די היסטאריע פון אידישע פאלקס-לידער און אידישע טעאטערס

דאקומענטאציע און זכרונות פונעם אמאליגן וועלט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
bailout
שר האלפיים
תגובות: 2210
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 25, 2008 10:27 am

די היסטאריע פון אידישע פאלקס-לידער און אידישע טעאטערס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך bailout »

סעקולארע ניגונים אין אידיש איז געווען א גוט גייענדיג ארטיקל אמאליגע צייטן, אין אלע טיאטערס האט מען געזינגען אין אידיש, ניגונים וואס האבן נישט קיין טראפ תוכן, א שטייגער ווי מיין שטעטעלע בעלז, איך האב א סידי וואס מיין ווארקמעיד האט מיר פארבארגט פון דודו פישער, מיט אידישע לידער אן קיין טראפ תוכן, אפי' די פאפולערע 'א אידישע מאמע' דערמאנט נישט קיין ווארט אידישקייט אויסער דאס אז זי איז א אידישע מאמע, איך פארשטיי אויף דעם קען מען זיך דינגען, איך רעד אבער בכלליות, איז דא פון די סארט אסאך לידער וואס פארוואנדערט זיך צוריק צו אונז.

אודאי האבן די זעלביגע זינגערס אויך געזינגען דברי כפירה ודברי חשק, אבער איך באציה מיך נאר צו די סעקולארע ניגונים, וואס ברענגט נישט גארנישט ארויס, נישט קיין שלעכטס און נישט קיין גוטס, וויל איך וויסן וואס איז געווען די אידישע השקפה אויף דעם.
לעצט פארראכטן דורך bailout אום מיטוואך אקטאבער 14, 2009 2:43 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
שעפטיל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 467
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 24, 2007 2:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שעפטיל »

אין ספר תמר יפרח (זכרונות פון רבי'ן אינדערהיים אין סאטמאר פון הרה"ח ר' שמעון ווייס ע"ה מזקני חסידי רביה"ק מסאטמאר זי"ע) פארציילט ער אזוי:
"איין יאר פורים (אדער שושן פורים) ביים טיש אין די שטאטישע שול, האט דער ראש הקהל געוויזן פאר די קלעזמער שפילער אנצופאנגען דעם אלטן באוואוסטן ליד 'מיין שטעטעלע בעלז', און דער רבי האט דאס געהייסן סטאפן.

למעשה זענען דא אסאך וואס זענען ממש יא אריינגעדרייט, למשל 'אויפן פריפעטשיק ברענט א פייערל' וואס דער מקור איז ערגעץ דארט אבער די ווערטער זענען דוקא יא היימיש.
זייער אינטערסאנטע טעמע, שכוח בעלאוט.
מיר זענען שיך!
קרעדיט: מיכאל שניצלער
גבאי ביהמד
שר חמש מאות
תגובות: 689
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 11, 2009 2:33 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גבאי ביהמד »

תודה רבה להרב ביילאוט על פתיחת האשכול, תקנתי את שמו הנושא שיתאים עם מטרת הפורום.

בתקוה להבנה,
כ"ד העורך מערכת זכור ימות עולם, בשם גבאי האתר
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27049
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

די אלע לידער זענען געווענליך נישט נתחבר געווארן אין ביהמ"ד אדער דורך פרומע אידען (אוודאי איז פארהאן אויסנאמס פאלען) און צומאל איז דאס טאקע ממקור לא טהור פון אזאנע ביי וועם אידיש איז געווען א נאציאנאליטעט און מיט קיין אידישקייט האבן זיי גארנישט געהאט.

רוב פון די לידער וואס יאסעלע ראזענבלאט זינגט זענען ערגעץ אינדערמיטען, נישט חלילה נידריג אבער נישט אייביג האט דאס מיט אידישקייט, ער האט אבער אזעלכע לידער ווי; סעודה'ניו, דוד המלך'ס פידעלע, וועלכע זענען ערליך און תוכנ'דיג.

איך קען נישט מר. דודו פישער אבער דער ניגון למשל 'ראמעניע' איז א גראבער ניגון און דעזערווירט נישט געזינגען צו ווערן ביינונז, ועל זאת לבי דוי אז לעצטענס הערט מען עס ליידער ביי היימישע שמחות.

