די טיפע וועג פון טויש. קאוהירענס טערעפי

פסיכאלאגיע און מעדיצינען

די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,thefact

הגוגעה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 277
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 03, 2022 6:41 pm

Re: די טיפע וועג פון טויש. קאוהירענס טערעפי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הגוגעה »

נשמה האט געשריבן:
ב"ה

איך האב זייער ווייניג עקספיריענס פון מאכן קאוהירענס טערעפי סעשאנס מיט אנדערע. און וויפיל עקספיריענס קען א מענטש האבן פון מאכן ממש געציילטע סעשאנס, נאך דערצו ווען מ'איז נישט קיין טערעפיסט בכלל. ווער רעדט פון א לייסנסד טערעפיסט. איך מיין אז קיינער איז נאכנישט געהאלפן געווארן פון מיינע טערעפי סעשאנס, (חוץ מיינע סעשאנס וואס איך האב געמאכט מיט מיר אליין וואס האט מיר יא געהאלפן ב"ה והשם הטוב זאל ווייטער העלפן). און אפילו אויב איך בין אנגעקומען צו שרשים, האט עס דאך נישט געהאלפן. און איך מיין אז איך ווייס פארוואס, און דאס איז וואס איך וויל שרייבן.

איך האב מיך אויסגעלערנט, אז לאמיר זאגן עס געלונגט דיר צו "היפנאטיזירן" דער מענטש וואס קומט צו דיר, און דו פירסט אים גאר טיף אריין, און יענער זאגט דיך 'שרשית'דיגע' זאכן. איז אפילו אויב דו וועסט דאס אנרופן אלץ א געלונגענע סעשאן, ווייל דו ביסט געוואויר געווארן ממש טיפע זאכן, ווייסעך נישט וויפיל נוצן דער קלייענט וועט האבן דערפון. און אפילו אויב בשעת די סעשאן האסטו קלאר געזען אז דער קלייענט ווייסט דעם אמת, און איז מודה על האמת. ווייסעך נישט וויפיל דער קלייענט גייט האבן דערפון.

די קונץ פון קאוהירענס טערעפי איז בעיקר אז די קלייענט זאל ווערן באוואוסטזיניג אין זיין טאג טעגליכן לעבן, אויף די שטאפל פון זיין טאג טעגליכן באוואוסטזיין. יעצט, אפילו אויב בשעת די סעשאן ווערט ער באוואוסטזיניג אויף די טיפע שרשים זיינע, און אפילו אויב די טיפע שרשים זענען טאקע די פאקטן וואס דרייען אלעס אן, מיט דעם אלעם, נאך די סעשאן, ווען ער קומט צוריק צום נארמאלן לעבן, גייט ער ווייטער לעבן פון זיין אנטי סימפטאם פאזישאן. איז וואס האסטו דערפון? און אפילו אויב דו גייסט מאכן א גוטע צעטיל וואס ער גייט ליינען בשעת די סימפטאם געשעט, מיט דעם אלעם, מיינט דאס נאכנישט אז ער איז באמת פאקטיש באוואוסטזיניג אז דאס האט צו טון מיט זיין סימפטאם. אפילו אויב ער ליינט די צעטיל, ווערט עס אבער נישט אינטעגרעטעד.

קאוהירענס טערעפי האט דריי שטאפלן, די דיסקאווערי, די אינטעגרעשאן, און די טראנספארמעשאן. יעצט, אפילו אויב דו - אלץ דער טערעפיסט - ווערט געוואויר דעם אמת, מיינט דאס נאכנישט אז דער קלייענט קען לעבן פון יענע פלאץ. ווייל עס איז גאנץ שווער צו טוישן ריאליטי. ריאליטי טוישט זיך שטאטעלעך. אפילו אויב א מענטש ווייסט דעם אמת, איז אים שווער צו געבן פון איין מינוט צום צווייטן א טויש. עס ווערט צוריק בלורי, פארטעמפטעד.

איך וואלט געזאגט אז ס'לוינט זיך צו גיין שטאטעלעך. לאמיר זאגן א קליענט קומט צו דיר, און דו האסט די כח אים אריינצופירן די טיפסטע מעגליך, מיין איך אז ס'לוינט זיך צו גיין מער אויבנאויפיג, און אים נישט אריינפירן צו טיף מיט איינמאל, און נישט מיט צוויי מאל. נאר פיר אריין זיין באוואוסטזיין אין זאכן וואס עס איז גאנץ גרינג און לייכט צו לעבן דערמיט אין טאג טעגליכן לעבן. דו עפנסט אים נאר אביסל טיפער, און נאכדעם נאך אביסל, אבער נאר דאס ביסל, און נאכדעם נאך אביסל.

