די ווינדערליכע טעראפי פון יאגע (YOGA)

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

אידיאט
שר מאה
תגובות: 237
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 08, 2019 10:43 pm

די ווינדערליכע טעראפי פון יאגע (YOGA)

תגובהדורך אידיאט » מיטוואך סעפטעמבער 30, 2020 1:14 pm

איך הער כסדר פון דאקטורים און פון אידן וואס טוען דערין אז יאגע איז א מורה'דיגע געזונטע זאך צו טוען. סהעלפט פאר בלוט דרוק, צוקער, סטרעס , אנקזייעטי, און פאר אסאך אנדערע געזונהייט פראבלעמען.
וואלט איך געוואלט געוואר ווערן דעם אמת פונעם עולם דא דאס פאלגענדע.

האט שוין עמיצער געטון יאגע?
אויב יא, האט עס געהאלפן פאר עפעס? פרטים?
אויך וויל איך וויסן צי סאיז דא א היימיש פלאץ אדער גרופע וואס טוט יאגע? איך האלט נישט ביים גיין אין א ספא מיט תערובות רח"ל.

יש"כ

אוועטאר
היימישער הייקער
שר האלף
תגובות: 1587
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 08, 2019 5:07 pm

Re: די ווינדערליכע טעראפי פון יאגע (YOGA)

תגובהדורך היימישער הייקער » מיטוואך סעפטעמבער 30, 2020 2:01 pm

אני הקטן מאך יעדע צווייטע צופרי 15 מינוט יאוגע, עס איז זייער געשמאק. איך גיי נישט אין ערגעץ, איך האמעך אויסגעלערנט פון א ביך.

געהאלפן? איך האב ב"ה נישט געהאט קיין איינע פון די פראבלעמן לכתחלה, אבער שטודיעס ווייזן אז עס ארבעט. איך פיל סתם אזוי פיין געסטרעטשט און פריש נאך עס טוהן.

אוועטאר
היימישער הייקער
שר האלף
תגובות: 1587
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 08, 2019 5:07 pm

Re: די ווינדערליכע טעראפי פון יאגע (YOGA)

תגובהדורך היימישער הייקער » מיטוואך סעפטעמבער 30, 2020 2:03 pm

פארוואס יעדע צווייטע? ווייל די אנדערע טאג מאך איך פילאטיס. אויב וואלט איך נאר געטוהן איינס, וואלט איך געטוהן פלאטיס PILATES. עס בויט זייער שטארק די צענטער פונעם גוף, וואס דאס געבט אסאך ענערדזשי.

אידישע מוח
שר חמש מאות
תגובות: 702
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 26, 2017 11:58 pm

Re: די ווינדערליכע טעראפי פון יאגע (YOGA)

תגובהדורך אידישע מוח » מיטוואך סעפטעמבער 30, 2020 2:03 pm

היימישער הייקער האט געשריבן:אני הקטן מאך יעדע צווייטע צופרי 15 מינוט יאוגע, עס איז זייער געשמאק. איך גיי נישט אין ערגעץ, איך האמעך אויסגעלערנט פון א ביך.

געהאלפן? איך האב ב"ה נישט געהאט קיין איינע פון די פראבלעמן לכתחלה, אבער שטודיעס ווייזן אז עס ארבעט. איך פיל סתם אזוי פיין געסטרעטשט און פריש נאך עס טוהן.

ווועלכע ביכער איז גוט זיך צי אויסלערנען ?

אוועטאר
היימישער הייקער
שר האלף
תגובות: 1587
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 08, 2019 5:07 pm

Re: די ווינדערליכע טעראפי פון יאגע (YOGA)

תגובהדורך היימישער הייקער » מיטוואך סעפטעמבער 30, 2020 2:09 pm

ווען איך וואלט געדענקט אלעס וואס איך האב געליינט...

אידיאט
שר מאה
תגובות: 237
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 08, 2019 10:43 pm

Re: די ווינדערליכע טעראפי פון יאגע (YOGA)

תגובהדורך אידיאט » מיטוואך סעפטעמבער 30, 2020 2:09 pm

היימישער הייקער האט געשריבן:פארוואס יעדע צווייטע? ווייל די אנדערע טאג מאך איך פילאטיס. אויב וואלט איך נאר געטוהן איינס, וואלט איך געטוהן פלאטיס PILATES. עס בויט זייער שטארק די צענטער פונעם גוף, וואס דאס געבט אסאך ענערדזשי.

