנעל אויס. דאס איז אויסער די באקוועמליכקייט און שלוות הנפש וואס דאס קענען זעהן נאטורליך ברענגט מיט מיט זיך.
אוועטאר
סאדאם חוסעין
שר חמשת אלפים
תגובות: 5998
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאדאם חוסעין »

איינער האט עפעס אינפארמעישן אויף דר' ווייסמאן פון מאנסי?
ווילאנג טראמפ האט טוויטער וועט זיין נייעס, און ווילאנג טראמפ איז א ריפאבליקען וועט זיין סקאנדאלן! [קרעדיט וויכי]
משנה מקום
שר שלשת אלפים
תגובות: 3502
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מאי 14, 2010 4:13 pm
לאקאציע: משנה מקום יעדע שטיק צייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משנה מקום »

אויב רעדען אונז פון די זעלבע דאקטער איז ער ווי ווייט איך ווייס א מומחה פאר די רעטנע וכו' גארנישט מיט לעזער פאר נישט דארפען האבען גלעזער
מיין עקספיריענס מיט א נאנטע איז אז ער מורידיג איבערגעגעבען נאר איין זאך אז מען זיצט דארט זייער לאנג און א קליינע געפאקטע ווארט זאל כמעט אלעמאל
כמעט עני נארישע אפוינטמענט מיינט זיין דארט צווישען א שעה - שעה א האלב
דאנציגער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דאנציגער »

יעך האב געמאכט דעם לעיזער סורדזשערי אויף די אויגן, און ברשותכם וויל איך פארציילן מיין עקספיריענס.

