אחת ואחת האט געשריבן:פון נייעס אין ק"י אשכול. אריבערגערענגט עפ"י בקשת זיידי בערל.
lebediger berel האט געשריבן:
מימוני האט געשריבן:איך האב אמאל געהערט אז די רבי זי"ע האט געהאלטען אז ווי לענגער אין כולל אין נישט אויפן גאס איז אלס בעסער, אפי' ביי די נישט גרעסטע מתמידים.
אפשר קען הרב מיללער אדער אן אנדערער פין אונזערע באלערענדע ניקס ציצייכענען.
סאיז דא ערגעץ א אשכול דעריבער ביטע אהינפירן
א גוטן רב מימוני, איך האב אייך גלייך געוואלט זאגן אז לפי ידיעתי איז אינגאנצען קאפויער ווי די שרייבסט. אבער אריינקומנדיג אין דעם אשכול קענט איר אליין זען פון עלטערע ווי מיר. אז די רבי זי"ע פלעגט שיקען ארבעטען גלייך נאך די חתונה. ער האט געהאלטען אז ווער עס וויל זיך משלים זיין וועט עס טוען אן א כולל אויך. נאר שפעטער ווען ער האט געזען אז מען גייט צו פרעמדע פלעצער האט ער אויך געפענט.
אבער איך מיין אז היינט צוטאגס זאגן היינט אסאך ערלכע אידן (ווי איך מיין פארשטאנט זאגט אזוי) אז לויט די מצב אין די גאס איז יא ווערט ווי לענגער מען זיצט אין כולל. עכ"פ מען זאל נישט אריינפאלען גלייך פון די חתונה אין די רוישיגע ביזנעס וועלט.
אין יענע קרית יואל אשכול האט מען עס געמעקט די תגובה מיינער איז געווען אז מענטשן רעדן זיך אפ אויף זיצן אין כולל, מיר האט א חשובע רב גענטפערט טאקע בנוגע די מאנראע כולל צו עס איז יא אדער נישט א תכלית פאר מיינער קרוב דאס זיצן אין כולל האט דער רב מיר געזאגט אז נאך רבנים און עסקנים היינט זאגן עס אז אין יארע 2020 איז זייער וויכטיג פונקט ווי א תלמוד תורה דאס אויפהאלטן א כולל און מעודד זיין אינגעלייט צו זיין א תקופה אינעם כולל עס העלפט ארויס אינגעלייט צו שטיין אויף די פוס גראד.
אויב עפעס ברויך מען דאס הערן נאר פון אזאלכע מורי דרך וואס באגלייטן אינגעלייט בפרטיות דורכאויס די ערשטע תקופה נאך די חתונה, און כ'בין נישט זיכער אז ס'איז דא א גרויסער פראצענט (אדער אפילו א קליינער) אינגעלייט וואס האבן בכלל אזא נאנטער קשר מיט א מורה דרך אז יענער זאל קענען מאכן אזא אבזערוואציע.
אבער אלעס אויסער דעם איז געבויט אויף לופט לדעתי העניה. ווער עס קען זאל ביטע מסביר זיין וויאזוי דאס פארברענגען א האלב יאר צי א יאר אין כולל מאכט א חילוק אין א אינגערמאן שפעטער. באגלייט מיט פאקטישע ביישפילן, א חילוק ביי דעם זעלבן אינגערמאן 2 3 יאר שפעטער, שוין נאכן זשוינען די ווארקפארס, וויאזוי איז ער אנדערש לכבוד זיין יא אדער נישט זיצן אין כולל פאר אביסל.
צו לייקן אדער דיסלייקן די תגובה, מאכט א רייט קליק אויף די ווייסע קעסטל נעקסט צו די טיים סטעמפ העכער די תגובה און קאפי'ט די לינק אדרעס. אלע 5'ס (5, 15, 25, 105, 1005 א.א.וו.) זענען לייקס, 10'ס (10, 100, 1000 א.א.וו.) זענען דיסלייקס.
