בלאט 1 פון 1

די ווינדערליכע טעראפי פון יאגע (YOGA)

געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 30, 2020 1:14 pm
דורך אידיאט
איך הער כסדר פון דאקטורים און פון אידן וואס טוען דערין אז יאגע איז א מורה'דיגע געזונטע זאך צו טוען. סהעלפט פאר בלוט דרוק, צוקער, סטרעס , אנקזייעטי, און פאר אסאך אנדערע געזונהייט פראבלעמען.
וואלט איך געוואלט געוואר ווערן דעם אמת פונעם עולם דא דאס פאלגענדע.

האט שוין עמיצער געטון יאגע?
אויב יא, האט עס געהאלפן פאר עפעס? פרטים?
אויך וויל איך וויסן צי סאיז דא א היימיש פלאץ אדער גרופע וואס טוט יאגע? איך האלט נישט ביים גיין אין א ספא מיט תערובות רח"ל.

יש"כ

Re: די ווינדערליכע טעראפי פון יאגע (YOGA)

געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 30, 2020 2:01 pm
דורך היימישער הייקער
אני הקטן מאך יעדע צווייטע צופרי 15 מינוט יאוגע, עס איז זייער געשמאק. איך גיי נישט אין ערגעץ, איך האמעך אויסגעלערנט פון א ביך.

געהאלפן? איך האב ב"ה נישט געהאט קיין איינע פון די פראבלעמן לכתחלה, אבער שטודיעס ווייזן אז עס ארבעט. איך פיל סתם אזוי פיין געסטרעטשט און פריש נאך עס טוהן.

Re: די ווינדערליכע טעראפי פון יאגע (YOGA)

געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 30, 2020 2:03 pm
דורך היימישער הייקער
פארוואס יעדע צווייטע? ווייל די אנדערע טאג מאך איך פילאטיס. אויב וואלט איך נאר געטוהן איינס, וואלט איך געטוהן פלאטיס PILATES. עס בויט זייער שטארק די צענטער פונעם גוף, וואס דאס געבט אסאך ענערדזשי.

Re: די ווינדערליכע טעראפי פון יאגע (YOGA)

געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 30, 2020 2:03 pm
דורך אידישע מוח
היימישער הייקער האט געשריבן:אני הקטן מאך יעדע צווייטע צופרי 15 מינוט יאוגע, עס איז זייער געשמאק. איך גיי נישט אין ערגעץ, איך האמעך אויסגעלערנט פון א ביך.

געהאלפן? איך האב ב"ה נישט געהאט קיין איינע פון די פראבלעמן לכתחלה, אבער שטודיעס ווייזן אז עס ארבעט. איך פיל סתם אזוי פיין געסטרעטשט און פריש נאך עס טוהן.

ווועלכע ביכער איז גוט זיך צי אויסלערנען ?

Re: די ווינדערליכע טעראפי פון יאגע (YOGA)

געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 30, 2020 2:09 pm
דורך היימישער הייקער
ווען איך וואלט געדענקט אלעס וואס איך האב געליינט...

Re: די ווינדערליכע טעראפי פון יאגע (YOGA)

געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 30, 2020 2:09 pm
דורך אידיאט
היימישער הייקער האט געשריבן:פארוואס יעדע צווייטע? ווייל די אנדערע טאג מאך איך פילאטיס. אויב וואלט איך נאר געטוהן איינס, וואלט איך געטוהן פלאטיס PILATES. עס בויט זייער שטארק די צענטער פונעם גוף, וואס דאס געבט אסאך ענערדזשי.

יש"כ.

Re: די ווינדערליכע טעראפי פון יאגע (YOGA)

געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 30, 2020 2:13 pm
דורך היימישער הייקער
https://1drv.ms/b/s!AqS-ujxnAX3_ku9uBba ... g?e=qGjNRc

דאס איז וואס איך טוה. איך לאז נאר אויס bend knees hands up" ווייל עס שמעקט מיך צופיל פון זיך ביקן.

Re: די ווינדערליכע טעראפי פון יאגע (YOGA)

געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 30, 2020 2:16 pm
דורך אידיאט
אנצוהייבן פיל איך וואלט בעסער געווען פאר מיר צו גיין מיט א גרופע. א נישט איז צו שווער אנצוהאלטן.
איינער ווייסט פון אזא זאך?

Re: די ווינדערליכע טעראפי פון יאגע (YOGA)

געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 30, 2020 3:58 pm
דורך קאנטרי מאוד
יאך בין זייער אינטערסירט עס זיך צי לערנען באופן כשר, הרב הייקער האסט אפשר א בוך זיך צי לערנען?