יא איך האב געמאכט דעם 'לעיזער סורדשערי' אויף ביידע אויגן, און ברוך השם שוין צוויי וואכן וואס איך זע א מחי'.
כ'וועל נישט לייקענען, דאס וואס אנדערע האבן פון מיר פארהוילן, מ'זעט טאקע נישט גלייך אזוי גוט ווי עס דארף זיין, און ס'נישט ממש ממחרת פיקס פארטיג גוט.
ניין, ס'נעמט ס'נעמט..
לאמיר אנהייבן פארציילן פרטים.
איך האב געהערט פון דעם געדאנק אינגאנצן ווייניגער ווי א יאר צוריק, און איך האב זיך ארויפגעגעכאפט דערויף, און עס געלייגט אויף מיין שפיץ ליסטע פון געברויכן.
פארוואס, ווייל איך האב מיט גלעזער געהאט אסאך עגמת נפש – אזויווי אסאך.. מקודם דאס שוויצען אין די זומער און די נעפל דערויף אין די ווינטער, וואס נערווירט גענוג, און דאס אלעס האט מיר אנגעהויבן טרייבן צו נעמען ערנסט דעם פראצעדור.
אבער בעיקר האב איך געהאט אין געדענקעניש, פאר עטליכע יאר צוריק, ווען כ'האב געקויפט א ספעציעלע טייערע ברילן, וואס ווערט שווער פארהויכט, און ס'געווען לויט מיין געשמאק אויך, נישט אבי פאני גלעזער, נאר אט דעם פרעים וואס מ'זעט מיר אין רוב בילדער און קליפס, וואס איז לדעתי שיין, און אויך היסטאריש געווען די סארט פרעים וואס מ'איז אלע יארן געגאנגען.
ויהי בחצי הלילה, אויפן וועג אהיים פון קאנאדע, אין א שווערע שניי שטורעם, און כ'האב געשטיפט דעם געשטראנדעטע קאר, און מיין גלעזער איז אוועקגעפלויגן...
נאך א וואך ארומגיין האלב שיכור, האב איך ווידער געפונען אין א אויסוואל פון גלעזער 'בערך' יענע סארט פרעים, און ווידער געצאלט דערויף טייער געלט, צו האבן די פראקטישע ניצן און שיינע סייז דערפון.
און אונטער א חודש האב איך עס ווידער אנגעוואוירן, ווען כ'האב געכאפט א טבילה איין פרימארגן, און צוריק'קומענדיג צו מיינע וועש, האב עס נישט געפונען עד היום.. גיי ווייס ווער און וואו עס איז פארשוואונדן.
מיינע לעצטע גלעזער איז געווען שוין די דריטע טייערע, פון דעם סארט, און נאך די אלע מעשיות, האב איך נאכאלץ נישט געזאגט, אז פארדעם דארף איך עס אויסטון לעולמים.
נאר ווען כ'האב געזען אז איך בין אסאך עוסק אין עקטן, און גלעזער שפילט א ראלע ביים פארשטעלן סצענעס, און דאס קענען לייענען דעם סקריפט, מאכט מיר א מחי' גרינג, און דאס נישט קענען לייענען די סקריפט א.ד.ג. צוליב אנדערע סארט גלעזער, האלט מיך אפ דערפון.
אבער כ'האב דאך נישט קיין ברירה. אזוי האב איך געמיינט, ביז אונטער א יאר ווען כ'האב נאכנישט געהערט קלאר וועגן דעם אפעראציע, נאר שטייענדיג ביים דלפק אין גראסערי, האב איך מיטאמאל באגעגענט חברים – אן גלעזער, און כ'פרעג דעם יענעם, צו זיינע לינדזן זענען טאקע אזוי גוט, און זיי אלע זאגן מיר, וואס לינדזן, איך האב געמאכט א אפעראציע אויף די אויגן.
וואס? וואס איז געשען? ס'גארנישט געשען, ס'איז א קלייניקייט..
נו, אז איך הער אז ס'בכלל נישט קיין גרויסע עסק, נאר איין זאך, מ'דארף שני אלפים דערפאר, 'דאס האט מיר באוואויגן' אז איך גיי קלונגען דעם נומער, און פרעגן וואס מ'טוט למעשה כדי צו אנהייבן דעם פראצעדור.
כ'האב דווקא נישט קיין סאך געפארשט פארדעם, כ'ווייס אויך נישט פארוואס, ס'האט מיר אויסגעקוקט א שפיל, מ'דארף נאר עפעס ריקן אין די אויגן און ס'מאכט זען, והא ראי' מיינע חברים זאגן אזוי.
בנוסף, דערמאן איך זיך, אז מיין באבע פון לאנדאן א ניינציג יעריגע, האט עפעס אזאנס געמאכט, און אויסגעטון אירע ברילן. פונקטליך וואס זי האט געטון ווייס איך נישט, אבער עפעס אין דעם פעלד.
איך האב פארשאפט דעם נומער פונעם ערשטן חבר וואס כ'האב באגעגענט – אז ער האט עס געמאכט, און אין די זעלבע צייט אנגעהויבן שפארן א מטבע נאך מטבע, ביז דעם חודש, ווען כ'האב אנגעהויפענט דעם סכום.
און כ'קלונג אן דעם אפיס פון דאקטאר סטיווען פּערראָן [Dr. Stephen Perrone] Lasik of New York Laser vision correction surgery, (718) 417-6565 און כ'פרעג בתמימות, אויב כ'קלער צו מאכן דעם פראצעדור, וואס דארף איך טון.
זאגט מיר די סעקרעטערי, גארנישט באזונדערס, קענסט באשטעלן א אפוינטמענט פאר א קאנסולטעישען, דאס הייסט אז כ'זאל אריבער קומען צום דאקטארס אפיס, און ער וועט בחינם אפשאצן מיינע אויגן, און מיר זאגן צו ער איז גרייט עס צו מאכן פאר מיר.
