PMDD

געזונט און רפואה

די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,thefact

Struggling
אנשי שלומינו
תגובות: 2
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 11, 2021 12:03 pm

PMDD

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Struggling »

בס"ד

צו מיינע חשובע חברים
איך שרייב די שורות ווייל איך זיך הילף איבער א נושא
א נושא וואס איז זייער נישט באקאנט ביים ציבור און אפילו ביי דאקטוירים.

די יסורי נפש דערפון איז עד לב שמים פאר מיר, מיין ווייב, און פאר מיינע זיסע קינדערליך,

סקומט מיר אן שווער צו שרייבן אבער איך בין אזוי פארלוירן פאר הילף און מיט א תפילה צום אייבירשטן קלער איך מיך צו ווענדן דא ווי אזויפיל יודן ליינען
אפשר וועל איך געפינען איינעם און די מצב פאר עיצות און חיזוק און ידיעות פאר הילף אדער כאטש פאר אן אח לצרה

די פראבלעם רופט זיך מיט די ראשי טיבות
PMDD
עס איז זייער א פיינליכע דורכגאנג (מילד גערעד) און די צייט פון די חודש ביי די פרוי
און דאס איז מידי חודש בחדשו מיט א נישט נארמאלע פרישקייט

איך קען נישט צו שרייבן וואס די מחלה איז צילוב אסאך סיבות אבער מען קען עס נאכקוקן אליין און פארשטיין כאטש א מעט מן המעט

איך זוך צו טרעפן ווער עס ווייסט פון וואס איך רעד אן עקסטערע הסבירים

סאיז א שווערע דורכגאנג פון בערך 10 טאג פארן זמן פינעם חודש ביזן זמן ד.מ. יעדן האלבן חודש
(סקען זיין אנדערש אויב איז די זמנים ביי אייך זענען מער צושפרייט. בדרך אגב די אלע זאכן וואס שפילט מיט די זמנים קען עס מאכן סך ערגער מיר וועלן נישט אריין גיין)

און דעמאלץ פארלירן די קינדער די מאמע, די מאן די ווייב, און די ווייב די אייגענע ביאינג,
סאיז דעמאלץ א מצב פון פיקוח נפש

און יעדע חודש נאכאמאל ליידער

סאיז כף הקלע אויפן פילן זין פון ווארט מען מאכט דיר צירוק לעבעדיג נאכדעם נאכאמאל... און נאכמאל צירוק לעבעדיג וחוזר חלילה

מיין שטוב גייט אינטער מיין אלעס גייט אינטער

דאס האט פאר מיר פרעזענדליך געדוירט יארן צו דיעגנאזן און כאפן וואס פינקליך גייט פאר
קודם האט מען געקלערט אז עס איז שלום בית פראבלעמען
נאכדעם האט מען געקלערט אז עס איז דאס, אדער יענץ א.א.וו.
מען האט אלעס ברוך השם מסדר געווען משך יארן און באמת יארן לאנג פון עבודה
ביז עס איז קלאר געווארן די פראבלעם

און איך זוך הילף חיזוק אדער כאטש א אח לצרה
איך גלייב אז אסאך גייען עס א דורך און כאפן נישט די פראבלעם נאר מען טייטעלט עס אויף פארשידענע אנדערע פראבלעמען
אדער איז שוין נישט דא אויף וואס צו טייטלן ווייל מען איז ליידער שוין צוטיילט...

אוך קום מיט א רוף מיט בלוט
ראטעוועט
אויב גייט איר אויך א דורך די מצב אדער איק האט ידיעות
שיקט מיר א אימעל לאמיר זיך העלפן איינעם דעים אנדערן איש את רעהו יעזורו
סאיז פיקיח נפש
פליז שעם דיר נישט
TO COME FORWARD
אימעל מיר
[email protected]
נאכאמאל
[email protected]
יישר כח פאר אייער צייט
אוועטאר
הענדימען
שר עשרת אלפים
תגובות: 15034
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 27, 2017 11:14 am

Re: הצלה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הענדימען »

