וואס איז אינטערנעט

די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,thefact

מצה טאש
שר חמש מאות
תגובות: 979
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 20, 2016 2:46 pm

Re: וואס איז אינטערנעט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מצה טאש »

גרויסע עם הארץ האט געשריבן:נישט פארשטאנען, ביטע מסביר זיין בעסער.


די אינטערנעט פראטאקאל (ip) לאזט איין קאמפיוטער שיקן מעסעדשעס צו א צווייטע קאמפיוטער. עס רעדט בכלל נישט איבער סערווערס אדער וועבסייטס, יעדער איז די זעלבע מיוחס. אין די ערשטע טעג האט מען טאקע עס נאר געניצט פאר חברים ציווישן זיך פאר א כמו טעקסט מעסידזש סיסטעם.

כדי מ'זאל קענען ניצן פאר די מאסן האט אויסגעפעלט א אפגעמאכטע פארעם וויאזוי די מעסעדשעס זאלן אויסקוקן כדי פראגראמען זאלן קענען פארשטיין די מעסעדשעס.

און מיט דעם אז באשאפן געווארן צענדליגע 'פראטאקלן' דהיינו, אפגעשמיעסטע אויסשטעלן.

די מערסט באנוצטע איז HTTP וואס מיינט HyperText Transfer Protocol וואס איז די יסוד פון די געדאנק פון סערווערס און וועבסייטס
אוועטאר
שרויפקאפ
שר מאה
תגובות: 136
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 26, 2019 9:08 am

Re: וואס איז אינטערנעט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שרויפקאפ »

איבערגעדרייטע בענקל האט געשריבן:גאר און קורצן וואס אינטערנעט איז:
אינטערנעט טייטש א פארבאנד פון נעטווארקס, יעדע אפיס ביזנעס אדער הויז האט א נעטווארק פון כלים, וואס ווערן אנגערופן האסט'ס, א האוסט קען זיין א קאמפיוטער, פרינטער אדער אפילו א סמארט סוויטש אדער פלאג וואס זענען פארבינדען מיט איין נעטווארק אדער סאב נעטווארק. דאס הייסט א lan א לאקאלע עריע נעטווארק.

אלע נעטווארקס פון א שטאט ווערט אנגערופן א wan א ווייד עריע נעטווארק, אוו אלע נעטווארקס צוזאמען ווערט א אינטערנעט. וואס מיט דעם קען איין נעטווארק פוו בארא פארק זיין באהאפטען מיט א נעטווארק פון א"י און זיך שעירן אינפארמאציע.

שכוח סאיז געוואלדיג קלאר אפילו סאיז אויף איין פיס...
איך וויל נאר אויסקלארן, lan און די wan דינט אזויווי מען שרייבט אויף אן אדרעסס די סטעיט און די סיטי, ריכטיג?
האמיר און זיימיר, א לעכטיגן ביי
איבערגעדרייטע בענקל
שר חמש מאות
תגובות: 905
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 18, 2019 3:43 pm

Re: וואס איז אינטערנעט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איבערגעדרייטע בענקל »

גרויסע עם הארץ האט געשריבן:וואס איז נייעס!!!

דאס איז גוט!! זייער פיין מסביר געוועזן ברחל בתך הקטנה.

איין קשיא, וויאזוי קען זיין אז אייפי'ס האבן זיך נאכנישט אויסגענוצט, און וואס איז די חילוק צווישן וועבסייט'ס אייפי'ס און אייפי'ס פון קאמפיוטערס בנונגע די וועג פון קאמיוניקירן מיט אנדערע קאמפיוטערס/אייפיס?


איי פי'ס אויף די יעצטיגע פראטאקאל וואס הייסט ipv4 האבן זיך שוין כמעט אינגאנצען אויס גענוצט. די יעצטיגע איי פי ווי פיר באשטייט פון פיר סעטס פון דריי נומערן, ווי למשל 189.125.249.007 אנגעפאנגען פון זערא ביז 255 יעדע סעט.
די סיבה פאר וואס מען קען נישט גיין העכער 255 איז ווייל די קאמפיוטער שרייבט דאס אין ביינערי נומערן, דאס באשטייט פון זעראס און איינסערס. בשעת מעם האט געבויט די ipv4 סיסטעם יארן צירוק האט מען געמאכט צילוב די ווייניג מעמארי וואס איז געוועהן צי באקומען אין יענע צייטן אז יעדע סעט קען נאר נוצען אכט ביטס און די העכסטע נומער וואס מען קען שרייבן אינטער אכט ביטס איז 255.

