א נענטערע בליק אינעם לעבן פון ראוז פיבער ליידנדע

געזונט און רפואה

די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,thefact

אוועטאר
קאקאש קעיק מיט מילך
שר האלפיים
תגובות: 2921
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 28, 2019 3:29 pm

א נענטערע בליק אינעם לעבן פון ראוז פיבער ליידנדע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאקאש קעיק מיט מילך »

הא הא הא האפטשו

הא הא הא האפטשו

און צום דריטן מאל אין א צי חזר'ט זיך איבער דאס זעלביגע, דער זייטיגער צוקוקער שטייט און וואונדערט זיך וואס איז דאס געהאפטשאכטס אינמיטן העלן טאג אבער יא דער האפטשער איז א בלויזער ליידנדער פון ראוז פיבער און בלויז שטייענדיג אצינד אינעם סעזאן האט ער אויסצושטיין צענדליגער רונדעס פון האפטשוס אין א צי יעדן איינציגסטן טאג פונעם סעזאן.

אלס איינער וואס האט די אויסטערלישע כבוד און זכי' אנטיילצונעמען יערליך אין די האפטשו מיסיע וואלט איך גענומען די ליינער אויף א שפאציר אריין אינעם לעבן פון ראוז פיבער ליידנדע וואס בעצם אגאנץ יאר זענען זיי פלעינע נארמאלע מענטשן ווי מיר און דיר אבער עס קומט דער סעזאן פון יאר האבן זיי נישט קיין ברירה נאר זיך אנסטאקן מיט הויפענעס טישאס וואס זאל דינען ווי א הצלה קיט אין פאל פון נויט.

דער עצם ראוז פיבער איז כשמו כן הוא עס איז א פיבער וואס קומט פון רויזן, די טבע הבריאה וואס דער בוכ"ע האט עס אזוי אויסגעשטעלט איז אז יעדעס יאר אנהייב פרילינג ווען עס הייבן אן קומען מער ווארימע וועטערס קומט מיט דעם מיט אז עס הייבן אן וואקסן די פילצאליגע געוויקסן אויפן גאס.

עס זענען דא געוויסע ביימער וואס יעדער קען עס אליינס זען אז פאר עס וואקסט בלעטער אויף דעם וואקסט דארט בלומען, פון די בלומען קומט ארויס א געוויסע סארט שטויב און צו דעם סארט שטויב זענען זייער אסאך מענטשן אלערגיש און דאס איז גורם די אלע אפעקטן וואס איך וועל ווייטער שרייבן.

ווען דער סעזאן ענדיגט זיך קומט אפאר גוטע רעגנס און די בלומען פאלן אראפ און צוביסלעך גייט אוועק די אפעקטן פון דעם סעזאן.

די ראוז פיבער איז בעצם אן אלערגיע פונקט ווי אלע אנדערע אלערגיעס און עס האט אלערגיע ריעקשנס פונקט ווי אלע אנדערע אלערגיעס, פונקט ווי די וואס זענען אלערגיש צו מילך איז דא שוואכערע און שטארקערע, עס איז דא ביי וועם עס איז ממש טויטליך און עס איז דא ביי וועם עס איז ס"ה א אויסשלאג אויפן פנים, ביי ראוז פיבער איז די זעלבע זאך, עס איז דא ווער עס האט ס"ה אביסל סניזן און עס איז דא ביי וועם עס קען זיך גרעניצן מיט סכנות נפשות ממש.

איך וואלט צוטיילט די אפעקטן אין דריי חלקים וואס איז די אויגן, נאז, און אטעמען.

די אויגן פון די ראוז פיבער ליידנדע זענען ווי די וועטער טעסטערס צו וויסן אויב דער סעזאן איז שוין אויפן וועג, יעדעס יאר ווען עס קומט בערך סוף אדר אנהייב ניסן, איך זאג בערך ווייל עס איז יעדעס יאר אנדערש, אבער בערך די צייט אין יאר הייבט די אויגן אן קראצן אויף א געפערליכע פארנעם.

איך האב שוין געהאט זייער אסאך מאל אז איך קום אריין אין ביהמ"ד און מען פרעגט מיך פארוואס איך וויין, אדער מענטשן קוקן מיט וואונדער וואו איך שטיי ביי א טישאו באקס און איך וויש מיך די טרערן וואו א באבע ביי די מצוה טאנץ, ס"ה איז עס דער סעזאן וואס מאכט מיך וויינען און איך קען מיך נישט קיין סאך העלפן.

