סארנא מעטאד

פסיכאלאגיע און מעדיצינען

די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,thefact

אוועטאר
פשוט'ער אידל
שר חמש מאות
תגובות: 941
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש נאוועמבער 02, 2013 9:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פשוט'ער אידל »

[quote="שוועמל"]א קורצע בוך איז א גוטע זאך אבער נישט קיין לאנגע ווייל מען פארלירט פאקוס.
written using the Meshimer web filter
Sarno Method
שר העשר
תגובות: 12
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 29, 2015 4:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Sarno Method »

בן נון האט געשריבן:קומט אויס אז איינמאל די זייטיגע ווייען גייען אוועק קומט צוריק די עיקר זאך וואס האט אנגעפאנגען די שפיל.

אמאל קען עס זיין סטרעס, אבער עס קען אויך זיין טראמא און אנדערע זאכן. טוען זיי העלפן אויך אויף דעם?
קאלטס און ווארעמס האט געשריבן:הרב סארנא: עס וואלט געווען א געוואלדיגע זאך צו שרייבן ווייאזוי צו באהאנדלען די אלע געפילן וואס קומען ארויס ווען מען טוט די מעטהאד... דר סארנא רעדט נישט צופיל דערפון אין זיין ביכל...


די אופן צו באהאנדלן די אלע געפילן איז נישט גלייך ביי יעדן, דאס פארלאנגט ביי אסאך מענטשן פולע טעראפי, און ביי אנדערע נאר טיילווייזע טעראפי אדער קאונסילטעישאן (מוז נישט זיין באצאלטע, אבער עס מוז זיין א קלוגער איד וואס זאל דיר קענען אנווייזן וואס צו טון), דר. סארנא האט געהאט א שטאב מיט טעראפיסטן מיט וועמען ער האט געארבעט, און זיי האבן געטון די חלק. עס איז אויך פארהאן אסאך (אפשר דער רוב מענטשן) וואס וועלן נישט דארפן קיין טעראפי בכלל, און זיי וועלן זיך קענען אליינס אן עצה געבן מיט די געפילן.

דער חלק האט אבער גארנישט מיט די עצם מעטאד.

היימישער אינגערמאן האט געשריבן:עס איז דא צוויי מיני ביכער, עס איז דא א בוך וואס קאפיט סך הכל סארנא פון ענגליש צו אידיש... זייער א חשובע זאך.

דערנאך איז דא א בוך וואס דער שרייבער שרייבט זיינע אייגענע עקספיריענס, מלקט מיינונגען וכולי.

צוויי אנדערע סארט זאכן. די שאלה איז וואסערע סארט בוך אונזער שרייבער וויל שרייבן.

עס איז נאך מוטל בספק, לכאורה וועט דאס זיין א צוזאמענשטעל פון ביידע, די סדר הדברים וועט זיין באזירט אויף איינע פון דר. סארנא'ס ביכלעך, און די תוכן וועט זיין מער היימיש (כאטשיג אויף אזויפיל אז מען זאל נישט דארפן אפקויפן די קאפירייט'ס...)

היימישער אינגערמאן האט געשריבן:זייער שטארק. ווי עס זעט מיר אויס אז פאר די וואס ליידן פון lower back pain, ארבעט עס גאר פיין. וואס טועט זיך מיט אנדערע זאכן?
עס העלפט אויף אן א שיעור זאכן, עס איז כמעט אוממעגליך אויסצורעכענען אלעס אויף וואס עס קען העלפן (עס העלפט אויף טינעידזש פימפל'ס און אלערדזשיעס און צוקראכטע הענט אין די ווינטער, לאך נישט, עס העלפט ווירקליך, איך וויל נישט זאגן זיכער אז פאר יעדן, אבער איך ווייס פון אסאך וואס עס האט שוין געהאלפן).

וויכטיג מאכער האט געשריבן:איך זוך נישט אריינצורעדן אין זאכן וואס איך פארשטיי נישט, אבער לויט ווי איך פארשטיי איז די "סארנא" מעטאד א וועג ארויסצונעמען סטרעסס - ענקזייעטי וכד'... און רוב מאל האבן לאוער בעק פעין און פארשידענע מאגן פראבלעמען שייכות מיט סטרעסס... שטומט?

לויט דעם איז די מעטאד בעיקר גוט פאר די סארט זאכן, נישט פאר צובראכענע ביינער, אדער עני אנדערע מחלה וואס האט נישט קיין שייכות מיט סטרעסס... רייט?

