היימישע מעדיקל שולע

פארשידענע רייכע ידיעות און וויסנשאפטליכע טעאריעס

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
ארחיקה נדד
שר חמשת אלפים
תגובות: 5907
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 24, 2019 9:11 pm
לאקאציע: מ'וואנדערט

Re: היימישע מעדיקל שולע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארחיקה נדד »

זייער אינטרעסאנט!

ביטע זייט ממשיך.
כבוד המנהל, ווען קומט א המשך?
אוועטאר
Borough Park
שר האלף
תגובות: 1532
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 14, 2017 4:05 pm

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Borough Park »

מעדיצין פראפעסער האט געשריבן:יעדע חומר אין די קערפער פון ביין ביז פלייש איז פשוט צוזאמגעדריקטע לעבעדיגע סעלס, א ביין איז נישט א ביין, נאר ווען טויזענט לעבעדיגע סעלס פון איין געוויסע סארט (ביין סעל) קומען זיך צוזאם ווערט פארמירט א ביין, און אזוי מוסקל, און יעדע זאך. די קערפער איז ס"ה א גרויס זעקל פיהל מיט פארשידינע מיני סעלס, און די ציל פונעם קערפער איז צו האלטן ביים לעבן אט די אלע באשעפענישן,
א יעדע מין סעל האט זיך זיינע ספיציפישע געברויכען וואס ער מוז באקומען זיך צי האלטן ביים לעבן, אריינגערעכנט די פיר הויפט געברויכן וואס אלע סעלס אנע אויסנאם מוזן כסדר באקומען וואס איז:
אקסעזשין. געוויסע מיניראלן. צוקער. ארויסגעבן אפפאל.
און חוץ פון די פיר וואס זענען כלליות'דיג פאר אלע סעלס, האט זיך יעדע סעל זיינע אייגענע געברויכען וואס מען רופט "נוטריענטס" וואס דאס איז א שם הכולל אויף די עסן פון א סעל וואס איז אנדערע עסן פאר א יעדע סארט סעל, און אויב א סעל וועט נישט באקומען סיי וועלכער פון זיינע געברויכן וועט עס נישט לאנג נעמען ביז ער וועט זיין א טויטער.
ר' סעל איז א פארמאכטע זאך דורך א הייטל membrane וואס נעמט אים ארום, טא וויאזוי קען ווערן געליפערט די אלע סחורה וואס מוז אריין און ארויס? דערפאר האט א סעל טירן וואס קענען זיך עפענען און פארמאכן, און פאר יעדע סארט מאטריאל וואס דארף אריין\ארויס האט דער סעל א באזונדערן טיר.
זעמיר שוין כמעט פארטיג… נאר איין קשיא, פון ווי באקומען די אלע סעלס זייערע באדערפענישן, ווער לייגט עס אין פארנט פון זייער טיר אז זיי זאלן עס קענען אריין נעמען?
פארדעם איז דא א פייפ סיסטעם וואס לויפט דורך אלע סעלס, און אין די פייפס פליסן די אלע זאכן וואס סעלס דארפן און ווען א סעל דארף נאר סיי וואס דארף ער נאר עפענען זיין טיר און די פייפ עפענט גלייך זיין טיר לעומת זה (די טירן אריין צום באן אין עירעפארט) און וואס ער וויל ווערט גלייך אריינדעליווערט אינעם סעל. פארשטייט זיך אז די פייפס וואס טרעפן זיך מיט די סעלס זענען גאר קליין אזש זיי קענען קאמיוניקירן מיט סעלס, און די אלע קליינע פייפס קומען פון א גרעסערן וואס ציט זיך צו נאך א גרעסערן א.א.וו. ביז די פאר מעין גרויסע פייפס וואס פון זיי צושפרייט זיך די אלע קליינטשיגע פייפס

זייער שיין
אבער פארוואס לייגסטו נישט אריין די terminology
Life has 2 rules
#1 never quit
#2 always remember rule #1
אוועטאר
בוחר בשירי זמרה
שר האלפיים
תגובות: 2627
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 26, 2016 10:49 pm

Re: היימישע מעדיקל שולע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בוחר בשירי זמרה »

בעל מדרגה האט געשריבן:געבוקמארקט.
איר האט הנאה -יעצט בשעת מעשה- פונעם סייט?
קומט אריין דא אצינד, און טראסקעט אריין עפעס
אוועטאר
מעדיצין פראפעסער
שר חמישים
תגובות: 66
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מאי 28, 2021 6:10 pm