אידישע טעאטערס האט אראפגעפירט דאס יוגנט פון אידישקייט, פינטל. דארט האט מען פרעזענטירט כל דבר אסור, ליצנות, שחוק וקלות ראש ודברי נבלה וחשק באופן נורא, זלזול בדברי חז"ל ובזיון ת"ח, דאס אז עס איז געשפילט ויף אידיש האט נאך געגעבן די מעגליכקייט פאר פריש געקומענע אימיגראנטן צו קענען מיטהאלטן די שפילען און אזוי ארום צוגעשלפעט טויזענטער יוגנטליכע אראפ אין שאול תחתית.

איך מיין אז מיר קענען זאגען אז דאס אז עס איז שפעטער אונטערגעגאנגען איז געווען א בחינה ברוך שעקר ע"ז מארצינו און עס האט פיל גרינגער געמאכט פאר די אידען נאך די קריג, זיך צו האלטן מובדל מהעמים.

מען קען דא דערמאנען די אידישע ראדיא וועלכע טייל מעמבערס געדענקען נאך, WEVD איז געווען דער נומער אויפן דייל (אויף די 'לעצטע געדאנק' הערט מען חוזק מאכען דערפון).
אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12688
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאשקע »

דודו פישער איז א היינטיגער זינגער וואס זינגט - צווישן אנדערן - אסאך אלטע אידישע ניגונים, אבער מיט "אידיש" מיין איך "אידישסטישע". ער האט נישט אליינס מחבר געווען רומעניע אדער קיין אנדערע אידישע ניגון.

די אידישע טעאטערס זענען אונטערגעגאנגען שפעטער ווי דו מיינסט. ס'האט נאך אנגעהאלטן עטליכע יארן נאכ'ן קריג, נאר דיינע זיידעס האבן דיר נישט דערציילט דערפון...

כ'האב אמאל מיך אונטערגעזונגען אזא ניגון'דל אן די ווערטער, און מיין באבע האט זיך פלוצלינג צעשמייכלט... האט זיך מיין ברודער אנגערופן: באבי, מסתמא ביזטו געגאנגען אין טעאטער אין ........ (די שטאט וואו זי האט געוואוינט אלס קינד). זי האט עס נישט געלייקנט...

אונזערע עלטערן און אור-עלטערן זענען אבער איבערגעקומען יענע צייטן און אויפגעוואקסן ערליך און אפגעהיטן, און שפעטער ממאס געווען אין אלעם וואס איז פארבינדן מיט דעם, אריינגערעכנט די אידישע ראדיא וואס האט אנגעהאלטן נאך לענגער ווי די טעאטערס.
An article a day keeps the babies away
יוסלמאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסלמאן »

רב מילער איר זענט ערליך גערעכט. די אזוי גערופענע אידישע לידער און טעאטערס האבן נישט ווייניגער חלק געהאט און אונטערברעכן ס'אידישקייט, סיי אין אמעריקע און אויך אין אייראפע.

דאכט זיך אז דער רידב"ז ברענגט אין זיין בארימטן הקדמה אז דער שוחד איז געגאנגען פרייטאג אויפדערנאכט אין טעאטער, א שרעק פון אן הפקרות.

ס'דארף געדענקט ווערן לחרפה ולדראון עולם אנשטאט זינגען אויף הייליגע אידישע שמחות. ס'איז דא א וועב סייט פון אידישע מוזיק וואו כ'בין אמאל אריינגעפאלן (פארן אריין פארלן אהער וואס פארמייד פון גיין אהין ודי), האב איך געקליקט אויפ'ן ליסטע פון זינגערס, artists, ס'איז א גרויל צו זעהן וויפיל נעבעך זענען געווען פרויען און שחצנים. קיין באזונדערע יראת שמים האט עס זיכער נישט געברענגט.
אוועטאר
bailout
שר האלפיים
תגובות: 2210
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 25, 2008 10:27 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך bailout »

ייש''כ הרב מילער ושעפטיל;

עטליכע קורצע נקודות וואס האט זיך מיר אנגעקליבן אין לויף פון דיין תגובה.