און טאמער איז ער גרייט, דארף איך פשוט באשטעלן נאך א אפוינטמענט אין די ספעציעלע טעג וואס ער מאכט די אפעראציעס, און מיטברענגען צוויי אלפים, און אהיימגיין אן גלעזער.
אזוי גלאטיג? יא!
האב איך אפגענומען די סקעדזשול פון אפוינטמענטס, און די קומענדיגע פאר וואכן האב איך באשלאסן אז איך בין גרייט, אום מיטוואך פ' ויצא בין איך געווען פאר קאנסולטעישען.
אנקומענדיג, געבן זיי מיר עטליכע בלעטער, וואס ערקלערט אין קורצן, וואס זיי טוהען, און וואס עס קאסט, און וואס זייערע באדינגונג זענען, און וואס איז די ריסק דערפון, און אויב כ'האב פארשטאנען בערך וואס דא גייט פאר, וועט מיר דער דאקטאר באלד אויפנעמען.
איך שרייב אונטער אלע סארט פראגעס דארט, און דער דאקטאר קומט ארויס צום איבערגעפילטע צימער מיט קליענטן, און טראפט אריין פאר מיר און נאך עטליכע, אזא זאלב וואס העלפט עהם בודק זיין די אויגן.
נאכן אונטערזוכן מיינע אויגן, האט דער דאקטאר מיר איבעראשט מיט שטוינענדע אינפארמאציע.
קודם כל, מיינע ברילן וואס איך גיי, איז נישט מיין גוטע סייז, און מעגליך אז איך האב קאפוויי א.ד.ג. צוליב די נישט פונקטליכע נומער, און ער מיט זיין עקספיריענס די לעצטע דרייסיג יאר, וועט מיר ווייזן מיין עכטע נומער.
ער ווייזט מיר עטליכע ביישפילן, וואס איך זע לעכטיגער ווי ביז היינט, און ער הייסט מיר אנטון נאכאמאל מיינע ברילן, און איך באמערק אז ער איז גערעכט, די אלע שאטנס און דאבל ווישען וואס איז מינדערוויכטיג, קען דער דאקטאר מיר איבעראשן עס אוועקנעמען.
ובכן, זאגט ער, איז נישט מער ווי נארמאל כ'זאל פאר'רעכטן מיינע אויגן, איידער זוכן נאך באנדאזשן ארומצוטראגן די קומענדיגע יארן.
כ'וועל עס איבערקלערן... און כ'האב שפעטער באשלאסן עס צו מאכן א וואך דערויף, אום דינסטיג פ' וישלח, אינעם מאונט סיני שפיטאל – נאז אויערן אויגן אפטיילונג, האב איך דערגרייכט אום האלב נאך ניין, און אונטערגעשריבן וואס מ'האט געברויכט.
יעדע פאר מינוט גייט אריין א אנדערע קליענט, אינעם פאדערשטע צימער, ווי א סטעף פון שפיטאל געהילפן, זענען מסדר די נויטיגע פאפירן און זאכן וואס מ'דארף האבן, און אויפן רייהע בין איך.
מ'רופט מיר אריין אין א זייטיגע שטוב, וואו מ'איז ווידער בודק מיינע אויגן, ביי צוויי באזונדערע מאשינען, איינס א בלויע לעקטער, די צווייטע א רויטע לעקטער, וואס איז צו מאכן זייער פונקטליך, די אינסטרוקציעס וואס מיינע אויגן ברויכן פאר'ראכטן ווערן.
נאך עטליכע מינוט קומט דער דאקטאר ארויס פון דעם פראצעדור וואס ער האט נאר וואס געענדיגט מאכן פאר איינעם פאר מיר – א היימישער אבער איך קען נישט זיין נאמען, און דער דאקטאר זאגט מיר, דיינע רעזולטאטן זענען אויסגעצייכענט גוט פאסיג פארן פראצעדור אין צוויי מינוט ארום.
געזעצליך טוט מען אן אזא בלויע פאפיר ראבער היטל אויף די קאפ און פוס, ווי פאר איעדע אפעראציע, און ער רופט מיר אריין אינעם אפעראציע שטוב, ווי כ'לייג מיר אראפ ווי ביים דענטיסט.
איך האב געהאט א הרגשה, אז ביי מאכן א נארישע פילינג, איז מער דא סיבה צו שיווערען, ווי פאר דעם פראצעדור, מ'געבט מיר א שפילצייג בערעלע צו האלטן, ווייל טאמער כ'וועל שפירן דרוק אויפן קאפ, זאל איך אויסגעבן מיינע פויסטן אינעם בערעלע.
ער מאכט זיכער אז מיין קאפ איז גראד און סטאביל, און אזוי אויך די אויגן, לייגט ער ארויף עפעס ס'זאל זיך נישט ארומריקן, ער דעקט צו איין אויג, און דאן שמירט ער ארויף אויף די אנדערע אויג, עפעס וואס מאכט די אויגן 'נאם'.
ער זאגט מיר צו האלטן ביידע אויגן אפען, כדי ער זאל קענען גרינגער אריינלייגן א שטיקל אייזן אינעם אויג פרעים, אז ס'זאל זיך נישט רירן, וואס אויסער פרעשער פון דרוק, שפיר איך נישט גארנישט.
איך שפיר נאר ווי מיין לינקע אויג ווערט אנגעפילט מיט עפעס ליקוואוד, דאן צינד ער אן א מאשין, און ציילט נומערן פון 38 סעקונדן, ביז אראפ - ביז זערא, עס שמעקט פון אפגעברענטע הויט, און ביי זערא געבט ער מיר א ליבליכע קלאפ, מיסטער! איין אויג איז סוקסעספול געלונגען..
