א גוטן צןליב א תקלה בין איך נישט דא געווען א שטיק צייט אבער ווען מען האט געפענט די אשכל האב איך צוגעגרייט א בלתי מוגה הסבר אויף אינטערנט לייג איך עס יעצט ארויף הגם רוב זאכן זעהען שוין געשריבן געווארן
אס איז אינטערנעט?
קלארשטעלונג: איך בין נישט קיין שרייבער און איך האב נאך קיינאיינמאל נישט געשריבן קיין ארטיקלען און מן הסתם גייט מען עס אנזעהן דא אבער היות מען האט געבעטן צו אראפלייגען אינטערנעט מהו און אנשטאטס אן ענטפער איז געווען א שמועס איבער טעכנישע פרטים האב איך למען התועלת שבו גענומען די ארבעט אויף מיר און אדרבה אויב איינער קען איבערנעמען אדער צולייגן איז ער אייביג וועלקאם יישר כח
(איך אנטשולדיג מיר פון פאראויס עס גייט לכאורה פעלן נעמען און דעיטס איך שרייב אויס אויף מיין לעפטאפ אינדערהיים וואס האט נישט קיין אינטערנעט)
אינטערנעט אמאל: יעדער איינער.דא האט שוין זיכער געהערט די ווארט אינטערנעט \אונליין \בראוזן די וועב,וכדומה און אפילו בשעת איר ליינט דאס זענט איר אויך אויפן סקרין מען איז צוגעוואוינט צו סירטשן די וועב שאפן אונליין וכו' אין פאקט איז דאס די וועב וויאזוי עס ווערט אנגערופן נאר א חלק פון די אינטערנעט די אינטערנעט ענהאלט שיקן אימעילס, שערן פיילס, עפפס, פארשידענע מיני סאופטווער, און די וועב,
די ווארט אינטערנעט איז א פארקורצירונג פון אינטערנעטווארק(INTERNETWORK)דאס מיינט א נעטווארק פון נעטווארקס אדער עפעס אזוי
די מושג אינטערנעט איז א נעטווארק וואס פארבינד אפאר קאמפיוטערס מען זאל האבן צוטריט פון איין קאמפיוטער צו די צווייטער
אינטערנעט איז ערפינדן געווארן אין די תש"כ יארן דארך די אמעריקאנער מיליטער און עס איז געניצט געווארן צו שערן פיילס צווישן קאמפיוטערס שנעלערהייט צוביסליך איז עס פארשפרייט געווארן און אין די אנפאנג תש"ל יארן איז צוגעקומען די אימעיל דאס הייסט שיקן א מעסעדזש דירעקט פאר א צוויטער קאמפיוטער און דער באנוצער פונעם קאמפיוטער זאל עס קענען ליינען און די תש"נ יארן איז ארויסגעקומען די web און פין דארט צו די world wide web וואס דאס ענהאלט א ריזיגע קאלעקשן פון web pages בילדער ווידיאוס וכדו' וואס ליגט אויף קאמפיוטערס וואס ווען א מענטש וויל זען גייט ער אריין צו יענע קאמפיוטער און צו יענער פעדזש
פארשטייט זיך אז ווען איינער לייגט אריין די אדרעס פון דיין קאמפיוטער גייט ער גארנישט זען חוץ אן ערראר וועגן הגם יעדער קאמפיוטער האט אן אדרעס וואס ווערט אנגערופן IP קענסטו נישט זען יענעמס פייל עקספלאורער וכדו'
דא קומט אריין א סערווער וואס דאס איז א סאופטווער וואס ליגט אויף א קאמפיוטער וואס דיספלייט די פעדזשעס און אינהאלט וואס ליגט אויף אים
און תש"ן האט א פארשער אין שווייץ אויסגעטראפן די ערשטע וועב סייד וואס איז געווען א פשוטע פעדזש מיט טעקסט אן קיין שום דיזיין ער האט עס געשריבן מיט א שפראך וואס די סאופטווער וואס ער האט דעמאלטס געמאכט (היינט אנגערופן א בראוזער) קען ליינען
