זיצט זיך א פאליס אין זיין רעגירונג באצאלטער אויטא נמאס פון ליידעגיין, און אט פארט זיך דורך סטראפקאוו נישט געבענדיג קיין איבעריגע אויפמערקזאמקייט פארן ליידיגייער, ווייזט אויס אז דאס האט דעם יעניגן געפאלן און האט דעריבער באשלאסן דורך מיר באפרייט צו ווערן פון זיין פיינפולע ליידיגיין און האט מיר געשאנקן א קוויטל אנגעבליך צוליב'ן איגנארירן א סטאפ זיין ביים ווינקל פון גאס.
אריינקוקענדיג טיפער אונעם קוויטל האמיר געזעהן אז דאס איז א שווער קוויטל און מוז דעריבער איבערגעגעבן ווערן פאר גדולים וטובים ממנו.
ווייסט איינער וועלכע קען ארויסעהלפן דא ?
רבותי ווער קען ארויסהעלפן, לוינט זיך צו פייטן, זאל איך סתם שטיפן, וואס טוט מען דא ?
קיינער ווייסט נישט ?
אויב ס’נאך נוגע.. ווי כמה פעמים אויסגשמועסט אין די אשכול איז נישטא קיין סיבה צו פליען גילטי, קודם שיק צוריק א נאט גילטי און וועסט נאך האבן א סאך צייט ביז דיין קאורט דעיט צו מאכן א החלטה. אסאך מאל קענען זיי אפשטיפן די קאורט דעיט עטליכע מאל אזוי פארדינסטו צייט (און מעגליך די פוינטס אויף דיין לייסענס) ספעציעל יעצט מיט קאוויד
איך האב א קאורט דאטום נעקסטע וואך אין וואודבארי פאר א טיקעט פון אנפאנג קאראנא באקומען אויפן טראוועי אינמיטן די נאכט פאר 80/65 עני העלפ וואס איך קען טוהן ?
איך האב געקאלט שלמה פר״מ צווייע צייט האט ער מיר געזאגט אז ער איז שוין צו געשפארט. למעשה האב איך געטראפן איינעם אויף Queens blvd און ער האט עס געמאכט, אבער איך בין נייגעריג צו עס קען מיר נאך העלפן צו פייטן דעם טיקעט, ווייל ווען ער קאנעקט מיך צום קאמפיוטער ווייסן זיי פינקטליך ווען איך האב געמאכט די אינספעקשאן. איינער מיט מער אינפאו?
שוועמל האט געשריבן:לגבי שוואך מאכן די עדות פונעם מאשינקע קען מען גיין זייער טיף ביז ממש ביזן סוף וואס געווענליך טרעפט זיך 'איין' לאך אינעם טשעין אף עווידענס, און דאן איז די גאנצע עדות'שאפט גארניקס.
איז אזוי, כ'על שרייבן בקיצור וויאזוי א קאורט גייט צו כדי צו וויסן דעם פראצעדור.
מען קומט אן צום קאורט דעיט איז דא אמאל וואס מען טרעפט זיך מיטן אפיסער מען באגריסט זיך (זיי נישט אגרעסיוו אדער אפענדענט למעשה ביסטו נישט קיין קרימינאל אדער איך ווייס וואסערע פארברעכער, אלע טאג ווערן צענדליגער טויזנטער מענטשן איבער אמעריקע אפגעשטעלט צוליב ספידינג אדער מאווינג ווייאלעשאנס, ס'יז בעיקר א געלט מאשין פאר פעטער שמואל'ן, ס'רוב מענטשן צאלן נעבעך ווי טאטעלעך און צומאל פליען זיי גילטי נאך פאר עני טרייעל אן צו נעמען א שאנס עס צו דיסמיסן) און אמאל אמאל וועט ער אפפערן א הנחה אדער עס רידוסן צו א פארקינג ווייאלעשאן, דאן נעם אן די אפפער ווייל אויב נישט וועט ער גיין בחומר הדין מיט דיר פאר די בלויזע 'חוצפה' פון צוריקווייזן זיין 'גוט' הארץ.
די טרייעל אויב ער אפפערט נישט קיין שום רעדוקציע וועט ער געווענליך גלייך פרעגן צי ווילסט פליען גילטי צי ווילסט ענדערש גיין צו טרייעל (פארהער). דאן וועסטו זאגן אז דו ווילסט גיין צו טרייעל אזוי האסטו נאך א טשענס עס צו מאכן. אבער געדענק! בשום אופן נישט זאלסטו אים זאגן עפעס א רמז אפילו פון וואס דו האלטסט ביים טענה'ן ביים טרייעל ווייל דאן וועט ער אלעס כאפן און ער וועט מיטברענגען די נויטיגע פאפירן מיט זיך (רוב מאל בלייבט עס ליגן פארשטויבט אין זיין לאקער, און ער בריינגט עס ניטאמאל צו טרייעל).