דער מעטאד איז נישט וויאזוי ארויסצונעמען די סטרעס, נאר וויאזוי צו מאכן אז דער מוח זאל נישט "שאפן" קיין ווייטאג וכדו', אפי' מען האט סטרעס (נאר אויב די סטרעס איז זייער שטארק, וועט מען צומאל "אויך" דארפן עפעס טון לויזער צו מאכן די סטרעס כדי דער מעטאד זאל קענען ארבעטן).
אבער דאס איז ריכטיג אז עס העלפט נאר אויף אזעלכע זאכן וואס קומען צוליב סטרעס, דו קענסט זיך אבער נישט פארשטעלן וויפיל זאכן קומען אלץ פון סטרעס, און קענען באהאנדלט ווערן דורך די סארנא מעטאד (אדער דורך זיך באפרייען פון די סטרעס...).

שוועמל האט געשריבן:א קורצע בוך איז א גוטע זאך אבער נישט קיין לאנגע ווייל מען פארלירט פאקוס.
דער פלאן איז גראדע יא צו שרייבן א לאנגע בוך, אבער אפשר וועט מען מאכן אין קורצן א סך הכל צום סוף פון יעדן קאפיטל, אדער סוף ביכל, אז מען זאל זיך קענען צוזאמקלויבן דערין.


ווי עס זעהט אויס וועט עס נאך נעמען עטליכע טעג, ביז מען וועט אויסשטעלן דעם סדר הדברים וויאזוי דער ביכל וועט לויפן, און דערנאך דארף מען זיך הערשט נעמען צו די ריכטיגע ארבעט פון שרייבן.
איציק
שר חמישים
תגובות: 77
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 24, 2015 10:57 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איציק »

איך וויל וויסן צו מ'זאל קודם אויסטשעקן ריקן ווייטאג ביים דאקטער אדער אנלייגן די שולד אויפן מח און ארבעטן מיט סארנא מעטאד
אוועטאר
מתבונן
שר האלף
תגובות: 1040
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:54 pm
לאקאציע: פארמאכט אליינס אין א צימער און זיך מתבונן.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מתבונן »

איציק האט געשריבן:איך וויל וויסן צו מ'זאל קודם אויסטשעקן ריקן ווייטאג ביים דאקטער אדער אנלייגן די שולד אויפן מח און ארבעטן מיט סארנא מעטאד


דו קענסט דיך 95 פראצענט פארלאזן אז עס איז די שולד פון די מוח. א גאר קליינע פראצענט קען זיין מער ערענסט, און דערפאר איז ראטזאם, בכדי צו זיין אויף די זיכערע זייט, עס אויסצוטשעקן ביי א דאקטער. אויב קומט עס צירוק מיט פארריקטע ביינער קענסטו זיין זיכער אז עס איז א מוח פראבלעם, און פון דא און ווייטער זאלסטו מער נישט גיין צום דאקטער פאר אזאלעכע פראבלעמען ווייל ס'וועט זיין א שאד די צייט.
אויב טרעפט איר זיך שפירן פארקריפעלט יעדע שני וחמישי צייט מיט כראנישע ווייטאגן (רוקן ווייטאג, מאגן פראבלעמען, ענקזייעטי וכדו') און שוין באזיכט ביי אלע דאקטוירים אן קיין רעזולטאטן, דאן באשטעלט אייער אפוינטמענט צו קענען שפירן ווייטאג-פריי. [email protected]
Sarno Method
שר העשר
תגובות: 12
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 29, 2015 4:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Sarno Method »

דער ביכל ווערט נאך געפלאנט, אבער עס רירט זיך שטאט.

ביזדערווייל זעה איך אז הרב מתבונן ערקלערט ביסלעכווייז אלעס ארום די סארנא מעטאד אין דעם אנדערן נושא (פון טיקס), אזוי אז באלד וועלן מיינע פאר סענט שוין זיין איבריג. איך מיין אז עס וואלט טאקע געווען פאסיג, ווען מען זאל אפטיילן יענעם חלק פון דארט און עס אריינברענגען דא.

מתבונן, אפשר מאכסטו א ריקוועסט ביי די הנהלה.
גלאזער
שר האלפיים
תגובות: 2222
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 12, 2015 11:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גלאזער »

איינער זאגט מיר היינט אז ס'דא רבנים וואס האבן חששות אויף סארנא אזוי ווי דאוזינג ודומיהם, כ'האב מורא ער רעדט שטותים, עטץ ווייסט עפעס קלארער?
אוועטאר
fiena nieas
שר חמשת אלפים
תגובות: 5549
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 23, 2011 8:56 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך fiena nieas »

גלאזער האט געשריבן:איינער זאגט מיר היינט אז ס'דא רבנים וואס האבן חששות אויף סארנא אזוי ווי דאוזינג ודומיהם, כ'האב מורא ער רעדט שטותים, עטץ ווייסט עפעס קלארער?

אזוי ווי ווער?
גלאזער
שר האלפיים
תגובות: 2222
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 12, 2015 11:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גלאזער »

fiena nieas האט געשריבן:
גלאזער האט געשריבן:איינער זאגט מיר היינט אז ס'דא רבנים וואס האבן חששות אויף סארנא אזוי ווי דאוזינג ודומיהם, כ'האב מורא ער רעדט שטותים, עטץ ווייסט עפעס קלארער?

