לאמפ האט געשריבן:איידער מען שרעקט אן דעם ציבור איז כדאי צו וויסן אז די סטאטיסטיקס צייגן אז דער ריסק פאר אינפעקציע אדער אנדערע אויגן קרענק איז פינעוו (!) מאל מער ביי די וואס טראגן לענסעס איבער די וואס גייען דורך דעם לעיסיק פראצעדור. ביי לענסעס איז א ראטע פון 1 פער 2000 און ביי לעיסיק איז עס אויף א ראטע פון 1 פער 10,000!
די חילוק איז אז ביי לענסעס ווען מ'באקומט א אינפעקשן איז די עצה עס פשוט אויסצוטון פאר א פאר טאג... זייער זעלטן צו האבן אזא irreversible מחלה אדאנק לענסעס. דא רעדט מען פון א אירעווערסיבל זאך, טאמער ארבייט זיך עס נישט אויס איז נישטא קיין ועג צוריק.
ליין די לינק. די ריסק אז ס'ארבייט זיך נישט אויס אזוי גוט (איך רעד נישט פון די סכנה חלק, נאר פשוט אז ס'לאזט איבער שלעטכע רושם) איז יא באדייטנד.
איך קלער נאך עס צו מאכן אפשר. ס'איז מעגליך א ריסק וואס לוינט זיך צו נעמען אבער צו אראפשפילן די ריסק איז א עוולה אין מיי טומבל סאוס אפיניאן