ביים טרייעל וועט דער זשאזש הייסן דעם אפיסער טעסטיפייען אז אלעס וואס ער ווייסט איבער דעם טיקעט איז אמת ויציב, ער מורמעלט אפ וואס ער האט צו זאגן בערך וועט ער זאגן אז ער האט געטעסטעד די ראדאר דורך די 'אינטערנעל טשעק' בעפארן קלאקן דעם ספיד און אלעס האט פונקציאנירט פראפערלי. און די 'פראסעקיושען רעסטס', דאס מיינט איינמאל די פראסעקיושען האט גערעסטעד קען מען שוין מער נישט אריינברענגען קיין שום באווייזן אנטקעגן דיר. דאן קומט דיין רייע זיך צו דיפענדן.
א שטיקל הקדמה איבער ראדאר ספיד גאנס יעדע ראדאר גאן האט אין זיך (געווענליך 3) 'טונניג פארקס' וואס שפילן א הויפט ראלע אין דעטערמינען דעם ספיד. די tuning forks דארפן ווערן אונטערזיכט יעדע האלב יאר ווייל עס איז גאר האקל און עני קריץ אדער בייג קען מאכן דעם גאנצן ראדאר אומנוצליך לגבי ליינען א ספיד. דאס זעלבע אויב איז די מאשין אויסגעשטעלט צו זיין לאנגע שעות אונטער די זון (עקסעסיוו היעט) קען דאס אפעקטירן די טוננינג פארקס און ס'פונקציאנירט נישט מער ווי עס באדארף.
די וועג וויאזוי צו טעסטן די טונינג פארקס איז, דורך זיי איינפאך ארויסנעמען און אריינלייגן און א ספעציעלע 'טעסטינג דעווייס' וואס קען טעסטן אט די טונינג פארקס. דער פראצעדור דארף ווערן געמאכט דורך א סערטיפייד פעסיליטי וואס זענען בעאויפטראגט דורכצופירן אזוינע סארטן טעסטס. פארשטייט זיך אז דער 'טעסטינג דעווייס' זעלבסט מוז אויך ווערן געטעסטעד within a reasonable period of time זיכער צו מאכן אז עס 'טעסט' טאקע גוט. און דאס איז איינס פון 'וויעק פאוינטס' אין צוברעכן די טשעין אף עווידענס.
בעפאר דער פאליס קלאקט א ספיד מיטן ראדאר, ברויך ער געזעצליך קאליברעיטן די ראדאר גאן דורך דריקן די 'אינטערנעל טשעק' באטטאן, און 'תיכף נאך' די ארעסט ברויך ער ווידער קאליברעיטן די יוניט (ווען דער גאן כאפט דיך אויף ספידן הייסט דאס ארעסט). אלעס ווערט דאקיומענטירט אין די לאג פייל פון די דעווייס און אין די קאמפיוטער וואס דער אפיסער באנוצט. לרוב וועלן די אפיסער'ס פארפעלן צו קאליברעיטן 'תיכף נאך' די ארעסט פשוט צוליב פוילקייט, און דארט קענסטו אים כאפן.
הייב אן מיט פרעגן דעם אפיסער אויב ער קען צושטעלן א באווייז אז די אינטערנעל טשעק איז געמאכט געווארן בעפאר די ארעסט, און אזוי אויך אויב ער האט קאליברעיטעד די יוניט תיכף נאך די ארעסט. אויב ער שטעלט אלעס צו און ס'שטימט, ווער נישט פארלוירן עס איז דא נאך פיל זאכן אים צו כאפן ביי כאטש איין לאך.
גיי ווייטער מיט אים פרעגן איבער די וויכטיגקייט פון טעסטן די טונינג פארקס און בעט ער זאל פרעזענטיערן א סערטיפיקאציע ווען עס איז דאס לעצטע מאל געווארן געטעסטעד אין א סערטיפייד פעסיליטי. אויב ער שטעלט דאס צו מאך זיכער אז ס'יז די אריגענעלע נישט קיין קאפי ווייל די קענסט פארלאנגען 'the best evidence rule . אויב האט ער נישט די אריגינעלע דאן מאושען טו דיסמיסל.
אויב ער שטעלט יא צו אן אריגינעלע, דאן פארלאנג ער זאל אויפווייזן אז די סיריעל נומערן פון די טונינג פארקס וואס שטייען אינעם סערטיפיקאציע באלאנגן טאקע צו דעם ראדאר גאן וואס איז געווען אינסטולירט אין זיין קאר יענעם טאג. און פארשטייט זיך אז דער גאן זעלבסט זאל ער קענען אויפווייזן אז ס'יז געווען אינסטולירט אין יענעם קאר מיט וואס ער האט דיך געפאקט. (אלעס האט א סיריעל נאמבער סיי די טונינג פארקס און סיי די ראדאר און אלעס ווערט דאקיומענטירט וועלכע מעטשט צו וועלכע. אזוי אויך די קאר האט א 'מעינטענענס רעקארד' מיט פונקטליכע לאגס פון אלע ראדארן און דעווייסעס וואס ס'האט אלס גענוצט).
