קרית יואל אמאל

היסטאריע פון שטעט און ערטער

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35237
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: קרית יואל אמאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

אנדערע זאגן אז דער ערשטער ארגאניזירער פון חברת תהלים איז געווען ר' הילל ראובן גאלדשטיין ז"ל אין קרית טאהש.

***

ר' שלמה אפרים פלעגט צו אנפירן ביי של"ס "חברה ומקדשי תיראו" צוזאמען מיט זיינע שותפים ר' יעקב ישראל פריינד און ר' אלי' שלמה קאהן, דאס פלעגט צו זיין ביי די ברכת כהנים זיצן און ביי די דברי יואל פארלערנען איז מען ארויס אין פארקינג לאט אדער ארויף אין כולל.
און מ'פלעגט טיילן קאלירטע קארטלעך און קריגן מתנות ספרים יעדע שטיק צייט.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 13864
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
פארבינד זיך:

Re: קרית יואל אמאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאטאקי08 »

farshlufen האט געשריבן:אנדערע זאגן אז דער ערשטער ארגאניזירער פון חברת תהלים איז געווען ר' הילל ראובן גאלדשטיין ז"ל אין קרית טאהש.

***

דעיס איז געווען שבת צופרי?
שבת צופרי איז מיינעך די ערשטע געווען תשנ"ג אין פאליש מיט הרב סאנדל
אוועטאר
פליגל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5934
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג סעפטעמבער 04, 2009 1:27 pm
לאקאציע: ביים פענסטער

Re: קרית יואל אמאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פליגל »

איך געדענק א חברה תהלים אין קינגס טערעס אין די סוף מ' / אנהויב נ' יארן דורך משפחת עסטרייכער.. (עפעס א פארנעפעלטער זכרון דערוועגן)
גאלדגרוב
שר האלף
תגובות: 1688
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 08, 2013 2:56 pm

Re: קרית יואל אמאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גאלדגרוב »

farshlufen האט געשריבן:אנדערע זאגן אז דער ערשטער ארגאניזירער פון חברת תהלים איז געווען ר' הילל ראובן גאלדשטיין ז"ל אין קרית טאהש.

***

ר' שלמה אפרים פלעגט צו אנפירן ביי של"ס "חברה ומקדשי תיראו" צוזאמען מיט זיינע שותפים ר' יעקב ישראל פריינד און ר' אלי' שלמה קאהן, דאס פלעגט צו זיין ביי די ברכת כהנים זיצן און ביי די דברי יואל פארלערנען איז מען ארויס אין פארקינג לאט אדער ארויף אין כולל.
און מ'פלעגט טיילן קאלירטע קארטלעך און קריגן מתנות ספרים יעדע שטיק צייט.

געדענק איך עס גוט. איך האב נאך אין מיינע ארכיון אזא קאלירטע קארטל פון זיי. אויך פלעגט ר' שלמה אפרים אנפירן א חברת מקדשי שביעי אין די ת''ת עס זאל (היינטיגע כינור דוד) שבת נאכמיטאג אין די אנהייב נ' יארן.
אוועטאר
sheetrock
שר עשרת אלפים
תגובות: 14217
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 29, 2017 4:42 pm
לאקאציע: אויפן קאוטש

Re: קרית יואל אמאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך sheetrock »

farshlufen האט געשריבן:אנדערע זאגן אז דער ערשטער ארגאניזירער פון חברת תהלים איז געווען ר' הילל ראובן גאלדשטיין ז"ל אין קרית טאהש.

***

ר' שלמה אפרים פלעגט צו אנפירן ביי של"ס "חברה ומקדשי תיראו" צוזאמען מיט זיינע שותפים ר' יעקב ישראל פריינד און ר' אלי' שלמה קאהן, דאס פלעגט צו זיין ביי די ברכת כהנים זיצן און ביי די דברי יואל פארלערנען איז מען ארויס אין פארקינג לאט אדער ארויף אין כולל.
און מ'פלעגט טיילן קאלירטע קארטלעך און קריגן מתנות ספרים יעדע שטיק צייט.