עס מאכט אויך אויסקוקן זייער דעפרעסט, עס איז אויך דא א פראבלעם אז ווען מען זעט איינעם אריינקומען אין ביהמ"ד מיט רויטע פארוויינטע אויגן גייט קיינער נישט צו זאגן גוט מארגן פשוט ווייל עס איז נישט בע'טעמ'ט קיינער וויל זיך נישט אנהייבן מיט קיין פארוויינטע מענטשן, און קיינער חלומ'ט ניטאמאל אז גארנישט האט פאסירט און די מענטשן גייט אפילו גאר גוט אין טאג טעגליכן לעבן און די גאנצע געוויינעכטס איז בלויז א אויסערליכע זאך.

ב"ה ישראל קדושים און מיינע ידידים זענען ווייטער מיינע ידידים און קיינער האקט נישט אפ מיט מיר פאר די צוויי חדשים, איך ברענג נאר ארויס דעם געדאנק אז מען קוקט נישט אויס גוט, א נארמאלע מענטש אין א פארוואלקנטע טאג קוקט נישט אויס א צענטל אזוי שלעכט.

דערנאך קומט די נאז וואס ווי טיילווייז ארויסגעברענגט אויבן ווערט עס יערליך פארוואנדלט אין א האפטשו זאנע אז עס איז ממש א פחד, די נארמאלע טערמין פון א האפטשו אטאקע איז מינימום זיבן אכט האפטשוס אויפאמאל, עס גייט אויף אזוי ווייט אז זייטיגע צוקוקער קען זיך דוכטן אז דער מענטש איז פשוט נישט פון צווישן אונז.

דער חלק אפעקטירט גאר שטארק דעם גאנצן לעבנסשטייגער אין די צוויי חדשים, וואו מען גייט און וואו מען שטייט דארף מען זיין באוואפנט מיט טישאס, אזא אטאקע קען אנכאפן אזוי אין קאווע שטיבל אן קיין שום פריעדיגע ווארענונג, ער פרעגט בכלל נישט פון פאראויס וויפיל מענטשן שטייען יעצט ארום מיר און אויב עס איז יעצט בכלל די פאסיגע צייט פאר דעם.

עטליכע יאר צוריק בין איך געווען אויף א נסיעה אין יוראפ די צייט פון יאר, ביי די ערשטע פאר פלעצער האב איך נישט געהאט מיט מיר קיין טישאס געהעריג נאר ממש אביסל און פארשטייט זיך אליינס אז שטייענדיג רוב צייט אינדרויסן אויפן פעלד איז דאס ביסל נישט גענוג געווען און די פאר טישאס זענען געווען ווי א ברעט אויפן רוישיגן ים אבער ב"ה פון דארט און ווייטער האב איך מיך שוין אנגעסטאקט געהעריג.

די דריטע חלק איז די חלק פון אטעמען, דאס איז נישט שייך ממש ביי יעדעם נאר ממש ביי די וואס האבן עס גאר שווער, דאס איז אז מער אריין אינעם סעזאן ווערט די אטעמען זייער אנגעשטרענגט און מען הייבן אן הוסן אויף א שרעקליכן פארנעם, א זאך וואס קען צוקומען צו א סכנה'סדיגע מצב.

בעיקר ווען עס קומט צו צו אזא מצב איז נאר ווען דער גאנצער גוף איז בעצם אפגעשוואכט ווי נאך א שמחה אדער סיי וואס, דאן ווערט די אטעמען זייער שווער, לדוגמא די צוויי מאל וואס איך האב עס געהאט גאר שווער איז געווען טאקע נאך די אויבנדערמאנטע נסיעה און נאכדעם וואס איך בין א חתן געווארן -נישט מער געדאכט- ביידע זענען פארגעקומען אין חודש אייר וואס דאן איז עס גאר שטארק.

די פארגעשריטענע וועלט פון מעדעצין האט נאנישט אנטוויקלט א געהעריגע רפואה אויף דעם פראבלעם, יא, עס זענען דא וויטאמינען וואס קענען ארויסהעלפן גרינגער צו מאכן דעם מצב אבער נישט עס אויסצוהיילן אינגאנצן.