אזוי ווי ווער?

Dowsing
אוועטאר
מתבונן
שר האלף
תגובות: 1040
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:54 pm
לאקאציע: פארמאכט אליינס אין א צימער און זיך מתבונן.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מתבונן »

גלאזער האט געשריבן:איינער זאגט מיר היינט אז ס'דא רבנים וואס האבן חששות אויף סארנא אזוי ווי דאוזינג ודומיהם, כ'האב מורא ער רעדט שטותים, עטץ ווייסט עפעס קלארער?


:? :? :?

סאבקאנשעס לגזירה שוה?

איך קען הערן וויאזוי איינער זאל קענען אויסמישן די צוויי זאכן. ביידע האבן צוטון מיט די אוטונאמיק נערווען סיסטעם (ANS) וואס איז א סאבקאנשעס מאשין אינעם קערפער, און פירט אויס איר פליכט ערליך. דער 'מאשין' איז אחראי אויף פארשידענע אומלאגישע ווייטאגן אינעם קערפער. דאוזינג קוקט אויף א געוויסע 'פרט' וואס דער ANS האט צאמגעשטעלט און ליגט באהאלטן אין נערווען קמערלעך, און מיטן דאוזן קומט ארויס די תשובה ווען ווי און וואס. לויט ווי סארנא האט אראפגעלייגט זיין יסוד, רעד מען דא אויכעט פון עפעס 'געפילן' וואס זענען 'טיף טיף באהאלטן' אינעם ANS, און לשיטתו דארף מען אפילו נישט וויסן וואס דארט ליגט באהאלטן, און מיט דעם 'ידיעה' דארף מען אפילו נישט דיירעקט אדרעסירן די פרטים וואס די דאוזערס זיכן. לפי זה איז דאך לא קרב זה אל זה.
און אפילו לפי האמת, כדי פטור צו ווערן פון די ווייטאגן דארף מען אסאסך מאל יא וויסן וואס דער פראבלעם איז, און וועלעכע געפיל שטיפט די ווייטאג, קען מען דאס וויסן אן דאוזינג, נאר מיט אביסעלע געפיל, דורך לאזן די געפיל ארויסקומען אין די 'קאנשעס מיינד' און זאגן וואס עס האט צו זאגן, די זעלבע וועג וויאזוי א מענטש קען זיך לאזן פילן די 'אהבה מוסתרת' צום אויבערשטן אויב ער לאזט עס ארויסקומן און עס פילן אפילו עס איז בדרך כלל באהאלטן כמבואר בס' התניא.
איינער וואס טראסט זיך נישט אליין קען טון סארנא מיט דאוזינג, און פרעגן די "סאבקאנשעס" וואס עס האט צו זאגן, אן דעם וואס ער זאל נעמען א שטעלע, אבער איינער וואס טראסט זיך אליין, קען רוהיג זיך לאזן פילן וואס ער פילט באמת, כמבואר כמה פעמים בספרי רב דסלר זצ"ל, אז דאס איז פון די יסודות פון 'נגיעות', א מענטשן וויל זיך נישט לאזן פילן א געפיל וואס פאסט אים נישט, אבער 'אויב ער וויל', קען ער זיך לאזן פילן דאס וואס ער האט זיך ביז היינט נישט געלאזט פילן.
איך האב די ביידע נושאים שוין דורכגעטון לאורכו ולרחבו וויאזוי דאס ארבעט, שוין אויסגעהערט אלע שיעורים פון הרב רייזמאן וואס נעמט שיין צאם אלע שיטות איבער ענערזשי און דאוזינג, און נאר נאך א לענגערע הסברה וועט קענען ווייזן וויאזוי סארנא ארבעט באמת אז דאס האט קיין שייכות נישט מיט קיין איסור. בפרט מיט די רבנים המתירים וואס זיי האבן קלאר פארשטאנען אז אפילו דאוזינג איז א נאטירליכע ריספאנס פון די ANS און האט קיין שייכות נישט מיט קיין ניחוש, פאנגט זיך נישט אן קיין שאלה.
איך האף אז ווען איך וועל ענדיגן מיין באשרייבעכץ איבער דעם נושא, וועלן זיין רבנים וואס פארשטייען 'באמת' צו דעם נושא, און וועלן מיר בייוויליג זיין און עס דורכקוקן, ויראו הרבנים וישפטו.
אויב טרעפט איר זיך שפירן פארקריפעלט יעדע שני וחמישי צייט מיט כראנישע ווייטאגן (רוקן ווייטאג, מאגן פראבלעמען, ענקזייעטי וכדו') און שוין באזיכט ביי אלע דאקטוירים אן קיין רעזולטאטן, דאן באשטעלט אייער אפוינטמענט צו קענען שפירן ווייטאג-פריי. [email protected]
אוועטאר
מתבונן
שר האלף
תגובות: 1040
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:54 pm
לאקאציע: פארמאכט אליינס אין א צימער און זיך מתבונן.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מתבונן »

Sarno Method האט געשריבן:איך מיין אז עס וואלט טאקע געווען פאסיג, ווען מען זאל אפטיילן יענעם חלק פון דארט און עס אריינברענגען דא.

