ערענסטע יונגערמאן האט געשריבן:שיינע שטריימעל האט געשריבן:איז שוין בכלל געווען שידוכים פונעם פערטער דור נאכ'ן קריג?
איר האט געליינט ביז אהער? לכה"פ 2 דוגמאות איז דא געשטאנען פון שידוכים פון די פערטע דור. און ס'איז שוין ב"ה דא מער.
כ'האב ארויסגעברענגט א פשוט'ע נקודה, אז תשפ"ג איז בעז"ה די ערשטע
מעגליכקייט אז ס'זאל זיך אנהייבן די 5'טע דור נאכ'ן קריג. ווען מען גיבט ניינצן יאר פאר א דור. און יא ס'איז
מעגליך.
ווער עס וויל עס דוקא רוקן צו תשפ"ד.. מותר לך. מותר לך. והבוחר יבחר.
שיינער אשכול!
שבת ערב ראש השנה האב איך דאס באמערקט ביים שבת טיש אז אין תשפ"ג קען שוין געבוירן ווערן א נאך-די-מלחמה פינפטע דור אויב מען רעכענט ריאליסטיש מינימום 19 יאר א דור אנהייבענדיג פון תש"ו, אבער לכאורה איז שוין געבוירן געווארן אין תשפ"ב א פינפטע דור.
איך קען עטליכע וואס זענען געבוירן אין תש"ו, און אפילו איינער אין תש"ה אבער זיינע עלטערן זענען נישט געווען אין לאגער נאר פליטים במקום המלחמה.
V-J day (וויקטארי איבער יאפאן) וואס איז אונז נישט נוגע, איז געווען כ"ד אלול תש"ה ולמספרם סעפטעמבער 2, 1945.
V-E day (וויקטארי איבער אייראפא) וואס איז אונז יא נוגע איז געווען כ"ה אייר תש"ה ולמספרם מאי 8, 1945.
אושוויץ איז באפרייט געווארן דורך די רוסן י"ג שבט תש"ה ולמספרם יאנואר 27, 1945. אנדערע לאגערס זענען באפרייט געווארן דורך די אמעריקאנער אבער נאך די-דעי.
דערובער אויב מען רעכענט נאך א חלק פון תש"ה, האט שוין לכאורה געקענט זיין א זעקסטער דור קינד אין תשפ"ב.