פונקטליך וואס די ווארט פאלען מאס מיינט ווייס איך נישט, איך ווייס אבער יא אז ווען די פאלען מאס איז הויך איז עס גאר שווער פאר ראוז פיבער ליידנדע, הגם איך האב שוין יא געהאט אז עס איז געווען העכער 10 און איך האב געהאט א גוטן טאג אבער בדרך כלל איז עס אזוי אז ווען די פאלען מאס איז הויך איז עס שווערער.

די וואס ליידן דערפון פעלט זיי געהעריג א חלק פון זייער לעבן נעמליך אז זיי פארפעלן הנאה צו האבן פון דעם גאר בע'טעמ'טן פרילינג סעזאן, אנשטאט הנאה צו האבן פון די שיינע זון און די בע'טעמ'טע וועטערס האבן זיי דאס פארקערטע, דעם שווערסטן סעזאן פון יאר.

אינעם לעצטן יאר ווען עס איז אנגעקומען דא אינעם ראיאן דעם שעדליכן קאראנא ווירוס זענען ארויסגעקומען פארשידענע שטודיעס וואס צייגן אז די סימטאמען פון קאראנא און ראוז פיבער זענען זייער ענליך.

איך האב נישט באשטעטיגט די אלע שטודיעס איך וועל אבער שרייבן ווי אזוי איך קוק עס אן, דער מציאות איז אז ראוז פיבער קען אנקומען אויף א מענטש אזוי פון איין טאג אויפן צווייטן אן מעלדן פון פאראויס, במילא קען גאר שטארק מעגליך זיין אז פילע וואס האבן זיך נישט געטעסט און מיינען אז זיי האבן געהאט קאראנא פשוט ווייל זיי האבן געהאט מילדע סימפטאמען איז עס פשוט ווייל זיי האבן יעצט דעוועלאפט ראוז פיבער, איך זאג אבער קלאר אז עס איז מיין אייגענע השערה.

מיין עקספיריענס איז געווען אז איך האב געהאט פאריאר צוויי מאל ראוז פיבער, איין מאל היבש מילד סוף אדר אריין אין ניסן, און דאס צווייטע מאל גאר שווער שוין מער אין תמוז אבער דאן האב איך פארלוירן מיין שמעק וואס איך האב נאכאלס נישט צוריקבאקומען און דאס מאכט מיך טראכטן אז די צווייטע מאל איז עס געווען קאראנא, עס איז אבער נישט קיין ראי' ווייל איך האב מיך נאך קיינמאל נישט געטעסט פאק קאוויד אדער אנטיבאדיס.

דאס איז מער ווייניגער וואס איך ווייס אלס איבער ראוז פיבער און אצינד טייל איך עס מיט מיט די חשוב'ע ליינער, זאל דער רבוש"ע אז אלע אידן זאלן זיין געזונט און שטארק.
געבאקן נאך פסח תשפ"ב
אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר עשרת אלפים
תגובות: 12231
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

Re: א נענטערע בליק אינעם לעבן פון ראוז פיבער ליידנדע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו גוט נו שוין »

גא"מ ...
גוט אראפגעלייגט
אוועטאר
אלי' מקוה יוד
שר האלפיים
תגובות: 2941
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 18, 2017 11:52 pm

Re: א נענטערע בליק אינעם לעבן פון ראוז פיבער ליידנדע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלי' מקוה יוד »

נו גוט נו שוין האט געשריבן:גא"מ ...
גוט אראפגעלייגט
Growth hacker
שר חמש מאות
תגובות: 957
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 15, 2017 7:19 pm

Re: א נענטערע בליק אינעם לעבן פון ראוז פיבער ליידנדע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Growth hacker »

Bendyrl
אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר עשרת אלפים
תגובות: 10225
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
לאקאציע: ערגעץ אנדערש

Re: א נענטערע בליק אינעם לעבן פון ראוז פיבער ליידנדע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלאָצקאָפּ »

אלי' מקוה יוד האט געשריבן:
נו גוט נו שוין האט געשריבן:גא"מ ...
גוט אראפגעלייגט
ר' יום טוב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3540
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

Re: א נענטערע בליק אינעם לעבן פון ראוז פיבער ליידנדע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' יום טוב »

zyrtec
amazon
שר העשר
תגובות: 35
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 15, 2013 11:52 am
לאקאציע: אין א מיטינג