יש"כ.

אוועטאר
היימישער הייקער
שר האלף
תגובות: 1587
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 08, 2019 5:07 pm

Re: די ווינדערליכע טעראפי פון יאגע (YOGA)

תגובהדורך היימישער הייקער » מיטוואך סעפטעמבער 30, 2020 2:13 pm

https://1drv.ms/b/s!AqS-ujxnAX3_ku9uBba ... g?e=qGjNRc

דאס איז וואס איך טוה. איך לאז נאר אויס bend knees hands up" ווייל עס שמעקט מיך צופיל פון זיך ביקן.

אידיאט
שר מאה
תגובות: 237
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 08, 2019 10:43 pm

Re: די ווינדערליכע טעראפי פון יאגע (YOGA)

תגובהדורך אידיאט » מיטוואך סעפטעמבער 30, 2020 2:16 pm

אנצוהייבן פיל איך וואלט בעסער געווען פאר מיר צו גיין מיט א גרופע. א נישט איז צו שווער אנצוהאלטן.
איינער ווייסט פון אזא זאך?

אוועטאר
קאנטרי מאוד
שר האלף
תגובות: 1151
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 29, 2017 9:21 pm
לאקאציע: אויף די שטראזן,צווישן ביימער און גראזן,

Re: די ווינדערליכע טעראפי פון יאגע (YOGA)

תגובהדורך קאנטרי מאוד » מיטוואך סעפטעמבער 30, 2020 3:58 pm

יאך בין זייער אינטערסירט עס זיך צי לערנען באופן כשר, הרב הייקער האסט אפשר א בוך זיך צי לערנען?
אמר הקב"ה בני אם תתן לי לבך ועיניך אנא ידעית דאת דילי

קאנטרי מאוד מאודס..


קויפסט אויף עמעזאן? - קויף דורך דא - זה נהנה וזה לא חסר

אוועטאר
sheetrock
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4443
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 29, 2017 4:42 pm
לאקאציע: אויפן קאוטש

Re: די ווינדערליכע טעראפי פון יאגע (YOGA)

תגובהדורך sheetrock » מיטוואך סעפטעמבער 30, 2020 4:08 pm

קאנטרי מאוד האט געשריבן:יאך בין זייער אינטערסירט עס זיך צי לערנען באופן כשר, הרב הייקער האסט אפשר א בוך זיך צי לערנען?

ריק אריין 2 8 אונס גלעזער שנאפס און כאפ א וואק אויפן גאס פאר א 15 מינוט וועסטו זיך עס אויסלערנען אליינס...
שטיצט א יוד

איך האב אייך נאר געוואלט זאגן אז: ווען דו שרייבסט עפעס פאר מיר און דו ווילסט אז איך זאל עס זעהן, ציטיר מיר.

טענקס חוח'ל פארן אריינטאנצן פון דאך לכבוד מיר/פורים
טענקס קנאפער פארן עס צופאסן ס'זאל אריינפיטן אין מיין מח

אוועטאר
קאנטרי מאוד
שר האלף
תגובות: 1151
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 29, 2017 9:21 pm
לאקאציע: אויף די שטראזן,צווישן ביימער און גראזן,

Re: די ווינדערליכע טעראפי פון יאגע (YOGA)

תגובהדורך קאנטרי מאוד » מיטוואך סעפטעמבער 30, 2020 11:25 pm

sheetrock האט געשריבן:
קאנטרי מאוד האט געשריבן:יאך בין זייער אינטערסירט עס זיך צי לערנען באופן כשר, הרב הייקער האסט אפשר א בוך זיך צי לערנען?

ריק אריין 2 8 אונס גלעזער שנאפס און כאפ א וואק אויפן גאס פאר א 15 מינוט וועסטו זיך עס אויסלערנען אליינס...



פארשטיי איך נישט די ווערטל, איז נישט.
אמר הקב"ה בני אם תתן לי לבך ועיניך אנא ידעית דאת דילי

קאנטרי מאוד מאודס..