Re: היימישע מעדיקל שולע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מעדיצין פראפעסער »

א ביטע צו מיינע קאלעגע קלוגערע פון פאלק, אזוי וועלנדיג אפמאלן דעם צורקאלאטארי סיסטעם אין פאלק'ס שפראך, קומט מיר אבער נישט אויפן געדאנק עפעס א משל דאס לסביר את האוזן צו זיין. איז אויב האסטו עפעס א געדאנק קום מיר אנטקעגן ביטע. נ.ב. אויב האסטו א געדאנק דארפסטו נישט יעצט שרייבן אן ארטיקל, זאג נאר דעם פינטל והשאר וועלן מיר שוין פארשטיין
אוועטאר
נארמאליזעם
ראש הקהל
תגובות: 20734
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 10, 2019 4:52 pm
לאקאציע: אין מיין בעט

Re: היימישע מעדיקל שולע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נארמאליזעם »

כהאב דיר שוין געזאגט :grin:
פאקטן און געפילן זענען די גרעסטע שונאים...


די הייליגער רבי אלימלך האט מבטיח געווען אז יעדער וואס וועט העלפן זיינע אייניקלעך וועט ער מכיר טובה זיין בעולם העליון.
לייגט אריין אייער נדבה דא
פאר מער קליקט דא
אוועטאר
רואיג!
שר האלף
תגובות: 1865
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 18, 2014 12:32 am

Re: היימישע מעדיקל שולע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רואיג! »

זייער אינטערעסאנט, ביטע זייט ממשיך.
בעל מדרגה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3875
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 29, 2020 11:51 pm
לאקאציע: ביים גמרא

Re: היימישע מעדיקל שולע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעל מדרגה »

איך וועל מקצר זיין אי"ה כשאפנה אשלם.

די צירקלעטארי סיסטעם באשטייט פון אפאר חלקים. די ערשטע איז פארשטייט זיך הארץ. וואס איז א גרויסע פאמפ, וואס שיקט ארום בלוט צו אלע צעלן.

די בלוט וואס די הארץ שיקט ארום איז אקסעדשינעידעט בלוט oxygenated blood, וואס פון דעם באקומען די צעלן זי אקסעדשין וואס זיי דארפן צו קענען לעבן.

(וויאזוי באקומט די בלוט די אקסידשין? דא קומט אריין די רעספירעטארי סיסטעם respiratory system, וואס איז די לונגען, די לונגען באקומט אקסעדשין פון די מויל און נאז. און די הארץ שיקט אים דיאקסעדשינעידעט בלוט deoxygenated blood, און דארט טוישט זיך די כעמעקאלן פארקערט ווי אין די אנדערע צעלן, פון co2 ווערט עס o2, ועוד חזון למועד)

די הארץ איז צוטיילט אין 4 חלקים, רעכט און לינק, און אויבן און אינטן, רעכט און לינק ווערט אנגערופן רעכט און לינק, אויבן ווערט אנגערופן עטריום Atrium און אונטן ווערט אנגערופן ווענטריקעל Ventricle.

(די רעכטע זייט פון די הארץ באקומט דיאקסידשינעיטעד בלוט פון די קערפער, עס גייט אריין אין די רעכטע עיטריום, פון דארט גייט עס צו די רעכטע ווענטריקעל, און פון דארט צו די לינגען כנ"ל.)

די לינקע חלק הארץ איז אחראי, זיכער צו מאכן אז די גאנצע קערפער באקומט גענוג אקסעדשינעיטעד בלוט, די לינקע עיטיום באקומט בלוט פון די לונגען, און שוקט עס צו די לינקע ווענטריקעל און פון דארט גייט עס צו די גוף דורעך די עיארע Aorta.

פון די עיארע ווערט עס ארטעריעס Arteries, און פון דעם נאך קלענער וואס ווערט אנגערופן ארטעריאליעס Arteriolies. ביי יעדע ארטעריאליע שטייען צעלן און ווארטן אויף ייער אקסעדשין, ווען עס קומט דארט אן נעמען זיי אריין די אקסעדשין (o2)און געבן ארויס די קארבאן דיאקסייד, (co2) דאן גייט די יעצט דיאקסעדשינעיטעד בלוט צירוק צו הארץ (די רעכטע חלק) און פון דארט צום לינגען וחוזר חלילה.
אויב זיכט איר א גוטע אקאונטענט, קאנטעקט מיר אין אישי, אדער שיקט א אימעיל צו [email protected].
בעל מדרגה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3875
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 29, 2020 11:51 pm
לאקאציע: ביים גמרא