Re: א נענטערע בליק אינעם לעבן פון ראוז פיבער ליידנדע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך amazon »

היינט צוטאגס איז דא צובאקומען אין פארמעסי אבער די קאונטער זאכן וואס מהאט אפאר יאר צרוק געקענט באקומען נאר דורך א פרעסקריבשען, איך בין אריין אין פארמעסי און געפרעגט די פארמעסיסט ער זאל מיר זאגן וואס איז די בעסטע, האט ער מיר געגעבן 3 זאכן(בענענדריל, זירטעק, און עלערדזשי) און געזאגט אלע מעלות און חסרונות, איך האב גענומען יעדע פאר טעג עפעס אנדערש ביז איך האב צוגעטראפען די בעסטע פאר מיר, ווען איך נעם עס איז עס 70-90 % בעסער ווענדס זיך ווי א טאג פארשטסעך
Its not good enough to be on the right track, you also need to keep moving forward.
ישראל_הלוי
ק.נ.א. דזשורנאליסט
תגובות: 24021
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 05, 2006 12:01 pm

Re: א נענטערע בליק אינעם לעבן פון ראוז פיבער ליידנדע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישראל_הלוי »

ר' יום טוב האט געשריבן:zyrtec


געהערט אז דאס ארבעט זייער גוט.

קלעריטין אויך אבער עס מאכט מיד.
להודיע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3079
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 27, 2014 11:09 am

Re: א נענטערע בליק אינעם לעבן פון ראוז פיבער ליידנדע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להודיע »

לעצטנס איז געווען אין די נייעס אז די מענטשן וואס דרייען זיך יעצט מיט מאסקעס ליידן ווייניגער פון די ראוז פיבער ווייל זיי באקומען געפילטערטע ליפט. אפשר איז צייט צו איינשטעלן א מאסק מאנדאט פאר די אלע ליידנדע.
ישראל_הלוי
ק.נ.א. דזשורנאליסט
תגובות: 24021
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 05, 2006 12:01 pm

Re: א נענטערע בליק אינעם לעבן פון ראוז פיבער ליידנדע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישראל_הלוי »

ישראל_הלוי האט געשריבן:
ר' יום טוב האט געשריבן:zyrtec


געהערט אז דאס ארבעט זייער גוט.

קלעריטין אויך אבער עס מאכט מיד.


דאס העלפט אויך

https://www.google.com/amp/s/amp.flonas ... elief.html
אחד הרבנים
שר האלף
תגובות: 1281
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 09, 2019 10:34 pm

Re: א נענטערע בליק אינעם לעבן פון ראוז פיבער ליידנדע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אחד הרבנים »

גא״מ
זייער גוט אראפגעלייגט.
זייענדיגט אויך פון די וואס זענען געבענטשט מיט דעם אנשיקעניש, וואלט איך געוואלט צולייגן וואס מיר אפעקטירט דאס מערסטע.
טרוקענע אויגן,
קראצען אין האלז און פארשטייט זיך אויך אין נאז,
און מען קען אויך נישט ארויסלאזן די כסדר׳דיגע האטשאס אטאקעס ערב ובוקר וצהרים..
ועל כולם, שטערט מיר דאס מערסטע דאס אראפגעשלעפקייט. בשעת׳ן האבן די ראוז פיבער אלערדשי, במשכ׳ן גאנצען סעזאן פיל איך א גאנצען צייט זייער אראפגעשלעפט, שרעקליך אויסגעמיטשעט און קיינמאל פילט מען נישט אויסגעשלאפן.
אלס בחור פלעג איך נאך דאס מערסטע ליידן דערפון ווייל אין אייר הייבט מען דאך אן דעם נייעם זמן. אנהויבן אזוי א נייעם זמן קומט מיט גאר אסאך שוועריקייטן, און פארשטייט זיך דער מנהל, משגיח, מגי״ש האסטו דאס נישט געקענט מסביר זיין. פארשלאפן אינדערפרי קומט פשוט פון שפירן אויסגעהרג׳ט כאילו מען איז גארנישט געשלאפן ביינאכט.