Re: די ווינדערליכע טעראפי פון יאגע (YOGA)

געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 30, 2020 4:08 pm
דורך sheetrock
קאנטרי מאוד האט געשריבן:יאך בין זייער אינטערסירט עס זיך צי לערנען באופן כשר, הרב הייקער האסט אפשר א בוך זיך צי לערנען?

ריק אריין 2 8 אונס גלעזער שנאפס און כאפ א וואק אויפן גאס פאר א 15 מינוט וועסטו זיך עס אויסלערנען אליינס...

Re: די ווינדערליכע טעראפי פון יאגע (YOGA)

געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 30, 2020 11:25 pm
דורך קאנטרי מאוד
sheetrock האט געשריבן:
קאנטרי מאוד האט געשריבן:יאך בין זייער אינטערסירט עס זיך צי לערנען באופן כשר, הרב הייקער האסט אפשר א בוך זיך צי לערנען?

ריק אריין 2 8 אונס גלעזער שנאפס און כאפ א וואק אויפן גאס פאר א 15 מינוט וועסטו זיך עס אויסלערנען אליינס...

פארשטיי איך נישט די ווערטל, איז נישט.

Re: די ווינדערליכע טעראפי פון יאגע (YOGA)

געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 01, 2020 10:59 am
דורך לעכטל
היימישער הייקער האט געשריבן:https://1drv.ms/b/s!AqS-ujxnAX3_ku9uBbaqGZsswfBSFg?e=qGjNRc

דאס איז וואס איך טוה. איך לאז נאר אויס bend knees hands up" ווייל עס שמעקט מיך צופיל פון זיך ביקן.

ייש"כ פאר דעם.

Re: די ווינדערליכע טעראפי פון יאגע (YOGA)

געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 01, 2020 12:35 pm
דורך פראהביטש
כהאב אלץ געוויסט (געמיינט) אז יאגע איז נאר פאר פרויען

געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 01, 2020 12:39 pm
דורך גרויסע עם הארץ
קלאמפיש דארף יאגע העלפן פאר מענטאל העלט פראבעלמען. איז דאס אמת? אויב יא, וויאזוי ארבעט עס?

Re: די ווינדערליכע טעראפי פון יאגע (YOGA)

געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 01, 2020 1:20 pm
דורך אחד הרבנים
לאמיר דא אריינווארפן א פלאקן...
עס זענען דא מפקפקים וואס האלטן אז Yoga קען זיך גרעניצן מיט אמונות טפילות, כישוף, עבו״ז אדער ענליכס.
אינעם ביכל פון הרב בלומענקראנץ וואס קומט ארויס יעדעס יאר פאר פסח, שטייט דארט לאיסור און אז דאס איז פארבינדען מיט גאר הארבע איסורים ושומר נפשו ירחק מהם.

Re: די ווינדערליכע טעראפי פון יאגע (YOGA)

געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 01, 2020 1:30 pm
דורך פיטום
היימישער הייקער האט געשריבן:פארוואס יעדע צווייטע? ווייל די אנדערע טאג מאך איך פילאטיס. אויב וואלט איך נאר געטוהן איינס, וואלט איך געטוהן פלאטיס PILATES. עס בויט זייער שטארק די צענטער פונעם גוף, וואס דאס געבט אסאך ענערדזשי.

וואס איז דאס PILATES?

Re: די ווינדערליכע טעראפי פון יאגע (YOGA)

געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 01, 2020 1:32 pm
דורך פיטום
היימישער הייקער האט געשריבן:https://1drv.ms/b/s!AqS-ujxnAX3_ku9uBbaqGZsswfBSFg?e=qGjNRc

דאס איז וואס איך טוה. איך לאז נאר אויס bend knees hands up" ווייל עס שמעקט מיך צופיל פון זיך ביקן.

קוקט אויס זייער קלאר, ווי לאנג דארף מען מאכן יעדע איינס?

Re: די ווינדערליכע טעראפי פון יאגע (YOGA)

געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 01, 2020 2:07 pm
דורך היימישער הייקער
פיטום האט געשריבן:
היימישער הייקער האט געשריבן:https://1drv.ms/b/s!AqS-ujxnAX3_ku9uBbaqGZsswfBSFg?e=qGjNRc

דאס איז וואס איך טוה. איך לאז נאר אויס bend knees hands up" ווייל עס שמעקט מיך צופיל פון זיך ביקן.

קוקט אויס זייער קלאר, ווי לאנג דארף מען מאכן יעדע איינס?