דו קענסט דיסקאווערן ווי טיף דו ווילסט, אבער ווען עס קומט צו באוואוסטזיניג מאכן דעם קלייענט, גיי צעביסלעך.

לאמיר זאגן אז דו - אלץ דער טערעפיסט - דיסקאווערסט, אז די שורש איז, נישט גוט אפגעלערנט וויאזוי מ'איז מחובר צו אנדערע. קענסטו נישט זאגן פאר'ן קלייענט: די אופן פון דיין חיבור צו אנדערע איז נישט גוט געבויט ביי דיר. האסט גארנישט פון עס זאגן. אפילו אויב ממש דאס איז דער אמת.

דו ביסט א מענטש פון דרויסן, און דו טראכסט ביי דיר "יו, אזא קלייניגקייט מאכט אים משוגע, איך גיי אים זאגן וואס ס'גייט פאר, עס שרייבן אויף א צעטיל און שוין". האסט גארנישט דערפון. ווייל ביים קלייענט איז עס זיין ריאליטעט. דו דארפסט עס טון צעביסלעך. דו דארפסט אים אריינפירן צעביסלעך טיפער און נאך טיפער.

דו דארפסט פארשטיין אז די באוואוסטזיין פון א קלייענט איז נישט דיין באוואוסטזיין.

קומט אויס פון דעם, אז ווען דו מאכסט די דיסקאווערי סטעפ, דאן לוינט זיך צו אריינפירן אין טיפע היפנאזיע, אבער נישט ווען עס קומט צו אינטעגרעשאן. ווען עס קומט צו די קלייענט, האסטו גארנישט פון מאכן טיפע סעשאנס. ווייל ער גייט עס וועלן פארגעסן. און ווי טיפער א סעשאן איז, אלץ שווערער איז עס צו אינטעגרעטן. ווי מער אויבנאויפיג א סעשאן איז, אלץ גרינגער איז עס צו אינטעגרעטן.

בקיצור, ארבעט שטאטעלעך מיט די באוואוסטזיין פונעם קלייענט, און נישט לויט דיין באוואוסטזיין.

והשם הטוב יעזור
נשמה איז פיינע נייעס!! (קודם ווייסען מיר יעצט אז די האסט שוין געמאכט ממש געציילטע סעשאנס...)
קענסט אהער שלעפן "מתבונן" צי רעאגירען...?
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

Re: די טיפע וועג פון טויש. קאוהירענס טערעפי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

בס"ד

ווען מ'מאכט קאוהירענס טערעפי איז אלעמאל וויכטיג צו גיין פון די סימפטאם ממש און פון דארט גיין ווייטער. די אופן וויאזוי די סימפטאם דרוקט זיך אויס, איז דוקא די באהעלטעניש פונעם פרא-סימפטאם פאזישאן. צום ביישפיהל: רוקן ווייטאג, די אופן וויאזוי עס טוט וויי, וואו עס טוט וויי, השם ישמור, דארט דארף צו ליגן די פרא-סימפטאם פאזישן. עס איז די סימפטאם וואס מ'דארף באטראכטן, און פון דארט קריכן ווייטער. די סימפטאם איז ממש א וועג וויאזוי די פרא-סימפטאם דרוקט זיך אויס. אויב חלילה השם ישמור עס איז די אקסל, קען מען טראכטן אז ס'איז אזוי ווי א מענטש וואס שלעפט שווערע פעקלעך. מ'דארף קוקן וואו אין לעבן אזא סימפטאם וואלט געווען פאסיג און נארמאל. וואו אין לעבן וואלט אזא סימפטאם געברענגט א פאזיטיוו וויכטיגע זאך פאר'ן מענטש. ווען א מענטש שלעפט א שווערע פעקל, ברענגט די ווייטאג, אז ער זאל אפלאזן פון זיך די שווערע משא.

אזוי קלער איך יעצט. און ער שרייבט אויך אזוי. "מ'דארף האלטן די סימפטאם אין מיינד און די פרא-סימפטאם דרוקט זיך אויס אין די סימפטאם.

והשם הטוב יעזור. השי"ת וואס האט באהאלטן די פרא-סימפטאם, זאל עס עפענען. קאהיראנס טערעפי בגי' וקרב איש ולב עמק.
נגיד ומצווה
שר חמישים
תגובות: 98
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 28, 2022 10:35 am

Re: די טיפע וועג פון טויש. קאוהירענס טערעפי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נגיד ומצווה »

האב איך העשט נעכטן אריינגעבאמבט אין דיזע אשכול' און נישט געוואוסט וואספארא אוצר באהאלט זיך אזוי איידל,

בעסער שפעטער ווי איידער קיינמאל, (ווער וויסט וויפיל בעליוו'ס/סימפטעם'ס דאס האט שוין גורם געווען....)

