ארויס מיט די געפיהלן...

פסיכאלאגיע און מעדיצינען

די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,thefact

פשיהא
שר חמישים
תגובות: 51
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 08, 2020 9:40 pm

ארויס מיט די געפיהלן...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פשיהא »

האסט געהאט א שווערע טאג היינט?
גיב א טאנץ אריין אין דעם אשכול, לאז ארויס דיינע געפיהלן, און גיב דיך אויס אביסל אויף די הארטע קנעפלעך פונעם שליסל-טאוול (key-board),
טרויעריג\צובראכן\פארשעמט\צוקלאפט\מוטלאז, וועכע סארט געפיהל די האסט נאר, דא קענסטו ארויס באכענען דערמיט בריש גלוי
אנע בושה.

ס'דרייען זיך ארום יודן דא אויפן וועלטל מיט אראפגעלאסטע'נעזער און ווארטן נעבעך אויף א גוט ווארט אדער א שטיקל חיזוק,
א הערצעלע וויל זיך צעוויינען, אויסרעדן, און אראפלאדענען זיין שווערע באגאדזש וואס לייגט אומאויפהערליכע דרוק אויף זיינע
שוין אזוי אויך צעדריקטע פלייצעס און דראעט אים צו צוברעכן פיזיש און גייסטיש.

די געדאנק איז, לייג אראפ וויאזוי דיין געפיהל שפירט, לדוגמה: שפירסט אנגעווייטאגט אויף איינעם? קום אריין מיט די עמאשען, און
צונעם די פילינג, וויאזוי ריעקט דיין אטעם און האלז, בשעת די פיהלסט ווי דיינע אויגן לעפלען ווערן באנעצט פון אזא וואסעריגע געמיש...
שפירסט אנגעצויגן? לייג אראפ וויזוי דיין אטעם ווערט פארהאקט, וויזוי די ווילסט אריינלויפן און א ערי מקלט אוועק פון אלע נודניק'עס און
פרעשור'דיגע געפיהלן און זיך לייגן שלאפן אזא זיבעציג יעריגע שלאף...

האפענטליך וועלן אפאר בשר ודם'ס ארויס גיין פון דא מיט א רוהיגן געמיט און זיך אביסל אויסטשוכענען פונעם טאג טעגליכן געפילדער.
אוועטאר
נתנאל מינצבערג
שר חמש מאות
תגובות: 538
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מאי 19, 2017 8:32 am

Re: ארויס מיט די געפיהלן...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נתנאל מינצבערג »

קריינא דאיגרתא
שלום בית איז א טעאריע
אוועטער קרעדיט @גארנישט מיט נישט ריסייז קרעדיט @אויפגעפרישט
פשיהא
שר חמישים
תגובות: 51
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 08, 2020 9:40 pm

Re: ארויס מיט די געפיהלן...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פשיהא »

נתנאל מינצבערג האט געשריבן:קריינא דאיגרתא

מה זה?
אוועטאר
עומד מן הצד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3393
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 07, 2020 2:18 pm

Re: ארויס מיט די געפיהלן...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עומד מן הצד »

פשיהא האט געשריבן:
נתנאל מינצבערג האט געשריבן:קריינא דאיגרתא

מה זה?

א לשון הגמ', ''קריינא דאיגרתא איהו ליהוי פרוונקא''
אוועטאר
Bissli
שר חמשת אלפים
תגובות: 5052
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 17, 2019 11:12 pm
לאקאציע: אויפן שעלף אין גראסערי

Re: ארויס מיט די געפיהלן...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Bissli »

נתנאל מינצבערג האט געשריבן:קריינא דאיגרתא

ער האט שוין געזאגט זיין געפיל, אז עס דארף זיין א פלאץ ווי מען זאל קענען ארויסגעבן די פילינג
האסט שוין אמאל פרובירט צו דערגרינטעווען די טיעפקייט פון טיעף?.

יעדע איד איז קודש קדשים, נישט קיין חילוק אין וועלכע מצב און וואו ער זאל נאר נישט זיין בלייבט ער קודש קדשים!
און דאס איז דער אמת. עס איז א פאקט.
פשיהא
שר חמישים
תגובות: 51
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 08, 2020 9:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פשיהא »

וויאזוי פילט זיך צו זיצן אויפן באקוועמען אפיס בענקל בשעתן טייפן א שנעלע תגובה פאר די "ארויס מיט די געפיהלן" אשכול?...
לאמיך טרייען צו שרייבן א קורצע אנאליז.