אז מען רעדט שוין פון יאסעלע'ס סעודה'ניו, ער זינגט די פאל אז מרים הנביאה וועט טאנצן, וואס דאס וועט מען נישט הערן אין קיין פאל ביי היימישע פלעצער, באלאנגט עס אהין צו נישט.

דודו פישער זינגט נאר איבער די אלטע פאלקס לידער.

ס'ליגט מיר אין קאפ אז אינדערהיים זענען אלע מיידלעך געגאנגען עמטליך אין טיאטער, איך גלייב אז די סיבה דערצו איז געווען אז ס'איז נישט געווען קיין שולע.

איך וויל אבער פארשטיין צו די פראבלעם איז געווען דאס אז א שייגעץ האט עס געמאכט, אדער אז ס'איז פוסט.

--------------
מאשקע מיט יוסלמאן האבן אריינגעהאקט
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35424
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

מאשקע האט געשריבן:די אידישע טעאטערס זענען אונטערגעגאנגען שפעטער ווי דו מיינסט. ס'האט נאך אנגעהאלטן עטליכע יארן נאכ'ן קריג, נאר דיינע זיידעס האבן דיר נישט דערציילט דערפון...

שמעתי מאיש נאמן, אמאל אין א מוצ"ש ביי של"ס אין 500 בעדפארד נאך די ווארעמע תורה ודברי כבושין הערט ער ווי איין איד פרעגט דעם צווייטן אויף אונגאריש: "קומסט אין טעאטער"? און דער חבר ענטפערט: "נאך אזא של"ס תורה קען איך נישט גיין", און ביידע אידן האבן שפעטער מיט די יארן אויפגעשטעלט פיינע חסיד'ישע שטובער.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12688
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאשקע »

אמת. דער רבי האט געהאט א גרויסן חלק אין אויסרייסן די גוי'אישקייטן פון היימישע שטיבער.
An article a day keeps the babies away
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27049
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

איך ווייס איז פישער זינגט 'אלטע' ניגונים, אבער מיינסטענס איז נישט אונזער קאליווער לידער.

מאשקע,
עס איז נאך באמת היינט אויך פארהאן דא-דארט אידישע טעאטער-שפילען, אבער זעה דא אז דער האלאקאוסט האט מער-ווייניגער געלייגט דעם דעקל אויף די אידישע טעאטערס.

אינדערהיים צו מען איז געגאנגען אין טעאטער וועט מען מוזען אריבערברענגען אונזער יאסל ששל"ח, ער האט די ציפערן און פאקטן בעסער ווי מיר, אבער כמדומני אז די ערשיינונג ווענדט זיך פון וואנעט מ'איז געקומען, אין די דערפלאך און קליין שטעטלעך איז מן-הסתם אזנס נישט געווען, ווידער אין רוסלאנד, ליטא און אוקריינא האבן די משכילים/ציונים/יעוועסקעס/יידישיסטן געשניטען שטיקער כלל ישראל, די שאלה איז צו אין פוילן און אונגארן אין די גרויסע שטעט ווי; ווארשא, מונקאטש וכדו' זענען פרומע אידען געגאנגען אין טעאטער.
אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12688
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאשקע »

מיללער, כ'האב גערעדט פון מונקאטש! (כ'האף אז ס'נישט קיין גילוי)
An article a day keeps the babies away
אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12688
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאשקע »

יא, די זעלבע שטאט וואו מ'איז געטאנצן "ועל ידי זה יושפע שפע רב" אויף די גאסן...
An article a day keeps the babies away
אוועטאר
שעפטיל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 467
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 24, 2007 2:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שעפטיל »

וועגן דעם ציוניסטישן הימנע התקוה האב איך געהערט צוויי אינטערסאנטע זאכן וואס ווארפן א ליכט אויף די גאנצע סוגיא.
עס איז געווען ביי א רבי'ן (?) וואס איינער האט געזינגען דעם ניגון נאך פאר עס איז געווען אויף די 'התקווה' ווערטער, דער צדיק האט נישט געוואלט הערן ווייטער, ער האט געזאגט ער שפירט די טומאה.
שפעטער האט זיך ארויסגעשטעלט די הרגשה פון דעם צדיק ווען עס איז אנגעקומען צו די ציונים.