ר' אלי' שלמה קאהן וואוינט אין ק"י נאך פון בעפאר דעם רבין'ס הסתלקות?
איך האב אייך נאר געוואלט זאגן אז: ווען דו שרייבסט עפעס פאר מיר און דו ווילסט אז איך זאל עס זעהן, ציטיר מיר.
אוועטאר
איש חמודות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3996
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 9:42 am

Re: קרית יואל אמאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איש חמודות »

אוודאי!
ידעתי
שר חמש מאות
תגובות: 981
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 04, 2017 9:40 am

Re: קרית יואל אמאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ידעתי »

גראדע אין קרית יואל איז אויך געווען א חברת תהילים אין הוניאד יעדן שבת נאכמיטאג נאך פאר רבי שלמה אפרים האט אנגעהויבן אין פאליש. אנגעפירט דורך ר' אברהם ביקל
אבער די התעוררות און מעמד יעדן שבת אין פאליש איז געווען עפעס מוראדיק.
געדענק איך ווי מען האט אנגעהויבן אין קלענערן פאליש די ערשטע פאר וואכן, נאך אפאר וואכן זיך געמוזט רוקן אין די גרעסערע, און א קורצע צייט שפעטער גענוצט ביידע.

איך געדענק מען הברך משה זצוק"ל און מרן הגאב"ד רבי משה אריה פריינד זצוק"ל מיטזאגן תהילים. די קולות פלעגט מען הערן אויף גארפיעלד יעדן שבת צופרי.
אוועטאר
Borrower
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4526
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 16, 2020 10:21 am

Re: קרית יואל אמאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Borrower »

די רעדע איז פון ארויסנעמען די קינדער פון בעט "צופרי".
דעס איז ר' שלמה אפרים געווען דער סאמער ערשטער מיינעך.

ר אברהם מאיר מארקאוויטש האט אויסגעלאזט די לעצטע פסוק אלס בעל תפילה..
ר משה יעקב בערקוויטש פלעגט משלם זיין די קארטלעך פאר די וואס האבן פארשלאפן בתנאי נעקסטע וואך צו קומען "גיכער".
ועוד ועוד

כמיין ס קען יוזן א עקסטרן אשכול
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35237
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: קרית יואל אמאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

פאטאקי08 האט געשריבן:
farshlufen האט געשריבן:אנדערע זאגן אז דער ערשטער ארגאניזירער פון חברת תהלים איז געווען ר' הילל ראובן גאלדשטיין ז"ל אין קרית טאהש.

***

דעיס איז געווען שבת צופרי?
שבת צופרי איז מיינעך די ערשטע געווען תשנ"ג אין פאליש מיט הרב סאנדל

יא.

און פריער ווי נ"ג.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
גיכער
שר חמש מאות
תגובות: 539
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 13, 2012 11:32 am

Re: קרית יואל אמאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גיכער »

איז נישט חברה ומקדשי תראו געווען ביים ליינען?
אוועטאר
Borrower
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4526
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 16, 2020 10:21 am

Re: קרית יואל אמאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Borrower »

גיכער האט געשריבן:איז נישט חברה ומקדשי תראו געווען ביים ליינען?

יא

און מקדשי שביעי שבת נאכמיטאג 6:00
ר אברהם שלום מיט די וועכענטליכע הלכות שבת (ביי די אייסעס)
גאלדגרוב
שר האלף
תגובות: 1688
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 08, 2013 2:56 pm

Re: קרית יואל אמאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גאלדגרוב »

Borrower האט געשריבן:
גיכער האט געשריבן:איז נישט חברה ומקדשי תראו געווען ביים ליינען?

יא

און מקדשי שביעי שבת נאכמיטאג 6:00
ר אברהם שלום מיט די וועכענטליכע הלכות שבת (ביי די אייסעס)

ר' אברהם שלום ביי מקדשי שביעי? אינטערעסאנט איך געדענק עס נישט
נאך וואס
שר חמישים
תגובות: 65
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 04, 2020 8:00 pm

Re: קרית יואל אמאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאך וואס »

דענק מיר אויך די רבי די ברך משה איז געקומען אין פאליש מיטזאגן תהילים מיט די קינדער, און נאכדעם האט מען געמאכט א גורל אויף די תהילים וואס די רבי האט גענוצט
נאך וואס
שר חמישים
תגובות: 65
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 04, 2020 8:00 pm

Re: קרית יואל אמאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאך וואס »

און איך דערמאן מיך פון גירסא דינקתא, אז אמאל ווער די רב איז געקומען צו חברת תהילים האמיר קליינע קינדער נישט פארשטאנען פארוואס די רב האט א שווארצע בארד, און די צוויי גבאים ר' יושע מענדלאוויטש מיט ר' יודל וויינשטאק בארד איז שוין מער ווייס...
אוועטאר
מי יודע
שר שמונת אלפים
תגובות: 8715
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

Re: קרית יואל אמאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי יודע »

farshlufen האט געשריבן:
פאטאקי08 האט געשריבן:
farshlufen האט געשריבן:אנדערע זאגן אז דער ערשטער ארגאניזירער פון חברת תהלים איז געווען ר' הילל ראובן גאלדשטיין ז"ל אין קרית טאהש.