איך פיהל ווי איך גיי אנטשלאפן ווערן נאך די נעקסטע ווארט וואס איך גיי שרייבן, איך פיהל ווי די מלאך וואס איז געשטעלט אויף מיעדעקייט
גייט אט אט זיך באהערשן אויף מיינע מוסקלען. ער נעמט זיך יעצט איבער מיין קאפ, קודם פרובירט ער מיט שיינעם, ער טרייעט צו אויפלאזן שטייטערהייט מיינע מחשבות
און אים לאזן אריינפארן גלייך אינעם עולם החלומות, אבער ער ווערט איבערגעהאקט יעדע פאר מינוט ווען איך געב מיך א כאפ אויף פון מיין קורצע געדרימלעכץ
ווי א שלאנג געביסענער, פון ווי קומט די שפייאכץ? ווייסט אפשר איינער?

אט אט פיהל איך ווי איך ווער באהערשט פון אים, און א געדיכטע נעפל הייבט מיר אן ארומצונעמען, איך שוועב און די העכערע ספערן, פון צייט צו צייט פיהל איך ווי
ס'כאפט מיר אן אזא דיזינעס, מיין קאפ האקט מיט צענדליגע האמערס.

פיין העמיר גיין כאפן אנ'עכטן שלאף. אקעי, צום ווידערזעהן ביים נעקסטן דרימל.
אוועטאר
Bissli
שר חמשת אלפים
תגובות: 5052
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 17, 2019 11:12 pm
לאקאציע: אויפן שעלף אין גראסערי

Re: ארויס מיט די געפיהלן...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Bissli »

;l;p- ;l;p- ;l;p-
גוט!
האסט שוין אמאל פרובירט צו דערגרינטעווען די טיעפקייט פון טיעף?.

יעדע איד איז קודש קדשים, נישט קיין חילוק אין וועלכע מצב און וואו ער זאל נאר נישט זיין בלייבט ער קודש קדשים!
און דאס איז דער אמת. עס איז א פאקט.
פשיהא
שר חמישים
תגובות: 51
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 08, 2020 9:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פשיהא »

ס'איז זייער טרויעריג, אבער אסאך מאל קען אנכאפן אזא שטארקע אנגעצויגענקייט, אנע פארוואס און פארווען, ער געט זיך א ריק אן משה מחותן איך בין דא! שלאג מיך פארקערט, ס'העלפט נישט קיין פוידיינו מאציליינו מ'קען נישט פטור ווערן פון אים, ער איז אסאך שטערקער ווי די מיינסט, ווי מער די פייטסט מיט אים געט ער דיר צוריק מנה אחת אפים, ער פארדרייט דיר דעם קאפ און מאגן, ער קריכט דיר אריין טיף און די קישקעס און ער מאכט זיכער אז די געדענקסט אים אויף שטענדיג, און אויב די ביסט
מזל'דיג ענדיגטזעכעס דא.

אבער, דא קומט א גרויסע אבער, וויי איז פאר דעם ווען דער באלאנד דעסיידעט אז היינט איז דיין אושפיזא, ער געט זיך א שטעל אוועק ביי דיר און האלז און ער הייבט דיר אן צו דערשטיקן, אוי דאס טוט דאך אזוי וויי, ווי קען מען דאס אויסהאלטן? ער נעמט זיך טיילן באפעלן, יעצט אטעם, יעצט טראכט אז דיין אטעם האט זיך אפגעשטעלט, יעצט גיב אזא טיפן אטעם אריייייין פשוט זיכער צו מאכן אז די אטעמסט נאך... פארשטייסט? ער מיינט גאר מיין טובה... די פילסט ווי די ווילסט זיך צאמלייגן ווי א לעגא טורעם, ס'וויל זיך אויסלעשן די מח פאר אפאר טעג און צוריק קומען א אויפגעפרישטער, אבער וואס קען מע טאהן אז דער האלט נישט אזוי שנעל ביים אויפגעבן.