Re: היימישע מעדיקל שולע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעל מדרגה »

א בילד פון כל הנ"ל
אטעטשמענטס
Circulatory+System+Diagram.png
Circulatory+System+Diagram.png (149.6 KiB) געזען 4169 מאל
אויב זיכט איר א גוטע אקאונטענט, קאנטעקט מיר אין אישי, אדער שיקט א אימעיל צו [email protected].
בעל מדרגה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3875
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 29, 2020 11:51 pm
לאקאציע: ביים גמרא

Re: היימישע מעדיקל שולע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעל מדרגה »

די בלויע בלוט מיינט דיאקסעדשינעיטעד בלוט.
אויב זיכט איר א גוטע אקאונטענט, קאנטעקט מיר אין אישי, אדער שיקט א אימעיל צו [email protected].
אוועטאר
צו געזונט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7049
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש נאוועמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

Re: היימישע מעדיקל שולע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צו געזונט »

די גרינגע אפטייטש דערפונען.
די באשטאנדטיילען (בלוט, אקסידזשען, א.ד.ג.) וואס גייען רינגס און ארום דעם קערפער. און די ארגאנען דורך וואס זיי גייען ארום דעם קערפער
לערנט אייך אויס סקול באס סעיפטי. דאן פראקטיצירט עס מיט אייערע קינדער.
צו קאנען בעיסיק ערשטע הילף איז נישט א אויסוואהל. עס איז א מוז פאר יעדע טאטע, מאמע און ערוואקסענער.
משמש בקודש
שר ששת אלפים
תגובות: 6791
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 27, 2021 2:10 am
לאקאציע: Kollel

Re: היימישע מעדיקל שולע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משמש בקודש »

ווען קומט די קומענדיגע לעקציע פונעם פראפעסער?
אוועטאר
מעדיצין פראפעסער
שר חמישים
תגובות: 66
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מאי 28, 2021 6:10 pm

Re: היימישע מעדיקל שולע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מעדיצין פראפעסער »

איך האב יעצט גראדע אפאר מינוט צייט צו ממשיך זיין, ווייס איך אבער נישט אויב סאיז מותר. אדרבה לאזט מיר וויסן
בעל מדרגה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3875
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 29, 2020 11:51 pm
לאקאציע: ביים גמרא

Re: היימישע מעדיקל שולע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעל מדרגה »

מעדיצין פראפעסער האט געשריבן:איך האב יעצט גראדע אפאר מינוט צייט צו ממשיך זיין, ווייס איך אבער נישט אויב סאיז מותר. אדרבה לאזט מיר וויסן


פארוואס נישט?
אויב זיכט איר א גוטע אקאונטענט, קאנטעקט מיר אין אישי, אדער שיקט א אימעיל צו [email protected].
אוועטאר
מעדיצין פראפעסער
שר חמישים
תגובות: 66
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מאי 28, 2021 6:10 pm

Re: היימישע מעדיקל שולע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מעדיצין פראפעסער »

ווי איך ווייס איז עפעס דא דברים המתרים
קאנסאלטענט
שר חמש מאות
תגובות: 925
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 02, 2021 4:50 pm

Re: היימישע מעדיקל שולע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאנסאלטענט »

יעצט איז שוין מותר..
ואני בתומי אלך.
אוועטאר
מעדיצין פראפעסער
שר חמישים
תגובות: 66
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מאי 28, 2021 6:10 pm

Re: היימישע מעדיקל שולע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מעדיצין פראפעסער »