א ריזיגן יישר כוח הרב נשמה פארן אויסגעבען אזויפיל הארץ, געדולד, און טינט להכין לפנינו כשולחן ערוך מוכן לכל!

איך מיין ס'איז נאך אסאך בעסער אזוי ווי ווען די ביסט יא גוט אין מלאכת הכתיבה' דיינע הארציגקייט איז אסאך מער וויכטיגער ווי גרעמאטיקייט...
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

Re: די טיפע וועג פון טויש. קאוהירענס טערעפי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

ב"ה

אין קאוהירנס טערעפי איז דא צומאל ווען מ'דארף פרעגן ווי פאלגנד: וואס איז אין דיין לעבן געשען וואס מאכט דיר לאגישע סענס אז דאס זאל האבן געשאפן דעם סימפטאם? ס'קען זיך מאכן אז ווען מ'מאכט א סימפטאם דעפרייוועשן, זאל נישט געהעריג, אינגאנצן, ארויסקומען די פרא-סימפטאם פאזישאן. פארוואס?

ווייל דער מענטש האט יעצט א געוואוינהייט וועלכע ער האט זיך משום איזה פרא-סימפטאם פאזישן, צוגעוואוינט. און ווען ער טרעפט זיך אן די געוואוינהייט, וועט אוודאי ארויפקומען אין זיין באוואוסטזיין א געוויסע געפיל וואס האט שייכות צום פרא-סימפטאם פאזישאן, אבער ס'וועט דאך נישט ארויפקומען די עכטע גאנצע סיבה פארוואס עס פעלט אים אויס אזא געוואוינהייט.

זיי טענה'ן אז אויב מ'נעמט אוועק די סימפאטם, דהיינו: אויב דער מענטש שטעלט זיך פאר אז ער איז אן דעם סימפטאם, דארף דער מענטש פילן די סיבה פארוואס עס פעלט אויס די סימפטאם. עד כאן. אבער פון זיי אליין איז אויך משמע אז נישט אלעמאל. ס'דא ווען דאס גייט נישט ארויפברענגען די עכטע גאנצע פרא-סימפטאם פאזישאן. דער מענטש וועט זיך אוודאי טרעפן מיט שטיקלעך פון די פרא-סימפטאם פאזישאן, אבער נישט די עכטע גאנצע בילד, פארוואס עס פעלט אים אויס. נאר ער דארף פרובירן זיך צו דערמאנען וועלכע מצב עס האט דאס אנגעהויבן. און מ'קען דאס פרעגן כנ"ל.

לאמיר זאגן "לאו סעלף עסטים", וואס אין תורה'דיגע שפראך הייסט דאס "האבן אין זיך א גענוגנדע סיבה צו נישט וועלן פילן די אייגענע חשיבות אלץ יודיש קינד וכו'", איז ס'דא ווען מ'דארף צוריקגיין ווען עס האט זיך אנגעהויבן. "וואס מאכט סענס האט געשאפן אזא געברויך אין דיר צו פאלגן דיין יצר און נישט פילן אז דו ביסט חשוב אלץ יודיש קינד" און נישט סתם מאכן א 'סימפטאם דעפרייוועשאן'.

ווייל לאמיר זאגן אז די "לאו סעלף עסטים" קומט וואס דאס קינד האט זיך משום איזה סיבה איינגערעדט "מיין טאטע און מאמע האבן נישט געהאלטן פון מיר". וואס כדי צו אנהאלטן א סענס פון נאנטשאפט צו טאטע און מאמע, קען דאס קינד נישט פילן אז ער איז נאנט און צוזאמען מיט דעם אויך ווערד.

יעצט, אויב מ'גייט נישט צוריק צו די אנהייב ווען עס האט זיך געשאפן דעם סימפטאם, דאן ווען מ'וועט פרעגן דעם מענטש: שטעל דיך פאר אז דו פילסט דיין חשיבות אלץ יודיש קינד, וואס קומט ארויף? און ער וועט זאגן אז ס'קומט ארויף "איך פיל מיך עפעס אזוי אליין, אן שטיצע" און עס מאכט סענס אז דאס קומט ארויף. ווייל די קאנעקשאן צו טאטע מאמע פאלט אוועק. אבער דער מענטש ווייסט נישט פון וועם ער פילט אליין, און פארוואס ער פילט נישט שטיצע.