ער דעקט אויף די צווייטע, אבער ביים צווייטן ציילט ער נאר פון 27 און אראפ, און נאך 27 סקונדעס איז ער פארטיג!
ער זאגט מיר, שטעל דיך אויף און זאג מיר וואס דו זעסט!
איך שטעל מיך אויף, און כ'זע אלעס 'בלורי', זאג איך עהם כ'זע דאך נישט.. זאגט ער, ווארט מיר איין מינוט ביים וועיטינג רום, אבער ווען איך הייב אן אהינגיין, זאגט ער מיט סארקאזם, איך זע, דו זעסט יא וואו צו גיין..
נאך פינעף מינוט, וואס אין די צייט ענדיגט ער אפ מיט די קליענט פאר מיר, ווייל יעדע פאר מינוט ווערט מער און מער קלארער די אויגן, נישט ממש אסאך, אבער צוביסלעך, און ער נעמט זיך צו מיר.
ער איז מסביר, אז רייבן די אויגן איז די ערגסטע זאך יעצט, ביז צוויי וואכן זאל איך יעדן טאג לייגן אינדערפרי און ביינאכט, צוויי סארטן טראפן, וואס ער האט מיר געהאט געהייסן אפנעמען ביים פארמעסי, פארן באשטעלן דעם פראצעדור, צו היילן די אויגן.
אבער היינט, זאל איך נישט דרייווען, נאר אהיימגיין און לאזן אויסרוען די אויגן פאר דריי שעה, און נעמען די טראפן כאטש עטליכע מאל ביז ביינאכט.
ער געבט מיר זין גלעזער, אז כ'זאל עס טראגן וואס מער, יעצט די ערשטע טעג, און נאך א סארט גלעזער פאר ביינאכט, כ'זאל אפילו בטעות נישט קראצן די אויגן.
און נאך א זאלב, וואס איז פונקט ווי הענט קרום, איז דאס פאר די אויגן, אויב ס'קראצט מיר, זאל איך ליבערשט דאס אריינטראפן און ס'וועט בעסער ווערן. און ער וויל מיר זען מארגן נאכמיטאג אין זיין אפיס.
ווען איך זעץ זיך אריין אין קאר אויף אהיים, כאפ איך, אז די גאנצע זאך פונעם אנקומען ביזן אהיימגיין איז ניטאמאל א שעה.
אינדערהיים האב איך אנגעהויבן שפירן ווי מיין אויגן גיסט טרערן, דאס איז נאטורליך, ווייל די מח באקומט א סיגנאל אז מ'האט עפעס גע'בארבער'ט אינעם אויג, און ס'מיר געווען ליבערשט צו ליגן מיט פארמאכטע אויגן וואס מער.
מארגן אינדערפרי, איך זע א נייע וועלט, איך קוק אין שפיגל צו איך חלום נישט.. ניין! איך זע! אן גלעזער!! אבער דאך יעדע פאר סעקונדן, ווערט אביסל בלורי.
נאכמיטאג בין איך געווען ביי עהם אין אפיס, און נאכן באזוכן מיינע אויגן, איבעראשט ער מיר ווידער, אז מיין זע קראפט איז נאך בעסער ווי זיינע טעסטס פארן פראצעדור, און ער צייגט מיר עס אויף די מאשינען.
ער לייגט צו, אז ער ווייסט וואס איך שפיר, אביסל מוטלאז, ווייל דאך זעט מען נאכנישט אזוי גוט, ווי מ'רעדט זיך איין.
אבער דו האסט נאך דריי חדשים צו גיין.. יעדן טאג ווערט עס בעסער און בעסער, אבער! ס'איז זיכער בעסער און גאר אנדערש ווי דיינע גלעזער, און ער איז גערעכט.
סך הכל בין איך געוואור געווארן אז ס'נישט סתם מ'זעט גלייך די בעסטע, אזויווי מ'האט מיר געזאגט פארדעם, אבער דאך, מיט וועמען כ'האב גערעדט די לעצטע צוויי וואכן, ביז כ'האב געשריבן די שורות, איז עס געווען איינער וואס האט עס נישט געמאכט, זאגט אז ס'איז א סכנה, און ס'טויג נישט אייביג.
ווידער ווער ס'האט עס געמאכט, זאגט מיר, יעדער האט אנדערע זאכן וואס דויערט ביז מ'זעט פולקאם גוט, איינער זעט נאר בייטאג זייער גוט, איינער זעט נאר אזוי מיט אזוי..
אבער! יעדער וואס האט עס געמאכט, זאגט פה אחד, אפילו מיט די סבלנות וואס מ'דארף ביז די פאר וואכן וואס מ'זעט פולקאם גוט, לוינט זיך עס.
איינער, וואס האט עס אפילו געדארפט איבערמאכן, ווייל ער האט עס געמאכט א אנדערע סארט וועג, ווייל ער האט געהאט זייער א הויכע נומער און קאמפליצירטע אויגן, זאגט מיר אויך, אז כ'וואלט ממילא עס געמאכט, אפילו כ'ווייס אז כ'וועל עס דארפן איבערמאכן אפאר מאל.
אבי נישט גלעזער! אזוי זאגט יעדער.
איך האלט יעצט ביים באשטעלן נאך א 'פאלאו אפ' אפוינטמענט, נעקסטע וואך, דריי וואכן נאכן פראצעדור, און ברוך השם, איך האב נישט קיין חרטה, כאטש אמאל אינמיטן ארבעט איז שווער צו לייענען נומערן, און ביים לייענען איז אויך נישט גרינג.
אבער וואס א טאג מער, ווערט עס געטוישט, ס'נישט גלעזער, ס'איז די געזונטע אויגן וואס גאט ברוך הוא דער איינציגער באשעפער פון אויבן האט באשאפן.