הקדמה כללית:
איך בעט מיך ביים ציבור וואס ווילן הערן און פארשטיין אז מ'זאל צולייגן די ביסעלע קאפ וואס פעלט זיך אויס, ווייל די קומענדיגע צוויי לעקציעס זענען יסודות.
לאמיר אביסל מער אריינקוקן אין אויבן דערמאנטע פייפ סיסטעם, וואס ווי געשמועסט, איז עס די שליסל פון לעבן ווייל אן קיין גוטע פייפ סיסטעם איז נישטא קיינע לעבעדיגע סעלס, און אן קיינע סעלס איז נישטא קיין... און ווי אינעם קערפער עס איז נאר פארהאן א סעל איז דארט בהכרח דא א פייפ וואס שפייזט אים און דערהאלט אים אזוי ביים לעבן, איז פון ווי קומען די אלע פייפס? און צו ווי גייען זיי? און ווער פילט זיי אן מיט די אלע שפייז וואס די סעלס נעמען כסדר ארויס פון זיי?
די הארץ אלס דער פאמפ: די פייפ הייבט זיך אן פונעם הארץ, און די הארץ גיבט דעם ערשטן שטיפ פאר די בלוט אינעם פייפ צו לויפן ווייטער, און אזוי לויפט די בלוט אינעם פייפ א לאנגער וועג ביז צום ענדע קומט די פייפ צוריק אן צום הארץ און די הארץ גיבט אים נאך אמאל א שטופ וחוזר חלילה, אין אנדערע ווערטער, עס איז א גרויסע רינג אין וועלכע בלוט לויפט דארט כסדר ארום און ארום דעם זעלבן סירקל, (און דורך אויס דעם סירקל פארט עס דורך אלע סעלס).
ביי געוויסע פלעצער אין דעם רינג האט די פייפ לעכער ווי ארגאנען און גלענד'ס זיצן דארט און ווארפן דארט כסדר אריין אינעם פייפ די אלע שפייז, און אזוי ארום פארט די שפייז מיט- מיטן שטראם ארינגס און ארום דעם סירקל און שפייזט די סעלס.
קומט אויס אז די סיסטעם באשטייט אויף צוויי הויפט פונקציעס וואס מיט ביידע צוזאמען מאכט עס די צירקולאטארי סיסטעם, און איינס אן די צווייטע איז גארנישט דא,
1: די ארגאנען וועלכע זיצן אויף געוויסע ערטער אינמיטן דעם לאנגן פייפ און גיסן דארט כסדר אריין גרויסע קוואנטומען נוטריענטס.
2: די פאמפ (הארץ) וועלכע טרייבט די בלוט ארינגס און ארום דעם גאנצן סירקל.
מער בפרטיות אין די המשך אי"ה
אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12250
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

Re: היימישע מעדיקל שולע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלעגער »

אביסל ממחיש צו זיין. ווי לאנג איז די ראן? וואס איך מיין צו פרעגן, ווילאנג טרעוועלט די בלוט פון ווען עס גייט ארויס פון הארץ ביז עס קומט צוריק?
אוועטאר
מעדיצין פראפעסער
שר חמישים
תגובות: 66
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מאי 28, 2021 6:10 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מעדיצין פראפעסער »

המשך
ווי געזאגט איז די סיבה פארוואס די בלוט זיצט נישט אויף איין פלאץ נאר פארט כסדר ארום און ארום די לאנגע וועג איז ווייל עס איז א סירקל און די הארץ זיצט ערגעץ אינעם סירקל און פאמפט כסדר, לאמיר צולייגן א קלייניקייט, אינעם סירקל איז דא צוויי פאמפס אויף 2 פלעצער אינעם רינג, וועלכע שטיפן כסדר בלוט ווייטער און אזוי פארט די בלוט מיט סאך מער פאוער,
די צוויי פאמפס וואלטן באמת געקענט זיין איינס אין די קאפ און איינס אין די פיס... אבער אין מציאות זיצן זיי איינס נעבן די צווייטע, און די צוויי פאמפס רופט מען די "הארץ" וועלכער באשטייט באמת פון 2 באזונדערע פאמפס וואס מען רופט די "רעכטע און די לינקע" פאמפס, און למשל ווען די רעכטע פאמפ צוברעכט זיך האט עס גארנישט קיין שייכות מיטן לינקן פאמפ.