א שטארקע רפואה פאר מיר איז זיין אין א עיר קאנדישנד צימער. יעצט גיי זיי מסביר פאר דיינע קאלעגן אין אפיס, ב״ב, קינדער, בחורים אין דיין שטוב אין ישיבה וכו׳ אז אפילו עס איז א הערליכע וועטער אינדרויסען זאל מען ביטע נישט עפענען די פענסטער נאר אנצינדען דעם עיר קאנדישן... ודי למבין.

איך נעם געווענליך קלעריטען (לאטארעדיין) D וואס מאכט נישט מיד. עס העלפט מער ווייניגער אויף אלע זאכן א חוץ אויף די אראפגעשלעפקייט.
(די מידקייט קומט נישט פון די קלעריטען ווייל איך פיל דאס אפילו ווען איך נעם נישט גארנישט)

וואס נאך? איך מיין כ׳האב אלעס געשריבן.
אוועטאר
כאניש וואס צו טון
שר עשרים אלף
תגובות: 22317
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
לאקאציע: אפן וועג צום ארבייט
פארבינד זיך:

Re: א נענטערע בליק אינעם לעבן פון ראוז פיבער ליידנדע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאניש וואס צו טון »

גאם אני מצטרף.
איך לייד זיך אן פון דעם אויף א שרעקליכן פארנעם,
קאקאש טארט מיט מילך צולייגט עס גאר גוט, און אחד הרבנים אויך...
ביי מיר איז חוץ די אלע דערמאנטע סימפטאמען (חוץ אטעמען וואס אויף דעם לייד איך ב"ה נישט) אויך דא א רוטין פון אויפשטיין מיט א שרעקליכע קאפוויי וואס האלט אן כאטש ביז נאך א ווארימע מקווה, און דאס אויסזעהן אזוי אראפגעשלעפט, ממש ווי א דערפרעסטע פארשוין..
פון צייט צו צייט כאפט אן א קראצעניש אין די האר פון קאפ און אין די בארד, א זאך וואס מאכט מיר אויסקוקן ממש נישט צווישן אונז... עכ"כ אז היינט אנהייבנדיג א שיעור מיט א נייע חברותא האב איך געזארגט צו ער וועט נישט מיינען איך בין טאקע אזוי ווי איך זעה אויס... למעשה איז ב"ה נישט געווען אזוי געפערליך אינדערפרי.

ווי אחד הרבנים שרייבט שוין איז דער פראבלעם מסביר צו זיין פאר די ארומיגע נישט צו עפענען דעם פענסטער בעת דער וועטער איז אזוי הערליך שיין, איינער וואס ליידט נישט דערפון פארשטייט דאס נישט!

די אויגן קראצעניש ארבייט ווי א היתר כרוך... ווי מער מ'קראצט דאס, אלס מער צורייצט ווערט דאס...

חוץ פון די כסדר'דיגע סניזן אטאקעס כאפט פון צייט צו צייט אן א נאז קראצעניש פון וואס מ'קען נישט לויז ווערן, אך אין וויי אויב דאס פאסירט אינמיטן א מיטינג... אדער אינמיטן רעדן מיטן מענעדשער...

אינטערעסאנט איז אז פאריאר האב איך ב"ה גארנישט געשפירט פון דעם מאנסטערישן אלערגיע. כ'ווייס נישט צו ס'האט עפעס מיט קאראנע צו טון, אדער פשוט ווייל די ערשטע פאר טאג פונעם פרילינג סעזאן זענען געוועזן רעגענדיגע.

סיי וועלכע וויטאמין אדער מעדאצין איך האב פראבירט האבן נישט געהאלפן, איינמאל האב איך פראבירט א אייקיופאנטשער און ס'האט געהאלפן פאר יענעם סעזאהן.
די לעכטיגע טעג זענען שוין נענטער ווי ווייטער!
אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר עשרת אלפים
תגובות: 10225
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
לאקאציע: ערגעץ אנדערש

Re: א נענטערע בליק אינעם לעבן פון ראוז פיבער ליידנדע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלאָצקאָפּ »

כאחד הרבנים ועוד.

גיי זיי מסביר פאר דיינע ארומיגע אז דו ביסט א געהעריגער חולה, נאר ווייל ס'איז אן אלערגיע, נישט קיין קרענק, און ס'איז נישט קיין סכנה, און ס'גייט אן בקביעות פאר עטליכע חדשים א יאר, איז דאס נישט קיין תירוץ צו קענען פעלן פון חדר/ישיבה/ארבעט.

