הענדימען האט געשריבן:מסתמא האט געשריבן:אויב דארף מען גייסטישע הילף, פארוואס נישט גיין צו א דאקטער?
די אינשורענס דעקט דעם דאקטער און די מעדיצינען.. פארוואס באצאלן די הויזן פאר אומגעפראווטע זאכן? וואס איז די הנאה פון לעבן אין דענייעל? סאיז דאך דא א אויסגעטרעטענע וועג וואו צו גיין פאר גייסטישע הילף
די אויסגעטרעטענע וועג איז שווער און פיינפול. און נישט יעדער ברויך עס דורכגיין
דאס איז א גרױסע פראבלעם, אהא יעצט ביסטו אפן מודה אז די ״אױסגעטרעטענע װעג״ איז עכט די אמת, נאר נישט יעדער דארף דאס דורכגײן, װײל ״ס׳צו שװער און פײנפול״, דאס איז אן עװלה, און אט טאקע דאס האב איך געשריבן אז ״ס׳נישטא קײן קװיק פיקס!!!״, נײן ״ס׳נישטא!, זילטש!,
כ׳קען אסאך מענטשן װאס לױפן שױן צענדליגע יארן ארום און פרובירן אױס יעדע סארט אלטערנאטיװע רפואה, אנשטאט צו טוהן די אמת׳ע זאך װאס דאס איז זיך אמת׳דיג אױפמאכן און ארײנקוקן אין זיך און אמת׳דיג דערגײן ״װאס איז די גורם מײן ענקזײעטי?״, און װילאנג ער װעט דאס נישט טוהן װעט אױפטוהן אײן זאך: אים מאכן אױסגעבן געלט (און דװקא די טײערע, װײל די ביליגע איז דאך גארנישט װערט...) און לבסוף לבסוף װעט ער זיך דערזעהן אין 2-3 יאר ארום אױסגעגעבן עטליכע טױזנט דאללער, און צוריק צום אלטן....
נאכאמאל, כ׳רעד דא נאר פון מענטשן װאס זײער ענקזײעטי - סטרעס קומט פון עפעס טיפער װידאס װאס CBD קען אדרעסירן, ענקזײעטי - סטרעס- װי שױן געשריבן, איז גאר אסאך מאל נאר א ״תוצאה״, ד״ה דער מענטש טראגט זיך ארום מיט פארשידענע שװערע טיפע געפילן און מחשבות, און אלס ״רעזולטאט״ איז ער סאו קאלד ״ענקשעס״ - אדער ״סטרעסד״, און אראפלײגן פאר די מענטשן אזױ: קום אהער, ״װאס דארפסטו אדורכגײן די פײנפולע טײערע פראצעדור פון טעראפי וכדו׳?״ ס׳דא א ביליגערע שנעלערע דרך קצרה׳דיגע װעג, נעם א קעפסל כך וכך מ״ג CBD און לעב צופרידן, און מיט דעם נ׳ער׳ט מען ארײן מענטשן װײל ס׳באמת טאקע שװער - זײער שװער צו גײן פאר טעראפי אײנמאל און נאכאמאל, ס׳טײער, ועל כולם ״ס׳זײער שװער פאר א מענטש צו אנערקענען אז יא, כ׳האב א שװאכקײט, כ׳קען זיך נישט איבערשטרענגען!", אין אײן װארט: ״כ׳בין נאר א מענטש״,
אבער פארפאלן ״ס׳נישט דא קײן קװיק פיקס״, אין די ענד אף די געים אױב װיל מען ״אמת׳דיג נישט האבן ענקזײעטי איז דאס - און נאר דאס די מהלך, ס׳איז דרך ארוכה וקצרה, און די אלע אנדערע זאכן ״אינקלאדינג״ CBD אדער סײ װעלכע זאך װאס פארלאנגט נישט צו ארבעטן אױף זיך איז דרך קצרה אבער ארוכה,
און ס׳איז א עװלה אײנצורעדן מענטשן אז ס׳איז יא דא א ״קװיק פיקס״, װעגן דעם האב איך געשריבן אז די אדװערטײזמענט דארף צוגײן אױף אן אופן װאס ס׳װעט אפעלירן טאקע נאר די מענטשן װאס CBD איז ״עכט״ זײער סעלושן, און מיט אן אװערנעס אז ס׳דא פאר װעמען ס׳העלפט, אבער אױב איז די פראבלעם טיפער דארף מען זוכן הילף, לע״ע װערט עס יא אראפגעלײגט אז ״דאס״ איז די רפואה״ פאר סטרעס - ענקזײעטי, אן צולײגן א דיקלעימער,