עס איז שוין דא היינט א נייערע פראטאקאל ipv6 וואס האט נישט די באגרענוצונגען און האט פילע הונדרעטע טויזענטער מער איי פי'ס. עס איז אבער כמעט נאכנישט און באנוץ היינט צוטאגס.

צוליב דעם האט שוין נישט יעדע קאמפיוטער היינטצוטאגס א אייגענע פאבליק איי פי. נאר יעדע נעטווארק באקומט איין פאבליק איי פי, וואס מיט דעם קען מען זיך פארבינדען צו די אינדערויסענדיגע אינטערנעט, אבער אין די נעטווארק אליינס קען מען אויף מאכען ווי סאך איי פי'ס מען וויל.

ווי אזוי באקומט יעדע קאמפיוטער אויפן נעטווארק א איי פי? געווענליך נוצט מען א DHCP סערווער וואס קומט געווענליך מיט יעדע ראויטער און דאס גיבט פאר יעדע האוסט א יוניק איי פי וואס דאס טוישט זיך כסדר . אבער מען קען אויך מאכן א סטעטיק איי פי וואס מען מאכט מעניועל די איי פי וואס טוישט זיך נישט. געווענליך נוצט מען דאס פאר איי פי'ס פון סערווערס וואס מען דארף געדענקען זייער איי פי.
"עקספעקט נישט פון מיר צו טראכטען גראד, איך בין דאך איבערגעדרייט"
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 30688
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט ב"ה וויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

איבערגעדרייטע ;l;p- ;l;p- גאר שטארק!
שרויפקאפ האט געשריבן:איך וויל נאר אויסקלארן, lan און די wan דינט אזויווי מען שרייבט אויף אן אדרעסס די סטעיט און די סיטי, ריכטיג?

נישט ממש, ווייל דער LAN אייפי ווייסט נישט דער שיקער.

דער לאקאלע ראוטער (וואס אונטער אים איז דער LAN) איז דער וואס האלט חשבון אויפן LAN, ער איז ווי דער דאָרמען ביים טיר פון דער אדרעס אויפן קאנווערט. ער איז דער אדרעס (פאבליק אייפי) צו וואו מען שיקט זאכן, און ער קוקט דערויף און זעט צו וועמען ער דארף עס שיקן (לויט פארט פארווערדינגס, אדער ווער עס האט אנגעהויבן דער קאננעקשאן צו דער אנדערע זייט, וואס דאס ווערט געטרעקט דורך פּאָרטס.)
איבערגעדרייטע בענקל האט געשריבן:עס איז שוין דא היינט א נייערע פראטאקאל ipv6 וואס האט נישט די באגרענוצונגען און האט פילע הונדרעטע טויזענטער מער איי פי'ס. עס איז אבער כמעט נאכנישט און באנוץ היינט צוטאגס.

נישט הונדערטער טויזענטער, נאר נומערן וואס מען קען נישטאמאל חלום'ען! דער מאקסימיום אייפיס אינעם IPv6 רעינדזש איז 340 טריליאן טרילאן טריליאן... (יא יא, די דריי מאל איז נישט קיין טעות... דער נומער געשריבן איז 340,282,366,920,938,463,463,374,607,431,768,211,456!) בעת ווען IPv4 האט א מעקס פון 4.3 ביליאן (מע...)
צוליב דעם האט שוין נישט יעדע קאמפיוטער היינטצוטאגס א אייגענע פאבליק איי פי. נאר יעדע נעטווארק באקומט איין פאבליק איי פי, וואס מיט דעם קען מען זיך פארבינדען צו די אינדערויסענדיגע אינטערנעט, אבער אין די נעטווארק אליינס קען מען אויף מאכען ווי סאך איי פי'ס מען וויל.

נישט ממש צוליב דעם, דער סיבה פאר לאקאלע נעטווארקס איז פשוט ווייל דו האסט זאכן ביי דיר אין לאקאלע נעטווארק וואס איז נאר געמאכט פאר די לאקאלע כלים, און עס מאכט נישט קיין סענס צו לאזן אלעס דיירעקטלי קאננעקטעד צום אינטערנעט (מיט IPv6 איז אוודאי דא אנדערע סאלושענס דערפאר, אבער דאס איז געווען דער זאך לכתחילה). (דער איידיע פון NAT איז נישט עפעס וואס איז אויסגעוואקסן צוליב דער היינטיגע מאנגל פון אייפי אדרעסן, עס איז אזוי געווען נעטווארקס פון אנהויב.)
"אייער צופרידנהייט, מיין הנאה." -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
בן צורישדי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 261
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יאנואר 15, 2021 1:30 pm
לאקאציע: קדש ברנע