מתבונן, אפשר מאכסטו א ריקוועסט ביי די הנהלה.


איך האלט אז מען זאל מאכן יענע נושא פאר אשכול בפני עצמו, ווייל אסאך פרטים זענען נוגע דארט און אסאך פרטים נוגע דא.
ובכלל, אלטס פותח האשכול, האב איך געפילט אז עס פאסט דיר צו געבן די כבוד צו פירן די נושא. חוץ אז דו ווילסט הערן נאך.
אויב טרעפט איר זיך שפירן פארקריפעלט יעדע שני וחמישי צייט מיט כראנישע ווייטאגן (רוקן ווייטאג, מאגן פראבלעמען, ענקזייעטי וכדו') און שוין באזיכט ביי אלע דאקטוירים אן קיין רעזולטאטן, דאן באשטעלט אייער אפוינטמענט צו קענען שפירן ווייטאג-פריי. [email protected]
Sarno Method
שר העשר
תגובות: 12
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 29, 2015 4:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Sarno Method »

איך האב נאך דאן נישט געוואוסט ווי ווייט דיינע ידיעות אין די סארנא מעטאד גרייכן, ביזט זייער זייער גוט דערין. און איך האב נישט קיין שום פראבלעם אז איר זאלט רעדן און שרייבן און אפילו פירן דעם נושא, דער עיקר וואס איז פאר מיר אינטערסאנט, איז וויאזוי דער עולם נעמט דאס אויף, און וועלכע זאכן מען דארף אדרעסירן ווען מען שרייבט איבער דעם, וועלכע פראגעס דער עולם פרעגט, וכדומה. די אלע זאכן וועל איך ממילא זעהן אין לויף פון די פארשידענע דיסקוסיעס איבער דעם נושא.

דער חלק וואס אנבאלאנגט טיק'ס און ליים קען בלייבן, און די חלק וואס האט שייכות מער ווייניגער מיט די מעטאד קען אריבערקומען, העכסטנס לאז דארט א לינק אהער. אזוי ווי דו ביזט דער שרייבער דארט, פאסט פאר דיר צו בעטן ביי די הנהלה עס אריבערצוברענגען אהער. קאנטאקט איינער פון די אחראים פריוואט.
גלאזער
שר האלפיים
תגובות: 2222
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 12, 2015 11:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גלאזער »

מתבונן האט געשריבן:
גלאזער האט געשריבן:איינער זאגט מיר היינט אז ס'דא רבנים וואס האבן חששות אויף סארנא אזוי ווי דאוזינג ודומיהם, כ'האב מורא ער רעדט שטותים, עטץ ווייסט עפעס קלארער?


:? :? :?

סאבקאנשעס לגזירה שוה?