***

דעיס איז געווען שבת צופרי?
שבת צופרי איז מיינעך די ערשטע געווען תשנ"ג אין פאליש מיט הרב סאנדל

יא.

און פריער ווי נ"ג.

ר' שלמה אפרים איז געווען ווינטער תשנ"ג, איך געדענק דאך ווי אלט איך בין געווען ווען מ'האט זיך דערזען צו א נייע מציאות, שבת צופרי מיינט נישט צו שלאפן א צוועלווער פון 9 ביז 9, נאר מ'דארף אויפשטיין א שעה פריער צו זאגן תהלים
אין ראדני האט זיך אויך אין יענע יארן אדער אפשר נאך פריער געגרינדעט די חברה תהלים אין פאליש


די עצם געדאנק אין סאטמאר פון א מנין תהלים שבת צופרי, מיין איך האט זיך אנגעהויבן תשכ"ח נאכן רבינ'ס סטראוק, כך שמעתי פון אלטע אידן, נאך איינער ווייסט פון אזא זאך?
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
אוועטאר
מי יודע
שר שמונת אלפים
תגובות: 8715
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

Re: קרית יואל אמאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי יודע »

Borrower האט געשריבן:
גיכער האט געשריבן:איז נישט חברה ומקדשי תראו געווען ביים ליינען?

יא

און מקדשי שביעי שבת נאכמיטאג 6:00
ר אברהם שלום מיט די וועכענטליכע הלכות שבת (ביי די אייסעס)

מקדשי שביעי איז דאכט זיך אויך געווען א פראדוקט פון ר' שלמה אפרים, נישט אזוי?
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
אוועטאר
Borrower
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4526
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 16, 2020 10:21 am

Re: קרית יואל אמאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Borrower »

מי יודע האט געשריבן:
Borrower האט געשריבן:
גיכער האט געשריבן:איז נישט חברה ומקדשי תראו געווען ביים ליינען?

יא

און מקדשי שביעי שבת נאכמיטאג 6:00
ר אברהם שלום מיט די וועכענטליכע הלכות שבת (ביי די אייסעס)

מקדשי שביעי איז דאכט זיך אויך געווען א פראדוקט פון ר' שלמה אפרים, נישט אזוי?

זיכער אזוי.

גאלדגרוב האט געשריבן:
Borrower האט געשריבן:
גיכער האט געשריבן:איז נישט חברה ומקדשי תראו געווען ביים ליינען?

יא

און מקדשי שביעי שבת נאכמיטאג 6:00
ר אברהם שלום מיט די וועכענטליכע הלכות שבת (ביי די אייסעס)

ר' אברהם שלום ביי מקדשי שביעי? אינטערעסאנט איך געדענק עס נישט


כ רעד פון נ"ה - נ"ח
אוועטאר
אחת ואחת
שר שלשת אלפים
תגובות: 3665
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 09, 2018 12:01 pm
לאקאציע: אין קרעטשמע

Re: קרית יואל אמאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אחת ואחת »

די וועכענטליכע בעל הבית'טע אויסגאבע האט די וואך לכ' די יא"צ א שיינע פאר בילדער פון ק"י אמאל, פון ר' דוד לייב'ס אוצר.
פרוטה ופרוטה מצטרפת לחשבון גדול
אוועטאר
Borrower
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4526
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 16, 2020 10:21 am

Re: קרית יואל אמאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Borrower »

אחת ואחת האט געשריבן:די וועכענטליכע בעל הבית'טע אויסגאבע האט די וואך לכ' די יא"צ א שיינע פאר בילדער פון ק"י אמאל, פון ר' דוד לייב'ס אוצר.

ברענג ביטע
אוועטאר
פארפלאנטערט
שר האלפיים
תגובות: 2468
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 11, 2014 2:28 pm

Re: קרית יואל אמאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארפלאנטערט »

Borrower האט געשריבן:
אחת ואחת האט געשריבן:די וועכענטליכע בעל הבית'טע אויסגאבע האט די וואך לכ' די יא"צ א שיינע פאר בילדער פון ק"י אמאל, פון ר' דוד לייב'ס אוצר.