די אראפגעשלעפטקייט איז עפעס וואס מ'קען נישט מסביר זיין. איך שפיר ווי איך עקזיסטיר נישט, עפעס א ראבאט מלובש אין מיינע הויט און פלייש נעמט איבער מיינע געווענליכע פונקציעס, אבער איך בין נישט דא.

אוי, די גאנצעטע נעכט וואס איך פלעג אויף זיין, פשוט נישט געווען מעגליך איינצושלאפן צוליב די אנגעלייגטע נאז. פראבירט אלע פאזיציעס, די רעכטע זייט, די לינקע זייט, אן אונטערגעהויבענע קאפ, און אפילו זיצנדיג, ביז די מידקייט האט איבערגעוואויגן, אבער נישט אויף צו לאנג.

א פארמאכטע צימער מיט עירקאנדישאן העלפט טאקע אסאך מאל, אבער צומאל איז פונקט פארקערט, דאס זיין צו לאנג מיט די זעלבע לופט מאכט עס ערגער, און ארויסגיין אויף די פרישע לופט ראטעוועט די מצב. א רעגנדיגע טאג דארף צו הייסן אז ס'איז גרינגער, אבער ס'איז נישט קיין כלל. שוין געהאט אסאך רעגנדיגע טעג וואס די אנגעלייגטקייט איז געווען ערגער ווי אין אנדערע טעג.

אלע מעדיצינען, וויטאמינען, אקיופאנטשער וכו' זענען גוט זיך איינצורעדן אז אויב קומט פונקט אויס אין די נעקסטע פאר טעג א בעסערע טאג זאל מען האבן אין וואס עס תולה צו זיין. נישטא עפעס וואס העלפט עכט, עכ"פ ביי מיר.

תלי"ת אין די לעצטע פאר יאר האב איך עס אסאך מילדער ווי אמאל, ס'אפעקטירט שוין נישט ממש מיין גאנצע הלוך ילך. זעט אויס אז ס'איז עפעס וואס מ'קען אויסוואקסן אזוי ווי אנדערע אלערגיעס.
אוועטאר
כאניש וואס צו טון
שר עשרים אלף
תגובות: 22317
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
לאקאציע: אפן וועג צום ארבייט
פארבינד זיך:

Re: א נענטערע בליק אינעם לעבן פון ראוז פיבער ליידנדע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאניש וואס צו טון »

איין עצה וואס העלפט ביי מיר צו אפשטעלן א אטאקע איז, אפוואשן די פנים, אויסשווענקען די אויגן און אלע האר וואס אויפן פנים (אויגנברעמען, בארד, פאות) מיט קאלטע וואסער.
די לעכטיגע טעג זענען שוין נענטער ווי ווייטער!
אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר עשרת אלפים
תגובות: 10225
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
לאקאציע: ערגעץ אנדערש

Re: א נענטערע בליק אינעם לעבן פון ראוז פיבער ליידנדע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלאָצקאָפּ »

מאכט סענס וואס דו זאגסט.
הערשקא
שר האלף
תגובות: 1477
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 14, 2016 1:47 pm

Re: א נענטערע בליק אינעם לעבן פון ראוז פיבער ליידנדע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הערשקא »

יא די אויגן קראצען האט זיך שוין אנגעהויבען פאר די סיזען
אוועטאר
גבריאל
שר האלף
תגובות: 1350
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 07, 2011 1:46 am

Re: א נענטערע בליק אינעם לעבן פון ראוז פיבער ליידנדע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גבריאל »

איז דא א פלאץ ווי מען קען אוועקמופן צייטווייליג אדער פערמענאנט ווי דארט איז נישט דא די פיבער?
אוועטאר
פליגל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5934
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג סעפטעמבער 04, 2009 1:27 pm
לאקאציע: ביים פענסטער

Re: א נענטערע בליק אינעם לעבן פון ראוז פיבער ליידנדע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פליגל »

הוי באשעפער וואס די אלערג'י האט מיר שוין אלס אנגעדרייט..

וויכטיג אנצודייטן אז עס ווענד זיך אויך וועלכע טישוס מען ניצט. די בעסטע איז די קליענעקס טישוס. משא"כ די ביליגערע סארט (אדער אפילו די טייערע PUFFS טישוס) זענען נישט גוט, און ברענגט א קייט רעאקציע און מען פארשטייט נישט וואס'ז געשען.