איך האב היינט דורך געליינט די גאנצע אשכול פון אנהייב ביזן סוף איך קען זאגן איך זייער הנאה געהאט פון אלעמען'ס תגובות הערות / הארות
אבער איך האלט אז די פותח האשכול הרב מיללער המתחיל במצוה אומרים לו גמור. און אזוי ווי די האסט א גוטן פעדער, וויל איך בעטן זאלסט קלאר מסכם זיין די אלע נקודות וואס מ'האט ארום געשמועסט דא
א. א כולל בימים ההם, וואס איז געווען דעת רביה"ק זי"ע ב. כולל בזמן הזה, פארוועם איז דעס געמאכט. ג. ווען זאגט מען חדש אסור מן התורה, אל תטוש, כל המשנה ידו על התחתונה און ווען זאגט מען אכשר דרא אין היינט קען מען פארבעסערן כל מיני דברים אין אידישקייט (וואו אריזאנע ווייץ) ווען זאגט מען אז הוראת רבינו איז געווען הוראת שעה, און היינט איז פשוט אז ס'אנדערש
נ.ב. איך וואלט געוואלט צולייגן אז לעצטנס איז פארגעקומען א שמועס דורך אדמו"ר מסאטמאר (מהר"א) שליט"א פאר א כולל חתנים, וואס דארט האט ער זייער קלאר געשטעלט לגבי די כוללים וואס איז געווען דעת רביה"ק און וואס איז היינט צוטאגס
די ערשטע סאטמאר כולל איז געווען כולל יטב לב אין ירושלים, דאס האט ר' משה אריה פריינד ז"ל אויפגעשטעלט בהסכמת רבינו הקדוש פאר די נייע דור תלמידי הישיבה, וואס האבן דעמאלט'ס אנגעהויבן חתונה האבן, ר' משה אריה פלעגט אסאך בעטן פארן רבין וועגן דעם, עס האט גענומען צייט ביז רבינו הקדוש האט מסכים געווען, אבער דער רבי האט זיך אויסגענומען אסאך תנאים אפשר קען איינער אראפ ברענגען פון זיינע תלמידים אדער זיינע תולדות וועלכע הוראות ער האט באקומען פון רבין, דאכט זיך איינע פון די תנאים איז געווען אז עס זאל זיין 8 שעה א טאג, אין אויכט פרייטאג
יאסל האט געשריבן:בנוגע דער גרינדונג פון דעם סאטמארען כולל איז ווי הרב מיללער האטו שוין ציגעצייכענט נישט געווען אויך די אגענדע פונעם רבין אין די ערשטע יארן, סאיז דא א שארפע מימירה פונעם רבין וואס ער האט געזאגט דעם בעסערמינער רב ז"ל אז ענדערש זאלען אוועק פאלען 10 וואס וואלטען ווען יא געקענט אויסשטייגען ווי איידער מאכן א כולל אין איינער וואס באלאנגט נישט דארט ווייל גיין ליידיג ברענגט צי צי דאס ערגסטען, אבער אין די שפעטער יו"ד יארן ווען די אינגעלייטלעך האבן אנגעהויבן פאשען אין די פרעמדע פלעצער מיט פרעמדע השקפות האט ער יא געזען דאס נחיצות צי עפענען דעם כולל דאכט זיך אים שנת תשכ"ב. אגב זעט מען פון דעם אז דער רבי האט לויט די נתיבות הזמן געקענט טוישן זיין מיינונג ווען סהאט זיך אויסגעפעלט, כאטש אז מזעט ווי שארף ער האט זיך אויסגעדריקט פארן בעסערמינער רב. היינט צי טאג האלט איך אז סאיז דא נאך א טעם וואס א אינגערמאן דארף אפשר צי בלייבען אין כולל עכ"פ אפאר יאר וויל נישט ווי אמאל ווען מאיז ארויסארבעטען האט דאס געמיינט א נייען מאשין אדער ערגעאנדערשווי אין א פעקטארי איז ליידער היינט דער מצב אז דאס מיינט קאמפיוטער מיט די היינטיגע נאכוויען וואס דאס ברענגט, אז כבין שוין גארנישט זיכער וואס איז ערגער צי גיין ליידיג אין כולל אדער ארויסגיין אין די גאס דאיז ליידער א מצב וואס איבעראל איז ביטער.
תשכ’’ב מיינעך איז היבש שפעטער ווי די ירושלימער כולל האט געפענט תחת הג’’ר מ’’א פריינד זצ’’ל הגאב’’ד
איך האב געהערט אמאל פון א גרויסע תלמיד חכם וואס איז א האלבע טאג א מגיד שיעור און א האלבע טאג א ראש הכולל אז די סיבה פארוואס סאטמאר רבי האט קודם געשיקט זיין עולם ארבעטן איז געווען ווייל ער האט געקענט זיין עולם נאך די מלחמה וואס פלעגן זיך אויפוועקן אין מיטן די נאכט מיט קולות און ווען זיי זענען זיך צוזאמען געקומען אדער געגאנגען ליידיג האבן זיי גערעדט און געטראכט פון די מלחמה האט ער נישט געוואלט זיי זאלן זיצן צוזאמען א גאנצען טאג און כולל אבער שפעטער ווען עס האט אנגעהויבן אויפציוואקסען די ערשטע דור נאך די מלחמה איז ער געווען זייער ווארעם פאר די כולל (איך ווייס נישט אויב ער האט עס געזאגט אייגענס אדער נאכגעזאגט פון איינעם אבער עס איז א אינטערסאנטע נקודה)
איזהו חכם האט געשריבן:איך האב געהערט אמאל פון א גרויסע תלמיד חכם וואס איז א האלבע טאג א מגיד שיעור און א האלבע טאג א ראש הכולל אז די סיבה פארוואס סאטמאר רבי האט קודם געשיקט זיין עולם ארבעטן איז געווען ווייל ער האט געקענט זיין עולם נאך די מלחמה וואס פלעגן זיך אויפוועקן אין מיטן די נאכט מיט קולות און ווען זיי זענען זיך צוזאמען געקומען אדער געגאנגען ליידיג האבן זיי גערעדט און געטראכט פון די מלחמה האט ער נישט געוואלט זיי זאלן זיצן צוזאמען א גאנצען טאג און כולל אבער שפעטער ווען עס האט אנגעהויבן אויפציוואקסען די ערשטע דור נאך די מלחמה איז ער געווען זייער ווארעם פאר די כולל (איך ווייס נישט אויב ער האט עס געזאגט אייגענס אדער נאכגעזאגט פון איינעם אבער עס איז א אינטערסאנטע נקודה)
ער האט עס געזאגט אלס אייגענע הסבר, אדער אלס שמועה אז אזוי האט געזאגט דער רבי זצ"ל אליין
לעצט פארראכטן דורך אמונה פשוטה אום פרייטאג יולי 09, 2021 3:38 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.