לעיזער אפערעישאן אויף די אויגן (LASIK)

געזונט און רפואה

די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,thefact

אוועטאר
חכם ממה נשתנה
שר האלף
תגובות: 1147
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 08, 2015 8:26 pm
לאקאציע: א גאנצע צייט אינטער די השפעה פון די אפיקומן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חכם ממה נשתנה »

דאס איז זיין בילד "וויאזוי ער נעמט אראפ זיין גלעזער"
חכם מה הוא אומר.. (הגדה של פסח)
אוועטאר
לאמפ
שר האלף
תגובות: 1311
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יוני 06, 2014 8:16 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאמפ »

הערליך שיין און אקוראט באשריבן. פון מיין אייגענע עקפיריענס קען איך זאגן אז עס לוינט זיך אלע געלטער צו מאכן דעם פראצעדור.
חאצאצקע רבי
שר מאה
תגובות: 223
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש מארטש 21, 2015 9:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חאצאצקע רבי »

איך נוץ ברילן אויף צו זען ווייט און צום ליינען טו איך זיי אויס, לוינט זין מיר צו מאכן?
דאנציגער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דאנציגער »

דווקא יא, ווייל זען ווייט ווערט שוין פאר'ראכטן, נאר אויף צו לייענען דויערט אמאל אפאר וואכן צו ווערן פולקאם גוט.
כ'האב געוואלט צולייגן אפאר פרטים, לשלימות מיין געשיכטע דערפון.
איינס, אז איך האב אנגעטון ברילן פרשת אמור תשמ''ז, דאס הייסט כמעט 30 יאר וואס איך האב געהאט עם 'פלאסטער' אויפן פנים.. און ביז כ'האב חתונה געהאט האט מען עס אלץ געקויפט ביי יוסף הערש געלב אין מאנסי, וואס ווער ס'קען עהם, אז ער איז געווען א פראפעשענעל סערווירער, וויאזוי ער פלעגט אנפרובירן גלעזער, אז ער האט דיר געמאכט שפירן - אפילו די ערגסטע גלעזער פרעים - ווי ס'וואלט געווען די שענסטע ארטיקל אויף דיר..
יעצט וועגן די קאסט פונעם פראצעדור, איז 2000 דאלער ביידע אויגן, דאס הייסט טויזענט א אויג, און אנדערע מאכן דאס פאר דאפעלט די פרייז, דאס איז שוין א שטיקל אריכות פארוואס דא איז ביליגער, און צו עס לוינט זיך.
דערווייל איבער צוויי וואכן, קען איך נאכנישט בשלימות קלאר לייענען, אן וואס ס'זאל מיר ווערן בלורי אביסל אנהייב, און יעדע שטיקל צייט פאר אפאר סעקונדעס. און אויך ווייט קען איך נאכנישט לייענען אלעס.
מ'זאגט אז ס'נעמט צייט, ווארט איך..
לעצט פארראכטן דורך דאנציגער אום פרייטאג דעצעמבער 11, 2015 2:46 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
חאצאצקע רבי
שר מאה
תגובות: 223
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש מארטש 21, 2015 9:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חאצאצקע רבי »

מיין ספק איז צו די לעזער מאכט סזאל זיין כאילו מגייט אנגעטוען די גלעזער און דאס דארף איך דאך נישט אויף צום ליינען, וויאזוי ארבעט עס?
דאנציגער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דאנציגער »

דאנציגער האט געשריבן: קענסט באשטעלן א אפוינטמענט פאר א קאנסולטעישען, דאס הייסט אז כ'זאל אריבער קומען צום דאקטארס אפיס, און ער וועט בחינם אפשאצן מיינע אויגן, און מיר זאגן צו ער איז גרייט עס צו מאכן פאר מיר.

l
אוועטאר
לאמפ
שר האלף
תגובות: 1311
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יוני 06, 2014 8:16 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאמפ »

עס זענען דא פארשידענע ערליי טעכניקן ווי אזוי צו מאכן דעם פראצעדור. אין דעם ווענדט זיך דער פרייז און אזוי אויך ווי לאנג עס דויערט זיך צו ערהוילן.
חאצאצקע רבי
שר מאה
תגובות: 223
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש מארטש 21, 2015 9:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חאצאצקע רבי »

אפשר קען איינער דא עקלערן פארן עולם וואס דאס איז און ווי אזוי דאס ארבעט און וואס זענען די אפציעס.
אוועטאר
אַבּערוואַס
שר האלפיים
תגובות: 2178
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2013 5:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אַבּערוואַס »