נאך א זאך: איך האב געזעהן א טעם פארוואס איז דער טריפה'נער כפירה ניגון ארויפגעלייגט אויף אזא שיינער סאלידער ניגון? כדי אריינצוכאפן וואס מער פון דעם יוגנט דורכן כח הנגינה.
מען קען פון דעם ארויסנעמען עטליכע נקודות:

1. אפילו דער ניגון איז שיין געוועזן האט דער צדיק דערשמעקט דעם טומאה וואס ליגט אינעווייניג (עס איז א גוטע עצה נישט צו בויען אויף דעם ווייל איך געדענק נישט די מקור פון די מעשה, אדרבה אויב איינער ווייסט דערפון זאל ער לאזן וויסן)

2. די ירידה אין נגינה וואס הערשט היינט צוטאגס איז נישט קיין אידישער פראבלעם, עס איז אן אלוועלטליכער פראבלעם וואס עס האט אויסגעבראכן אין אמעריקע אין די סעווענדיס בערך (עס קומט מיר ארויף אין זכרון ידידנו הרב יידישיסט מיט זיינע לאנגע הערכות אויף די נושאים, מי יתן ער קומט צוריק אין דעם אשכול) והא ראי' די ערגסטע ניגונים פון אמאל האט געהאט אזא שיינעם חן, מענטשן קענען היינט הערן די ניגונים אן קיין ווערטער אלץ ווארימע ניגונים, און זיך נישט חלום'ען אויף וועלכע ווערטער עס איז געמאכט געווארן.

מידי דברי קומט מיר ארויף אין זכרון אן אינטערסאנטער געשיכטע פון יוסלע רויזנבלאט ע"ה וואס איינע פון זיינע זון (וועלכער איז נישט געווען ווי דעם טאטן- שיין געזאגט) וועלכע פארציילט (געדרוקט אין בערל שווארץ'נס בוך היסטאריע פון נגינה ביי כלל ישראל) אז זיין טאטע האט אמאל געזינגען אן איטאליענער ניגון ביי א צוזאמקום פון חסידישע אידן, און אלעס האט געוויינט, עס איז נישט געבליבן קיין טרוקן אויג. פירט אויס דער זון, ווען דער עולם זאל וויסן דעם אפטייטש פון דעם ניגון וואלט מען אים אזוי באווארפן מיט שטיינער אז ער וואלט נישט געבליבן קיין לעבעדיגער...
מיר זענען שיך!
קרעדיט: מיכאל שניצלער
אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12688
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאשקע »

אויף די מעשה פון "התקוה" ליגט מיר אין זכרון א פונקט-פארקערטע ווערסיע. לויט ווי איך געדענק שוואכליך, איז דאס א מאדזשיצער ניגון וואס די ציונים האבן שפעטער גענומען און ארויפגעלייגט זייערע ווערטער דערויף.

ס'שטימט אפילו נישט, ווייל איך קען גוט דעם מאדזשיצער מהלך און ס'קלעבט נישט קיין כי-הוא-זה צו זייער סטייל.

און איך וועל ענדיגן מיט דיין דיסקלעימער:
עס איז א גוטע עצה נישט צו בויען אויף דעם ווייל איך געדענק נישט די מקור פון די מעשה, אדרבה אויב איינער ווייסט דערפון זאל ער לאזן וויסן
An article a day keeps the babies away
יוסלמאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסלמאן »

עפעס א מעשה האב כ'אמאל געהערט פון הרב אייזענבערגער שליט"א פון בארא פארק אז ביים הייליגן דברי חיים איז געווען א בעל תפילה וואס פלעגט יעדע וואך פאר לכה דודוי האבן א נייעם ניגון. איין וואך איז עס נישט געגאנגען, ס'האט זיך נישט קאמפאזירט, און ער איז געגאנגען זיך אונטערהערן עפעס א מיליטערישע געזונגעכטס און דאס האט ער געזונגען. נאכן דאווענען האט ער זיך מודה געווען ביים דברי חיים פון וואו דער היגון קומט, האט ער אים געזאגט אז ס'איז א אידישע ניגון וואס איז געגאנגען אין גלות און ער האט עס צוריקגעברענגט.