די ערשטע בראוזער האט ער אנגערופן מיטן נאמען world wide web אין די וועב פעדזש האט ער געשריבן מיט א שפראך אנגערופן HTML וואס איז די ראשי תיבות פון Hypertext Markup Language (מער איבער HTML און אנדערע שפראכן וועט אי"ה נאכפאלגן )
ווי מער די וועב איז געווארן פארשפרייט איז געווארן מער פארגעשריטן די סיסטעם און אנשטאטס מטריח זיין די עולם צו דארפן אריינלייגן די IP נומער פונעם קאמפיוטער וואס האסט די ספעציפישער וועב סייד און נאכדעם די פעדזש וואס מען דארף איז ארויסגעקומען א 'דומיין' וואס דאס איז א נאמען וואו למשל ivelt.com און ווען די קאמפיוטער האט באקומען אן אדרעס האט זיך עס פארבינדן צו די (DNS) Domain Name System וואס דינט אלטס די טעלאפאון ביך פין IP נומערן לויט די דומיין נעמען
צוביסליך איז צוגעקומען CSS ( Cascading Style Sheets) וואס געט די דיזיין אויף די וועב פעדזש און JAVASCRIPT וואס געט פארשידענע אויפגאבעס פאר די בראוזער וואו למשל ארויפלייגן די זייגער אויף א וועב פעדזש און מער קאמפלאצירטע זאכן
היינט צוטאגס באשטייט א וועב סייד פון א פראנט ענד און א בעק ענד די פראנט ענד איז די פאונקשונס וואס די בראוזער טוט פאר די וועב פעדזש ווי למשל ארויסברענגען די טעקסט געשריבן דורך HTML די דיזיין דורך CSS אנדערע זאכן דורך JAVASCRIPT
די בעק ענד זענען זאכן וואס די בראוזער קען נישט טוען נאר ער קען דיר זאגן לויט וואס ער באקומט עס צוריק פון די סערווער וואס דאס זענען געשריבן אין אסאך שפראכן צווישן זיי PHP PYTTHON JAVA NODE.JS. כדו' וואו למשל ווען איינער לאגט אריין אין א סיסטעם גייט די בראוזער שיקן די אינפארמאציע וואס יענער האט אריינגעלייגט אין א לאג אין באקס געשריבן דורך HTML צי די סערווער וואס גייט אין די בעק אין די מח וויאזוי עס ווערט אנגערופן טשעקן צו עס שטימט מיט די יוזערנעמס ליסט וואס איז אין MYSQL און PHP גייט אים זאגן 'IF' עס שטימט ברענג ארויף די פעדזש 'ELSE' ברענג ארויף אן ערראר וכדו'
די מעטאד א בראוזער ניצט צו באקומען אינהאלט פון א סערווער איז פארשידן לויט די אינהאלט א וועב פעדזש למשל וואס איז הייפער טעקסט געשריבן דורך HTML ניצט עס די hypertext transfer protocol און קורצן http אויב די טרענספער איז ענקריפטעט ניצט עס די hypertext transfer protocol scoured און קורצן HTTPS וואס דאס געשענט נאר אויב די סערווער האט לייסענס צו ענקריפטן דעטא און נישט כל הרוצה ליטול את השם יטול
סא ווען איינער לייגט אריין אין די אדרעס באר פון די בראוזער
https://www.google.com מיינט עס די מעטאד די בראוזער זאל ריקוועסטען די דעטא, די לאקעשן די ווארלד ווייד וועב, און וועלכע קאמפיוטער די סערווער ליגט (די דומיין) און אין וועלכע קבוצה די סערווער איז .com.
ביז דא איז פאר יעצט און אויב איינער האט עפעס נישט פארשטאנען זאל ער עס פרעגן דא הויך און אויב וויל מיר איבערנעמען זאל ער אויך ארויפקומען יישר כח