איך קען הערן וויאזוי איינער זאל קענען אויסמישן די צוויי זאכן. ביידע האבן צוטון מיט די אוטונאמיק נערווען סיסטעם (ANS) וואס איז א סאבקאנשעס מאשין אינעם קערפער, און פירט אויס איר פליכט ערליך. דער 'מאשין' איז אחראי אויף פארשידענע אומלאגישע ווייטאגן אינעם קערפער. דאוזינג קוקט אויף א געוויסע 'פרט' וואס דער ANS האט צאמגעשטעלט און ליגט באהאלטן אין נערווען קמערלעך, און מיטן דאוזן קומט ארויס די תשובה ווען ווי און וואס. לויט ווי סארנא האט אראפגעלייגט זיין יסוד, רעד מען דא אויכעט פון עפעס 'געפילן' וואס זענען 'טיף טיף באהאלטן' אינעם ANS, און לשיטתו דארף מען אפילו נישט וויסן וואס דארט ליגט באהאלטן, און מיט דעם 'ידיעה' דארף מען אפילו נישט דיירעקט אדרעסירן די פרטים וואס די דאוזערס זיכן. לפי זה איז דאך לא קרב זה אל זה.
און אפילו לפי האמת, כדי פטור צו ווערן פון די ווייטאגן דארף מען אסאסך מאל יא וויסן וואס דער פראבלעם איז, און וועלעכע געפיל שטיפט די ווייטאג, קען מען דאס וויסן אן דאוזינג, נאר מיט אביסעלע געפיל, דורך לאזן די געפיל ארויסקומען אין די 'קאנשעס מיינד' און זאגן וואס עס האט צו זאגן, די זעלבע וועג וויאזוי א מענטש קען זיך לאזן פילן די 'אהבה מוסתרת' צום אויבערשטן אויב ער לאזט עס ארויסקומן און עס פילן אפילו עס איז בדרך כלל באהאלטן כמבואר בס' התניא.
איינער וואס טראסט זיך נישט אליין קען טון סארנא מיט דאוזינג, און פרעגן די "סאבקאנשעס" וואס עס האט צו זאגן, אן דעם וואס ער זאל נעמען א שטעלע, אבער איינער וואס טראסט זיך אליין, קען רוהיג זיך לאזן פילן וואס ער פילט באמת, כמבואר כמה פעמים בספרי רב דסלר זצ"ל, אז דאס איז פון די יסודות פון 'נגיעות', א מענטשן וויל זיך נישט לאזן פילן א געפיל וואס פאסט אים נישט, אבער 'אויב ער וויל', קען ער זיך לאזן פילן דאס וואס ער האט זיך ביז היינט נישט געלאזט פילן.
איך האב די ביידע נושאים שוין דורכגעטון לאורכו ולרחבו וויאזוי דאס ארבעט, שוין אויסגעהערט אלע שיעורים פון הרב רייזמאן וואס נעמט שיין צאם אלע שיטות איבער ענערזשי און דאוזינג, און נאר נאך א לענגערע הסברה וועט קענען ווייזן וויאזוי סארנא ארבעט באמת אז דאס האט קיין שייכות נישט מיט קיין איסור. בפרט מיט די רבנים המתירים וואס זיי האבן קלאר פארשטאנען אז אפילו דאוזינג איז א נאטירליכע ריספאנס פון די ANS און האט קיין שייכות נישט מיט קיין ניחוש, פאנגט זיך נישט אן קיין שאלה.
איך האף אז ווען איך וועל ענדיגן מיין באשרייבעכץ איבער דעם נושא, וועלן זיין רבנים וואס פארשטייען 'באמת' צו דעם נושא, און וועלן מיר בייוויליג זיין און עס דורכקוקן, ויראו הרבנים וישפטו.

ייש"כ פארן ברייטן ערקלערונג.
אוועטאר
מתבונן
שר האלף
תגובות: 1040
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:54 pm
לאקאציע: פארמאכט אליינס אין א צימער און זיך מתבונן.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מתבונן »

מתבונן האט געשריבן:
Sarno Method האט געשריבן:איך מיין אז עס וואלט טאקע געווען פאסיג, ווען מען זאל אפטיילן יענעם חלק פון דארט און עס אריינברענגען דא.

מתבונן, אפשר מאכסטו א ריקוועסט ביי די הנהלה.


איך האלט אז מען זאל מאכן יענע נושא פאר אשכול בפני עצמו, ווייל אסאך פרטים זענען נוגע דארט און אסאך פרטים נוגע דא.


בהוראת המנהל, עלעמיר צוצייכענען דעם לינק צום נושא פון טיקס וואס איז נוגע צו סארנא, ווי אויך אסאך אנדערע פרטים ארום דעם נושא פון סארנא, אויף וואס עס העלפט און וויאזוי עס העלפט. עס איז אביסל אומפראקטיש צאמצושמעלצן.
viewtopic.php?p=1167035#p1167035
אויב טרעפט איר זיך שפירן פארקריפעלט יעדע שני וחמישי צייט מיט כראנישע ווייטאגן (רוקן ווייטאג, מאגן פראבלעמען, ענקזייעטי וכדו') און שוין באזיכט ביי אלע דאקטוירים אן קיין רעזולטאטן, דאן באשטעלט אייער אפוינטמענט צו קענען שפירן ווייטאג-פריי. [email protected]
Sarno Method
שר העשר
תגובות: 12
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 29, 2015 4:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Sarno Method »

צום באדויערן איז מחמת איזה סיבות דערווייל אראפ פון טיש דער פלאן פון שרייבן א ביכל, מעגליך אז דער ניק "סארנא מעטאד" וועט גיין שלאפן צוזאמען מיטן פלאן...
אוועטאר
מתבונן
שר האלף
תגובות: 1040
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:54 pm
לאקאציע: פארמאכט אליינס אין א צימער און זיך מתבונן.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מתבונן »

ווי לן...
אויב טרעפט איר זיך שפירן פארקריפעלט יעדע שני וחמישי צייט מיט כראנישע ווייטאגן (רוקן ווייטאג, מאגן פראבלעמען, ענקזייעטי וכדו') און שוין באזיכט ביי אלע דאקטוירים אן קיין רעזולטאטן, דאן באשטעלט אייער אפוינטמענט צו קענען שפירן ווייטאג-פריי. [email protected]
אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12688
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאשקע »

אויסגערעכנט האט געשריבן:עס איז דא א יוד אין בארא פארק הרב כ"ץ ער איז עפעס א כלי קודש ערגעץ ווי איך געדענק נישט פינקטלעק אבער גאנץ א ערענסטע יוד ער מאכט קרוסעס וועגן ווי אזוי זיך צו העלפן מיט פראבלעמען בערך די זעלבע מעטאד ווי סארנאו ער האט אויפן פלאץ מענטשן וואס קענען פארציילן ממש ווינדערלעכע זאכן וואס זיי זענען געהאלפן געווארן און זיך ארויסגעדרייט פון די ערגסטע ווי מאנאו...
פאריקטע ריקן ביינער...
עלעדזשיז..
אראפ פון פארשידענע דייעטס..
מענטשן דרייען זיך שוין ארום אפאר יאר מיט צוריסענע ליגעמענטס אן קיין ווייטאג...
פארוואס עס איז ווערט אים צו טראסטן אז עס איז אמת איז ווייל ער בעט נישט קיין געלט...
נאכאמאל ער העט נישט קיין געלט... ער טוט דאס לשם מצווה צו העלפן יודן און ווען מען וויל אים געבן וויל ער נישט נעמעןן ער זאגט אז ער האט ב"ה א דזשאב און ער דארף נישט מער ווי די זכות פון העלפן יודן
איך ווייס עטליכע יודן וואס זענען געהאלפן געווארן ביי אים איך האף אי"ה צו נאך ברענגען זיין נאמבער איך האב עס נישט ביי מיר


ער העלפט אויפ'ן טעלעפאן אויך אדער נאר פערזענליך?
An article a day keeps the babies away
תרנגול
שר שלשת אלפים
תגובות: 3343
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 04, 2009 11:33 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תרנגול »

הערליכע סעריע ארטיקלען אנגעהויבן אין די המספיק גאזעט דורך איינעם פערל איבער דעם סארנא מעטאד
נאך נישט געליינט די גאנצע אבער דערווייל וואס איך האב געליינט איז עס גאר גוט אראפגעלייגט אויף אן אינטרעסאנטע ציענדע מהלך
הנותן לשכוי בינה...
אוועטאר
אויסגערעכנט
שר ששת אלפים
תגובות: 6858
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 9:50 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויסגערעכנט »

נישט פערזענדליך, נאר א שמועס פאר די פאבליק ווער עס וויל קען גיין, איך האב שוין געשיקט אפאר יודן וואס זאגן אז עס העלפט זיי.
אוועטאר
fiena nieas
שר חמשת אלפים
תגובות: 5549
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 23, 2011 8:56 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך fiena nieas »

תרנגול האט געשריבן:הערליכע סעריע ארטיקלען אנגעהויבן אין די המספיק גאזעט דורך איינעם פערל איבער דעם סארנא מעטאד
נאך נישט געליינט די גאנצע אבער דערווייל וואס איך האב געליינט איז עס גאר גוט אראפגעלייגט אויף אן אינטרעסאנטע ציענדע מהלך

דער פערל פון וועם דו רעדסט דער שרייבער פון די סארנא ארטיקל איז א באגאבטן איבערגעגעבענעם טערעפיסט וואס האט שוין געהאלפן פולצאליגע זיך שטעלן אויפן פיס און פטור ווערן פון ענגזייעטי און סטרעס און שוואכע זעלבסט ווירדע "אויף אייביג" פאר מער אינפארמאציע ביטע קימט אין אישי
אוועטאר
מתבונן
שר האלף
תגובות: 1040
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:54 pm
לאקאציע: פארמאכט אליינס אין א צימער און זיך מתבונן.

Cataracts - האט די מיינד א השפעה אויף דעם מחלה?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מתבונן »

קעטערעקטס איז א קאנדישן ווען די האטל אינטער די פיופיל אין די אויג ווערט בלורי, און כתוצאה מזה עפעקטירט עס די זעה קראפט פונעם מענטש. עס עפעקטירט אסאך מענטשן העכער די 45, און מענטשן מיט דייעביטיס זענען מער אויסגעשטעלט אויף דעם. ווי עלטער מ'ווערט, אלס גרעסער איז די ריזיקע. עס איז איינע פון די הויפט סיבות פארוואס מען ווערט בלינד ל"ע. מען היילט דאס, אדער מיט גלעזער, ווען עס איז נאך אין די פריע שטאפלען, אדער נוצט מען א פארגרעסערינג גלאז, און צום לעצט אויב עס ווערט ערגער, איז די לעצטע אפציע צו אפערירן, אן מען לייגט אריין א נייע פרישע לענס אינעם אויג.

אויבן אויף זעט דער מחלה אויס צו זיין ריין פיזיש. די לענס אין די אויג ווערט שוואך, און פארטיג. מער פון קויפן גלעזער אדער אפערירן איז נישט שייך.

