הילף מיט ליעסן א קאר

אלעס איבער קויפן, ליעסן, און רענטן א קאר

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

דיזע ערצעלונג

הילף מיט ליעסן א קאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דיזע ערצעלונג »

איך האב ביז היינט נאר געקויפט גענוצטע קארס, אבער צוליב א מעשה שהי' וואס איך האב געהאט פאריגע וואך, האב איך באשלאסן אז דאס איז עס, איך קען מער נישט אזוי, און פון היינט און ווייטער גיי איך נאר ליעסן נייע קארס.

די פראבלעם איז נאר אז איך בין א גרינער אין דעם פעלד און איך קען זיך נישט אויס. האב איך דעריבער געוואלט בעטן עצה ותושיה פון די קרעטשמע זיצערס.

1. וואס איז די אינפארמאציע וואס כ'דארף וויסן?

2. וואו קען איך טרעפן די ביליגסטע ליעס פאר מיינע באדערפענישן? (איך דארף א מידסייד עס-יו-ווי, פאר ארום 12,000 מייל א יאר.)
אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12672
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאשקע »

דאס קומט ביי איש את רעהו יעזורו.
אבער איך בין זיכער אז די פוילע מנהלים וועלן דאס לאזן דא וואו ס'איז.
וועגן דעם ענין אליין קען איך דיר נישט ענטפערן, ווייל איך האב דערווייל אויך נאר געקויפט.
An article a day keeps the babies away
אוועטאר
יגרסהדותא
מ. ראש הקהל
תגובות: 3687
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 03, 2006 10:14 am
לאקאציע: קאר וואש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יגרסהדותא »

דיזע, לטובתך רוק אוועק דעם אשכול פון דא, ווייל ס'גייט זיך ענדיגן מיט א פיש-כאפער.. כמעט גאראנטירט.

פרוביר דעם פריערדערמאנטן פורום, אדער דער פורום בחדרי חרדים משפחה אידיש. (מ'דארף זיך דארט איינשרייבן).

עלה והצלח.

********
אפס, סארי, במילא איר ווילט ריקן דעם אשכול, אבער פארוואס האט איר מיך מיטגעריקט?... איך האב עס געשריבן אין "היימישע קרעטשמע" פורום, און כ'האב מיך דא אויפגעוועקט..
דיזע ערצעלונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דיזע ערצעלונג »

מאשקע, שכוח.

איך האב געדארפט הילף און יעצט טרעף איך זיך אין א פארום וואס קיינער זעט נישט.

טעינקס עי ביליאן.
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

וואס הייסט קיינער זעט נישט?

איך זעה עס!

די פראבלעם איז: איך קען נישט העלפן... איך ווייס ניטאמאל וויאזוי מען טשידט אויף א פערמיט טעסט.
אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12505
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צייטליך »

דיזע, הערמיך אויס, כ'קען דיר זאגן וויפיל איך ווייס,

איך האב געליסט א קאר פאר צוויי יאר, עס ענדיגט זיך שוין ביז צוויי-דריי חדשים, כאבעס געליסט ביי שאפ-א-קאר אין קרית יואל, ער האט מיר געגעבן זייער א גוטע פרייז, די צוועלף טויזענט מייל וואס כ'באקום פער יאר, איז ווייט נישט געווען גענוג, אבער פאר איינער וואס ארבייט אין א אפיס דארף דאס צוזיין גוט,

מכעניקעל פראבלעמען האב איך כלל נישט געהאט, קען זיין אז ס'ווענט זיך אין די קאר, און אינזער שמועס איז עס א ניסאן אלטימע,
טיקעט'ס האב איך געהאט לרחצה, (אבער ס'האט נישט מיטן ליעס...)
אינשורענס געט ער אויך זייער ביליג,
קרעדיט האב איך געהאט זיראו, ממש גארנישט, אבער ס'איז שוין היינט א פאקט אז א קאר האב איך אויף מיין נאמען,

בקיצור, אז די ווילסט נאך עפעס וויסן, קענסטו פרעגן, געדענק! לא הבישן למד,
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.
אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12672
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאשקע »

ולא הקפדן מלמד.
An article a day keeps the babies away
אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12505
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צייטליך »

חחחחחחחח, גוט גוט,
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.
אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12672
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאשקע »

וואס איז אזוי גוט? ס'קומט בכלל נישט אריין דא.
An article a day keeps the babies away
אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12505
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צייטליך »

האסט אוודאי געמיינט מיין בילד, כ'פארשטיי, (דזשאסט פאר די רעקארד)

אוי ווי יגר איז געווען גערעכט ווען ער האט דאס געשריבן "דיזע, לטובתך רוק אוועק דעם אשכול פון דא, ווייל ס'גייט זיך ענדיגן מיט א פיש-כאפער.. כמעט גאראנטירט"

ס'קוקט שוין אויס אזוי, נאר מיט איין אויסנאם, נישט קיין פיש-כאפער.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.
אוועטאר
סאכדעס
שר שלשים אלף
תגובות: 31438
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאכדעס »

יאך בין אויך זעהר צופרידן פון מיין אויטא געליסט אויף דריי יאר, און 12,000 מייל א יאר.