מיט'ן אויבערשטנ'ס הילף דארף רעליף דיך צו קענען העלפן מיט דעם
כאניש אזוי קיין געהעריגע אקסן (קרעדיט כאניש)

מ'קעמיך קאנטאקטירן אויף handymanivelt ביי דזשימעיל
Struggling
אנשי שלומינו
תגובות: 2
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 11, 2021 12:03 pm

Re: הצלה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Struggling »

איך קום שוין פון מענטעל העלפ

מענטעל העלפ איז נישט די ישועה דא

דאס איז גאר א חלק פון די פראבלעם אז מען באהאנדעלט עס ווי מענטעל

דאס איז מיין עקספירענס

איך האב שוין געקלאפט ביי אסאך גרויסע פלעצער
(נישט ביי ריליף)

יישר כח
מנוחת אמת
שר העשר
תגובות: 10
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 04, 2020 10:16 am

Re: הצלה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מנוחת אמת »

עס איז ווייטאגליך צי ליינען די ווייטאג און פארלוירענקייט וואס די, דיין משפחה און דיין ווייב גייען דורך.

עס אנערקענט זיך אין דיין ווערטער די אוממענטשליכע כח וואס די לייגסט אריין צי האלטען די משפחה און פראבירען אלע מיטלען צי טרעפן א וועג ארויס.

די אייבערשטער זאל דיך שנעל פירן אין די ריכטונג פין רפואה, קלארקייט, און רואיגקייט.

ישועת השם כהרף עין!

עס איז איספרירנד אז די גארטעלסט דיך אן צי גיין ווייטער און די פראבירסט אויך צי העלפען אנדערע וואס מאכען מעגליך מיט ענליכע פיין און פארלוירענקייט.

איך וויל דערמאנען אז עס איז א ריזיקע זיך אליין צי דייעגנויזען מיט סיי וועלכע מחלה/שוועריקייט און זיכען סופארט אדער טריעטמענט פאר דעם איידער מ'רעדט זיך דורך מיט א מומחה אין די תחום וואס באשטעטיגט אז דאס איז טאקע די ריכטיגע פראבלעם. אז נישט קען יארען ארבעט גיין לאיבוד אדער חלילה גאר שאטען פאר די ריכטיגע פראבלעם.

איך גלייב אז די ארגענעזאציעס ווי טהרנו אדער Atime זענען גיט באהאווענט מיט PMDD און זיי קענען העלפען בעצה ותושיעה און שיקען צי גיטע שלוחים/ דאקטורים.
קרייסלער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4514
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 20, 2015 6:01 am
לאקאציע: אויפן ראוד

Re: PMDD

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרייסלער »

דאס הארץ גייט מיר ארויס פאר מיין אידישע ברודער, הרופא לשבורי לב יחבש לעצבותם

זיכענדיג אביסעלע אויף גוגל זעה איך אז אראביק עקסערסייז קען זייער שטארק העלפן אין געוויסע פעלער
בעצם איז עקסערסייז גאר א מאכטפולע און ווערדפולע טול אין אסאך אומשטענדען, סיי מ'בלאזט אויס אלע סטרעס, ענגער, וכו' און סיי עס מונטערט פיזיש אויף די גאנצע קערפער, און לויט ווי עס קוקט אויס איז די שורש פון דעים פראבלעם א פיזישער וועלכע טריגערט גייסטישע פראבלעמען

עניוועיס א קאפיטל תהילים און א טרערל פון טיפן הארצן איז די שטערקסטע אויסגעפראווטע סגולה
מיר פרייען זיך נישט מיט די מפלות אדער נצחונות פון די ציונים

מיר ווארטן אויף ביאת משיח וואס וועט אונז אויסלייזן פון גלות פון די ציונים און אראבער ביינעזאם
nishtkushe
שר חמישים ומאתים
תגובות: 480
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 07, 2014 9:28 pm

Re: PMDD

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך nishtkushe »

איך האב נישט וואס צוצולייגן, נאר א ברכה...דער אייבישטער זאל דיך ארויסנעמןַ פוןַ דייןַ פיין

זאלסט ווערן אויפגעראכטן ווי שנעלער.
שרייב תגובה

צוריק צו “געזונטהייט”