אבער איך האב בייגעוואוינט זייער אן אינטרעסאנטע זאך. איך האב געארבעט מיט איינעם, אין די נידריגע דרייסיגער יארן , וואס דער דאקטאר האט אים דיגאנאזירט מיט קעטערעקטס (עס מאכט זיך אמאל אויך אין דעם יארגאנג, אבער גאנץ זעלטן). ער האט אים אויך געזאגט אז מעגליך אז ער וועט זיך דארפן עווענטואל אפערירן. דער יונגערמאן האט אסאך מיטגעמאכט אין זיין לעבן, און ער האט כמובן אויך געליטן אסאך פון רוקן ווייטאג. איך האב געארבעט מיט אים אויף זייער א סענסעטיווע אישו וואס ער איז דורך אין זיין לעבן, און די השפעה וואס דאס האט אויף אים ביז היינט. די נעקסטע מאל איך האב אים געטראפן, האט ער צו זיין וואונדער דערציילט וואו אינמיטן די וואך בשעת ער האט דורכגעטראכט אונזער שמועס, איז דער רוקן ווייטאג פלוצלינג אוועק, און מיט דעם צוזאמען אין יענעם סעקונדע, אויך די קעטערעקטס, און זיין זע קראפט איז צוריקגעקומען געהעריג. ער פלעגט נעמען ווייטעמינען אויך פאר זיינע אויגן, אבער האט עס נישט אויסגהייילט אינגאנצן. דא האבן זיך ביידע פון זיינע מיחושים אזוי פלוצלינג אוועק אויף אמאל.

הלא דבר הוא!

וועט מען מוזן טראכטן, אז אפילו קעטערעקטס איז אויך נשפע פון סטרעס, און קען מעגליך אויסגהיילט ווערן, ווען מען קאנעקט זיך צו די געפילן וואס זענען גורם די מחלה. לכה"פ אין דעם יארגאנג.
אויב טרעפט איר זיך שפירן פארקריפעלט יעדע שני וחמישי צייט מיט כראנישע ווייטאגן (רוקן ווייטאג, מאגן פראבלעמען, ענקזייעטי וכדו') און שוין באזיכט ביי אלע דאקטוירים אן קיין רעזולטאטן, דאן באשטעלט אייער אפוינטמענט צו קענען שפירן ווייטאג-פריי. [email protected]
טשאקלעט
שר חמש מאות
תגובות: 558
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 14, 2014 10:18 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשאקלעט »

איך פארשטיי נישט, קעטערקטס איך א מציאות עס איז א דינע הייטל אזויווי אייטער אין די אויגן עס איז נישט מסתבר אז ס׳זאל אוועקגיין אזוי פין איין מינוט אויפן צווייטן, ריקן ווייטאג מאכט סענס, ווייל אפילו א דיסק רירט אן א נערוו דארף עס נישט צו מאכן אזאנע יסורים, טויזענטער מענטשען האבן סליפט דיסקס אין זיי ווייסן ניטאמאל. אבער די אויגן דארף מער א ביאור.
אוועטאר
מתבונן
שר האלף
תגובות: 1040
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:54 pm
לאקאציע: פארמאכט אליינס אין א צימער און זיך מתבונן.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מתבונן »

וויאזוי פארשטייסטו קארפעל טאנעל סינדראם אדער אנדערע נערוון פראבלעמען (אז מ'וועט אננעמען אז דאס איז אויך נישט מער פון די מיינד, והא ראיה עס גייט אוועק אז מען גייט נאך דר.סארנא'ס ריקאמענדאציעס)? דארט איז נישטא קיין סליפ דיסק, נאר שטארקע פרעשער אויף א נערוו אדער א טענדען וואס טוט זייער וויי. ס'איז א אמת'ע ווייטאג, ווען ס'דריקט אויף א נערוו, טוט עס וויי. די שאלה איז וואו איז די מקור פון דעם ווייטאג, איז דער נערוו 'אין זיך' עפעס געדעמעזשד, אדער דער נערוו איז גאנץ, נאר די ווייטאג וואס שפירט זיך אינעם נערוו, קומט פון גרויס דרוק פון די צענטראלע נערוון סיסטעם, וואס דרייט אן דעם נערוו אז עס זאל וויי טון (אזוי ווי איך זאל נעמען איינעמס האנט און עס אויסדרייען, גייט די האנט אויך זייער וויי טון, אפילו דער האנט איז במציאות נישט געשעדיגט געווארן)?