די קליענעקס טישוס זענען זייער גוט אויסער די ווייעכקייט דערפון.

די אלע מעדיצינען און וויטאמינען זענען סתם אפצושטילן די רעאקציע דערפון, און דאס טוט פאר'טעמען און פארשטיפן דעם מענטש און זיין מח.. נ
הערשקא
שר האלף
תגובות: 1477
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 14, 2016 1:47 pm

Re: א נענטערע בליק אינעם לעבן פון ראוז פיבער ליידנדע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הערשקא »

גבריאל האט געשריבן:איז דא א פלאץ ווי מען קען אוועקמופן צייטווייליג אדער פערמענאנט ווי דארט איז נישט דא די פיבער?

ב"ה ביי מיר ווען איך בין אין די סיטי (ווי עס איז כמעט נישט דא קיין גראז און ביימער) איז מיר עס אסאך אסאך בעסער ווי ווען איך בין אין אפ'סטעיט
אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר עשרת אלפים
תגובות: 10225
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
לאקאציע: ערגעץ אנדערש

Re: א נענטערע בליק אינעם לעבן פון ראוז פיבער ליידנדע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלאָצקאָפּ »

אינדערהיים האב איך נישט קיין אנדערע טישוס ווי קלינעקס, אבער אין טאש איז עס נישט פראקטיש צו האלטן. ס'מאכט אלעס אינגאנצן שטויביג.
אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר עשרת אלפים
תגובות: 12231
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

Re: א נענטערע בליק אינעם לעבן פון ראוז פיבער ליידנדע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו גוט נו שוין »

דער עולם לייגט עס אראפ מיט אלע פארבן ...
ביי מיר פלעגט עס אויסקלאפן אין א שטארקע היסט וואס האט זיך גענדיגט ביים דאקטער
ס’איז געקומען פון א פארשטאפטע נאז וואס האט גורם געווען אז משך די נאכט האב איך געאטעמט פון מויל אין דאס האט זייער נישט גוט געווירקט ביזן ברענגן א שטארקע היסט וואס דער דאקטער האט מסדר געווען בעז"ה מיט א שפריצער וואס כ’האב אריינגעשרפריצט אנהייב נאכט און ס’האט געעפנט די צינורות אזוי אז זאכן האבן זיך געשטעלט אין פלאץ ב"ה
אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר עשרת אלפים
תגובות: 12231
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

Re: א נענטערע בליק אינעם לעבן פון ראוז פיבער ליידנדע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו גוט נו שוין »

קלאָצקאָפּ האט געשריבן:כאחד הרבנים ועוד.

גיי זיי מסביר פאר דיינע ארומיגע אז דו ביסט א געהעריגער חולה, נאר ווייל ס'איז אן אלערגיע, נישט קיין קרענק, און ס'איז נישט קיין סכנה, און ס'גייט אן בקביעות פאר עטליכע חדשים א יאר, איז דאס נישט קיין תירוץ צו קענען פעלן פון חדר/ישיבה/ארבעט.

די אראפגעשלעפטקייט איז עפעס וואס מ'קען נישט מסביר זיין. איך שפיר ווי איך עקזיסטיר נישט, עפעס א ראבאט מלובש אין מיינע הויט און פלייש נעמט איבער מיינע געווענליכע פונקציעס, אבער איך בין נישט דא.

אוי, די גאנצעטע נעכט וואס איך פלעג אויף זיין, פשוט נישט געווען מעגליך איינצושלאפן צוליב די אנגעלייגטע נאז. פראבירט אלע פאזיציעס, די רעכטע זייט, די לינקע זייט, אן אונטערגעהויבענע קאפ, און אפילו זיצנדיג, ביז די מידקייט האט איבערגעוואויגן, אבער נישט אויף צו לאנג
.

א פארמאכטע צימער מיט עירקאנדישאן העלפט טאקע אסאך מאל, אבער צומאל איז פונקט פארקערט, דאס זיין צו לאנג מיט די זעלבע לופט מאכט עס ערגער, און ארויסגיין אויף די פרישע לופט ראטעוועט די מצב. א רעגנדיגע טאג דארף צו הייסן אז ס'איז גרינגער, אבער ס'איז נישט קיין כלל. שוין געהאט אסאך רעגנדיגע טעג וואס די אנגעלייגטקייט איז געווען ערגער ווי אין אנדערע טעג.