Re: וואס איז אינטערנעט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן צורישדי »

מ'קומט אריין גאנץ קלאר, און שכח פאר יעדעם, אבער נאך אלץ נישט דא איינער וואס זאל מסביר זיין די א' ב' פון דעם
ווייל איך ווייס נאך אלץ נישט וואס א ראוטער אדער א סערווער מיינט
אוועטאר
יליד טאהש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 376
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 14, 2020 11:14 am

Re: וואס איז אינטערנעט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יליד טאהש »

א גוטן צןליב א תקלה בין איך נישט דא געווען א שטיק צייט אבער ווען מען האט געפענט די אשכל האב איך צוגעגרייט א בלתי מוגה הסבר אויף אינטערנט לייג איך עס יעצט ארויף הגם רוב זאכן זעהען שוין געשריבן געווארן
אס איז אינטערנעט?
קלארשטעלונג: איך בין נישט קיין שרייבער און איך האב נאך קיינאיינמאל נישט געשריבן קיין ארטיקלען און מן הסתם גייט מען עס אנזעהן דא אבער היות מען האט געבעטן צו אראפלייגען אינטערנעט מהו און אנשטאטס אן ענטפער איז געווען א שמועס איבער טעכנישע פרטים האב איך למען התועלת שבו גענומען די ארבעט אויף מיר און אדרבה אויב איינער קען איבערנעמען אדער צולייגן איז ער אייביג וועלקאם יישר כח
(איך אנטשולדיג מיר פון פאראויס עס גייט לכאורה פעלן נעמען און דעיטס איך שרייב אויס אויף מיין לעפטאפ אינדערהיים וואס האט נישט קיין אינטערנעט)
אינטערנעט אמאל: יעדער איינער.דא האט שוין זיכער געהערט די ווארט אינטערנעט \אונליין \בראוזן די וועב,וכדומה און אפילו בשעת איר ליינט דאס זענט איר אויך אויפן סקרין מען איז צוגעוואוינט צו סירטשן די וועב שאפן אונליין וכו' אין פאקט איז דאס די וועב וויאזוי עס ווערט אנגערופן נאר א חלק פון די אינטערנעט די אינטערנעט ענהאלט שיקן אימעילס, שערן פיילס, עפפס, פארשידענע מיני סאופטווער, און די וועב,
די ווארט אינטערנעט איז א פארקורצירונג פון אינטערנעטווארק(INTERNETWORK)דאס מיינט א נעטווארק פון נעטווארקס אדער עפעס אזוי
די מושג אינטערנעט איז א נעטווארק וואס פארבינד אפאר קאמפיוטערס מען זאל האבן צוטריט פון איין קאמפיוטער צו די צווייטער
אינטערנעט איז ערפינדן געווארן אין די תש"כ יארן דארך די אמעריקאנער מיליטער און עס איז געניצט געווארן צו שערן פיילס צווישן קאמפיוטערס שנעלערהייט צוביסליך איז עס פארשפרייט געווארן און אין די אנפאנג תש"ל יארן איז צוגעקומען די אימעיל דאס הייסט שיקן א מעסעדזש דירעקט פאר א צוויטער קאמפיוטער און דער באנוצער פונעם קאמפיוטער זאל עס קענען ליינען און די תש"נ יארן איז ארויסגעקומען די web און פין דארט צו די world wide web וואס דאס ענהאלט א ריזיגע קאלעקשן פון web pages בילדער ווידיאוס וכדו' וואס ליגט אויף קאמפיוטערס וואס ווען א מענטש וויל זען גייט ער אריין צו יענע קאמפיוטער און צו יענער פעדזש
פארשטייט זיך אז ווען איינער לייגט אריין די אדרעס פון דיין קאמפיוטער גייט ער גארנישט זען חוץ אן ערראר וועגן הגם יעדער קאמפיוטער האט אן אדרעס וואס ווערט אנגערופן IP קענסטו נישט זען יענעמס פייל עקספלאורער וכדו'
דא קומט אריין א סערווער וואס דאס איז א סאופטווער וואס ליגט אויף א קאמפיוטער וואס דיספלייט די פעדזשעס און אינהאלט וואס ליגט אויף אים
און תש"ן האט א פארשער אין שווייץ אויסגעטראפן די ערשטע וועב סייד וואס איז געווען א פשוטע פעדזש מיט טעקסט אן קיין שום דיזיין ער האט עס געשריבן מיט א שפראך וואס די סאופטווער וואס ער האט דעמאלטס געמאכט (היינט אנגערופן א בראוזער) קען ליינען