ס'איז דא פארשידענע וועגן צו פארבעסערן די זע קראפט מיט א פראצעדור אויף די אויגן, צוויי מער באקאנטע זענען, 1. איינפלאנצן א פרעסקרייבד לענס אין/אויפ'ן אויג אונטער אדער אנשטאט די הייטל וואס קומט דארט נאטורליך, דאס טייטשט מען אינסטאלירט א לענס אין די אויג במקום קאנטעקט לענסעס, 2. די לעזער אפערציע וואס ווערט אויסגעשמועסט דא אינעם אשכול, וואו מ'נעמט אראפ - געווענליך דורך לעיזער - א מייקרא שטיקל פינעם אויג אונטערן הייטל, און דאדורך קען מען זען אן ברילן.

ביידע פראצעדורן ווערן באנוצט, אבער ווען עמיצער וויל פטור ווערן פין גלעזער, איז דער לכתחילה'דיגער מהלך דער לעיזער פראצעדור, ווענגלייך דער לענס אימפלענט ווערט באנוצט ווען מ'קען/וויל נישט מחמת א צפעציפישע סיבה גיין מיט לעיזער, לענס אימפלענט, איז לכאו' גאנץ פשוט וויאזוי דאס ארבעט ס'איז מער ווייניגער א לענס אינעם אויג אנשטאט אויפ'ן אויג אדער נאז, די סיבות פ"וו עס יא אדער נישט אריינצולייגן וועלן מיר צוריקקומען נאכ'ן הסבר אויף לעיזער.

כדי צו פארשטיין וויאזוי לעיזער ארבעט, דארף מען באמת קודם פארשטיין וויאזוי דער אויג פינעם מענטש ארבעט, פ"וו געוויסע מענטשן דארפן גלעזער, און וויאזוי די גלעזער העלפט זיי זען, וכו'. און היות איך בין נישט דער גרויסער שרייבער וועל איך דאס איבערלאזן פאר אנדערע, און נאר שרייבן הנוגע לענינינו אויפן שפיץ גאפל.

אויב עמיצער ווייסט וואו ס'שוין אויסגעשמועסט ערגעץ אויפ'ן וועלטל, ביטע לינק'ן. המשך אין קומענדיגע תגובה אי"ה.
ווארט א מינוט, לאמיך נאכקוקן...
חאצאצקע רבי
שר מאה
תגובות: 223
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש מארטש 21, 2015 9:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חאצאצקע רבי »

;l;p-
מיר ווארטן אויפן המשך.
דאנציגער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דאנציגער »

דאס גרינגסטע צו פארשטיין אין דזשענערל דעם אויג, איז עס ווי דער פארגעשריטענסטע קעמרע, וואס דארף 'זומ'ען אריין און ארויס, לויט די געברויך. און אז מ'האט א פעלער אינעם נאטורליכע אויג, דהיינו, אז עס זומ'ט נישט גוט, ווייל די מוסקל צו נערוו צו דאס גלייכן, איז נישט בסדר, זעט מען נישט כדבעי.
אינעם אויג איז פארהאנען אסאך פונקציעס, ממש נפלאות הבורא להפליא, אז איין אויג געבט זע קראפט אויף ווייטע, נאנטע, קאלירפולע, שאקלדיגע, אינדזשאסט בלורי סצענעס, און פיצעלע מייקרו אביעקטן, און נאך.
אויסער דעם, איז פארהאנען די פונקציע פון לייענען, און לייענען מיט איין אויג, צו מיט צוויי אויגן - וואס איז גאר א אנדערע וועג פון דעם אויג שפיגל.
אודה ולא בוש, איך ווייס נישט גענוי וויאזוי א אויג זעט, וואס עס מאכט עס אינסייד זען, ווייל די שווארץ אפעל איז א לאך צו געוויסע נערווען טיפע ביים מח וואס דארט ווערט געשען פארשטיי איך נאכנישט גענוי. [אפילו די נאטורליכסטע זאך איז פלאים, אבער אפילו נאטורליך כאפ איך עס נאכנישט.]
רידינג גלעסעס איז פארקערט פון געהעריגע ברילן, ווייל געהעריגע ברילן איז די גלאז דינער אינמיטן און ברייטער ביי די זייטן, ווי שטערקער אלץ דינער, און ביי לייענען גלעזער איז פונקט פארקערט, דיקער אינמיטן און דינער ביי די זייטן.
אוועטאר
בלעקבארד
שר חמישים
תגובות: 87
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 21, 2013 5:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלעקבארד »

נישט אזוי שנעל רבותי!
פליז ליינט נישט שנעל... ס'איז די שווארץ אפל פון אויג....
לעצט פארראכטן דורך בלעקבארד אום זונטאג דעצעמבער 13, 2015 1:09 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
חאצאצקע רבי
שר מאה
תגובות: 223
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש מארטש 21, 2015 9:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חאצאצקע רבי »

וואס טוט מען אבער וועגן שמירת עיניים, ווארום מיט ברילן טוט מען זיי אויס ווען מגייט אין גאס, מנשה וואס טוסטו זייט די אפעראציע ווען דו גייסט אין גאס?
אוועטאר
גערעכטער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4299
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 6:14 pm
לאקאציע: דא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גערעכטער »

דאנציג'שע, א שיינעם דאנק אויף אייער שיינעם באריכט,

הערה: די אויג פון א מענטש האט נישט די מעגליכקייט צו 'זאאמען'. וואס עס טוט יא, עס 'פאוקעסט' דאס הייסט עס שטעלט אן די 'לענס' וועלעכע חפץ זאל זיין קלאר און שארף, וואס איז די חפץ אויף וואס מען קוקט דירעקט, און וועלעכע זאל זיין נישט אזוי קלאר, וואס איז די חפץ אויף וואס מען קוקט נישט דירעקט,
אבער נעמען א ווייטע חפץ און עס ברענגען נאנט קען נישט א מענטשליכע אויג.
הק' איש ימיני
דאנציגער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דאנציגער »

גערעכטער גערעכט!
חאצאצקער איז אויך גערעכט..
וואס פאלט דיר ביי
אנשי שלומינו
תגובות: 5
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 10, 2015 10:11 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס פאלט דיר ביי »

אויב באצאלט מען טייערער, נעמט עס שנעלער?
אוועטאר
לאמפ
שר האלף
תגובות: 1311
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יוני 06, 2014 8:16 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאמפ »

יא, די ערהוילונג פראצעדור איז גרינגער און שנעלער ביי די טייערערע אפציעס.
אוועטאר
מיסטעריעז
שר שמונת אלפים
תגובות: 8569
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 13, 2010 2:54 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיסטעריעז »

גערעכטער האט געשריבן:הערה: די אויג פון א מענטש האט נישט די מעגליכקייט צו 'זאאמען'. וואס עס טוט יא, עס 'פאוקעסט' דאס הייסט עס שטעלט אן די 'לענס' וועלעכע חפץ זאל זיין קלאר און שארף, וואס איז די חפץ אויף וואס מען קוקט דירעקט, און וועלעכע זאל זיין נישט אזוי קלאר, וואס איז די חפץ אויף וואס מען קוקט נישט דירעקט,

ווען איך האב אביסל שטודירט pinhole glasses האב איך פון זיי פארשטאנען אז "דאס" איז די פראבלעם מיט אונזערע אויגן, אז זיי ווייסן נישט וויאזוי דאס צו טוהן. און דאס איז צוליב די היינטיגע הויכע בנינים און קורצע זעה שטרעקעס וואס מען פארגינט אונזערע אויגן וואס מאכט די אויגן פארגעסן וויאזוי צו נוצן אירע כלים, און די pinhole glasses ברויך צו מאכן טעראפי פאר די אויגן.

שששש! דערצייל נישט קיינעם אז כ'אדער דערציילט! כ'ציטער פון די טאטעס...
בטבע ישראל ותורה להיות שלום ואהבה ואחוה וריעות, אך הדיעות הנפסדות של טומאת ארץ העמים מפריד בין הדבקים.
(מרן החת"ס, שבה"ג תקפ"ח)
נא_שכל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7999
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם התורה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נא_שכל »

כ'וויל נישט דא קריכן אויף די נערווען, אבער..., כ'קלער אז ס'איז א שאלה להלכה אויב מ'מעג זיך לאזן אפערירן אויס ס'פעלט נישט אויס, ווייל אונז האמיר א כלל אז אסור לאדם לחבל את עצמו, נאר לצורך רפואה איז מותר, ממילא לגבי די אויגן אויב איז מעגליך צו זען דורך ברילן אדער לענסעס, דאם פארוואס זיך אריינלייגן אין ספיקות זיך מחבל צו זיין ח"ו דעם שווארץ אפל, וויאזוי בעט מיר ביי די ליכט: "כבבת שמרם", מ'ברויך עס ספעציעל היטען, עכ"פ ס'איז כדאי זיך דורך צורעדן מיט א מורה הוראה פאר מ'נעמט שריט.
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע

"ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
אוועטאר
בלעקבארד
שר חמישים
תגובות: 87
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 21, 2013 5:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלעקבארד »

נא_שכל האט געשריבן:כ'וויל נישט דא קריכן אויף די נערווען, אבער..., כ'קלער אז ס'איז א שאלה להלכה אויב מ'מעג זיך לאזן אפערירן אויס ס'פעלט נישט אויס, ווייל אונז האמיר א כלל אז אסור לאדם לחבל את עצמו, נאר לצורך רפואה איז מותר, ממילא לגבי די אויגן אויב איז מעגליך צו זען דורך ברילן אדער לענסעס, דאם פארוואס זיך אריינלייגן אין ספיקות זיך מחבל צו זיין ח"ו דעם שווארץ אפל, וויאזוי בעט מיר ביי די ליכט: "כבבת שמרם", מ'ברויך עס ספעציעל היטען, עכ"פ ס'איז כדאי זיך דורך צורעדן מיט א מורה הוראה פאר מ'נעמט שריט.

און פון מיין פריעריגע לינק צו די FDA וואס שרייבט גיפערליכע ריזקע מאכט זיך אויך קיינער נישט וויסנדיג.
נא_שכל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7999
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם התורה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נא_שכל »

בלעקבארד האט געשריבן:

זיכער מאכט מען זיך וויסענדיג, כ'האב געשריבן מיין תגובה אין ליכט פון דיין תגובה, כ'האב עס בטעות ארויסגעלאזט...
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע

"ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
אוועטאר
לאמפ
שר האלף
תגובות: 1311
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יוני 06, 2014 8:16 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאמפ »

איידער מען שרעקט אן דעם ציבור איז כדאי צו וויסן אז די סטאטיסטיקס צייגן אז דער ריסק פאר אינפעקציע אדער אנדערע אויגן קרענק איז פינעוו (!) מאל מער ביי די וואס טראגן לענסעס איבער די וואס גייען דורך דעם לעיסיק פראצעדור. ביי לענסעס איז א ראטע פון 1 פער 2000 און ביי לעיסיק איז עס אויף א ראטע פון 1 פער 10,000!
לעצט פארראכטן דורך לאמפ אום זונטאג דעצעמבער 13, 2015 11:29 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
וואס פאלט דיר ביי
אנשי שלומינו
תגובות: 5
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 10, 2015 10:11 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס פאלט דיר ביי »

נו, לאמיר אנפאנגען,
ווען שטארבן מער מענטשן?
פון א לעיזעק אדער פון רייכערן?
בקיצור. היינט איז לעיזעק סעיף איך האב א סיריעס תאווה דערצו
מיינע אויגן ברעמען מאכט כסדר פעט מיינע גלעזער וואס גליטשן זיך אראפ אויף מיין פעטע נאז א גאנצע ליבע טאג.
און ווען מען גייט שוין יא אמאל שווימען איז עס אנע טעם
אוועטאר
לאמפ
שר האלף
תגובות: 1311
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יוני 06, 2014 8:16 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאמפ »

דער לעיסיק פראצעדור און קורצן.
אטעטשמענטס
Screenshot_2015-12-13-23-36-16-1.png
נא_שכל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7999
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם התורה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נא_שכל »

לאמפ האט געשריבן:איידער מען שרעקט אן דעם ציבור איז כדאי צו וויסן אז די סטאטיסטיקס צייגן אז דער ריסק פאר אינפעקציע אדער אנדערע אויגן קרענק איז פינעוו (!) מאל מער ביי די וואס טראגן לענסעס איבער די וואס גייען דורך דעם לעיסיק פראצעדור. ביי לענסעס איז א ראטע פון 1 פער 2000 און ביי לעיסיק איז עס אויף א ראטע פון 1 פער 10,000!

קודם כ'וויל בכלל נישט שרעקען, איך זאג נאר אז ס'מעגליך אז ס'ברויך א שאלת חכם.
ועוד, כ'רעד נישט וועגן די סכנה פון אינפעקציע, נאר פון דעמעדזש אויף די אויג ח"ו, כ'מיין אז ביי לענסעס אדער ברילן איז נישטא אזלעכע חששות, משא"כ ביי לעזער איז דא א געוויסע פראצענט, וואס לגבי הלכה און סכנה רעכענט מען זיך אפילו מיט אזא קליינע פראצענט.
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע

"ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
שרייב תגובה

צוריק צו “געזונטהייט”