סיז נישט קיין נפקא מינה ביי א ליעס פון וואנעט מ'נעמט עס, העכסענס קענסטו דיר שפארן דריי פיר דאלער א חודש.

די בעסטע איז אויב נעמט מען עס ביי א גוטן פריינד.
פקודתו פון התאחדות שמרה רוחי!
אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18580
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך_הער »

איך וויל נאר זאגן פאר דיזע, אז איך זע עס דא אויך, אבער איך האב נישט קיין אינפארמעישן מיט וואס אים צו צופרידן שטעלן.
אוועטאר
שמעק_טאביק
שר האלף
תגובות: 1618
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 14, 2007 11:13 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעק_טאביק »

איך קען דיר אויך העלפן מיט מיין אינפארמאציע. איך האב שוין עטליכע מאל געליעסט - אויך נאכן האבן אן אלטן קאר וואס האט בלויז געמאכט פראבלעמען, און די מעקעניק פער חודש האט שוין געקאסט באלד ווי א ליעס אויף א נייע אויטא. איך בין אויך צופרידן מיט 12,000 מייל א יאר, איך פאר אסאך לאנג-דיסטענס, און איך מוז האבן א נייערע קאר פשוט כדי נישט צו בלייבן אנגעזעצט אינמיטן וועג.

ליעסן א קאר איז א שטיקל געמבל. יעדן חודש האבן אנדערע מאדעלן "ספעשלס". למשל, א האנדא אודיסי קאסט געווענליך בערך 400 דאלאר א חודש "בעפאר טעקסעס", אבער לעצטנס האבן זיי געהאט ספעשלס - וועלכע איז געווען אין כמעט אלע צייטונגען - פאר בערך 300 דאלאר א חודש. א מיני-ווען וועט דיר קאסטן צווישן 300-400 א חודש, ווי אויך די "בעסערע קארס", וו.צ.ב.ש טאיאטעס אדער האנדאס. זיי זענען טייערער און שטערקער. אבער געווענליך פאר א ליעס איז אן אמעריקאנער קאר אויך גוט, ס'האלט נאך פאר דריי יאר, ספעציעל אין די לעצטערע יארן ווען זיי האבן זיך שטארק ארויפגעארבעט. און געווענליך בלייבסטו מיטן גאראנטי ביזן סוף פון די דריי יאר.

איז אזוי. קודם דארפסטו באשליסן וואו צו ליעסן. איך האב שוין פרובירט סיי פון א געהעריגן דיעלער, און סיי פון א אידישן ליעסינג קאמפאני. 90 פראצענט איז רעקאמענדירט צו גיין צו א היימישן. זיי ארלעדיגן דיר אלעס, הכל בכל מכל, און דו קענסט באקומען דיין נייעם אויטא דעליווערט צו דיר אינדערהיים, און זיי נעמען אפ די אלטע. שאפ-א-קאר איז טאקע זייער גוט, וויליאמסבורג ליעסינג איז אויך זייער גוט, און רוב אנדערע האב איך חברים וואס האבן שוין פון זיי גענומען, און עפ"י רוב זענען אלע זייער גוט.

ביי די גוי'אישע דיעלערס איז די מעלה ווי פאלגענד: דו קענסט זעהן דעם אויטא בעפאר דו באקומסט דאס, און אפשר אפילו ארומדרייוון אפאר מינוט, זיכער מאכן אז דו ביסט גענצליך צופרידן. און געווענליך באקומסטו עפעס קיופאנס, ווי אומזיסטע אויל-טשענדזשעס, אדער ביליגער מעקעניק ריפעירס, א.א.וו. אויך פילט זיך היימישער ווען מען קומט סערוויסן אן אויטא אויף א פלאץ פון וואו איך האב עס לכתחילה געקויפט, ווי איך ברענג א אויטא וואס איך האב באקומען פון ערגעץ אנדערש און זיי "מוזן" עס אננעמען בלויז ווייל עס איז אונטער וואראנטי. יעדער דיעלער איז אנדערש מיט דעם.