קויפסט אויף עמעזאן? - קויף דורך דא - זה נהנה וזה לא חסר

לעכטל
שר האלף
תגובות: 1924
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 27, 2019 6:03 pm
לאקאציע: ביד השי"ת

Re: די ווינדערליכע טעראפי פון יאגע (YOGA)

תגובהדורך לעכטל » דאנארשטאג אוקטובער 01, 2020 10:59 am

היימישער הייקער האט געשריבן:https://1drv.ms/b/s!AqS-ujxnAX3_ku9uBbaqGZsswfBSFg?e=qGjNRc

דאס איז וואס איך טוה. איך לאז נאר אויס bend knees hands up" ווייל עס שמעקט מיך צופיל פון זיך ביקן.

ייש"כ פאר דעם.
די בעסטע וועג אויסצורעכענען דיין צוקונפט, איז דורכ'ן עס מאכן...

(פרעזידענט לינקאלן)

פראהביטש
שר האלף
תגובות: 1269
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 15, 2017 7:01 pm

Re: די ווינדערליכע טעראפי פון יאגע (YOGA)

תגובהדורך פראהביטש » דאנארשטאג אוקטובער 01, 2020 12:35 pm

כהאב אלץ געוויסט (געמיינט) אז יאגע איז נאר פאר פרויען

אוועטאר
גרויסע עם הארץ
שר תשעת אלפים
תגובות: 9697
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 24, 2018 9:17 pm

תגובהדורך גרויסע עם הארץ » דאנארשטאג אוקטובער 01, 2020 12:39 pm

קלאמפיש דארף יאגע העלפן פאר מענטאל העלט פראבעלמען. איז דאס אמת? אויב יא, וויאזוי ארבעט עס?

אחד הרבנים
שר חמש מאות
תגובות: 950
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 09, 2019 10:34 pm

Re: די ווינדערליכע טעראפי פון יאגע (YOGA)

תגובהדורך אחד הרבנים » דאנארשטאג אוקטובער 01, 2020 1:20 pm

לאמיר דא אריינווארפן א פלאקן...
עס זענען דא מפקפקים וואס האלטן אז Yoga קען זיך גרעניצן מיט אמונות טפילות, כישוף, עבו״ז אדער ענליכס.
אינעם ביכל פון הרב בלומענקראנץ וואס קומט ארויס יעדעס יאר פאר פסח, שטייט דארט לאיסור און אז דאס איז פארבינדען מיט גאר הארבע איסורים ושומר נפשו ירחק מהם.

פיטום
שר שלשת אלפים
תגובות: 3047
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 19, 2014 9:02 pm
לאקאציע: אינעם קאמפאט לכ' חאמיש אסער

Re: די ווינדערליכע טעראפי פון יאגע (YOGA)

תגובהדורך פיטום » דאנארשטאג אוקטובער 01, 2020 1:30 pm

היימישער הייקער האט געשריבן:פארוואס יעדע צווייטע? ווייל די אנדערע טאג מאך איך פילאטיס. אויב וואלט איך נאר געטוהן איינס, וואלט איך געטוהן פלאטיס PILATES. עס בויט זייער שטארק די צענטער פונעם גוף, וואס דאס געבט אסאך ענערדזשי.


וואס איז דאס PILATES?
מיינע תגובות זענען לחדודי דברים בעלמא!

פיטום
שר שלשת אלפים
תגובות: 3047
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 19, 2014 9:02 pm
לאקאציע: אינעם קאמפאט לכ' חאמיש אסער

Re: די ווינדערליכע טעראפי פון יאגע (YOGA)

תגובהדורך פיטום » דאנארשטאג אוקטובער 01, 2020 1:32 pm

היימישער הייקער האט געשריבן:https://1drv.ms/b/s!AqS-ujxnAX3_ku9uBbaqGZsswfBSFg?e=qGjNRc

דאס איז וואס איך טוה. איך לאז נאר אויס bend knees hands up" ווייל עס שמעקט מיך צופיל פון זיך ביקן.

קוקט אויס זייער קלאר, ווי לאנג דארף מען מאכן יעדע איינס?
מיינע תגובות זענען לחדודי דברים בעלמא!