ברענג ביטע

https://balebusta.com/current/
[email protected]

סארי פאר מיין אידישע מעסעדזש, איך האב נישט קיין ענגלישע קיבאורד...
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35237
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: קרית יואל אמאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

פארפלאנטערט האט געשריבן:
Borrower האט געשריבן:
אחת ואחת האט געשריבן:די וועכענטליכע בעל הבית'טע אויסגאבע האט די וואך לכ' די יא"צ א שיינע פאר בילדער פון ק"י אמאל, פון ר' דוד לייב'ס אוצר.

ברענג ביטע

https://balebusta.com/current/

ישר כחכם, הערליכע בילדער, נאר דער מציין טרייעט זיין בעסט אבער ס'פעלט אים היבש ידיעות פון יענע יארן.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35237
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: קרית יואל אמאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

האט ער דאך דעם עיקר פארפאסט, דאס איז דאך ר' דוד לייב'ס בנין וואס ער האט געטריי און איבערגעגעבן געמענדזשד לאנגע יארן, הגם ווען דער בילד איז געכאפט געווארן איז ער נאך געווען א מענעדזשער ביי 47 פאוטאו.

דער בנין איז מתחילה געווען בלויז דער לינקער טייל די בעיסמענט שטאק און איז געבויעט אלס די מצה בעקעריי, אויך געווען דארט עטליכע ת"ת כיתות, שפעטער האט מען אנגעהויבן ארויף בויען און עסקסטענדן דערצו, מיטן חלוף המשמורות פון די הנהלה איז עס שטיין געבליבן עטליכע יאר, דער בילד איז פון יענע צייטן.
KJ1.JPG
KJ1.JPG (191.73 KiB) געזען 1555 מאל
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35237
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: קרית יואל אמאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

ניין, אין תש"נ איז ר' אהרן בערקאוויטש "נישט" געווען קעכער אין דעם בנין, נאר ר' דניאל פאלאטשעק זז"ג.

א וויכטיגער פונקט פארפאסט, ר' נחום פריעדמאן'ס "קרית יואל מילך" טראק ביים דעליווערן די מילך.

דאס איז שוין עטליכע יאר דערנאך וואס ער האט אויפגעהערט מיט די טעגליכע היים דעליוועריס, א שאד מ'האב מיר נישט די פריפרינטעד גראסערי ליסטע צעטעלע ביי די האנט, גאנץ זיכער אז ר' דוד לייב האט איינס אוועקגעלייגט ערגעץ.

דער פאקער פון וואס ער רעדט, זענען מיר אינגלעך ביים שפיעלן, מ'דארף נאר טרעפן א בילד ווי מיר בויען בנינים פון ר' יונה עסטרייכער'ס איבערגעבליבענע ציגל.
KJ2.JPG
KJ2.JPG (201.13 KiB) געזען 1523 מאל
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35237
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: קרית יואל אמאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

וואס טעילאר?

דאס איז דאך קארטער לעין אונטן ביי פארעסט.

רעכטס איז נאך געשטאנען ר' סענדער'ס הייזקע.

דאס איז אין פריע מ"ם יארן, אינעם ערשטן הויז געזען לינקס [פארשטעלט מיטן בוים] איז געווען די סיגעטער שול
KJ3.JPG
KJ3.JPG (163.34 KiB) געזען 1518 מאל
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35237
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: קרית יואל אמאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

וואס חלום'ט ער פון פיר באסעס? מ'האט שוין או יענע יארן גענוצט עטליכע און צוואנציג באסעס פאר טראנספארטעישאן.

דאס זענען דאך געווען אלטע געסטארעדזשטע אריגינעלע וומ"ס'גע גע'ירש'נטע באסעס.

לינקס אויבן דעקענט מען די אלטע סווימינג פול מיט די שלאק מחיצות, א שאד מ'קען נישט זעהן די גראז אין שטיינער אויף וואס מ'האט געטרעטן דארט.

אויך קען מען זען די וועגן און שטעגן נעץ אין וואלד, וואס האט פארבינדן די ת"ת, בית רחל, פילמאר, קענעדי און ווען-ביורען.

און "ויואל משה" (משה יעקב) קארט איז שוין לאאאנג געשטאנען דעמאלדס.
אטעטשמענטס
KJ4.JPG
KJ4.JPG (204.12 KiB) געזען 1440 מאל
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
שרייב תגובה

צוריק צו “עיר ועיר”