עכ"פ, ס'דא צומאל ווען מ'דארף פרעגן "ווען אין דיין לעבן מאכט לאגיש סענס אז דאס האט זיך אנגעהויבן?" און אפשר איז אפילו כדאי דאס צו פרעגן די ערשטע זאך.

והשם הטוב עוזר ויעזור
אוועטאר
נקודה למחשבה
שר חמש מאות
תגובות: 651
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 15, 2022 10:38 am
לאקאציע: מיטן מחשבה גייט דער מענטש

Re: די טיפע וועג פון טויש. קאוהירענס טערעפי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נקודה למחשבה »

נשמה האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 20, 2023 6:18 pm
ב"ה

אין קאוהירנס טערעפי איז דא צומאל ווען מ'דארף פרעגן ווי פאלגנד: וואס איז אין דיין לעבן געשען וואס מאכט דיר לאגישע סענס אז דאס זאל האבן געשאפן דעם סימפטאם?
והשם הטוב עוזר ויעזור
הערליך שיין ארויסגעברענגט! א דאנק
שוועריקייטן שטייען נישט אין דיין וועג, זיי זענען דיין וועג!
אוועטאר
המברך יתברך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7981
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש מארטש 04, 2023 9:44 pm
לאקאציע: מאנסי נוא יארק

Re: די טיפע וועג פון טויש. קאוהירענס טערעפי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך המברך יתברך »

עס זעט אויס זייער אינטערעסאנט און עס קען אפילו העלפן!. לענ"ד באקומט אבער דער טעראפיסט קאנטראל אויפ'ן הינטערן-באוואוסטזיין פונעם מענטש אויף אן אבסעלוטישן אופן, און ממילא דארף מען זיך נאכפרעגן צו וועמען מ'גייט.
אוועטאר
fiena nieas
שר חמשת אלפים
תגובות: 5495
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 23, 2011 8:56 am

Re: די טיפע וועג פון טויש. קאוהירענס טערעפי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך fiena nieas »

המברך יתברך האט געשריבן: מיטוואך מארטש 08, 2023 5:11 pm
עס זעט אויס זייער אינטערעסאנט און עס קען אפילו העלפן!. לענ"ד באקומט אבער דער טעראפיסט קאנטראל אויפ'ן הינטערן-באוואוסטזיין פונעם מענטש אויף אן אבסעלוטישן אופן, און ממילא דארף מען זיך נאכפרעגן צו וועמען מ'גייט.
Huh??
אוועטאר
המברך יתברך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7981
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש מארטש 04, 2023 9:44 pm
לאקאציע: מאנסי נוא יארק

Re: די טיפע וועג פון טויש. קאוהירענס טערעפי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך המברך יתברך »

fiena nieas האט געשריבן: זונטאג מאי 28, 2023 7:42 pm
המברך יתברך האט געשריבן: מיטוואך מארטש 08, 2023 5:11 pm
עס זעט אויס זייער אינטערעסאנט און עס קען אפילו העלפן!. לענ"ד באקומט אבער דער טעראפיסט קאנטראל אויפ'ן הינטערן-באוואוסטזיין פונעם מענטש אויף אן אבסעלוטישן אופן, און ממילא דארף מען זיך נאכפרעגן צו וועמען מ'גייט.
Huh??
איך זוך שוין דעם אשכול א לאנגע צייט, שכוח פאר'ן עס ארויפברענגען.
אוועטאר
fiena nieas
שר חמשת אלפים
תגובות: 5495
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 23, 2011 8:56 am

Re: די טיפע וועג פון טויש. קאוהירענס טערעפי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך fiena nieas »

המברך יתברך האט געשריבן: זונטאג מאי 28, 2023 11:20 pm
fiena nieas האט געשריבן: זונטאג מאי 28, 2023 7:42 pm
המברך יתברך האט געשריבן: מיטוואך מארטש 08, 2023 5:11 pm
עס זעט אויס זייער אינטערעסאנט און עס קען אפילו העלפן!. לענ"ד באקומט אבער דער טעראפיסט קאנטראל אויפ'ן הינטערן-באוואוסטזיין פונעם מענטש אויף אן אבסעלוטישן אופן, און ממילא דארף מען זיך נאכפרעגן צו וועמען מ'גייט.
Huh??
איך זוך שוין דעם אשכול א לאנגע צייט, שכוח פאר'ן עס ארויפברענגען.
נעקסט טיים פרעג מיר איך וואלט דיר געהאלפן אבער זיי מסביר דיינע ווערטער ביטע
שרייב תגובה

צוריק צו “תורת הנפש”