אוועטאר
היימישער הייקער
שר האלף
תגובות: 1587
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 08, 2019 5:07 pm

Re: די ווינדערליכע טעראפי פון יאגע (YOGA)

תגובהדורך היימישער הייקער » דאנארשטאג אוקטובער 01, 2020 2:07 pm

פיטום האט געשריבן:
היימישער הייקער האט געשריבן:https://1drv.ms/b/s!AqS-ujxnAX3_ku9uBbaqGZsswfBSFg?e=qGjNRc

דאס איז וואס איך טוה. איך לאז נאר אויס bend knees hands up" ווייל עס שמעקט מיך צופיל פון זיך ביקן.

קוקט אויס זייער קלאר, ווי לאנג דארף מען מאכן יעדע איינס?


דאס איז בעצם געמאכט צו מאכן אלס א warm up בעפאר מען מאכט די געהעריגע עקסערסייז. איין אטעם יעדע עקסערסייז, עס שטייט אנגעצייכענט וועלכע אריין צו אטעמען און וועלכע ארויסצואטעמען. אויסער די לעצטע downward dog, וואס דארטן האלט מען עס יא פאר פינעף גאנצע אטעמעס. (איך רעד פון די צווייטע פעידזש). מען טוט די גאנצע סעט 3-5 מאל.

אוועטאר
גרויסע עם הארץ
שר תשעת אלפים
תגובות: 9697
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 24, 2018 9:17 pm

תגובהדורך גרויסע עם הארץ » דאנארשטאג אוקטובער 01, 2020 2:11 pm

אחד הרבנים האט געשריבן:לאמיר דא אריינווארפן א פלאקן...
עס זענען דא מפקפקים וואס האלטן אז Yoga קען זיך גרעניצן מיט אמונות טפילות, כישוף, עבו״ז אדער ענליכס.
אינעם ביכל פון הרב בלומענקראנץ וואס קומט ארויס יעדעס יאר פאר פסח, שטייט דארט לאיסור און אז דאס איז פארבינדען מיט גאר הארבע איסורים ושומר נפשו ירחק מהם.

#ראנג אשכול

אוועטאר
חלב ישראל
שר חמש מאות
תגובות: 871
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 14, 2018 10:19 am

Re: די ווינדערליכע טעראפי פון יאגע (YOGA)

תגובהדורך חלב ישראל » דאנארשטאג אוקטובער 01, 2020 2:28 pm

אחד הרבנים האט געשריבן:לאמיר דא אריינווארפן א פלאקן...
עס זענען דא מפקפקים וואס האלטן אז Yoga קען זיך גרעניצן מיט אמונות טפילות, כישוף, עבו״ז אדער ענליכס.
אינעם ביכל פון הרב בלומענקראנץ וואס קומט ארויס יעדעס יאר פאר פסח, שטייט דארט לאיסור און אז דאס איז פארבינדען מיט גאר הארבע איסורים ושומר נפשו ירחק מהם.

yoga האט בעצם גארנישט איינגעשטויסן מיט כישוף וכו', נאר אזויווי אלע אנדערע מעטאדן וואס קומען פונעם ווייטן מזרח האבן זיי אריינגעטייטש זייערע אמונות דערין. ס'איז אזויווי דער יעניגער וואס דמיונ'ט אז די סיבה פארוואס זיין קאפ פילט קלארער נאכ'ן זיך שערן איז ווייל ער האט אראפגענומען די קליפות, זיין קאפ פילט קלארער ווייל ער האט אראגענומען אן איבעריגע לאסט פון קאפ, די איבעריגע סופערסטישינס קען זיך יעדער דמיונ'ען וואס ער וויל.

ס'דערמאנט מיר פון א מעשה וואס כ'האב אמאל געליינט. איינס פון זייערע מעטאדן רופט זיך reiki, און א חלק פון די מעטאד איז אז מ'דארף אינזין האבן געוויסע סימבאלן פון זייערע זאכן. איז געקומען א אויבערחכם, א איד, און געטוהן די זעלבע זאך נאר אינזין געהאט אידישע סימבאלן, און וואונדער איבער וואונדער, ס'האט געהאלפן פונקט ווי די יאפאנעזע סימבאלן, און יעצט האט ער שוין אויך א ראיה צו אמיתות התורה... איז געקומען נאך א גרעסערע חכם און געטוהן די reiki אן אינזין האבן גארנישט, נישט קיין יאפאנעזע סימבאלן, נישט קיין אידישע סימבאלן, און פארשטייט זיך אז ס'האט געהאלפן פונקט ווי פריער...


צוריק צו “געזונטהייט”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 2 געסט