דאס איז בעצם געמאכט צו מאכן אלס א warm up בעפאר מען מאכט די געהעריגע עקסערסייז. איין אטעם יעדע עקסערסייז, עס שטייט אנגעצייכענט וועלכע אריין צו אטעמען און וועלכע ארויסצואטעמען. אויסער די לעצטע downward dog, וואס דארטן האלט מען עס יא פאר פינעף גאנצע אטעמעס. (איך רעד פון די צווייטע פעידזש). מען טוט די גאנצע סעט 3-5 מאל.

געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 01, 2020 2:11 pm
דורך גרויסע עם הארץ
אחד הרבנים האט געשריבן:לאמיר דא אריינווארפן א פלאקן...
עס זענען דא מפקפקים וואס האלטן אז Yoga קען זיך גרעניצן מיט אמונות טפילות, כישוף, עבו״ז אדער ענליכס.
אינעם ביכל פון הרב בלומענקראנץ וואס קומט ארויס יעדעס יאר פאר פסח, שטייט דארט לאיסור און אז דאס איז פארבינדען מיט גאר הארבע איסורים ושומר נפשו ירחק מהם.

#ראנג אשכול

Re: די ווינדערליכע טעראפי פון יאגע (YOGA)

געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 01, 2020 2:28 pm
דורך חלב ישראל
אחד הרבנים האט געשריבן:לאמיר דא אריינווארפן א פלאקן...
עס זענען דא מפקפקים וואס האלטן אז Yoga קען זיך גרעניצן מיט אמונות טפילות, כישוף, עבו״ז אדער ענליכס.
אינעם ביכל פון הרב בלומענקראנץ וואס קומט ארויס יעדעס יאר פאר פסח, שטייט דארט לאיסור און אז דאס איז פארבינדען מיט גאר הארבע איסורים ושומר נפשו ירחק מהם.

yoga האט בעצם גארנישט איינגעשטויסן מיט כישוף וכו', נאר אזויווי אלע אנדערע מעטאדן וואס קומען פונעם ווייטן מזרח האבן זיי אריינגעטייטש זייערע אמונות דערין. ס'איז אזויווי דער יעניגער וואס דמיונ'ט אז די סיבה פארוואס זיין קאפ פילט קלארער נאכ'ן זיך שערן איז ווייל ער האט אראפגענומען די קליפות, זיין קאפ פילט קלארער ווייל ער האט אראגענומען אן איבעריגע לאסט פון קאפ, די איבעריגע סופערסטישינס קען זיך יעדער דמיונ'ען וואס ער וויל.

ס'דערמאנט מיר פון א מעשה וואס כ'האב אמאל געליינט. איינס פון זייערע מעטאדן רופט זיך reiki, און א חלק פון די מעטאד איז אז מ'דארף אינזין האבן געוויסע סימבאלן פון זייערע זאכן. איז געקומען א אויבערחכם, א איד, און געטוהן די זעלבע זאך נאר אינזין געהאט אידישע סימבאלן, און וואונדער איבער וואונדער, ס'האט געהאלפן פונקט ווי די יאפאנעזע סימבאלן, און יעצט האט ער שוין אויך א ראיה צו אמיתות התורה... איז געקומען נאך א גרעסערע חכם און געטוהן די reiki אן אינזין האבן גארנישט, נישט קיין יאפאנעזע סימבאלן, נישט קיין אידישע סימבאלן, און פארשטייט זיך אז ס'האט געהאלפן פונקט ווי פריער...

Re: די ווינדערליכע טעראפי פון יאגע (YOGA)

געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 28, 2022 7:10 pm
דורך נארמאליזעם
חלב ישראל האט געשריבן:
אחד הרבנים האט געשריבן:

רייקי איז ענערגיע היילונג

די מעשה איז געווען מיט הרב פאנגער פון ארץ ישראל

Re: די ווינדערליכע טעראפי פון יאגע (YOGA)

געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2023 11:35 am
דורך ציינבערשטל
הרב פאנגער זאגט ביי זיין רעדעס אז מ'טאר עס נישט טון (כ'רעד פון רעיקי). דאכצעמער הגאון ר' יצחק זילבערשטיין שליט"א האט אים אזוי געפסקנ'ט.
זע איך דא אז ס'דא א שמועס פון ר' פנחס גלויבער אויף קול מבשר

Re: די ווינדערליכע טעראפי פון יאגע (YOGA)

געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2023 12:34 pm
דורך עובר ושב
עס זענען דא צענדליגע מינע yoga מיט אמונות טפילות אין אן.

איך האב אמאל געהאט א פרייוועט איסטראקטער פאר Hatha yoga וואס גייט מיט אטעמען עקסערסייז.