אויב ווייסטו שוין וואספארא קאר דו ווילסט קויפן איז דאך אודאי גוט; אז נישט, אדער אז דו ווייסט נאר א "מיד-סייז" SUV, און דו ווייסט נישט גענוי וועלכע, איך קען דיר ארויסהעלפן מיט רעקאמענדאציעס, אבער פרייזן פון יעצטיגן חודש וועט נאר וויסן איינער וואס טוט אין דעם פעלד. הייב אויף, זיי מוחל, א טעלעפאן, און רוף אן איינע פון די היימישע ליעסינג קאמפאניס, וועסטו שוין אויך מקיים זיין וחי אחיך עמך, ער וועט דיר העלפן אויספילן די אפליקאציעס און אנדערע אינפארמאציע, און גיי פון דארט ווייטער.

מיט הצלחה!
הפך בה והפך בה דכולה בה!
דיזע ערצעלונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דיזע ערצעלונג »

קוק אהער מאשקע, איך שעם זיך (נאך פאר דו זאגסט מיך: שעם דיך...) ביסט געווען אזוי גערעכט. איך וויל זיך באדאנקען פאר אלעמען פאר די גוטע עצות וואס כ'האב באקומען, ספעציעל פון שמעק טאביק. איך האב נישט אריינגעקוקט אין דעם אשכול ביז יעצט, ווען איך בין פיר טויזנט מייל אוועק פון מיין היים קאמפיוטער. האט זיך פונקט אזוי געמאכט אז יאנאש, מיין גאסט-געבער (איך רעד נישט פון יאנאש דעם ניק...) האט מיך פאר א קורצע וויילע געלאזט נוצן זיין קאמפיוטער, און איך האב אריינגעבליקט אין דעם אשכול אזוי יוצא צו זיין און געטראפן די אלע גוטע תגובות. א דאנק אייך אלע.

שמעק, איך געב פינף שטערנס פאר דיין עדווייז. ארויסגעשריבן אלע דיטעילס וואס מען דארף וויסן.

יעצט איז אזוי. איך דארף טאקע א מידסייז ЫГМ. אופס, יעצט ביים פרובירן צו טייפן די בוכשטאבן עס. יו. ווי. זע איך אז יאנאש'ס קאמפיוטער האט נישט קיין ענגליש (ער וועט מיך שיסן פאר'ן דאונלאודן אידיש אויף זיין קאמפיוטער. די גוטע נייעס איז אבער אז דער רעוואלווער ביי אים אין שטוב איז א ירושה פון זיין זיידן, א סאלדאט פון דער ערשטער וועלט קריג). בקיצור איך דרייוו טאקע נאר מידסייז עס. יו. ווי.'ס און איך וואלט געקענט באשטיין זאלסט מיך טאקע געבן עדווייז אויף א גוטן מידסייז עס. יו. ווי.

שאפ עי קאר זאגט מיך אז ווינטער לוינט זיך נישט צו קויפן קיין עס. יו. ווי. פאר איינעם וואס "מוז" נישט קויפן קיין נייעם קאר, נאר ס'האט זיך אים פשוט פארשמעקט. די בעסטע זאך איז צו ווארטן א חודש נאכ'ן ווינטער, ווען מענטשן לויפן שוין נישט נאך די פאר וויהל דרייווס און זיי ווערן ביליגער. ער האט מיך אויך געזאגט אז וואס נאנטער צו סוף יארן ווערן די קארס ביליגער ווייל מענטשן זוכן שוין ענדערש צו קויפן קארס פונעם קומענדיגן יאר.

שמעק צדיק, לאמיך הערן דיינע צוויי צענט, און זאל יאנאש אויך הנאה האבן.

אגב, זיי גערישט אז כ'וועל זען דיין תגובה נאר נאכ'ן אנקומען צוריק אהיים בשלום קומענדיגע וואך אי"ה.
אוועטאר
שמעק_טאביק
שר האלף
תגובות: 1618
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 14, 2007 11:13 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעק_טאביק »

אז דו ווילסט הערן מיינע צוויי צענט, דארף איך קודם וויסן די פאלגענדע:

זוכסטו א גרעסערע מידסייז, וואס פארנעמט 7 פאסאזשירן, אדער א קלענערע, פון בלויז 5 זיצן איז גענוג?

ווילסטו א פשוט'ערע מאדעל (ווי טאיאטע, האנדע, פארד, שעווי, קרייסלער, האנדעי, א.א.וו.) צי מער א לוקסוס ווערסיע (לעקסוס, אקיורע, לינקאלן, קעדילעק/ביואיק, א.ד.ג.) [אין אנדערע ווערטער, וויפיל ביסטו גרייט צו צאלן א חודש בערך?).

צי דארפסטו א 4-ווהיל דרייוו, וואס לוינט זיך נאר אויב דו פארסט אפט אין שניי און אייז, אז נישט לוינט נישט אלס פרייז, וואג פון דעם אויטא, מער קאמפליצירט און איז מער אויסגעשטעלט צו פראבלעמען.