עפעס אזוי גייט די מעשה, אויב איינער קען מיר פארבעסרן, כל הכבוד.
אוועטאר
שעפטיל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 467
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 24, 2007 2:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שעפטיל »

מען דארף אויך צו וויסן אז א גרויסער צאל פון רבי יום טוב ערליך'ס ניגונים זענען בסך הכל געוועזן פאלקס לידער פאר רבי יום טוב האט דאס געהייליגט.
מיר זענען שיך!
קרעדיט: מיכאל שניצלער
קארל
שר חמש מאות
תגובות: 797
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 09, 2009 11:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קארל »

מיללער האט געשריבן:
מען קען דא דערמאנען די אידישע ראדיא וועלכע טייל מעמבערס געדענקען נאך, WEVD איז געווען דער נומער אויפן דייל (אויף די 'לעצטע געדאנק' הערט מען חוזק מאכען דערפון).


איז דאס די זעלבע ווי די "פארווערטס ראדיא"? די פארווערטס ראדיא סטאנציע איז נאך אנגעגאנגען לאנגע יארן מיט בלויז עטליכע שעה א וואך, און האט זיך פארשפארט ממש עטליכע מאנאטן צוריק.
אוועטאר
נאטורליך
שר חמש מאות
תגובות: 968
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 04, 2006 3:15 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאטורליך »

עס איז נישט ממש פארשפארט מען קען זיי נאך הערן אויפן אינטערנעט.
ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביקסאד »

ועמך כולם צדיקים
יידישיסט
שר חמש מאות
תגובות: 618
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 13, 2008 10:48 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יידישיסט »

מאשקע האט געשריבן:
אויף די מעשה פון "התקוה" ליגט מיר אין זכרון א פונקט-פארקערטע ווערסיע. לויט ווי איך געדענק שוואכליך, איז דאס א מאדזשיצער ניגון וואס די ציונים האבן שפעטער גענומען און ארויפגעלייגט זייערע ווערטער דערויף.

ס'שטימט אפילו נישט, ווייל איך קען גוט דעם מאדזשיצער מהלך און ס'קלעבט נישט קיין כי-הוא-זה צו זייער סטייל.


די מעלאדיע איז גענומען פון אן אלטן ראמענישן פאלקס-לידל מיט'ן נאמען "carul cu boi" (זוכט דאס אויף אין גוגלס, וועט איר דאס קענען הערן אויף ראמעניש). עס זענען געמאכט געווארן פארשידענע פרואוון צו שאפן א מעלאדיע פאר די ווערטער פון"התקוה", אבער עס איז דורכגעפאלן. דער פיאנער און קאמפאזיטאר שמואל כהן האט צוגעשטעלט די דערמאנטע מעלאדיע צו דעם ליד, און דאס איז אריין..

לויט ווי איך האב געהערט האט מען לעצטנס אנטדעקט אז די מעלאדיע פון דעם ליד "ירושלים של זהב" (אויך זייער א הארציגע מעלאדיע ) וואס איז אנגעבליך געשאפן געווארן דורך נעמי שמר (וואס האט געשריבן די ווערטער פון דעם דערמאנטן ליד), איז פאקטיש א געגנב'טע מעלאדיע פון די באסקן (באקאנט אלס די וואס טעראריזירן כסדר שפאניע, וועלנדיג געווינען זעלבסטשטענדיגקייט).

שעפטל האט געשריבן:
נאך א זאך: איך האב געזעהן א טעם פארוואס איז דער טריפה'נער כפירה ניגון ארויפגעלייגט אויף אזא שיינער סאלידער ניגון? כדי אריינצוכאפן וואס מער פון דעם יוגנט דורכן כח הנגינה.