איין טאג האב עך דעסיידעט דאס איז עס, גענוג איז גענוג, מ'גיימיר זיך נישט לאזן פארפירן עני מאר פון די געפיהלן, בינעך טאקע נאר בשר ודגים אבער מידעמאלעם איך קאהן נאך אלץ זיין מח שליט על הלב, איך הייב אן א נייע זאך, פון היינט און ווייטער יעדע מאל דער הייבט מיר אן צו אפראוטשן, כ'גיי מיר אנהייבן צו באנוצן מיט זיין טאל טאקע, וואס הייסט? הער אויס, די הייסט מיר אטעמען? פיין, איך פאלג, אבער דאס גייט נאר פאסירן ווען "איך" וויל, "איך" גיי פרובירן זיך צו קאנצעטרירן אויף מיין אטעם פאר בלויז איין מינוט אויפן זייגער, און "איך" גיי שטאטערהייט אריינאטעמען דורך מיין נאז פאר פינעף סעקונדעס, אנהאלטן מיין אטעם פאר איין, און דערנאך מיט די זעלבע טעמפא ווי פריער ארויס בלאזן מיט מיין מויל, אההההה, דאס הייסט געלעבט!

טריי עס אויס און לאמעך וויסן וויזוי ס'געווען.....
אוועטאר
Bissli
שר חמשת אלפים
תגובות: 5052
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 17, 2019 11:12 pm
לאקאציע: אויפן שעלף אין גראסערי

Re: ארויס מיט די געפיהלן...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Bissli »

איך פארשטיי נישט פארוואס דו האסט באשלאסן אז דיין מח איז מער דו ווי דיין הארץ.
די מהלח איז נישט צו דערדרוקן די זאך, דו דארפסט צוריק גיין צום שורש און עס אויסגראדן, עס קען אמאל זיין א ווייטאג פון יארן צוריק וואס דו ווייסט אפילו נישט אז עס ליגט אין דיר.
האסט שוין אמאל פרובירט צו דערגרינטעווען די טיעפקייט פון טיעף?.

יעדע איד איז קודש קדשים, נישט קיין חילוק אין וועלכע מצב און וואו ער זאל נאר נישט זיין בלייבט ער קודש קדשים!
און דאס איז דער אמת. עס איז א פאקט.
אוועטאר
Bissli
שר חמשת אלפים
תגובות: 5052
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 17, 2019 11:12 pm
לאקאציע: אויפן שעלף אין גראסערי

Re: ארויס מיט די געפיהלן...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Bissli »

אדער אפשר ביזטו א 4’ער
האסט שוין אמאל פרובירט צו דערגרינטעווען די טיעפקייט פון טיעף?.

יעדע איד איז קודש קדשים, נישט קיין חילוק אין וועלכע מצב און וואו ער זאל נאר נישט זיין בלייבט ער קודש קדשים!
און דאס איז דער אמת. עס איז א פאקט.
פשיהא
שר חמישים
תגובות: 51
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 08, 2020 9:40 pm

Re: ארויס מיט די געפיהלן...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פשיהא »

Bissli האט געשריבן:איך פארשטיי נישט פארוואס דו האסט באשלאסן אז דיין מח איז מער דו ווי דיין הארץ.
די מהלח איז נישט צו דערדרוקן די זאך, דו דארפסט צוריק גיין צום שורש און עס אויסגראדן, עס קען אמאל זיין א ווייטאג פון יארן צוריק וואס דו ווייסט אפילו נישט אז עס ליגט אין דיר.

שכח פאר דיין קאמענט, איך טראכט נאר אז די דאזיגע אשכול איז בעיקר געשטעלט אויף ארויסברענגען געפיהלן, און נישט אזוי ווייט אויף וואס מ'קען טוען זיך צו העלפן דערמיט, דעיס אליין אז א מענטש האט א פלאץ ווי ער קען עס ארויסברענגען איז שוין א שטארקע הילף.
אוועטאר
זעהער
שר האלף
תגובות: 1363
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 10, 2017 4:27 pm

Re: ארויס מיט די געפיהלן...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זעהער »

מיין בויך........... אוטש.........
שרייב תגובה

צוריק צו “תורת הנפש”