צי דארפסטו עפעס א ספעציעלע פיעטשור (למשל א טעיפ שפילער איז שוין היינט כמעט נישט במציאות, חוץ אין געציילטע - רוב זענען שוין אריבער אויף CD און MP3; אדער למשל לעדערנע זיצן, וכדומה).
הפך בה והפך בה דכולה בה!
דיזע ערצעלונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דיזע ערצעלונג »

5 זיצן איז גענוג, לוקסוריעזער מאדעל פארגעצויגן, 4-וויהל דרייוו פארגעצויגן, באקוועמע זיצן פארגעצויגן
דיזע ערצעלונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דיזע ערצעלונג »

שמעק, וואו ביסטו פארשוואונדן געווארן?
והמבין יבין
שר האלף
תגובות: 1710
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 12, 2013 6:31 pm
לאקאציע: אויפן טעלעפאן

וועלכע קאר איז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך והמבין יבין »

וועלכע קאר איז יעצט עוועליעבל פאר א ביליגע פרייז ???
אין ביי וועמען.??
צו געבן
יומא דהילולא כ״א אדר ב' לחזק ידידינו נכד מרבי רבי אלימלך זצוק”ל לצרכי רפואה
היטל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 351
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 10, 2013 10:52 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היטל »

מען קען יעצט באקומען א שעווי מאליבו פאר פיר און צוואנציג חדשים פאר די פרייז פון צוויי הונדערט און פופציג טולער, און א טעיאטא קעמרי פאר זיבען און צוואנציג חדשים פאר די פרייז פון הונדערט ניין און ניינציג דאלער א חודש.
ביי וועם פרעגסטו? איך ווייס פון צוויי דילער'ס איך גלייב אבער אז אנדערע האבן אויך די פרייז.
'עדווענסד קאר ליעסינג'- 347-790-4701.
'סיגנוטשער קאר ליעסינג'- 347-512-1848.
והמבין יבין
שר האלף
תגובות: 1710
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 12, 2013 6:31 pm
לאקאציע: אויפן טעלעפאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך והמבין יבין »

היטל האט געשריבן:מען קען יעצט באקומען א שעווי מאליבו פאר פיר און צוואנציג חדשים פאר די פרייז פון צוויי הונדערט און פופציג טולער, און א טעיאטא קעמרי פאר זיבען און צוואנציג חדשים פאר די פרייז פון הונדערט ניין און ניינציג דאלער א חודש.
ביי וועם פרעגסטו? איך ווייס פון צוויי דילער'ס איך גלייב אבער אז אנדערע האבן אויך די פרייז.
'עדווענסד קאר ליעסינג'- 347-790-4701.
'סיגנוטשער קאר ליעסינג'- 347-512-1848.

א שקויעך פארן הילף
איך זוך לייען{ קוק) מער אויפן פרייז סאו כקען באשטיין אפי' אזוי א סיוויק וכדו'
צו געבן
יומא דהילולא כ״א אדר ב' לחזק ידידינו נכד מרבי רבי אלימלך זצוק”ל לצרכי רפואה
והמבין יבין
שר האלף
תגובות: 1710
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 12, 2013 6:31 pm
לאקאציע: אויפן טעלעפאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך והמבין יבין »

לכהפ''ח וויפל גרינס דארף מען אראפלייגן ביים סיינען די ליעס ?
צו געבן
יומא דהילולא כ״א אדר ב' לחזק ידידינו נכד מרבי רבי אלימלך זצוק”ל לצרכי רפואה
פריי זיך
שר חמש מאות
תגובות: 866
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2013 12:19 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פריי זיך »

ערשטע חודש און באנק פיע
והמבין יבין
שר האלף
תגובות: 1710
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 12, 2013 6:31 pm
לאקאציע: אויפן טעלעפאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך והמבין יבין »

פריי זיך האט געשריבן:ערשטע חודש און באנק פיע

וויפל איז בערך באנק פיע .
צו געבן
יומא דהילולא כ״א אדר ב' לחזק ידידינו נכד מרבי רבי אלימלך זצוק”ל לצרכי רפואה
אוועטאר
מאנ-יימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 10560
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 14, 2011 10:36 am
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאנ-יימער »

ווענצעך, אויב געדענק איך גוט האב איז מיין באנק פי געווען בערך $500
ווער זאגט?... ער האט געזאגט איז וואס?... נו! האט ער געזאגט, ווער איז ער צו זאגן?
אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 17010
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שנאפס »

מאשקע האט געשריבן:פוילע מנהלים


#שעמאניו
kraitchmah עט גימעיל

באקומט סטאקס בחנם
שרייב תגובה

צוריק צו “קאר דילערשיפ”