דא האט איר אינעם לינק די אינפארמאציע פונעם דאקטאר.
http://www.lasikofnewyork.com/home.html
לעצט פארראכטן דורך דאנציגער אום מיטוואך דעצעמבער 09, 2015 11:18 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אט אזוי
שר האלף
תגובות: 1280
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2014 5:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אט אזוי »

I'm waiting
אוועטאר
פערפעקט
שר האלף
תגובות: 1963
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 31, 2010 5:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פערפעקט »

דאנציגער האט געשריבן:יעך האב געמאכט דעם לעיזער סורדזשערי אויף די אויגן, און ברשותכם וויל איך פארציילן מיין עקספיריענס.

?
Definition of perfect: as good as it is possible to be
דאנציגער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דאנציגער »

אוי, איך האב עס צוגעלייגט פריער. מנהלים מאכט סדר..
אוועטאר
מיסטעריעז
שר שמונת אלפים
תגובות: 8569
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 13, 2010 2:54 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיסטעריעז »

סוי ביז ווען מעג איך נישט קראצן מיינע אויגן?! ס'קראאאצט! העי, כ'בין נישט אויפן בעט? ווער האט מיר אראפגענומען? ווען?! וואס גייט דא פאר?!

מנשה, אזוי אראפגעלייגט מיט לעבעדיגע פארבן אז כ'האב מיר געזעהן אין שפיטאל!
זאלט איר אלץ זעהן גוט און גוטס.
בטבע ישראל ותורה להיות שלום ואהבה ואחוה וריעות, אך הדיעות הנפסדות של טומאת ארץ העמים מפריד בין הדבקים.
(מרן החת"ס, שבה"ג תקפ"ח)
איפה פייביש
שר האלף
תגובות: 1604
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 09, 2013 10:39 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איפה פייביש »

זייער אינטערעסאנט! און גוט אראפ געלייגט!
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28114
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

שיין באשריבן, ר' מנשה, א דאנק אייך!
דאנציגער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דאנציגער »

מיסטעריעז האט געשריבן:סוי ביז ווען מעג איך נישט קראצן מיינע אויגן?! ס'קראאאצט! העי, כ'בין נישט אויפן בעט? ווער האט מיר אראפגענומען? ווען?! וואס גייט דא פאר?!

מנשה, אזוי אראפגעלייגט מיט לעבעדיגע פארבן אז כ'האב מיר געזעהן אין שפיטאל!
זאלט איר אלץ זעהן גוט און גוטס.

מיינסט טאקע, איך בין נישט דעם דאקטערס שוטה, ווען ער האט נישט געזען, האב איך געקראצט.. חח וואס מיינסטו איך ווייס אז ס'איז נישט עק וועלט, מ'לייגט אריין א טראפן, און ס'הערט אויף קראצן. און כ'טו עס דאך פאר מיינע געזונטע אויגן. אז מ'מוז פרעגט מען נישט וויאזוי..
אוועטאר
פערפעקט
שר האלף
תגובות: 1963
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 31, 2010 5:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פערפעקט »

מנשהלע דעם אוועטער דארפסטו טוישן.
אראפ מיט די ברילן!....

און זאג מיר, די דאקטאר האט זיכער געהאט א גוד טיים מיט דיר...

עניוועי, שיין אראפגעלייגט,איכייב אן ערנסט צו טראכטן דערוועגן.

מנשה, וואס זאגיך מיין ווייב, זי וועט פרעגן וואסי יעצט געשען??
Definition of perfect: as good as it is possible to be
שרייב תגובה

צוריק צו “געזונטהייט”