די ערשטע בראוזער האט ער אנגערופן מיטן נאמען world wide web אין די וועב פעדזש האט ער געשריבן מיט א שפראך אנגערופן HTML וואס איז די ראשי תיבות פון Hypertext Markup Language (מער איבער HTML און אנדערע שפראכן וועט אי"ה נאכפאלגן )
ווי מער די וועב איז געווארן פארשפרייט איז געווארן מער פארגעשריטן די סיסטעם און אנשטאטס מטריח זיין די עולם צו דארפן אריינלייגן די IP נומער פונעם קאמפיוטער וואס האסט די ספעציפישער וועב סייד און נאכדעם די פעדזש וואס מען דארף איז ארויסגעקומען א 'דומיין' וואס דאס איז א נאמען וואו למשל ivelt.com און ווען די קאמפיוטער האט באקומען אן אדרעס האט זיך עס פארבינדן צו די (DNS) Domain Name System וואס דינט אלטס די טעלאפאון ביך פין IP נומערן לויט די דומיין נעמען
צוביסליך איז צוגעקומען CSS ( Cascading Style Sheets) וואס געט די דיזיין אויף די וועב פעדזש און JAVASCRIPT וואס געט פארשידענע אויפגאבעס פאר די בראוזער וואו למשל ארויפלייגן די זייגער אויף א וועב פעדזש און מער קאמפלאצירטע זאכן
היינט צוטאגס באשטייט א וועב סייד פון א פראנט ענד און א בעק ענד די פראנט ענד איז די פאונקשונס וואס די בראוזער טוט פאר די וועב פעדזש ווי למשל ארויסברענגען די טעקסט געשריבן דורך HTML די דיזיין דורך CSS אנדערע זאכן דורך JAVASCRIPT
די בעק ענד זענען זאכן וואס די בראוזער קען נישט טוען נאר ער קען דיר זאגן לויט וואס ער באקומט עס צוריק פון די סערווער וואס דאס זענען געשריבן אין אסאך שפראכן צווישן זיי PHP PYTTHON JAVA NODE.JS. כדו' וואו למשל ווען איינער לאגט אריין אין א סיסטעם גייט די בראוזער שיקן די אינפארמאציע וואס יענער האט אריינגעלייגט אין א לאג אין באקס געשריבן דורך HTML צי די סערווער וואס גייט אין די בעק אין די מח וויאזוי עס ווערט אנגערופן טשעקן צו עס שטימט מיט די יוזערנעמס ליסט וואס איז אין MYSQL און PHP גייט אים זאגן 'IF' עס שטימט ברענג ארויף די פעדזש 'ELSE' ברענג ארויף אן ערראר וכדו'
די מעטאד א בראוזער ניצט צו באקומען אינהאלט פון א סערווער איז פארשידן לויט די אינהאלט א וועב פעדזש למשל וואס איז הייפער טעקסט געשריבן דורך HTML ניצט עס די hypertext transfer protocol און קורצן http אויב די טרענספער איז ענקריפטעט ניצט עס די hypertext transfer protocol scoured און קורצן HTTPS וואס דאס געשענט נאר אויב די סערווער האט לייסענס צו ענקריפטן דעטא און נישט כל הרוצה ליטול את השם יטול
סא ווען איינער לייגט אריין אין די אדרעס באר פון די בראוזער https://www.google.com מיינט עס די מעטאד די בראוזער זאל ריקוועסטען די דעטא, די לאקעשן די ווארלד ווייד וועב, און וועלכע קאמפיוטער די סערווער ליגט (די דומיין) און אין וועלכע קבוצה די סערווער איז .com.
ביז דא איז פאר יעצט און אויב איינער האט עפעס נישט פארשטאנען זאל ער עס פרעגן דא הויך און אויב וויל מיר איבערנעמען זאל ער אויך ארויפקומען יישר כח
אוועטאר
לעכטל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3982
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 27, 2019 6:03 pm
לאקאציע: ביד השי"ת

Re: וואס איז אינטערנעט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעכטל »

לויט ווי איך ליין דא האט א יעדע דיווייס אן אנדערע IP אדרעסס, איז דא א דעטאבעיס פון אלע אדרעסן, כ'מיין די קאמפעניס וואס מאכן לעפטאפס, און דיווייסעס, פון ווי ווייסן זיי וועלעכע איז נאך עוועלעבל?
די בעסטע וועג אויסצורעכענען דיין צוקונפט, איז דורכ'ן עס מאכן... (פרעזידענט לינקאלן)
שרייב תגובה

צוריק צו “דעוועלאופערס ווינקל”