ווי ערווענט הייבט זיך די פייפ אן ביים הארץ, יעצט קען מען שוין צולייגן ביים "לינקן פאמפ" און ס'באקומט א געזונטע פוש צו פארן ווייטער, יעצט ווערט די מעין פייפ צוטיילט אויף מער און מער חלקים ווי יעדע צווייג גייט צו א אנדערע בארג סעלס אינעם קערפער ווי עס ווערט נאך מער צוטיילט צו גאר קליינטשיגע אדערן וועלכע קענען שפייזן די סעלס, פון ווען ס'ווערט גענוג קליין צו שפייזן סעלס פארט נישט די בלוט קיין פיפציגסט'ל פון א אינטש און די בלוט ווערט שוין אויסגעליידיגט פון אקסעזשין נאכדעם וואס די סעלס האבן עס אריינגעכאפט צו זיך, יעצט נאכן זיין גאר דין פאר א האלבע מילימעטער הייבן די אלע קליינטשיגע פייפס אן צוריק זיך קאנעקטן איינע מיט די צווייטע און אזוי ווערן זיי צוריק דיקער און דיקער (אויף די זעלבע וועג ווי זיי האבן זיך פריער געהאט צוטיילט און געווארן דינער און דינער) ביז עס ווערט צוויי מעין פייפס (נישט פארגעסן, זיי זענען יעצט שוין אויסגעליידיגט פון אקסעזשין) און די צוויי מעין פייפס פארט אריין צו די רעכטע פאמפ פונעם הארץ ווי ער באקומט א פרישע שטופ צו פליסן ווייטער און ער פליסט ביז צו די לינגען וואס איז א ארגען וואס גיסט אריין אקסעזשין אין די בלוט, יעצט נאכן ווערן אנגעפילט מיט אקסעזשין פארט ער ווייטער ביז די לינקע פאמפ פונעם הארץ ווי די פרישע אקסעזשין אנגעפילטע בלוט באקומט א געזונטע שטופ אויף ווייטער און גייט יעצט צוריק צום גאנצן קערפער ווי אויבן געשריבן
אוועטאר
Borrower
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4526
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 16, 2020 10:21 am

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Borrower »

מעדיצין פראפעסער האט געשריבן:המשך
ווי אויבן געשריבן

שרעקליך קלאר.
מה רבו מעשיך ה'

מאר.. רעדי פאר נעקסט
אוועטאר
נישט ווי יעדעם
שר האלף
תגובות: 1568
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 20, 2019 2:49 am
לאקאציע: נישט צו ווייט

Re: היימישע מעדיקל שולע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישט ווי יעדעם »

אוועטאר
ערעב איד
שר האלף
תגובות: 1188
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 03, 2020 11:47 pm
לאקאציע: אלל אווער דעי פלעיס

Re: היימישע מעדיקל שולע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ערעב איד »

שכח הער פראפעסער

מה רבו מעשיך השם! כולם בחכמה עשית
אוועטאר
מעדיצין פראפעסער
שר חמישים
תגובות: 66
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מאי 28, 2021 6:10 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מעדיצין פראפעסער »

דרך אגב, צו ווייסט איינער אויב דער באקאנטער הערשל מייזלס בדורינו Paul Saladino נעמט אויף פאציענטן?
אוועטאר
Borough Park
שר האלף
תגובות: 1532
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 14, 2017 4:05 pm

Re: היימישע מעדיקל שולע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Borough Park »

?
Life has 2 rules
#1 never quit
#2 always remember rule #1
אוועטאר
מעדיצין פראפעסער
שר חמישים
תגובות: 66
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מאי 28, 2021 6:10 pm

Re: היימישע מעדיקל שולע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מעדיצין פראפעסער »

מ'האף מיר בקרוב צו גיין ווייטער. גרינגער איז מיר צו שרייבן קריטיקל קעיר טריעטמענט, ווייסעך אבער נישט אויב ס'איז דא פאר וועם.
און אז כ'האב שוין יא די פענע אין האנט וואלט איך געוואלט קלאר מאכן א זייטיגע זאך וואס איך הער אסאך מענטשן זיך טועה זיין אין, בפרט יעצט אין קאוויד ווען מען הערט מער דעם ווארט, צום ווארט: "א ווענטילעטאר איז א רעיספירעטאר" דאס איז נישט קיין צוויי זאכן, ואין כאן להאריך
אוועטאר
Borough Park
שר האלף
תגובות: 1532
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 14, 2017 4:05 pm

Re: היימישע מעדיקל שולע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Borough Park »

מעדיצין פראפעסער האט געשריבן:מ'האף מיר בקרוב צו גיין ווייטער. גרינגער איז מיר צו שרייבן קריטיקל קעיר טריעטמענט, ווייסעך אבער נישט אויב ס'איז דא פאר וועם.
און אז כ'האב שוין יא די פענע אין האנט וואלט איך געוואלט קלאר מאכן א זייטיגע זאך וואס איך הער אסאך מענטשן זיך טועה זיין אין, בפרט יעצט אין קאוויד ווען מען הערט מער דעם ווארט, צום ווארט: "א ווענטילעטאר איז א רעיספירעטאר" דאס איז נישט קיין צוויי זאכן, ואין כאן להאריך

אדרבה שרייב וועגן קריטיקל קעיר
Life has 2 rules
#1 never quit
#2 always remember rule #1
שרייב תגובה

צוריק צו “ידיעות און וויסנשאפט”