דאס רוב פון אלע ציוניסטיש'ע לידער זענען פול מיט געפיל, נישט אנדערש ווי רוב גוי'שע לידער אין מזרח-אייראפע. דאס איז דאן געווען דער סטיל ביי אלע אידישע לידער. רוב אלטע אידישע לידער גייען מער ווייניגער אויף דעם שניט.
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27049
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

א טעאטער שפיל איבער 'כל נדרי - און די געהיימע אידן פון מאדריד [אנוסים]' פאר נאך צענדליגער טעאטער מעלדונגען קענט איר באזוכען די NYPK ניו יארק פאבליק לייברערי וועב-ארט ביי די דיגיטאלע קאלעקציעס אפטיילונג.
אטעטשמענטס
Kol nidri.jpg
אוועטאר
ים רויבער
שר האלפיים
תגובות: 2177
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 03, 2011 2:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ים רויבער »

כאב אמאל געהאט אינדערהיים א טעיפ פון ר' ניסן לעווי פון וויען ווי ער זינגט א טוץ אידישע ניגונים מער ווייניגער טעאטער ניגונים מ'האט אויסגעטיילט די טעיפ ביי א באזוך פון ר' ניסן און ת"ת בערך בשנת תשנ"ה ס'גאנץ אינטערסאנט
כא כא כא האבן זיך די רויבער צולאכט (מנחם מענדל)
אוועטאר
איזעי
שר האלף
תגובות: 1529
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 21, 2011 5:30 pm
לאקאציע: אויפן שטאק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איזעי »

ים רויבער האט געשריבן:כאב אמאל געהאט אינדערהיים א טעיפ פון ר' ניסן לעווי פון וויען ווי ער זינגט א טוץ אידישע ניגונים מער ווייניגער טעאטער ניגונים מ'האט אויסגעטיילט די טעיפ ביי א באזוך פון ר' ניסן און ת"ת בערך בשנת תשנ"ה ס'גאנץ אינטערסאנט

טעאטער ניגונים איז ווארשיינליך אלעמאל געווען הארציג אדער אינטערסאנט אדער לעבעדיג ווי פארשטענדליך, ווייל עס איז געמאכט צו כאפן מענטשן, אבער עס איז נישט כשר, איך וואלט געראטן קיין שום ערליכער איד זאל נישט אויסהערן קיין ניגונים וואס זענען געמאכט פאר טעאטער, קיין יראת שמים וועט עס נישט צוגעבן, אפשר פארקערט.
אפוויש טוך
שר מאה
תגובות: 116
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 18, 2011 4:30 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אפוויש טוך »

איזעי האט געשריבן:
ים רויבער האט געשריבן:כאב אמאל געהאט אינדערהיים א טעיפ פון ר' ניסן לעווי פון וויען ווי ער זינגט א טוץ אידישע ניגונים מער ווייניגער טעאטער ניגונים מ'האט אויסגעטיילט די טעיפ ביי א באזוך פון ר' ניסן און ת"ת בערך בשנת תשנ"ה ס'גאנץ אינטערסאנט

טעאטער ניגונים איז ווארשיינליך אלעמאל געווען הארציג אדער אינטערסאנט אדער לעבעדיג ווי פארשטענדליך, ווייל עס איז געמאכט צו כאפן מענטשן, אבער עס איז נישט כשר, איך וואלט געראטן קיין שום ערליכער איד זאל נישט אויסהערן קיין ניגונים וואס זענען געמאכט פאר טעאטער, קיין יראת שמים וועט עס נישט צוגעבן, אפשר פארקערט.


אויב אזוי קען מען קיין איין ניגון נישט אויסהערן היינט ווייל רוב רובם ווערן גענומען דעם טאן צו א חלק טאן פון נישט גוטע מקורות
אוועטאר
איזעי
שר האלף
תגובות: 1529
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 21, 2011 5:30 pm
לאקאציע: אויפן שטאק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איזעי »

וואס מיינט קיין איין ניגון?

דו מיינסט אפשר צו זאגן פון די וואס ווערן היינט פאבריצירט?

קען זיין אז דו ביזט גערעכט, איך גיב נישט קיין הכשר אויף די אלע נייע ניגונים וואס וואקסן אויף חדתין נבוט לצפרין.

בכלל מיין איך אז ווער עס האט נאר א שטיקל חוש צו נגינה קען שמעקן צו דער ניגון קומט פון א גוטן מקור (א טעות איז זייער שכיח, אבער באופן כללי קען מען לייכט דערקענען).
שרייב תגובה

צוריק צו “זכור ימות עולם”