אט איז א ליסטע וויאזוי צוצוגיין צום טרייעל מיט די טיקעט אין קוועסשאן; אויב איינס פון זיי שטימט דאן גיי צום נעקסטן - שטעל דיך נישט אפ, אויב איינס שטימט נישט דאן מאושן צו דיסמיסל: 1) פארלאנג א לאג פון די קאליברעישאן בעפאר און תיכף נאך די ארעסט; 2) פארלאנג א סערטיפיקעט פון א סערטיפייד פעסיליטי אז די 'טונינג פארקס' זענען געטעסט געווארן אין א ריזאנעבל צייט אפשניט; 3) פארלאנג עווידענס אז די 'טעסטינג יוניט' וואס האט געטעסט די טונינג פארקס האט פונקציאנירט פראפערלי; 4) פארלאנג עווידענס אז די סיריעל נאמבערס פון די טונינג פארקס מעטשט די סיריעל נאמבערס פון די ראדאר גאן; 5) פארלאנג די 'וויהעקל מעינטענענס רעקארד' אז דער ספעציפישע ראדאר גאן איז טאקע געווען אינסטולירט אין יענעם קאר יענעם טאג; 6) אויב איז דאס געווען א 'הענדהעלד ראדאר' דאן פארלאנג עווידענס אז דער אפיסער האט טאקע ארויסגעטשעקט יענעם טאג מיט יענע ראדאר יוניט;
[align=justify]אויב ער פעילט ביי איינע פון זיי פארלאנג א דיסמיסל בערך אזוי, געוואנדן ביי וועלכע פון זיי ער פעילט: "Your honor, defendant motions for dismissal. Since the unit was not properly tested (before or after the arrest, or by calibrating the tuning forks) as stated in the owners manual, the prosecution has not proven to a legal degree of certainty that the unit which he used to determine the speed was functioning properly and accurately at the time of the arrest"[/align] נאטיצן: די אויבערשטע איז געשריבן געווארן אין א פאל וואס דער אפיסער עקט אלס פראסעקיוטער אויכעט, וואס רוב מאל איז דאס אזוי. אבער אויב ס'יז דא אן עקסטרע פראסעקיוטער דארפסטו דיעלן מיט נאך א מענטש. און געווענליך איז דער פראסעקיוטער מער הארטנעקיג און שטעלט זיינע ווערטער אויף השערות אז אלעס האט פיין געארבייט, דו טארסט דיך נישט לאזן פון אים נאר פארלאנג אויסדרוקליך 'פאקטן' מיט סערטיפיקאציעס אז אלעס איז געווארן געטעסטעד פראפערלי, און נישט בלויז השערות.
געדענק אז נישט 'דו' ביסט דער וואס דארף ברענגען עפעס עווידענס. די גאנצע עווידענס ליגט אויפן קאורט\אפיסער צו ברענגען, זיי דארפן אויפווייזן אז דו האסט טאקע געספידט לויט ווי דו ווערסט געטשארשזט. ווען די טיקעט סטעיטס אז דו ביסט געגאנגען אויף 75 מיינט דאס 'פונקטליך' 75. און אויב שטעלט זיך ארויס אז דו ראדאר האט נישט פונקטליך געארבייט און דו ביסט נאר געגאנגען אויף 74 דאן איז די קעיס דיסמיסד ווייל דו ווערסט געטשארזשט מיט וואס ס'שטייט אויפן טיקעט און נישט מיט קיין השערות.
דער שופט מיטן אפיסער קענען זיך גוט איינער דעם אנדערן, און קיין שום טענות ווי למשל 'איך האב נישט געספידט', 'יעדער האט געספידט', 'דער אפיסער איז א ליגנער', וכו' וכו' די אלע סארטן זענען נאריש צו זאגן אין פראנט פון א זשאזש. למעשה זעהן זיי זיך זייער אפט און האבן א טראסט איינער אין צווייטן.
די תגובה איז שוין בר מצווה געווארן בינעך נייגעריג אויב איינער קען אריין קומען מיט עקספריענדס פון אליינס פייטן דורך די וועג ?
ANY HELP ABOUT THIS TICKET Reg. Sticker Expired (NYS) I GOT 2 TICKET 1 ON YOMTOV 2'ND ON THE FOLLOWING DAY I HAVE ALREADY THE NEW STICKER FOR A FEW WEEKS BUT IT WAS NOT ON THE WINDOW