אלע מעדיצינען, וויטאמינען, אקיופאנטשער וכו' זענען גוט זיך איינצורעדן אז אויב קומט פונקט אויס אין די נעקסטע פאר טעג א בעסערע טאג זאל מען האבן אין וואס עס תולה צו זיין. נישטא עפעס וואס העלפט עכט, עכ"פ ביי מיר.

תלי"ת אין די לעצטע פאר יאר האב איך עס אסאך מילדער ווי אמאל, ס'אפעקטירט שוין נישט ממש מיין גאנצע הלוך ילך. זעט אויס אז ס'איז עפעס וואס מ'קען אויסוואקסן אזוי ווי אנדערע אלערגיעס.


;l;p- עמו אנכי..
אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר עשרת אלפים
תגובות: 12231
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

Re: א נענטערע בליק אינעם לעבן פון ראוז פיבער ליידנדע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו גוט נו שוין »

אחד הרבנים האט געשריבן:גא״מ
זייער גוט אראפגעלייגט.
זייענדיגט אויך פון די וואס זענען געבענטשט מיט דעם אנשיקעניש, וואלט איך געוואלט צולייגן וואס מיר אפעקטירט דאס מערסטע.
טרוקענע אויגן,
קראצען אין האלז און פארשטייט זיך אויך אין נאז,
און מען קען אויך נישט ארויסלאזן די כסדר׳דיגע האטשאס אטאקעס ערב ובוקר וצהרים..
ועל כולם, שטערט מיר דאס מערסטע דאס אראפגעשלעפקייט. בשעת׳ן האבן די ראוז פיבער אלערדשי, במשכ׳ן גאנצען סעזאן פיל איך א גאנצען צייט זייער אראפגעשלעפט, שרעקליך אויסגעמיטשעט און קיינמאל פילט מען נישט אויסגעשלאפן.

א שטארקע רפואה פאר מיר איז זיין אין א עיר קאנדישנד צימער. יעצט גיי זיי מסביר פאר דיינע קאלעגן אין אפיס, ב״ב, קינדער, בחורים אין דיין שטוב אין ישיבה וכו׳ אז אפילו עס איז א הערליכע וועטער אינדרויסען זאל מען ביטע נישט עפענען די פענסטער נאר אנצינדען דעם עיר קאנדישן... ודי למבין.

אוועטאר
קאקאש קעיק מיט מילך
שר האלפיים
תגובות: 2921
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 28, 2019 3:29 pm

Re: א נענטערע בליק אינעם לעבן פון ראוז פיבער ליידנדע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאקאש קעיק מיט מילך »

@כאנישט עס קען זיין אז פאריאר איז עס געווען גרינגער פשוט ווייל דו ביזט אפגעזיצן אינדערהיים דעם גאנצן סעזאן...
איך האב מורה געהאט צו שרייבן אויבן וואס @קלאצקאפ האט געשריבן אז עס האבן אים נישט געהאלפן קיינע מעדעצינען אבער דאס איז די מציאות אז איך האב שוין פראבירט יעדן מין וויטאמין און אפליו די שפריצער וואס @נו גוט נו שוין דערמאנט אבער גארנישט האט נישט געהאלפן
געבאקן נאך פסח תשפ"ב
אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר עשרת אלפים
תגובות: 10225
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
לאקאציע: ערגעץ אנדערש

Re: א נענטערע בליק אינעם לעבן פון ראוז פיבער ליידנדע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלאָצקאָפּ »

קאקאש קעיק מיט מילך האט געשריבן:@כאנישט עס קען זיין אז פאריאר איז עס געווען גרינגער פשוט ווייל דו ביזט אפגעזיצן אינדערהיים דעם גאנצן סעזאן...

לויט ווי דו זאגסט אז ס'האט ענליכע שטריכן צו די קאראנע וויירוס, קען זיין אז נאכדעם וואס דער אימיון סיסטעם האט געדארפט באקעמפן קאראנע, איז עס געווארן שטערקער קעגן ראוז פיבער.

(יתכן אז איך רעד שטותים...)
שרייב תגובה

צוריק צו “געזונטהייט”