די סארנא טעאריע זאגט, אז די צענטראלע נערוון סיסטעם לייגט גאר שטארקע דריק אויפן נערוו, לאזט נישט קיין אקסעזשען אנקומען אהין געהעריג, און דערפאר טוט עס וויי, די סיבה פאר דעם איז די נפשיות'דיגע ווייטאג, און עס קלאפט דארט אויס פיזיש. ווען די נפשיות'דיגע ווייטאג ווערט קער גענומען לאזט די נערוון סיסטעם נאך פון די שטארקע דריק, אוטומאטיש לאזט די ווייטאג נאך. די זעלבע קען מען פארשטיין ביי די אויגן, די נערוון סיסטעם וועט לייגן שטארק דרוק אויפן הייטל, עס וועט נישט לאזן אנקומען געהעריג קיין אקסיזשען אהין, און אז מען לייגט דריק ווערט עס בלורי און מען קען נישט געהעריג זען, עס איז אבער נישט געהעריג צוריסן (אויב וואלט עס ווען געווען געהעריג צוריסן, דעמאלטס וואלסט עס טאקע נישט געשטומט, אזוי ווי א צובראכענע ביין וועט זיך נישט פאררעכטן דרוך די מיינד). ווען די דרוק לאזט נאך, ווערט עס נאטירלעך צוריק קלאר.

איך וואלט עס קיינמאל נישט געזאגט, איך האב עס אבער געזען מיט מיינע אויגן.
אויב טרעפט איר זיך שפירן פארקריפעלט יעדע שני וחמישי צייט מיט כראנישע ווייטאגן (רוקן ווייטאג, מאגן פראבלעמען, ענקזייעטי וכדו') און שוין באזיכט ביי אלע דאקטוירים אן קיין רעזולטאטן, דאן באשטעלט אייער אפוינטמענט צו קענען שפירן ווייטאג-פריי. [email protected]
אוועטאר
מה פתאום???
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4402
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 09, 2015 5:16 pm
לאקאציע: עיה״ק צפת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מה פתאום??? »

זייער אינטערסאנט הרב מתבונן, ייש"כ פארן פארשרייבן.

איך האב קיינמאל נישט געקענט די טעאריע פון סארנא ביז די וואך ווען איך האב געליינט די סעריע אין די המספיק גאזעט. עס האט מיר געעפנט די אויגן, יעצט קען איך זיך מער מתבונן זיין אין דיינע תגובות וואס גייען שוין שטאפלען ווייטער.
אוועטאר
מתבונן
שר האלף
תגובות: 1040
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:54 pm
לאקאציע: פארמאכט אליינס אין א צימער און זיך מתבונן.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מתבונן »

מה פתאום??? האט געשריבן:זייער אינטערסאנט הרב מתבונן, ייש"כ פארן פארשרייבן.

איך האב קיינמאל נישט געקענט די טעאריע פון סארנא ביז די וואך ווען איך האב געליינט די סעריע אין די המספיק גאזעט. עס האט מיר געעפנט די אויגן, יעצט קען איך זיך מער מתבונן זיין אין דיינע תגובות וואס גייען שוין שטאפלען ווייטער.


ב"ה, איך האב הנאה צו הערן.
אויב טרעפט איר זיך שפירן פארקריפעלט יעדע שני וחמישי צייט מיט כראנישע ווייטאגן (רוקן ווייטאג, מאגן פראבלעמען, ענקזייעטי וכדו') און שוין באזיכט ביי אלע דאקטוירים אן קיין רעזולטאטן, דאן באשטעלט אייער אפוינטמענט צו קענען שפירן ווייטאג-פריי. [email protected]
אוועטאר
מתבונן
שר האלף
תגובות: 1040
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:54 pm
לאקאציע: פארמאכט אליינס אין א צימער און זיך מתבונן.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מתבונן »

אפדעיט:
דער אויבנדערמאנטן יונגערמאן טיילט מיט, אז ער האט געהאט א שטיק צייט די וואך, וואס ער איז געווען היבש סטרעספול, און די אויגן האבן אים אנגעהויבן צו ווערן צוריק בלורי. די סטרעס איז אוועק אין די אויגן האבן אים צוריק אנגעהויבן צו שיינען, און געפילט ווי די גלעזער וואס דער דאקטאר האט אים געגעבן איז שוין צו הויך.
עס ווייזט קלאר, אז עס פארט צוזאמען מיט דעם, און די סטרעס לייגט אסאך צו צום מחלה. איז אפילו אז מען זאל אננעמען אז עס איז טאקע דא עפעס א חסרון אין די הייטל פונעם אויג, איז אבער קלאר אז סטרעס איז א גרויסע פאקטאר אין ערגער מאכן דעם פראבלעם. צו וויסן וויאזוי צו באהאנלדן די סטרעס וואס לייגט זיך אן אויפן אויג, קען ראטעוון דעם פאציענט פון זיך דארפן אנידערלייגן אויפן אפעראצעי בעטל.
אויב טרעפט איר זיך שפירן פארקריפעלט יעדע שני וחמישי צייט מיט כראנישע ווייטאגן (רוקן ווייטאג, מאגן פראבלעמען, ענקזייעטי וכדו') און שוין באזיכט ביי אלע דאקטוירים אן קיין רעזולטאטן, דאן באשטעלט אייער אפוינטמענט צו קענען שפירן ווייטאג-פריי. [email protected]
שרייב תגובה

צוריק צו “תורת הנפש”